☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א....

אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א....

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16480

צפת » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:33 am

· #533710
אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א....
מאכט זיך אמאל, מען זעט א אדם גדול, א רבי פון חסידים, וואס זענען נישט געווארן גרויס בזכות עצמם, נאר בזכות אבותם - זיי זענען געבוירן געווארן אין די ריכטיגע פאמיליע, צו די ריכטיגע צייט, האבן זיי זוכה געווען אז זיי זענען נתעלה געווארן לגדולה.

אמאל פאלט אריין א מחשבה אין א מענטש, "אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וועלכע דזשאב וואלט ער געהאט? - וואס וואלט ער געטון פאר פרנסה"?

עס איז כדאי צו אנהויבן שפיקעלירן געוויסע פון אונזערע רבנים און רבי'ס, וואס וואלטן זיי געטון דורכ'ן טאג, ווען נישט זייער פאזיציע אלס רבי...?!

לאמיר אנהויבן מיט פאפא רבי... וואס וואלט ער געטון, אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי?

כף הקלע » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:20 am

· #533714
כתה ה' רבי

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:18 am

· #533722
גראדע האלט איך שטארק פון פאפא רבי , ער איז נישט קיין שארלטאן, גנב, זייגער, אויסניצער, מאניפלעיטער, כבוד שמעקער, גלילות פארכאפער, טשעפעניאק, הפגנה אנדרייער, וכו׳
ער איז א תמימות׳דיג איד וואס דינט דער אייבערשטער מיט זיינע השגות, האבן א נידריגע איי קיו און רעדן שטותים פון צייט צו צייט מאכט נישט א יוד אויס צדיק.

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:28 am

· #533727
קהל'ס נער
גראדע האלט איך שטארק פון פאפא רבי , ער איז נישט קיין שארלטאן, גנב, זייגער, אויסניצער, מאניפלעיטער, כבוד שמעקער, גלילות פארכאפער, טשעפעניאק, הפגנה אנדרייער, וכו׳
ער איז א תמימות׳דיג איד וואס דינט דער אייבערשטער מיט זיינע השגות, האבן א נידריגע איי קיו און רעדן שטותים פון צייט צו צייט מאכט נישט א יוד אויס צדיק.
און איך האלט גראדע פון אסאך כיתה ה' רבי'ס, זיי זענען טייערע ווארימע אידן.
ועוד, והוא העיקר אצלינו, אונזערע עדאלטס זענען בבחינת כיתה ה' קינדער ממילא איז א גוטע אדמו"ר - א גוטע כיתה ה' רבי.

צועקים וזועקים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:39 am

· #533732
א שטילע איד, א עובד השם בתמימות גמור.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:51 am

· #533734
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
פאפא רבי איז נישט אינטערעסאנט, וואס וואלט ר׳ אהרן געוועהן? אפשר געלאפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ?

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:53 pm

· #533737
סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:58 pm

· #533740
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:31 pm

· #533745
דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור
*חרדים

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:52 pm

· #533747
דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
וואספארא טאלאנטן זעהסטו אין זלמן לייב אדער אין בנציון?

אפשר וואלט זלמן לייב געארבעט אין uta מיט זיין ברודער....

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:53 pm

· #533748
רוב וואלטן נישט געהאט קיין דשאב, פשוט געווען אנעמפלויעד און געלעבט פון אנדערע מענטשען'ס געלט. זיך משוגע געמאכט ברבים געגאנגן אנגעטוהן פאני, געגעסן אין פאבליק און געמאכט פון נאכט טאג און פון טאג נאכט. אמממ.. איין מינוט.... זיי וואלטן געווען רביס!

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:00 pm

· #533752
כרם זית
סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...
ווען ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט בני יואל נישט געווען קעגן ר' אהרן

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:11 pm

· #533753
חב''ד הויזן
כרם זית
סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...
ווען ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט בני יואל נישט געווען קעגן ר' אהרן
דעמאלס וואלט בני יואל געווען אקעגן בני יואל..

צוויבל קניפער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:11 pm

· #533754
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
סקווירא וואלט געווען א הויכראנגיגע לב טהור עסקן...

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:17 pm

· #533764
סאטמאר רבי רעב אהרן וואלט געווען די גרעסטע בילדינג פליפער אין די טריי סטעיט עריע, זיין אינסטעגראם וואלט געהאט די מערסטע פאלאערס, ער וואלט געווען א הייסע טראמפיסט מיט א דורעקטע נומער צו קושנער. אלע גרויסע שישקעס וואלטן אינוועסטירט ביי אים מיליאנען, רוב וואלט ער אנגעזעצט און זיי וואלטן אים צאמגעשאלטן אגאנצן טאג, די איבריגע וועלן זיך שווערן אז ער פארשטייט גאר גוט וואס ער טוט.

מהרז"ל מסאטמאר וואלט געווען א פלעינע איד מיט א ביזנעס און א שיעור ביינאכט.

פאפא רבי וואלט געלערנט מיט בחורים אין ישיבה, רוב בחורים וואלטן נישט הנאה געהאט, סאו ער וואלט געדארפט טוישן בחורים יעדע זמן, אבער ער וואלט מיט אן עקשנות נישט געטוישט ארבעט פאר פערציג יאר. ער וואלט געווען די עלטערע איד וועמען אפילו די בחורים וואלטן זיך געטרויעט אריינצושטעקן א ציצית אין די אויער ווען ער פארקלאצט זיך.

באבוב'ער רבי וואלט געווען אן ארבעטער אין א ספרים סטאר, ער וואלט בעיקר געווען ביזי זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען נישט סתם ליינען די קאמיקס בוקס.

באבוב 45 וואלט געווען א מגיד שיעור אין א ישיבה.

סקווירא רבי וואלט געווען א אנלייסנסד טעראפיסט. ער וואלט געהאט א ספעציעלן קנעפל אויף קול מבשר ווי ער וואלט געגעבן עדווייס וואס וואלט געווען סיי לאנגווייליג און סיי נישט צו דער זאך. דאך וואלט ער געהאט פארברענטע נאכפאלגער וואס וואלטן געצאלט תבין וטקלין פאר זיינע קאורסעס ווי ער וואלט פארגעשטעלט אן אייגענע אויסגעטראכטע מהלך אין לעבן וואס נאר ער האט ארויס.

סקולענע רבי וואלט געווען א קאר סערוויס דרייווער וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט שמירת עינים. פינקט וואלט אים די באשעפער אלעמאל אריינגעשטיפט אין קאר פרויען רח"ל, און יעדע יום כיפור נעמט ער זיך פון פריש אויס אז ער לאזט אפ די דזשאב, ביז ענדליך אים געלונגען צו ווערן די נאכט לייגער אין א ישיבה, די בחורים זענען זיך מחיה ווייל מען קען טון וואס מען וויל. פאר א סייד דזשאב איז ער מסדר די ספרים אין די אוצר הספרים.

בעלזא רבי וואלט געווען א חרדי אניס, א באהאלטענע אפיקורס. פאר פרנסה וואלט ער געווען אן ארכיטעקט וואס מען קומט פרעגן די גאר קאמפלעצירטע שאלות. ער וואלט געווען פון די גרעסטע שרייבערס אויף קאווע שטיבל מיט די מערסטע ווארענונגען פון די מנהל. יעדע צווייטע תגובה וואלט געווען אויסגעמעקט, און עס וואלט געשטאנען אין רויט, "כפירה איז נישט ערלויבט" אדער "שרייב נישט בייסיג".

סטאלנע רבי וואלט געווען א טור גייד אין אילת פאר היימישע אידן, די וויאוס פון זיינע יוטוב ווידיאוס וואלטן דערגרייכט אין די מילאנען.

וויזניצע מאנסי רבי וואלט געווען א באס רבי, שפעטער וואלט ער אפגרעיטעט צו א קינדערגארטן מלמד.

לימינובער רב וואלט געווען א לייף אינשורענס אגענט, ער וואלט יעדעם אריינגענארט מיט די טייערסטע פאלעסי און יעדער וואלט נאכאלץ געמיינט אז מען באקומט די בעסטע דיל אין די וועלט.

מאקאווע רב וואלט געווען אן אורחא פורחא וואס וואוינט אין שומר שבת, זיין בני בית וואלט זיך געשפייזט פון תומחי שבת פעקלעך.

גורע רבי וואלט געווען א פאנזי סקעים שווינדלער, ער וואלט געווען פון די אויבן אן אידן וואס ערלויבן זיך צו קויפן מפטיר יונה, און שנדר'ן שיין, אבער די עולם וואלט געוויסט צו זאגן אז ס'איז נישט כשר געלט.

מרכז וויזניץ רבי וואלט געווען אן אקטיאר אין די אינטערן פלעיס, רוב מאל וואלט ער געווען די בייזע פריץ אדער די שלעכטע גלח.

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:55 pm

· #533767
איך כאפ אריין פאר אלול: 😂 😂 😂

מר. קלונימוס » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:57 pm

· #533768
דאבשינער רבי וואלט געהאט א טשאפל, אהה ער האט שוין

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:23 pm

· #533770
דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
צו זיין אן אקאונטענט דארף מען קענען רעכענען. א סאבדזשעקט וואס מ'האט ביי אונז אין סאטמאר נישט געלערנט...!

רב"צ מ'באבוב וואלט געווען א גוטער ביזנעסמאן. ווילאנג ער האט איזי ענגלענדער ביי זיין זייט...!

Simplesimon » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:35 pm

· #533771
יאקא און ר' יואל ראטה וואלטן געווען לאנגסאם פעלדמאן

Simplesimon » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:43 pm

· #533772
וכן להיפך
ר' שלמה באכנער וואלט געווען באבוב'ער רבי און ר ' מרדכי דוד וואלט געשטאנען פון אונטער איהם און סאדיגורא זיין הויז בחור און סאדיגורא ירושלים זיין בארינפריינד/באדי גארד

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:09 pm

· #533787
ר׳ זיידל ראזנבוים מקרעטשניף סיגעיט, וואלט געוועין חיימאו.
פריימאן׳ער רב וואלט געוועהן א עקשועל רב

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:11 pm

· #533789
מר. קלונימוס
דאבשינער רבי וואלט געהאט א טשאפל, אהה ער האט שוין
על זו הדרך, ליאזנא רבי וואלט געהאט א תורה מוזיאום
יארמע רב וואלט געווען א בדחן
שארמאשער רב וואלט געמאכט טעילאר ריידס אויף חוה״מ
הרב איצא גליק פון סאכדעס וואלט געוועהן א שגץ

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:49 pm

· #533792
כרם זית
סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
דו מיינסט צוזאגן א קאמערשל פיילאט, א פריוואטער פיילאט איז ער דאך שוין..

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:52 pm

· #533793
מיט א ביסל אן אנדער'ן קנייטש: אויב זאכן וואלטן זיך אויסגעשפיעלט ווי (ר') משה גבאי האט געוואלט, וואלט מהר"א מ'סאטמאר געדרייווט א טעקסי אדער פארראכטן שיך (און שטיוול). אדער, בטובו הגדול, וואלט ער געהאט א קליין בית מדרש'ל ערגעץ אין א בעיסמענט אין פלעטבוש...אבער. הקב"ה האט אנדערש געוואלט. און מהר"א שליט"א איז מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל והגלילות. (טאון אוו פאלם טרי, אין ענגליש). און ער פיהרט א שיינע קהילה און ישיבה. ועוד ידו נטויה...בעז"ה.!

וואסי? דו האסט נישט געוויסט אז בערל בעל עגלה איז אן אהרוני (און א ציוני.) לאל

יעקב פאטאש » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:03 am

· #533795
שמן למאור
סאטמאר רבי רעב אהרן וואלט געווען די גרעסטע בילדינג פליפער אין די טריי סטעיט עריע, זיין אינסטעגראם וואלט געהאט די מערסטע פאלאערס, ער וואלט געווען א הייסע טראמפיסט מיט א דורעקטע נומער צו קושנער. אלע גרויסע שישקעס וואלטן אינוועסטירט ביי אים מיליאנען, רוב וואלט ער אנגעזעצט און זיי וואלטן אים צאמגעשאלטן אגאנצן טאג, די איבריגע וועלן זיך שווערן אז ער פארשטייט גאר גוט וואס ער טוט.

מהרז"ל מסאטמאר וואלט געווען א פלעינע איד מיט א ביזנעס און א שיעור ביינאכט.

פאפא רבי וואלט געלערנט מיט בחורים אין ישיבה, רוב בחורים וואלטן נישט הנאה געהאט, סאו ער וואלט געדארפט טוישן בחורים יעדע זמן, אבער ער וואלט מיט אן עקשנות נישט געטוישט ארבעט פאר פערציג יאר. ער וואלט געווען די עלטערע איד וועמען אפילו די בחורים וואלטן זיך געטרויעט אריינצושטעקן א ציצית אין די אויער ווען ער פארקלאצט זיך.

באבוב'ער רבי וואלט געווען אן ארבעטער אין א ספרים סטאר, ער וואלט בעיקר געווען ביזי זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען נישט סתם ליינען די קאמיקס בוקס.

באבוב 45 וואלט געווען א מגיד שיעור אין א ישיבה.

סקווירא רבי וואלט געווען א אנלייסנסד טעראפיסט. ער וואלט געהאט א ספעציעלן קנעפל אויף קול מבשר ווי ער וואלט געגעבן עדווייס וואס וואלט געווען סיי לאנגווייליג און סיי נישט צו דער זאך. דאך וואלט ער געהאט פארברענטע נאכפאלגער וואס וואלטן געצאלט תבין וטקלין פאר זיינע קאורסעס ווי ער וואלט פארגעשטעלט אן אייגענע אויסגעטראכטע מהלך אין לעבן וואס נאר ער האט ארויס.

סקולענע רבי וואלט געווען א קאר סערוויס דרייווער וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט שמירת עינים. פינקט וואלט אים די באשעפער אלעמאל אריינגעשטיפט אין קאר פרויען רח"ל, און יעדע יום כיפור נעמט ער זיך פון פריש אויס אז ער לאזט אפ די דזשאב, ביז ענדליך אים געלונגען צו ווערן די נאכט לייגער אין א ישיבה, די בחורים זענען זיך מחיה ווייל מען קען טון וואס מען וויל. פאר א סייד דזשאב איז ער מסדר די ספרים אין די אוצר הספרים.

בעלזא רבי וואלט געווען א חרדי אניס, א באהאלטענע אפיקורס. פאר פרנסה וואלט ער געווען אן ארכיטעקט וואס מען קומט פרעגן די גאר קאמפלעצירטע שאלות. ער וואלט געווען פון די גרעסטע שרייבערס אויף קאווע שטיבל מיט די מערסטע ווארענונגען פון די מנהל. יעדע צווייטע תגובה וואלט געווען אויסגעמעקט, און עס וואלט געשטאנען אין רויט, "כפירה איז נישט ערלויבט" אדער "שרייב נישט בייסיג".

סטאלנע רבי וואלט געווען א טור גייד אין אילת פאר היימישע אידן, די וויאוס פון זיינע יוטוב ווידיאוס וואלטן דערגרייכט אין די מילאנען.

וויזניצע מאנסי רבי וואלט געווען א באס רבי, שפעטער וואלט ער אפגרעיטעט צו א קינדערגארטן מלמד.

לימינובער רב וואלט געווען א לייף אינשורענס אגענט, ער וואלט יעדעם אריינגענארט מיט די טייערסטע פאלעסי און יעדער וואלט נאכאלץ געמיינט אז מען באקומט די בעסטע דיל אין די וועלט.

מאקאווע רב וואלט געווען אן אורחא פורחא וואס וואוינט אין שומר שבת, זיין בני בית וואלט זיך געשפייזט פון תומחי שבת פעקלעך.

גורע רבי וואלט געווען א פאנזי סקעים שווינדלער, ער וואלט געווען פון די אויבן אן אידן וואס ערלויבן זיך צו קויפן מפטיר יונה, און שנדר'ן שיין, אבער די עולם וואלט געוויסט צו זאגן אז ס'איז נישט כשר געלט.

מרכז וויזניץ רבי וואלט געווען אן אקטיאר אין די אינטערן פלעיס, רוב מאל וואלט ער געווען די בייזע פריץ אדער די שלעכטע גלח.
Wow! @שמן למאור איך האב נישט געקענט אויפהערן צילאכען! 😂

טמיר » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:33 am

· #533798
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
וועלכע קוואליפיקאציעס האט רז"ל פאר א הויכראנגיגע פאזיציע אין א גרויסע פירמע?

קהל'ס נער » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:45 am

· #533801
אדמו״ר מבית חיים יהושע, וואלט געוועהן א עדמין אויף טעלעגראם.

שאלתיאל » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:23 am

· #533807
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
איך ווייס נישט מיט אנדערע רבי'ס אבער גערער רעבע וואלט לכאורה געווען ארבעטלאז

שאלתיאל » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:30 am

· #533808
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
תולעת יעקב רבי וואלט געווען א סוקסעספול קאפירייטער פאר מאדנע רבי'ס נעמען. צווישן זיינע בליציגע מוח-שטורעמנדע קליקבייטס:. "נמלת מנשה", "צואת יששכר", "חולדת דבורה" "קישקעס זבולון" און "חארטת מתושלח"

שאלתיאל » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:47 am

· #533809
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
בארדיטשוב'ער רבי וואלט אריין אין האח הגדול אין געפלויגן אין ערשטע פרק

שפילער » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:30 pm

· #533833
פארוואס דארף מען רעדן פון דזאבס ווי כאילו דזאבס מאכט דער מענטש , לאמיר ענדישער רעדן וויזוי זיי וואלטן אויסגעקיקט פערסענעליטי אויס און אויך זייער שטאנדפוקט אין בית מדרש

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:53 am

· #533860
קהל'ס נער
ר' זיידל ראזנבוים מקרעטשניף סיגעיט, וואלט געוועין חיימאו
😂 😂 😂 best ever

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:59 am

· #533861
berlbalaguleh
מיט א ביסל אן אנדערן קנייטש: אויב זאכן וואלטן זיך אויסגעשפיעלט ווי (ר') משה גבאי האט געוואלט, וואלט מהר"א מ'סאטמאר געדרייווט א טעקסי אדער פארראכטן שיך (און שטיוול). אדער, בטובו הגדול, וואלט ער געהאט א קליין בית מדרש'ל ערגעץ אין א בעיסמענט אין פלעטבוש...אבער. הקב"ה האט אנדערש געוואלט. און מהר"א שליט"א איז מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל והגלילות. (טאון אוו פאלם טרי, אין ענגליש). און ער פיהרט א שיינע קהילה און ישיבה. ועוד ידו נטויה...בעז"ה.!
פארוואס קנייטשטו אנדערש? 😛
עכ"פ יעצט ווען זאכן האט זיך אויסגעשפילט נישט ווי (ר') משה גבאי, איז ער פארנומען טיילן הייליגע נעמען פאר געגנטער עס זאל ח"ו נישט האבן קיין זכר פון גוי'אישקייט (און דו האסט נאך די העזה צו רופן דעם הייליגן שטעטל טאון אוו פאלם טרי! דאס איז א חסיד?)
אלזא ווען ער איז נישט קיין רבי, וואלט ער אפשר געווען גאר פאסיג צו טיילן נעמען פאר שטעטלעך.
berlbalaguleh
וואסי? דו האסט נישט געוויסט אז בערל בעל עגלה איז אן אהרוני (און א ציוני.) לאל
ניין!!! אונז האב מיר קיינער גארנישט געוואוסט! פליז טעל אס אבאוט איט... 😛

אלעס נאר בדרך צחות, ר' בערל אדער עני חסיד פון מהר"א. ביטע נישט נעמען מיינע ווערטער ערנסט, איך וויל נישט קיינעם וויי טון...

דערהויבענע איד » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:16 am

· #533864
טמיר
דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
וועלכע קוואליפיקאציעס האט רז"ל פאר א הויכראנגיגע פאזיציע אין א גרויסע פירמע?
פאלויט גוט רול'ס.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:22 am

· #533869
שמעקעדיג:--- 🙂 😃 🙂 😃 🙂 😃 🙂 😃 😃 😃 ---סארי. איך האב געקוילערט פאר געלעכטער.

מהר"א שליט"א איז דער מרא דאתרא הדין קדישא פון קרית יואל והגלילות. נאר טאמער אויב ס'וועט זיך (ח"ו) טרעפן אחד מני אלף א חסיד פון מהרז"ל שליט"א וואס קען ענגליש און ער וועט (היל"ת) גיין צו די גוי'אישע געריכט הייזער און אויפווייזן אז קר"י איז נישט מהר"א שליט'א'ס שטעטל (די גויים האבן נישט קיין גלילות, דערווייל). וועט מען איהם מעלה בערכאות זיין (אפילו אום שב"ק. כמאמר הגמ' במס' שבת) אז קרית יואל איז יא מהר"א' שליט"א'ס שטעטל.

דעם חלק ה'ארוני האמיר שוין (ב"ה) א ביסל מסביר געווען (פאר דעם וואס וויל פארשטיין.)

יעצט דעם חלק ה'ציוני. אני הקטן בערל בעל עגלה בין מודה ומתודה אז איך האב אמאל, אין מיין לעבן (ב"ה) עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות אויף אמאל. איך האב געלערנט (א. דף היומי: (ב. ביים כותל: (ג. אויף עיברית...יא. נאך א קליין עבירה'לע. איך האב מהרהר געווען בשבח הציונים ווען כ'האב געזעהן ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען בציבור מיט מניין און זיי לערנען שיעורים אין דף היומי. ווארטנדיג אריינצוגיין קיין עזה גוט אנצומקל'ען די וואוילע, אומשולדיגע אראבישע יונגלעך...! וועלכע האבן אונטערגעלייגט באמבעס וואס האט (ל"ע) געהרג'עט ציוניס'טישע אידן וואס זענען געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען און לערנען תורה... רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא, בכלל.)

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:28 am

· #533873
נ.ב.: הרב שמעקעדיג שליט"א. פארשפאר דיר דעם ענטפער (דו דארפסט עס נישט שרייבן ווייל איך וועיס עס מ'מעילע. (שוין אריינגעווארפן א שטעך ווערטל פאר הרה"ק מ'סקווירא שליט"ע אויך בחדא מחתא) איבער ווער ס'גייט צו ערכאות. מיין רבי אדער דיין רבי...!