כרם זיתבעזרת עושה הר''ים
מענין לענין באותו ענין.
דורכטוענדיג די ענין פון תגלחת נשים איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וועלכע איך וויל מיט טיילן מיט די חשובע קאווע טרונקער'ס.
כולי עלמא מודה אז בזמן התנ''ך, תלמוד, גאונים און אפילו ראשונים איז נישט געווען אזא מין געדאנק אז א אידנע זאל ארפנעמען אירע האר. זיכער נישט בתורת מנהג (אותיות הגמון - מלשון שררה דאין אשה מסכים לדבר הזה מעצמה, כמבואר בספר 'חומש' תחלת פרשת כי תצא, ע''ש).
אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".
ס''ה אונזערע באבעס בזמנים הנ''ל זענען געגאנגן מיט אייגנע האר (פארבינדן פאשטייט זיך), און ח''ו נישט מיט קיין שייטל (אויפן גאס). טא ווי קומט עס אז מיר האבן פארטוישט די יוצרת?
די תירץ איז לפע''ד א מוראדיגע דערהער. במשנתו של אותו צדיק מורינו החתם סופר זצ''ל, אז חדש אסור מן התורה בכל מקום, אפילו במקום חומרא ווי ער שרייבט קלאר אין שו''ת שלו או''ח סימן קפא, ע''ש.
אויב אזוי איינמאל עס איז געווארן איינגעפירט זיך אראפצונעמען די האר, האט זיך אנטוויקילט א פסיכילאגישע דראונג צו ערזעצן די חסרון פון איר נאטורליכע שיינקייט, סיי ביי דער מאן און סיי ביי זען פלג גופא. אלזא כאטש זיי זענען געווען אפגעהיטנע אידן (והא ראיה זיי האבן מוותר געווען, כמיין זיך געשערט...) אבער ווען עס האט זיך גענומען פארשפרייטן די נייע מאדע פון שייטלעך האבן זיי זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט ביידע הענט. און ווען די רבנים האבן זיך געגעבן א כאפ איז שוין געווען צו שפעט.
ודוק היטב, בעזרת הטוב והמטיב. הטוב לה ביפיה, והמיטב לבעלה.