☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13886
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 8, 2020 3:52 pm

· #450884
dan
i have no patients to learn anything besides my daily shiur with my chavrisa, wich i do just to yoitze, its sad that i dont have any interest and i do belive people enjoy it any sugestions?

וואס האסטו שוין פראבירט? וואס האסטו די מערסטע פיינט געהאט? וואס האסטו דער מערסטע ליעב געהאט (אפילו דאס איז נישט געווען צופיל)? איז עס געווען צו שווער, צו ווייניג נוגע דיין לעבן, אויסגעלאזט צופיל? נישט באקומען קיין אנערקענונג?

עס איז א געוואלדיגע שאד דורכצוגיין די לעבן און טון עפעס טעגליך און נישט ארויסקוועטשן די תוכן דערפון. מיט הנאה וועסטו לערנען בעסער, און באקומען מער הנאה.

dan » מאנטאג יוני 8, 2020 4:17 pm

· #450889
Thank you for responding, First of all, sorry about my writing, it’s just very difficult to write here in English and I can’t really write in Yiddish, now to the point, I just never Developed a taste for it, in yeshiva, unfortunately, I didn’t learn to much, I did enjoy somewhat gemara like bava kame / bava metzia but I didn’t like really enjoy. Chumash, I like to learn once in a wile but again, not that I enjoy it, its just to take away the guilt that I would have If I don’t learn. Now I do “hate” to learn chasidish sefarim, I feel it’s not meant for us people on earth simply irrelevant. What I did enjoy was, from the chazon ish, on Emunah Bitachon a small sefer

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 8, 2020 4:29 pm

· #450891

Lutwak ona Türkçe cevap veriyor, görünüşe göre oyuncak anlamıyor

dan » מאנטאג יוני 8, 2020 4:38 pm

· #450894
קאך_לעפל

Umarım sözlerimden rahatsız olmadın, sadece hislerimi ifade ediyorum

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 8, 2020 4:43 pm

· #450896
אמונה ובטחון פון דער חזו"א איז גאר א געשמאקער ספר. וואס האסטו הנאה געהאט דערפון? אפשר קענסטו טרעפן ענליכע ספרים, אדער ספרים וואס פארברייטערן די שמועס.

חסידישע ספרים זענען געאייגענט פאר געוויסע מענטשן, אבער לא ראי זה כראי זה (נו, פיר אויס. הצד השווה שבהן......), עס איז דא א מאור ושמש וואס איז נישט קיין שפת אמת, וואס איז אויך נישט קיין סלאנימער ספר וואס איז נישט חב"ד ועוד ועוד. חסידיש מיינט אסאך זאכן. און עס איז דא א גרויסע אוצר אחוץ חסידים. ראשונים אחרונים און היינטיגע. טאמער דו זוכסט די 'אנטי-חסיד', פראביר דער אלטער פון קעלם אדער ר' ירוחם לייוואוויץ, חכמה ומוסר און דעת חכמה ומוסר. דאס איז, לענ"ד, היפך החסידות אין עבודת ה'. מ'גריבעלט אונטער דער יצה"ר.

ישעיה » מאנטאג יוני 8, 2020 6:55 pm

· #450911
עצה טובה פאר חשק, נעם עפעס אן איסור אדער חומרא וואס רעגט דיר שטארק אויף, און טוה עס דורך צו מ'קען אפשר מקיל זיין

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 10, 2020 10:10 pm

· #451240
ליטוואק פון בודאפעסט
אמונה ובטחון פון דער חזו"א איז גאר א געשמאקער ספר. וואס האסטו הנאה געהאט דערפון? אפשר קענסטו טרעפן ענליכע ספרים, אדער ספרים וואס פארברייטערן די שמועס.

חסידישע ספרים זענען געאייגענט פאר געוויסע מענטשן, אבער לא ראי זה כראי זה (נו, פיר אויס. הצד השווה שבהן......), עס איז דא א מאור ושמש וואס איז נישט קיין שפת אמת, וואס איז אויך נישט קיין סלאנימער ספר וואס איז נישט חב"ד ועוד ועוד. חסידיש מיינט אסאך זאכן. און עס איז דא א גרויסע אוצר אחוץ חסידים. ראשונים אחרונים און היינטיגע. טאמער דו זוכסט די 'אנטי-חסיד', פראביר דער אלטער פון קעלם אדער ר' ירוחם לייוואוויץ, חכמה ומוסר און דעת חכמה ומוסר. דאס איז, לענ"ד, היפך החסידות אין עבודת ה'. מ'גריבעלט אונטער דער יצה"ר.

אדער דער..."ספר"... מקור ברוך פון ר' ברוך עפשטיין. זון פונ'ם בעל ערוך השולחן. דארט וועסטו אויסער טשאדעלע באדעלע מעשיות טרעפן גאנצע בלעטער מיט קארעספאנדענץ אנגעפולט מיט האס אקעגן חסידים...!

הקטן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:20 am

· #451259
[ציטאט אראפגענומען]

דער וואס שרייבט אז נדברו שרייבט אויך שלהבת (רבי עזריאל'ס געדאנקען) נאר מיט ווייניגער פיננננטטטעלך

בן חכמוני » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:52 am

· #451274
Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
משנה תורה פון רמב״ם. ספר המצוות אליין מיט די נושאי כלים איז א תורה שלימה.

משך חכמה. אויסנאם טיף און שיין.

אברבנאל. מלא ידיעות און חידושים מיט א געשמאקע, פליסיגע לשון.

מהר״ל, אבער נאר לקנטר. איך פארשטיי אים נישט.

שאראש-פאטאק » פרייטאג יוני 12, 2020 11:40 am

· #451476
[ציטאט אראפגענומען]

הרב פרוש שליטא עס זעט אויס ווי אלץ בחור האסטו אדורך געלערנט די גאנצע תורה חתונה געהאט אין קוים וואס די קענסט עפענין א גמרא אויב יא א ארטסקרול שבת נאכמיטאג אפשר קענט איר מיט טיילען מיט די עולם וואס האט אייך געברענגט אפ צולאזען די תורה

שאראש-פאטאק » פרייטאג יוני 12, 2020 2:41 pm

· #451508
[ציטאט אראפגענומען]

שווער צו שרייבען מקורות אבער מיינע ווערטיר זענען געבויט בעיקר אויף די קאמרנער'ס ספרים
מען געט אמאל פאר א מענטש א טעסט א טעם א אור אין תורה מצוות אין נאכדעם נעמט מען עס אוועק
אין מען דארף לערנען דאווענען אן א טעם. אזוי ווי די קאמארניר ברענגט אז 2 יאר האט די קדושת לוי נישט געפילט א טעם אין תורה ותפילה אין דורכדעם וואס ער האט זיך מתגבר געווען אין ווייטער געלערנט געדאוונט עלה וניתעלה כשרפי מעלה מיט גאר גרויסע מדריגות
בעצם האלט איך אז איינע פון די גרויסע צרות הדור איז אז מען מיינט אז מען דארף פילען א טעם אין תורה ומצוות פארקערט ווי וויינעגיר טעם מען האט אלס א גרעסערע אור קימט צו די מענטש אז גרעסער חשוב די עבודה אין הימל
די גרעסטע אור פון אלע ספרים איז אין גמרא כמבואר הרבה פעמים בקאמארניר ונהרי אש אין פון ר' שמשון דוד פינקעס האב איך געהערט פארוואס נאך יום כיפור בלייבט מען די זעלבע מענטש ווייל מען לערנט נישט גמרא וואס דארט ליגט די כלי מקבל זיין די אורות פון יום כיפור ויותר ממה שכתבתי יש להאריך ודי בזה והמבין יבין א גיט שבת

אברך משי » זונטאג יוני 14, 2020 4:48 pm

· #451607
עס באלאנגט אפשר נישט דא. אבער מ'האט פריער דערמאנט די גליונות אז נדברו און דער כותב פון ר' עזריאל טויבער. כ'וואלט זייער געוואלט וויסן ווער איז דער מחבר? מה טיבו? וואספארא סארט מענטש? חסיד? ליטאי? וועלכע קרייז? איך בין שטארק נהנה פון זיינע רעינות (הגם לפעמים צופיל אויסגעדראשן און מגזים געווען באריכות אין איין נושא) און וואלט געוואלט הערן ווער ס'איז באקאנט אין מער פרטים. ייש"כ

פאליטיקאנט » זונטאג יוני 14, 2020 5:24 pm

· #451611
Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
דאס וואלט שטארק אריינגעקומען אין אנשי שם פארום....

שאראש-פאטאק » זונטאג יוני 14, 2020 6:24 pm

· #451622
פאליטיקאנט
דאס וואלט שטארק אריינגעקומען אין אנשי שם פארום....

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13937">viewtopic.php?f=42&t=13937</a><!-- l -->

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2020 4:04 am

· #452686
אנאנים: איך בין א קנאפער ידען אין חידושי אגדות מהרש"א. אבער איין שטיקל וואס כ'האב געזעהן אלס בחור איז מיר זייער שטארק געפעללן. די לאגיק און קאממאן סענס דערפון.

אין מס' גיטין דף נו ע"א (מייניך). ביי די מעשה פון קמצא ובר קמצא. איז ער זייער שיין מפרש. ער מאכט א סדר אין די גאנצע מעשה וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט.

די גמ' פארציילט דארט..."ההוא גברא דרחמיה קמצא ובעל דבביה בר קמצא.. ואמר לשמעיה"...ביז דארט געדענק איך אויסנווייניג. אז ער האט געהייסן פאר זיין באדינער אז ער זאלל רופן/איינלאדענען זיין גוטן פריינט וואס האט געהייסן קמצא, צו די סעודה. און דער שמש האט זיך טועה געווען און גערופן בר קמצא. בר קמצא איז געקומען. אינמיטן די סעודה רוקט זיך אן דער ..."בעל שמחה"...און ער באמערקט אז זיין שונא איז דארט. (איך ווייס נישט איבער וואס זיי האבן זיך צוקריעגט. אפשר איבער א פראפערטי?). רופט ער זיך אן הויעך ברבים..."דו ביסט דאך מיין שונא. וואס טוסטו דא...?! האט איהם בר קמצא געבעטן. היות איך בין שוין דא. לאז מיך בלייבן. זאגט דער בעה"ב. ניין...! האט איהם בר קמצא (וועלכער איז געווען אן עושר) געזאגט..."איך וועלל דיר באצאלן די קאסטן פון די האלבע סעודה". נאר פארשעם מיך נישט דא ברבים...! האט דער בעה"ב געזאגט. ניין.איך דארף דיך נישט דא...גיידיר! האט בר קמצא איהם געאפפערט צו באצאללן פאר די קאסטן פון די גאנצע סעודה...האט איהם דער בעה"ב קאטעגאריש אפגעזאגט. און ער האט איהם אנגעכאפט און ארויסגעווארפן. בר קמצא האט זיך זייער שטארק פארשעמט. און ער האט געטון וואס ער האט געטון...~!

דער מהרש"א אין חידושי אגדות פרעגט עטליכע קשיות: ערשטנס ווי איז מעגליך אז דער שמש וועלכער האט געדארפט איינלאדענען קמצא האט זיך טועה געווען און איינגעלאדנט בר קמצא. זיי האבן דאך מסתמא געוואוינט אויף אן אנדערע גאס...!

נאכדעם איז שווער: וואס האט בר קמצא געטראכט ביי זיך? יענער מענטש איז דאך מיין שונא. פארוואס זאלל ער מיך רופן צו זיין שמחה? און פארוואס זאלל איך גיין?

נאר---זאגט דער מהרש"א. כאטש דאס זענען 2 באזונדערע נעמען. אז דא רעדט מען פון א טאטע מיט א זון. און זיי האבן געוואוינט אין זעלבן הויז. אין אן אנדער אפארטמענט. און ס'איז געווען פאר'ן שמש גרינג זיך טועה צו זיין.

און וואס האט בר קמצא געטראכט צו זיך. פארוואס זאלל ער גיין צו זיין שונא ווען ער מאכט א שמחה?

נאר בר קמצא האט געמאכט א חשבון אז ער איז זיין טאטנ'ס א גוטער פריינט. אפשר רופט ער מיך ווייל ער ווילל זיך איבערבעטן מיט מיר...!!!

ס'איז דא נאך. נאר איך געדענק זיי נישט יעצט אויסנווייניג. איך מוז נאכקוקן. אבער ס'איז מתוק מדבש...!

קאצקע ציקער » מיטוואך יוני 24, 2020 12:40 pm

· #452899
[ציטאט אראפגענומען]

העי דו געסט אזא מאך אוועק ר'שרגא!

וואלווי » מיטוואך יוני 24, 2020 12:56 pm

· #452900
[ציטאט אראפגענומען]

חידושי אגדות איז טאקע בדרך כלל אוועק געשטעלט אלס רד"ס פון פרד"ס, אבער דאך איז דאס זייער אן אינטערסאנטע און געשמאקע חיבור ווען מ'קומט צו אגדתא גמרות, און איז א שאד איבער צו היפן

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 25, 2020 4:16 am

· #453016
[ציטאט אראפגענומען]

און בנוסף לזה. אלס א באנוס ווען איינער לערנט טוש"ע מיט די נושאי כלים. און נאכדעם לערנט ער משנה ברורה זעהט ער ווי אלעס וואס ער האט געלערנט פאלט אריין אין די ווערטער פונ'ם בעל משנה ברורה וביאור הלכה. ושער הציון...!

שאלתיאל » מיטוואך יולי 27, 2022 10:48 am

· #505116
איך האב מיך לעצטנס אביסל פארטיפט אין ספר 'שפתי חיים- מידות ועבודת השם' פון רבי חיים פרידלנדר ז"ל. איך האב זייער הנאה פון זיינע געדאנקען און פון די קלארע בהירות און סדר וויאזוי ער ברענגט עס ארויס.

נומער5 » מיטוואך יולי 27, 2022 5:28 pm

· #505139
פאר בערך 8 יאר צוריק האב איך געטון אינעם ספר לימודים לדעת פון הרב שרגא פליישמאן פון מאנסי. גאנץ א טיפע און אינטערסאנטע ספר

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 27, 2022 10:40 pm

· #505180
איך פלעיג אמאל לערנען זייער אסאך גפ"ת הונדרעטער בלעטער, ס'געוועהן א מחי'ה ממש א תענוג רוחני וגשמי ציזאמען, מען האט געקאכט אין סברות, נישט פארשטיין א תוס' האט מיך ממש געשטערט, און ווען ס'קלאר געווארען איז מיר עס געוועין ווי מארחיוואנא פאר א נארקאטיק, זכרנו את הדגה ווי מען איז געשווימען אין ים התלמוד נישטא קיין בעסערס ווי דעים, לערנען 5 שעות רצופות איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין אם יתן איש את כל הון ביתו בוז יבוזו לו, און גלייבט מיר ווען איך קען ווען גיי איך ציריק דארט, נאר געוויסע זאכן האבן אנגעהויבן צי גריבלען אין מיין מוח וואס כ'האב א גאנצע צייט אוועק געשטיפט ביז עט סאם פוינט האב איך עס שוין נישט געקענט פארנעמען און כ'האב געפלאצט און אפגעלאזט די גאנצע זאך.

אט וועל איך ברעינגען וואס איז פאר געגאנגען ביי מיר אין קאפ פאר א לאנגע צייט, אבער ערשט א ווארענונג, אויב ווילט איר נאך קענען לערנען גמ' דאן שטעלט אייך אפ דא און ליינט נישט ווייטער.

והנה, אויב איז א מח' אביי ורבא הלכה למשה מסיני, ווי קימט בכלל צי ברענגען ראיות אדער סברות צי איינער פון די שיטות, מען וואלט געדארפט דן זיין וועלכע שיטה איז טאקע הלכה למשה מסיני, ווידעראום אויב איז עס נישט הלכה למשה מסיני פארוואס זאל איך מיך נישט קענען קריגן אויף זיי, האבן נאר אביי ורבא געהאט כוח הסברא?

ועוד, זייער אסאך גמ' קימען שוין מיט הנחות מיט וואס די פאקטן זענען, און אויף דעים קען מען זיך נישט קריגן ווייל קים להו לחכמים אז דער פאקט איז אזוי און אזוי, בשעת ס'קלאר כשמש בצהרים אז זיי האבן נישט געוויסט די פשוטע פאקטן וואס יעדער ווייסט היינט, (למשל אז די זון גייט ארום די וועלט, אין גמ' שטייט אז די זון גייט ביינאכט העכער די הימל)
איז וויאזוי דארף איך אנעמען זייערע פאקטן אין אנדערע פלעצער.

אויך זייער פסיכאלאגיע איז אפפגעפרעיגט היינט, ווי למשל טב למיתב טן דו און עבדא בהפקירא ניחא ליה און נשים דעתן קלות.

יעצט ווען מיין הענט און פיס זענען געבינדן וויאזוי דארף איך פארשטיין א גמ' ווען די פאקטן זענען לאו דוקא אמת, סברות זענען לאו דוקא אמת, און איך טאר מיך נישט קריגן מיט איינער וואס איז געבוירען א דור פאר מיר, וויאזוי דארף איך צי פארשטיין אזא גמ'?

שאלתיאל » מיטוואך יולי 27, 2022 10:59 pm

· #505186
קהל'ס נער

וואס האלט דיך אפ פון זיך פאסמאקעווען מיט א זאפטיג שטיקל גמרא אין חזקת הבתים מיט סברות, לומדות און פלפולים, ראשונים, אחרונים אהער און אהין אז ס'זאל גיין א רויך? וואס גייט מיך אן צו מען נעמט אן אזוי צו אזוי אדער צו ס'שטימט מיט סייענס?

מי אני » דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:09 am

· #505197
‏
קהל׳ס נער
והנה, אויב איז א מח' אביי ורבא הלכה למשה מסיני, וואו קימט בכלל צי ברענגען ראיות אדער סברות צי איינער פון די שיטות, מען וואלט געדארפט דן זיין וועלכע שיטה איז טאקע הלכה למשה מסיני?
במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז אט דאס איז די געדאנק: מ׳איז דן אויף וואס איז די הל״מ. עפ״י מבט התלמודי האט זיך דאס פארגעסן באורך השנים און מ׳וויל דאס אויפווייזן עפ״י סברא (מיוסד אויף הנחות תלמודיות אין דעם אא״וו).
‏
קהל׳ס נער
ווידעראום אויב איז עס נישט הלכה למשה מסיני פארוואס זאל איך מיך נישט קענען קריגן אויף זיי, האבן נאר אביי ורבא געהאט כוח הסברא?

ועוד, זייער אסאך גמ' קימען שוין מיט הנחות מיט וואס די פאקטן זענען, און אויף דעים קען מען זיך נישט קריגן ווייל קים להו לחכמים אז דער פאקט איז אזוי און אזוי, בשעת ס'קלאר כשמש בצהרים אז זיי האבן נישט געוויסט די פשוטע פאקטן וואס יעדער ווייסט היינט, (למשל אז די זון גייט ארום די וועלט, אין גמ' שטייט אז די זון גייט ביינאכט העכער די הימל) איז וויאזוי דארף איך אנעמען זייערע פאקטן אין אנדערע פלעצער?
אויף לגבי זיך נישט דינגען אויף א סברא פון א פריערדיגער, צי ווען די פריערדיגע׳ס הנחות אין פאקטן זענען אומריכטיג און עס איז נוגע למעשה, דאן גילט הרב דר. נתן סליפקין׳ס געדאנק פון ״קאנאניקעל אטאריטעט״. (דאס אליין איז מסתבר…)

ועיין ג״כ בכסף משנה בהל׳ ממרים (ב א) וואו ער פרעגט די קשיא פארוואס קריגן זיך נישט אמוראים אויף תנאים? ער ענטפערט ענליך צו דעם געדאנק: עס איז די אטאריטעט וואס קבלת וקאָנסענסוס כלל ישראל האט זיי געגעבן. און דאס איז אויך די סיבה מ׳קריגט זיך נישט על התלמוד לאחר חתימתה ע״ש.

ולגבי וואו זייערע הנחות האבן נישט קיינע השלכות אויף למעשה דארף מען דאס טאקע נישט אָננעמען. ווי אויסגעשמועסט אין אסאך פלעצער דא אין שטיבל לגבי אגדות. לדוגמא אין די צוויי אשכולות. (אדער אז מ׳וויל דוקא קען מען אָננעמען אַן אלעגארישע אדער מיסטישע מהלך לגבי די מימרות.)

ואגב בזה, שרייבט משה לייב לילינבלום אין זיין אָטאָבּיאָגראַפיע ״חטאת נעורים״:
הנך אומר כי חֻמרות האחרונים הרבות בכמותן, כאין נחשבו לעמת חֻמרות התלמוד הגדולות באיכותן והאוהב לעג יוכל ללעג גם על איסור משהו חמץ בפסח כעל איסור שתית מים בשבת בין-השמשות; אך לדעתי יש הבדל רב בין הוספות התלמוד על התורה להוספות האחרונים על התלמוד גם ברוחן וגם בחמרן. הוספות התלמוד נעשו ברוח דתי, החמירו, גזרו משום סיג וגדר, הא אטו הא, דאי לא הא לא קיימא הא, והאיש הנותן כבוד בלבו לדת ומודה בנחיצות קיומה, אם גם יהרהר בלבו על חז”ל ויאמרו כי הפריזו על המדה פעמים רבות לגזור גזרות רחוקות, בכל זאת לא יוכל ללעוג עליהם. נוכל לאמור כי משהו חמץ בפסח, אין רוכבין שמא יחתוך זמורה, אין יוצאים באיזו תכשיטים דילמא שלפא ומחויא וסנדל המסומר – גזרות רחוקות הן, אך הלא רוח דתי חופף עליהן וגם יוכל היות כי מעשה ראו וגזרו; ראו, למשל, שאחד חתך זמורה לנהג סוסו בשבת, שפשט תכשיט והראהו והעבירו ד' אמות ברשות הרבים וכדומה, וגזרו עליהם, ואם גם נמצאו דינים שיסודם באמונת הבל, כשדים, קמיעות ורוח רעה וכדומה – הנה לולא התאמצו האחרונים להשתדל בקיומם גם עתה, אין מקום ללעוג על בעלי התלמוד, כי מלבד שחכמי ישראל בכל דור עמלו להוציא דברים כאלה מפשוטם (אם גם ללא אמת) ולפרשם בדרך אללעגארי, – מלבד זה מי ילעג לחז“ל שהאמינו בכגון אלה אחרי אשר גם כל חכמי הגוים האמינו אז, ומהם באו לחז”ל, כידוע.

לא כן הוספות האחרונים, הן אין ברוחן משום גזרה וגדר, אך באו מרפיון הלב, יראת ההוראה, אמונה באויטאריטאֶטים ששגו, חסרון הרגשת היופי והסדר, ואמונות טפלות המביאות צחוק מכאיב לב, אמונות שאינן נחלת עמים רבים כי אם נחלת ישראל לבד, כאותן שזכרתי במאמרי ורבות הדומות להן. האמנם רבים נתנו לההוספות ההן טעמים, אך אין הטעם מחייב קיומן, כמו שהאמונה במציאות רוח רעה תחייב להזהר ממנה.

זהו מה שנוגע לרוח הוספת התלמוד בניגוד אל הוספות הפוסקים; ובחֻמרן, - הנה הוספות התלמוד אם גדולות הן באיכותן איננן מרגשות כל כך להיות למכשול על דרך צרכי החיים, ותלויות הן, לפי דעת התלמוד עצמו, במקום ובזמן; לפי דברי התלמוד עצמו, אין עתה בארצות אירופא, בחלק אמעריקא הנאור, ברוב מדינת אזיא ואפריקא עובדי עבודה זרה ויש רשות לבטל כל דבר שאסרו הם לנו ביחוס אל עובדי עבודה זרה במקומות שזכרתי (זולתי איזה מדינות הנשכחות מני רגל); לפי דברי התלמוד עצמו יש רשות לבית-דין לשנות ולבטל הרבה גזרות וחמרות על פי תנאים מיוחדים. הוספות התלמוד לא תפגשנה על כל צעד ושעל, אך הוספות הפוסקים מקיפות צעדינו וקיימי עלן כי כסלא לאוגיא, ולא עוד אלא שסוגרות עלינו דרך התקונים מבלי אשר נוכל להנצל מהן.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 11:04 am

· #505487
אין זיין ארחות התלמוד ברענגט ער אראפ די קשיא פון היש״ר מגוריציה אין זיין בחינת הקבלה אז אויב זענען זיי הלמ״מ בקבלה ווי אזוי זענען דא מחלוקת דערין?

ועפי״ז האט דער יש״ר אויגעטוהן אז עס זענען באמת נישט געווען קיינע ״הלמ״מ״ ממש און עס איז נאר געזאגט געווארן לחזק דבריהם. ער ברענגט זיך ראיות דערצו פון מאמרו של ר״ע בנדה מה. וממעשה דעתניאל בן קנז בתמורה טז.

לילינבלום אבער טענה׳ט און איז מאריך אז הגם עס איז אמת אז אסאך הלמ״מ זענען געזאגט געווארן להפלגה (ווי מ׳זעהט פונעם ר״ש בידים און דער רא״ש במקואות), און דאס זעלבע זענען דא דרשות וואס זענען נתחדש געווארן לאסמכתא, איז אבער דאך זעהט מען אז אסאך הלכות זענען טאקע אזוי בקבלה (עכ״פ ממבט התלמוד ‏ועכ״פ בגדר ברייטערע פּרעצעדענט) און ער ברענגט זיך ראיות דערצו. און דאס אז מען קריגט זיך בתוכם איז נישט קיין ראיה אז ס׳נישט געווען, פונקט אזוי ווי מ׳זעהט ענליך אז ס׳דא ביי די פרשיות התפילין א מחלוקת בסדרן בין רש״י ור״ת און דאס איז זיכער אז ס׳איז געווען תפילין מקודם להם מיט עפעס א סטאנדארד בסדר הפרשיות.
בלאט: 1 2