☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #14104

אשכול אן א טיטל #14104

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14104
בלאט: 1 2 3 4 5

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:58 pm

· #456810
מנחם ציון
והאיש משה
יעצט האט מען שוין אביסל ארויס וואס לעלוב האט מיט קארלין, קאן אבער איינער מסביר זיין וואס לעלוב קארלין האט מיט סאדיגורה???
אדער זאל איינער מאכן סדר!
ייש"כ

גיי נאכאמאל דורך דעם אשכול און לאז אונז וויסן אין וועלכע דיטש מאיז אריינגעפאלן....
איינער האט פשוט געוואלט ברענגען א ראי' פון לעלוב איז עס שוין געווארן אן אשכול ווי דער עולם גיבט אפ מזל טוב פאר'ן נייעם אדמו"ר מ'סאדיגורא-לעלוב-קארלין-רוזין

אין איי וועלט וואלט זיך שוין געטון א מעקעריי אדער וואלט מען געשריבן א באס פארט צירוק צום נושא ..

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:01 pm

· #456811
מפיל קינד
מיינונגזאגער
קאצקע ציקער
וואס האט ר'שמעון געהאט מיט קארלין?
די רמ״מ ז״ל איז געווען א תלמיד פון אברהם אלימלך פון קארלין, און אזוי ווי עס איז נישט געווען קיין ממלא מקום ווען ר׳ אברהם אלימלך ז״ל איז אוועק האט מען דאן מוריש געווען די קארלינער חסידות צו זיין נאנסטער תלמיד רמ״מ ז״ל. ווען ער איז אוועק, האבן די קארלינער חסידים די פני העדה ווי למשל הר״ר שלמה בוקשפן און ר׳ יענקל העניג מכתיר געווען ר׳ שמעו׳לע ז״ל.
ווען דער קארלין סטאלינער רבי איז גרויס געווארן זענען זיי זיך אויס געקומען (לפי כמה גרסאות) און ר׳ שמעו׳לע ז״ל האט אוועק שפאצירט פון קארלין.
אן אנדערע גירסא איז דא אז עס געווארן אן אינערליכער מחלוקה און ר׳ שמעו׳לע האט נישט געוואלט נעמען קיין צד אין די וואנזיניגער מחלוקה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

קארלין איז געבליבן קארלין אונטער די ינוקא, נאך פאר די היינטיגער איז ארויסגעקומען קיין ארץ ישראל.

די זקני קארלין האבן נישט געוואלט דעם ינוקא, האבן זיי זיך אונטערגעווארפן אונטער'ן תלמיד רבי משה מרדכי מלעלוב, און געגרינדעט א נייע קהילה "זקני קארלין"

אחרי מות רבי משה מרדכי, איז רבי שמעון געווארן רבי.

קורץ נאכדעם, א יאר שפעטער בערך, האט זיך אנגעהויבן א מחלוקה מיט קארלין איבער די נאמען קארלין, און ר' שמעון איז אועקגעגאנגען. מ'האט געמאכט וואלן פאר א נייער רבי, און רבי אהרן ראזנפעלד זצ"ל האט געוואונען די רבנות.

נאך א דין תורה האט מען געטוישט די נעמען. זקני קארלין צו פינסק קארלין, און די צענטראלע קארלין צו קארלין סטאלן.

און אז מען רעדט שוין , וואס איז קהל חסידי ירושלים?

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:11 pm

· #456816
שוין געשריבן אין אן אנדער תגובה, די קנאים וואס האבן קודם געהאלטן פון די ינוקא, און זיך שפעטער אפגעטיילט ווען דער קארלינער האט געדראפט קנאות.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:11 pm

· #456817
היינט ביינאכט איז הרב מש"י פארוויילט ביים פרישן קבר שעות ארוכות. ער איז אהינגעפארן אינמיטן נאכט, געווען דארט ביחידות לאנגע שעות. זייטיגע מענטשן האבן אים צופעליג באמערקט.

נעבעך, א רחמנות... מסתמא זיך געגאנגען אויסוויינען צום טאטע'ן, פארוואס ער האט דאס געטון פאר אים...

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:57 pm

· #456820
טאקע א רחמנות, אבער ער וואלט כאטש געדארפט ווערן ראש הישיבות דסדיגורא. איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט באקומען עפעס מער ווי רב אין ירושלים.

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:25 pm

· #456824
cictim
רמ"מ האט געזאגט נאכן פטירה אז ער ווערט רבי עד כי יגדל שלה" צום סוף האט ער זיך אויסגענומען צו דאווענען ביי זיך אין לעלוב נאר זיך רופן לעלוב קארלין און ווער עס וויל קען קומען און טאקע קיינער איז נישט געקומען זיי זענען געבליבן דאווענען ביי זיי אין שול לאחריו האט ר' שמעון איבערגענומען לעלוב איז געשען עפעס ביים יארצייט כ'מיין א סטראוק עפעס אזוי האט ער געהאט א קרוב א קארלינע וואס האט עם געזאגט לאז אפ די נאמען קארלין וכך הוה
דאס איז נישט אינגאנצען ריכטיג ער האט יא געהאט וואס מיטנגעגאנגען.
און אפאר נעמען האב איך דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה.
ר׳ זלמן בריזל ז״ל
ר׳ אברהם שווארץ ז״ל
ר׳ שמואל פרוש שליט״א
ועוד ועוד.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:27 pm

· #456825
מפיל קינד
פארגעסן אפאר נקודות.

די בית מדרש פינסק קארלין האבן די זקני קארלין איבערגענומען פון קארלין, וויבאלד רוב מתפללים דארט זענען געווען פון די קעגנערס צום ינוקא. דאס איז אויך געווען אין דין תורה.

ווען רבי ברוך שוחט האט אנגעהויבן נעמען געלט פון די מדינה האבן זיך אפגעטיילט די לעצטע פאר זקנים וואס זענען מתחילה געבליבן און געגרינדט קהל חסידי ירושלים. צווישן זיי ר' יוסף צענווירטה (ערשטע אדמו"ר אין חסידי ירושלים), הגרח"א פריינד (רב חסידי ירושלים), און נאך חשובי העדה.

ר' יוסל צענווירטה האט אויפגעגעבן די אדמור"ת גאנץ אנהייב, און ס'איז פארגעקומען וואלן. זיי האבן געהאט א שיינע מספר פון חשובע קאנדידאטן. צווישן די קאנדידאטן איז געווען האדמו"ר מלויצק, ברודער פון אדמו"ר מקארלין סטאלן. אבער צום סוף האט געוואונען הגר"א חנון.
דרך אגב ר׳ יוסף צעינווירוה ז״ל האט געהאט א זוהן ר׳ אלעזר מזקני חסידי קארלין סטאלין וואס איז געווען א שוואגער מיט הרה״צ רשנ״נ זי״ע

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:28 pm

· #456826
מפיל קינד
מנחם ציון

ר' יוחנ'טשע האט איבער גענומען ר' אברהם אלימלך. ניין?

געוויס. מ'רעדט לאחר פטירת ר' יוחנ'טשע.
ריכטיג

Sent from my iPhone using Tapatalk

יהודי פשוט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:39 pm

· #456828
די צוואה האט געליקט(לכאורה בכוונה)

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:40 pm

· #456829
מיינונגזאגער
ארי נוהם
מיינונגזאגער
מפיל קינד
יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.

@מיינונגזאגער וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ .
איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.

ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער.
ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה.
הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.

Sent from my iPhone using Tapatalk

1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.

2. ר' אהרן בידרמן פלעגט וואוינען אין בארא פארק וואו ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר. א וואוילער איד געווען, גארנישט מער. קיין איינער האט קיין איינמאל נישט געהערט קיין ברעקל גדלות פון דעם מענטש איידער זיין איבערנעמען רבי'סטעווע. ער האט געהאט מער מזל אז זיין ברודער אין ב"ב איז נישט געווען אהוד ביי די חסידים, און דערפאר האט אים יעדער אויפגענומען אלס רבי (ענליך צו דעם האט מען געזען ביי אנדערע רבי'ס. זיין פאטער זעלבסט איז אויך געקומען איבערנעמען רבי'סטעווע פון אמעריקע, וואו ער האט פריער געוואוינט. דער היינטיגער תולדות אהרן'ער איז אויך געקומען פון אמעריקע, ועוד).

3. ר' מיילעך בידרמן איז אן עובד ה' מנעוריו, און זיין טאנצן אויפן טיש איז טשיקאוו אבער אזוי לעבט ער אויף אן עולם. ער איז נישט קיין רבי און זוכט נישט קיין רבי'סטעווע און מאכט שטענדיג אוועק די וואס ווילן אים קליידן בגינוני אדמורו"ת. דיין איבעריגע שפראך אויף אים איז נישט נאר מיאוס און איגנאראנט, נאר עס צייגט אויך אויף דיין מאס שכל. במחילה.

4. ר' נחמן איז געווען דער משפיע אין לעלוב נאך בחיי אביו. ער האט געצויגן א פרעמדע עולם נאך בחיי אביו. ער האט אסאך מעריצים איבערן וועלט, ער איז א געוואלדיגער עובד און ער ענדלט אסאך בהתנהגותו אין ר' משה מרדכי, הגם אלץ גייט מיט אן אצילות. ער איז גראדע נישט דער גרעסטער זאגער צווישן זיינע ברידער. סיי ר' מיילעך און סיי ר' חיים יוסל זענען סאך גרעסערע מגידים.

5. ר' דוד'ל איז טאקע אן עובד ה' בסילודין ומדוכא ביסורים, כדבריך.
קודם לאמיר אנהייבן מיט דיין פערזענליכער אטאקע איבער מעלת כבודי שאינן מן העניין בכלל. עס קען געזאגט ווערן אויף אן אויפן ווי די ״די פרעכער שפראך פעהלט בכלל נישט אויס, און ביטע שרייבט מער איינגעהאלטן אויף אן ערליכער איד״ עס ווייזט גארנישט אויף מיין יא אדער נישט שכל. די קענסט זאגען אז עס ווייזט אויף מיין פערסאנא און איך וואלט מעריץ גווען דעם פסק און עס איינגשלינגען.

והנה איך זעה אז די האסט עטוואס באקאנטשאפט אין די לעלובער דינאסטיע אבער נאך אלץ איז דיין אינפארמאציע נישט קאמפלעט. לאמיר דיך אנפילן די בלענקס.

ר׳ שמעו׳לע (גערופן אזוי בלשון חיבה) האט זיך געצויגן קיין אמעריקא (קראון הייטס, און דערנאך ב״פ) אין די שפעטע ל׳ יארן נאכן נישט האבן קיין לחם לאכול דארט אין ארץ הקודש, און ווי אויך איז ער געווען א שווערער קאמפיטעשאן צו זיין עלטערע ברידער ר׳ אברהם׳לע (אויך לשון חיבה)

ר׳ שמעו׳לע איז גיזעסען על התורה והעבודה יומם ולילה, ממש לא פסיק פימיה. זיין הייליגער פאטער רמ״מ ז״ל האט נישט זיך גיוואלט דרייען אין די געגענטווארט ווי מיין שמעון לערנט כדי עם נישט צו שטערן. די חסידים פון רמ״מ ז״ל האבן דאס אנגעמערקט האבן זיי צוביסלאך צוגעשארט צו עים בחיי אביו. וואס דאס האט שטארק מצער געווען ר׳ אברהם׳לע (וואס איז נישט געווען אוועק צו מאכן) דער פאטער האט דאס צוגעזעהן האט ער מייעץ געווען ר׳ שמעון זיין זוהן צו פארן קיין אמעריק און די אמעריקאנער אידן וועלן זיך אויף עים אומקוקען אןן מחשיב זיין, אזוי וועט ער האבן פרנסה בדרך כבוד און אויך נישט זיין א שטער פאר די עלטערער ברידער.

קומענדיג קיין אמעריקא האט די עם-ריקא נישט אנערקענט אדער געוויסט וואספארא לייב דער ר׳ שמעון איז, ער האט זיך ווייטער געפערליך געמוטשעט אויףפרנסה צו שטען לחם ךפי הטף וואס יר האט נאך דאן גיהאט אין שטוב.

אבער ר׳ שמעון איז זיך נישט מתרעם, און גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש זיינער.
תשמ״ז כ״ד טבת איז נצחו עראלים פון די לעלובער חסידים. אלע כאיש אחד האבן געשריגען ר׳ שמעון ימלוך עלינו שוין ביי די לויה.
טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, נאכן זיך איינבעטן פון די פני החסידים פון ר׳ זלמן בריזל ז״ל ר׳ אברהם שוורץ ז״ל און נאך. האט ר׳ שמעון זצ״ל אןנטער די דרוק איבער גענומען דאס שרביט הזהב.

מאוו פארווערד 35 יאר און די היסטאריע ריפיטס

אן עקסטערע תגובה פארוואס די חסידים האבן געהייערט ר׳ אהרן די מגי״ש פון סאטמאר.
המשך יבוא

Sent from my iPhone using Tapatalk
ר׳ אהרן בידרמן שליט״א וואס האט געוואוינט אין ב״פ האט חתונה געהאט דא אין אמעריקא למחברתו הטהורה בת ר׳ שלום אייזיקאוויטש ז״ל אן איידעם פון ר׳ יענקלע טשאקעווער ז״ל א שוואגער פון ר׳ משה האלבערשטאם זצ״ל פון בי״ד הגדול שבירושלים גאר א גרויסער יחסן א צאנזער אייניקעל, א שאצער אייניקעל.
א מרביץ תורה געווען אלע יארן. אין בעלזא ישיבה קטנה, אין ישיבת קול תורה, און דאן אין סאטמאר. א מתמיד עצום מאוד, א גאר שטילער איד כנוסח לעלוב, קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין פיפס איבער סיי וואספארא נושא. אפי׳ ביי זיך און טאטענס שוהל אין ב״פ אויף 43 סטריט אלץ רב האט ער נישט פארנומען דעם אויבן אן זיץ אין ביהמ״ד. מאידך גיסא דער עלצטער ברידער ר׳ אליהו האט כסדר אנגעדרייט סאמעטוכעס אין די ב״ב שוהל ביים טאטען אין ווייגארטן. אריינגעווארפן, ארויסגעווארפן. דער עולם איז פון אים געווארן סיק ענד טייערד די לעצטע פאר יאר, ע״כ האט דער עולם ממנה געווען ר׳ אהרן שליט״א וואס איז ראוי לאותו איצטלא צו פירן ווייטער די געמיינדע על מי מנוחות אן א גרויסע כאוואליעס.

Sent from my iPhone using Tapatalk

cictim » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:08 pm

· #456831
מיינונגזאגער
מפיל קינד
פארגעסן אפאר נקודות.

די בית מדרש פינסק קארלין האבן די זקני קארלין איבערגענומען פון קארלין, וויבאלד רוב מתפללים דארט זענען געווען פון די קעגנערס צום ינוקא. דאס איז אויך געווען אין דין תורה.

ווען רבי ברוך שוחט האט אנגעהויבן נעמען געלט פון די מדינה האבן זיך אפגעטיילט די לעצטע פאר זקנים וואס זענען מתחילה געבליבן און געגרינדט קהל חסידי ירושלים. צווישן זיי ר' יוסף צענווירטה (ערשטע אדמו"ר אין חסידי ירושלים), הגרח"א פריינד (רב חסידי ירושלים), און נאך חשובי העדה.

ר' יוסל צענווירטה האט אויפגעגעבן די אדמור"ת גאנץ אנהייב, און ס'איז פארגעקומען וואלן. זיי האבן געהאט א שיינע מספר פון חשובע קאנדידאטן. צווישן די קאנדידאטן איז געווען האדמו"ר מלויצק, ברודער פון אדמו"ר מקארלין סטאלן. אבער צום סוף האט געוואונען הגר"א חנון.
דרך אגב ר׳ יוסף צעינווירוה ז״ל האט געהאט א זוהן ר׳ אלעזר מזקני חסידי קארלין סטאלין וואס איז געווען א שוואגער מיט הרה״צ רשנ״נ זי״ע

Sent from my iPhone using Tapatalk

אלעזר צענווירט איז א אמעריקאנע א שוואגער פון זיין ווייב פריינד זייט גאר נישט מיט יוסל פון ירושלים

מיינונגזאגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:14 pm

· #456832

אהה, טעיתי איך האב נישט געוויסט.
וויאזוי ביסטו אזוי באקאנט ?

Sent from my iPhone using Tapatalk

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:16 pm

· #456833
אפשר קען איינער ברענגן בילדער פון די אלע לעלוב קארלינער רבי'ס וואס מ'רעדט דא.

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:20 pm

· #456834
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99_%D7%91%D7%99%D7%93%D7%A8%D7%9E%D7%9F">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%9E%D7%9F</a>
טשעק אויס דער לינק העסטע מער ווייניגער טרעפן אלע בילדער

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:24 pm

· #456835
האבעך אויך אזוי געבליקט אויף דער לינק
זעה איך אז ר' אלתר'ל האט געהאט פעסטע מחותנים
תולדות אהרן רבי ז"ל
ר' מנשה קליין
ר' נתן געשטעטנער
זוטשקא רבי אן איידעם ביי ר' מרדכי זעוועהילער
#נאט בעד

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:27 pm

· #456837
משפחת בית סאדיגער, לויט מיין קאנטאקט, וויל מ'זאל מפרסם זיין די בריוון פון די בתי דינים, פון די מאמע און די קינדער, אז אלע דריי נעמן איבער, און קיינער איז נישט משועבד צום צווייטן. איך קען עס אבער נישט פאוסטן מחמת א טעכנישע פראבלעם

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:37 pm

· #456844
יאפ. און הרב נפתלי נוסבוים פקסנ'ט אז עס איז פארבאטן מפרסם צו זיין די אנדערע צוואה. וועלכע איסור שרייבט ער נישט, אויך נישט צו עס איז דאורייתא אדער דרבנן וכו'. אבער אסור איז עס.

די סאדיגערער טענה'ן אז די צוואה לאזט בפירוש פאר די רבי משנה צו זיין כפי דעתו, און דא מאכט ער די ערשטע שינוי.

עמון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:56 pm

· #456856
שטעלט זיך נאר די פראגע, וויאזוי קען מען זאגן אנדערש ווי ס'שטייט בפירוש אינעם צוואה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:00 pm

· #456857
מיינסט זיין ווייב ווייסט נישט וואס ער האט באמת געוואלט?

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:02 pm

· #456858
ליטוואק פון בודאפעסט
מיינסט זיין ווייב ווייסט נישט וואס ער האט באמת געוואלט?

איז וואס איז די שפילעריי מיט'ן נישט שרייבן קלאר אינעם צוואה, גענוי?
ואגב, האט ער געהייסן א קלוגער, צו טון אזא קרומע זאך?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:02 pm

· #456859
ער האט געשריבן אן אנדערן, אבער בטעות מיט א צווייטע ניק.

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:03 pm

· #456860
מנחם ציון
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99_%D7%91%D7%99%D7%93%D7%A8%D7%9E%D7%9F
טשעק אויס דער לינק העסטע מער ווייניגער טרעפן אלע בילדער

אין דעם לינק זעט מען סך הכל נאר צוויי פון די אלע לעלובע רבי'ס.

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:05 pm

· #456861
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂
איך לאך פון די חתימות פון די יונגערע קינדער
זיי האבן דעם זעלבן כאראקטער ווי בחורים אין ישיבה
די שריפט מיט דעם קאטשקעריי

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:08 pm

· #456863
בוטן
מנחם ציון
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99_%D7%91%D7%99%D7%93%D7%A8%D7%9E%D7%9F
טשעק אויס דער לינק העסטע מער ווייניגער טרעפן אלע בילדער

אין דעם לינק זעט מען סך הכל נאר צוויי פון די אלע לעלובע רבי'ס.

שווער צו טרעפן איצט אלע בילדער איך וועל פרובירן אן אנדערס מאל אי"ה

יהודי פשוט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:14 pm

· #456865
יעצט ארויס געקומען א פרישע צוואה געשריבן דעם זעלבן טאג, לכאורה פאר די בני המשפחה

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:23 pm

· #456866
יהודי פשוט
די צוואה האט געליקט(לכאורה בכוונה)

מצוה לקיים דברי המת

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:39 pm

· #456867
תורה ומדע
יהודי פשוט
די צוואה האט געליקט(לכאורה בכוונה)

מצוה לקיים דברי המת

צדיקין במיתתן קרואים חיים...

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:54 pm

· #456868
אוי וועט זיך נאך דער ברודער - דער עכטע סאדוגורער - רייסן די האר פון קאפ, פארוואס ער האט זיך געלאזט, און פארוואס ער האט מסכים געווען צו די מאמע, אז אלע זאלן ווערן רבי'ס...

ווען ער האט ווען די בצים, וואלט ער זיך קעגנגעשטעלט און גע'טענה'עט, דאס האט די טאטע געוואלט און פארטיג...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:57 pm

· #456869
לכבוד שבת קודש
אוי וועט זיך נאך דער ברודער - דער עכטע סאדוגורער - רייסן די האר פון קאפ, פארוואס ער האט זיך געלאזט, און פארוואס ער האט מסכים געווען צו די מאמע, אז אלע זאלן ווערן רבי'ס...

ווען ער האט ווען די בצים, וואלט ער זיך קעגנגעשטעלט און גע'טענה'עט, דאס האט די טאטע געוואלט און פארטיג...

ממש פארקערט! ער וועט נאר פארדינן דערפון. דער וואס דארף האלטן דער עולם מיט געוואלד, וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן. די מענטשן וועמן ער וועט האבן, וועלן זיין זיינס. און טאמער דאס איז זיין תאווה, וועט ער עס באקומן.

זיך קעגן שטעלן וואלט אים געמאכט פאר א מטה אהרן אדער א 48'ער אדער גאר אן עץ'ניק. יא, אן עולם וואלט ער אפשר געהאט, אבער מיט א שלעכטע טעם אין מויל. לדורי דורות וועט ער בלייבן דער וואס האט זיך געשלאגן צו זיין רבי. פונקט ווי די צוויי רביס וועלן קיינמאל נישט הייסן נארמאל אין די אויגן פון דער וועלט, אזוי אויך יעדער וואס שלאגט זיך פאר רביסטיווע. די היסטאריא האט קלאר באוויזן אז מחלוקת שלעפט יעדעם אראפ.

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 8:28 pm

· #456871
מען קען דען מיינען אז סאדיגער ענהאלט כדי חלוקה אויף דריי צו אפילו אויף צוויי. דער עיקר זאלן זיי אלע יאריך ימים זיין על ממלכתם ועל ממונם.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 8:29 pm

· #456872
יהודי פשוט
יעצט ארויס געקומען א פרישע צוואה געשריבן דעם זעלבן טאג, לכאורה פאר די בני המשפחה

לייג ארויס

לאמיר זאגן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 9:46 pm

· #456880
ער האט עפעס שייכות דעם רבי'נס שווער ר' אשר?

בעל דרשן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:20 pm

· #456886
כלל ישראל שטייט צומישט מ'ווייסט נישט און מ'פארשטייט נישט וואס סגייט פאר וואס איז פשט פון אזא אינטערסאנטע צוואה וואס די סאדיגורא רבי האט געשריבן

דאס אז מ'האט טענות אויף זיין עלסטע זון רבי מרדכי שלום יוסף פארשטיי איך נישט
ער איז בארעכטיגט צו זיין רבי פינקט ווי אלע רביס היינט ער איז די בכור און פאר אים קומט זיך די רעביסטעווע אן קיין שום שאלה!!

דאס אז ער ווערט רבי קעגן די צוואה טוט ער נאכנישט אזא עוולה ווי אנדערע רבי'ס האבן געטון וואס דארט איז אויך געווען קלאר ווער עס זאל איבערנעמען
א שטייגער ווי אין באבוב איז קלאר געווען אז די דעת פון די באבובע רב איז געווען אז זיין זון אדמו"ר רבי בנציון שליט"א זאל איבערנעמען לאחר הסתלקות פון רבי נפתלי'טשע ז"ל און דאך האט זיך אנטוויקעלט א קהילה דערקעגן
און די זעלבע און נאך פארשידענע פלעצער ואין כן מקומו להאריך

איז ווען איך בין א סאדיגורא וואלט איך אריבער צום עלסטע זון ווייל שווער צו גלייבן אז די רבי זצ"ל האט דאס געמיינט ווייל זיין רעבעצין פארשטייט עס אויך נישט און זי פארפירט אז איר עלסטע זון זאל איבערנעמען

ווינטשן מיר א ווארימע ברכה פאר בנו הגדול הגה"צ רבי מרדכי שלום יוסף שליט"א אדמו"ר מסאדיגורא ער זאל קענען ממלא מקום זיין אבותיו הקדושים מיט א הרחבת הדעת און קענען מרומם זיין קרן התורה והחסידות און עס איז זיכער אז זיינע גרויסע הייליגע אבות וועלן אים שטיין צו די רעכטע האנט !

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:28 pm

· #456887
פארשטיי איך נישט. אויף יעדע רבי האט מען געהאט טענות פארוואס ער שרייבט נישט קיין קלארע צוואה וואס ער וויל זאל זיין לאחר מותו, און ער האט נישט פארשטאנען אז מען גייט זיך הרג'ענען. און יעצט האט איין רבי שוין קלאר מגלה דעת געווען וואס ער וויל, האט מען ווייטער טענות..

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:29 pm

· #456888
לאמיר זאגן
ער האט עפעס שייכות דעם רבי'נס שווער ר' אשר?

א פעטער, הרב אשר איז א זון פון הרב אלי' ז"ל, וואס איז איינער פון די דריי ברידער לבית שטרנבוך, וואס ר' משה איז די איינציגסטע פארבליבענע

ירמי' » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:34 pm

· #456889
[ציטאט אראפגענומען]

העיר יוא גא
📎 EfvXuCeWkAMyV3x.jpeg

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:07 pm

· #456895
ליטוואק פון בודאפעסט
מיינסט זיין ווייב ווייסט נישט וואס ער האט באמת געוואלט?

ניין. זי ווייסט אפשר וואס זי וויל, און זאגט אז ער וויל עס, ווייל איזהו איז כשר העושה רצון אשתו.

אונז זענען דא אויף ק"ש און קענען נישט פארשטיין דער צוואה, אבער איך בין זיכער אז די וואס זענען אין סאדיגורא און קענען דער גאנצע משפחה און אלע אינערליכע מעשיות, ווייסן און פארשטייען פארוואס ער האט עס געטוהן.

מיר איז נישט קיין נפק"מ ווער עס ווערט רבי דארט, אבער עס געפעלט מיר ווי אסאך מענטשן קענען נישט אראפשלינגן דער גרויסע מאדנע זאך וואס דער רבי האט געטוהן, כאילו זיי האבן בכלל געהאט שייכות מיט דער גאנצער חסידות און עס באדערט אז ער האט געטוהן עפעס וואס איז נגד המקובל.

וויפיל מאל האט מען שוין געהערט פין מענטשן זיך אויסדרוקן קעגן דער טפשות אז רבי'ס ווען רבי'ס אהן קיין שום קוואליפיקאציעס נאר אז זיי זענען דער עלטסטער, און דא פלוצלונג ווען איינער מאכט דער וואס איז דער מערסטע קוואליפיצירט (עכ"פ לדעתו) ווערט עס א חידוש.

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:29 pm

· #456896
ווען דער עלצטער זאל איבערנעמען, ווייל אזוי שטייט אין די צוואה, און די איבריגע זאלן אויך ווערן רעבעלעך ביי זיך אין סביבה, וואלט מען דאך פארגעסן - צו בכלל נאך געוואוסט פון סאדיגער גער פאשקאן, קאנאן...
יעצט האט דער נפטר גענומען איינעם אזאנס מאדנע, וואס צווישן אלע גייט ער 'נישט' ווי אלע, און נאך געשריבן אז נישט אלע נאר ער. [וואס דאס וואלט דאך ממילא נישט מקויים געווארן במציאות, ווייל קיין בעלי גלות גייען זיי דאך נישט ווערן, און ס'איז בהכרח ס'זאל ווערן אפאר] און זאל די וועלט זיך ספינען ווי א דריידל, און סאדיגער איז אין די נייעס פאר א לאנגע תקופה נאך...

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:39 pm

· #456897
ירמי'
[ציטאט אראפגענומען]

העיר יוא גא

נאכ׳ן דורכלייענען דעם צוואה איז בפשטות ניטא קיין אנדערן אפטייטש.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:54 pm

· #456901
בעל דרשן
כלל ישראל שטייט צומישט מ'ווייסט נישט און מ'פארשטייט נישט וואס סגייט פאר וואס איז פשט פון אזא אינטערסאנטע צוואה וואס די סאדיגורא רבי האט געשריבן

א שטייגער ווי אין באבוב איז קלאר געווען אז די דעת פון די באבובע רב איז געווען אז זיין זון אדמו"ר רבי בנציון שליט"א זאל איבערנעמען לאחר הסתלקות פון רבי נפתלי'טשע ז"ל!

איך וואלט נישט רעאגירט, בליקנדיג אויף די היסטאריע פון דיינע תגובות. אבער איך וויל נאר זיכער מאכן אז איך פארשטיי קלאר וואס דו זאגסט.

אין סדיגורא איז נישט קלאר נאר כלל ישראל איז גוט צומישט, מ'ווייסט פשוט נישט וואס דער רבי האט געוואלט, אבער אין באבוב איז געווען קלאר אפי' אן קיין צוואה, דאס האסטו געזאגט?

פאר מיר איז נישט קלאר פארוואס רבי נפתל'טשע מעג נישט האבן א מיינונג איבער זיין ממלא מקום נאר ר' שלמה. יעדער ווייסט וועמען ר' נפתל'טשע האט געוואלט.

בעל דרשן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:01 am

· #456906
אין סאדיגורא איז דא קלארע צוואה
און אין באבוב איז געווען קלאר די דעת פון די דברי שלמה אז זיין זון רבי נפתלי זאל איבערנעמען און זיין זון רבי בנציון רב הצעיר וואס רב הצעיר מיינט ווייסט יעדער איינער אז ער נעמט איבער דערנאך
און טאקע דערפאר זענען אלע געהויבענע חסידים ומשמשים בקודש אריבער צו אדמו"ר רבי בנציון שליט"א אינאיינעם מיט רוב באבוב עס איז א פאקט וואס די אין דיין הארץ ווייסט גוט נאר עס פאסט אייך נישט צו מודה זיין עס טוט וויי... איך פארשטיי

און נישט אומזיסט האט 45 ביטער פארלוירען אין די דין תורה
סארי מ'האט גענומען שוחד... הא הא ווען איך פארליר שריי איך אויך שוחד שוחד בלא בלא בלא....

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:03 am

· #456908
ארויסגעקומען א בריוו פון הרב בערגער, ביי וועמען די צוואה איז געשריבן געווארן. האט איינער די בריוו?

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:09 am

· #456913
בעל דרשן
אין סאדיגורא איז דא קלארע צוואה
און אין באבוב איז געווען קלאר די דעת פון די דברי שלמה אז זיין זון רבי נפתלי זאל איבערנעמען און זיין זון רבי בנציון רב הצעיר וואס רב הצעיר מיינט ווייסט יעדער איינער אז ער נעמט איבער דערנאך
און טאקע דערפאר זענען אלע געהויבענע חסידים ומשמשים בקודש אריבער צו אדמו"ר רבי בנציון שליט"א אינאיינעם מיט רוב באבוב עס איז א פאקט וואס די אין דיין הארץ ווייסט גוט נאר עס פאסט אייך נישט צו מודה זיין עס טוט וויי... איך פארשטיי

און נישט אומזיסט האט 45 ביטער פארלוירען אין די דין תורה
סארי מ'האט גענומען שוחד... הא הא ווען איך פארליר שריי איך אויך שוחד שוחד בלא בלא בלא....

באבוב 45 איז אין פאקט מער מקובל אין די וועלט, כאטש באבוב 48 קריצט מיט די ציין. און אפשר וועגן דעם טאקע, אז ר' מרדכי דוד'ס מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם אז ס'דא נאך א באבוב און בנציון יא

Chuchem » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:10 am

· #456914
לכבוד שבת קודש
ארויסגעקומען א בריוו פון הרב בערגער, ביי וועמען די צוואה איז געשריבן געווארן. האט איינער די בריוו?

דא.
📎 IMG-20200819-WA0007.jpg

בעל דרשן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:14 am

· #456916
בוטן
בעל דרשן
אין סאדיגורא איז דא קלארע צוואה
און אין באבוב איז געווען קלאר די דעת פון די דברי שלמה אז זיין זון רבי נפתלי זאל איבערנעמען און זיין זון רבי בנציון רב הצעיר וואס רב הצעיר מיינט ווייסט יעדער איינער אז ער נעמט איבער דערנאך
און טאקע דערפאר זענען אלע געהויבענע חסידים ומשמשים בקודש אריבער צו אדמו"ר רבי בנציון שליט"א אינאיינעם מיט רוב באבוב עס איז א פאקט וואס די אין דיין הארץ ווייסט גוט נאר עס פאסט אייך נישט צו מודה זיין עס טוט וויי... איך פארשטיי

און נישט אומזיסט האט 45 ביטער פארלוירען אין די דין תורה
סארי מ'האט גענומען שוחד... הא הא ווען איך פארליר שריי איך אויך שוחד שוחד בלא בלא בלא....

באבוב 45 איז אין פאקט מער מקובל אין די וועלט, כאטש באבוב 48 קריצט מיט די ציין. און אפשר וועגן דעם טאקע, אז ר' מרדכי דוד'ס מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם אז ס'דא נאך א באבוב און בנציון יא
. איך ווייס נישט פון וועלכע וועלט די רעדסט אפשר דא אויף קאווע שטיבל אבער אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט איז רבי בנציון מער אנערקענט אלץ ממשיך לבית באבוב

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:17 am

· #456918

ממשיך מיט וואס? מיט שלום? מיט קירוב? מיט לעבן זיך גוט מיט אלע הויפן? אדער בלויז ממשיך מיט'ן נאמען האלבערשטאם.

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:25 am

· #456920
צוריק קיין סאדיגור:

מיינע צוויי סענט:
דער נייער שלום פון די רביצין, איז בלויז א פתח צו א העפטיגע מחלוקת. ס'איז נישט אפצושאצן די הירוס וואס דא איז געטון געווארן. שטעלט אייך פאר ווען מען פירט אויס די צוואה כלשונה. די ברידער וואלטן געבלאזן, און נישט סתם געבלאזן, אבער זיי וואלטן אין פאקט "גארנישט" געקענט טון. זיי וואלטן געווען גוט צובראכן, אפשר נישט גערעדט מיטן יונגן ברודער, אבער דעטס איט. סאדיגור וואלט געבליבן גאנץ און שוין.

יעצט, האט זי אנגעזייעט א פילוג. נאך אלעמען וועט די עלטערע ברודער קיינמאל נישט קומען צו זיך פונעם פארלוסט, חסידים וועלן זיך דארפן אננעמען פארן רבי'ן און מסביר זיין די מאדנע צוואה אלס נישט רעלעוואנט, מ'וועט זיך געהעריג ארומרייסן.

אויסער דעם, איז סאדיגורא נישט אזוי גרויס. צוטיילן די זאך איז סתם צע'הרג'עט די גאנצע מעשה. ס'וואלט געקענט זיין אזא שיינע חסידות. א שאד.

דאס איז דאך וואס דער נביא זאגט: בלוט זאל זיך גיסן און שלום זאל זיין!

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:35 am

· #456927
געב א טשענס.

איך האלט אז זיי וועלן לעבן בשלום ובאחדות אינאיינעם.

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:36 am

· #456928
לויט ווי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט אין די לעצטע וואך, קוקט נישט אויס.

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:40 am

· #456930
דו ווייסט וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט? דו ווייסט אז ער האט גערודערט? ביסט געווען דארט אין צימער ביי די וויכוחים? אפשר איז עס געווען די מאמע? די אנדערע ברודערס?
בלאט: 1 2 3 4 5