☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14072

אשכול אן א טיטל #14072

159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14072
בלאט: 1 2 3 4

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 5:36 pm

· #455664
ליטוואק פון בודאפעסט
ליב צו וויסן

האמיר נישט גענוג קריים אין אמעריקע אז מיר זאלן דארפן אימפארטירן פון דארטן?


גראדע נישט. קריים אין אמעריקא איז ביי אן אלל טיים לאו. און דאס האט זיך אנגעהויבן אין די קלינטאן יארן. אבער עס איז נישט צו פארדאנקן קלינטאן. דאס האט מיט א פשוט'ע נקודה, צוואנציג יאר נאך Roe v Wade זענען געבוירן געווארן ווייניגער פון די סארט קינדער וואס זענען עלול אנצוקומען צו קריים.

הייסט עס אז ס'קומט זיך טויט שטראף איידער מ'טוהט א קריים?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:09 am

· #455682
עס קומט קיינער גארנישט. פאקטן בלייבן אבער פאקטן, אז די קריים ראטע איז גאנץ קליין היינט ביחד צו די 70 יארן, נאך דעם וואס א דור איז נישט געבוירן געווארן.

אמאל מאכט זיך אז א פאליטיקאנט דארף זיך אויפבויען, און ממילא מאכט ער א צימעס פון קריים. און די פראקטישע וועג צו נידערן קריים איז אויסצולערנן די מענטשהייט אז קריים איז די שווערסטע און מערסטע אומגעלונגענע וועג ערגעץ אנצוקומן. גיב זיי אפציעס און קריים וועט בלייבן נאר פאר די נידריגסטע עלעמענט פון די סביבה, נישט פאר יעדעם

בוטן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:59 am

· #455691
כ'וויל נאר ווידער קלאר מאכן מיין נקודה וועגן 'שנאת חינם' בנוגע טראמפ.

ווען ער וואלט ווען במציאות קליא געמאכט, סיי וועלכע מעלה אמריקא האט געהאט ווען ער האט איבערגענומען, וואלט מען געהאט א סיבה עהם פיינט צו האבן - אלץ א פרעזידענט
אבער במציאות איז די עקאנעמי פיין, און ער האט נישט געלייגט דעם לאנד אין דער ערד, און לאמיר שוין זאגן איר האלט מ'וואלט אנדערש געדארפט מאכן, נו, איך האלט דו וואלסט אנדערש געדארפט אנטון דיין הויזן... אבער ער ווערט נישט 'משוגע' וועגן דעם.
אינעם ספעקטרום פון די ווארט משוגע, איז דא א מרחק גענוי ווי אוטיזעם. משוגע לדבר אחד, צו משוגע געבוירן, וכו' וכו'.
נישט ווייל ער טראכט נישט ווי דיר איז 'ער' משוגע, והא ראיה ס'דא א גרויס חלק פון פאלק וואס האלטן 'פונקט' פארקערט פון דיר!
אז דו האסט נישט ליב זיין נאז, אפי' זיין שפראך, אויך זיין צוגאנג, האט עס נישט מיט זיין דזשאב אין אפיס. ער קען זיך באשטיין זיין שטעטל לכולי עלמא.

ס'דערמאנט מיך א וויץ וואס מ'פלעגט זאגן; ביי מתנגדים זענען רבי'ס אייביג צרות. ווייל אויב איז ער קלוג איז ער א שווינדלער, אויב איז ער ערליך איז ער א שוטה...

קאם אן, די קענסט זאגן, ער איז נאריש לאותו דבר, אבער צו אונטערשטרייכן, טראמפ איז א מ.ש.ו.ג.ע.נ.ע.ר..... איז במחילת כבודכם - בעיביש נאריש און זינלאז.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 1:53 am

· #455700
ליטוואק פון בודאפעסט
עס קומט קיינער גארנישט. פאקטן בלייבן אבער פאקטן, אז די קריים ראטע איז גאנץ קליין היינט ביחד צו די 70 יארן, נאך דעם וואס א דור איז נישט געבוירן געווארן.

אמאל מאכט זיך אז א פאליטיקאנט דארף זיך אויפבויען, און ממילא מאכט ער א צימעס פון קריים. און די פראקטישע וועג צו נידערן קריים איז אויסצולערנן די מענטשהייט אז קריים איז די שווערסטע און מערסטע אומגעלונגענע וועג ערגעץ אנצוקומן. גיב זיי אפציעס און קריים וועט בלייבן נאר פאר די נידריגסטע עלעמענט פון די סביבה, נישט פאר יעדעם

א שיינע תורה. אבער וויבאלד איך קען נישט די ציפערן און איר האט עס נישט אויפגעוויזן דאן בלייבט עס דערווייל ביי מיר א פשעטל טעאריע.

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 5, 2020 7:27 pm

· #459778
איך מיין אז דאס האט מיך באוואויגן צו שטימען פאר טראמפ.....

פארטראכטער » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 12:05 am

· #459786
איך בין געווען פאר טראמפ אין 2016, אבער ער האט מיר פארלוירן ביי זיין "סענד היר בעק" ראלי.

אויב קען איך ווען צוריקגיין וואלט איך געשטומט פאר קלינטאן.

Sent from my SM-G955U1 using Tapatalk

הקטן » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:12 pm

· #460225
president-trumps-florida-rally-16-of-attendees-were-democrats-24-didnt-vote-in-2016
וואס גייט דא פאר? וואס איז זיין כח?

שמערל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:03 am

· #460376
הקטן
president-trumps-florida-rally-16-of-attendees-were-democrats-24-didnt-vote-in-2016
וואס גייט דא פאר? וואס איז זיין כח?


הQטן פרעגט שוין ווייטער שאלות, אפשר קענט איר אויך אויסזאגן תשבות?

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:02 am

· #460392
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס? וואס האסטו געזען וואס האט דיך קאנווינסט?

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:08 pm

· #460466
איך האב געטוישט מיין מיינאג אויף ביידען נאכן זעהן דאס.
https://twitter.com/GOP/status/1316836795171176453

איך מיין אז די וועג וואו אזוי די מידיע פירט זיך אויף מיט די סקאנדאל איז בכח צי מאכן די עוורעדש אן-דיסיידעד סוויטעשען צי טראמפ אדער בלייבן אינדערהיים

דוראק » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 6:44 am

· #460503
אין מײן יוגנט בין איך געוועזן אַ „רענדיסט”, געגלויבט אין אַײן רענד אויף תולה ארץ.

יעמאָלט האָב איך ניט פאַרשטאַנען ווי לעכערליך ס'איז, אַז אַ איד, אַ שומר תורה ומצוה, זאָל האַלטן באַ אַזוינע מיאוסע דיעות. און בפרט אַ איד וואָס באַמיט זיך צו לעבן זײן לעבן לויט די אָנווײזונגען פון דער הייליקער תניא קדישא.

וואָס איז געשען? כ'האָב זיך משמעות אַביסל אונטערגעוואָקסן – ניט געפערליך, איך בין אַמאָל אויך געוועזן אַ משיחיסט...

הײנט ב״ה, פאַרשטיי איך גאָרניט אין פּאָליטיק. קאָמוניזם איז טרייף און טראָמפּ איז טרייף (ביידע האָבן געהרגעט אַ פולע אידן), אַ חוץ דעם – ווייס איך ניט און איך וויל ניט וויסן.

קורקלענד » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:08 am

· #460506
טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?

הקטן » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:34 am

· #460508
orthodox-jews-show-overwhelming-support-for-trump-in-new-poll

“EXCLUSIVE: In a new national poll commissioned by @Ami_Magazine, 83% of Orthodox Jews say they're voting for President Trump, while 13% are voting for VP Biden,” Ami’s senior White House correspondent Jake Turx tweeted. “This marks a 29% swing in favor of Trump since 2016.”


The poll also found that 76% of respondents believe the media treats Trump unfairly, with 14% saying he is treated evenhandedly.







#פאני_סייט_עלערט און איך זאג נישט מיין מיינאנג

דוראק » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 8:50 pm

· #460569
קורקלענד
טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?

איר זײט גערכעט, ס'איז ניט טראָמפּ, נאָר טראָמפּיזם.

דעם גדר פון טראָרמפּיזם האָט דער ליטוואַק ערקלערט אין די קלערסטע אותיות וואָס קאָן זײן דאָ:

ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז נישט קיין שיטה פון מעדיצין אדער פון רעכט קעגן לינקס. דא איז א שיטה פון אומוויסענד, אז מ'דארף נישט וויסען די פרטים כדי מחליט צו זיין. אמעריקאנער פרייהייט מיינט, אז יעדער מיינונג איז אייניג, צו יענער ווייסט וואס ער וויל צו נישט. טאמער דו טענה'סט אז מ'דארף קודם פארשטיין די פרטים און די יסודות, ביסטו א מאסן מערדער, א דיקטאטור. דעמאקראטיא איז די תשובה צו אלסדינג, וארור האיש אשר יברר הפרטים.

עס איז נאר ווייטאגליך ווי דער עם חכם ונבון איז פארוואלגערט געווארן אין אזעלכע רעליגיעזע גלויבערס, וואס נעמן אן יעדער תורת לאקשן פון דער גוי ווי תורת משה מסיני. גויישע חכמה מעג מען לערנען, אבער גויישע קולטור און גלויבונגן?!

הקטן » זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:06 am

· #460593
קורקלענד
טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?

דו האסט דען אן אנאנג וויפיל אימוויסענדע אידען האבן זיך אנגעטרינקען נעבעך מיט בליטש ?!?
אנדער זענען אויסגעשארטבן וואו פליגען ווען א דאקטער האט זיי געגעבן hydroxychloroquine א דאנק טראמפ!!!

ווייטאגליך ווייטאגליך

הרב שיף » זונטאג אקטאבער 18, 2020 6:53 am

· #460609
געטוישט מיין מיינונג לטובתו.

הקטן » זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:25 am

· #460615
הרב שיף
געטוישט מיין מיינונג לטובתו.

ווען ? און פארוואס?
אויב איך מעג..

הרב שיף » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:52 am

· #460749
הקטן
הרב שיף
געטוישט מיין מיינונג לטובתו.

ווען ? און פארוואס?
אויב איך מעג..

ווען? במשך זיין טערמין.

פארוואס? זייער פשוט, ווען דער איז געלאפן, האט ער נישט גענפערט קיין שום זאכן זאכליך, מיר וועלן מאכן א גוטע עקנאמיע, וויאזוי? פרעג נישט איך האב עפעס א מעגע פלאן!! ס'וועט זיין ס'עט זיך טוען, עפעס געוואלדיג.

איך וועל צוימען איםליגאלע עמיגראציע, וויאזוי? זארג נישט פארלאז זיך אויף מיר, ווייסטו וואס מען וועט בויען א וואנט, נעה נישט אונז מעקסיקא וועט בויען.

איך וועל מאכען גרויסע טוישינגעןאין מיטיל מזרח! ווואס פרעגסטו, אה קען נישט זאגן, עפעס וואס נאר איך קען, קיינער האט נישט איך וועל יא, מעגסט מיר גלייבען אפי' איך וועל שיסען אויף פיפט עוועניו וועט מען נאך אלס גלייבען.

עס האט זייער שטארק אויסגעקוט ווי א מענטש וואס פארשטייט צו רעדן און די מידיע, אבער נישט אויף הלכה למעשה.

אע"פ ער האט געבויט א ביזנעס [לשיטתו פון גארנישט, ער האט דאך געירשנט נאר ממש אפאר אפגעריסענע איינצלנע מליאנען דאלער] איז ממילא טויג ער, אויב איך האב נישט געגלייבט און דעם, נאך וואס ער איז געווען א מומחה און נישט געיבן ענטפערס הלכה למעשה.

ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה, און האט געטוען און געטוען זאכליכע זאכן וואס האט געהאלפן דער אמעריקאנער בירגער. טראץ רדיפות און שמוצערייען פון מענטשן וואס האבען שטארקע ערפארונג און ציברעכען א מענטש זיין מוהט אויפצישטיין אינדערפרי, האט ער געטוהן ווייטער און צו דער זאך, ווי עס קוקט מיר אויס, אויב וועט ער קענען בלייבען פרעזידענט אויף גענוג יארן, האט נאך אמעריקע א טשאנס, ארויס צוקריכען פונעם דרך צום קומוניסטישע גן עדן.

אויב איך מעג.... וואספארא פראגע? אודאי מעגט איר.

הקטן » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 11:22 am

· #460754
הרב שיף

ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה

פארשטייט נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, ווייס איך נישט
איין זאך איז זיכער, זיין סטייל איז איז זיכער נישט קאנווענשענעל...

הרב שיף » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 11:55 am

· #460756
הקטן
הרב שיף

ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה

פארשטייט נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, ווייס איך נישט
איין זאך איז זיכער, זיין סטייל איז איז זיכער נישט קאנווענשענעל...

ער טויג נישט ווי די דעמאקראטען.

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:33 pm

· #460771
דאס קען מען ליינען ביידע וועגן.

ער טויגט, נישט ווי די דעמאקראטן!
ער טויגט נישט, (אזוי גוט) ווי די דעמאקראטן!

הרב שיף » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:43 pm

· #460773
פאליטיקאנט
דאס קען מען ליינען ביידע וועגן.

ער טויגט, נישט ווי די דעמאקראטן!
ער טויגט נישט, (אזוי גוט) ווי די דעמאקראטן!

א פאליטקאנט דארף אלעמאל זיכער מאכען אז מען זאל קענען פארשטיין זיינע ווערטער אויף ביידע'[נס] וועגען.

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:31 pm

· #460776
📎 2020-10-19.jpg
דברי חכמה מחכם הרזים חיים רייכבערג בעל מחבר "מקום מנוחת מוהר"ן האמיתי"

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 8:15 pm

· #460797
פששששי, לויט דעם וואלט דאך די "ליווינג תורה מוזעאום" געדארפט האבן א שטארקע הצלחה, הלמאי זיי עדווערטייזן אויף קול מבשר ?

חקירה: די קשיא איז אויף חיים רייכבערג, טראמפס לאיער / מגיד שיעור, אדער רבינו בחיי?

טראמפ'ס עדווייזער » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:13 am

· #460831
צו מאכן א סך הכל פון אלע טענות און מענות לאמיר עס אביסל צינעמען אין קליין געלט
סדא דא(פארשטייט זיך) צוויי שיטות מיט צוויי ארגומענטן
חד אמר: זינט דער טראמפ האט זיך אריבערגעצויגן דירה איז אמעריקע געשאנקן געווארן מיט א כוואל פון כאאס און פאניק
וחד אמר: אז טראמפ האט אויפגעטון מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט בעפאר

איז לאמיר עס פראבירן אויסצילייכן מיט א משל (הגם איך ווייס נישט ווי גוט די משל איז אבער דעיס איז מיר יעצט ארויפגעקומען אויפן געדאנק)
זיצט די טאטע ביים שבת טיש מען האט שוין געענדיגט נוקעצן, מען צושניידט דעם קוילידש אין צווייען כאפט אן איין מויצע און מיטן שפיץ זיינעם שטעכט ער אריין אינעם רואיגען בערגל זאלץ און פארעמט דערמיט א שארפן גריבל, פארשטייט זיך די בני בית וויל אויך נישט בלייבן נוקעצן איר גאנץ לעבן שטעכט ער אויכעט אריין איר לחם עוני פארמינדיג דערמיט א צווייטן גריבל אין זאלץ-לאנד און אזוי ווייטער די זעלבע מיט אלע זיבן צאן קדושיםלעך, ביי די טיים מען האט געהאלטן ביי די דיפס איז שוין שכונת זאלץ געווען אינגאנצן צישטאכן פון אלע זייטן, נאכן טועם זיין פון די יין שרף באמערקט די טאטע דעם גרויסן בראך ער דערזעהט זיך מיט א צישטאכענעם זאלץ פאלק א גוטן קאפ האט ער טראכט ווי א חסיד און נעמט זיך שאקלען דעם זאלץ מעסטל דערמיט אויסצופלאכענען די בערג און טאלן. און אזוי האט זיך געפארעמט א שמועס צווישן די זאלץ געמיינדע, רופט זיך אן זאלצי איינע פון די אידן אין דארף: האסט געזעהן דעי משוגענעם ער קומט מיר דא און הייבט אן צו באבערן און שאקלען ער דרייט אן א געפערליכע "כאאס" אלעס איז געווען דא אזוי רואיג שלום ושלווה - אמת סגעווען אפאר אומוויכטיגע גריבער אבער בדרך כלל איז אלעס געווען מסודר - יעצט קומט ער מיר דא אן און דרייט מיר אלעס איבער. רופט זיך אן זיין זאלציגע שכן: נע דו כאפסט, נישט קוק וויפיל ער האט דא אויפגעטון זינט ער איז דא אנגעקומען האט ער שוין אוועקגענומען עטליכע גריבער, גיב אים צייט וועסטע זעהן אז אלע גריבער וועלן אי"ה אוועקגיין

משל למה הדבר דומה ???

יעדער פון אונז געדענקט נאך אמאל - בעפאר דעי אנשיקעניש איז ארויף אויפן כיסא מלוכה - ווען אימער מען האט גערעדט פון פאליטיק אין יענע צייטן איז די תמצית הדברים געוועזן ווען מען האט געענדיגט א העפטיגע וויכיח אז פאליטיקאנטן קען מען נישט טראסטן וואשיגטאן איז קאראפטירט און איך האלט פון יענעם קאנדידאט ווייל......וכו', דהיינו איך ווייס אז סזענען דא געוויסע גריבלעך אבער איך בין משלים מיטן מצב און איך נעם די גוטע חלקים איינע פון די שטיפערס דארט ביים קרעמל האט אבער נישט מסכים געווען מיטן מצב (אדער מער ווי איינער נאר רוב מענטשן האבן ארויס גענומען פון די ארכיוון דאס אלט ווארט "יו קענט טשענדש סיטי האאל") און דעסיידעט זיך צו נעמען שאקלען די מעסטל און יא א כוואליע פון כאאס איז אינטערגעקומען (און לאמיר זיך נישט פאפן,יעדעס מאל אין היסטאריע ווען עס איז נאר געווען א טויש לטובה איז עס געקומען נאך אסאך כאאס און צישטערונג אנגעהויבן מיט די פארמירונג פון אונזער מלכות של חסד, און אזוי ווייטער, די באפרייאונג פון די שווארצע...וכו')

די שאלה וואס דארף זיך יעדן פרעגן איז: באדערט מיר דעי גריבעלעך????
טאמער נישט אשרי חלקך, וואוט פאר ביידן. מה לי לצרה הזאת???
טאמער יא, און די ביסט גרייט צו ווערן אביסל אויפגעשאקלט, וואוט פאר טראמפ.

יעצט וועגן די שאלה פונעם שואל אויב 'איך' האב געטוישט מיין מיינונג במשך די לעצטע פיר?
די תירוץ איז: ניין און יא
סאיז מיר דעמאלטס נישט אנגעגאנגן די גריבלעך און יעצט אויך נישט, און אין 2016 האבעך טאקע געוואוט פאר קלינטען, אבער די יאר וואוט איך אי"ה פאר טראמפ ווייל איך גלייב נישט אז סגייט נאך אמאל צוריק גיין צום אלטן, און אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

הקטן » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 6:48 am

· #460833
טראמפ'ס עדווייזער
אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג


אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער

הקטן » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:05 am

· #460840
נאך א איד וואס וואט פאר טראמפ דאס מאל צים ערשט

watch-ben-shapiro-explains-why-he-will-vote-for-trump-in-2020-after-not-voting-in-2016

טראמפ'ס עדווייזער » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:41 am

· #460843
הקטן
טראמפ'ס עדווייזער
אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג


אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

החוקר » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:45 am

· #460844
טראמפ'ס עדווייזער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

אריינלייגן בוזעם פריינט אין הויכע פאזיציעס מיט בלינדע גיטריישאפט מיר, אומאפהענגיג פון מאראל און יושר.

הקטן » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:59 am

· #460845
טראמפ'ס עדווייזער
הקטן
טראמפ'ס עדווייזער
אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג


אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???


דו ביסט פארט פין די סוואמפ? ווען מען דרענט די סוואמפ ווערסטו געשאקאלט???
ב.ד.וו. די סוואמפ איז עלייף ענד קיקאינג

קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:04 am

· #460846
החוקר
טראמפ'ס עדווייזער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

אריינלייגן בוזעם פריינט אין הויכע פאזיציעס מיט בלינדע גיטריישאפט מיר, אומאפהענגיג פון מאראל און יושר.

ווייז מיר איין פרעזידענט אין די אמעריקאנער היסטאריע וואס האט געהאט ווייניגער פריינט (מיט בלינדע געטריישאפט) אדער מער שונאים (נישט סתם שונאים נאר האסיגע) אין זיין אדמיניסטראציע קאמפּערד צו וואס טראמפּ האט געהאט.

קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:08 am

· #460847
הקטן
נאך א איד וואס וואט פאר טראמפ דאס מאל צים ערשט

watch-ben-shapiro-explains-why-he-will-vote-for-trump-in-2020-after-not-voting-in-2016

דאס איז שוין איינער וואס האט געשוואוירן ברבים אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אזאנס....

טראמפ'ס עדווייזער » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:11 am

· #460848
הקטן
טראמפ'ס עדווייזער
הקטן
טראמפ'ס עדווייזער
אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג


אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???


דו ביסט פארט פין די סוואמפ? ווען מען דרענט די סוואמפ ווערסטו געשאקאלט???
ב.ד.וו. די סוואמפ איז עלייף ענד קיקאינג
איך בין נישט פון פון די סוואמפ (גריבער) אבער איך בין א חלק פון די זאלץ (איך וואוין אין אמעריקע)

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

ארי נוהם » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:37 pm

· #460900
ג"א מצטרף להנ"ל,
להיות בין המצביעים,
לאיש צבוע זה,
שמצביע שערות ראשו,
ומצביע על הצבועים השמאלניים,
וצובע שחורות על מתנגדיו,
ועדיין אצביע לאצבע אלקים זה,

הכו"ח פק"ק ונציה
הק' יהודה ארי' די מודינה
בעמ"ס ארי נוהם

הקטן » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 10:57 pm

· #460910
און פארגיעס מאל?

ארי נוהם » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:05 pm

· #460911
הקטן
און פארגיעס מאל?

פאריגעס מאל ביך איך געווען אנטי-טראמפ (הגם אויך א מתנגד צו קלינטאן, אבער טראמפ איז געווען פיל נידעריגער)
טעיתי.
כ'וואלט אים נישט געוואלט אלס חבר, אבער אלס פרעזידענט איז ער גאר גוט, לדעתי הענייה.

נישט פאפולער אזוי צו זאגן?
נו נו, כ'קום נישט לעקן קיינע חברים.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:54 am

· #460916
זעהט אויס ער מיינט פאפולער ציווישן די עליטע ערשט קלאסיגע שריפטשטעלער'ס קלאבּ. כמעט אלע טראמפּיסטן דא זענען פון די שוואכערע קלאס.

טראמפ'ס עדווייזער » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:54 am

· #460920
קורקלענד
זעהט אויס ער מיינט פאפולער ציווישן די עליטע ערשט קלאסיגע שריפטשטעלער'ס קלאבּ. כמעט אלע טראמפּיסטן דא זענען פון די שוואכערע קלאס.
דאס איז גראדע א לאו דווקא, און דאכט זיך אז זאגן אזא סטעיטמענט הייסט ראסיזם (און איך האף אז מען דארף דיר נישט מסביר זיין די בעיה פון ראסיזם טון די פאלטשקייט וואס ליגט אינטער דעם)

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:01 am

· #460921
טראמפּ אליינס שרייט כסדר אז די poorly educated זענען מיט איהם. ער מאכט א גאנצע עסק פון יענע קלאס. אבער טראמפּ איז דאך פארט א ראסיסט.....

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:24 am

· #460931
כוויל פרעגן פון די טראמפיסטן א פשוטע קשיא, מהאלט שוין נאך פיר יאר, איז שוין America great again ?

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 9:27 am

· #460936
ס'איז געווארן בעסער, און ס'דא האפענונג אז ס'וועט נאך ווערן פיל בעסער, און דאס בכלל אז ס'איז נישט ערגער געווארן איז אויך א שטארקע מעלה.

איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:02 am

· #460941
קורקלענד
ס'איז געווארן בעסער, און ס'דא האפענונג אז ס'וועט נאך ווערן פיל בעסער, און דאס בכלל אז ס'איז נישט ערגער געווארן איז אויך א שטארקע מעלה.

איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?

געווארן בעסער מיט וואס פונקטליך?

פון מיין קוק איז אסאך געווארן ערגער, פאליטישע האס אין וואשינגטאן איז אויפן העכסטן שטאפל, אלעס כמעט אן אויסנאם (אפילו קאראנע!) איז פאליטיזירט, מקען שווער דערגרייכן עפעס ממשות, די סוואמפ איז געווארן טיפער, ערגער

סנישטא קיין לידערשיפ, קאמפאטענט פירער זענען אדער אנטלאפן אדער באזייטיגט געווארן, גאווערמענט עדזשענסיס זענען דורכגעפוילט, סאיז פוסט און לעהר, סאיז צרות רעכטס און לינקס

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:09 am

· #460944
ס'איז אלץ אדאנק טראמפּ וואס מיר האבן די פריווילעגיע צו וויסן ווי דורכגעפוילט וואשינגטאן איז... וועלכע קאמפעטענט לידער האט איבערגעלאזט וואשינגטאן אדאנק טראמפּ?

כלבאשבוע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:15 am

· #460946
קורקלענד
וועלכע קאמפעטענט לידער האט איבערגעלאזט וואשינגטאן אדאנק טראמפּ?


פרעגסט ערנסט?

די ליסט איז מוראדיג לאנג

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:22 am

· #460948
שטייערן האט ער אראפגעברענגט
פרייז פון ברענשטאף אראפגעברענגט
מרבה שלום געווען איבער די וועלט
ארויסגעגאנגען לפּחות וליותר פון די ענדלאזע קריגן
געטוהן לטובת אויפבויען די שחורים
געטוהן לטובת אידנטום
ארויסגעלאזט רובאשקין
רעפארמירט און טוהט ווייטער לטובת רעפארמירן די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם
געמאכט אמעריקע זאל אויפהערן פינאנצירן טעראר
אראפגענומען צענדליגע טויזנטער רעגולאציעס וואס זענען סתם געשטאנען אין וועג
אונז אנדעקט אין עפענטליך ווער די FBI איז באמת
אונז אנטפלעקט וויאזוי וואשינגטאן פארט אין רעאליטעט
טוהט וואס נאר מעגליך אראפצוברענגען די העלטה קעיר און מעדיצין קאסטן

וכו' וכו'

רוב פון וואס ער וויל אדורך פירן זענען זייער נישט פאפולער פאר די פאליטישע קלאס פון ביידע פארטייען און דעריבער האט ער געהאט פיל שוועריקייטן פון ביידע צדדים. ער האט נישט קיין איין פאליטישער פריינט. אפי' די וואס שפילן אויף זיין זייט אזעלכע ווי קרוז און גרעהעם ווי א טאג, איז אויך נאר ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן זייער פאזיציע ווייל די וויילער זענען משוגע פאר טראמפּ. קוק אן גרעהעם ווי שוואך ער שטייט יעצט...

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:25 am

· #460949
כלבאשבוע
קורקלענד
וועלכע קאמפעטענט לידער האט איבערגעלאזט וואשינגטאן אדאנק טראמפּ?


פרעגסט ערנסט?

די ליסט איז מוראדיג לאנג

איך האב נישט געפרעגט ווער ס'איז ארויס פון זיין אדמיניסטראציע. איך האב געפרעגט וועלכע 'קאמפעטענט לידער'. סתם א ליסטע פון פאליטיקאנטן און ביוראקראטן וואס זענען דארט צו רעפרעזענטירן סיי ווער וואס צאלט זיי פאר ווייסעך וועלכע פריוואטע אינטערעסן און זיי האבן געזען אז ס'גייט זיי נישט און האבן זיך אפגעשאקלט איז מיר נישט אינטערעסאנט.

החוקר » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:40 am

· #460960
קורקלענד
איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?


Oh yes!
די ליסט איז לאנג אבער די ערשטע וואס קומט יעצט אויפן געדאנק איז קאוויד. איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז אזא ערנסטע זאך ווי די פאנדעמיע וועט ווערן פאליטיזירט.

עס וואלט געווען אזוי גרינג עס צו האנדלן בעסער 'פאליטיש', און דער האט אנגעזעצט. נישט אז עס איז מעגליך צו האבן א פערפעקט סקאר, עס וואלט אייביג געווען טענות. אבער פון דא ביז דארט איז פאלג מיר א גאנג.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:53 am

· #460966
החוקר
קורקלענד
איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?


Oh yes!
די ליסט איז לאנג אבער די ערשטע וואס קומט יעצט אויפן געדאנק איז קאוויד. איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז אזא ערנסטע זאך ווי די פאנדעמיע וועט ווערן פאליטיזירט.

עס וואלט געווען אזוי גרינג עס צו האנדלן בעסער 'פאליטיש', און דער האט אנגעזעצט. נישט אז עס איז מעגליך צו האבן א פערפעקט סקאר, עס וואלט אייביג געווען טענות. אבער פון דא ביז דארט איז פאלג מיר א גאנג.

קאוויד איז א פאקט. וואס מ'טוהט ווען וואלט נישט געארבעט, ס'איז א טראגעדיע און מ'דארף דיעלן דערמיט. איך פארשטיי אזעלכע וואס קריטיקירן. אבער מ'דארף אויך קענען צייגן מיט וואס ביידן אדער ווייסעך ווער וואלט געווען בעסער. למשל ווי שלעכט טראמפּ איז געווען (אויב בכלל) קומט עס נישט צו די אומקאמפוטענץ פון קאמאו. דעריבער לאמיר רעדן אביסל מער בפרטיות.

וויאזוי וואלט ער עס געקענט באהאנדלן בעסער פאליטיש?

האלטסטו אז ס'איז דא א שאנס אז די דעמאקראטן וואלטן מיט איהם מיטגעאַרבעט? ווען די דעמאקראטן וואלטן געקומען צום טיש צו ארבעטן צוזאמען וואלט עס אדמיטעד אז טראמפּ טוהט גוט, און וואלט שטארק געהויבן טראמפּ'ס שאנסן פאר ווידערוויילונג, האלט איר דעם אז ס'איז דא א מציאות אז זיי וואלטן איינגעגאנגען דערפאר?

פאליטיש, אויב קאוויד וואלט געווען א סוקסעס, איז נישט קיין ספק אז טראמפּ וואלט געווינען ווידערוויילונג. אויב איז עס א שטארקער דורכפאל איז נישט קיין ספק אז ער וועט פארלירן ווידערוויילונג.

מיט די הנחה, וואס וואלט געווען די ציל פון די דעמאקראטן? טראכט און לאזט מיך וויסן.......

החוקר » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:30 pm

· #460983
על ראשון ראשון...

ביידען, קאומא, וואטעבאוטאיזם קומט דא נישט אריין. איך רעד דייקא נישט פון די עצם וויירוס נאר פון די 'פאליטישע' אספעקט דערפון.

וואס ער האט געזאלט טון??? פאר סטארטערס, זיך נישט קריגן מיט זיינע עקספערטן. אויב קענסטו נישט זען אז דאס איז פאליטיש שלעכט, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן.

קודם יא, די דעמאקראטן וואלטען זיכער מיטגעארבייט מיט אים. געדענקסט אפשר די ערשטע סטימיולעס? די לופט איז געווען אינגאנצן אנדערש. עס איז קלאר אז די פאטריאטיזם און וויליגקייט פאר געמיינזאמע צוזאמענארבעט איז געווען פיל פיל העכער ווי פאר דעם אדער ווי יעצט.

והשנית נישט אויף אלעם דארף ער צוקומען צו די דעמאקראטן. עיין לעיל נקודה 2. עס איז דא נאך פיל זאכן וואס ער וואלט געקענט טון. ברענג נישט יעצט אפאר זאכן וואס ער האט יא געטון, ווייל איך זאג נישט אז ער האט גארנישט געטון נאר אז ער האט געקענט טון פיל בעסער פאליטיש.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:49 pm

· #460994
מיינסט דעס וואלט ער געדארפט טוהן? ווען די א''ג עקספערטן פירן איהם אין בּאָד אריין ווייל זיי ארבעטן אויך לטובת בּיידען דארף ער זיי אויך פאלגן? אנטשולדיגט אבער פון וואס איך האב צוגעזען האט ער זייער גוט געטוהן מיטן זיך שלאגן מיט 'זיינע' עקספערטן...
📎 IMG-20201020-WA0025.jpg
בלאט: 1 2 3 4