☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פּאַליגאַנעל נומערן

פּאַליגאַנעל נומערן

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13833
בלאט: 1 2

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:22 am

· #521869
מי אני
אַה. בנוגע די אינפיניט רויטע קליינע סקווערס איינס קלענער פונעם צווייטן, ביזטו גערעכט. די עריע/שטח וואס קומט צו גייט טאקע קאנווערדזשען, בשעת די פּערימעטערס וואס קומען צו דיווערדזשען.
נו אויב ביסטו מסכים מיט מיר, קום איך צוריק צו מיין פראגע וואס איז די חידוש מיט קאטש סנויפלעיק?
כפארשטיי די חידיש אז עס איז א פרעקטל, אבער די חלק וואס מבאצייכנט עס אלס חידוש פון פיניט עריע מיט אינפיניט פרימעטער, ביי די פשוטע סקווערס איז עס אויכעט?

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:45 am

· #521874
דיין משל איז טעקניקעלי א (וועריעישאן פון א) סיערפּינסקי סקווער/קארפּעט וואס איך האב דא דערמאנט. ואיה"נ אז דאס איז אויך א פרעקטעל אויפ'ן זעלבן דרך. אזויפיל יא, די חילוק איז אז דא ביים סיערפּינסקי סקווער/קארפּעט רעכענסטו צאם א בּאנטש עקסטערע פּערימעטערס (און עריעס) פון די קליינע סקווערס. און די חילוק איז טאקע אז די עריעס קאנווערדזשען בשעת די פּערימעטערס דיווערדזשען. משא"כ ביים קאטש סנויפלעיק איז עס די איינע פּערימעטער און עריע פון איין שׁעיפּ. (אט וועגן דעם האב איך מעיקרא געמיינט אז דו רעדטסט פונעם גרויסן סקווער הכוללם.)

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:50 am

· #521876
מי אני
דיין משל איז טעקניקעלי א (וועריעישאן פון א) סיערפּינסקי סקווער/קארפּעט וואס איך האב דא דערמאנט. ואיה"נ אז דאס איז אויך א פרעקטעל אויפ'ן זעלבן דרך. אזויפיל יא, די חילוק איז אז דא ביים סיערפּינסקי סקווער/קארפּעט רעכענסטו צאם א בּאנטש עקסטערע פּערימעטערס (און עריעס) פון די קליינע סקווערס. און די חילוק איז טאקע אז די עריעס קאנווערדזשען בשעת די פּערימעטערס דיווערדזשען. משא"כ ביים קאטש סנויפלעיק איז עס די איינע פּערימעטער און עריע פון איין שׁעיפּ. (אט וועגן דעם האב איך מעיקרא געמיינט אז דו רעדטסט פונעם גרויסן סקווער הכוללם.)
מצד וואס איז קאטש מער איין שעיפ, די סקווערס קען איך אויך מאכן אויף אלע פיר זייטען (און פארשטייט זיך אויסמעקן די חלק ליין דארט וואו מבאהעפט די נייע חלק כדי עס זאל אויסזען איין שעיפ, איך האב פשוט נישט עס געטון אויף מיינע סקווערס אבער פארשטאנען אז מוועט עס פארשטיין אז דאס איז די כוונה, דר. וויקטאר בּלאַזשאָ ? ) און עס וועט האבן דעם זעלבן אפפעקט. למשל איך וועל לייגען די צוגעלייגטע סקווערס אינדערמיט פון אלע פיר זייטן ארויף און ארויף אינפיניטי, וועט זיין אן עכטע שעיפ וואס די עריע איז פיניט אין פרימעטער אינפיניט.

בד"ו מיט מיין צייכענען דא בלויז איין זייט, איז כמו קאטש אליין אויף זיין ארגינעלן פלעיק טעארם האט ער עס מתחילה געוויזן נאר אויף איין פון די דריי זייטן. זוי מיין איך

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:31 am

· #521890
אז די זעהסט נישט אין מיינע סקווערס איין שעיפ, וועלן מיר מוזן צוריקגיין צו יוונישער קאנסטראקשנס ווי די רופסט עס, און אראפמאלן וואס איך מיין.

https://i.imgur.com/CCicK1j.png
די עריע איז פיניט און קאנווערדשד צו פינעף מאל (עטוואס ווייניגער, כנ"ל) די ארגינעלע סקווער אינמיטן, בעת די פערימעטער איז אינפיניט, די גאנצע צייט ווען כרעד פון א סקווער האב איך דאס געמיינט, פשוט נישט אויסגעמעקט די ליינס אינדערמיט ביי יעדע איטערעשן.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 7:13 am

· #521898
דאן איה״נ. אין אזא פאל איז עס א וועריעישאן פונעם קאטש סנויפלעיק, וואס איז מיט טרייענגעלס און דא איז עס אנשטאטס דעם מיט סקווערס (נאר מיט אָן צולייגן אין די זייטן, נאכ׳ן עס טוהן/צולייגן נאר די ערשטע מאל/איטערעישאן אויף די זייט אויך, די קלענערע סקווערס). כעין זה: 📎 04CC4943-4C6D-447C-B4D2-4F16E92AD5BE.jpeg וויאזוי דו האסט דאס פריער אויסגעשטעלט איז עס געווען מער דומה צום חילוק (ביי פרעקטעלס) ביי טרייענגעלס צווישן די קאטש סנויפלעיק און דעם סיערפּינסקי טרייענגעל, וואס איך האב אויך דארט צוגעברענגט.

דר. וויקטאר בּלאַזשאָ זאגט טאקע בנוגע די חילוק בזה בין היוונים וחכמי זמנינו:
Diagrams. What are their role in geometry? Some people like to think that the logic of a geometrical proof doesn’t need the diagram. Mathematics is supposed to be pure and absolute. Diagrams seem connected to the visual, the intuitive, that makes it kind of psychological, and perhaps therefore even subjective

Certain people don’t like that association one bit, so they try to minimise the role of diagrams. Maybe diagrams are just crutches to help those with weaker minds, whereas a perfect logical reader could follow the proof from the text alone. Some people like to think so. It’s a dogma that fits modern tastes

But, historically, that interpretation is a pretty poor fit. In some ways, classical geometry appears to have embraced visuality rather than tried to replace it with abstract logic
😃

כ׳האלט מיך נישט פאר א מאטעמאטיקער אדער לאגיקער (ועיין בחתימתי).

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:40 am

· #521902
איך וואלט עס ענדערש אנגערופן אז קאטש סנויפלעיק איז א וועריעשן פון דאס, דאס איז פיל פשוטער. וואס איז די גרויסע חידוש פון קאטש אז מען באצייכנט עס אלס פיניט עריע און אינפיניט פערימעטער?

קוק למשל מיין ארגינעלע עקזעמפל, ווי דאס

https://i.imgur.com/T7KlEZC.png


דאס איז די פשוט'סטע שעיפ מעגלעך און האט אט די אייגנשאפטן (פארשטייט זיך די סנויפלעיק איז מער א חידוש און פרעקטל, אבער איך רעד בנוגע די אנדערע חלק)

מיין פראגע איז נישט אויף דיר אלס ארויסברענגען עס ביי קאטש סויפלעיק, נאר ווען איך האב נישט פארשטאנען וואס מיינט א אינפיניט פערימעטער+ פיניט עריע, און עס געפארשט בין איך אלס אנגעקומען צו קאטש סנויפלעיק אלס סעמפל. וויקיפידע צייכנט עס צו ועוד. סא מיין פראגע קומט צוריק

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:48 am

· #521903
מי אני
כ׳האלט מיך נישט פאר א מאטעמאטיקער אדער לאגיקער
ווער איז א מאטעמאטיקער אויב נישט דו.

איך שעם זיך מודה זיין, כהאב מיר געהאלטן צו פארשטיין מאטעמאטיקס, ביז איך בין אנגעקומען צו דיינע שרייבערי, דערזעהנדיג איך ווייס גארנישט

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:15 am

· #521906
ייש"כ! 😳
זיצער
מיין פראגע איז נישט אויף דיר אלס ארויסברענגען עס ביי קאטש סויפלעיק. נאר ווען איך האב נישט פארשטאנען וואס מיינט א אינפיניט פערימעטער + פיניט עריע און עס געפארשט, בין איך אלס אנגעקומען צו קאטש סנויפלעיק אלס סעמפל. וויקיפידע צייכנט עס צו ועוד. סוי, מיין פראגע קומט צוריק.
איה"נ. איך וואלט געקלערט אז די געדאנק איז ווייל די פּערימעטער וואס קומט צו צום סוף אז עס זאל זיין אינפיניט (בשעת'ן ענקלויזן א פיניט עריע) איז בעצם (עפּראַקסימעיטן) א קורוו ווען מ'זומט ארויס. ואפילו דיין משל פון די קאנסטראקשען פון אינפיניט סקווערס, והיינו די (מער-ווייניגער) קאטש סנויפלעיק עפ"י סקווערס ווי איידער טרייענגעלס, גייט צוביסלעך מער און מער עפּראַקסימעיטן א קורוו ווען מ'זומט ארויס דערפון אינגאנצן. מיינענדיג, ווען מ'זומט ארויס פונעם גאנצן זאך ווייט וועט דאס מער אויסזעהן ווי א קורוו, און ווען מ'זומט אריין דערצו זעהט מען אז עס איז א פרעקטעל וואס איז סקווערס אלס איבער און איבער אינפיניטלי און עס איז סעלף-ריפּיטינג לעולם. די קאטש סנויפלעיק ווערט טאקע אויך גערופן א קאטש קורוו ומהאי טעמא. און צווישן די צוויי ברירות איז לכאורה די קאטש סנויפלעיק עפ"י טרייענגעלס דאך מער אינטואיטיוו און פשוט'ער מעיקרא אלס א קורוו, ווי איידער איר קאנסטראקשען עפ"י סקווערס. אולי. (ואיה"נ אז אפשר וואלטן אזעלכע קאנסטראקשענס מיט אנדערע פּאליגאנס געווען נאך מער אינטואיטיוו לגבי קורווס, אבער אולי אז דעמאלטס איז שוין די קאנסטראקשען מער קאָמבּערסאם.)

דאס גייט אין איינקלאנג מיט'ן געדאנק פונעם קויסטליין פּאראדאקס אין דעם סוגיא, אז ווי מער מ'זומט אריין צום גרעניץ ביים בארטן אלס מער דארף מען נאך רעכענען די לענג פון די קורווס וואס ווערן גראד דארטן און געבט צו נאך צום לענג אלס די גרעניץ פונעם לאנד. די געדאנק איז אס עס ווערט א קורוו פון אינפיניט לענג.

זיצער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:22 am

· #521908
קויסטליין פּאראדאקס איז מער דומה צו מיין איין זייט גראדע סקווער. און ל"ד קויסט ליין נאר יעדע פיזישע (לאפוקי וועקטאר שעיפס) זאך, וואס מ'מעסט פערימעטער, ווייל ביי קויסט ליין ענדיקט זיך עס ביי אטאמיק לעוועל און דעם אומפערפעקשן איז אלס דא, נאר טאקע קאוסטליין ברענגט ארויס די פאראדאקס שטארק.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:27 am

· #521909
ל"ד. מ'קען עס באטראכטן אז די גרעניץ ווייט ארויס איז עס אזא כעין קורוו "דרייעדיג", און ווי מער נענטער מ'גייט אלס מער ווערט עס גראד מיט מער גראדע ליינס אהין און אהער. מיינענדיג, עס קומט צו מער און מער גראדע ליינס וואס דרייען זיך ארויף און אראפ און אלע מיני דעגריס. מ'קען טענה'ן אז דאס איז לכאורה מער דומה צום קאטש קורוו עפ"י טרייענגעלס, ווי איידער עפ"י סקווערס וואס איז דאך מער אפגערוקט איינע פון דאס אנדערע. אולי.

אגב, דר. מארקוס דוּ סאָטוׂי זאגט אז דזשעקסאן פּאלאק'ס פּעינטינגס האבן גע'ארבעט עפ"י פרעקטעלס, וואו מ'זומט אריין און עס איז גאר ענליך.📎 Jackson.jpg

מי אני » פרייטאג יוני 9, 2023 11:07 am

· #527808
ס׳דא די באקאנטע וויץ פון:
Why is the number six afraid?
A: Because seven eight nine (seven ate nine)
מ׳האט דאס אויסגעברייטערט:📎 IMG_4877.jpeg א squared meal מיינט באלאנסירט און nutritious.

מי אני » דינסטאג יולי 11, 2023 11:17 am

· #531220
דער מאטעמאטיקער וואצלאוו סיערפּינסקי (דער פונעם סיערפּיניסקי טרייענגעל און סיערפּיניסקי סקווער) האט אויפגעוואוזן אז עס איז דא אַן אינפיניט צאל פּיטאַגאָריען טריפּלס וואו די צוויי רייט זייטן פונעם טרייענגעל זענען אויך טרייענגולאר נומערן. עס איז אבער נאר דא איין סעט פון פּיטאַגאָריען טריפּלס וואס מ'ווייסט פון וואו אלע דריי זייטן, וגם ההיפּאַטענוס בכלל, זענען טרייענגולאר נומערן. ער האט געזאגט אז מ'ווייסט נישט צי עס זענען דא נאך, און אויב עס זענען יא פארהאן נאך, צי עס איז דא א פיניט אדער אינפיניט צאל פון זיי.📎 Triangular.jpg דר. דוד בּעלוּ און דר. ראנעלד וועגער האבן אויפגעוואוזן אז אויב זענען דא מער אזעלכע, מוז די סקווער פון איין טרייענגולאר נומער פון איינע פון די צוויי זייטן וואס איז נישט די הייפּאַטענוס, זיין א סומע פון קיוּבּ נומערן איינע נאך די אנדערע אין א רייע. דאס איז הגם לעאנהערד אוילער האט אויפגעוואוזן אז חוץ די נומער 1 איז נישטא קיין איין טרייענגולאר נומערן וואס איז א קיוּבּ.
בלאט: 1 2