וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13886
חומש רש"י רמב"ן, פראביר איך יעדער וואך. דער רמב"ן לערן איך שנעל, אבער איך טו עס שוין א שיינע פאר יאר, און עס האט מיר עפעס אויסגעלערנט. הלוואי ווען איך טו עס בעסער.
גמרא תוספות
טור שלחן ערוך חו"מ מיט די נושאי כלים.
ערבי נחל און ישמח משה האב איך קיינמאל נישט געקוקט, און מכתב מאליהו האב איך אויסדריקלעך נישט ליעב, הגם אז מיין זיידעס זענען תלמידים, איינער פון לאנדאן און איינער פון געיטסהעד (דער רופט אים זאגאר אן 'דער רבי'). אלס בחור האב איך עס דורכגעלערנט און איך טרעפ עס צו סימפליסטיש. איך גלייך באופן כללי 'פריימארי' מקורות, ווי ראשונים און גדולי האחרונים. איך האב יעצט אויף מיין טיש דער נפש החיים, ווי איך חזר איבער שער ב'.
תנ''ך מיט אנציקלופדיה מקראית, הכתב והקבלה, ארטיקלען פון ''די תורה דאט קאם'', און ווייזער'ס אבן עזרא, צו די זייט, וואי! א שילוב מנצח.
משניות מיט די פירוש ''משנת ארץ ישראל'' פון פראפ' זאב ספראי.
מסכת סנהדרין מיט ''מרגליות הים'' (ר'ראובן מרגליות). מסכת נדרים מיט די דעלישעס ר''ן'ס.
תשובת חוות יאיר, מהרש''ל, רמב''ם און חת''ם סופר.
און די דעקל, שער בלאט, מפתחות, און יעדע צוואנציג דרייסיג בלעטער, פון יעדע אידיש ספר, וואס קימט מיר אינטער די האנט.
עיונים בפרשת השבוע - אלחנן סמט
The Jewish Study Bible - JPS
רמבם יומי - מפעל משנה תורה
דרך השם, מסילת ישרים - רמח"ל.
תשובות ספרים:
באר משה פון דעברעצינע'ר רב ז"ל, צוקער זיס!
מנחת אשר פון ר' אשר וייס שליט"א, צום פינטל און ברייטע פלייצעס, דלא כהרבה מזמננו.
נודע ביהודה. אנעפאלעדזעטי"ק, גאט"ס און קוראדז"ש, צוזאמען מיט בקיאות און פלפול אויף איינמאל.
ויש עוד...
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
תנ״ך-תורה שבכתב, חומש מיט רש״י און רשב״ם, און נ״ך מיט רש״י און מצודות. דארף נישט קיין הסבר פארוואס יא, ענדערש פארוואס מען לערענט דאס היינט נישט.
תורה שבעל פה- תלמוד בבלי (דף היומי, גמרא רש״י, און איך בליק אין די הערות פון ארטסקראל), און משניות זרעים טהרות (מיט קהתי משניות), וואס די ספרים זענען די עיקר תורה שבעל פה.
טור, מחבר רמ״א מיטן ערוך השלחן, ווייל אזוי האט מען ארויס די הלכה פונעם מקור ביז הלכה למעשה פון א ספר וואס א רב בישראל האט מחבר געווען לאפוקי ממשנה ברורה.
די עיקר מדרשי חז״ל ווי מדרש רבה, תנחומא, ילקוט שמעוני, פרקי דרבי אליעזר. ווייל עס איז שיין צו לערנען.
האמונות ודעות לרבי סעדיה גאון, חובות הלבבות, מורה נבוכים, ספר הכוזרי, ספר העקרים, ווי הרב קוק האט שוין געזאגט אז די פינוף ספרים זענען די עיקר ספרי מחשבה ומוסר פון ראשונים כמלאכים.
ווי קען איך נישט דערמאנען מיין באליבטען רבי׳ן רבינו המהר״ל וואס באלייכט אידישקייט בכלל און מאמרי חז״ל בפרט.
משניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.
Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
תלמוד בבלי, נ"ך, ספרי ר' צדוק הכהן, (איך האלט נאך ביי די בעיסיקס)
ווען איך לערן גמרא אין סיי וואספארא מסגרת ליגט ביי מיר דער ספר הערוך אויפ'ן טיש. איך ריר מיך נישט אן דעם. אזוי האט זיך מיין טאטע, ע"ה געפיהרט.
זייער א סאך מענטשן (אפשר רוב וועלט) טוען אונטערשאצן די ווערד פונ'ם ספר הערוך. ספעציעל איינער וואס איז א שטיקל לינגוויסט. אויסער די פשוט'ע טייטש פון ווערטער טרעף איך דעם שורש פון א סאך גענוצטע ווערטער אין ענגליש אין די פארטייטשונגען פונ'ם ערוך. וואס דער שורש פון די ווערטער איז לאטייניש אדער גריכיש.
נאך א מעלה האט דער ערוך. אז ער ברענגט אייביג די גמרות אין די איבריגע מסכתות פון ש"ס וואו דער ענין האט א שייכות...!
אין הלכה. האביך ליעב צו לערנען משנה ברורה. און אמאל שו"ע הרב...! דער משנה ברורה איז דאך פאקטיש איינס פון די וואונדערליכסטע ספרים וואס אונז פארמאגן מיר. איך קען מיך אמאל פארקלאצן פון התפעלות וויאזוי דער משנה ברורה און די נושאי כלים (ווי ביאור הלכה און שער הציון) ארבעטן אדורך מברר צו זיין א הלכה...!
בדוו.: אין דעם ביאור הלכה איז דא א סאך שטיקלעך וואס דער זון פון חפץ חיים האט געשריבן...! ווייל דער זון האט צוגעהאלפן פאר'ן טאטן...!
גפ״ת. לייכטערע מסכתות. כבין דאך א איד!
חומש רש״י מיטן רבינו בחיי. טראגט אין זיך די גייסט פון די וועכענטליכע סדרה.
מנחת חינוך, עמק ורחב יעדעס קלער און דריי איז ממש א עונג!
שפת אמת על התורה. מי ידמה לו?
משך חכמה. א באווייז צו תורה מן השמים.
ספרי רבינו הגדול מהר״ל. אוי, ווי וואלטן מיר געפונען ידינו ורגלינו אהן די ספרי מהר״ל. איך דאווען אז סזאל שוין נתגלה ווערען די כתבים אויף די ימי נוראים.
קדושת לוי. לבם של ישראל
קוקט'ס
דא פאר א שמועס וועגן דער ערוך השלחן און דער משנה ברורה
לייבל שטילערמשניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.
לייבל שטילער: משניות קהתי ברענגט פאר דיר נישט קיין סאך נוצן פאר א פשוט'ן טעם. (אויסער פון די נארישע אידעאלאגיע ממקור סאטמאר). ווייל דו נוצט נישט עברית אלס טאג טעגליכע שפראך. ס'איז טאקע נישט געמאכט פאר דיר. און אויך נישט פאר די אונגערישע רבנים פון וויליאמסבורג. פונקט אזוי ווי די שטיינזאלץ גמרות. וואס די אונגערישע רבנים און סתם בעלי בתים האבן געכאפט. ווייל ס'האט שיינע, קאלירפולע צושריפטן. נאר רב שטיינזאלץ אליין שרייבט אין די הקדמה אז ער האט עס נישט מלקט/מחבר געווען פאר די אונגערישע, וויליאמסבורגע, סאטמאר'ע אידן. (נישט ממש אזוי)ווייל ס'איז נישט געשריבן אויף אונגאריש. נאר אויף עברית. (רח"ל). ער שרייבט אז ער האט בעיקר געמאכט די גמרות פאר סטודענטן וועלכע זענען נישט געגאנגען אין ישיבה. און זיי וויללן אנהייבן צו לערנען גמרא. זיי זענען נישט צו געוואוינט צום לשון הגמרא. און ער באלאנסירט דעם פארצייטישן לשון הגמ' מיט די מאדערן עברית וואס זיי רעדן...!
ליטוואק פון בודאפעסטקוקט'ס
דא פאר א שמועס וועגן דער ערוך השלחן און דער משנה ברורה
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב געליינט דיין צו געלינקטן מאמר. ס'איז זייער פיין און וואויל. ערשטנס איז דער משנה ברורה נישט (כמעט) מער מחמיר ווי דער ערוך השולחן.
צווייטנס. דאס איז שוין א ביסל בדרך צחות. אויב די מעלה פונ'ם ערוך השולחן איז אז ער איז א בתראי. האביך איינעם וואס איז מער בתראי פון איהם. ר' שראל דוד הארפענעס. בעמח"ס ישראל והזמנים אויף הל' שבת...!
נאר אויסער דעם. איך פיהל א סאך געשמאקער צו לערנען משנה ברורה ווי ערוך השולחן...!
זייער א שיינער אשכול, קודאס פאר ידידי ר' @אנאנים פארן ארויפברענגען צום אויבערפלאך.
לענינינו, די ספרים וואס איך וועל דערמאנען קען איך נישט מעיד זיין אויף יעדעס איינע אז איך לערן זיי אסאך, ווייל עס ווענדט זיך אין מיין צייט, געמיט, און נאך זאכן. פארט זענען זיי די סארט ספרים וואס איך פרוביר צו לערנען אין זיי מער פון די אנדערע:
חומש רש"י, הכתב והקבלה ודומיו, פי' הרבנית נחמה ליבוביץ [די שוועסטער פון פרופ' ישעי' ליבוביץ], ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און מדרש רבה.
נ"ך עם פי' דעת מקרא, ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און אביסל מלבי"ם.
גמרא פרוביר איך עטליכע בלאט טעגליך, מער מקופיא פאר די ידיעות און נישט עכט בעיון.
ספרי מחשבה: אמונה ודעות, מורה נבוכים, כוזרי, עיקרים, כמה מספרי אברבנאל (ס'איז זייער באריכות, אבער זיין זיסע שפראך לאזט לויפן שנעל), תולדות האמונה הישראלית פון קויפמאן, כ'בליק אביסל אין הלל צייטלין, מכתב מאליהו, און אפילו היינטיגע.
ספרי חסידות היבש ווייניג, בעיקר פרוביר איך אפצולערנען די ערשטע ספרים און זיך פארטיפן אין די געדאנקען וואס זיי האבן געוואלט מחדש זיין. ספר בעש"ט עה"ת, מאור עינים, דגל מחנה אפרים, ספרי התניא, און דערנאך די פוילישע ספרים פון סאכאטשוב, שפת אמת, אלכסנדר און איזביצא.
כ'האב שטארק ליב ספרי אנציקלופדיה, פאר די געוואלדיגע מאס אינפארמאציע. והם: פחד יצחק, אביסל שדי חמד, ספרי חיד"א, האנציקלופדיה העברית, אנציקלופדיה יודאיקה [ענגליש], אוצר האגדה, די "אוצרות" פון יהודה אייזנשטיין (יא, כ'ווייס אז ער איז נישט עכט קראנט), די ערוך פון קוהוט, ועוד.
ביי הלכה ספרים גלייך איך שטארק די ספרי בעל חוות דעת, מיט א שפרינקעלע ר' יונתן. הלכה למעשה, בין איך א חסיד פון ערוך השלחן (ארויס פון די באקס, אייגענע אידענטיטעט, טשיקאווע סברות, און געט א סקירה פון די גאנצע סוגיא). משום מה גיי איך נישט שטארק פארן משנה ברורה. תשובה ספרים לויף איך צו ר' משה. טשיקאוועס צום חוות יאיר אדער תשובות הראשונים. ווען כ'בין אין די גיסטע גיי איך צו מיין פעיוואריט גאון: מרן החזון איש.
berlbalagulehלייבל שטילערמשניות קהתי איז כמעט גארנישט ווערט, איך נוץ ארטסקרול, א נחת.
לייבל שטילער: משניות קהתי ברענגט פאר דיר נישט קיין סאך נוצן פאר א פשוט'ן טעם. (אויסער פון די נארישע אידעאלאגיע ממקור סאטמאר). ווייל דו נוצט נישט עברית אלס טאג טעגליכע שפראך. ס'איז טאקע נישט געמאכט פאר דיר. און אויך נישט פאר די אונגערישע רבנים פון וויליאמסבורג. פונקט אזוי ווי די שטיינזאלץ גמרות. וואס די אונגערישע רבנים און סתם בעלי בתים האבן געכאפט. ווייל ס'האט שיינע, קאלירפולע צושריפטן. נאר רב שטיינזאלץ אליין שרייבט אין די הקדמה אז ער האט עס נישט מלקט/מחבר געווען פאר די אונגערישע, וויליאמסבורגע, סאטמאר'ע אידן. (נישט ממש אזוי)ווייל ס'איז נישט געשריבן אויף אונגאריש. נאר אויף עברית. (רח"ל). ער שרייבט אז ער האט בעיקר געמאכט די גמרות פאר סטודענטן וועלכע זענען נישט געגאנגען אין ישיבה. און זיי וויללן אנהייבן צו לערנען גמרא. זיי זענען נישט צו געוואוינט צום לשון הגמרא. און ער באלאנסירט דעם פארצייטישן לשון הגמ' מיט די מאדערן עברית וואס זיי רעדן...!
תודה לא-ל, יש לי עברית שוטפת, אני מדבר, קורא ומאזין בעיקר בעברית, למדתי בישראל מספר שנים, וגם אין לי שום דבר נגד מזרחיים, משניות קהתי איננה מושלמת ומקיפה, היא קצרה מדי, חסרה הקדמות נחוצות למי שרוצה ללמוד המשנה בלי ידיעות מקודם, לעומת ארסקרול שעשתה עבודה נפלאה.
ומה עם סייעתא דשמיא? אני אישית לא אוהב ספרים כדוגמת אלו, ולעתים נדירות השתמשתי עם הסייעתא דשמיא בעת למדי מסכת כלים. התפארת ישראל והרע"ב הם מספיקים עבורי. קניתי את הארטסקרול נשים עבור הבן שלי, אבל אני לא הסתכלתי שמה. למדתי אתו עכשיו יבמות, והוא שאל שאלות מעניינות בביאור מילים מסוימים באנגלית.........
סייעתא דשמייא מאריך מדי.
אני משתמש בארטסקרול למשניות טהרות, שהמושגים שם (היו) זרים בשבילי, וגם קצת לזרעים, לשאר הסדרים הם לא נחוצים בשבילי.
לייבל שטילער: דאס אז דו רעדסט נישט עברית שוטפת איד נאר געווען א השערה. בכל אופן די עיקר נקודה איז אז די משניות פון הרב קהתי זענען אהערגעשטעלט באופן שטחי מאד. און מ'קען כמעט גארנישט לערנען פון זיי קיין נייע חידושים... ארטסקרול לעומת זה איז זייער גוט. כדרכו. איז ער מסביר א יעדע זאך באופן יסודי ומקיף...!
די איבעריגע טייל פון מיין תגובה איז געווען א ביסל הומאריסטיש...!
ארי נוהם תשובה ספרים לויף איך צו ר' משה.
עגרי. ווען איך וויל זעהן א תשובה וואס די מסקנא קומט ארויס פון די בירור גיי איך צו ר' משה.
ווען איך וויל א תשובה וואס די בירור קומט ארויס פון די מסקנא גיי איך צו די וואס האבען זיך געקריגט אויף איהם....
ליטוואק פון בודאפעסטומה עם סייעתא דשמיא? אני אישית לא אוהב ספרים כדוגמת אלו, ולעתים נדירות השתמשתי עם הסייעתא דשמיא בעת למדי מסכת כלים. התפארת ישראל והרע"ב הם מספיקים עבורי. קניתי את הארטסקרול נשים עבור הבן שלי, אבל אני לא הסתכלתי שמה. למדתי אתו עכשיו יבמות, והוא שאל שאלות מעניינות בביאור מילים מסוימים באנגלית.........
ליטוואק פון בודאפעסט: ב"ה אז דו האלטסט שוין דארט. ווען איך זאלל דיר דערציילן די אלע אומבאקוועמע מצבים אין וואס כ'האב מיך געפונען ווען כ'האב געלערנט מיט מיינע קינדער...!
יותר, באישי...!
לייבל שטילערעגרי. ווען איך וויל זעהן א תשובה וואס די מסקנא קומט ארויס פון די בירור גיי איך צו ר' משה.
ווען איך וויל א תשובה וואס די בירור קומט ארויס פון די מסקנא גיי איך צו די וואס האבען זיך געקריגט אויף איהם....
ס'נישט אינגאנצן אזוי, ר' משה האט גענוג תשובות וואס די בירור קומט ארויס פונעם מסקנא, אבער אלגעמיין גערעדט זאגסטו גוט.
א גאר שיינע ספר איז "משניות", ריין ציכטיגע לשון קודש, כראנאלאגישע סדר, אפטמאל פאעטיש. א שאד אז מ'זאל עס נאר לערנען מיט די גמרא וואו עס ווערט צוהאקט מיט א געמיש פון שפראכען, אי-סדר און לאנגע און קורצע דעבאטעס מענין לענין שלא באותו הענין.
טעמו וראו כי טוב....
אויב די שאלה איז וועלכע מען לערנט "אסאך", מיינט עס לכאורה די מערסטע.
ספרים וואס איך לערן שוין נישט ווייל איך האב עס געלערנט זייער אסאך,
ערבי נחל
נועם אלימלך
מאור ושמש
שער התפלה
של"ה
ראשית חכמה
קבלה ספרים
שער הכוונות
פרי עץ חיים
אוצרות
שער גן עדן
מחברת הקודש
עמק המלך
פרדס
אמאהל קוק איך נאך אריין אין די דערמאנטע ספרים.
היינט בין איך פאקעסד אויף
עקידת יצחק - איך וויל ווערען א פיליזאף....
אוהב ישראל - פין די ספרי חסידות וואס רעדן אין מלבוש.
בני יששכר - שיינע זאכען נאך צו זאגען.
מנחת חינוך - פלעין איך האב עס ליב - און ער לאזט פלאץ מחדש צו זיין.
מדרש שמואל - שיין
און תמידים כסדרן גמרא און שולחן ערוך על הסדר
און די ספרי הלכה האב איך ליב פסקי תשובות מער ווי אוצר הלכה, הגם אוצר איז בעסער אבער פסקי תשובות איז ברייטער (מן הסתם ווייל ער האט א כולל וואס העלפט אים).
איך האב געהאט א מנהג צו לערנען תשובת שבט הלוי על הסדר, עס איז ציקער זיס מיט אינטרעסאנטע שאלות ווי ער ענטפערט יעדעם מיט דרך ארץ, אבער דאך פארליידט ער נישט קיין שוואנצאנות. זיינע תשובות זענען גרינגער ווי מנחת יצחק, וואס מען דארף מער נאכקוקען די גמרא. אגרות משה פלעגט זיין אינטרעסאנט, אבער כ'בין עס אויסגעוואקסן, ווי אויך באר משה קען מען ווערען אפסעט פין זיין וחילופיהן.
תשובות שבט הלוי קוק איך ווען איך וויל לערנען מוסר.
וועלכע ספרים איך לערן אסאך? ליידער לערן איך נישט אזוי סאך, ווען איך לערן יא לערן איך חומש רש"י און גמרא רש"י מיט אנדערע מפרשים ווען ס'פעלט זיך אויס בעסער ארויסצוהאבן וואס גייט פאר. איך נוץ אויך אסאך ארטסקרול, די הערות אונטן איז די בעסטע ליקוט ספר. איך בין א גרויסע חסיד פון רש"י, ער באלעסטיגט נישט מיט איבעריגע קשיות, קוועטשט נישט אריין קיין דוחק'דיגע תירוצים, זאגט כמעט נישט קיין אייגענס, הייסט דיר נישט גלייבן אזוי צו אזי, און ווען ער פארשטייט נישט עפעס איז ער מודה אז ער פארשטייט נישט! ער זאגט דיר פשוט וואס שטייט אן קיין התחכמות'ן און אן אריינמישן זיינע אייגענע מיינונגען און אגענדעס, און זאל יעדער אפמאכן פאר זיך צו ס'געפעלט איהם צו נישט. אז דו ווילסט נעם עסן אן, אז דו ווילסט נישט איז נישט. אנדערע זענען פארנומען דיך פארקויפן זייערע אייגענע מיינונגען און אמונות, זאגן מיינונגען קען איך אליינס שכח. וואס איך דארף איז איינער וואס זאל מיך פשוט זאגן וואס שטייט, טייטש מיר די ווערטער, לייג צו הסבר וואו ס'פעלט זיך אויס, און האלט דיינע מיינונגען ביי דיר. אז דו פילסט אז דו האסט וואס צו זאגן קענסטו שרייבן אן עקסטער ספר דערפאר און ווען איך וועל זיין נייגעריג אין דיין מיינונג וועל איך דארט אריינקוקן.
איך קען אסאך פשוט פון זיך דרייען אין משפחת טייטלבוים, א משפחה פון תלמידי חכמים מופלגים וואס ס'איז אייביג דא וואס צו הערן פון זיי, און אזויווי איך בין בטבע זייער א נייגעריגער וואס האט ליעב נייע אינפארמאציע בלייבט אלעס סטאק ביי מיר אין קאפ. אויך נאש איך אסאך פון די חכמי השטיבל דא און פון אנדערע קהלות און בלאגס אויפ'ן ברייטן געוועב, צומאל מאכט זיך אז מ'פאלט אריין אין א האזן לאך און מ'פארט מענין לענין ומבלאג לבלאג און מ'טרעפט זיך אפאר שעה דערנאך מיט א הויפן נייע אינפארמאציע וואס ס'געדויערט אפאר טאג צו פארדייען.
וואס איך קען יא שרייבן איז וועלכע ספרים איך לערן נישט, און פארוואס, אבער איך גלייב נישט אז דא איז די פלאץ דערפאר...
[ציטאט אראפגענומען]
אין מיינע אויגן איז עס א updated משנה ברורה, בעסער אויסגעשטעלט
איך נוץ 'פסקי תשובות' איבער 'אוצר הלכות' צוליב דעם וואס:
אוצר הלכות ברענגט נישט פון יביע אומר, ציץ אליעזר, הר צבי און נאך גדולי הפוסקים פונעם לעצטן יאר הונדערט, נאר ווייל זייער 'השקפה' (אגב, אן העברעישע ווארט) איז אנדערש ווי די מחבר'ס, איי וואס האט דאס מיט הל' שבת? גיי ווייס...
לייבל שטילער: אז סאטמאר נוצט עס איז עס שוין געווארן טהור. עמון ומואב טהרו בסיחון. ס'איז דא נאך א זיס ווארט פון מסכת גיטין וקידושין. (רעטאריש געפרעגט)..."כסף מטהר ממזרים"...!
נאר אז מ'רעדט שוין פון השקפה...לאל. איז דא אן אינטרעסאנטער מצב. די מוציאים לאור פון משנה ברורה .."גרינפעלד"...וועלכע זענען קאמפעטישן מיט... "מאזנים"/וגשל"... האבן געשריבן אין זייער ..."התנצלות המוציאים לאור"...אז זיי האבן ארויסגענומען אלע עברית'ע ווערטער ..."אשר בדו הציונים מליבם"...און 2 שורות ווייטער ברענגען זיי ריין עברית'ע ווערטער..."ביקוש". און..."צוות"...!
כ'האב ויאל משה און על הגאולה נישט אדורך געלערנט, אבער זאגט מיר איינער אז אין איינע פון די אויבנדערמאנטע שרייבט סאטמער רב ז"ל "נתפרסם בעיתונים" ציכטיג ריין עברית!
לייבל שטילער:יא. כ'מיין אין על הגאולה ועל התמורה. ווייל דארט האבן שוין עטליכע פרעמדע הענט געפאטשקעט. ווייל, לעומת דעם ויואל משה וואס איז געשריבן געווארן א ביסל מער מעסיג. (טעמפער'ד) האט דער סאטמאר'ע רב גענוצט זייער שארפע לשונות אין דעם על הגאולה ועל התמורה. האבן זיינע שטוב מענטשן, אזוי ווי ר' סענדער דייטש עס א ביסל געעדיט'ד. און ר' סענדער איז דאך געווען א מענטש וואס האט גוט געקענט רעדן עברית...!
וואס איז אוצר הלכה? פון עז והדר?
ליטוואק פון בודאפעסטוואס איז אוצר הלכה? פון עז והדר?
ניין

דאס העלפט מיר נישט. ווער איז דער מחבר?
ליטוואק פון בודאפעסטדאס העלפט מיר נישט. ווער איז דער מחבר?
הרב אברהם צבי פריעדמאן פון וויליאמסבורג (דומ"צ בגאלאנטא?)
לייבל שטילערתשובות ספרים:
באר משה פון דעברעצינע'ר רב ז"ל, צוקער זיס!
מנחת אשר פון ר' אשר וייס שליט"א, צום פינטל און ברייטע פלייצעס, דלא כהרבה מזמננו.
נודע ביהודה. אנעפאלעדזעטי"ק, גאט"ס און קוראדז"ש, צוזאמען מיט בקיאות און פלפול אויף איינמאל.
ויש עוד...
דער מנחת אשר איז א הפלה'דיגע גאון, א גאון וואס זיין בקיאות און פלפול איז ער אפשר א חד בדרא. אויף קול הלשון איז דא שיעורים פין אים אויף אידיש, און אויף טארע עניטיים אויף לשון קודש. איין מאדנע זאך איז זיין אקסענט, וואס איז עפעס א געמישעכטס פון אמעריקאנער ריש צו א גאליציאנער אידיש מיט א עברית'ישער הברה, אין דעם איז ער זיכער א חד בדרא.
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.aspx?Lang=Idish&RavID=-1&ROrder=-1&FID=108432&HideMenus=False">https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... enus=False</a>
הרב וייס איז געבוירן אין אמעריקא, שפעטער האט זיין משפחה עולה געווען קיין אר"י, דאס קען זיין א שטיקל יישוב אויף זיין הברה.
איך לערן נישט אסאך
ווען איך לערן האב איך בעיקר ליעב הלכה טור בי ביז שוע ונו"כ בית יוסף איז גאר א שיין ספר
צומאל לערן איך נך מיט מצודות
לייבל שטילערהרב וייס איז געבוירן אין אמעריקא, שפעטער האט זיין משפחה עולה געווען קיין אר"י, דאס קען זיין א שטיקל יישוב אויף זיין הברה.
לויט ווי איך פארשטיי האט ער געלערנט אין קלויזענבורג, זיינע ברודערס רעדען נישט ווי אים.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6798">viewtopic.php?f=42&t=6798</a><!-- l -->
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
Daily
חומש רש"י מיט רשב"ם און ספורנו, מיט שטיקלעך רמב"ן, צומאל בליק איך אריין אין אור החיים הק' אדער כלי יקר, בעיקר ווען איך האב א דיוק אין פסוק, און געווענטליך אדרעסירן זיי עס, ווי אויך פירוש הרא"ש, בעה"ט, חזקינו וכדו'.
מדרש רבה.
גמרא דף היומי עם רש"י, ספייסט אפ מיט תוס'. פאר א פשוט'ן דיוק לויפט מען צו מהרש"א רש"ש אדער ארסקרול למטה.
פאר אגדתא נוצט מען מהרש"א מיט בניהו און בן יהוידע.
טור/בית יוסף און מען קוקט נאך אלע מראה מקומות, בעיקר קודם לערנען די גמרא מיט די ראשונים. און דערנאך שו"ע בעיקר מיט מג"א און מחצית השקל אבער אויך ט"ז. ומשם להמשנה ברורה או בדי השולחן (יו"ד). מעיין בליקוטים כגון דרשו משנ"ב, משנה אחרונה ופסקי תשובות, אבער נאר אויב מען קוקט נאך די מראה מקומות thoroughly! גאר אסאך טעותים וד"ל. דערנאך בעיקר רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, שולחן שלמה/הליכות שלמה, ער קומט אריין מט א מורא'דיגן קלארקייט און לעכטיגע סברות און חידושים להלכה.
Weekly
ספרי חסידות מלוקטים, מבעש"ט, דגל מחנה אפרים, מאור עינים, נועם אלימלך ect.
אגרא דכלה, חת"ס, בני יששכר
פאר אינטרעסאנטע ענינים על הפרשה קוק איך אוצר פלאות התורה, פלאות עדותיך און פרדס יוסף.
ספרים שלמדתי ומעיין מפעם לפעם, ליקוטי אמרים, אם הבנים שמחה, פלא יועץ.
דער אוצר פלאות התורה וואלט געברויכט הייסן אוצר פעירי טעילס
אישתישבידער אוצר פלאות התורה וואלט געברויכט הייסן אוצר פעירי טעילס
זיי מסביר. ער ברענגט צאם אסאך אינטרעסאנטע מ"מ. (איך רעד נישט פון זיינע אייגענע "חידושים" און "תירוצים" אויף "קשיות"..)
אה.. און נישט פארגעסן ווען ער רעדט פון הגה"ק רשכבה"ג מו"ר ממונקאטש שליט"א...
דער פלא ביי מיר איז ווי האסטו אזויפיל צייט? אדער האבן מיר אלע גענוג צייט, נאר מיר טון עס פארפאטשקען.
הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל לימודים אין טאג.
ליטוואק פון בודאפעסטדער פלא ביי מיר איז ווי האסטו אזויפיל צייט? אדער האבן מיר אלע גענוג צייט, נאר מיר טון עס פארפאטשקען.
הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל לימודים אין טאג.
חומש ומפרשים איז בערך א האלבע שעה א טאג, די דף איז בערך א שעה. דאס איז אינדערפרי (פאר אדער נאך שחרית, ווענדט זיך אין די נץ).
הלכה איז ביינאכט פאר/נאך מעריב א שעה א האלב/צוויי שעה מיט א חברותא.
מען קען געהעריג ארבייטן א פילע טאג אינדערמיט (נישט אז מען ארבייט דוקא.. נאר מען קען..).
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
דף היומי האט אסאך מעלות, אבער איין זאך וואס איז א חסרון לדעתי, דאס איז אז זיי געבן נישט קיין טעג צו חזר׳ן, איך וואלט מציע געווען אז זיי זאלן טוהן ווי תורתך שעשועי פון סאטמאר מהר״א און ווי די אנדערע חסידות׳ן וואס פרייטאג שבת לערענט מען נישט קיין פרישע לימודים, בא שבת בא מנוחה, נאר מען חזר׳ט פון א גאנצע וואך.
יין שרף: איך שטום צו צו דיין קלויבן אין ר' שלמה זלמן ז"ל. אזוי גראד און גלאט. א פסק פון איהם שטייגט איבער אסאך אנדערע ביי מיר.
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
לייבל שטילעראיך נוץ 'פסקי תשובות' איבער 'אוצר הלכות' צוליב דעם וואס:
אוצר הלכות ברענגט נישט פון יביע אומר, ציץ אליעזר, הר צבי און נאך גדולי הפוסקים פונעם לעצטן יאר הונדערט, נאר ווייל זייער 'השקפה' (אגב, אן העברעישע ווארט) איז אנדערש ווי די מחבר'ס, איי וואס האט דאס מיט הל' שבת? גיי ווייס...
רבי לייבל: דער פסקי תשובות ברענגט אפי׳ הרב קוק כמה פעמים.
עיין לדוגמה בסימן כ״ז הערה 199 ווי ער צייכענט צו הרב קוק׳ס שו״ת אורח משפט, אזוי אויך אין סימן צ״ח הערה 70, און אין סימן רע״ז סוף הערה 57.
Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
צופרי פאר׳ן דאווענען א בלאט גמרא רש"י בעיון על סדר תורתיך שעשעי, נאכ׳ן דאווענען די חק און קוק אביסל מפרשים רמב׳ן כלי יקר וכדומה
יארצייטן פון צדיקים (געווענליך פון תלמידי בעש"ט אבער אסאך מאל אנדערע אויך איבערהויפט ראשונים) לערן איך אביסל פוו זייערע ספרים, ביינאכט גיי איך צו א שיעור הלכה זייער קלאר פארגעלערענט דורך א באקאנטער מורי הוראה, א געוואלד ידיעות שוין קונה געווען ב"ה
שבת, גמרא פאר׳ן דאווענען א מוז, תהלים (כנגעים ואהלות) א חיוב, חסידישע ספרים מכל הבאה ליד, געווענליך נועם אלימלך מאור ושמש באמ"ח וכדומה
פארשטייט זיך גייט נישט אריבער א שבת ויו"ט אן לערנען מספרי דבי רב רביה"ק מסאטמאר זי"ע דברי יואל וכדומה, לעצטענס האב איך שטארק הנאה פון "לשון קדשו"
דאס איז בקביעות, וואלט געדארפט לערנען מער אבער שאור שבעיסה מעכב
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
לערנען דעם רבי'נס הייליגע ספרים, דערהאלט אונז ביי אידישקייט אין די דאזיגע אחרית הימים. זיינע הייליגע געדאנקן לייטערן אויס אונזער מוחות און שווענקן אויס אונזער הערצער.
i have no patients to learn anything besides my daily shiur with my chavrisa, wich i do just to yoitze, its sad that i dont have any interest and i do belive people enjoy it any sugestions?