וואו איז בוש אנגעקומען? ער האט געהאט א ביטערער סוף! און טאקע אט יענע סוף האט טראמפּ אויסגעמיטן!
אשכול אן א טיטל #14072
159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14072
קריינא דאיגרתאאימעדזשין פאר איין מינוט אז פון אנפאנג וויירוס וואלט טראמפ אויפגעהערט מיט זיינע בעיבישע אטאקעס און גענומען א טאהן פון א מנהיג וואס איז דא צו ארבייטן פאר די גאנצע לאנד, אזוי ווי בוש נאך 9.11. just imagine
בעיבישע אטאקעס האט זיך געהערט איבעראל ווען יאנואר 31 האט טראמפ געמאכט א פלי פארבאט פון כינע צו ראטעווען טויזענטער מענטשן און אלע דעמאקרטן צוגלייך זענען געשפרינגען און געטאנצן, דזשאו ביידען האט געטוויט איבער דעם פלי פארבאט אזוי שפעט ווי אום מערץ דער אכצענטער אז טראמפ איז עקזענעפאביק, און פארשפרייט א פאניק..., און צודרייטע פעלאסי איז געלאפן קיין כינע טאון שרייען פאר די קעמרעס אז אלעס איז פיין!
כלבאשבועקורקלענדס'איז געווארן בעסער, און ס'דא האפענונג אז ס'וועט נאך ווערן פיל בעסער, און דאס בכלל אז ס'איז נישט ערגער געווארן איז אויך א שטארקע מעלה.
איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?
געווארן בעסער מיט וואס פונקטליך?
פון מיין קוק איז אסאך געווארן ערגער, פאליטישע האס אין וואשינגטאן איז אויפן העכסטן שטאפל, אלעס כמעט אן אויסנאם (אפילו קאראנע!) איז פאליטיזירט, מקען שווער דערגרייכן עפעס ממשות, די סוואמפ איז געווארן טיפער, ערגער
סנישטא קיין לידערשיפ, קאמפאטענט פירער זענען אדער אנטלאפן אדער באזייטיגט געווארן, גאווערמענט עדזשענסיס זענען דורכגעפוילט, סאיז פוסט און לעהר, סאיז צרות רעכטס און לינקס
דאס איז אלס שריים נאך פון די "גוטע צייטן" טראמפ האט פשוט אראפגעצויגן די דאכענע
ווי קורקלענד האט שוין געשריבן, קאראנע איז א זאך וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט קרעדיטירן טראמפ, בפרט אין אן עלעקשאן יאר.
ווער עס האט זיך אויפגעפירט בעיביש און צימבלדיג, דארף מען נישט מער ווי צוריקקוקן אויף די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן אין די ערשטע טעג, ווען טראמפ האט זיך נאך -לכולי עלמא- געפירט פרעזידענטיש, און איינגעהאלטן.
ווער האט פראוועקאטירט?
ווער האט געזוכט סענזאציע?
ווער האט אויפגעבלאזן יעדע האלב געקאכטע פשט וואס מען קען אריינלערנען אין טראמפ'ס ווערטער?
ווער האט געמאכט אן עסק פון טראמפ'ס זיך ארויסכאפן א ווארט בנוגע די סטאק מארקעט?
ווער האט אטאקירט וואשינגטאן טראץ זייערע באמיאונגען צוצושטעלן פי פי אי און מאסקעס?
ווער האט קריטיקירט טראמפ אפילו ווען פאוטשי האט קלאר געזאגט אז וואס ער האט פארלאנגט האט דאס ווייסע הויז ריספאנס טיעם צוגעשטעלט 100%?
ווער עס האט זיך אויפגעפירט בעיביש און צימבלדיג, דארף מען נישט מער ווי צוריקקוקן אויף די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן אין די ערשטע טעג, ווען טראמפ האט זיך נאך -לכולי עלמא- געפירט פרעזידענטיש, און איינגעהאלטן.
ווער האט פראוועקאטירט?
ווער האט געזוכט סענזאציע?
ווער האט אויפגעבלאזן יעדע האלב געקאכטע פשט וואס מען קען אריינלערנען אין טראמפ'ס ווערטער?
ווער האט געמאכט אן עסק פון טראמפ'ס זיך ארויסכאפן א ווארט בנוגע די סטאק מארקעט?
ווער האט אטאקירט וואשינגטאן טראץ זייערע באמיאונגען צוצושטעלן פי פי אי און מאסקעס?
ווער האט קריטיקירט טראמפ אפילו ווען פאוטשי האט קלאר געזאגט אז וואס ער האט פארלאנגט האט דאס ווייסע הויז ריספאנס טיעם צוגעשטעלט 100%?
קורקלענדשטייערן האט ער אראפגעברענגט
פרייז פון ברענשטאף אראפגעברענגט
מרבה שלום געווען איבער די וועלט
ארויסגעגאנגען לפּחות וליותר פון די ענדלאזע קריגן
געטוהן לטובת אויפבויען די שחורים
געטוהן לטובת אידנטום
ארויסגעלאזט רובאשקין
רעפארמירט און טוהט ווייטער לטובת רעפארמירן די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם
געמאכט אמעריקע זאל אויפהערן פינאנצירן טעראר
אראפגענומען צענדליגע טויזנטער רעגולאציעס וואס זענען סתם געשטאנען אין וועג
אונז אנדעקט אין עפענטליך ווער די FBI איז באמת
אונז אנטפלעקט וויאזוי וואשינגטאן פארט אין רעאליטעט
טוהט וואס נאר מעגליך אראפצוברענגען די העלטה קעיר און מעדיצין קאסטן
וכו' וכו'
רוב פון וואס ער וויל אדורך פירן זענען זייער נישט פאפולער פאר די פאליטישע קלאס פון ביידע פארטייען און דעריבער האט ער געהאט פיל שוועריקייטן פון ביידע צדדים. ער האט נישט קיין איין פאליטישער פריינט. אפי' די וואס שפילן אויף זיין זייט אזעלכע ווי קרוז און גרעהעם ווי א טאג, איז אויך נאר ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן זייער פאזיציע ווייל די וויילער זענען משוגע פאר טראמפּ. קוק אן גרעהעם ווי שוואך ער שטייט יעצט...
אקעי, כהער וואס די זאגסט
כבין מחולק מיט כמעט אלע דיינע פונקטן און מקען אריינגיין אין לאנגע ויכוחים אבער כבין נישט דא אויפצווייזן אדער פרובירן איבערצודרייען מיינונגען פון מענטשן וואס האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינד
איר האט נישט אפגעמאכט וואו איר שטייט? מ'קען אייך נאך איבערעדן?
ניין, כבין אויך שוין דעסיידעט
מיין באבע האט מיר אזוי געזאגט
א מציאות וואס איך און דו געדענקען ברויך א מקור?
א מציאות וואס איך און דו געדענקען ברויך א מקור?
קריינא דאיגרתאגבור חילדזשאו ביידען האט געטוויט איבער דעם פלי פארבאט אזוי שפעט ווי אום מערץ דער אכצענטער אז טראמפ איז עקזענעפאביק, און פארשפרייט א פאניק...
מקור?
אויף די ערשטע גיי איך דיר נישט ברענגען קיין מקור, כוויל נישט פארשמירן דא צענדליגע בלעטער מיט העדליינס פון ריזיגע צייטונגען, טוויטס, און וואס נישט... געב א מיני גוגל סירטש.
אויף דיין צווייטע שאלה איבער ביידענ'ס טוויט, אט האט איר: