☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13829

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:21 pm

· #448645
איך האב מיט טרערן אין מיין אויגן געציפט, איז דאס א חסידשיע ווייבל? דו חכמה און ליבשאפט וואס גיסט זוך פון איר איז unreal!
דו קלארקייט וואס זי פארמאגט wow!

Chuchem » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:28 pm

· #448646
ממש נישט קיין ווערטער! די אהבת ישראל, שכל הישר און קאנפידענס איז אומגלויבלעך. מצוה לפרסם. זי דארף ארומגיין אין די שולן האלטן די דרשות אזוי ווי ראביניוויטש.

פארוואס? » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:51 pm

· #448649
כ'האב נאכנישט עספיעט צו הערן די גאנצע אינטערוויו.

אבער ביזדערווייל, איז זי הייליג גערעכט, און עס דערווארעמט דאס הארץ אז פיינעלי הערן מיר אזעלכע שטימעס.

דאס וואס זי זאגט אז אונזער אידישקייט איז א *סורווייוועל אידישקייט* צוליב די הולוקאסט געבט מיר אסאך חומר למחשבה, און פאדערט א באזונדערע אשכול.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:16 pm

· #448650
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
די שטארקייט און שוואכקייט פון די מאמע איז אין לשער, די שטארקייט פון נישט זיך לאזן אראפגעדריקט ווערן פון פעיר פרעשור, פון יענטעס געפלוידערייען, און אין די זעלבע צייט די שוואכקייט, די הייסע מאמישע געפילן וואס זי ווייזט ארויס צו אירע קינדערליך WOW!!

זאלן זיך מערן אזאנע מאמעס, א אמת'ע געטרייע מאמע, זי קען אויפהייבן אירע הענט מיט שטאלץ און זאגן כ'טוה עס פאר מיינע קינדער.

וויפיל ארבייט און טרערן, וויפיל נעכט און נאסע קישענעס, וויפיל געלט און צייט זי האט אריינגעלייגט, צו צוקומען צום דעם אהבת ישראל.

שבת אחים » פרייטאג מאי 15, 2020 9:52 am

· #448675
.

אמת45 » פרייטאג מאי 15, 2020 11:29 am

· #448686
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
א דאנק העניך פארן מיטטיילן דעם שמועס.
מרת לאנדא איז א העלד פון א מאמע, און העכסט קוראזשפול פארן ארויסקומען אזוי בגלי.

איך קען די פאמיליע פונדערווייטנס, און איך האב געהערט פון די געשיכטע א וויילע צוריק.
איך האב נאכנישט אויסגעהערט ס'גאנצע און איך ווייס נישט אלץ וואס זי טיילט מיט, אבער פון וואס איך ווייס, פון א נאנטע מקור, איז די געשיכטע אזוי.

אין אירע יונגע טינעיזש יארן, ביי די פופצן בערך, האט מען אין שולע ביי איר עלטסטע טאכטער, געפינען א טאבלעט. א גוט גענוצטן טאבלעט, מיט אקטיווע נעטווארקס צו די פרייע וועלט. דוכט זיך אפילו פוטסטעפס.
אירע עלטערן זענען גוטע מענטשן. זי איז א קאפשטיק און א בריליאנטקע פון א סטודענט.
מיר האט שטענדיג געוואונדערט די געשיכטע, ווי אזוי אזא יונג מיידל, פון א ווארעמע שטוב, באגייט אזא שריט, פסיכולאגיש.
אין געוויינליכע פעלער, פון די וואס איך קען פערזענליך, קען מען שטענדיג אנצייגן אויף די כאראקטער שטריכן, אדער געשעהעניש'ן וואס שפילן א ראלע אינעם פארלאזן דעם באקוועמען וועלט

איך קען נישט די מיידל פערזענליך אבער מיין אפשאצונג איז, אז זי איז ווארשיינליך מער אינטעלעטקטואל ווי געפיליש משטיינס געזאגט, און דאס איז ווירקליך א פאקטאר אין איר געשיכטע.

ס'פארבלייבט נאך אלעם א מיסטעריע ווי אזוי און פארוואס א מיידל פון פופצן יאר וואקט אוועק פון איר פאמיליע, פריינט, יוגנט, היים, רעליגיע, אהן איבערלאזן א שפור, אהן גיין אויף א היילייף סטריק, אהן זיך דערקלערן עפעס פאר די וועלט, אן א סאציאלע מידיא קאנטע, און שטילערהייט נאכגיין אקעדעמיע.

אלנפאלס, דאס געבט א שטיקל בליק אויף די עלטערן'ס מצב אין יענע אומשטענדן.

עס איז הארץ רייסענד, צו טראכטן וואס דאס האט פאר זיי געמיינט, און לעכטיג צו הערן אזא פאזעטיווע, געזונטע, אייגנארטיגע, היימישע, אידישע שטימע.

נ.ב איך וויל נישט קריטיקירן, אבער די שואל'קע מעג ווען רעדן פיל ווייניגער. ס'שטערט.

היסטאריקער » פרייטאג מאי 15, 2020 12:23 pm

· #448687
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
איך זע אז זי פארציילט, רבינו שליט"א מסאטמאר (מהר"א) האט איר זייער גוט געראטן
וואס האלט איר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מאי 15, 2020 1:40 pm

· #448689
מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!

ישעיה » פרייטאג מאי 15, 2020 1:48 pm

· #448691
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11018">viewtopic.php?f=24&t=11018</a><!-- l -->

מי אני » פרייטאג מאי 15, 2020 2:17 pm

· #448694
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12266">viewtopic.php?f=24&t=12266</a><!-- l -->

נעגעל וואסער » פרייטאג מאי 15, 2020 2:22 pm

· #448695
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
יישר כוח העניך פארן אַהער ברענגען, און ווי אנדערע ברענגען ארויס איז דאס ממש געוואלדיג, ממנה ילמדו וכן יעשו.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין איר מצב, סזייער שווער זיך פארצושטעלן. וואס יעדע קען אבער ארויסנעמען דערפון אויף למעשה איז צו בויען און שיינען פאזאטיוויטי פאר אונזער קינדער, דאס איז די יסוד פון א שטוב, און א מוז כדי צו האדעווען געזונטע קינדער.

מיט'ן לעצטן תשובה בין איך נישט זיכער, זי ווערט געפרעגט אויב זי האלט אז בעצם זענען אירע קינדער א דורכפאל און פארט האט זי זיי ליב, אדער זי האט זיי ליב ווי אזוי זיי זענען עס מאכט בכלל נישט אויס. זי זאגט אז יעדער האט זיך זייער וועג וואס איז געאייגנט פאר זיי וכו'. לכאורה, אלס א חרדישער איד דארף אוודאי יא באדערן ווען א קינד גליטשט אראפ, עס מעג און דארף וויי טוהן, עס איז נישט געלונגען צו מחנך זיין דאס קינד אויף אן ערליכן וועג, און ווי מיר גייען באלד זאגן אין תפלת השל"ה הק' אז די תכלית פון די בריאה איז צו פארמערן דורות פארן באשעפער'ס וועגן, נאר עכ"ז קען מען און דארף זיי ליב האבן און זיי מקרב זיין. לאו דווקא מיטן חשבון אז דורך דעם וועלן זיי אפשר צוריקקומען, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר, אפילו עס שטערט דיר זייער. זיי זענען דיינע קינדער און דו האסט געטוהן דאס בעסטע זיי צו מחנך זיין, דער דריטער שותף האט אבער אנדערש געוואלט, זיי זענען נאך אלס דיינע קינדער צו זיי געבן ליבשאפט און זיי ארויסהעלפן פאר א בעסערן עתיד.

( און יא, עליסאן פליז פיקס דיין אינטערנעט פליז, און לעש אויס די נאטיפיקעישענס נעקסט טיים ביטע שיין)

קל וחומר » פרייטאג מאי 15, 2020 2:37 pm

· #448696
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
שבת אחים
מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!
נאך די מלחמה זענען רוב נארמאלע אפגעפארן אדער שטארק מאדערנאזירט געווארן נאכן נישט האבן משפחה פרעשור און נאכן ספיקה'נען אינעם עקזיסטענס פון גאט. די קיצוניים זענען געבליבן שטארק רעליגיעז און זיי האבן פארמירט דעם נייעם סיסטעם און מיר שטאמען פון אט די קיצוניים.

בת קול » פרייטאג מאי 15, 2020 3:07 pm

· #448701
נעגעל וואסער

די שאלה איז געווען אויב זי האט ליב אירע קינדער Unconditionally ווייל זי וויל זיין זאלן צוריק קומען? אדער אפילו די ווייסט זיי ווילן נישט צוריק קומען האט זי זיי ליב.
געבט זי צו פארשטיין אז ווען מען ווייסט אז יעדעס מענטש האט זיך זייער דרך, איז די ליבשאפט נישט געוואנדען אין וואס זיי טוהן. זי האט ליב אירע קינדער, פשוט ווייל זיי זענען אירע קינדער.

צוריק צו דאס וואס דו זאגסט, איך זעה נישט קיין פשט פון זיך עסן דאס געזונט. אז א קינד האט זיך געוועלט א נייעם דרך, מיינט בכלל נישט אז די חינוך איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין. זי האט מחנך געווען ווי זי פארשטייט, אבער נחת איז א שיינע חלום, נישט א פארלאנג, און נישט דווקא א ווירקלעכקייט. די דריטע שותף האט פונקט דאס צוגעפירט.

ליפא » פרייטאג מאי 15, 2020 3:11 pm

· #448702
בת קול
נעגעל וואסער
יישר כוח העניך פארן אַהער ברענגען, און ווי אנדערע ברענגען ארויס איז דאס ממש געוואלדיג, ממנה ילמדו וכן יעשו.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין איר מצב, סזייער שווער זיך פארצושטעלן. וואס יעדע קען אבער ארויסנעמען דערפון אויף למעשה איז צו בויען און שיינען פאזאטיוויטי פאר אונזער קינדער, דאס איז די יסוד פון א שטוב, און א מוז כדי צו האדעווען געזונטע קינדער.

מיט'ן לעצטן תשובה בין איך נישט זיכער, זי ווערט געפרעגט אויב זי האלט אז בעצם זענען אירע קינדער א דורכפאל און פארט האט זי זיי ליב, אדער זי האט זיי ליב ווי אזוי זיי זענען עס מאכט בכלל נישט אויס. זי זאגט אז יעדער האט זיך זייער וועג וואס איז געאייגנט פאר זיי וכו'. לכאורה, אלס א חרדישער איד דארף אוודאי יא באדערן ווען א קינד גליטשט אראפ, עס מעג און דארף וויי טוהן, עס איז נישט געלונגען צו מחנך זיין דאס קינד אויף אן ערליכן וועג, און ווי מיר גייען באלד זאגן אין תפלת השל"ה הק' אז די תכלית פון די בריאה איז צו פארמערן דורות פארן באשעפער'ס וועגן, נאר עכ"ז קען מען און דארף זיי ליב האבן און זיי מקרב זיין. לאו דווקא מיטן חשבון אז דורך דעם וועלן זיי אפשר צוריקקומען, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר, אפילו עס שטערט דיר זייער. זיי זענען דיינע קינדער און דו האסט געטוהן דאס בעסטע זיי צו מחנך זיין, דער דריטער שותף האט אבער אנדערש געוואלט, זיי זענען נאך אלס דיינע קינדער צו זיי געבן ליבשאפט און זיי ארויסהעלפן פאר א בעסערן עתיד.

( און יא, עליסאן פליז פיקס דיין אינטערנעט פליז, און לעש אויס די נאטיפיקעישענס נעקסט טיים ביטע שיין)

די שאלה איז געווען אויב זי האט ליב אירע קינדער Unconditionally ווייל זי וויל זיין זאלן צוריק קומען? אדער אפילו די ווייסט זיי ווילן נישט צוריק קומען האט זי זיי ליב.
.

דאס איז נישט די לעצטע שאלה.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 15, 2020 3:52 pm

· #448708
צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען אין פוילן זענען אכציג פראצענט קינדער אפגעפארן, זענען פארווייטאגטע עלטערן געקומען וויינען צום אמרי אמת "אונז האבן געגעבן פאר אונזערע קינדער דאס בעסטע און ערליכסטע חינוך וואס שייך אבער מיט דעם אלעם איז כמעט קיינער פון זיי נישט געבליבן ערליך!" האט זיי דער אמרי אמת געענטפערט, "מילא אויב וואלטן ענק נישט גוט מחנך געווען די קינדער וואלט איך געקענט פארשטיין פארוואס ענק זאלן זיין אזוי צובראכן, ענק אבער האבן דאך מחנך געווען די קינדער ווי ס'באדארף צו זיין, וואס האבן ענק צו וויינען? ענק האבן געטון וואס דער באשעפער האט ענק באפוילן און מחנך געווען די קינדער און ענק וועלן באקומען שכר אויף דעם, וואס געשעהט מיט די קינדער צום סוף האט גארנישט מיט ענק צוטון."

ס'שטייט קיין ערגעץ אין די תורה אז מ'דארף זעהן נחת פון די קינדער, די גאנצע מושג פון נחת שטאמט פון די אלופי עשו (בראשית לו,יז), ס'האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון. יא, אז א מענטש אינוועסטירט כוחות אין זיינע קינדער נישט ווייל דער באשעפער האט געהייסן נאר פאר זיין אייגענע נחת קוקט מען טאקע אזוי אויס. דאס זיך נעמען צום הארצן די קינדער'ס התנהגות איז א פשוט'ע מענטשליכע אינסטינקט, Expectations are disappointments under construction, ס'איז גארנישט אנדערש ווי נעמען א פאליטישע אדער געלט פארלוסט צום הארצן, ס'ליגט נישט גארנישט הייליג אין דעם. דער נארישער גוי ווערט צוטראגן ווען זיין זוהן וויל נישט ווערן דער דאקטער אדער אדוואקאט וואס איהם האט זיך גע'דמיונ'ט אז זיין זוהן וועט זיין, און דער נארישער איד ווערט צובראכן ווען זיין טאכטער וויל נישט זיין דאס וואס איהם האט זיך גע'דמיונ'ט, נאריש זענען זיי ביידע. ווען עלטערן ווייזן ארויס ווייטאג קעגן אן אפגעפארן קינד איז בכלל נישט דא וואס ארויפצוקוקן, זיי גייען פשוט נאך א נארישע אינסטינקט. אדרבה, עלטערן וואס ברעכן די נארישע טבע און אקצעפטירן זייערע קינדער ווי אימער זיי זעהען אויס, זיי דארף מען ארויפקוקן. האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע (צעטל קטן סימן טז), דאס איז די תכלית פון גאנץ אידישקייט!

פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 15, 2020 4:07 pm

· #448711
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
די אייבערשטער זאגט איך האב ליב אברהם "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו".

ווייל איך ווייס אז ער איז זיי גוט מחנך! נישט ווייל איך זע גוטע רעזולטאטן. (קוק אויף ישמעאל און עשיו) נאר פשוט ווייל ער טוט וואס עס ליגט אויף עם.
די תוצאה האט גארנישט מיטן מענטש.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:08 pm

· #448714
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
קל וחומר
שבת אחים
מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!
נאך די מלחמה זענען רוב נארמאלע אפגעפארן אדער שטארק מאדערנאזירט געווארן נאכן נישט האבן משפחה פרעשור און נאכן ספיקה'נען אינעם עקזיסטענס פון גאט. די קיצוניים זענען געבליבן שטארק רעליגיעז און זיי האבן פארמירט דעם נייעם סיסטעם און מיר שטאמען פון אט די קיצוניים.
@קל וחומר:

ס'נישט ממש אזוי, די עלטערע דור די האלאקאסט איבערלעבער, די וואס אינז רופן "היימישע" זענען בכלל נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן, וועסט אפילו זעהן בילדער פון מיידלעך פון יענע יארן, חסידישע מיידלעך, וואס זענען געהאדעוועט געווארן אין חסידישע שולעס ווי למשל סאטמאר, זענען אפילו געגאנגען אין קורצע קליידער, וואס איז קוים אנגעקומען ביז די קניען, איך האב געזען בילדער פון מיינע שוועסטערס און נאענטע קרובים, און מיינע עלטערן זענען געווען האלאקאסט איבערלעבער, זיי האבן זיך אפילו געשוירן די בערד, און כ'רעד נישט יעצט פון די וואס זענען געגאנגען וואוינען קיין לאס אנדזשעלעס, אדער אפילו קיין בארא פארק, קראון הייטס, נאר אפילו די וואס האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.

די גאנצע עקסטריעמיזם האט זיך אנגעהויבן אין סוף כ'יארן נאכן סאטמערער רבי'ס סטראוק, ווען ס'געווען א וואקיום אין די הנהגה, דאן האבן זיך די עקסטראמיסטן אריין געכאפט, און אומגעשטערט אנגעהויבן איינצופירן עקסטרעמע הנהגות, (ס'מיינט נישט צו זאגן אז סאטמאר'ר רבי איז נישט געווען אן עקסטרימיסט, נאר ער האט אויסגעגעבן זיין עקסטרימיזם אויף אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן צום ביישפיל ציונות, וואס ס'האט באמת נישט אויסגעמאכט גארנישט פארן אמעריקאנער חסידישער איד, אבער אין אנדערע ענינים איז ער געווען גאנץ פראקטיש )

און אזויווי סאטמאר איז געווען דעמאלסט די ראש פון די פרומערע מחנה, זענען זיי אנגעגאנגען מיט זייער טעראר אויפצובויען זייער עקסטרעמיסטישע קעניגרייך וואס זאל האלטן געשפאנט דעם עולם עד.. האפענטליך ביז קאראנא, און דערנאך וועט מקוים ווערן דעם וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, און ס'וועט נישט בלייבן דערפון אפילו א מלכות הזלה, ווי די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין אמר רבי חמא בר חנינא אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל.

פערינא » פרייטאג מאי 15, 2020 5:15 pm

· #448716
פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע? וואס איז פארדרייט ביי ערליכע מענטשן אז מ'דארף זיי טרענען ליב צו האבן זייער קינדער וואס זענען אנדערש ווי זיי?

פערינא » פרייטאג מאי 15, 2020 5:15 pm

· #448717
פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע? וואס איז פארדרייט ביי ערליכע מענטשן אז מ'דארף זיי טרענען ליב צו האבן זייער קינדער וואס זענען אנדערש ווי זיי?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:16 pm

· #448718
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
רביה''ק זי''ע
צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען אין פוילן זענען אכציג פראצענט קינדער אפגעפארן, זענען פארווייטאגטע עלטערן געקומען וויינען צום אמרי אמת "אונז האבן געגעבן פאר אונזערע קינדער דאס בעסטע און ערליכסטע חינוך וואס שייך אבער מיט דעם אלעם איז כמעט קיינער פון זיי נישט געבליבן ערליך!" האט זיי דער אמרי אמת געענטפערט, "מילא אויב וואלטן ענק נישט גוט מחנך געווען די קינדער וואלט איך געקענט פארשטיין פארוואס ענק זאלן זיין אזוי צובראכן, ענק אבער האבן דאך מחנך געווען די קינדער ווי ס'באדארף צו זיין, וואס האבן ענק צו וויינען? ענק האבן געטון וואס דער באשעפער האט ענק באפוילן און מחנך געווען די קינדער און ענק וועלן באקומען שכר אויף דעם, וואס געשעהט מיט די קינדער צום סוף האט גארנישט מיט ענק צוטון."

ס'שטייט קיין ערגעץ אין די תורה אז מ'דארף זעהן נחת פון די קינדער, די גאנצע מושג פון נחת שטאמט פון די אלופי עשו (בראשית לו,יז), ס'האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון. יא, אז א מענטש אינוועסטירט כוחות אין זיינע קינדער נישט ווייל דער באשעפער האט געהייסן נאר פאר זיין אייגענע נחת קוקט מען טאקע אזוי אויס. דאס זיך נעמען צום הארצן די קינדער'ס התנהגות איז א פשוט'ע מענטשליכע אינסטינקט, Expectations are disappointments under construction, ס'איז גארנישט אנדערש ווי נעמען א פאליטישע אדער געלט פארלוסט צום הארצן, ס'ליגט נישט גארנישט הייליג אין דעם. ווען עלטערן ווייזן ארויס ווייטאג קעגן אן אפגעפארן קינד איז בכלל נישט דא וואס ארויפצוקוקן, זיי גייען פשוט נאך א נארישע אינסטינקט. אדרבה, עלטערן וואס ברעכן די נארישע טבע און אקצעפטירן זייערע קינדער ווי אימער זיי זעהען אויס, זיי דארף מען ארויפקוקן. האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע (צעטל קטן סימן טז), דאס איז די תכלית פון גאנץ אידישקייט!
@רביה"ק זי"ע
כ'האב פרובירט דיר צו געבן 100 לייקס פאר דעם תגובה אבער מיין אומגעפילטערטע פאון לאזט עס נישט דורך, יהי רצון כאילו...

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:19 pm

· #448719
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
פערינא
פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע? וואס איז פארדרייט ביי ערליכע מענטשן אז מ'דארף זיי טרענען ליב צו האבן זייער קינדער וואס זענען אנדערש ווי זיי?
ס'האט גארנישט מיט עהרליכקייט, ס'איז פשוטע נאטור, די ליבשאפט וואס עלטערן האבן פאר זייערע קינדער נאר צומאל ווערט עס פארהאקט דורך זייטיגע שטערונגען, סאסייעטי פרעשור, מה יאמרו הבריות, וכו' משא"כ קינדער האבן נישט די זעלבע ליבשאפט פאר זייערע עלטערן, קענסט האלטן וויפיל דרשות דו ווילסט

מי אני » פרייטאג מאי 15, 2020 5:55 pm

· #448721
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
די גמרא זאגט דאס אין מערערע מקומות אז רחמי האב על הבן מרובים מרחמי הבן על האב (עיין בסוטה מט., בב״ב פ. [אפילו בבע״ח], ובסנהדרין עב: [לענין בא במחתרת]).

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 15, 2020 6:58 pm

· #448723
פערינא
פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע?

אוודאי דארף מען, נישט נאר פאר אפגעפארענע קינדער, פאר נישט אפגעפארענע אויך, כיבוד ומורא אב ואם ביי אונז דארף א גרויסע תיקון.

במדבר » מוצ"ש מאי 16, 2020 10:49 pm

· #448729
איך האב מיר גע'חלום'ט.

מיין מאמע: דו ווייסט @במדבר'ל, א פרענד האט מיר נעכטן געגעבן צו הערן עפעס א ''מיסעס לאנדא'' ... איך ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע לאנדא פון... דו ווייסט, אונזער נעיבאר שווארטץ'עס שוועסטער... יא! די ווייסט דעי וואס האט נעבעך א דאון סינדראם, איך ווייס נישט צו זי איז פעמעלי, באט עניוועי...

זי האט געהאט א אינטערוויאו מיט, יו נאו, עפעס ''א עכט מאדערענע פרוי''...

נעבעך! זי האט אזוי אפאר קינדער וואס זענען נעבעך אראפ פון וועג, נעבעך, שוין זי פארציילט ווי שווער ס'איז איר קודם געווען...

באט אינטרעסטינג, זי איז א ''אהרוני'', סאוי זי איז געגאנגען צו ''ר' אהרן'', און ער האט איר געהייסן גיין צו א פראפעשענעל, סאוי... זי וואוינט היינט אין מאנסי... און... אבער היינט ''שי טעיקס איט דיפרענטלי'', זי האט א טאטעל דיפרענט עפראוטש...

באט! ווייסט זי רעדט דארט וועגן אידישקייט נאך די קריג... טאדעיס פרויען זיי מיינען זיי פארשטייען אלעס... באט שי טאלק ווערי קיוט, ''זי זעהט נישט אויס ווי קיין נאר'' זי נעמט עס, ''אעז איט איזז'', ''זי האלט אז קינדער קענען נעמען א דיפערענט וועג''...

וואס האלסטו, דו האלטסט זי איז גערעכט?! ... ווייסט אונז האבן אזוי באנטש מאל ''דיסעגרימענטס און דיבעיטס'' אבאוט עווריטינג, איך פאנג אן טראכטן, ''מעבי שי איזז רייט'', ווייסט ווילאנג מ'האלט זיך... דו ווייסט, די לבוש די היימישקייט... ס'איז אנדערע צייטן, ווילאנג מ'שטויסט נישט... מ'דארף נישט אלעס ארויסשטעלן, אלע נעיבארס זאלן רעדן... באט מ'קען שוין נישט קאנטראלען,
ניין?! וואס זאגסטו?...

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש מאי 16, 2020 11:03 pm

· #448733
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
ס'געווען ויישן ויחלום שנית, אדער מיט דעם האט זיך די חלום געענדיגט??

moneyminded » זונטאג מאי 17, 2020 7:27 am

· #448758
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
די גאנצע משפחה פארט אפאר מאל א יאר קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע פאר שבתים און ימים טובים און טרעפן זיך מיט זייער פרייע טעכטער וואס לערנען דארט אין קאלעזש, איך בין דארט געווען צוויי מאל פונקט דעמאלס און מיטגעהאלטן פון די נאנט די הלוך ילך, ס'איז ממש יחיד בדורו וויאזוי דאס ארבעט, און ממש איך קען נישט גלייבן די כוחות וואס זיי האבן עס דורכצוטראגן, עס קומט זיך זיי אסאך קרעדיט, אבער מיין הארץ גייט אויס פאר זיי עס צוצוזען פון דערנאנט.

בעל רגש » זונטאג מאי 17, 2020 1:04 pm

· #448783
איך האב יעצט געענדיגט זעהן א קליפ פון א העראאישע פרוי, מרת סילווערסטין פון פלעטבוש, וואס שילדערט די געשיכטע פון אירע קינדער, און ווי אזוי זי אקצעפטירט זיי און האט זיי וויטער ליב אנקאנדישאנעל, אפילו זיי האבן אויסגעקליבן אן אנדערע לעבנס שטייגער, און פירן זייער לעבן גענצליך אנדערש ווי זי וואלט געוואלט, עס איז ממש אימבאגרייפליך איר אהבה און חכמת החיים, און ווי אזוי זי ברענגט ארויס אז זי פארשטייט אז אירע קינדער האבן די רעכט אויסציוועלן זייער אייגענע דרך החיים, און איר מאמישע ליבשאפט ווערט נישט מיט קיין טראפ פארמינערט צוליב דעם,
ווי זי פארציילט האט איר 15 יעריגע טאכטער איין שיינעם טאג באשלאסן זיך אנצישליסן און די לב טהור גרופע, נאכן איינזעהן אז איהר תכונת הנפש ציהט איר צו א אמתע פשרהלאזע אידישקייט, און דארט הייראטן א 14 יעריגע בחור,
ווי די העלדישע מאמע פארציילט, זענען זיי און אנפאנג אדורך אומדערטרעגליכע צער און וויטאג, אבער צום סוף האבן זיי פארשטאנען אז דאס איז וואס זייער טאכטער וויל , און האבן איר אנגענומען ווי אזוי זי איז מיט ליבשאפט.
food for thought#

ישעיה » זונטאג מאי 17, 2020 1:21 pm

· #448787
(בנוגע די קעפל פון דעם אשכול, בין איך גערעכט מיט מיין השערה אז טאמער וואלט דער מדובר געווען א מאנספערזאן וואלט געשטאנען "מיר זענען מיט אייך"? 😂 )

יואליש » זונטאג מאי 17, 2020 2:03 pm

· #448789
moneyminded

עס קען זיין עס איז בכלל נישט שטארקייט נאר זי האט קרומע שיטות לכתחילה

עס קען זיין אז שפיזיגע שפעקילאציעס און כאראקטער-מארד ווי דאס איז איינע פון די יענטע וואפן וואס האלטן צוריק אנדערע עלטערן פון טוהן וואס מרת לאנדא טוט און וואס זיי וואלטן ווען געוואלט טוהן.

אין סדום פלעגט די אונטערגרונט זיך ווערטלן, "נישטא נאך אזא גלייכע זאך ווי א הארציגע מאמע'ס קרומע שיטה."

I don’t know » זונטאג מאי 17, 2020 8:18 pm

· #448805
I was mamesh crying when I listened to this interview!!! She is so accepting and that is such a rare thing in the community

צפור בודד » מאנטאג מאי 18, 2020 7:25 am

· #448850
א קליינע הערה וואס נעמט גארנישט צו פון איר גאר ווארעמע אינטערוויו וואס איז מלא הארץ און שכל.

ביי ארום 29:45 געבט זי א תורה'דיגע מקור און ברענגט צו דעם פסוק פון מלאכי, אהבתי אתכם אמר ה'. זי לייגט צו אז ס'איז איינס פון די לעצטע נבואות פאר דער חורבן בית המקדש.

למען הדיוק, איז מלאכי געשריבן געווארן ביים אנהייב פון בית שני.

במדבר » מאנטאג מאי 18, 2020 9:36 am

· #448856
אנטשולדיג פארן צושטערן די אפערע! אבער מיר זעהט דאס עפעס אויס נישט נארמאל. מ'אפלאדירט א פרוי פארוואס? ווייל זי האט ליב אירע קינדער!!! ......

אפגעזהען אלס: זעט די טייערע פרוי אויס צו זיין, א אויסער-געווענדליכע: קלוגע געזינטע ליבליכע און הארציגע: מענטש, ווייב און מאמע, און פארדעם אפלאדיר איך איר, ''איר זענט א סעמפל פאר יעדע מענטש: מאן אדער פרוי, איד ווי נישט-איד... איך האב פון אייער, רעלאטיוו-קורצע שמועס א'סך געלערנט אין איך בין אייך פארדעים ווארעם דאנקבאר''.

אונטער חכם » מאנטאג מאי 18, 2020 11:05 am

· #448868
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
במדבר
אנטשולדיג פארן צושטערן די אפערע! אבער מיר זעהט דאס עפעס אויס נישט נארמאל. מ'אפלאדירט א פרוי פארוואס? ווייל זי האט ליב אירע קינדער!!! ......

אפגעזהען אלס: זעט די טייערע פרוי אויס צו זיין, א אויסער-געווענדליכע: קלוגע געזינטע ליבליכע און הארציגע: מענטש, ווייב און מאמע, און פארדעם אפלאדיר איך איר, ''איר זענט א סעמפל פאר יעדע מענטש: מאן אדער פרוי, איד ווי נישט-איד... איך האב פון אייער, רעלאטיוו-קורצע שמועס א'סך געלערנט אין איך בין אייך פארדעים ווארעם דאנקבאר''.
ווי איך פארשטיי אפלאדירט מען איר נישט אזוי ווייט פארן עס טוהן, ווי מען אפלאדירט איר פארן ארויסקומען אפן דערמיט.

איך קען עטליכע אזעלכע עלטערן, אנפאנג זענען נאך אסאך פארווייטאגט, אבער נאך א שטיק צייט ווילן רוב עלטערן באמת אויפגעבן, זיך איבערבעטן, און אננעמען די קינדער אזוי ווי זיי זענען, זיי האבן נאר מורא אז עס איז אן עוולה, הן כלפי שמיא, און הן אלס מה יאמרו הבריות.

moneyminded » מאנטאג מאי 18, 2020 11:15 am

· #448870
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
איך מיין אז די ספעסיפיק לאנדא מעשה איז א יחיד בדורו וואס אין איין משפחה זאל האבן דריי טעכטער ביי די 16/17 יאר ארויסגיין פון סקול און ווערן גענצליך פריי און גיין אין קאלעזש, איך גלייב נישט אז ס'איז דא נאך אזא מעשה ביי א חסידי'שע משפחה, און איך גלייב נישט אז אנפאנג האט זי עס אקצעפטירט, איך געדענק ביי די ערשטע טאכטער איז זי אנטלאפן פון דערהיים און נישט געהאט א קאנעקשען מיט איר פאר זייער א לאנגע צייט, עניוועי, די מאמע האט געהאט איין ברירה נאך אזא טראגעדיע, אדער זיך נעמען דאס לעבן אדער זיי עקסעפטען, ס'איז נישט אז זי האט זיי גראד עקסעפטעד, נאר נאך א לאנגע צייט, און יעצט האט זי 3 קינדער אזוי נעבעך.

פאר קיין שום איד נישט געווינטשן.

במדבר » מאנטאג מאי 18, 2020 11:37 am

· #448871
די טייערע מרת לאנדא האט געוועלט צו קיקען אויף די ''פילע האלב פון די גלעזל'' - ''דריי קינדער וואס שטודירען אין קאלעזש''. אויף אלע אידישע מאמעס געוואונטשן!

moneyminded » מאנטאג מאי 18, 2020 11:44 am

· #448872
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
במדבר
די טייערע מרת לאנדא האט געוועלט צו קיקען אויף די ''פילע האלב פון די גלעזל'' - ''דריי קינדער וואס שטודירען אין קאלעזש''. אויף אלע אידישע מאמעס געוואונטשן!

איך ווייס נישט ווער איר זענט, אדער טאמער איר האט קינדער בכלל, אבער קיין איין מאמע א שומרי תורה ומצוות, ווינטשט זיך נישט צו האבן פרייע קינדער.
I am really sorry if this is news for you

קום אהער » מאנטאג מאי 18, 2020 5:50 pm

· #448909
Where can I see it? Link?

קל וחומר » מאנטאג מאי 18, 2020 6:00 pm

· #448912
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
רביה''ק זי''ע
פערינא
פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע?

אוודאי דארף מען, נישט נאר פאר אפגעפארענע קינדער, פאר נישט אפגעפארענע אויך, כיבוד ומורא אב ואם ביי אונז דארף א גרויסע תיקון.
כיבוד אב ואם ווערט פאררעכנט אלס א מצוה שהשכל מחייבו. די 'שכל' איז מחייב צו רעספעקטירן איינער וואס פארדינט דאס. אויב איינעמס עלטערן זענען אויף דראגס אדער אביוסיוו וכדו' איז יתכן אז מ'איז נישט מחויב זיי צו רעספעקטירן.
(חוץ אויב מ'וועט זאגן אז וויבאלד די רעליגיע שטאמט פון וואס די עלטערן זאגן פארן קינד און טאמער וועט מען נישט מכבד זיין בכל עניין וועט דאס אפעקטירן די רעליגיע דאן קען זיין אז מצד די רעליגיע איז די שכל יא מחייב ודוק)

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 19, 2020 12:16 am

· #448930
מרת לאנדא'ס ווערטער זענען רירענד ביז טרערן, מילד גערעדט. בשעת אנדערע זענען מפקיר זייערע קינדער צום מולך ווען זיי זענען זאגאר גאר פרום און ערליך (!), נאר וויבאלד זיי זעען נישט אויס פונקט וויאזוי זיי האבן זיך גע'חלומ'ט, און זענען דערפאר גרייט צו וויינען און קרעכצן, שרייען און שלאגן און צומאל אפילו אפהאקן מיט די אייגענע בלוט און פלייש למחצה לשליש ולרביע; הערט מען אן איינזיימער קול באנעצט מיט ברענעדיגע ליבשאפט און מוטער'ליכע ווארעמקייט וואס צעשמאלצט יעדעס הארץ. "כ'וועל ענדערש פארלירן מיינע חלומות ווי פארלירן מיינע קינדער" איז זי מקונן ווי ירמי' הנביא בשעתו.

מי יתן ראשי מים, ועיני מקור דמעה. ואבכה יומם ולילה את חללי בת עמי.

מרת לאנדא, איר ווייסט נישט וויפיל אידן איר האט גערירט — וואויל איז אייך בזה ובבא און וואויל איז פאר דאס אידישע מאמע וואס איר הארץ ברענט ווי א פייעראפּער!

נולד מאוחר » דינסטאג מאי 19, 2020 12:19 am

· #448932
קום אהער
Where can I see it? Link?

https://youtu.be/UfNAz-pPisQ

במדבר » מיטוואך מאי 20, 2020 7:48 am

· #449090
האבא רב חרדי, הבן עזב את המגזר: "לא זורקים ילד מהבית.

https://www.youtube.com/watch?v=uduxCL7dDi8

אבא חרדי פוגש את בנו הנושר (גיי) מרגש.

https://www.youtube.com/watch?v=mw1qaN8Dyx8&t=15s

--------------
אוי האב איך געוויינט, דער טאטע איז פשוט א מלאך.

.A Rebellious Son - An interview with Rabbi Elimelech Lamdan & his son Shmuel which became unorthodox

https://www.youtube.com/watch?v=r_yAYun4FmM

פארשטאנד » מיטוואך מאי 20, 2020 8:54 pm

· #449153
די עצם שטארקייט פון א פרוי וואס האט געקענט טוישן איהר מהלך המחשבה מקצה אל הקצה, אויף א וועג וואס איז נאך אפשר מער דראסטיש ווי איהרע טעכטער'ס טוישונגען, איז ראוי צו אפלאדירן, ווייניג היימישע פרויען וואלטן זיך געקענט פארמעסטן מיט אזאנס, מ'זאל נישט דארפן וויסן.

עס איז באקאנט די שאלה וואס א מגיד האט אמאל געפרעגט קינדער, צו ווען זיי וואלטן געהאט א בחירה חפשית צו זיי וואלטן געוועהלט צו בלייבן אידן, אדער אפשר וואלטן זיי אפגעלאזט אידישקייט. די ענטפער איז געווען 'ניין', זיי וואלטן נישט געבליבן פרום, איי פארוואס זענען זיי נישט געווארן גוים? ווייל זיי האבן למעשה נישט קיין בחירה חפשית.

איך מיין אז דאס שפיגלט אפ אין מרת לאנדא'ס טעכטער, זיי האבן א געהאט א אמת'ע בחירה. ויש אמת בדברי.

I don’t know » מיטוואך מאי 20, 2020 10:20 pm

· #449166
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

I don’t know » מיטוואך מאי 20, 2020 10:23 pm

· #449167
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
What is this project makom?

I don’t know » מיטוואך מאי 20, 2020 10:25 pm

· #449169
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
I think she is the woman we should
באגלייט
in the streets
and we should stand around the table when she eats and listen to her words just like the
בעלזא רעבעצין

moneyminded » מיטוואך מאי 20, 2020 11:03 pm

· #449174
Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
I don’t know
What is this project makom?

https://projectmakom.org

הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 9:36 am

· #449558
רביה''ק זי''ע

אויב איך קען עס זאגן אין איין ווארט איז די חילוק צווישן ווילי און ב"פ אזוי, ווילי אידישקייט איז א קולטור, ב"פ אידישקייט איז א רעליגיע, וועלכע איז בעסער? ווענדט זיך וויאזוי דו קוקסט עס אן. א ב"פ פרוי איז מער אפן צו זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין סתירה מיט אידישקייט, אבער אין די ראמען פון אידישקייט זענען זיי געפערליך ברעינוואשד. ס'פשוט נישט דא צו וועם צו רעדן, דער באשפער לאזט נישט און פארטיג! א ווילי פרוי - פון די אנדערע זייט - אינטערעסירט גאנץ ווייניג דעם באשעפער און וואס שטייט אין זיין תורה, זי ווייסט נאר אז "אזוי טוט מען", אונז זענען אזעלכע סארט איידעלע באשיידענע אמיש מענטשן וואס טוען נישט אזעלכע זאכן, איינמאל אבער זי זעהט אז מ'קען טוהן אנדערש וועט זי זיך צוכאפן דערצו.
...
(אוודאי ווילן די ב"פ אידן אויך אנהאלטן די אמיש קולטור אויף א געוויסע פארנעם, און אוודאי גלייבן די ווילי אידן אויך אין באשעפער, און בכלל איז די גאנצע מעשה נישט מער ווי א סטיריאטיפ, אבער אין יעדע סטיריאטיפ ליגט היבש אמת.)

איך מיין דאס קימט אויך דא אריין צי פארשטיין אביסעל די מהלך המחשבה
ווען מען רעדט פין א סערווייויל אידישקייט רעדט מען פין די סערווייוועל פין די קאלטאר

בונה של טוב » זונטאג יוני 16, 2024 7:22 pm

· #565116
Re:
במדבר #
איך האב מיר גע'חלום'ט.

מיין מאמע: דו ווייסט @במדבר'ל, א פרענד האט מיר נעכטן געגעבן צו הערן עפעס א ''מיסעס לאנדא'' ... איך ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע לאנדא פון... דו ווייסט, אונזער נעיבאר שווארטץ'עס שוועסטער... יא! די ווייסט דעי וואס האט נעבעך א דאון סינדראם, איך ווייס נישט צו זי איז פעמעלי, באט עניוועי...

זי האט געהאט א אינטערוויאו מיט, יו נאו, עפעס ''א עכט מאדערענע פרוי''...

נעבעך! זי האט אזוי אפאר קינדער וואס זענען נעבעך אראפ פון וועג, נעבעך, שוין זי פארציילט ווי שווער ס'איז איר קודם געווען...

באט אינטרעסטינג, זי איז א ''אהרוני'', סאוי זי איז געגאנגען צו ''ר' אהרן'', און ער האט איר געהייסן גיין צו א פראפעשענעל, סאוי... זי וואוינט היינט אין מאנסי... און... אבער היינט ''שי טעיקס איט דיפרענטלי'', זי האט א טאטעל דיפרענט עפראוטש...

באט! ווייסט זי רעדט דארט וועגן אידישקייט נאך די קריג... טאדעיס פרויען זיי מיינען זיי פארשטייען אלעס... באט שי טאלק ווערי קיוט, ''זי זעהט נישט אויס ווי קיין נאר'' זי נעמט עס, ''אעז איט איזז'', ''זי האלט אז קינדער קענען נעמען א דיפערענט וועג''...

וואס האלסטו, דו האלטסט זי איז גערעכט?! ... ווייסט אונז האבן אזוי באנטש מאל ''דיסעגרימענטס און דיבעיטס'' אבאוט עווריטינג, איך פאנג אן טראכטן, ''מעבי שי איזז רייט'', ווייסט ווילאנג מ'האלט זיך... דו ווייסט, די לבוש די היימישקייט... ס'איז אנדערע צייטן, ווילאנג מ'שטויסט נישט... מ'דארף נישט אלעס ארויסשטעלן, אלע נעיבארס זאלן רעדן... באט מ'קען שוין נישט קאנטראלען,
ניין?! וואס זאגסטו?...
דו לייגסט עס אזוי גוט אראפ - ס'דאכצעך מיר ווי איך הער פּערל (די וויליאמסבורגע אידענע וואס פרידא וויזל האט אינטערוויאט)