☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #14104

אשכול אן א טיטל #14104

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14104
בלאט: 1 2 3 4 5

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:28 pm

· #456651
[ציטאט אראפגענומען]

נישט נאר די עלטסטע זון, נאר אויך די מאמע רייסט איין אז די עלטסטע זון זאל ווערן רבי.

פריער נאכ'ן כינוס אין גרויסן בית המדרש, האבן די עלטערע ברידער ארויסגעגאגנען אינאיינעם. אונטער זיי איז געגאנגען דער "ינוקא מסדיגורא" אין באגלייטונג פון גבאי וזקני חסידי אביו. קוקט אויס ווי ס'איז פארטיג, די חסידים האבן אים שוין אויפגענומען.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:35 pm

· #456653
ליטוואק פון בודאפעסט
מלכות רוז'ין :

הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק

החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,

פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע

@ליטוואק אויף פרעגסטו דעם קאנטאקט דיינעם וואס זענען די מעלות פון דער יונגער רבי אז דער רבי ז"ל זאל אים אפוינטן? וואס טויג ער מער ווי די אנדערע זוהן?

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:39 pm

· #456654
מפיל קינד
יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.

@מיינונגזאגער וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ .
איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.

ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער.
ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה.
הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:42 pm

· #456657
יא ר' אהרן האט דער טאקע די מעדזארעטי פון זיין טאטן'ס חסידים על אף ער איז נישט דער עלסטער
אבער ר' אלימלך זיין קאזין האט פי עשר

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:58 pm

· #456667
אפילו רבי נחמן האט גאר אסאך אנהענגער און געטרייע חסידים איבער די וועלט. אסאך אידן שלעלפן אריין רבי נחמן צו זייערע שמחות קיין אמעריקע פאר גרויס געלט, אפילו זיי האבן נישט קיין שייכות מיט לעלוב.

ס'דא נאך איינער, ר' חיים יוסל וואס איז אויך א שטיקל כוכב, אבער ווערט שוין געלייגט אין שאטן קעגן זיינע ברידער.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:12 pm

· #456672
וויאזוי הייסט דער אנדערע ברודער פון ב"פ? נישט ר' דוד'ל

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:32 pm

· #456676
דער פון 17? ער האט אויך א שיינע פאר חסידים, אפשר אפילו 10, נישט זיכער.

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:01 pm

· #456681
מפיל קינד
דער פון 17? ער האט אויך א שיינע פאר חסידים, אפשר אפילו 10, נישט זיכער.

אז מ'רעדט שוין יא פון לעלוב אינעם סאדיגערע אשכול, גיב כאטש אהער בילדער פון וועמען מ'רעדט; ווער איז אלתר און ווער איז שמעון און ווער איז נחמן און חיים

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:19 pm

· #456682
בוטן
מפיל קינד
דער פון 17? ער האט אויך א שיינע פאר חסידים, אפשר אפילו 10, נישט זיכער.

אז מ'רעדט שוין יא פון לעלוב אינעם סאדיגערע אשכול, גיב כאטש אהער בילדער פון וועמען מ'רעדט; ווער איז אלתר און ווער איז שמעון און ווער איז נחמן און חיים

און אין איינוועגס לייג צו, ווער איז דוד און ווער איז יצחק. און ווער איז יעקב יוסף.

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:55 pm

· #456685
תפארת
נו.. וואס איז געווארן למעשה?

ס'גייט זיך נישט ענדיגן גלאטיג, און ס'גייט ווערן אפאר סאדיגערערס.
ס'נישטא קיין גרעסערע נארישקייט ווי דעם, צו קרוינען דעם יונגן איבער אלע.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:00 pm

· #456686
בוטן
תפארת
נו.. וואס איז געווארן למעשה?

ס'גייט זיך נישט ענדיגן גלאטיג, און ס'גייט ווערן אפאר סאדיגערערס.
ס'נישטא קיין גרעסערע נארישקייט ווי דעם, צו קרוינען דעם יונגן איבער אלע.

אפשר מאך אן אנקעטע ווער ס'זאל זיין רבי פאר אלע סאדיגורער דא אין שטיבל...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:08 pm

· #456688
כ'האב פונקט דאס געטראכט, יאללה

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:15 pm

· #456691
קודם קום אריין מיט א קלארקייט מיט די פרא'ס און קאנ'ס פון יעדן באזונדער

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:19 pm

· #456692
איינער קען מסביר זיין וואס איז שלעכט מיט'ן זיך צוטיילן? פארוואס נישט? פארוואס מוז איין ברודער זיך מכניע זיין צום צווייטן? א ביזנעסמאן לאזט נאר איין קינד עפענן א ביזנעס? זאל דער עפענן דא, און יענער דארט, און זאל יעדער גיין ווי עס שמעקט אים. ווי איז די פראבלעם?

אדרבא, דאס האלטן א גרויסע זאך אונטער איין רבי האט נישט קיין פשט. די חסידים האבן נישט קיין רבי וואס קען זיי, נאר זייער זיידע, און דער רבי האט שוין נישט קיין אחריות פאר די ציבור, נאר פאר די 'זאך'. דעריבער זענען די אלע גרויסע רבי'ס נישט מער ווי CEOס און נישט קיין ערליכע מענטשן. בויען גרויסע בניינים און פארן אויף וואקעישען אין פריוואטע פליגעס קענען זיי, אבער זיך פירן ערליך באשיידן און אפגעהיטן איז מהם והלאה.

א חסיד פון דער לעלובער רבי פון בארא פארק (יא, איך קען צוויי אזעלכע, און דער פארציילער האט א טאטע וואס איז אויך א חסיד) האט מיר לעצטענס פארציילט ווי פארעקעלט ער איז ווען א רבי פון א גרויסע ציבור איז געפארן אויף א פענסי וואקעישען, איין טאג נאך דעם וואס א ריזיגע טראגעדיע האט פאסירט אין זיין קהלה און כמעט א גאנצע משפחה איז פארווישט געווארן. האב איך זיך געטענה'ט מיט אים אז אלע חסידים ווילן דאך אז זייער רבי זאל זיין א פריץ און ארום פארן ווי א קעניג. האט ער מיר געגעבן צו פארשטיין אז עס איז נישט אמת, נאר די קאמפאני דארף עס. ווען איינער זעט ווי דער לעלאווער רבי לעבט, אין א קליינע דירה און הארטע בענקלעך, ווייסן זיי אז דא רעדט זיך פון אן ערליככע איד. פרעמדע וואס זענען נישט זיין חסידים זען אויך איין אז ער איז א מורם מעם, נאר פאר זיי איז עס נישט נוגע. (איך קען נישט דער לעלאווער רבי, איך זאג נאר נאך פון יענעם) אבער אין די קאמפאני זעלבסט, האבן זיי נישט קיין ברירה און זיי מוזן נאכטאנצן די פריצישקייט און אום מענטשליכקייט פון דער גראבע יונג וואס פילט בכלל נישט בצערן פון זיין אייגענע סטאדע.

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:34 pm

· #456694
איך שפיר די ווייטאג פונעם אנגעווייטיגטן חסיד. עס גייט אים נעבעך שווער און ווייטאגליך און ער קוקט זיך צו וויאזוי דער אדמו״ר זיצט על סיר הבשר און שפירט נישט זיין ווייטאג.

באט אן די אדהער הענד ווייסען מיר נישט, און פארשטייען נישט די פרעשור פון די גרויסע אדמורים.
טויזענטער פראבלעמען א יעדן טאג בלי שום גוזמא, וואס ער קען יא אדער נישט העלפן. און ווען ער קען נישט העלפן איז זיין פרעשור נאך גרעסער. ער איז אדורכגעפאלן מיט זיין אחריות.
דאס רופט פאר א גרויסער וואקעישאן.

ריכטיג אז די לעלובע רבי'ס זיצן אויף הארטע בענקלעך, אבער זיין אחריות און פרעשור איז פילפאכיג קלענער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:42 pm

· #456695
איך דארף גלויבן באמונה שלימה אין א זאך וואס איך זעי נישט, אבער וואס איך זעי איז נישט וויכטיג.

די פרעשור זעי איך נישט, זיין הרגשים ווייס איך נישט, זיין פראבלעמן ווייס איך נישט. אבער זיין פריצישע לעבן זעי איך יא.

איך דארף אבער גלויבן אז ער נעמט אלס צום הארצן, און ער הערט אזויפיל פראבלעמן און עס באדערט אים.

גיוו מי א ברעיק. זיך אפרו'ען איז איין זאך, זיין א פריץ איז אן אנדערע. מ'קען גיין זיך אפרו'ען אין א נארמאלע פלאטץ, מיט א נארמאלע פליגע, אדער גאר א קאר, און ווארטן א פאר טעג ווען מענטשן זענען אזוי נעבעכדיג געשטארבן.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:45 pm

· #456696
שכוח @סדרן פארן מאכן סדר

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:47 pm

· #456697
ליטוואק פון בודאפעסט
איך דארף גלויבן באמונה שלימה אין א זאך וואס איך זעי נישט, אבער וואס איך זעי איז נישט וויכטיג.

די פרעשור זעי איך נישט, זיין הרגשים ווייס איך נישט, זיין פראבלעמן ווייס איך נישט. אבער זיין פריצישע לעבן זעי איך יא.

איך דארף אבער גלויבן אז ער נעמט אלס צום הארצן, און ער הערט אזויפיל פראבלעמן און עס באדערט אים.

גיוו מי א ברעיק. זיך אפרו'ען איז איין זאך, זיין א פריץ איז אן אנדערע. מ'קען גיין זיך אפרו'ען אין א נארמאלע פלאטץ, מיט א נארמאלע פליגע, אדער גאר א קאר, און ווארטן א פאר טעג ווען מענטשן זענען אזוי נעבעכדיג געשטארבן.

איך הער דיין טענה, איך לייקן נישט אין וואס דו זעהסט, דו נעמסט אבער נישט אין קאנסידירעישאן אין וואס דו זעהסט נישט, און די קומסט גאר מיט א טענה אז איך דארף גלייבן.

איך קען פשוט נישט גלייבן אנדערש, א טאג וואס עס זענען אזוי טראגיש אומגעקומען 3 פון זיינע חסידים גיין אויף שוואוילטאג? היעלה על הדעת? על כרחך מוז איך דאך זאגן אז ער קען נישט דערהייבן דעם פרעשור. איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז סתם א ליידיגייער, אפי' א פשוטער מענטש ווען עס פאסירט אזא טראגעדיע אין די שוהל ווי ער דאווענט וואלט ער זיך נישט ארויסגעלאזט יענעם טאג אויף אזא הולטיי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:16 pm

· #456715
אז מ'זעט איינער פירט זיך אזוי אויף, מוז איך יעצט עפעס ממציא זיין?

דאס זיך אפרו'ען האט גארנישט מיט פריצישקייט. ער קען זיך אפרו'ען ווי אונז אלע. גיין אין קאנטרי, נישט ארבעטן מער ווי די מינימום וואס איז געפאדערט פון א איד, און זיך גוט אויסשלאפן. קיינער דארף נישט מאליבו, קיינער דארף נישט קיין פריוואטע פליגע און קיינער דארף נישט קיין גרויסע פאלאץ.

מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדע סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט. "יונגעלייט אין א"י גייען אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!"

שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביים לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat".
אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומען און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מיין רביצין וועט דארט גיין, און דו קום זיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא.
זכותו יגן עלינו.

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:38 pm

· #456716
ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:23 pm

· #456719
ליטוואק פון בודאפעסט
מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדע סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט. "יונגעלייט אין א"י גייען אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!"

שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביים לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat".
אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומען און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מיין רביצין וועט דארט גיין, און דו קום זיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא.
זכותו יגן עלינו.

זייער א שיינע מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאכל, ווייל נאר מיט דעם זענען זיי געווען ביזי. מוסדות'ער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז דאך ביטול תורה. קיין הונדערסטל פרעשור וואס א רבי האט, האט די גרעסטע ראש ישיבה.

און צו דיין שאלה ווען דו זעהסט איינעם אזוי זיך אויפפירן דארפסטו דאס פארענטפערן, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ' אין צוויי מהלכים.

אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.

את"ל עס איז אן עולה, זאגט אויף דעם די גמ' אם רואה שת"ח חטא בלילה, אל יהרהר ע"ז ביום, שמא עשה תשובה, שמא עשה תשובה? וודאי עשה תשובה.

לאמיר זאגן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:11 pm

· #456727
בוטן
ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

עס קען זיין אז ער האט אזוי געפלאנט צו טון, למעשה איז ער דאך אוועק מער ווייניגער פלוצלינג, סאו עס איז נישט געווען בכדי שיעשו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:43 pm

· #456735
מיינונגזאגער

זייער א שיינע מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאכל, ווייל נאר מיט דעם זענען זיי געווען ביזי. מוסדות'ער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז דאך ביטול תורה. קיין הונדערסטל פרעשור וואס א רבי האט, האט די גרעסטע ראש ישיבה.

און צו דיין שאלה ווען דו זעהסט איינעם אזוי זיך אויפפירן דארפסטו דאס פארענטפערן, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ' אין צוויי מהלכים.

אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.

את"ל עס איז אן עולה, זאגט אויף דעם די גמ' אם רואה שת"ח חטא בלילה, אל יהרהר ע"ז ביום, שמא עשה תשובה, שמא עשה תשובה? וודאי עשה תשובה.

ביסט צוקער זיס. ביזדערווייל איז דער 'ת"ח' נאך אין מאליבו, ממילא ווייס איך נישט ווען די תשובה איז פארגעקומען.

איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט 'ביזי מיט מוסדות, שידוכים, קוויטלעך'. עס נעמט צייט ביי אים, יא. ער ליינט קוויטלעך, זאגט אפ וואס ער זאגט, און ווייטער געגאנגען. איינער האלט אים דען פאר ווען ער מאכט א מיסטעיק? וואס דארף ער טון מיט די מוסדות? קלאפן מזוזות און בענטשן מטבעות? פלענטי ליידיגייערס וואס איך קען האבן מוסדות, און זיי לעבן א חיים טובים. וואס איז די גרויסע תורה? נאר טאמער דו רעדסט זיך איין אז די פערזענליכע צרה פון יעדער חסיד זיינער רירט אן זיין הארצן, ביסטו געקומען צו אזא מסקנא. איך האב נישט קיין סבה צו גלויבן אז סיי וועלכע פון זיי האבן אזא השגה בכלל, עס זעט בכלל נישט אויס אויף זיי אז זיי האבן אזא דאגה, ממילא איז קוויטל פראווען א חלק פון די דזשאב. וואס פעלט אויס אזא טאראראם? און דער ליובאוויטשער וואס האט געהאט אסאך מער טרדות אין זיינע טעג, האט זיך אן עצה געגעבן אן נעמען קיין שום וואקעישען א גאנץ לעבן. וויאזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן?

מיינונגזאגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:07 pm

· #456746
ליטוואק פון בודאפעסט
מיינונגזאגער
ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ'זעט איינער םירט זיך אזוי אויף, מוז איך יעצי עפעס ממציא זיין?

דאס זיךאפרו'ען האט גארנישט מיט פריצישקייט. ער קען זיך אפרו'ען ווי אונז אלע. גיין אין קאנטרי, נישט ארבעטן מער ווי די מינימום וואס איז געפאדערט פון א איד, און זיך גוט אויסשלאפן. קיינער דארף נישט מאליבו, קיינער דארף נישט קיין פריוואטע פליגע און קיינער דארף נישט קיין גרויסע פאלאטץ

מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדער סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט "יונגעלייט אין א"י גיין אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!"
שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביחם לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat".
אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומן און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מייל רביצין וועט דארט גיין, און דו קוםזיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא.
זכותו יגן עלינו
זייער א שיינער מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאוכל, ווייל מאר מיטנדעם זענען זיי געווען בי. זי. מוסדותער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז ביטול תורה. קיין הינדרעסטעל פרעשאר וואס א רבי האט, האו מיט די גרעסטע ראש ישיבה.

און צו דיין שאלה ווען די זעהסט איינעם אזוי זיך אויף פירן דארפסטו דאס פארענטפערען, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ׳ און צוויי מהלכים.

אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.

עת״ל עס איז אן עולה
זאגט אויף דעם די גמ׳ אם רואה שת״ח חטא בלילה, אל יהרהר ע״ז ביום, שמא עשה תשובה, שמה עשה תשובה? אלא ודאי עשה תשובה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

ביסט צוקער זיס. ביזדערווייל איז דער 'ת"ח' נאך אין מאליבו, ממילא ווייס איך נישט ווען די תשובה איז פארגעקומן.

איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט 'ביזי מיט מוסדות, שידוכים, קוויטלעך'. עס נעמט צייט ביי אים, יא. ער ליינט קוויטלעך, זאגט אפ וואס ער זאגט, און ווייטער געגאנגן. איינער האלט אים דען פאר ווען ער מאכט א מיסטעיק? וואס דארף ער טון מיט די מוסדות? קלאפן מזוזות און בענטשן מטבעות? פלענטי ליידיגייערס וואס איך קען האבן מוסדות, און זיי לעבן א חיים טובים. וואס איז די גרויסע תורה? נאר טאמער דו רעדסט זיך איין אז די פערזענליכע צרה פון יעדער חסיד זיינער רירט אן זיין הארצן, ביסטו געקומן צו אזא מסקנא. איך האב נישט קיין סבה צו גלויבן אז סיי וועלכע פון זיי האבן אזא השגה בכלל, עס זעט בכלל נישט אויס אויף זיי אז זיי האבן אזא דאגה, ממילא איז קוויטל פראוון א חלק פון די דזשאב. וואס פעלט אויס אזא טאראראם? און דער ליובאוויטשער וואס האט געהאט אסאך מער טרדות אין זיין טעג, האט זיך אן עצה געגעבן אן נעמן קיין שום וואקעישען אגאנץ לעבן. וויאזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן?
ישר כח שוין ווייטער ביסטו מדמה א מלאך אלוקים צו א בשר ודגים טייפ אף מענטש . מען קען נאר מדמה זיין מילתא למילתא

Sent from my iPhone using Tapatalk

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:52 pm

· #456758
לאמיר זאגן
בוטן
ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

עס קען זיין אז ער האט אזוי געפלאנט צו טון, למעשה איז ער דאך אוועק מער ווייניגער פלוצלינג, סאו עס איז נישט געווען בכדי שיעשו.

אז ס'געווען בכדי שיעשו צו שרייבן צוויי צוואות, איז געווען בכדי שיעשו צו זאגן אז דו בכור זאלסט וויסן אז האסט נישט וואס צו ווארטן, ווייל דיין יונגערע ברודער וועט דיך אויסכאפן - אין מיין באפעל

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:58 pm

· #456760
געהערט פון אומקראנטע מקורות, אז נאך וואס בעלזער רב האט געהערט איבער די סדיגורא צוואה האט ער שנעל געהייסן ברענגען זיין אייגענע צוואה.

ער האט געהאט געשריבן אז ר' אהרן מרדכי נעמט איבער, למעשה האט ער געטוישט אז אלעס גייט צום אייניקל.

ארי נוהם » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:21 am

· #456764
מיינונגזאגער
מפיל קינד
יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.

@מיינונגזאגער וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ .
איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.

ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער.
ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה.
הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.

Sent from my iPhone using Tapatalk

1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.

2. ר' אהרן בידרמן פלעגט וואוינען אין בארא פארק וואו ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר. א וואוילער איד געווען, גארנישט מער. קיין איינער האט קיין איינמאל נישט געהערט קיין ברעקל גדלות פון דעם מענטש איידער זיין איבערנעמען רבי'סטעווע. ער האט געהאט מער מזל אז זיין ברודער אין ב"ב איז נישט געווען אהוד ביי די חסידים, און דערפאר האט אים יעדער אויפגענומען אלס רבי (ענליך צו דעם האט מען געזען ביי אנדערע רבי'ס. זיין פאטער זעלבסט איז אויך געקומען איבערנעמען רבי'סטעווע פון אמעריקע, וואו ער האט פריער געוואוינט. דער היינטיגער תולדות אהרן'ער איז אויך געקומען פון אמעריקע, ועוד).

3. ר' מיילעך בידרמן איז אן עובד ה' מנעוריו, און זיין טאנצן אויפן טיש איז טשיקאוו אבער אזוי לעבט ער אויף אן עולם. ער איז נישט קיין רבי און זוכט נישט קיין רבי'סטעווע און מאכט שטענדיג אוועק די וואס ווילן אים קליידן בגינוני אדמורו"ת. דיין איבעריגע שפראך אויף אים איז נישט נאר מיאוס און איגנאראנט, נאר עס צייגט אויך אויף דיין מאס שכל. במחילה.

4. ר' נחמן איז געווען דער משפיע אין לעלוב נאך בחיי אביו. ער האט געצויגן א פרעמדע עולם נאך בחיי אביו. ער האט אסאך מעריצים איבערן וועלט, ער איז א געוואלדיגער עובד און ער ענדלט אסאך בהתנהגותו אין ר' משה מרדכי, הגם אלץ גייט מיט אן אצילות. ער איז גראדע נישט דער גרעסטער זאגער צווישן זיינע ברידער. סיי ר' מיילעך און סיי ר' חיים יוסל זענען סאך גרעסערע מגידים.

5. ר' דוד'ל איז טאקע אן עובד ה' בסילודין ומדוכא ביסורים, כדבריך.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:27 am

· #456766
ארי נוהם

1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.

אביסל פון מיין זיכרון פון וואס איך געדענק פון זקני החסידים.

רבי שמעון איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו אויף ביידע קהילות. אין חצר הקודש לעלוב אין בני ברק ווי אויך אלס ממלא מקום אין חצר הקודש קארלין. זיין ברודער רבי אברמ'לע איז אויפגענומען געווארן אלס אדמו"ר מלעלוב ירושלים.

נאך א יאר בערך האט רבי שמעון אויפגעגעבן קארלין און עס איז שפעטער געטוישט געווארן צו פינסק קארלין.

רבי אלתר האט נישט געהאט קיין סאך חסידים אין אמעריקע, נאר בערך וויפיל זיין זון פון 17 האט. רבי שמעון האט נאך בחיי אביו געהאט מער חסידים אין בארא פארק, און זיי האבן שפעטער אויך געהאט באזונדערע בתי מדרשים אין בארא פארק.

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:51 am

· #456767
מפיל קינד
ם

י.

בילדער?

תפארת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:56 am

· #456771
מקור?

תפארת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:16 am

· #456772
בוטן
ס'גייט זיך נישט ענדיגן גלאטיג, און ס'גייט ווערן אפאר סאדיגערערס.
ס'נישטא קיין גרעסערע נארישקייט ווי דעם, צו קרוינען דעם יונגן איבער אלע.

בוטן
ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

דו האלסט און איין געבן עצות ווי נאריש און ווי קלוג דער סא"ג איז און וואלט געוועהן
ס' נישט דא קיין ספיקות ס' קלאהר וואס סשטייט און צוואה וואס איז געחאתמעט געווארן דורך פינף פון זיינע מענטשען איז גענוג און ס' קומט נישט אריין צו זאגן בחייו וואס ער וויל, און כלפי דעהם וואס ער'ט מכתיר געוועהן דאס יונגערען קען מען פארשטיין לפי דעתו אז אין שני מלכים משמשין בכתר אחד במילא איז נאר דא איינער, סאדיגורא איז א מלוכה (לפי דעתו ז"ל) האט ער געהאלטן אז דער פאסיגע מלך וואס קען ווייטער פארשטעלן סאדיגורא ריזי'ן איז אט דער זוהן כ' פארשטיי אז כלפי כל העולם זעהט עס נישט מער א דזשאוק דער גאנצע מעשה אבער לשיטתו משום כבודו וכבוד החסידות וההמשכה האט ער נישט געקענט בטיטלען און זעהן די עלסטע אלס אדמו"ר מסאד"ג וממשיך הקודש ובמלוכה נאר פאר כבוד בית ריזי' דארף ישיעלע זיין
עכ"פ נישט מוכרח אז ער'ז געוועהן א טיפש אדער נישט קלוג נאר אפשר גאר פארקערט ער האפ פשוט פונקטליך געשריבן וואס ער'ט געוואלט...
איין זאך פארשטיי איך נישט וואס טוט זיך מיט דער רעבעצין ממה נפשך וצ"ע ודו"ק כי קצרתי

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 9:05 am

· #456774
ימים ידברו

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 9:36 am

· #456776
און ווען עס איז נישט קיין מלוכה, איז וואס?

איינער קען מסביר זיין וואס איז דא די פראבלעם. פארוואס איז די עלטסטער מער פאסיג ווי דער וואס האט איבערגענומן? וואס האט ער, וואס טוט ער, וואס קען ער?

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:33 am

· #456777
קען זיין אז וויבאלד אין ריזון איז געװען דער מנהג אז די אדמור פירט זיך אזוי עניותדיג האט ער דוקא געזיכט די איידעלערע סארט און דערפאר האט ער אויסגעוועהלט ר' יהושע העשיל

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:11 am

· #456781
ארי נוהם
מיינונגזאגער
מפיל קינד
יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.

@מיינונגזאגער וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ .
איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.

ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער.
ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה.
הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.

Sent from my iPhone using Tapatalk

1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.

2. ר' אהרן בידרמן פלעגט וואוינען אין בארא פארק וואו ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר. א וואוילער איד געווען, גארנישט מער. קיין איינער האט קיין איינמאל נישט געהערט קיין ברעקל גדלות פון דעם מענטש איידער זיין איבערנעמען רבי'סטעווע. ער האט געהאט מער מזל אז זיין ברודער אין ב"ב איז נישט געווען אהוד ביי די חסידים, און דערפאר האט אים יעדער אויפגענומען אלס רבי (ענליך צו דעם האט מען געזען ביי אנדערע רבי'ס. זיין פאטער זעלבסט איז אויך געקומען איבערנעמען רבי'סטעווע פון אמעריקע, וואו ער האט פריער געוואוינט. דער היינטיגער תולדות אהרן'ער איז אויך געקומען פון אמעריקע, ועוד).

3. ר' מיילעך בידרמן איז אן עובד ה' מנעוריו, און זיין טאנצן אויפן טיש איז טשיקאוו אבער אזוי לעבט ער אויף אן עולם. ער איז נישט קיין רבי און זוכט נישט קיין רבי'סטעווע און מאכט שטענדיג אוועק די וואס ווילן אים קליידן בגינוני אדמורו"ת. דיין איבעריגע שפראך אויף אים איז נישט נאר מיאוס און איגנאראנט, נאר עס צייגט אויך אויף דיין מאס שכל. במחילה.

4. ר' נחמן איז געווען דער משפיע אין לעלוב נאך בחיי אביו. ער האט געצויגן א פרעמדע עולם נאך בחיי אביו. ער האט אסאך מעריצים איבערן וועלט, ער איז א געוואלדיגער עובד און ער ענדלט אסאך בהתנהגותו אין ר' משה מרדכי, הגם אלץ גייט מיט אן אצילות. ער איז גראדע נישט דער גרעסטער זאגער צווישן זיינע ברידער. סיי ר' מיילעך און סיי ר' חיים יוסל זענען סאך גרעסערע מגידים.

5. ר' דוד'ל איז טאקע אן עובד ה' בסילודין ומדוכא ביסורים, כדבריך.
קודם לאמיר אנהייבן מיט דיין פערזענליכער אטאקע איבער מעלת כבודי שאינן מן העניין בכלל. עס קען געזאגט ווערן אויף אן אויפן ווי די ״די פרעכער שפראך פעהלט בכלל נישט אויס, און ביטע שרייבט מער איינגעהאלטן אויף אן ערליכער איד״ עס ווייזט גארנישט אויף מיין יא אדער נישט שכל. די קענסט זאגען אז עס ווייזט אויף מיין פערסאנא און איך וואלט מעריץ גווען דעם פסק און עס איינגשלינגען.

והנה איך זעה אז די האסט עטוואס באקאנטשאפט אין די לעלובער דינאסטיע אבער נאך אלץ איז דיין אינפארמאציע נישט קאמפלעט. לאמיר דיך אנפילן די בלענקס.

ר׳ שמעו׳לע (גערופן אזוי בלשון חיבה) האט זיך געצויגן קיין אמעריקא (קראון הייטס, און דערנאך ב״פ) אין די שפעטע ל׳ יארן נאכן נישט האבן קיין לחם לאכול דארט אין ארץ הקודש, און ווי אויך איז ער געווען א שווערער קאמפיטעשאן צו זיין עלטערע ברידער ר׳ אברהם׳לע (אויך לשון חיבה)

ר׳ שמעו׳לע איז גיזעסען על התורה והעבודה יומם ולילה, ממש לא פסיק פימיה. זיין הייליגער פאטער רמ״מ ז״ל האט נישט זיך גיוואלט דרייען אין די געגענטווארט ווי מיין שמעון לערנט כדי עם נישט צו שטערן. די חסידים פון רמ״מ ז״ל האבן דאס אנגעמערקט האבן זיי צוביסלאך צוגעשארט צו עים בחיי אביו. וואס דאס האט שטארק מצער געווען ר׳ אברהם׳לע (וואס איז נישט געווען אוועק צו מאכן) דער פאטער האט דאס צוגעזעהן האט ער מייעץ געווען ר׳ שמעון זיין זוהן צו פארן קיין אמעריק און די אמעריקאנער אידן וועלן זיך אויף עים אומקוקען אןן מחשיב זיין, אזוי וועט ער האבן פרנסה בדרך כבוד און אויך נישט זיין א שטער פאר די עלטערער ברידער.

קומענדיג קיין אמעריקא האט די עם-ריקא נישט אנערקענט אדער געוויסט וואספארא לייב דער ר׳ שמעון איז, ער האט זיך ווייטער געפערליך געמוטשעט אויףפרנסה צו שטען לחם ךפי הטף וואס יר האט נאך דאן גיהאט אין שטוב.

אבער ר׳ שמעון איז זיך נישט מתרעם, און גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש זיינער.
תשמ״ז כ״ד טבת איז נצחו עראלים פון די לעלובער חסידים. אלע כאיש אחד האבן געשריגען ר׳ שמעון ימלוך עלינו שוין ביי די לויה.
טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, נאכן זיך איינבעטן פון די פני החסידים פון ר׳ זלמן בריזל ז״ל ר׳ אברהם שוורץ ז״ל און נאך. האט ר׳ שמעון זצ״ל אןנטער די דרוק איבער גענומען דאס שרביט הזהב.

מאוו פארווערד 35 יאר און די היסטאריע ריפיטס

אן עקסטערע תגובה פארוואס די חסידים האבן געהייערט ר׳ אהרן די מגי״ש פון סאטמאר.
המשך יבוא

Sent from my iPhone using Tapatalk

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:22 am

· #456782
וואס האט ר'שמעון געהאט מיט קארלין?

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:32 pm

· #456785
תפארת

עכ"פ נישט מוכרח אז ער'ז געוועהן א טיפש אדער נישט קלוג נאר אפשר גאר פארקערט ער האפ פשוט פונקטליך געשריבן וואס ער'ט געוואלט...
איין זאך פארשטיי איך נישט וואס טוט זיך מיט דער רעבעצין ממה נפשך וצ"ע ודו"ק כי קצרתי

אלס א שטיקל מעריץ פון דער בעל אבירי-ים ז"ל מחמת א קליינע שייכות וואס איך האב געהאט מיט דעם הויף, וואלט איך געוואלט זאגן א שטיקל טעאריע, אפשר אביסל א נארישע, אבער סאיז יש-בו-כדי-ללמד-זכות אויף די החלטה, הגם מקען זאגן וואס מ'וויל און וויפל מ'וויל, אבער כ'פארשטיי אז סבאדערט אביסל פאר מענטשן וואסי פשט פון דעם אז ער האט מכתיר געווען בנו הקטן, און על כל פנים זיך נישט צונויפ-גערעדט מיט די אנדערע זון אז זיי זאלן לכה"פ וויסן וואס ס'ווארט זיי אפ.
לבי אומר לי אז דער איד האט געהאט א וויזיע אויף זיין לאחר-אריכות-ימים-ושנים, ער האט נישט געפלאנט צו שטארבן אזוי שנעל (עכ"פ אין זיינע געזונטע יארן) און פאר דעם האט זיך געקענט איינבאקן ביי עם דעם רעיון אז ער וועט מאכן זיין יונגע זון פאר רבי, און האט געהאפט אז ביז אהין וועט שוין דער חצר זיין בכדי חלוקה אז מ'וועט קענען מאכן די ברודערס אלס מכובדיגע רבנים אדער קלענערע אדמו"רים ווי נוסח לעלוב וכדומה. ווען ער זאל וויסן מראשית הנהגתו אז ער וועט עס איבערלאזן גאנץ פרי מיט א קליינע צאל חסידים וואס איז נישט בכדי חלוקה וואלט ער מן הסתם גענומען אין חשבון אז ער קען נישט מצער זיין דעם עלטערן זון און ער וואלט שנעל גונז געווען זיין חלום פון מכתיר זיין דעם קליינע. דא עקא, אז ער איז שנעל קראנק געווארן, אבער די זיסע חלום פון איבערלאזן זיין חשובסטע זון אלס ממלא מקום האט שוין קונה-שביתה געווען ביי עם און ער האט נישט געקענט פועלן ביי זיך צו טוישן און מוותר זיין אויף די פלאן.
לעומת זאת די רעבעצין וואס איז יא געבליבן דא בעלמא-הדין צוצוקוקן די חורבן וואס געשעט דא און די פירוד-לבבות פון די משפחה (וואס אויב מיין טאטע וואלט דאס געטון צו מיר וואלטיך עם מסתמא נישט מוחל געווען בזה ובבא, נאכדערצו אויב איך האלט איז איך בין ראו-לאותו-איצטלא) זי טראכט יא ווי מדארף צו טראכטן נארמאל און מהאי-טעמא האט זי מסתם געוואלט טוישן אדער עכ"פ מאכן א פשרה אין די צוואה. סאיז נישט מער ווי נארמאל אז א מאמע זאל וועלן די טובה פון אירע קינדער און משפחה, און דער טאטע וואלט ווען אויך אזוי געוואלט אויב וואלט ער געוויסט ווען און וואס סוועט געשען.

איך זאג נאכאמאל, סאיז נישט מער ווי א מחשבה, איך וויל נאר אביסל דן זיין לכף זכות וויאזוי די סיטואציע האט זיך געמאכט. ואדרבא, ווער סוויל קען מוסיף אדער מגרע זיין.

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:24 pm

· #456788
[ציטאט אראפגענומען]

איז נישט די חסידות הויפט קווארטיר אויף שמואל הנביא אין ירושלים?

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:29 pm

· #456789
קאצקע ציקער
וואס האט ר'שמעון געהאט מיט קארלין?
די רמ״מ ז״ל איז געווען א תלמיד פון אברהם אלימלך פון קארלין, און אזוי ווי עס איז נישט געווען קיין ממלא מקום ווען ר׳ אברהם אלימלך ז״ל איז אוועק האט מען דאן מוריש געווען די קארלינער חסידות צו זיין נאנסטער תלמיד רמ״מ ז״ל. ווען ער איז אוועק, האבן די קארלינער חסידים די פני העדה ווי למשל הר״ר שלמה בוקשפן און ר׳ יענקל העניג מכתיר געווען ר׳ שמעו׳לע ז״ל.
ווען דער קארלין סטאלינער רבי איז גרויס געווארן זענען זיי זיך אויס געקומען (לפי כמה גרסאות) און ר׳ שמעו׳לע ז״ל האט אוועק שפאצירט פון קארלין.
אן אנדערע גירסא איז דא אז עס געווארן אן אינערליכער מחלוקה און ר׳ שמעו׳לע האט נישט געוואלט נעמען קיין צד אין די וואנזיניגער מחלוקה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:42 pm

· #456792
ווי אויך האב איך סתם אזוי געוואלט מעיר זיין אויף @אנאנים'ס באריכט:
וואס האט מען פון דעם אז דער רבי'לע איז א קדוש מרחם, און ער האט זיך פארהערט משניות אלס קינד, און אפי' געמאכט דעם הדרן ביי אן אגודה קאנוועשן?

וויסט ער עפעס אין הוויות עולם הזה אויך?
וואס טוט ער אויב א שוואנץ קומט אים מארגן פרעגן צו מען זאל אפערירן אדער נישט? א ביזנעס דיעל, שלום בית, נפשיות אישוס, חינוך?
ער האט אן הדר ריזונאי, און ער איז גאר נאנט געווען מיט רב אריאלי, געלערנט "בחברותא" מיט פלוני (לכאורה מיינט עס אז ער איז געווען א קביעות'דיגער משתתף ביי זיין אור החיים שיעור)

העלפט עס עפעס אין זיינע לידערשיפ?
אדער איי געס ער העט עס דורך סטראגלען ווי אלע אנדערע רעבעס וואס האבן אויך נישט קיין גרינעם אנונג אין געוויסע תחומים און מיט דעם אלעם האלטו זיי זיך נישט אפ צו טיילן "עצות" מיט א פרישקייט

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:43 pm

· #456793
מיינונגזאגער
קאצקע ציקער
וואס האט ר'שמעון געהאט מיט קארלין?
די רמ״מ ז״ל איז געווען א תלמיד פון אברהם אלימלך פון קארלין, און אזוי ווי עס איז נישט געווען קיין ממלא מקום ווען ר׳ אברהם אלימלך ז״ל איז אוועק האט מען דאן מוריש געווען די קארלינער חסידות צו זיין נאנסטער תלמיד רמ״מ ז״ל. ווען ער איז אוועק, האבן די קארלינער חסידים די פני העדה ווי למשל הר״ר שלמה בוקשפן און ר׳ יענקל העניג מכתיר געווען ר׳ שמעו׳לע ז״ל.
ווען דער קארלין סטאלינער רבי איז גרויס געווארן זענען זיי זיך אויס געקומען (לפי כמה גרסאות) און ר׳ שמעו׳לע ז״ל האט אוועק שפאצירט פון קארלין.
אן אנדערע גירסא איז דא אז עס געווארן אן אינערליכער מחלוקה און ר׳ שמעו׳לע האט נישט געוואלט נעמען קיין צד אין די וואנזיניגער מחלוקה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

ר' יוחנ'טשע האט איבער גענומען ר' אברהם אלימלך. ניין?

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:49 pm

· #456795
מנחם ציון
ווי אויך האב איך סתם אזוי געוואלט מעיר זיין אויף @אנאנים'ס באריכט:
וואס האט מען פון דעם אז דער רבי'לע איז א קדוש מרחם, און ער האט זיך פארהערט משניות אלס קינד, און אפי' געמאכט דעם הדרן ביי אן אגודה קאנוועשן?

וויסט ער עפעס אין הוויות עולם הזה אויך?
וואס טוט ער אויב א שוואנץ קומט אים מארגן פרעגן צו מען זאל אפערירן אדער נישט? א ביזנעס דיעל, שלום בית, נפשיות אישוס, חינוך?
ער האט אן הדר ריזונאי, און ער איז גאר נאנט געווען מיט רב אריאלי, געלערנט "בחברותא" מיט פלוני (לכאורה מיינט עס אז ער איז געווען א קביעות'דיגער משתתף ביי זיין אור החיים שיעור)

העלפט עס עפעס אין זיינע לידערשיפ?
אדער איי געס ער העט עס דורך סטראגלען ווי אלע אנדערע רעבעס וואס האבן אויך נישט קיין גרינעם אנונג אין געוויסע תחומים און מיט דעם אלעם האלטו זיי זיך נישט אפ צו טיילן "עצות" מיט א פרישקייט

א חברותה מיט ר'אשר אוראלי מיי פוט . מאכט נישט קיין סענס.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:54 pm

· #456796
מיינונגזאגער
קאצקע ציקער
וואס האט ר'שמעון געהאט מיט קארלין?
די רמ״מ ז״ל איז געווען א תלמיד פון אברהם אלימלך פון קארלין, און אזוי ווי עס איז נישט געווען קיין ממלא מקום ווען ר׳ אברהם אלימלך ז״ל איז אוועק האט מען דאן מוריש געווען די קארלינער חסידות צו זיין נאנסטער תלמיד רמ״מ ז״ל. ווען ער איז אוועק, האבן די קארלינער חסידים די פני העדה ווי למשל הר״ר שלמה בוקשפן און ר׳ יענקל העניג מכתיר געווען ר׳ שמעו׳לע ז״ל.
ווען דער קארלין סטאלינער רבי איז גרויס געווארן זענען זיי זיך אויס געקומען (לפי כמה גרסאות) און ר׳ שמעו׳לע ז״ל האט אוועק שפאצירט פון קארלין.
אן אנדערע גירסא איז דא אז עס געווארן אן אינערליכער מחלוקה און ר׳ שמעו׳לע האט נישט געוואלט נעמען קיין צד אין די וואנזיניגער מחלוקה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

קארלין איז געבליבן קארלין אונטער די ינוקא, נאך פאר די היינטיגער איז ארויסגעקומען קיין ארץ ישראל.

די זקני קארלין האבן נישט געוואלט דעם ינוקא, האבן זיי זיך אונטערגעווארפן אונטער'ן תלמיד רבי משה מרדכי מלעלוב, און געגרינדעט א נייע קהילה "זקני קארלין"

אחרי מות רבי משה מרדכי, איז רבי שמעון געווארן רבי.

קורץ נאכדעם, א יאר שפעטער בערך, האט זיך אנגעהויבן א מחלוקה מיט קארלין איבער די נאמען קארלין, און ר' שמעון איז אועקגעגאנגען. מ'האט געמאכט וואלן פאר א נייער רבי, און רבי אהרן ראזנפעלד זצ"ל האט געוואונען די רבנות.

נאך א דין תורה האט מען געטוישט די נעמען. זקני קארלין צו פינסק קארלין, און די צענטראלע קארלין צו קארלין סטאלן.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:56 pm

· #456797
מנחם ציון

ר' יוחנ'טשע האט איבער גענומען ר' אברהם אלימלך. ניין?

געוויס. מ'רעדט לאחר פטירת ר' יוחנ'טשע.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:03 pm

· #456798
פארגעסן אפאר נקודות.

די בית מדרש פינסק קארלין האבן די זקני קארלין איבערגענומען פון קארלין, וויבאלד רוב מתפללים דארט זענען געווען פון די קעגנערס צום ינוקא. דאס איז אויך געווען אין דין תורה.

ווען רבי ברוך שוחט האט אנגעהויבן נעמען געלט פון די מדינה האבן זיך אפגעטיילט די לעצטע פאר זקנים וואס זענען מתחילה געבליבן און געגרינדט קהל חסידי ירושלים. צווישן זיי ר' יוסף צענווירטה (ערשטע אדמו"ר אין חסידי ירושלים), הגרח"א פריינד (רב חסידי ירושלים), און נאך חשובי העדה.

ר' יוסל צענווירטה האט אויפגעגעבן די אדמור"ת גאנץ אנהייב, און ס'איז פארגעקומען וואלן. זיי האבן געהאט א שיינע מספר פון חשובע קאנדידאטן. צווישן די קאנדידאטן איז געווען האדמו"ר מלויצק, ברודער פון אדמו"ר מקארלין סטאלן. אבער צום סוף האט געוואונען הגר"א חנון.

והאיש משה » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:08 pm

· #456799
יעצט האט מען שוין אביסל ארויס וואס לעלוב האט מיט קארלין, קאן אבער איינער מסביר זיין וואס לעלוב קארלין האט מיט סאדיגורה???
אדער זאל איינער מאכן סדר!
ייש"כ

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:09 pm

· #456800
ברעיקינג!

עלטסטע זון ווערט האדמו"ר מסדיגורא פשעמישל!!

מ'האט יעצט געוואלט פראווענען א הכתרה אין בית המדרש הגדול, אבער די חסידים האבן נישט געלאזט און די בחורים האבן אינצווישן פארלאשן די לעקטער.

די עלטער זיידע פון מש"י, טאטע פון עקבי אבירים איז געווען סדיגורא פשעמישל.

cictim » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:18 pm

· #456802
רמ"מ האט געזאגט נאכן פטירה אז ער ווערט רבי עד כי יגדל שלה" צום סוף האט ער זיך אויסגענומען צו דאווענען ביי זיך אין לעלוב נאר זיך רופן לעלוב קארלין און ווער עס וויל קען קומען און טאקע קיינער איז נישט געקומען זיי זענען געבליבן דאווענען ביי זיי אין שול לאחריו האט ר' שמעון איבערגענומען לעלוב איז געשען עפעס ביים יארצייט כ'מיין א סטראוק עפעס אזוי האט ער געהאט א קרוב א קארלינע וואס האט עם געזאגט לאז אפ די נאמען קארלין וכך הוה

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:29 pm

· #456805
והאיש משה
יעצט האט מען שוין אביסל ארויס וואס לעלוב האט מיט קארלין, קאן אבער איינער מסביר זיין וואס לעלוב קארלין האט מיט סאדיגורה???
אדער זאל איינער מאכן סדר!
ייש"כ

גיי נאכאמאל דורך דעם אשכול און לאז אונז וויסן אין וועלכע דיטש מאיז אריינגעפאלן....
איינער האט פשוט געוואלט ברענגען א ראי' פון לעלוב איז עס שוין געווארן אן אשכול ווי דער עולם גיבט אפ מזל טוב פאר'ן נייעם אדמו"ר מ'סאדיגורא-לעלוב-קארלין-רוזין

והאיש משה » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:38 pm

· #456807
ווייסעך, כ'האב פשוט אפעלירט צו סדר...
בלאט: 1 2 3 4 5