זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14101
זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
איך מאך אויף די אשכול צו דיסקוסירן די זעלענקא רעמעדי פאר קאראונא וואס טראמפּ יר''ה האט אזוי אויסגעלויבט.
פאר יעדער איינער וואס פרובירט נאר צו ניצן די מחשבה און טראכט אייגנארטיג איז עס זעלבס פארשטענדליך אז געוויסע עליטע רייסן אראפ די רעמעדי נישט ווייל ס'ארבעט נישט נאר ווייל זיי האבן אנדערע סיבות. וואס פונקטליך קען מען שפעקולירן. און טאקע דערפאר מאך איך דא א מקום פאר יעדער איינער וואס איז אפען צו דעבאטירן און פאר ווער ס'וויל פארשטיין.
נאך איין וויכטיגע זאך וואס איך וואלט געוואלט דיסקאסירן דא עפענטליך איז די אונטערדריקעניש פון פרייהייט פון ווארט אויף די נושא אין א דערנעבנדיגע אשכול. איך פערזענליך דריי זיך שוין דא פילע יארן. איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דא א מנין אשכולות וואס זענען נישט פארדרייט געווארן. אבער דא האט זיך היינט געמאכט א אינטערעסאנטע מעשה, נעמליך איינער האט פארדרייט צו דיסקאסירן דער נושא, האט מען פארשפארט יענע אשכול. איך וואלט געוואלט פארשטיין פארוואס דער נושא ווערט באהאנדלט אנדער-ווי סיי וועלכע אנדער נושא מיט אט די זעלבע פראבלעם?
איז עס ווייל דער עסטאבלישמענט לינקע איז אזוי 'קאנסערוואטיוו' צו זיין לינקע 'פארטיי' אז ער פילט אז אויב טוויטער און פעיסבוק מעקן אויף די נושא דארף ער אויך האבן די אחריות? איז נישט קאווע שטיבל דווקא אויפגעמאכט געווארן אז מענטשן זאלן זיך עפענען און יא רעדן און יא דעבאטירן און נישט אונטערדרוקן אנדערע? האלט איר נישט פון היידראקסיקלאראקווין? נישט קיין פראבלעם אנטשטאט צו אונטערדרוקן און פארשפארן קום לערן אונז אויס? געמיינט האב איך אז דא איז א 'ליבעראלע' פרייע פלאטפארמע, דערווייל אבער איז עס סתם א 'לינקע' 'פארמאכטע' פלאטפארמע? אזא 'קאנסערוואטיוו'לינקע פלאטפארמע?
איידער די נישט פאדרייטע, "מיין", אשכול איז פארשפארט געווארן האב איך געוואלט לייגן די לינק
Democratic NY City councilman says hydroxychloroquine saved his life, thanks Trump for advocating drugאלס א תגיבה אויף:
[ציטאט אראפגענומען]
אמת דאס איז אנעקדאטעל, רוב זאכן וואס מיר און דאקטער פאטשי טיען איז אויך ענעקדאטעל
דאס הייסט
קאמען סענס
אזויווי קאראנע בכלליות, איז דאס א נושא פון וואס מקען נישט ארויסקריכן, יעדער איינער האט זיך זיין מיינונג און אפילו נארמאלע קלוגע מענטשן שטעלן זיך ארויס צו זיין האלסעיל קאנספיראציע גלייבער
פערזענליך גלייב איך נישט דערין סיי ווייל כהאב נישט קיין צוטרוי אין זעלענקא פערזענליך און סיי ווייל כהאב מיר נאכנישט אנגעטראפן מיט קיין איין רעספעקטירטע שטודיע וואס זאל עס פולשטענדיג רעקאמאנדירן, פארקערט, כמעט אלע ווארענען אז מהאט זיך נאכנישט איבערגעצייגט אז סזאל זיין עפעקטיוו און סקען גאר זיין מסוכן פאר אסאך פאציענטן
אגב, פאר די רעקארד איז כדאי צו באמערקן, אז די גאנצע געדאנק פון היידראקסיקלאראקווין פאר קאוויד איז נישט געווען טראמפס און אוודאי נישט זעלענקא, סהאט זיך אנגעהויבן דורך א מיסטריעזער פילאזאפירער פון כינע (וועלכע איז אגב א אפענער אנטיסעמיט) וואס האט זיך באצויגן צו א קליינע שטודיע אין פראנקרייך און איז מפורסם געווארן דורך אפאר קריפטא אינוועסטירער און בעיקר דורך אילאן מאסק וואס האט עס מפרסם געווען אויף טוויטער צו מיליאנען מענטשן (וגם אני בתוכם)
פון די שטודיעס וואס צייגן אז ס'שאַדט האבן צוויי שטודיעס נעבעך געדארפט ארויסציען מיט בזיונות און די אנדערע זענען געווען אויף זייער א שוואכע קאנדידאטן. מענטשן וואס זענען שוין געווען קריטיש קראנק. קיין איין שטודיע האט דערווייל נישט געוויזן אז ס'קען שאטן אויב מ'נעמט עס אין צייט.
אפאר דוגמאות פון רעספעקטירטע שטודיעס
June 5, 2020 -
Peter Horby (Professor of Emerging Infectious Diseases and Global Health in the Nuffield Department of Medicine, University of Oxford):
The RECOVERY Trial has shown that hydroxychloroquine is not an effective treatment in patients hospitalised with COVID-19
July 16, 2020 -
Annals of Internal MedicineConclusion: Hydroxychloroquine did not substantially reduce symptom severity in outpatients with early, mild COVID-19.
July 23, 2020 -
New England Journal of Medicine CONCLUSIONS: Among patients hospitalized with mild-to-moderate Covid-19, the use of hydroxychloroquine, alone or with azithromycin, did not improve clinical status at 15 days as compared with standard care.
August 6, 2020 -
New England Journal of Medicine CONCLUSIONS: After high-risk or moderate-risk exposure to Covid-19, hydroxychloroquine did not prevent illness compatible with Covid-19 or confirmed infection when used as postexposure prophylaxis within 4 days after exposure.
נאכאמאל, אויב גייט מען מיטן מהלך אז סהערשט א שרעקליכע קאנספיראציע בנוגע קאראנע און די גאנצע סייענטיפישע וועלט איז פאראייניגט אונטער דעם קאוועראפ (פאוצי וכת דיליה זענען אונטערגעקויפט אדער שטייען אויס צו מאכן ביליאנען, וכו וכו), איז בכלל נישט שייך צו האבן א דיסקוסיע, אבער טאמער נעמט מען יא אן סייענס כמקדמת דנא, זענען די שטודיעס כמעט פאראייניגט אין ספיקות בנוגע די עפעקטיוונעס פון היידראקסיקלאראקווין
וועלכע שטודיע צייגט אז ס'שאַדט?
June 15, 2020 -
FDABased on its ongoing analysis of the EUA and emerging scientific data, the FDA determined that chloroquine and hydroxychloroquine are unlikely to be effective in treating COVID-19 for the authorized uses in the EUA. Additionally, in light of ongoing serious cardiac adverse events and other potential serious side effects, the known and potential benefits of chloroquine and hydroxychloroquine no longer outweigh the known and potential risks for the authorized use.
July 1, 2020 Update:
A summary of the FDA review of safety issues with the use of hydroxychloroquine and chloroquine to treat hospitalized patients with COVID-19 is now available. This includes reports of serious heart rhythm problems and other safety issues, including blood and lymph system disorders, kidney injuries, and liver problems and failure.
August 7, 2020 -
REPORTOver 100 People Have Died in U.S. While Taking Hydoxychloroquine for COVID-19
איר זאָלט מיר אַלע מוחל זײן, איך בין ניט קיין דאָקטער און איך פאַרשטיי ניט אין רפואה.
אַזוי ווי איך זע אַז איר פאַרשטייט אַלע יע אין רפואה, אפשר דאַרף מען אַריבערפירן דעם אשכול צו „וויסנשאַפט”.
מען דארף נישט זיין א דאקטאר צו פארשטיין אויב עפעס העלפט יע אדער ניט.
די דאקטוירים וואס זאגן אז עס העלפט, ווייל זיי האבן געזעהן במציאות אז עס העלפט ווען זיין געבן עס, זאגן אז עס העלפט ווען מען גיבט עס פרי, אין אנהייב פין די מחלה. די שטודיעס מאכן א טשולענט פין אנהייב אין סוף.
אישתישבימען דארף נישט זיין א דאקטאר צו פארשטיין אויב עפעס העלפט יע אדער ניט.
מ'דאַרף יע.
פּונקט ווי דו פאַרשטייסט אַז מ'קאָן ניט זײן קיין רב פון דעם וואָס מ'האָט אַמאָל געזען אויפן אינטערנעט אַ מחלוקת הלל ושמאי.
מען דארף ניט, פונקט ווי די פארשטייסט אז מען דארף ניט זיין א רב צו קענען נאכקוקן א הלכה אין נטעי גבריאל.
דוראקאיר זאָלט מיר אַלע מוחל זײן, איך בין ניט קיין דאָקטער און איך פאַרשטיי ניט אין רפואה.
אַזוי ווי איך זע אַז איר פאַרשטייט אַלע יע אין רפואה, אפשר דאַרף מען אַריבערפירן דעם אשכול צו „וויסנשאַפט”.
דארפסט פארשטיין, עס איז נישט קיין שיטה פון מעדיצין אדער פון רעכט קעגן לינקס. דא איז א שיטה פון אומוויסענד, אז מ'דארף נישט וויסען די פרטים כדי מחליט צו זיין. אמעריקאנער פרייהייט מיינט, אז יעדער מיינונג איז אייניג, צו יענער ווייסט וואס ער וויל צו נישט. טאמער דו טענה'סט אז מ'דארף קודם פארשטיין די פרטים און די יסודות, ביסטו א מאסן מערדער, א דיקטאטור. דעמאקראטיא איז די תשובה צו אלסדינג, וארור האיש אשר יברר הפרטים.
עס איז נאר ווייטאגליך ווי דער עם חכם ונבון איז פארוואלגערט געווארן אין אזעלכע רעליגיעזע גלויבערס, וואס נעמן אן יעדער תורת לאקשן פון דער גוי ווי תורת משה מסיני. גויישע חכמה מעג מען לערנען, אבער גויישע קולטור און גלויבונגן?!
כלבאשבוע
Based on its ongoing analysis of the EUA and emerging scientific data, the FDA determined that chloroquine and hydroxychloroquine are unlikely to be effective in treating COVID-19 for the authorized uses in the EUA.
דאס אליין שרייט סייענטיפיק סטאדי אין כאן, אבל פאליטיק וקאראפשען יש כאן.
קיין שום אנדערע מעדעצין מיט די סארט סייד-עפעקטס ווערט נישט געסערט פאר דאקטוירים צו ניצען off label ווען דו האסט נישט קיין קלארע סטאדי
דאס איז נישט קיין נייע דראג, און ס'איז דא גענוג סא-קאלד
emerging scientific data (א פענסי טערם פאר אנקעדאטעל) וואס שווערן זיך אין דעם דראג.
דאס אז סאיז אלט אין באנוץ קעגן מאלאריע מאכט עס נישט א פראווען דראג, סאיז ניי אין באנוץ קעגן קאוויד
די זאגסט אז סאיז דא גענוג קלארע emerging scientific data, נו אדרבה, צייג אן, די לעצטע מאל כהאב געטשעקט האלטן נאך כמעט אלע אדער רוב סטאדיס טיף אינמיטן טרייעל
ווען די FDA געט רשות פאר א פרישע דראג אריינצוגיין אין באנוץ איז דא צוויי זאכן אויף וואס זיי קוקן. איינס איז צו די דראג בכלל איז נישט שעדליך אדער ווי שעדליך ס'איז אין קאנטראסט צו די מחלה וואס ס'דארף היילן. די צווייטע זאך אויף וואס זיי קוקן איז צו ס'העלפט באמת צו היילן די מחלה.
פאר ביידע פון די זאכן דארף מען אדורך גיין א גאר שווערע און לאנגער פראצעדור.
היידראקסיקלאראקווין איז שוין אדורך נישט נאר די פראצעדור צו זיכער מאכן אז ס'שאַדט נישט. נאר ס'איז שוין אזויפיל יאר אויף די מארקעט אז ס'איז ממש ברור כשמש אז ס'שאַדט נישט.
בנוגע די חלק אויב ס'העלפט. אין א לאבאראטאריע אויפן פעטרי טעלער האבן די באשטאנדטיילן פון היידראקסיקלאראקווין סוקסעספול אויפגעוויזן אפצושלאגן דער קאראונא וויירוס. אויך איז שוין אנגענומען אז היידראקסיקלאראקווין איז סוקסעספול אקעגן סאַרס1. און וויבאלד מיר זענען אין א פאנדעמיע איז אצינד אוממעגליך אדורך צו גיין די צווייטע חלק פון די פראצעדור איידער ס'וועלן שטארבן צופיל מענטשן. און אויב זאל מען אויסווארטן וועט דאך גאנץ כעלעם פארברענט ווערן און דערנאך וועט מען האבן גענוג מעטאדעס אויסצולעשן די פייער. וויבאלד ס'איז אבער מורא'דיג ביליג, און זייער גרינג צו ערצייגן וויפיל מ'וויל און ס'זעהט אויס ווי ס'קען ארבעטן איז מוסיף על בשעת עס צו אויספרובירן.
אפען גערעדט, די פאקט אז די פאר 'גוטע' שטודיעס זענען 'פונקט' פאבריצירט געווארן אויף די ראנג מענטשן שרייט שוין אויס קארופציע!
היידראקסיקלאראקווין איז בפירוש נישט אדורך די FDA פראצעדור לגבי קאראנע און סאיז דא מערערע באווייזען אז סקען שאטן
פאר געוויסע פאציענטן האט עס ערגער געמאכט זייער מצב, א קליינע ביישפיל:
<a class="postlink" href="https://twitter.com/fyang_ep/status/1241408208109015040?s=21">https://twitter.com/fyang_ep/status/124 ... 15040?s=21</a>
איינע פון די צוויי דוגמאות וואס ער ברענגט איז פון א היימישער דאקטאר אין מיימאנידיס ר׳ ישכר גרינבערג ביי וועם די מצב איז געווארן ערגער נאכן נעמען היידראקסיקלאראקווין (Mar 21, 2020)
I am writing this tweet as a plea for help. I am a cardiac electrophysiologisit and I was diagnosed with the covid 19 virus Thursday 9 days ago. treated with Hydroxychloroquine and zinc for 5 days. My respiratory status worsened and ct showed diffuse ground glass opacity.מ'דארף נישט קריכן ביז טוויטער, פרעג היימישע מענטשן וואס האבן עס גענוצט. איך האב געהערט פון זיי אז די סייד עפעקטס זענען געפערליך, און א שיינע פאר זענען נעבעך געשטארבן.
דער מעדיצינישע וועלט האט א סיסטעם וואס צו טון מיט אן אומבאשטעטיגטע דראג, וואס האט עפעס געוויזן אין א פעטרי דיש. קיינער דארף נישט קיין דארפ'ס דאקטאר פון די היק שטאט מאנרא נ.י., און די מעדיצינישע סיסטעם ווייסט וויאזוי צו ארבעטן דערמיט.
און די וויץ פון קאראפציע גייט נאך אן. צו טראמפ אדער זיין משפחה האבען געקויפט סטאקס אין די קאמפאני וואס פאבריצירט די מעדיצין, איז זיי נישט אינטרעסאנט. נאר עפעס א הנחה קדומה אז יעדער עקספערט איז אנטקעגן טראמפ (ווען דאס איז אמת, איז דאס אליינס נישט קיין באווייז אז עפעס טויג נישט מיט אים?), און ממילא איז אלס קארופט!!
וועלכע קאמפאני? רעדסט אזעלכע שטותים אז ס'איז א שאד צו פארענטפערן. היידראקסיקלאראקווין איז א זאך וואס יעדער קען פאבריצירן. ס'קען נישט זיין איין קאמפאני וואס זאל קארנערן די מארקעט. ס'איז אזויווי זאלסט זאגן אז טראמפּ הייסט קויפן קארס ווען ער קויפט א סטאק אין פארד ווען יעדער קויפט האנדא און טאיאטא..... ו
וייסט אין וועלכע מעדעצין ס'דא וואס האבן יא סטאקס? אין 'רעמדעסיוויר'! ווייסט אז יענץ מעג נאר איין פירמע פראדוצירן? ווייסט אז פאוטשי וחבריה האבן דארט גרויסע קאנעקשאנס, קוק נאר אריין אביסעלע.
אדרבה ווייז מיר נאר וואו מ'קען קויפן סטאקס אין היידראקסיקלאראקווין?
אגב, מיט א צוויי טאג צירוק בערך איז א ניו יארקער קאנסול מיטגליד ארויס געקומען מיט א דאנק נאך וואס ווי ער
זאגט האט אים היידראקסיקלאריקווין געראטעוועט זיין לעבן...
ב"ה מיר האבן שוין א whataboutism.
עס איז דא געציילטע קאמפאניס וואס פאבריצירן דער היידרא וואטעווער, און וואלמארט גייט עס נישט פאבריצירן פון היינט. דער קאמפאני וואס פאבריצירט עס שוין גייט מאכן גרויס געלט טאמער דאס וועט הייסן א געלונגענער רפואה, אפילו טאמער אנדערע מעגן קאנקערירן מיט זיי. ביידער וועלן מאכן געלט, און מער געלט ווי א קאמפאני וואס פאבריצירט עס נישט. ממילא לוינט זיך עס פאר א סטאק קויפער מפרסם צו זיין אז עס ארבעט, כדי אז אנדערע זאלן אויף גויפן סטאק, און שפיטעלער מיט גבירים (איך קען א געוויסע עושר וואס האט איינגעקויפט אסאך פון דער מעדיצין, על כל צרה שלא תבוא. יעצט האט ער איי אויף זיין געזיכט) זאלן איינקויפן אסאך דערפון און אזוי וועט זייערע סטאק ארויפגיין. נאך דעם קענען זיי פארקויפן זייער סטאק, עס דארף נישט עכט געלונגן.
דא קען מען ליינען אביסל פון זיין אינטרס אין די מעדיצין, גראדע פון א שטארק רעכט געשטימטע סייט.
טראכסט אדער ווייסט? ס'איז א לומדות אדער א פאקט? אפילו ס'איז נאר דא פינף פירמעס וואס מאכן עס וועט עס נאכאלץ נישט העלפן ווייל די פרייז איז כמעט זעראו און די קאמפעטישן איז ריזיג. ממילא קען מען צופיל נישט פארדינען. פארגעס נישט אז למעשה האמיר נאך עטוואס עפעס א שטיקל קאפיטאליזם. און אין קאפיטוליזם קען מען נישט נעמען עדווענטידזש.
כלבאשבועהיידראקסיקלאראקווין איז בפירוש נישט אדורך די FDA פראצעדור לגבי קאראנע און סאיז דא מערערע באווייזען אז סקען שאטן
פאר געוויסע פאציענטן האט עס ערגער געמאכט זייער מצב, א קליינע ביישפיל:
<a class="postlink" href="https://twitter.com/fyang_ep/status/1241408208109015040?s=21">https://twitter.com/fyang_ep/status/124 ... 15040?s=21</a>
איינע פון די צוויי דוגמאות וואס ער ברענגט איז פון א היימישער דאקטאר אין מיימאנידיס ר׳ ישכר גרינבערג ביי וועם די מצב איז געווארן ערגער נאכן נעמען היידראקסיקלאראקווין (Mar 21, 2020)
I am writing this tweet as a plea for help. I am a cardiac electrophysiologisit and I was diagnosed with the covid 19 virus Thursday 9 days ago. treated with Hydroxychloroquine and zinc for 5 days. My respiratory status worsened and ct showed diffuse ground glass opacity.
קענסט נישט טאנצן אויף צוויי חתונות און שרייען ס'הארגעט באזירט אויף סתם לשון הרע און רכילות. האסט געשטעלט א סטאנדארט ווי שטארק מ'דארף איבערווייזן אז ס'העלפט. זייט אזוי גוט ניצט די זעלבע סטאנדארט צו צייגן אז ס'מאכט ערגער אדער אז ס'שאַדט. דערווייל האט איר געברענגט א שלל פון לינקס. נישט קיין איין שטודיע וואס ווייזט אז ס'שאַדט.
די פשוטע פאקט אז איינער האט עס פרובירט און ער איז למעשה ערגער געווארן אדער געשטארבן מיינט ווייט ווייט נישט אז ס'איז א דאנק דעם. ווייל אויב ווילט איר אזוי רעכענען דאן איז די עווידענס פיל מער אויף די צד אז ס'ארבעט יא..
.
ממש אינטרעסאנט. הייסט'ס ווען א הייסע טאג קומט, דער וואס פארקויפט קאלטע געטראנקן מאכט נישט קיין געלט. עס לוינט זיך דעמאלס נישט צו אינוועסטירן אין אן אייז קריעם טראק.
טאמער אזא סארט שכל פאדערט זיך צו שטיצן טראמפ, שטימט אלס פערפעקט.
ליטוואק פון בודאפעסטממש אינטרעסאנט. הייסט'ס ווען א הייסע טאג קומט, דער וואס פארקויפט קאלטע געטראנקן מאכט נישט קיין געלט. עס לוינט זיך דעמאלס נישט צו אינוועסטירן אין אן אייז קריעם טראק.
טאמער אזא סארט שכל פאדערט זיך צו שטיצן טראמפ, שטימט אלס פערפעקט.
ס'וואלט זיך געלוינט צו אינוועסטירן אין אפאר פלעשער קאלטע וואסער און א אייז באקס. קויפן א גאנצע אייז קריעם טראק פאר איין הייסע טאג איז א זייער א שוואכע אינוועסטמענט.
קורקלענדכלבאשבועהיידראקסיקלאראקווין איז בפירוש נישט אדורך די FDA פראצעדור לגבי קאראנע און סאיז דא מערערע באווייזען אז סקען שאטן
פאר געוויסע פאציענטן האט עס ערגער געמאכט זייער מצב, א קליינע ביישפיל:
<a class="postlink" href="https://twitter.com/fyang_ep/status/1241408208109015040?s=21">https://twitter.com/fyang_ep/status/124 ... 15040?s=21</a>
איינע פון די צוויי דוגמאות וואס ער ברענגט איז פון א היימישער דאקטאר אין מיימאנידיס ר׳ ישכר גרינבערג ביי וועם די מצב איז געווארן ערגער נאכן נעמען היידראקסיקלאראקווין (Mar 21, 2020)
I am writing this tweet as a plea for help. I am a cardiac electrophysiologisit and I was diagnosed with the covid 19 virus Thursday 9 days ago. treated with Hydroxychloroquine and zinc for 5 days. My respiratory status worsened and ct showed diffuse ground glass opacity.
קענסט נישט טאנצן אויף צוויי חתונות און שרייען ס'הארגעט באזירט אויף סתם לשון הרע און רכילות. האסט געשטעלט א סטאנדארט ווי שטארק מ'דארף איבערווייזן אז ס'העלפט. זייט אזוי גוט ניצט די זעלבע סטאנדארט צו צייגן אז ס'מאכט ערגער אדער אז ס'שאַט. דערווייל האט איר געברענגט א שלל פון לינקס. נישט קיין איין שטודיע וואס ווייזט אז ס'שאַט.
די פשוטע פאקט אז איינער האט עס פרובירט און ער איז למעשה ערגער געווארן אדער געשטארבן מיינט ווייט ווייט נישט אז ס'איז א דאנק דעם. ווייל אויב ווילט איר אזוי רעכענען דאן איז די עווידענס פיל מער אויף די צד אז ס'ארבעט יא..
דא האסטו, טאמער ביזט באמת אינטערעסירט
Chloroquine And Hydroxychloroquine Toxicityאויך דאס
In this phase IIb randomized clinical trial of 81 patients with COVID-19, an unplanned interim analysis recommended by an independent data safety and monitoring board found that a higher dosage of chloroquine diphosphate for 10 days was associated with more toxic effects and lethality, particularly affecting QTc interval prolongation. The limited sample size did not allow the study to show any benefit overall regarding treatment efficacy.כלבאשבועAugust 7, 2020 -
REPORTOver 100 People Have Died in U.S. While Taking Hydoxychloroquine for COVID-19
80 פין זיי האבן אויך געגעסען אייער
דאס איז א טיפיקל שטרוי מענטש - קיינער זאגט נישט אז ווער ס'נעמט דאס ווערט ניצול ממלאך המות
דא זעט מען אז די טאקסיטעטי איז א joke ביחס צי קאוויד און איז גאר סעף, נאך דערצי אויב מען נעמט א נידריגע דאז פאר 10 טעג
כלבאשבוע
ליטוואק פון בודאפעסטממש אינטרעסאנט. הייסט'ס ווען א הייסע טאג קומט, דער וואס פארקויפט קאלטע געטראנקן מאכט נישט קיין געלט. עס לוינט זיך דעמאלס נישט צו אינוועסטירן אין אן אייז קריעם טראק.
טאמער אזא סארט שכל פאדערט זיך צו שטיצן טראמפ, שטימט אלס פערפעקט.
ווער רעדט וועגן טראמפ? מען רעדט צו א רפואה העלפט אבער נישט.
קורקלענד
היידראקסיקלאראקווין איז שוין אדורך נישט נאר די פראצעדור צו זיכער מאכן אז ס'שאַדט נישט. נאר ס'איז שוין אזויפיל יאר אויף די מארקעט אז ס'איז ממש ברור כשמש אז ס'שאַדט נישט.
יא יא, נאכן זיין אויפן מארקעט אזויפיל יאר קומען סיי קלאראקווין און סיי היידראקסיקלאראקווין מיט א ווארענונג אז סקען האבן שעדליכע סייד עפעקטס ווי muscle weakness און heart arrhythmia
אספירין האט דאס אויך, וואט עי דזשאוק.
זאג, דו ביסט אן אנטי וועקסער???
די דיסקוסיע דא איז אויב ס'זענען דא שטודיעס וואס ווייזן אז ס'איז עפעקטיוו אדער נישט און אויב ס'איז מעגליך שעדליך, קורקלענד האט געשריבן אז ס'איז ברור כשמש אז נישט, כ'ברענג דא קלאר אז ס'האט שוין יארן ווארענונגען פאר מעגליכע סייד עפעקטס
דו קענסט עס רואיגערהייט איגנארירן און אפילו חוזק מאכן דערפון, זכותך.
(אגב, אספירין קען טאקע זיין מסוכן און ס'איז נישט רעקאמענדירט צו נעמען סתם אזוי אן קיין געהעריגע דאקטארס רעקאמענדאציע אדער אבזערוואציע).
כלבאשבוע
(אגב, אספרין קען טאקע זיין מסוכן און סאיז נישט רעקאמאנדירט צו נעמען סתם אזוי אן קיין געהעריגע דאקטארס רעקאמאנדאציע אדער אבזערוואציע)
מה שאין כן היידראקסיקלאראקווין קען יעדער נעמען אן א צעטל פון א דאקטאר?
קורקלענדכלבאשבוע
(אגב, אספרין קען טאקע זיין מסוכן און סאיז נישט רעקאמאנדירט צו נעמען סתם אזוי אן קיין געהעריגע דאקטארס רעקאמאנדאציע אדער אבזערוואציע)
מה שאין כן היידראקסיקלאראקווין קען יעדער נעמען אן א צעטל פון א דאקטאר?
און אספירין איז נישט רעקאמענדירט צו נעמען אן א דאקטאר? ווער איז דער נישט רעקאמענדירער? ווי ווייט איך ווייס קען עס יעדער קויפן מיט אדער אן רשות פון א דאקטאר. און די FDA פילט אפי' אז ס'איז נישט קיין פראבלעם...
זעלענקא האט אנפאנג אדוואקירט אז מזאל דאס נעמען אינגרויסן און א שיינער עולם האט טאקע אזוי געטון (מהאט זיך עס אליין פארשאפט אן קיין שום דאקטאר אבזערוואציע), ער האט שפעטער געטוישט דעם ניגון
לויט ווי די לעצטע פאר תגיבות זענען געגאנגען זעהט אויס אז דער וואס וואטשט די דעבאטע האט שוין גענוג אינפארמאציע צו מאכן א גוטע באשלוס און דער וואס וויל סייווי נישט טוישן די מיינונג וועט מער אינפֿאָרמאַציע סייוויסיי נישט העלפן.
מורי ורבותי,
37 ריספאנסעס ציטירט לינקס פון שטודיעס זה בכה וזה בכה. יא עפראווד ביי די עף.די.עי, נישט עפראווד ביי זיי, מיט נאך פילע אנדערע ציטאטן וואס קיין איינער בעצם פון די שרייבערס דא האבן דאס אליינס שטודירט, נאר עס נאכגעקוקט אין נטעי גבריאל ווי @אישתשבי שרייבט ערגעץ-ווי אין די תגובה, צו ווי מען קען נאך ציטירן די ווארפענדע ידיעות וואס די שרייבער שפייען אויס פון זייערע פעדערס.
@אישתשבי איז דער איינציגער וואס רעדט דא צו דער זאך. געליינט עפעס א נייעסל און דו קענסט שוין די הלכה. ביסטו זיך גרייט צו מתווכח זיין מיטן פוסק מהיכן דנתני נאך וואס דו האסט גוט דורכגעלערנט דעם נטעי גבריאל און דיינע ידיעות זענען שוין שטארק רייף פאר א דעבאטע איבער די נושא?
נאר וואס'זשע דען.
יא, עס איז דעפינעטלי דא פאליטישע דעמאקראטישע מאטיוועישאן (איך פארשטיי נישט און ווייס נישט פארוואס, אבער אזוי איז עס) אז קאוויד-19 זאל האבן אן אסטראנאמישער קאונט אויף קרבנות (אפשר וועגן 2020 עלעקשאן, אבער נישט זיכער), וע"כ דאס אז די עף.די.עי. האט נישט עפראווד די היידראקסי וכו' מיינט נישט גארנישט ווייל מיר ווייסן נישט ווער עס ציהט דעם לעצטן שטריק דארט ביי די עף.די.עי.
דאס רשעות פון די עף.די.עי. לגבי ערלויבן נייע מעדעצינען איז נישט קיין נייעס אז עס איז אגענדע דריווען, אימיונא-טעראפי יוכיח, מיט נאך הונדערטער מעדעצינען וואס ווערן עדמיניסטערט אין פאציענטן ארום דעם גלאוב אונטער פארשידענע טרייעלס, וואס דא ביי אונז אין די מלכות של חסד עמא-ריקא קען מען דאס נישט באקומען נאר אויף די שווארצע מארקעט פאר עפרות זהב, ווייל פייזער וואס פראדוצירט און מאניפולירט די כעמא טעראפי דראג נוצט די לאביאיסטן צו דרוקן די עף.די.עי. נישט צו ערלויבן קיין שום סובסיטוט צו די שרעקליך ווייטאגליכער שאטנדע רעגיולער היילונגס פראטאקאל פון כעמא.
איך וויל נישט דא אויפדעקן מיין אידענטיטעט מיט די ידיעות וואס איך האב אין די נושא פון טרייעלס און מעדעצין עפראוועלס, אבער עס איז תסמר שערות אנוש ווי מען טראגט אונז צו די שחיטה נאר ווייל אפאר קאמפאניס דארפן מאכן מיליאנען אויף די דראגס וואס זיי מאניפולירן.
ספעציפיש היידראקסי איז געמאכט פאר סיי וואספארא אנטי-אימיון דיזיז וואס כאפט זיך אריין אין די קערפער סיי ווי אזוי, למשל מאלאריע, GBS, און סיי וואספארא אנדערע דעזיז וואס טשעפעט די אויטא-אימיון און ממילא מאכט עס אסאך סענס אז עס זאל העלפן פאר קאוויד-19 פאציענטן ווייל קאוויד איז אויך אן אויטא-אימיון דעזיז.
אבער אויב עס מאכט זיך פראבלעמען מיט אטעמען סימפטאמען, אזוי ווי גאר אסאך קאוויד פאציענטן האבן ל"ע געהאט רעספיטארי אישוס, דאן ווערט עס אביסל קאמפליצירט, ווייל היידראקסי קלאפט שטארק אראפ די אקסידזשען לעוועל ווען מען איז אויף די דראג. און לכאורה האט דאס דר. זעלענקא און אלע דאקטוירים וואס פארטיידיגן די מעדעצין געשריגן, כ"ז די אקסיזשען לעוועל פונעם פאציענט איז נאך אין די 90'ער דארף די היידראקסי פיין ארבעטן, אבער טאמער די אקסיזשען איז געפאלן צו אונטער די 90'ער דאן דארף מען שוין עקסטרעם דן זיין וועלכער עפראוטש איז ריכטיגער. קיין רפואה בעצם איז דאך נישטא, אויטא-אימיון ווערט געהיילט דורך היידראקסי, איז עס יצא שכרו בהפסידו אדער נישט? דא קומט שוין אריין די שטודיעס וויפיל עס האט יא אדער נישט געהיילט, און וואס איז געווען זייער אקסיזשען לעוועל עט די טיים אז די יום המיתה איז געווען באשערט.
און בכלל איז דאך דאס א גרויסער חודש צו שטארבן, מען ווערט ניצול פון חבלי משיח וכדו'.
אבער הני מילי ווער עס איז גרייט פאר דעם, ווער נישט זאל זיך נישט אריינלייגן אין קיין סכנה מכח ספק.
איך קום נישט צו קיין השערות נאר אן אבזערוואציע.
מיינונגזאגער
אבער אויב עס מאכט זיך פראבלעמען מיט אטעמען סימפטאמען, אזוי ווי גאר אסאך קאוויד פאציענטן האבן ל"ע געהאט רעספיטארי אישוס, דאן ווערט עס אביסל קאמפליצירט, ווייל היידראקסי קלאפט שטארק אראפ די אקסידזשען לעוועל ווען מען איז אויף די דראג. און לכאורה האט דאס דר. זעלענקא און אלע דאקטוירים וואס פארטיידיגן די מעדעצין געשריגן, כ"ז די אקסיזשען לעוועל פונעם פאציענט איז נאך אין די 90'ער דארף די היידראקסי פיין ארבעטן, אבער טאמער די אקסיזשען איז געפאלן צו אונטער די 90'ער דאן דארף מען שוין עקסטרעם דן זיין וועלכער עפראוטש איז ריכטיגער. קיין רפואה בעצם איז דאך נישטא, אויטא-אימיון ווערט געהיילט דורך היידראקסי, איז עס יצא שכרו בהפסידו אדער נישט? דא קומט שוין אריין די שטודיעס וויפיל עס האט יא אדער נישט געהיילט, און וואס איז געווען זייער אקסיזשען לעוועל עט די טיים אז די יום המיתה איז געווען באשערט.
אויב איך געדענק גוט, האט טראמפ רעקאמענדירט דער דראג אויך נאר פאר פרעווענשן און נישט פאר א היילונג
ריכטיג, אזוי האט ער געזאגט פון די געט גא.
מבינים זאגן אז אמעריקע און אנדערע וואס האבן גע'אסר'ט די זעלענקא-טראמפּ מעדיצין האבן געהאט פירפאכיג מער טויטפעלער פער קאפיטע ווי אנדערע וואס האבן עס יא צוגעלאזט.
<a class="postlink" href="https://c19study.com/">https://c19study.com/</a>
Re: זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
קורקלענדמבינים זאגן אז אמעריקע און אנדערע וואס האבן גע'אסר'ט די זעלענקא-טראמפּ מעדיצין האבן געהאט פירפאכיג מער טויטפעלער פער קאפיטע ווי אנדערע וואס האבן עס יא צוגעלאזט.
<a class="postlink" href="https://c19study.com/">https://c19study.com/</a>
אלו ואלו דברי אלוקים אחרים. אין די היסטוריה פון שטודיעס איז נאך נישט געווען אזויפיל קעגען זייטיגע ריזאלטס.
ע"כ מה נענה אבתריה.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
שווער צו וויסן. אבער אויב קען מען אידענטיפיצירן וואס שטיפט דער זייט און וואס שטיפט יענע זייט הויבט אן הערשן א קלארקייט.
Re: זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
קורקלענדשווער צו וויסן. אבער אויב קען מען אידענטיפיצירן וואס שטיפט דער זייט און וואס שטיפט יענע זייט הויבט אן הערשן א קלארקייט.
מען ווייסט יא. אונז ווייסען נישט.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
Re: זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
מיינונגזאגערקורקלענדשווער צו וויסן. אבער אויב קען מען אידענטיפיצירן וואס שטיפט דער זייט און וואס שטיפט יענע זייט הויבט אן הערשן א קלארקייט.
מען ווייסט יא. אונז ווייסען נישט.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
אינטערסאנט צו באמערקן, די סטאטיסטיקס הייבן אן ארויס רינען און קוקט אן די סטעיט וואס האבן אזויפיל פאטאליטעטן ווער זיי זענען.
ניו יארק 32 טויזענט טויט קאוויד פעלער ה״י, תסמור שערות אנוש. דער גאווערנער פון ניו יארק האט געהאלפן הארגענען אזויפיל מענטשען פאר איין צוועק, די סטעיט זאל אריין גיין אין גאר א שווערע אקאנאמישער קריזיס, און צייגען פאר די קאנטרי די אינקאמפעטענס פונעם פרעזעדענט היר״ה ?
Sent from my iPhone using Tapatalk
דער רבונו של עולם זאָל נאָר אָפּהיטן, וואָס עס קאָן נאָר ווערן תשרי ווען אַלע „חסידים שוטים” וועלן פאָרן צו זייער „רבי'ן”.
באֲ אונז אין ליובאַוויטש זײנען מיר ברוך השם קע״ה געבענטשט בכפליים לתושייה אין „חסידים שוטים”. מילא, כ'ציטער נאָר וויפל אידישע לעבנס ס'וועט נאָך אָפּקאָסטן.
שומר פתאים ה'! רבוש״ע, זע נאָר וואָסאַראַ פתאים זיי זײנען!
Re: זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
דוראקדער רבונו של עולם זאָל נאָר אָפּהיטן, וואָס עס קאָן נאָר ווערן תשרי ווען אַלע „חסידים שוטים” וועלן פאָרן צו זייער „רבי'ן”.
באֲ אונז אין ליובאַוויטש זײנען מיר ברוך השם קע״ה געבענטשט בכפליים לתושייה אין „חסידים שוטים”. מילא, כ'ציטער נאָר וויפל אידישע לעבנס ס'וועט נאָך אָפּקאָסטן.
שומר פתאים ה'! רבוש״ע, זע נאָר וואָסאַראַ פתאים זיי זײנען!
גארניט, טראכט גוט וועט זיין גוט זייט ניט פארדאגעהט
Sent from my iPhone using Tapatalk
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, נישט אז עס פראווט עפעס וואן וועי אר דע אדער, אויף ק"מ איז געווען א שמועס תשעה באב מיט עטליכע קאראנע איבערלעבער, און אלע כולם פה אחד זאגן, אז דער מעדיצין האט זיי געהאלפן וואונדערליך תיכף נאכן אייננעמען
Re: זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין
מנחם ציוןסתם פאר אינטערעסאנטקייט, נישט אז עס פראווט עפעס וואן וועי אר דע אדער, אויף ק"מ איז געווען א שמועס תשעה באב מיט עטליכע קאראנע איבערלעבער, און אלע כולם פה אחד זאגן, אז דער מעדיצין האט זיי געהאלפן וואונדערליך תיכף נאכן אייננעמען
איך קען ל״ע א בר מינן וואס איז אוועק פסח נאכן נעמען די קעמפלעטער דאזע. אזוי ווי די זאגסט [mention]מנחם ציון [/mention] איט דאז נאו פראו וואן וועי אר די אדער
Sent from my iPhone using Tapatalk
hydroxychloroquine-works-in-high-risk-patients-and-saying-otherwise-is-dangerousyale-professor-says-hydroxychloroquine-effective-treating-high-risk
"It is a serious and unconscionable mistake that the FDA has used inpatient data to block emergency use petitions for outpatient use. Further, already back in March, the FDA approved the emergency use of hydroxychloroquine for hospitalized patients, for whom it is demonstrably less effective than for outpatients,"