☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13845
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 31, 2020 3:42 pm

· #449977
לייבל שטילער
שוואכא צושטעל, פריעת הראש איז אויסגעשמועסט אין די גמרא, ראשונים, גע'פסק'נט אין רמב"ם, שו"ע און אזוי ווייטער, יעצט איז די שאלה אויב דאס וואס די גמרא רופט עס אן "דאורייתא" איז דווקא אדער לאו דווקא, אבער עס צוגלייכן בגז"ש דאורייתא דאורייתא צו זכר צדיק לברכה איז אבסורד.
ס'איז טאקע גע'פסק'נט אין רמב"ם, אבער אונז האבן עס נישט אנגענומען (אחת פנויה ואחת אשת איש).

אפשר קענסטו צוצייכענען פונקטליך וואו אין גמרא ס'ווערט "אויסגעשמועסט"?

איך זעה נישט די אבסורד, די לימודים פון ביידע ארבעטן אויפ'ן זעלבן וועג (לויט רש"י). ס'שטייט נישט אין די תורה "מ'טאר נישט" אדער "מ'מוז", מ'זעהט נאר אז די תורה איז געשריבן לויט דעם געפירעכץ.

לייבל שטילער » זונטאג מאי 31, 2020 3:50 pm

· #449978
כתובות עב. רמב"ם הל' אישית פרק כ"ד הל' י"א, שו"ע אבהע"ז סי' קט"ו.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 31, 2020 4:10 pm

· #449982
די סוגיא פון פריעת הראש אין כתובות עב איז גראדע ווייניגער אויסגעשמועסט ווי די סוגיא פון זכר צדיק לברכה אין יומא לח, לויט דיין לאגיק וואלט געדארפט זיין פארקערט, זכר צדיק לברכה זאל זיין א דאורייתא און פריעת הראש נאר א מנהג טוב.

דער רמב"ם דארט פסק'נט נישט וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט, ער רעכנט נאר אויס זאכן וואס א פרוי וואס טוט זיי פארלירט איר כתובה.

פון שולחן ערוך האב איך טאקע נישט גערעדט ווייל אונז האבן עס נישט אנגענומען (אחת פנויה ואחת אשת איש?‎).

ווי פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן, שערי קלאץ קשיות לא ננעלו... אבער נישט געזארגט, כ'האב זייער ליב קלאץ קשיות, פרעג וויפיל דו קענסט און איך בין זיכער אז צום סוף וועסטו פארשטיין.

פייפעריי » זונטאג מאי 31, 2020 5:02 pm

· #449995
רביה''ק זי''ע

עיין מגן אברהם סימן ע"ה ס"ק ג' וועסטו זען די מקור פאר די היינטיגע מנהג וועגן די מיידלעך. עיין מחצית השקל ומשנה ברורה ס"ק י"ב. (מיר פירן זיך ווי שלחן ערוך ונושאי כלים.)

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 31, 2020 5:10 pm

· #449998
איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.

דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.

לייבל שטילער » זונטאג מאי 31, 2020 6:55 pm

· #450020
אויב איז עס נאר א מנהג טוב פארוואס פארלירט זי די כתובה?
פ"וו ווערט עס אויסגערעכנט אין די משנה און רמב"ם צוזאמען מיט מאכילהו שקצים ומשמשתו נדה?
דבר הלמד מענינו...

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 31, 2020 7:07 pm

· #450022
ס'איז א גוטע קשיא, אבער די קשיא איז סתם אזוי שווער. דער רמב"ם (און אזוי אויך די גמרא) רעכנט דארט אויס צווישן אנדערן משמשתו נידה און מאכילתו דברים שאינן מעושרין וואס זענען ביידע דרבנן, מעשר בזמן הזה איז א דרבנן, און משמשתו נידה זאגט ער (ע"פ די גמרא) אז מ'רעדט פון טומאת כתמים וואס איז אויך א דרבנן. די פשוט'ע תירוץ איז אז ער רעכנט עקסטער זאכן וואס זענען מרומז אין די תורה, אבער דאס איז שוין א באזונדערע שמועס (אפשר נישט?).

די קשיא פארוואס מ'זאל פארלירן די כתובה קענסט פרעגן אויף דת יהודית אויך, ווי דער רמב"ם זאגט "אי זו היא דת יהודית הוא מנהג הצניעות שנהגו בנות ישראל". נישט קיין דאורייתא, נישט קיין דרבנן, זי פארלירט די כתובה פשוט פאר'ן זיין א מופקרת.

פייפעריי » זונטאג מאי 31, 2020 11:46 pm

· #450061
רביה''ק זי''ע
איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.

דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.

די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען באזירט אויף די גמרא מיט די ראשונים.

די גמרא שטימט פיין. ופרע ראש האשה איז נאר ביי א נשואה און א בתולה איז מותר. עס איז נאר דא א סתירת המחבר דבסימן ע"ה משמע שבתולות הולכות בשיער מגולה, ובאבהע”ז בסי’ כ"א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש. די מג"א ענטפערט א’ פנויות וא’ אשת איש גייט ארויף סותרות קליעות שערן וואס דאס איז אויך אסור ביי א בתולה און די בית שמואל און חלקת מחוקק זאגן אז פנויה מיינט מען אלמנה. אבער יעדער איז מודה אז נשואה איז אסור און א בתולה איז מותר.

פון מג"א איז משמע אז ער האלט נשואה איז אסור מדאורייתא וז"ל מג"א
"בתולות שדרכן כו’ – ק’ דבא”ע סי’ כ”א ס”א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש וכ”כ הרמב”ם פכ”א מהא”ב ועוד דאי’ בכתובות רפ”ב אם יצאה בהינומ’ וראשה פרועה זהו סי’ שהיתה בתולה ודוחק לומר דפנויות דקתני היינו אלמנה דא”כ ה”ל לפרש וי”ל דפרוע’ ראש דכתב בא”ע היינו שסותרות קליעות שערן והולכות בשוק דזה אסור אפי’ בפנויה וכן פירש”י פ’ נשא על ופרע ראש האשה ומ”מ צ”ל דפנויה לא מתסרי מדאוריי’ דא”ת דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסור’ לילך דמהכא ילפינן בכתובות פ”ז שלא תלכנה בנות ישראל בגילוי הראש אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמדת צניעות היא לבתולות שלא לילך כן:"

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 31, 2020 11:55 pm

· #450063
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען טאקע מער ווייניגער באזירט אויף די גמרא אבער נישט אינגאצען, it's based on a true story, והסוגיא הזאת תוכיח.

קודם כל, די ופרע את ראש האישה איז נאר ביי א פרוי מיט שווארצע האר, א פרוי מיט בלאנדע אדער רויטע האר איז מותר. אין גמרא שטייט נישט קיין שום חילוק צווישן נשואה מיט בתולה, פארקערט גאר, ס'שטייט אזהרה לבנות ישראל.

די מחבר איז נישט קיין סתירה, אין אבן העזר רעדט ער אין גאס, אין הלכות קרי"ש רעדט ער אין שטוב, אזוי פלעגט זיין די מנהג ביי די ספרדים אז אין גאס פלעגן די מיידלעך גיין צוגעדעקט אבער אין שטוב נישט.

cictim » מאנטאג יוני 1, 2020 12:28 am

· #450064
נאכן גילוי דעת אז דו ביזט נישט מחויב צו רעליגיע נאר צו קולטור... דאס איז די קולטור היינט איפכא מסתברא...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 12:46 am

· #450067
דעם אשכול האב איך נישט געעפנט צו פארציילן פאר יעדעם צו וואס איך בין מחויב, איך האלט נישט אז ס'איז בכלל אינטערעסאנט אויסצושמועסן ברבים, ווער ס'איז באמת שטארק נייגעריג קען מיך קומען אינטערוויוען פריוואט (ספוילער, ס'נישט מורא'דיג אינטערעסאנט). דא איז געווארן א שמועס איבער וואס די גמרא האט געהאלטן וועגן שייטלען האב איך געעפנט דעם אשכול אדורכטוהן וואס שטייט אין גמרא וועגן דעם, וואס מ'טוט למעשה נאכדעם וואס מ'האט קלאר ארויס וואס שטייט איז נישט מיין דעפארטמענט, זאל יעדער טוהן ווי ער פארשטייט.

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 1:05 am

· #450070
רביה''ק זי''ע
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען טאקע מער ווייניגער באזירט אויף די גמרא אבער נישט אינגאצען, it's based on a true story, והסוגיא הזאת תוכיח.

קודם כל, די ופרע את ראש האישה איז נאר ביי א פרוי מיט שווארצע האר, א פרוי מיט בלאנדע אדער רויטע האר איז מותר. אין גמרא שטייט נישט קיין שום חילוק צווישן נשואה מיט בתולה, פארקערט גאר, ס'שטייט אזהרה לבנות ישראל.

די מחבר איז נישט קיין סתירה, אין אבן העזר רעדט ער אין גאס, אין הלכות קרי"ש רעדט ער אין שטוב, אזוי פלעגט זיין די מנהג ביי די ספרדים אז אין גאס פלעגן די מיידלעך גיין צוגעדעקט אבער אין שטוב נישט.

ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.

דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 1, 2020 8:25 am

· #450085
פייפעריי
רביה''ק זי''ע
איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.

דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.

די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען באזירט אויף די גמרא מיט די ראשונים.

די גמרא שטימט פיין. ופרע ראש האשה איז נאר ביי א נשואה און א בתולה איז מותר. עס איז נאר דא א סתירת המחבר דבסימן ע"ה משמע שבתולות הולכות בשיער מגולה, ובאבהע”ז בסי’ כ"א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש. די מג"א ענטפערט א’ פנויות וא’ אשת איש גייט ארויף סותרות קליעות שערן וואס דאס איז אויך אסור ביי א בתולה און די בית שמואל און חלקת מחוקק זאגן אז פנויה מיינט מען אלמנה. אבער יעדער איז מודה אז נשואה איז אסור און א בתולה איז מותר.

פון מג"א איז משמע אז ער האלט נשואה איז אסור מדאורייתא וז"ל מג"א
"בתולות שדרכן כו’ – ק’ דבא”ע סי’ כ”א ס”א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש וכ”כ הרמב”ם פכ”א מהא”ב ועוד דאי’ בכתובות רפ”ב אם יצאה בהינומ’ וראשה פרועה זהו סי’ שהיתה בתולה ודוחק לומר דפנויות דקתני היינו אלמנה דא”כ ה”ל לפרש וי”ל דפרוע’ ראש דכתב בא”ע היינו שסותרות קליעות שערן והולכות בשוק דזה אסור אפי’ בפנויה וכן פירש”י פ’ נשא על ופרע ראש האשה ומ”מ צ”ל דפנויה לא מתסרי מדאוריי’ דא”ת דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסור’ לילך דמהכא ילפינן בכתובות פ”ז שלא תלכנה בנות ישראל בגילוי הראש אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמדת צניעות היא לבתולות שלא לילך כן:"

נאר מעורר צו זיין, דער מג"א איז נישט די איינציגסטע תירוץ, קוק אין חלקת מחוקק און בית שמואל אויך. און דעריבער האבן רוב כלל ישראל נישט אנגענומן די איסור פון לאנגע האר נאך די אקסל.

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 9:01 am

· #450086
ליטוואק פון בודאפעסט

איך האב עס פריער צוגעצייכענט משנה ברורה בשם די מגן גיבורים.

משנה ברורה סימן ע"ה
"(יב) שדרכן וכו' עיין במ"א שכתב דלא ילכו בגילוי הראש רק אם שערותיהן קלועות ולא סתורות אבל המחצית השקל והמגן גבורים מקילין בזה. כתב הח"א נכריות שאינן מוזהרות לכסות שערן צ"ע אם דינן בזה כבתולות:"

מגן גיבורים
<a class="postlink" href="https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=19326&st=&pgnum=43">https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=43</a>

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 7:43 pm

· #450179
פייפעריי
ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?

פייפעריי
דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.

אויב אין שטוב פלעגן נשואות גיין אויפגעדעקט איז מען דאך רגיל אין דעם און ס'וואלט נישט געדארפט צו זיין קיין ערווה (לשיטת המחבר אז ערוה איז נאר עפעס וואס מ'איז נישט רגיל צו זעהן).

לייבל שטילער » מאנטאג יוני 1, 2020 7:45 pm

· #450181
רביה''ק זי''ע
פייפעריי
ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?

.

ווייל א נישט-נשואה קען נישט זיין קיין סוטה.

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 10:29 pm

· #450217
פייפעריי
דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.

רביה''ק זי''ע
אויב אין שטוב פלעגן נשואות גיין אויפגעדעקט איז מען דאך רגיל אין דעם און ס'וואלט נישט געדארפט צו זיין קיין ערווה (לשיטת המחבר אז ערוה איז נאר עפעס וואס מ'איז נישט רגיל צו זעהן).

ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).

דרכן לכסות לא בא למעט רק בתולות או שער היוצא מחוץ לצמתן שזה תלוי במנהג המקומות. שאם המנהג לכסות הוה ערוה ואם לאו מותר.

די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'

קומט אויס אזוי
ווען סאיז דא אן איסור איז עס אן ערוה אפילו אין דרכה לכסותה
ווען עס איז נישט דא קיין איסור איז דא א חילוק בין דרכה לאין דרכה, עס ווענד זיך אין די מנהג
פאה נכרית אפילו דרכה לכסותה איז נישט קיין ערוה ווייל עס איז נישט קיין האר בכלל, עס איז ווי א בגד.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 10:35 pm

· #450219
לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע
פייפעריי
ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?

.

ווייל א נישט-נשואה קען נישט זיין קיין סוטה.

ממילא איז וואס, די טעם פארוואס מ'דארף צודעקן די האר איז ווייל מ'קען זיין א סוטה?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 10:41 pm

· #450220
פייפעריי
ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).

די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'

דו מאכסט איין גרויסע קוגל פונעם שו"ע מיט'ן דברי יואל, דער מחבר האט קלאר געהאלטן אז אלעס ווענדט זיך צו מ'איז רגיל צו נישט ווי דער בן איש חי איז זייער שיין מסביר (שנה א' פרשת בא סימן יב). מ'קען אריינטייטשן און אריינקוועטשן פשטים, אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן אז דער מחבר האט געהאלטן אז די איסור מאכט די ערוה.

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 10:43 pm

· #450221
רביה''ק זי''ע
לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע
פייפעריי
ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?

.

ווייל א נישט-נשואה קען נישט זיין קיין סוטה.

ממילא איז וואס, די טעם פארוואס מ'דארף צודעקן די האר איז ווייל מ'קען זיין א סוטה?

אדער גזירת הכתוב לפי פירש השני של רש"י והוא עיקר. ( אדער ווייל א נשואה פארלאגט זיך א העכערע דרגא צניעות. )

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 10:45 pm

· #450222
רביה''ק זי''ע
פייפעריי
ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).

די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'

דו מאכסט איין גרויסע קוגל פונעם שו"ע מיט'ן דברי יואל, דער מחבר האט קלאר געהאלטן אז אלעס ווענדט זיך צו מ'איז רגיל צו נישט ווי דער בן איש חי איז זייער שיין מסביר (שנה א' פרשת בא סימן יב). מ'קען אריינטייטשן און אריינקוועטשן פשטים, אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן אז דער מחבר האט געהאלטן אז די איסור מאכט די ערוה.

שוין גארנישט קיין קוגל. קוק אריין אין משנה ברורה.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 10:49 pm

· #450223
פייפעריי
אדער גזירת הכתוב לפי פירש השני של רש"י והוא עיקר. ( אדער ווייל א נשואה פארלאגט זיך א העכערע דרגא צניעות. )

רש"י זאגט נישט אז ס'איז א גזירת הכתוב, פארקערט, ער זאגט אז ס'נישט די דרך צו גיין אזוי, נישט קיין גזירה נישט קיין כתוב, ס'איז פשוט נישט די דרך.

איך וויל נאר פארשטיין איין זאך, פון וואו זעהסו פון רבי ישמעאל'ס ווערטער אז ער רעדט נאר פון א נשואה? ווען ער וויל ווען רעדן פון בתולות אויך וואלט ער געדארפט נוצן אן אנדערן לשון? וואס נאך דארף ער זאגן?

פייפעריי » מאנטאג יוני 1, 2020 11:53 pm

· #450228
רביה''ק זי''ע
פייפעריי
אדער גזירת הכתוב לפי פירש השני של רש"י והוא עיקר. ( אדער ווייל א נשואה פארלאגט זיך א העכערע דרגא צניעות. )

רש"י זאגט נישט אז ס'איז א גזירת הכתוב, פארקערט, ער זאגט אז ס'נישט די דרך צו גיין אזוי, נישט קיין גזירה נישט קיין כתוב, ס'איז פשוט נישט די דרך.

איך וויל נאר פארשטיין איין זאך, פון וואו זעהסו פון רבי ישמעאל'ס ווערטער אז ער רעדט נאר פון א נשואה? ווען ער וויל ווען רעדן פון בתולות אויך וואלט ער געדארפט נוצן אן אנדערן לשון? וואס נאך דארף ער זאגן?

איך זע די אחרונים האבן אזוי געלערנט.

(קען זיין עס איז א מחלוקת הראשונים. אפשר האט עס ציטון צו איך לערן דאורייתא אדער דרבנן. די רמב"ם האלט עס איז מדרבנן מילא האלט ער אז בתולות איז אויך אסור וקרא אסמכתא בעלמא. אנדערע ראשונים קריגן און אין האלטן עס איז מדאורייתא און די תורה רעדט פון נשואה. און די אחרונים האבן אנגענומען ווי די ראשונים וואס קריגן אויפן רמב"ם. איך זאג עס נאר בדרך אפשר.)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 11:54 pm

· #450229
שוין, ביזטו מסכים אז פון ר' ישמעאל'ס ווערטער אליינס איז משמע אז ער רעדט פון בתולות אויך, אויב אזוי שטייען מיר אויף איין פעידש...

green sunday » דאנערשטאג יוני 4, 2020 6:27 pm

· #450537
זייער א שיינע תשובה להיתר בנוגע שייטלען פון מח"ס נטעי גבריאל הגה"צ גבריאל ציננער
https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=21921&width=0&scroll=0&udid=0&pagenum=97

green sunday » דאנערשטאג יוני 4, 2020 6:52 pm

· #450539
להלן רשימת הפוסקים שהתירו לבישת פאה נכרית לנשים נשואות, ודבריהם בקצרה.
https://drive.google.com/file/d/1KdPsDdgzxuBilyBxNrG7M3dxkctI2YR2/view?usp=sharing

green sunday » דאנערשטאג יוני 4, 2020 6:55 pm

· #450540

מצפצף » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:55 pm

· #515716
פון open ai.
?Why do Jewish women shave their heads

Jewish women do not typically shave their heads as part of their religious practice. In fact, according to Jewish law, it is considered a great shame for a woman to shave her head or shave her hair. It is more common for women to cover their hair as a sign of modesty and respect for God. However, some Jewish women may shave their heads for personal or medical reasons, just like any other woman.

מתבודד » זונטאג יאנואר 15, 2023 10:50 pm

· #515718
האסטע.

i would like to know why hasidic woman shave their heads after they are getting married

Hasidic Jewish women may shave their heads as a sign of modesty and humility after they are married. It is also a way to separate themselves from secular society and to show their devotion to their religion and their husband. Additionally, it is believed that by removing their hair, they are also removing any vanity or temptation associated with it. The practice is not a requirement in Hasidic Judaism, and not all Hasidic women will shave their heads. Each individual and community may have their own interpretation and practice of the tradition.

צוויי » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:03 pm

· #541830
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
פארדעם האבן די רבנים גע'אסר'ט AI...

קליינע צדיק » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:48 pm

· #541831
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
צוויי #
פארדעם האבן די רבנים גע'אסר'ט AI...
דאס הייסט אז יעדע איסור איז געבויט צו באהיטן אן אנדערע איסור

צוויי » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:11 pm

· #541833
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קליינע צדיק #
צוויי #
פארדעם האבן די רבנים גע'אסר'ט AI...
דאס הייסט אז יעדע איסור איז געבויט צו באהיטן אן אנדערע איסור
פרעג'סט אדער דו זאגסט?

אויב דו פרעגסט, איך ווייס נישט אויב יעדער איסור איז געבויעט צו באהיטן אן אנדערן איסור, אבער חז"ל איז פיל מיט איסורים אלס גדר וסייג צו באהיטן אנדערע איסורים.
שמה יטה איז א ביישפיל, און בכלליות גאנץ הלכות מוקצה.

קליינע צדיק » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:17 pm

· #541836
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קליינע צדיק #
צוויי #
פארדעם האבן די רבנים גע'אסר'ט AI...
דאס הייסט אז יעדע איסור איז געבויט צו באהיטן אן אנדערע איסור
יא יא
איך זאג עס במליצה אויף די היינטיגע איסורים
(כגון אסר'ן האטליינס בעניני אישות צילוב די אייגענע איסורים אין פארשידענע הינזיכטן ועוד הרבה)

צוויי » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:04 pm

· #541924
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
איך ליין אדורך די גאנצע אשכול, און איך האב אן ווערן אפגעקויפט.
איך וואלט שוין לאנג געחל'שט אז אזוי ווי דער פותח האשכול שרייבט זאל מיין ווייב אויסזעהן, און מיין ווייב האט מיר שוין עכט געזאגט גלייך נאך די חתונה אז זי וויל איך זאל איר הנאה האבן מיט אירע עכטע נישט פאלשע האר, פארשטייט זיך נאר בצניעות,
מיינע רבי'ס האבן מיר אבער אנדערש געלערנט, ממילא טוה מיר וויאזוי מיר האבן מקבל געווען במסורה, און אפי' מיין ווייב וועט נישט וועלן טוישן די מסורה, אפי' ס'איז אנטקעגן איהרע אדער מיינע גופניות'דיגע תאוות.
די שאלה איז וויאזוי מ'קען טאקע אויסקלארן די ריכטיגע אמת.
זאל איך אננעמען די אמת וויאזוי אונזערע הייליגע רבי'ס צדיקים האבן אונז געלערנט.
אדער ענדערש ווי אונזערע הייליגע באהאלטענע חברים דא אויף קאווע שטיבל דערציילן אונז.

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:17 pm

· #541926

דא האסטו א חזון איש, דאכט זיך אז ער האט זיך נישט געדרייט דא אין קאווע שטיבל.

החזון איש מסופר במעשה איש ח"ז עמו' קכח
במשפחת רבינו היה בחור שהתארס עם בת ממשפחה חסידית ושמעו שהוריה חפצים שתגלח שער ראשה לאחר הנישואין והענין הפריע לבחור אמר לו החזון איש אתה צודק דאס עקלט ותעזוב השידוך - סו"ד ויתר הצד השני
ובספר נהוג כצאן יוסף אות גלוח כותב שאסור לאשה לגלח שער ראשה וראיה לזה ממה שמצינו ביפת תואר וגילחה את ראשה כדי שתתנוול אבל שאר נשים אסורות לעשות כן שמחויבות להתקשט שלא יתגנו על בעליהן

סקעפטיקער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:40 pm

· #541937

https://www.amazon.com/dp/1934730971

צוויי » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:08 pm

· #541938
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קהל'ס נער #
צוויי #
איך ליין אדורך די גאנצע אשכול, און איך האב אן ווערן אפגעקויפט.
איך וואלט שוין לאנג געחל'שט אז אזוי ווי דער פותח האשכול שרייבט זאל מיין ווייב אויסזעהן, און מיין ווייב האט מיר שוין עכט געזאגט גלייך נאך די חתונה אז זי וויל איך זאל איר הנאה האבן מיט אירע עכטע נישט פאלשע האר, פארשטייט זיך נאר בצניעות,
מיינע רבי'ס האבן מיר אבער אנדערש געלערנט, ממילא טוה מיר וויאזוי מיר האבן מקבל געווען במסורה, און אפי' מיין ווייב וועט נישט וועלן טוישן די מסורה, אפי' ס'איז אנטקעגן איהרע אדער מיינע גופניות'דיגע תאוות.
די שאלה איז וויאזוי מ'קען טאקע אויסקלארן די ריכטיגע אמת.
זאל איך אננעמען די אמת וויאזוי אונזערע הייליגע רבי'ס צדיקים האבן אונז געלערנט.
אדער ענדערש ווי אונזערע הייליגע באהאלטענע חברים דא אויף קאווע שטיבל דערציילן אונז.

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות.
דא האסטו א חזון איש, דאכט זיך אז ער האט זיך נישט געדרייט דא אין קאווע שטיבל.

החזון איש מסופר במעשה איש ח"ז עמו' קכח
במשפחת רבינו היה בחור שהתארס עם בת ממשפחה חסידית ושמעו שהוריה חפצים שתגלח שער ראשה לאחר הנישואין והענין הפריע לבחור אמר לו החזון איש אתה צודק דאס עקלט ותעזוב השידוך - סו"ד ויתר הצד השני
ובספר נהוג כצאן יוסף אות גלוח כותב שאסור לאשה לגלח שער ראשה וראיה לזה ממה שמצינו ביפת תואר וגילחה את ראשה כדי שתתנוול אבל שאר נשים אסורות לעשות כן שמחויבות להתקשט שלא יתגנו על בעליהן
נישט מיינע עלטערן און רבי'ס און נישט מיין ווייב'ס עלטערן און רבי'ס געזאגט דאס. ווי ווייט איך ווייס.
אדרבה. תגיד לי את האמת, ואחכה להפוך את ההתנהגות שלי לדרך האמת.

חדשים » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:28 pm

· #541940
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
איך כאפ נישט וואס תגיד לי האמת האט מיט "נישט מיינע עלטערן און רבי'ס און נישט מיין ווייב'ס עלטערן און רבי'ס געזאגט דאס”....

פונדאַמענטאַל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:59 pm

· #541944
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
צוויי #
איך ליין אדורך די גאנצע אשכול, און איך האב אן ווערן אפגעקויפט.
איך וואלט שוין לאנג געחל'שט אז אזוי ווי דער פותח האשכול שרייבט זאל מיין ווייב אויסזעהן, און מיין ווייב האט מיר שוין עכט געזאגט גלייך נאך די חתונה אז זי וויל איך זאל איר הנאה האבן מיט אירע עכטע נישט פאלשע האר, פארשטייט זיך נאר בצניעות,
מיינע רבי'ס האבן מיר אבער אנדערש געלערנט, ממילא טוה מיר וויאזוי מיר האבן מקבל געווען במסורה, און אפי' מיין ווייב וועט נישט וועלן טוישן די מסורה, אפי' ס'איז אנטקעגן איהרע אדער מיינע גופניות'דיגע תאוות.
די שאלה איז וויאזוי מ'קען טאקע אויסקלארן די ריכטיגע אמת.
זאל איך אננעמען די אמת וויאזוי אונזערע הייליגע רבי'ס צדיקים האבן אונז געלערנט.
אדער ענדערש ווי אונזערע הייליגע באהאלטענע חברים דא אויף קאווע שטיבל דערציילן אונז.
אפשר קענען דיינע הייליגע רבי'ס און צדיקים ענטפערן אויף די שווערע שאלה? איך בין זיכער זיי וועלן זיך פרייען דיר צו העלפן מיט דיינע דילעמעס... פארוואס קומען אויף קאווע שטיבל שפעקעלירן פארוואס דיינע רבי'ס דעות זענען בעסער?... אויב איז דאס טאקע אזוי דאן קענט איר זיך טאקע ווענדען צו זיי...

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:47 pm

· #541951
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
צוויי #
קהל'ס נער #
צוויי #
איך ליין אדורך די גאנצע אשכול, און איך האב אן ווערן אפגעקויפט.
איך וואלט שוין לאנג געחל'שט אז אזוי ווי דער פותח האשכול שרייבט זאל מיין ווייב אויסזעהן, און מיין ווייב האט מיר שוין עכט געזאגט גלייך נאך די חתונה אז זי וויל איך זאל איר הנאה האבן מיט אירע עכטע נישט פאלשע האר, פארשטייט זיך נאר בצניעות,
מיינע רבי'ס האבן מיר אבער אנדערש געלערנט, ממילא טוה מיר וויאזוי מיר האבן מקבל געווען במסורה, און אפי' מיין ווייב וועט נישט וועלן טוישן די מסורה, אפי' ס'איז אנטקעגן איהרע אדער מיינע גופניות'דיגע תאוות.
די שאלה איז וויאזוי מ'קען טאקע אויסקלארן די ריכטיגע אמת.
זאל איך אננעמען די אמת וויאזוי אונזערע הייליגע רבי'ס צדיקים האבן אונז געלערנט.
אדער ענדערש ווי אונזערע הייליגע באהאלטענע חברים דא אויף קאווע שטיבל דערציילן אונז.

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות.
דא האסטו א חזון איש, דאכט זיך אז ער האט זיך נישט געדרייט דא אין קאווע שטיבל.

החזון איש מסופר במעשה איש ח"ז עמו' קכח
במשפחת רבינו היה בחור שהתארס עם בת ממשפחה חסידית ושמעו שהוריה חפצים שתגלח שער ראשה לאחר הנישואין והענין הפריע לבחור אמר לו החזון איש אתה צודק דאס עקלט ותעזוב השידוך - סו"ד ויתר הצד השני
ובספר נהוג כצאן יוסף אות גלוח כותב שאסור לאשה לגלח שער ראשה וראיה לזה ממה שמצינו ביפת תואר וגילחה את ראשה כדי שתתנוול אבל שאר נשים אסורות לעשות כן שמחויבות להתקשט שלא יתגנו על בעליהן
נישט מיינע עלטערן און רבי'ס און נישט מיין ווייב'ס עלטערן און רבי'ס געזאגט דאס. ווי ווייט איך ווייס.
אדרבה. תגיד לי את האמת, ואחכה להפוך את ההתנהגות שלי לדרך האמת.
למאי נפקא מינא וואס דיינע עלטערען׳ס רביס אדער דיינע ווייבס עלטערענ׳ס רביס האבן געזאגט? זיי האבן נישט געלייגט קיין Lien אויף די תורה.
אז די באקסט דיך אריין אין זייער באקס איז עס דיין החלטה און האט גארנישט מיט די אמת צי טוהן.
סאררי פארן זיין אביסל rude, כ׳האב פשוט נישט קיין אנדערע וועג צי זאגן.

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:50 pm

· #541985
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
פתח בפאה נכרית וסיים באויסגעדראשענטע נושא של תגלחת

די מציאות איז אז רוב כלל ישראל שערט זיך נישט און האט נישט מסורה דערויף [עכ"פ פון די לעצטע בערך 150 יאר], צו די טעם איז ווייל נשתכחה מחמת המלחמות אדער מאדעריניזאציע, גזירת הלבוש וכדומה איז נישט קיין נפק"מ למעשה בזמן הזה.

ווייטער דאס אז ביז בערך 400 יאר צוריק [וועד ארבע ארצות] האט מען נישט געהערט פון אזא זאך איז אויך קלאר, ממילא צו ברענגען מראה מקומות פון חז"ל וכדומה אז מען האט יא געהאט האר איז סתם א שאד די צייט כאמור אז לית מאן דפליג אז מען האט זיך דעמאלטס נישט געשוירען, און די זעלבע לגבי ברענגען ראיות פון זוהר אז מען דארף זיך יא שערען איז אויך נעריש ווייל כאמור האט מען נישט אזוי געטוען [איך האב געוואלט שרייבען אז יחידים אפשר יא, אבער למעשה איז דאס נישט מסתבר אז א בת ישראל זאל בכלל זיך מעגן מנוול זיין אויב ס'איז נישט קיין חיוב].

לגבי די מיעוטא [וואס האלטען זיך בדר"כ פאר די רוב אדער כאטש די וויכטיגסטע] וואס האט יא אזא מסורה, איז אדרבא תחזקנה ידיכם ואל תטוש תורת אמך, און אויב ס'איז צו שווער פרעד א שאלה עס איז דא גענוג פון די פריעדיגע פוסקים ווי מ'קען זעהן וועדען משנה זיין ממנהג אבות לחומרא או לקולא

קלוגע יודל » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:51 am

· #542075
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
היימלינד #

אסאך טענע'ן אז עס האט גארנישט מיט וועד ארבע הארצות

Yesh » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 9:37 am

· #542091
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קלוגע יודל #

מיט וועם האט עס יא?

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:23 am

· #542097
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
היימלינד
פתח בפאה נכרית וסיים באויסגעדראשענטע נושא של תגלחת
אויסגעדראשן איז נישט דאס ווארט, אבער איך פארשטיי זיי, אינגעלייט זענען אנגעווייטאג אז זייער ווייב זעהט אויס ווי א חייזר און זיי געבן אויס זייער ווייטאג אינעם איבערקייען און איבערקייען די זעלבע נארישע קעוועטשערייען און דיוקים נאכאמאל און נאכאמאל, און אזוי פון גרויס ליידיגקייט פארגעסן זיי אביסל פון זייער ווייטאג.
היימלינד
די מיעוטא [וואס האלטען זיך בדר"כ פאר די רוב אדער כאטש די וויכטיגסטע]
😃 😂 😈 👍

צוויי » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 8:41 pm

· #542128
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קהל'ס נער #
צוויי #
קהל'ס נער #
צוויי #
איך ליין אדורך די גאנצע אשכול, און איך האב אן ווערן אפגעקויפט.
איך וואלט שוין לאנג געחל'שט אז אזוי ווי דער פותח האשכול שרייבט זאל מיין ווייב אויסזעהן, און מיין ווייב האט מיר שוין עכט געזאגט גלייך נאך די חתונה אז זי וויל איך זאל איר הנאה האבן מיט אירע עכטע נישט פאלשע האר, פארשטייט זיך נאר בצניעות,
מיינע רבי'ס האבן מיר אבער אנדערש געלערנט, ממילא טוה מיר וויאזוי מיר האבן מקבל געווען במסורה, און אפי' מיין ווייב וועט נישט וועלן טוישן די מסורה, אפי' ס'איז אנטקעגן איהרע אדער מיינע גופניות'דיגע תאוות.
די שאלה איז וויאזוי מ'קען טאקע אויסקלארן די ריכטיגע אמת.
זאל איך אננעמען די אמת וויאזוי אונזערע הייליגע רבי'ס צדיקים האבן אונז געלערנט.
אדער ענדערש ווי אונזערע הייליגע באהאלטענע חברים דא אויף קאווע שטיבל דערציילן אונז.

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות.
דא האסטו א חזון איש, דאכט זיך אז ער האט זיך נישט געדרייט דא אין קאווע שטיבל.

החזון איש מסופר במעשה איש ח"ז עמו' קכח
במשפחת רבינו היה בחור שהתארס עם בת ממשפחה חסידית ושמעו שהוריה חפצים שתגלח שער ראשה לאחר הנישואין והענין הפריע לבחור אמר לו החזון איש אתה צודק דאס עקלט ותעזוב השידוך - סו"ד ויתר הצד השני
ובספר נהוג כצאן יוסף אות גלוח כותב שאסור לאשה לגלח שער ראשה וראיה לזה ממה שמצינו ביפת תואר וגילחה את ראשה כדי שתתנוול אבל שאר נשים אסורות לעשות כן שמחויבות להתקשט שלא יתגנו על בעליהן
נישט מיינע עלטערן און רבי'ס און נישט מיין ווייב'ס עלטערן און רבי'ס געזאגט דאס. ווי ווייט איך ווייס.
אדרבה. תגיד לי את האמת, ואחכה להפוך את ההתנהגות שלי לדרך האמת.
למאי נפקא מינא וואס דיינע עלטערען׳ס רביס אדער דיינע ווייבס עלטערענ׳ס רביס האבן געזאגט? זיי האבן נישט געלייגט קיין Lien אויף די תורה.
אז די באקסט דיך אריין אין זייער באקס איז עס דיין החלטה און האט גארנישט מיט די אמת צי טוהן.
סאררי פארן זיין אביסל rude, כ׳האב פשוט נישט קיין אנדערע וועג צי זאגן.
סוי וואס מיינט די אמת?
זאל איך אננעמען אז די אמת איז דאס וואס מ'שמועסט דא אינעם שטיבל?

די אמת קען פון איין זייט זיין ווי מ'זעהט אין די גמ', און דאס דארף מען טוהן היינט אויך.
און פון די אנדערע זייט קען די אמת זיין אז יעדער זאל טוהן וואס זיינע עלטערן און רבי'ס האבן אים געלערנט, און נישט פרובירן צו זיין קלוגער.

דו קענסט מיך אויפווייזן די אמת?

אדברה אשמח לשמוע

פארווע חסיד » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:48 pm

· #542143
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
די אמת שפירט א יעדער פאר זיך וואס עס איז ריכטיג צו טאָן אין ווי אזוי זיך צו פירען עהרליך
אויב שפירסטו אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו טאָן פאר דיר ( אדער פאר דיינע עלטערן) דאַן איז דאָס די ריכטיגע אמת׳דיגע וועג פאר דיר.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:18 am

· #542172
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
צוויי #
קהל'ס נער #
צוויי #
קהל'ס נער #

דא האסטו א חזון איש, דאכט זיך אז ער האט זיך נישט געדרייט דא אין קאווע שטיבל.

החזון איש מסופר במעשה איש ח"ז עמו' קכח
במשפחת רבינו היה בחור שהתארס עם בת ממשפחה חסידית ושמעו שהוריה חפצים שתגלח שער ראשה לאחר הנישואין והענין הפריע לבחור אמר לו החזון איש אתה צודק דאס עקלט ותעזוב השידוך - סו"ד ויתר הצד השני
ובספר נהוג כצאן יוסף אות גלוח כותב שאסור לאשה לגלח שער ראשה וראיה לזה ממה שמצינו ביפת תואר וגילחה את ראשה כדי שתתנוול אבל שאר נשים אסורות לעשות כן שמחויבות להתקשט שלא יתגנו על בעליהן
נישט מיינע עלטערן און רבי'ס און נישט מיין ווייב'ס עלטערן און רבי'ס געזאגט דאס. ווי ווייט איך ווייס.
אדרבה. תגיד לי את האמת, ואחכה להפוך את ההתנהגות שלי לדרך האמת.
למאי נפקא מינא וואס דיינע עלטערען׳ס רביס אדער דיינע ווייבס עלטערענ׳ס רביס האבן געזאגט? זיי האבן נישט געלייגט קיין Lien אויף די תורה.
אז די באקסט דיך אריין אין זייער באקס איז עס דיין החלטה און האט גארנישט מיט די אמת צי טוהן.
סאררי פארן זיין אביסל rude, כ׳האב פשוט נישט קיין אנדערע וועג צי זאגן.
סוי וואס מיינט די אמת?
זאל איך אננעמען אז די אמת איז דאס וואס מ'שמועסט דא אינעם שטיבל?

די אמת קען פון איין זייט זיין ווי מ'זעהט אין די גמ', און דאס דארף מען טוהן היינט אויך.
און פון די אנדערע זייט קען די אמת זיין אז יעדער זאל טוהן וואס זיינע עלטערן און רבי'ס האבן אים געלערנט, און נישט פרובירן צו זיין קלוגער.

דו קענסט מיך אויפווייזן די אמת?

אדברה אשמח לשמוע
די תורה שבעל פה איז די גמרא וזהו פון דא און ווייטער קען מען מפרש זיין די גמרא אבער נישט צולייגן.
קיין אמת איז נישטא, ס׳ווענד זיך וואס די זיכסט.
איז אויב זיכסטו צו פאלגען די תורה שבעל פה דעמאלטס טוה וואס שטייט אין גמ׳.
און אויב זיכסטו צי פאלגן די חתם סופר׳ס ״חדש אסור מן התורה״ (וואס דאס איז אליין א ״חדש״ און לויטן חת״ס איז עס אסור ואכמ״ל) דעמאלטס טוה וואס דיינע עלטערען און רבי׳ס האבן דיר געלערנט.

רוני » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:06 am

· #542173
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
קהל'ס נער #

און אויב זיכסטו צי פאלגן די חתם סופר׳ס ״חדש אסור מן התורה״ (וואס דאס איז אליין א ״חדש״ און לויטן חת״ס איז עס אסור ואכמ״ל)
אמאהל בין איך געזיצען מיט א אלטען עם הארץ אין א בעקעריי, פרעג איך דעם מוכר טאמער איז די מעהל 'חדש', פרעגט מיר דער אלטער וואס פרעגסטו דא? געב איך איהם צו פארשטיין אז מען טאר נישט עסן קיין נייע מעהל וכו', נעמט ער זיך שרייען אויף מיר וואס מאכסטו דא נייע זאכן וואס מיר האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון, פונקט אויף אזעלכע זאכן איז געזאגט געווארן די מימרא פון הייליגן חתם סופר 'חדש אסור מן התורה'...
בלאט: 1 2