☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14072

אשכול אן א טיטל #14072

159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14072
בלאט: 1 2 3 4

מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 5:06 pm

· #455492
אולי ואולי איז עס לרמז צו א סוף פסוק [:]. ״סֹף פָּסֻק״ עולה ״פּרֶזידֶנט״, אויב רעכענט מען צו צום ״פּרֶזידֶנט״ די צוויי פּינטעלעך פונעם סוף פסוק אלס צוויי יו״דין (ער האט דאך א ספק צו אלס זיין שטעלונג צו... אהעם... ״יידן״ דארפן אידן יא וועלן פאר אים...) - ער וויל א סוף צו זיין פּרעזידענטשאפט... 😃
אפילו שיחת חולין שלהן...

כרם זית » מיטוואך יולי 29, 2020 5:13 pm

· #455493
@מי אני אין די זמן ווען מהאט נאך געֶשריבעֶן ''פּרֶזידֶנט'', איז נאך ניט געוועזען אזא מושג פון ''פרעזידענט''. ווארום אונדז זענען נאך געוועזען פארשקלאפט אונטער די שלעכטע דיקטאטארן.

מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 5:27 pm

· #455494
נו, איינע פון די טענות וואס ווערן ערווענט קעגן טראמפ פון זיינע קעגנערס איז זיין עהרע פאר אטאריטעריען פירערס און אז ער איז א סכנה פאר דעמאקראטיע. ועוד, זיינע שטיצער זענען אין אלגעמיין די שטארקע קאנסערוואטיוון וואס בענקען זיך צום ״גלאררייכן אמאל״ [מעיק אמעריקע גרעיט עגען]...

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:08 pm

· #455495
מי אני
נו, איינע פון די טענות וואס ווערן ערווענט קעגן טראמפ פון זיינע קעגנערס איז זיין עהרע פאר אטאריטעריען פירערס און אז ער איז א סכנה פאר דעמאקראטיע. ועוד, זיינע שטיצער זענען אין אלגעמיין די שטארקע קאנסערוואטיוון וואס בענקען זיך צום ״גלאררייכן אמאל״ [מעיק אמעריקע גרעיט עגען]...

Fiscal Conservatives און ליבערטעריענס פאר אטאריטעריאן רעגירונג.. נישטא ווער ס'אל לאכן..

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 6:10 pm

· #455496
ביידן איז נישט סיניי"ל, סקען זיך נאר מאכן פון צו צייט צו צייט וואס מ'רופט "סיניער מאמענט", און זיינע שונאים שפילן עס אויף.

אפי' את"ל אז ער וועפט יא, איז לפי האמת איז עס ביי מיר נישט מעלה ומוריד, כעל שטימען פאר איהם אפי' ער זאל זיין ברעי"ן דע"ד ווי א וועדשטעבל ל"ע. כל זמן די אנדערע אפציע איז טראמפ.

קורקלענד » מיטוואך יולי 29, 2020 6:17 pm

· #455497
גאלד
ביידן איז נישט סיניי"ל, סקען זיך נאר מאכן פון צו צייט צו צייט וואס מ'רופט "סיניער מאמענט", און זיינע שונאים שפילן עס אויף.

אפי' את"ל אז ער וועפט יא, איז לפי האמת איז עס ביי מיר נישט מעלה ומוריד, כעל שטימען פאר איהם אפי' ער זאל זיין ברעי"ן דע"ד ווי א וועדשטעבל ל"ע. כל זמן די אנדערע אפציע איז טראמפ.

פאר דער געלט קענט איר שוין שטימען פאר טראמפּ אויך....

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 6:25 pm

· #455498
כבין קראנק און מיד פון טראמפ'ס קינדישע אויפגעפירעכט זיין קורצקעפיקייט. פאר א צירקוס שפילער וואלט איך איהם געקענט דילדן. אבער פרעזידענט, איך ברעך שוין, ווי ער גראדשעט זיך מיט יעדן שמויגער, קיין שום אינטעליגענץ. גענוג.

הוגה » מיטוואך יולי 29, 2020 6:28 pm

· #455499
גאלד
אפי' את"ל אז ער וועפט יא, איז לפי האמת איז עס ביי מיר נישט מעלה ומוריד, כעל שטימען פאר איהם אפי' ער זאל זיין ברעי"ן דע"ד ווי א וועדשטעבל ל"ע. כל זמן די אנדערע אפציע איז טראמפ.

בנימין שפירא האט דער וואך געזאגט אויף די יואל ראגען פאדקעסט בנוגע טראמפ'ס זיין ביהיינד אין די פאלס:

Biden is showing that beating a dead horse is actually very tough...

קורקלענד » מיטוואך יולי 29, 2020 7:31 pm

· #455507
גאלד
כבין קראנק און מיד פון טראמפ'ס קינדישע אויפגעפירעכט זיין קורצקעפיקייט. פאר א צירקוס שפילער וואלט איך איהם געקענט דילדן. אבער פרעזידענט, איך ברעך שוין, ווי ער גראדשעט זיך מיט יעדן שמויגער, קיין שום אינטעליגענץ. גענוג.

ווען איר האט נאר א מינוט דערמאנט מיר נאר אביסעלע פון די אינטעליגענץ וואס איר געדענקט פון אובאמא, בוש, אדער קלינטאן וואס איז היפּש איבערגעשטיגן טראמפּ איצטיגע אינטעליגענץ.....

כרם זית » מיטוואך יולי 29, 2020 10:49 pm

· #455525

קורקלענד » מיטוואך יולי 29, 2020 11:15 pm

· #455529
הוגה
גאלד
אפי' את"ל אז ער וועפט יא, איז לפי האמת איז עס ביי מיר נישט מעלה ומוריד, כעל שטימען פאר איהם אפי' ער זאל זיין ברעי"ן דע"ד ווי א וועדשטעבל ל"ע. כל זמן די אנדערע אפציע איז טראמפ.

בנימין שפירא האט דער וואך געזאגט אויף די יואל ראגען פאדקעסט בנוגע טראמפ'ס זיין ביהיינד אין די פאלס:

Biden is showing that beating a dead horse is actually very tough...

די שאלה איז וואס איז וויכטיג געוואונען אין די פּאולס אדער געוואונען אין די שטים בודקע.... פּאולס זענען נאנסענס, איך קען נישט פארשטיין פארוואס א מענטש זאל זיך בכלל אינטערסירן אין אזעלכע אנקעטעס, איינער וואס ערוויילט א קאנדידאט באזירט אויף וואס אנקעטעס צייגן אפגעזען צו די אנקעטע איז יא אדער נישט אקוראט איז חוסר דעת.

חתן בחור » דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

· #455531
גאלד
כבין קראנק און מיד פון טראמפ'ס קינדישע אויפגעפירעכט זיין קורצקעפיקייט. פאר א צירקוס שפילער וואלט איך איהם געקענט דילדן. אבער פרעזידענט, איך ברעך שוין, ווי ער גראדשעט זיך מיט יעדן שמויגער, קיין שום אינטעליגענץ. גענוג.
לא המדרש עיקר אלא המעשה.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:51 pm

· #455560
פרעזידנעט טראמפ איז דער ערשטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זיך אויסצוטאן די זיידענע הענטשוך, און באהאנדלן די קאראפטירטע מידיע גענוי ווי ס'קומט זיך זיי. נאר ס'האט א פרייז! און דער פרעזידענט באצאהלט אצינד די פרייז.

דער דעמאקראטישע פארטיי באשטייט פון צוויי הויפט עלעמענטן. דער ערשטער עלעמענט זענען ווייסע שלעכטע ראסיטן וועלכע האבן געקעמפט קעגן די רעפובליקאנער אויפצולעזן שקאלעפעריי, און זענען געווען פייערדיגע שטיצער פון סערעגאציע. און מאנכע פון זיי הויפזעכליך די דאזיגע פון די דרום שטאטן, זענען גאר געווען אנגעשלאסן אין די פינצטערע קיו קלוקס קלען באנדעס. און די צווייטע עלעמענט באשטייט פון אידיאלאגישע סאציאליסטן וועלכע ווילן טראנפארמירן אמעריקע צו א מארקסיסטישע לאנד, אבער זיי זענען ווירקליך אויסגעשפראכן קעגן ראסזים.

אין וואשינגטאן איז פארהאן א קליקע פון מאכט-אויסגעהונגערטע מענטשען, וועלכע זענען נישט קיין אידיאלאגאן, זיי גלייבן נישט אין גארנישט און מיינען נישט די גוטס פון די בירגער אין לאנד, זיי זענען איינגעטינקן אין קאראפציע און זנות ביז צו די נאז. זי זענען בלויז דא זיך צו דערווארבן געלט און מאכט! דער אויסגעוועפטער יוסל ביידן און שקאלפטע פעלאוסי זענען פון די דאזיגע גרופע. זיי זענען נישט קיין ווירקליכע סאציאליסטן, אבער זיי זענען אריגענעלע אלט-געזעצענע רייכע ווייסע דעמאקראטשע ראסיסטן. אבער זיי ווילן זיך פארט דערשלאגן צו די מאכט, שטעלן זיי זיך אהער א פנים ווי זי זענען אנגעבליך אויסגעשלאסן קעגן ראסיזם. אזוי ארום האבן זיי די שטימן פון די סאציאליסטישע אנטי ראסיסטן. זיי באשולדיגען נאכאנאנד פרעזידענט טראמפ מיט ראסיזם בלויז צו געפעלן פון די סאציאליסטישע אנטי ראסיסטן מיטן ציל צו באקומען זייערע שטימען. און זיי ווייסן דייטליך אז טראמפ איז קיין ראסיסט.

און די מידיע וואס האסט טראמפ צום טויט, ווארים ער האט אויפגעדעקט זייער עקלהאפטיגע קאראפציע און פאלטשקייט, ארבייטן העפטיג מיט אינאיינעם מיט די קאראפטירטע ביידן-פעלאוסי ראסיסטישע פארבאנד. אבער דאס אמעריקאנער פאלק איז קליגער פון די אלע וואשינגטאן מאלפעס, און זיי וועלן קוקן די פאקטן אין פנים ביי די בעפארשטייענדע וואלן, און שטימן פאר א פרעזידענט וואס האט זיך צו שטאלצירן מיט זיינע אויסטערלישע לייסטונגען פארן אמעריקאנער פאלק. דאס וועט האפענטליך זיין דער ענדגלטיגער נאגל אין די טויט-קאסטן פון די פארפירישע מידיא...

נישט אומזיסט זענען אלע דעמאקראטישע סראטעגיסטן ביי די מיינונג אז אויסגעוועפטער ביידן זאל נעמען א שווארצע פרוי מיטלויפערן...
יוסל ביידן וועט אייך זאגן וואס אימער איר ווילט הערן, יעדען טאג טוישט ער זיין מיינונג. דער עקר איז וואויט פאר מיר. דאס זעלבע איז מיט די שלאנג מיט די זיבן קעפ באבי פעלאוסי.

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:11 pm

· #455563
כ'האב נישט געטוישט און כ'וועל נישט טוישן מיין מיינונג, אז טראמפ איז דער היסטארישער פירער וואס האט אויפגעוויזן אז נישט אלץ וועט זיין חושך.
איך האב געהאלטן פונעם ערשטן מינוט, אז ער האט די טשאנס צוזיין פרעזידענט, און שפעטער, אז ער 'וועט' זיין פרעזידענט. און כ'זאג נאכאלץ אז ער וועט זיין נאך פיר יאר.
נאר וואס דען, ליגענט וועל איך נישט זאגן; די נאכט פון די וואלן האב איך געקווענקלעט אויב ער וועט עס מאכן, ווייל די ריגט סיסטעם איז א כח וואס קען אומווארפן אלעס.
טראמפ איז ליידער נאר דא פאר אכט יאר, לאמיר האפן אז ער האט אויסגעטרויטן א וועג פאר א נייע בעסערע צוקונפט.

ס'איז שוין א אלטע כלל ביי מיר, אז ווען ס'שטעלט זיך אויף א געניאלע חכם, שרייען אלע טיפשים, א רוצח א גנב, א משוגענער א חזיר... אבער טראמפ איז א מציאות, און וועט קעניגן נאך פיר יארע צום בעסערן.
און ווי זאגט ער נאר דער קייזער טראמפ יר''ה? דע בעסט איז יעט טא קם!!!

מנחם ציון » דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:13 pm

· #455564
גאלד
כבין קראנק און מיד פון טראמפ'ס קינדישע אויפגעפירעכט זיין קורצקעפיקייט. פאר א צירקוס שפילער וואלט איך איהם געקענט דילדן. אבער פרעזידענט, איך ברעך שוין, ווי ער גראדשעט זיך מיט יעדן שמויגער, קיין שום אינטעליגענץ. גענוג.

מען איז ביזי דא אז טראמפ שטויסט, @ליטוואק האט דאס אויך דערמאנט אויבן
משוגע מעטארע ווער שטויסט וועמען?
דער מענטש האט יעדעס רעכט זיך נישט צו לאזן שפייען אין די קאשע!
וואס פונקטליך האסטו ערווארטעט פון אים? דו זאלסט קענען טוהן וואס דו באגערסט טאג און נאכט, אים אונטערהאקן די פרעזידענטשאפט, אויסלענדישע רעגירונגען וועלן זויגן אמעריקע ווי געניטע פאראזיטן, אבער ווען ער וויל נעמען די לייצעס אין די הענט אריין "ברעכסטו ווייל ער גראדשעט זיך מיט יעדע שמויגער"
טול קורה מבין עיניך

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:25 pm

· #455565
ווען אונז האבן ווען א חורבן, און דאס האט פאסירט אין די צייט פון טראמפ, איז דא פלאץ צו שעלטן.
ווען אונז האבן ווען 'נישט' קיין חורבן, און טראמפ פירט אונז ווייטער אנעם חורבן, קען מען מטיל ספק זיין אין זיין יכולת.
ווען ס'איז געווען א חורבן פון א לאנד, אראבערס, רוסן, כינעזער, מאכן א לעבן אויף אונזער '''פרייהייט''' און ס'קומט א גיבור און שטעלט זיך ארויס ווי א פעלזן פעסטער געביין און פראסקעט אונזערע גרעסטע שונאים - פרצוף אריין!!! ווער איז דער משוגענער צו זאגן, אז ס'איז אבסורד וואס ער טוט, אז ער איז דער ראנג מענטש אויפ'ן בענקל?

מיינע געהירן ציטערן נאך פון 911 פון נאך צענדליגע טעראר אטאקעס, וואס יארן זענען אריבער און מ'האט נישט קיין נקמה גענומען, נאר מער איינגעשרימפפן אונזער פרייהייט.
מיין וואונדער אויפ'ן אויפגעקלערטע פאלק, וואס זעט גארנישט ווי פון רעגן ביז היינט איז איין גזירה שווה פון בארג אראפ!
מיין קלארע זע-קראפט, אז ווער ס'האט שוינט שווארצע, פרויען, בהמות, טרענסגענדער, טעראר, כפירה, איליגעל, רציחה, געוואלדטאטן - און די ליסטע איז א לאנגע... יענע אט יענע, זענען לינקע, און טאקע שונאים פאר'ן יושר און ישרות, געזעץ און סדר, מענטשליכקייט און שכל, אויפבוי און גרעניצן, פארדינסט און אויפבליה.

שנאת חינם האט חרוב געמאכט אונזער עבר, אבער דעטס-אלל! גאט האט נאך אפאר מענטשן מיט שכל זאפט אין די געהירן. גאט האט ליב זיינע באשעפענישן, און האט אונז געשיקט טראמפ אלץ קייזער, דער קייזער האט ליב דעם לאנד, און האט געשיקט די קרומע זאלן זיך אליינס אויפעסן דאס הארץ, ושלום יהיה בארץ

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 11:54 am

· #455608
כהאב נישט געוואט פאר קלינטאן און אוודאי נישט פאר טראמפ ביי די לעצטע עלעקשאנס, ער איבלט מיר געפערליך און כשפיר דערנידערט אלץ א אמעריקאנער בירגער אז דאס איז מיין פרעזידענט, ער קען נישט אנהאלטן קיין נארמאלע סטעף, ער צוקריגט זיך מיט יעדן נארמאלען געלונגענעם פערזענליכקייט ביז סזענען איבערגעבליבן נאר די שוואכלינגען אזוי אז די גאנצע אדמיניטסרעשאן איז יעצט פשוט דורכגעפוילט פון קאפ ביז פוס בשעת ער איז בעיקר ביזי טאג און נאכט מיט נערישע קינדערישע מערכות

אבער דאך, פאר ישראל (איראן וכו) און פאר אידן בכלל איז ער פיין געווען און כבין געווען אין ספק אז אפשר אלץ הכרת הטוב וואלט מען יא געדארפט וואטן פאר אים דאס מאל, אבער זיין האנדלונג אין קאראנע האט פיינעלי אפגעטון מיין ספק, כבין קאנווינסט אז ער איז מסוכן און אפילו אזא פשוטע זאך ווי דאס געזונטהייט פון אמעריקאנער בירגער גייט אים אן אין די לינקע פאה

סאיז א שאד אז פון די אנדערע זייט (סיי רעפובליקאנער סיי דעמאקראטן) איז נישטא בעסערס ווי ביידען, אבער כהאב נישט קיין שום האס פאר ביידען (ער איז נישט קיין קלינטאן) און ער איז א וועטעראן פאליטישאן, זיין פראבלעם איז בעיקר אז ער איז אלט און פלעין ווענילא, א נאטינג בורגער, אבער ער איז נאך אלץ טויזענט מאל בעסער ווי טראמפ

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 12:28 pm

· #455609
וואס מיינט דאס א 'וועטעראן פאליטישאן'? וואספארא מעלה איז דאס?

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 12:58 pm

· #455610
די מעלה פון א וועטעראן פאליטישאן איז אז ער האט עקספיריענס, ער קען זיך מיט די אלע וואס זיצן ביים רודער און פארשטייט וויאזוי די גאווערמענט ארבעט אינסייד אאוט

סאיז זייער שווער און אפילו אוממעגליך דורכצופירן זאכן אן מאכן דיעלס און גוט פארשטיין וואס יענער וויל און וואס די קענסט אים געבן כדי די זאלסט באקומען וואס די ווילסט, מען דארף זיין אויסגעריבן אין יעדנס משוגעתן און עקשנות און מדארף זיך מיט יעדן קענען דורכקומען אויף עפעס א אופן, כגלייב אז דאס איז געווען א חלק פון די סיבה פארוואס אבאמא (וואס איז געוען יונג און אומערפארן) האט גענומען ביידען אלץ ווייס פרעזידענט, ער טויג זייער גוט צו דעם

גאנצל » פרייטאג יולי 31, 2020 1:54 pm

· #455615
הסברים איז זייער פיין ס'איז אבער דיבעיטעבעל

מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר

ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט אימיגראנטן איז א שטארקע ענדלאזע דיבעיט צווישן די צוויי פארטייען

ס'איז אבער קלאר ווי דער טאג אז עימעצער וואס בלאקט אימיגרענטס אריין צו קומען 'איליגעל' איז נישט קיין ראסיסט און נישט אנטי אימיגרענט ער וויל פשוט נישט הפקרות און ער וויל נישט אז איליגעל אימיגרענטס זאלן אוועק נעמען זשאבס פון אלטגעזעסענע אדער פון לעגאלע אימיגראנטן וואס האבן זיך באזעצט ע"מ להשתקע וביקש לישיב בשלוה און זיי פרעגן די הארבע קשיא פון חוטא נשכר נישט גענוג ער איז איליגעל דארף איך ףיידן ווייל ער קען זיך עפארדן ביליגערס ווי מיר צוליב זיין אומרעכט די נישט פעירנעס פון דעם שרייט דאך עד לב השמים

קומט די מידיע און האבן א פראבלעים ווייל זיי נעמען אן א אנדערע צד האבן זיי דאך א כח פון פארשפרייטן די נייעס לפי רוחם הייבן זיי אן שפילן אויף געפילן מיט ברענגען נייעס וואס זיי ווילן בלאזן מיט די טייערסטע און שטערקסטע בלאז מאשינען מאכן זיי זייער צד מיט פראפעגאנדע פון פיקן און טשויזן וואס זיי ווילן פארפירן די נייעס און בלאף און מ'דארף נישט מאריך זיין

די פוינט איז אז פאליסי ווייס טוט ער נישט עפעס אויסערארדענטליך ס'איז נאר די מידיע וואס נעמט עניטינג וואס ער טוט און מאכן דערפון א היסטעריע ראסיסטיש פאשיסטיש יו נעים איט
צומאכן א בארדער אין טשיינע ווייל זיי האבן א ווירוס האט מיט ראסיזים נאטינג צו ער דארף שרייען און הייזעריג ווערן מיט דעם אז דער וויירוס איז א טשיינע וויירוס קען מען שוין דיבעיטן אבער אויב ביסט אקעי צו זאגן אז טראמפ איז א ראסיסט פאר'ן צומאכן די בארדער בין איך אקעי מיט שרייען טשיינע וויירוס פארשטייסטו און אויב ביסט אקעי ווען פעלאוסי ווי א קינד צורייסט א סטעיט אויף יוניאן און מאכט א צירקוס מיט פענעס נאכן אונטערשרייבן די אזויגערופענע העכסט וויכטיגסטע אימפיטשמענט בין איך אקעי ווען טראמפ גרעפצט ארויס א טוויט קייגען אבאמא

ס'איז מיר נאר א וואונדער אויף נארמאלע ניקס וואס זיי פארשטייען צו די מידיע בלאף זאלן פאלן פאר זיי

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 2:01 pm

· #455617
וואס מיינט 'הפקרות' און 'נישט הפקרות'? פונקט ווי די געזעץ לאזט נישט געוויסע פארשוינן אריבער שווערצן די גרעניץ, אזוי אויך באגרעניצט די געזעץ די כח פון דער פרעזידענט. טאמער דע רפרעזידענט האלט אין איין זוכן זיך ארויס צו דרייען פון די באגרעניצונגן, און ער שפילט מיט די גבולות פון די באגרעניצונגן, איז עס פונקט אזא הפקרות ווי די מענטשן וואס שווערצו איבער די גרעניץ

און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא, לאמיר עס מאכן גרינגער געזעצליך. און אז די וואס זענען שוין דא זאל מען נישט סתם ארויס ווארפן כאילו זי זענען א באנדע הונט. זיי זענען אויך מענטשן, און מ'קען טרעפן אן עצה פאר יעדעם. טאמער אזא סארט געזעץ וואלט געקומן צוזאמען מיט געזעצן פון בעסער פארמאכן די גרעניצן, וואלטן זיי געשטימט דערפאר. אבער איינזייטיגע געזעצן, וואס פארמאכן די גרעניץ און רודפ'ן מענטשן, וואס נעמן נישט אריין די צווייטע חלק, איז ביי זיי הארצלאז.

די ראסיסטישע חלק פון זיין מהלך איז וויאזוי ער האט עס אועק געשטעלט. ריכטיג, אן אפענע גרעניץ איז אומגעזעצליך און הפקר. אבער אוועק צו שטעלן אז גאנץ אמעריקא ליידט בעיקר פון די אומלעגאלע אימיגראנטן, און אלע פראבלעמן שטאמן דערפון, אז די מעקסיקאנער וואס קומן אריבער דארף מען אנקוקן ווי מסוכנ'דיגע פארברעכערס, איז א ראסיסטישע שטעלונג. ווען גרעניצן וואלטן געווען א קליין חלק פון זיין פלאטפארם, וואלט מען עס געקענט האנדלן אלס בלויז א הפקרות ווס. נישט הפקרות נושא. למעשה איז עס א ראסיסטישע נושא.

גאנצל » פרייטאג יולי 31, 2020 2:05 pm

· #455618
איך האב נישט געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין צוויי צדדים

איך האב געזאגט אז ווען איינער נעמט א צד האט ער בס"ה גענומען א אנדערע צד און ער ווערט נאך נישט קיין ראסיסט דערפאר

די וועג ווי אזוי ער באהאנדלט עס איז ווי אזוי מענטשן וואס טוען אומלעגאלע זאכן ווערן באהאנדלט ראזער סטאון מעג מען באהאנדלן ווי א הונט אבער איליגעלס נישט פארוואס ?

איך האב נישט געהערט פון אים אז אלע פראבלעמען קומען פון אימיגראנטן ער האט ארויסגעברענגט די פראבלעים פון איליגעל אימיגרענטס וואס זיי שאפן אסאך פראבלעמען ער ברענגט עס ארויס מיט א ברייטע שפראך אזוי ער רעדט פון אלעם ער איז נשיט מקיים דעם ולא הלכתי בגדולות אבער קיין ראסיסט איז ער ניקס הערן הערט מען ווי אזוי מ'וויל הערן און דאס איז א חלק פון די מידיע

אימיגראנטן נוץ איך פאר א ביישפיל ועל הכלל כולו יצא

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 31, 2020 2:15 pm

· #455619
איך הייב שוין אן צו טראכטן אז די גאנצע קאראונע וויירוס האט טראמפ ערלעדיגט כדי ער זאל קענען פארלאנגען אפצושטופן די וואלן, פונקט ווי די קאראונע וויירוס שיגעון וועט ווארשיינדליך קיינמאל נישט קומען צו אן ענדע אזוי אויך וועט דאס אפשטופן פון די וואלן זיך קיינמאל נישט ענדיגן, מ'וועט עס אפשטופן און אפשטופן ביז זיין מאה ועשרים.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 2:21 pm

· #455620
איך זעי אז אן whataboutism ארבעט עס נישט.

וואס האט ראדזשער סטאון מיט ראסיסם איינגעלייגט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.

קאך_לעפל » פרייטאג יולי 31, 2020 2:29 pm

· #455621
ליטוואק פון בודאפעסט

בולשיט!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 2:33 pm

· #455622
פשיאא! דאס איז די קלוגסטע זאך וואס דו האסט פאבריצירט. ביסט זיכער דו ביסט דא אריינגעסיינט מיט די ריכטיגע ניק?

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 2:36 pm

· #455624
גאנצל

מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר

ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 2:38 pm

· #455625
ליטוואק וואו ווייט איך ווייס איז אובאמא פיל מער געארבעט מיט הפקרות איבערגייענדיג די גרעניצן פון געזעץ אין פיל מער פעלער פון טראמפּ. איך האב נישט ליעב זיך צו שלאגן אויף כללים. לאמיר גיין אויף פרטים. אין וועלכע ספעציפישע פאל האט איר געזען אז טראמפּ האט איבערגעטרעטן זיינע גרעניצן?

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 2:39 pm

· #455626
כלבאשבוע
גאנצל

מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר

ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?

ס'בויט זיך מיט א פעסטקייט.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 2:41 pm

· #455628
קורקלענד
כלבאשבוע
גאנצל

מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר

ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?

ס'בויט זיך מיט א פעסטקייט.

אזוי?

By May 2020, only 16 miles out of 194 miles of wall constructed under the Trump administration was not replacement fencing

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 2:47 pm

· #455629
לאמיר צוריק טרעטן א מינוט. די סיבה פארוואס דו וואלסט יא אדער נישט געהאלטן פון טראמפּ האט צו טוהן מיט די וואנט? אויב ווייז איך דיר אז ער האט יא געבויט טוישסטו דיין מיינונג? אדער ווילסטו מיר סתם דרייען די ......? אז דו ווייזט מיר אויף אז ער האט נישט געבויט גיי איך נישט טוישן מיין מיינונג, איך האב איהם נישט אריינגעוועלט פאר א וואנט. הגם וואס איך פארגין איהם עס.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 2:50 pm

· #455631
ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

גאנצל » פרייטאג יולי 31, 2020 3:02 pm

· #455632
ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי אז אן whataboutism ארבעט עס נישט.

וואס האט ראדזשער סטאון מיט ראסיסם איינגעלייגט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.

טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ.

אויף וועלכע גרעניץ פון געזעץ טרעיט ער ?

מיט ראזשער סטאון ברענג איך ארויס אז מיט א מענטשן מיט אומלעגאלע אקטיוויטעיטן פירט מען זיך אויף צו אלע די זעלבע ראסיזעם קומט נישט אריין דא

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:03 pm

· #455633
ליטוואק פון בודאפעסט

און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא.

דאס וואס דו שרייבסט דא פארענטפערט אסאך וואס דו שרייבסט ערגעץ אנדערש...

זיך שלאגן קעגן בויען א וואנט,
די Abolishment אף ICE,
גיבן רעגירונגס פראגראמען פאר סיי וועלכער איליגעל אימיגראנט,
איז פון די זאכן וואס כל אשר בשם דעמאקראט יכונה איז Pro,
(חוץ מזה צווישן די לינקע אקטיוויסטן איז דא מערערע וואס זאגן אפן און קלאר "Open borders")
אבער דאס איז א רעכטע ספין...
שיין זעהן מיר אויס..

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 3:04 pm

· #455634
כלבאשבוע
ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

סאו, אויב קיינער אויף ביידע זייטן אינטערעסירט עס נישט דאן וואו קומט עס אריין דא אין שמועס...

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:11 pm

· #455635
כלבאשבוע
ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

אוודאי נישט, צו בויען א וואנט צוריקצוהאלטן מענטשן פון אריינקומען ערגעץ איז די נעריש'סטע געדאנק וואס לייגט זיך אויפן שכל..
די בעסטע וועג צוריקצוהאלטן טרעספעססערס איז "נישט" צו בויען א וואנט..
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 3:18 pm

· #455636
ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט

און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא.

דאס וואס דו שרייבסט דא פארענטפערט אסאך וואס דו שרייבסט ערגעץ אנדערש...

זיך שלאגן קעגן בויען א וואנט,
די Abolishment אף ICE,
גיבן רעגירונגס פראגראמען פאר סיי וועלכער איליגעל אימיגראנט,
איז פון די זאכן וואס כל אשר בשם דעמאקראט יכונה איז Pro,
(חוץ מזה צווישן די לינקע אקטיוויסטן איז דא מערערע וואס זאגן אפן און קלאר "Open borders")
אבער דאס איז א רעכטע ספין...
שיין זעהן מיר אויס..

ביטע מכבד זיין מיט לינקס.

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:30 pm

· #455637
ליטוואק פון בודאפעסט

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.

זאג מיר דו מאכסט דיך אדער דו ביסט?
וועלכע בארבארישע אקטן שטיצט ער?
ער אינפאסירט סך הכל די געזעצן אויף די ביכער, די זעלבע געזעצן מיט וואס אבאמא האט זיך געפירט..
סתם פאר נייגעריקייט.. געדענקסט אפשר אז ער האט געוואלט א דיעל פאר דאק"א? ווער האט עס רעזשעקטעד און פארוואס?

ובכלליות:
וואלסט אפשר געקענט אויסשמועסן דיין בליק אויף מעקסיקאו? דו ווייסט אפשר פון דראג באנדעס דארטן?
איז פאלש צו זאגן אז אין מעקסיקאו כהיום איז דא א קולטור פון קריים אין מערערע פון אירע סטעיט'ס?
איז מעגליך אז אמעריקע'ס גענגס וועלן שטערקער ווערן אויב די גרעניץ ווערט שוואכער?
האמיר נישט גענוג קריים אין אמעריקע אז מיר זאלן דארפן אימפארטירן פון דארטן?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 3:32 pm

· #455638
ליב צו וויסן

האמיר נישט גענוג קריים אין אמעריקע אז מיר זאלן דארפן אימפארטירן פון דארטן?

גראדע נישט. קריים אין אמעריקא איז ביי אן אלל טיים לאו. און דאס האט זיך אנגעהויבן אין די קלינטאן יארן. אבער עס איז נישט צו פארדאנקן קלינטאן. דאס האט מיט א פשוט'ע נקודה, צוואנציג יאר נאך Roe v Wade זענען געבוירן געווארן ווייניגער פון די סארט קינדער וואס זענען עלול אנצוקומען צו קריים.

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:35 pm

· #455639
ליטוואק פון בודאפעסט
ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט

און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא.

דאס וואס דו שרייבסט דא פארענטפערט אסאך וואס דו שרייבסט ערגעץ אנדערש...

זיך שלאגן קעגן בויען א וואנט,
די Abolishment אף ICE,
גיבן רעגירונגס פראגראמען פאר סיי וועלכער איליגעל אימיגראנט,
איז פון די זאכן וואס כל אשר בשם דעמאקראט יכונה איז Pro,
(חוץ מזה צווישן די לינקע אקטיוויסטן איז דא מערערע וואס זאגן אפן און קלאר "Open borders")
אבער דאס איז א רעכטע ספין...
שיין זעהן מיר אויס..

ביטע מכבד זיין מיט לינקס.

לינקס אז וואס?...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 3:37 pm

· #455641
ווי איך האב געשריבן די אלע זאכן

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:40 pm

· #455642
ליטוואק פון בודאפעסט
ליב צו וויסן

האמיר נישט גענוג קריים אין אמעריקע אז מיר זאלן דארפן אימפארטירן פון דארטן?

גראדע נישט. קריים אין אמעריקא איז ביי אן אלל טיים לאו.

😂 😂 😂 גוט גוט... נו, אז אונז האמיר ווייניגער קריים דארף מען טאקע אימפארטירן מער...

BTW קריים איז "שוין נישט" ביי אן אלל טיים לאו...
(איך ווייס שוין נישט אויב די האלסט מיט די נייעס.. אדער דו דארפסט לינקס 😂 )

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:41 pm

· #455643
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי איך האב געשריבן די אלע זאכן

עפעס האסטו מיר נישט פארשטאנען... איך כאפ נאכנישט וואס...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 3:46 pm

· #455645
האסט געזאגט אז איך האב געשריבן געוויסע זאכן, און איך זוך די לינק.

דא קענסטו זען וועגן די קריים ראטע אין אמעריקא. עס זעט אויס אז די מידיא האט דיר געדרייט א קאפ מיט שרעקעדיגע סצענעס, און דו גלויבסט נאך. נאך אלע מעשיות, גלויבסטו גאנץ פיין אין די מידיא ווען עס שטימט מיט דיר.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 31, 2020 3:47 pm

· #455646
קורקלענד
כלבאשבוע
ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

סאו, אויב קיינער אויף ביידע זייטן אינטערעסירט עס נישט דאן וואו קומט עס אריין דא אין שמועס...

כהאב מיר באצויגן צו גאנצל וואס האט זיך באצויגן צו טראמפס אקאמפלישמינטס דערמאנענדיג די וואנט

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 4:03 pm

· #455649
ליטוואק פון בודאפעסט
האסט געזאגט אז איך האב געשריבן געוויסע זאכן, און איך זוך די לינק.

דא קענסטו זען וועגן די קריים ראטע אין אמעריקא. עס זעט אויס אז די מידיא האט דיר געדרייט א קאפ מיט שרעקעדיגע סצענעס, און דו גלויבסט נאך. נאך אלע מעשיות, גלויבסטו גאנץ פיין אין די מידיא ווען עס שטימט מיט דיר.

קען זיין מיין תגובה איז נישט אזוי גוט געשריבן געווארן...

איך ברענג ארויס דארט אז ווען די דעמאקראטן שטיצן די זאכן וואס כ'דערמאן דארט, איז שווער צו זאגן אז Open borders איז א רעכטע ספין...

און פאר א שטעך...(ouch!) האב איך צוגעלייגט אז וויבאלד דו נעמסט דאך יא אן אז ס'איז א רעכטע ספין, נעמט דאס אוועק קרעדיביליטי פון אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט..
כ'זעה דאך אבער אז די שטעך איז נישט געלונגען, So איך דארף דיר אפילו נישט איבערבעטן.. 😂

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 4:05 pm

· #455650
ליטוואק פון בודאפעסט
האסט געזאגט אז איך האב געשריבן געוויסע זאכן, און איך זוך די לינק.

דא קענסטו זען וועגן די קריים ראטע אין אמעריקא. עס זעט אויס אז די מידיא האט דיר געדרייט א קאפ מיט שרעקעדיגע סצענעס, און דו גלויבסט נאך. נאך אלע מעשיות, גלויבסטו גאנץ פיין אין די מידיא ווען עס שטימט מיט דיר.

איך רעד פון קריים אין די לעצטע פאר חדשים, וואס גראדע רעדט די מידיע גאר ווייניג דערפון...

קורקלענד » פרייטאג יולי 31, 2020 4:31 pm

· #455655
ליב צו וויסן
כלבאשבוע
ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

אוודאי נישט, צו בויען א וואנט צוריקצוהאלטן מענטשן פון אריינקומען ערגעץ איז די נעריש'סטע געדאנק וואס לייגט זיך אויפן שכל..
די בעסטע וועג צוריקצוהאלטן טרעספעססערס איז "נישט" צו בויען א וואנט..
😂

לויט ווי איך פארשטיי איז די וואנט טאקע נישט אזא גרויסע באדערפעניש. ווי איך געדענק זענען רוב אילעגאלע אימיגראנטן נישט אריינגעקומען דורך די מעקסיקאנער גרעניץ, נאר ליבערשט זענען מערסטנס יא אריינגעקומען לעגאַל אלס באזוכער אין קיינמאל נישט פארלאזט דאס פלאץ.

למעשה איז נאכאלץ נישט אפגעפרעגט אז ס'זאל זיין א וואנט.

ווי אויך פארשטיי איך אז די גאנצע וואנט האט טראמפּ נאר אנגעדרייט פאר מארקעטינג און פאבליסיטי, און די סטראטעגיע האט טאקע אויפגעטוהן איר תפקיד. אבער וויבאלד במציאות איז עס נישט אזוי וויכטיג האט ער מערסטנס נאכגעגעבן דערויף.

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 4:46 pm

· #455658

שטארק געזאגט!
אויף די לעצטע פערעגרעף טוה איך דיסעגריען.. ער האט אויפגעגיבן וויבאלד ס'איז כמעט ווי נישט מעגליך אויסצופירן אן די שטיצע פון קאנגרעס.. ער פרובירט אבער מיט אנדערע מעגליכקייטן.

בוטן » פרייטאג יולי 31, 2020 5:36 pm

· #455663
אפשר זאל מען מאכן א פאול דא, און זען מי ומי ההולכים למי...
לויט דעת רבינו הקדוש, אז טראמפ האט מעגליך אנגעמאכט דעם וויירעס צו שלעפן די בחירות ביז די מאה ועשרים, איז נאך גאנץ פרי צו מאכן דעם סערוועי חחח
בלאט: 1 2 3 4