☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע העלדן

נייע העלדן

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14029

כוכב » דינסטאג יולי 7, 2020 9:56 pm

· #453979
נייע העלדן
איך וויל באגריסן א פרישע דור פון כוכבים וכלים וואס געבן צו א געוואלדיגע פרישקייט און לעבעדיגקייט צום שטיבל מיט זייערע טרעפליכע הערות, ברייטע ידיעות, געשליפענע פעדערס און אריגינעלע פערספעקטיוון אין כל ערליי נושאים.

@כרם זית שארף און קלוג, תורה'דיג און ידענית'דיג, א סאציאלאג און א תלמיד חכם, שרייבט געשמאק און לעבעדיג.

@פאליטיקאנט צו דער זאך און געשמאק, ברייטע ראנג פון ידיעות, אלץ א ווארט צו יעדער נושא, פליסיג און מעורב בין הבריות'דיג.

@גבור חיל רייך פעדערל, הומאריסטיש, פערזענליך, קעזשועל און פאליטיש, קאלירפולע שפראך.

@דוראק אייגנארטיגע און ציכטיגע שריפט, אויטענטישע אידיש, ברייטע ידיעות אין חב"ד און נגינה, גיט צו אן אייגנארטיגע גענע צום שטיבל.

@טיכטיגער האקט געשמאקע תגובות איבער טעכנאלאגיע, סאשעל מידיע פענאמענאנס און נאך

@מהיכי תיתי היימיש חסידיש פאליטיש, מהנעשה והנשמע אין דער אידישער גאס מיט די פרישסטע אנטוויקלונגען און געשעענישן.

@מאך זיכער לאו דוקא א נייע ניק אבער לעצטנס גאר שטארק אקטיוו מיט גאר זאכליכע תגובות און א שטארקע שכל הישר. יו ראק.

@מנחם ציון א פרישע אויפגייענדע שטערן, פארקערפערט די מעלות פון אייוועלט מיט די מעלות פון ק"ש, גאר שעפערישע שפראך און זאפטיגע אפשאצונגען.

ס'איז צייט דער עולם זאל באגריסן אונזערע פרישע שטערנס מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן און ווארעמע שאוטאוטס.

גבור חיל » דינסטאג יולי 7, 2020 10:06 pm

· #453980
כוכב

@גבור חיל רייך פעדערל, הומאריסטיש, פערזענליך, קעזשועל און פאליטיש, קאלירפולע שפראך.

א גרויסן דאנק פאר די ווארימע אויפנאמע!

עס געבט צו ברענשטאף צום טאנקעלע ווען מען זעהט עפרישיעישן. טענק יא.

כוכב » דינסטאג יולי 7, 2020 10:17 pm

· #453981
מכלל הן אתה שומע אז ס'איז דא נא כ'האב נאר נישט געדענקט אלע בשעת'ן שרייבן

@לייבל שטילער און @אנאנים געהערן אויך אין די האל אוו פעים.

מהיכי תיתי » דינסטאג יולי 7, 2020 10:34 pm

· #453985
מי לנו גדול מכוכב צו שטעלן א האל אוו פעים. אפרישיעיטעד.

פאליטיקאנט » דינסטאג יולי 7, 2020 10:45 pm

· #453987
Re: נייע העלדן
ייש"כ @כוכב, סתם צוריקצוגעבן פאררויטלטערהייט דו ביסט פון מיינע ארויפגעקוקטע ניקס דא אין שטיבל (שטילערהייט ווען איך זע אז דו האסט געלייגט א תגובה, לייק איך שנעלער.....ווי למשל די תקנות אשכול אין מאחורי...) און איך דיסקוסיר מיט מיינע חברים יעדע שטיק צייט דיינע [מיט @מיימון און @אנאנים'ס] תגובות (בעיקר עלטערע)
(@מי אני דיינע תגובות אויך, אבער געווענליך פרעג איך פשט, מער ווי איך דיסקוסיר.....)

דו געבסט אזא לייג צו @לייבל שטילער, וויל איך צולייגן אז ער איז פון די נייע תלמידי חכמים דא, מיט געוואלדיגע הבנה און זיכרון בלימוד התורה, וגם @רביה"ק זי"ע זכור לטוב (@ליטוואק פון בודאפעסט פון דיר ווער איך אויך נתפעל בעיקר אז דו האסט אייביג א קלארע ליניע וואס דו האלטסט...)

מנחם ציון » מיטוואך יולי 8, 2020 12:13 am

· #453995
@כוכב איך פיל זיך ווי ווען מיין פאטער פלעגט אהיים קומען פון אן אסיפת הורים, און איך -א פידזאמע געקליידטער אינגעלע- פלעגט אפנעמען דעם קאמפלימענט מיט פארפלאמטע בעקעלעך.... שקויעך עניוועי

ביידיוועי איך האב הנאה פון דיין ארגינעלע וועג צו באקומען לייקס

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 8, 2020 12:38 pm

· #454049
צוויי פון דעי ליסט זענען נישט ניי אבער יא זיי זענען אלע פיין כה לחי

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 8, 2020 12:59 pm

· #454050
@פאליטיקאנט ווי ביסטו טאקע געווען ביז יעצט... אין כולל האט מען נישט געקענט האבן קאווע שטיבל?

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 8, 2020 1:40 pm

· #454054
Re: נייע העלדן
איך האב פשוט נישט געהאט אזויפיל איבעריגע צייט ווי איך האב יעצט, ב"ה די ביזנעס לויפט (שטייצעך מיט עגמת נפש דא דארט - אבער מער ווייניגער גוט), און די שטוב פירט זיך אויך פיין.

אויכעט איך גיי נישט זאגן קיין פרטים אלס חשש גילוי אבער אלע יארן פלעג איך זיין זייער פארנומען נאך פסח אויף די זוממער..... עפעס מיט קעמפס..... אבער דאס יאר.....

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 9, 2020 1:26 am

· #454120
קאצקע ציקער
צוויי פון דעי ליסט זענען נישט ניי אבער יא זיי זענען אלע פיין כה לחי

קאצקע ציקער: און מי אני איז שוין נישט אזוי ניי. אבער זיינע תגובות ומאמרים זענען אייביג רייצנד, געשמאק און עמקות'דיג...!

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יולי 9, 2020 8:04 am

· #454127
נייע העלדן
איך הייב אן נאטיסען אז איך דארף שרייבן מערער, און שארפער.

Sent from my iPhone using Tapatalk

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 9, 2020 4:34 pm

· #454164
Re: נייע העלדן
מ'קען אלס פארבעסערן צו שרייבן מער און אפטער.
אבער דאס אז כוכב האט דיך נישט דערמאנט דא, מיינט גארנישט.
ער האט נישט אויסגערעכנט אלע נייע צום זאך ניקס דא - אזויווי ער האט קלאר ארויסגעברענגט.

@מיינונגזאגער א שטארק אפיניאנעיטעד ניק דא, וואס איז זיך גוט מסביר (און מוטשעט זיך מיט זיין אידישע קיבאורד) .........

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג יולי 9, 2020 6:07 pm

· #454182
@במדבר הגם נישט אזוי אקטיוו ממש יעצט, אבער אריינגעקומען זייער קלאר און ברייט אין מערערע נושאים.

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יולי 9, 2020 10:33 pm

· #454209
פאליטיקאנט
מ'קען אלס פארבעסערן צו שרייבן מער און אפטער.
אבער דאס אז כוכב האט דיך נישט דערמאנט דא, מיינט גארנישט.
ער האט נישט אויסגערעכנט אלע נייע צום זאך ניקס דא - אזויווי ער האט קלאר ארויסגעברענגט.

@מיינונגזאגער א שטארק אפיניאנעיטעד ניק דא, וואס איז זיך גוט מסביר (און מוטשעט זיך מיט זיין אידישע קיבאורד) .........

יישר כח @פאליטיקאנט:
ביי די וועי די קיבאורד סיטשועישאן האט זיך עטוואס פארבעסערט, מיר ווארטן נאך אלץ אויף א גרויסע ישועה, אבער מען זעהט שוין שטארקע שינויים לטובה.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 10, 2020 1:28 am

· #454224
מיינונגזאגער: ס'איז טאקע מצפים לישועה. אבער א סאך פראקטיס העלפט. ווייל אז דו ווילסט אפקלאפן א תגובה'לע פון די ..."גאט"...קומט עס דיר אן גרינג. משא"כ אויב מ'דארף זיך מוטשען מיט א יעדע שורה באזונדער. שרייבט מען נישט אזוי אפט...!

במדבר » פרייטאג יולי 10, 2020 2:30 pm

· #454256
אינגערמאנטשיקל
@במדבר הגם נישט אזוי אקטיוו ממש יעצט, אבער אריינגעקומען זייער קלאר און ברייט אין מערערע נושאים.

א ווארימע דאנק @אינגערמאנטשיקל: סאיז מיר פון א גרויס עהרע, אז די דערמאנטס מיר אין די האל אוף פעים, פון ''נייע העלדן''.

------------------------

@אינגערמאנטשיקל: אן עלאַקוואַנט שרייבער, קורץ אין צי די זאך, טיילט'ס אים אפטער לייקס אין ער וועט שטארק בארייכערן אינזער שטיבל (ס'נישט בלויז אן ''אתנן'' איך האב עס באלד באמערקט אין אייער סטיל).

גדליה » פרייטאג יולי 10, 2020 5:50 pm

· #454271
ער איז טאקע נישט א ״נייע״ העלד אבער איינע פון מיינע בעסטע שרייבערס דא אין שטיבל: דער חשובער שריפטשטעלער, גראמאטיקער, היסטאריע און שפראך קענער: ערעב בערל דער קעדילעק דרייוווער.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2020 3:12 am

· #454313
גדליה: ייש"כ. איך בין ערשט אנגעקומען צו ליינען דיינע חשוב'ע ווערטער אום זונטאג פארטאגס. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ און נשמה.

איך האב נאר איין זאך צו זאגן..." שפתיים ישק משיב דבר נכון"...! איך פריי מיך זייער שטארק אז דו ביסט דא צוריק. ווייל צו דיין שעפערישקייט און אריגינאלקייט איז כמעט נישטא קיין גלייכן...!

דער פאקט אז מ'האט דיר (נאך) נישט געשאנקען דעם ראנג פון ..."שריפטשטעלער"...ווייזט אויף דער ארביטראריזם און אומ-רעכטפארטיגקייט פון די וועלכע זענען אויף די פארטיילונגס זייט...!

מיינונגזאגער » זונטאג יולי 12, 2020 3:41 am

· #454315
Re: נייע העלדן
berlbalaguleh
מיינונגזאגער: ס'איז טאקע מצפים לישועה. אבער א סאך פראקטיס העלפט. ווייל אז דו ווילסט אפקלאפן א תגובה'לע פון די ..."גאט"...קומט עס דיר אן גרינג. משא"כ אויב מ'דארף זיך מוטשען מיט א יעדע שורה באזונדער. שרייבט מען נישט אזוי אפט...!
אם תפלתי שגור בפי וכ״ו

Sent from my iPhone using Tapatalk

מנחם ציון » זונטאג יולי 12, 2020 1:07 pm

· #454329
איך מיין מען קען טוישט די קעפל צו "א ווינקל להרבות ריעות אין שטיבל"

גדליה » זונטאג יולי 12, 2020 2:36 pm

· #454340
berlbalaguleh
גדליה: ייש"כ. איך בין ערשט אנגעקומען צו ליינען דיינע חשוב'ע ווערטער אום זונטאג פארטאגס. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ און נשמה.

איך האב נאר איין זאך צו זאגן..." שפתיים ישק משיב דבר נכון"...! איך פריי מיך זייער שטארק אז דו ביסט דא צוריק. ווייל צו דיין שעפערישקייט און אריגינאלקייט איז כמעט נישטא קיין גלייכן...!

דער פאקט אז מ'האט דיר (נאך) נישט געשאנקען דעם ראנג פון ..."שריפטשטעלער"...ווייזט אויף דער ארביטראריזם און אומ-רעכטפארטיגקייט פון די וועלכע זענען אויף די פארטיילונגס זייט...!

יישר כח. באמת האב איך נאך געוואלט מאריך זיין מיט לאנגע דיבורים איבער מיין ליעבשאפט צו אייערע פענע, נאר מיר האבען זיך מונע געווען ווייל איך האלט אז דרעוילם דא איז סייווי נישט קיין מבינים אויף אייער שרייבעריי.
בנוגע די שריפטשטעלער עסק, פארשטייט דאך יעדער איינער אז ״שריפטשטעלער״ איז נישט סתם א טיטעל נאר סאיז א מציאות, איינער וואס האט די כשרונות און שרייבט מיט א מער ויייניגער אויסגעהאלטענע גראמאטיק אין א קלארע גוטע שפראך איז א שריפטשטעלער, אנדערש נישט!
אגב איך וויל בשום אופן נישט באקומען דעם שריפטשטעלער טיטול ווייל כבין בטבע א הצנע לכת און כגלייך נישט ארויסצושטיין, בפרט אז איך ווייס נישט צי איך וויל מיך שטעלען אויף די זעלבע קאטאגאריע פון טייל וואס טראגען די טיטול.

מיינונגזאגער » זונטאג יולי 12, 2020 6:18 pm

· #454364
@גדליה: זייער גוט ארויסגעשטעלט דיין געדאנקען גאנג מיט דיין פעדער, קענסט ריכטיג ווערן אנגערופן שריפט-שטעלער. איי וועסטו דאך ווערן געשטעלט אויפן קאטעגאריע פון שריפט-שטעלער וואס זענען בכלל נישט קיין שריפט-שטעלער?
האפנטליך וועלן די ליינער דאס קענען מבחין זיין בין שריפט-שטעלער לשריפט-שטעלער. און טאמער ח"ו נישט מיינט דאך דאס, אז אין די קאטעגאריע איז דאס טאקע יא דער זעלבער.

פאליטיקאנט » זונטאג יולי 26, 2020 6:49 pm

· #455163
Re: נייע העלדן
מזל טוב @מי אני פאר זיין ערשטע אייגענע אשכול (כפי מיטב זכרוני).

זאל גאט דיר טאקע געבן די כוח אויף ווייטער (מער א טראדיציאנאלע ברכה).

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יולי 26, 2020 7:17 pm

· #455166
עס איז שוין זיין צווייטע. אבער זיינע אשכולות זענען אייביג באגריסנד.

מי אני » זונטאג יולי 26, 2020 7:36 pm

· #455169
ייש״כ ייש״כ!

גראדע מיין פערטע.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 26, 2020 9:19 pm

· #455190
[ציטאט אראפגענומען]

חת"ם סופר: מאן יימר אז איך האב מיך געוואנדן צו איינעם פון די פרייז פארטיילערס. צי פעהלט דאס דען מיר אויס...?! אז זיי האבן אליינס נישט פארשטאנען אז ס'וואלט אפשר געפאסט פאר מיר צו צוטיילן אט דעם טיטל איז עס דאך גארנישט ווערט.

כאטש ס'שטייט דאך אין פסוק..."יהללוך זר, ולא פיך"...ווילל איך נאר א ביסל רעדן איבער מיין בעקגראונד...!

איך האב געוואוינט אין עטליכע מדינות. אויסער ארץ ישראל, וואו איך בין געבוירן. אין בעלגיע, האביך געלערנט פראנצויזיש אין חדר/סקול. אין מאנטעווידעא, אורוגוויי האביך געלערנט צו רעדן און שרייבן ספאניש. און אין מאנטריאל,קענעדע, האביך געלערנט צו רעדן ענגליש און קוויבעק'ער פראנצויזיש. אויך. איך בין אויפגעוואקסן מיט די אלטע ירושלימ'ער אידישע ליכט. און איך האב געליינט א סאך מעשה ביכלעך אויף אידיש. און לשה"ק/עברית.

אלס יונגל אין די דריטע קלאס האט מיך דער פרינסיפל ארויפגערוקט א קלאס צוליעב מיין ריעדינג קאמפריהענשן...!

די הויפט סיבה וואס האלט מיך דא איז ווייל ס'איז (דערווייל) נישט דא א צווייט פלאץ וואו איך זאלל מיך קענען אויסדרוקן אן מ'זאלל מיך צענזורירן. און איך שרייב ..."פון גאט"...(שם של חול). ד.מ. צו זאגן אז אויב איך האב א געוויסע מיינונג וועלל איך שרייבן בלי שרק וכחל...!...!

ווען דו וועסט קוקן אויף מיינע תגובות ווס. לייקס וועסטו פארשטיין איבער וואס איך רעד. איך האב אנגעהויבן עטליכע אינטרעסאנטע מאמרים/אשכולות. און זיי זענען אלע ווי איינס אפגעשטארבן פריצייטיג.

גלייב מיר. איך קען נאך א סאך שרייבן איבער פארשידענע אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. נאר איך מאך מיר דעם חשבון אז ס'איז נישט ווערד די צייט און כוחות וואס מ'דארף אריינלייגן אין ריסוירטש און גראפיקס. לאז איך די זאכן לויפן...!

מנחם ציון » זונטאג יולי 26, 2020 11:11 pm

· #455202

דער אורעגווייער פרינציפאל?
ווייסעך נישט ווי א שטארקע ראי' דאס איז 😂 😂