☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #13356

אשכול אן א טיטל #13356

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13356
בלאט: 1 2 3

— » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:37 am

· #436314

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איש חזון » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:43 am

· #436316
איך האף אז עס ווערט געברענגט דברי רבן של ישראל החזו"א: "עס עקלט" (זיך צו שערן)

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:03 am

· #436318
גראדעלע דו האסט געסקאורט איינס און א גוטס, דיין האראוואניע שיקט שאק כוואליעס איבער'ן גאנצן יהדות החרדית.
אשריך ואשרי חלקך.

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:13 am

· #436320
קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס צו שרייבן אויף דער נושא, וואס איז געווארן ווי א 'יהרג ואל יעבור' אין אונזערע געמיינדע. פאר א שטיק צייט צוריק האט דער גרויסע חוקר, שמעון שטיינמעטץ, בעל הבלאג 'אן די מעין ליין' ומכותבי ה'וועקער, געגעבן א שיעור מקיף אויף דער נושא. ער האט ביי יענע שיעור אראפ געברענגט א סאך אומבאקאנטע חומר אויף דער נושא, אינקלאדינג אויסצוגן פון אלטע אייראפעאישע צייטונגען און ביכער פון יענע צייטן.

איש חזון » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:31 pm

· #436326
הוגה
קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס

על הצד אז לאזן וואקסן די האר איז נישט קיין נבלה, קומט הנ"ל נישט אריין דא אין דעם אשכול 😕

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:35 pm

· #436338
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב אראנדזשירט און אויך רעקארדירט יענע שיעור. איך האב אלץ געהאט א פלאן צו (העלפן) מאכן דערפון אן ארטיקל פאר ק"ש אדער פארן וועקער אבער דערווייל לא אסתייעא מילתא. עמיר אהיים גיין און ליינען דעם רבין רבי מעכעלע'ס ארטיקל. הו קנאוס? אפשר האט ער שוין אינקלודעד זאכן פון יענע שיעור.

.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:38 pm

· #436339
פארוואס שטעלסטו עס נישט ארויף דא?
(אויב איז עס צו גרויס קען מען נוצן דרייוו אדער טעלעגראם וכו')

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:42 pm

· #436340
כוכב
פארוואס שטעלסטו עס נישט ארויף דא?
(אויב איז עס צו גרויס קען מען נוצן דרייוו אדער טעלעגראם וכו')

עס איז נישט פולקאם ראוי ארויסצוגיין אין פאבליק דערווייל. ס'דארף א משהו עדיטינג און דערנאך עפראוועל דורך שמעון. איך וואלט עס סייווי נישט ארויסגעגעבן יעצט בשעת די פרישע וועקער איז ניי. תעלא בעידניה וכו'.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:45 pm

· #436341
אפשר גיסטו עס פאר אנאנים באופן פנימי און ער מיט זיין שטאב וואס האט געארבעט אויף דעם פראיעקט זאלן עס איבערגיין און דערנאך איבערגעבן די עיקרי דברים שנתחדשו.
דאס איז א מלחמת מצוה מיין פריינט.

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:48 pm

· #436342
כוכב
אפשר גיסטו עס פאר אנאנים באופן פנימי און ער מיט זיין שטאב וואס האט געארבעט אויף דעם פראיעקט זאלן עס איבערגיין און דערנאך איבערגעבן די עיקרי דברים שנתחדשו.
דאס איז א מלחמת מצוה מיין פריינט.

דאס בין איך גערן גרייט צו טון, אויב ער האט עס נאכנישט געטון.

chosen people » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:32 am

· #436359
קודם א יישר כח פאר נעמען אייער צייט און אייער טאלאנט צו זיך אפּגעבן פאר אזא וויכטיגע נושא - אסאך שלום בית טוהט עס למעשה אריינרייבן, און אפילו פארווען וואס גייט נישט אזוי ווייט, למעשה בארויבט מען די מאן פון אזאך וואס לפי די תורה וואלט ער געקענט געניסן דערפון. אדער אסאך מאל פארקערט די ווייב פיהלט אז מען האט איהר באצווינגן אז זי זאל זיך אראפנעמען א חלק פון איהר דמות און מען האט איהר בארויבט, וואס האט גארנישט קיין מקור אין הלכה.
איך האב געהאט אין פלאן אוועקצולייגן די וועקער פאר חודש תשרי, אבער למעשה האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב זיך יעצט געזעצט און אנגעפאנגען צו לייענען די ארטיקל.
אזוי ווי איך שטעל זיך פאהר אז די ארטיקל וועט מסתמא ווערן איבערגעדריקט, עס וועט מסתמא זיין הערות פון די ליינער, וויל איך צולייגן צוויי קלייניגקייטן וואס איך האב באמערקט גלייך ביים אנפאנג, און אפשר פאר די צוויטע מהדורא קען מען עס פארעכטן אויב די הערות זענען גערעכט.
די ערשטע עס פאנגט זיך אָן מיט די מדרש שוחר טוב, די זעלבע זאך שטייט אין גמרא ברכות דף ס''א ע''א,
אלא למ"ד פרצוף מאי ויבן לכדר"ש בן מנסיא דדרש ר"ש בן מנסיא מאי דכתיב ויבן ה' את הצלע מלמד שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון.


נאך אן הערה מען ברענגט די גמרא מסכת נזיר דף כ''ח, איך מיין אז עס איז אביסל גרייזיג. דאס איז די לשון פון די משנה,
אבל בתגלחת הטומאה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מנוולת רבי (מאיר) אומר אף בתגלחת הטהרה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מגלחת:

און אנדערע ווערטער עס איז א מחלוקות ת''ק מיט ר''מ ווען די מאן קען צושטערן די נזירות פון די פרוי לויט ת''ק נאר אויב זי האלט נאך אינמיטן ציילן ווייל דעמאלט קען די מאן טענה'ן אז אי אפשר באשה מנוולת דאס הייסט איך וויל נישט א פרוי וואס איז זיך מצער און טרינקט נישט קיין וויין אדער אז זי איז נישט סאשעל און זי גייט זיך נישט באטייליגן אין קיין לוויות (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס 😉 ). און ר''מ קריגט זיך אין זאגט אפילו זי האלט שוין נאכ'ן ציילן אין זי האלט יעצט שוין ביי די דרייסיגסטער טאג און אפאר מינוט קען זי שוין געהעריג טרינקען, האט די מאן א רעכט צושטערן ווייל אי אפשר באשה תגלחת. אז מען רעדט שוין וועל איך שוין נאכברענגן די גמרא וואס איז די סברא פון ת''ק,
ות"ק אמר לך אפשר בפאה נכרית ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה:

תוס' איז מפרש
איידי דזוהמא. בהם זוהמא ואינו מגופה מגני לבעל ולא ניחא ליה:

אדער די רא''ש
ור' [מאיר] סבר דמזוהם בעיני הבעל שתתן אשתו על ראשה שערה אשה נכרית:

קימט אויס אז פאר אינזער ארטיקל דארף מען אראפברענגן שיטת ר''מ אז אי אפשר באשה תגלחת.
נאכאמאל א ריזיגן יישר כח פאר די ארטיקל, און יעצט גייט מען צוריק ליינען/לערנען די ארטיקל..

chosen people » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:51 pm

· #436368
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט גערעכט אז דארט אין מדרש שרייבט קלאר ארויס די ווארט קישוט אבער דשאסט פאר די סעיק אויף די ארגומענט אין די גמרא ברכות שטייט אויכעט דאס. הקב''ה האט עס געמאכט צו באשיינען חוה פאר איהר מאן אדם הראשון. די גמרא פיהרט אויס שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון איז די גמרא נאכדעם מסביר וואס מיינט מען דעם מיט והביאה לאדם

ויביאה אל האדם א"ר ירמיה בן אלעזר מלמד שנעשה הקב"ה שושבין לאדם הראשון מכאן למדה תורה דרך ארץ שיחזור גדול עם קטן בשושבינות ואל ירע לו


רש''י אין עירובין דף י''ח ע''ב ווי די זעלבע גמרא ווערט אראפ געברענגט
שושבינות. שנשתדל בחיתונו לשמחו ולהתעסק בצרכי סעודת חופה:

רימון » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:41 pm

· #436370
פארלערנענדיג דעם אריינפיר פון דעם ארטיקל נעכטן נאכט פאר מיין פרוי, האב איך איר געזאגט, מיין האניג, איך וויל נישט דו זאלסטעך לאזן וואקסן די האר ווייל כ'האב נישט קיין כח פאר די קאנפראנטאציע און ס'איז מיר נישט ווערד.
כ'וויל אבער זאלסט וויסן אז ס'איז בעלושעס בלע"ז און זאלסט אלס געדענקען אז אויטאריטעט קען פארקויפן בעלושעס און נוצן די שטערקסטע וואפן אין זאפאס דאס צו אינפארסירן ביז עוברת על דת אליין.

בת קול » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:43 pm

· #436375
א דאנק פארן באשרייבן דעם ארטיקל אין אזא גרינגע יודיש, אז יעדע פרוי זאל קענען פארשטיין.
עס קיצלט מיר אפצושיקן קאפיעס צו אפאר פריינדינעס. (אנאנים אוודאי...)

קודאס פאר אן אויסנאמע ארבייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:46 pm

· #436376
ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.

לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:51 pm

· #436377
ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.

לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער שלאנג

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:59 pm

· #436378
chosen people
(יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס 😉 ).

אזוי ווי די אייזערנע ארטיקל ערווענט, איז אויף אלס דא די ״פרומע ווינט״ וואס זוכט מחמיר און חושש צו זיין. איז קען זיין אז די היינטיגע דור איז חושש אויף דעם און האבן מורא אז די ווייבער וועלן שוין ווערן נאכגעשלעפט און טרינקן שלא בפני בעליהן, וואס דעמאלטס איז מער ווי איין כוס שוין ניוול לה (עכ״פ בשאינה רגילה) וכדאיתא בכתובות סה. ע״ש.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 5:55 am

· #436381
די מעשה מיט הרב קרישעווסקי שטימט מיר עפעס נישט. הרב ראובן גראזאווסקי האט געהאט צוויי טעכטער, אשת הרב דן אונגארישער און אשת הרב לוי קרופני.

די שאלות וועגן חציצה ביי קאלטענעס פארענטפערן נישט פארוואס די מנהג איז ערשט געווארען אזוי שפעט ווי צוי הונדרעט און פופציג יאר צוריק. די ראשונים האבען נישט געזארגט וועגן חציצות? וואס האבען זיי געטון? אין הלכות חציצה דערמאנט מען דאך קאלטענעס, אן די עצה פון זיך שערן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:13 am

· #436418
יש''כּ פאר די ארטיקל, זייער פיין און אינפארמאטיוו.

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 8:08 pm

· #436448
איך האב דורכגעליינט דעם ארטיקל בנשימה אחת און געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, און די זעלבע צייט א פזר הנפש עד היכן הדברים מגיעים.

איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטן ארטיקל, און איך ווייס נישט אויב די נושא איז שוין אזוי דורכדרינגליך אמאל אראפגעשריבן געווארן אין אידיש.

אן ערשט קלאסיגער ארבעט.

איך זע אז דו האסט אויך אסאך גענאשט פון אהרן יצחק הלוי ארץ אויב נישט האבן ענק ביידע גענאסן פון די זעלבע קוואל.

יישר כח פאר די דערקוויקעניש, און א יישר כח פאר די פזר הנפש 😞

יואליש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:23 pm

· #436453
ליטוואק פון בודאפעסט

לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?


נאך מער, חוה האט געמעגט האבן האר אויפן קאפ ווייל זי האט נישט געהאט א מסורה פון באבעס וואס גאלן זיך

חצוצרות » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:47 pm

· #436498
איך האב דורכגעליינט דעם ארטיקל מיט א שטארקע כובד ראש און ערנסטקייט, און מתחילה האב איך געשפירט א שטארקע צעבראכנקייט, ווי אנדערע האבן אנגעוויזן, אז ווען מ'גייט צוריק צו די מקורות און מ'זעט ווי די גאנצע זאך שטייט אויף הינערנע פיס טוט וויי על חללי בת עמי, אויף די שקרים מיט וועלכן מ'איז געפלעגט געווארן און אויף די אומוויכטיגע און עקסטרעמע דגוש עס ווערט געלייגט אויף א זאך וואס איז בכלל נישט וויכטיג.

פון דער אנדערער זייט, נאך התבוננות, איז מיר די סוגיא קלאר געווארן און דאס איז וויאזוי איך קוק עס אן: תגלחת נשים איז א מנהג וואס האט זיך עוואלווד מיט די יארן און עווענטועל האט מען געזען דערין צוויי אונטערליגנדע טעמים, איינס אלס חציצה און צוויי אלס צניעות. ס'איז קלאר אז שניידן די האר העלפט פאר די צוויי, ווארום אז מ'האט קיין האר נישט איז קיין חציצה נישט פארהאן, און ווארום אז מ'האט קיין האר איז נישט שייך אויפצודעקן די האר.
יעצט, קען זיין אז די מנהג האט זיך אנטוויקלט פון זיך אליין, קען זיין אז ס'איז אפילו א גרייזיגע און א נישט אויסגעהאלטענע מנהג מצד אנדערע סיבות, ווי פארמיאוסן א פרוי פאר דער מאן אדער דער איסור פון בל תלבש, אבער מ'קען נאך אלץ נישט לייקענען דעם פאקט אז דער מנהג העלפט פאר די צוויי אויבנדערמאנטע פראבלעמען און אונטערשטע שורה האט מען אנגעהויבן זען ווי א מנהג וואס העלפט צו די פראבלעמען פון חציצה און צניעות.

ממילא, עווענטועל האט דער מנהג באקומען א בליק ווי א סייג, און גדולי ישראל האבן עס אנגעהויבן מחזק זיין און געזוכט סיבות עס צו מחזק זיין. פארשטייט זיך קיין איין גדול בישראל וואס דער מנהג איז אים געווען פרעמד האט נישט געזוכט דאס צו אימפלימענטירן ווייל ס'איז אים ניטאמאל איינגעפאלן א זאך, אבער דארט אין די מקומות וואו ס'איז געווען דער מנהג האט מען געזוכט אנצוהאלטן די סייג. און די סברא קען זיין נאך פשוטער, אויב א פרוי האט זיך ביז יעצט געשוירן און יעצט וועט זי זיך נישט שערן, איז זיכער דא א חשש אז זי וועט נישט האבן די פולקאמע זהירות אין חציצה וואס זי איז נישט געווען געוואוינט ביז יעצט, די זעלבע וועט זי נישט האבן די זעלבע זהירות אין צניעות און זיך צודעקן וואס זי איז נישט געווען געוואוינט צו דעם.
נאך מער פון דעם, אויב גדולי ישראל האבן געזען אז דאס לאזן וואקסן די האר קומט צוזאמען מיט א ווינט פון זיך אויפדעקן די האר, און אין געוויסע צי אין מערערע פעלער ווערט דאס געטון בכדי צו האבן האר זיך אויפצודעקן למחצה לשליש ולרביע, אדער אין ריכטונג פון זיך אויפדעקן, אדער עכ"פ אין גייסט און לויט די אנשויאונגען פון מאדערנע פרויען וואס ווילן זיך אויפדעקן, איז געוויס פארוואס גדולי ישראל האבן דייקא געזוכט צו פארהייליגן און מחזק זיין די סייג פון זיך שערן און האבן מוותר געווען אויף אזעלכע פראבלעמען ווי מאוס לבעלה אדער בל תלבש, ווייל אצינד איז דאס יא שערן וויכטיגער און וועגט איבער אויפ'ן וואגשאל.

דאס אלעס שרייב איך אביסל צו לינדערן מיין צעבראכנקייט אויף דעם מנהג, אז ס'איז נישט ממש קיין מנהג של שטות ווי ס'קען זיך דאכטן, און יא דן זיין לכף זכות די גדולי ישראל וואס האבן אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון דעם מנהג מיט טעמים מטעמים שונים. זיי האבן געברענגט דעם זוהר נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אז דער זוהר איז ממש מכריע צו דעם מנהג, נאר זיי האבן געהאלטן אז דער מנהג איז וויכטיג און געברענגט דעם זוהר דאס אונטערצולאנען וכהנה רבות.

השתא דאתית להכי איז מיין אויספיר אז אין אונזערע (חסידישע אונגארישע און גאליציאנער) מקומות האט מען יא געזען א וויכטיגקייט אין זיך שערן און ס'איז א שיינע זאך טאמער איינער קען עס אנהאלטן, א זאך וואס גדולי ישראל האבן געזען לפי מצבם ומצב דורם אלס א סייג און פארשטייט זיך, פאר אונז, אפילו מ'קען זאגן בשפי אז ס'איז בטלה טעמא און מ'וואוינט היינט מיט גענוג נשים חרדיות וצדקניות וואס שערן זיך נישט, איז אבער נאך אלץ דא די שיינע ערליכע (און צומאל וויכטיגע) מהלך החיים פון נישט משנה זיין און אנהאלטן מסורת האבות אויף ווי ווייט מעגליך.

יעצט, דאס אלעס איז געזאגט געווארן אין א באזעסענע מענטשליכע און תורה'דיגע וועלט, ווי יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ. א דאורייתא בלייבט א דאורייתא, א דרבנן בלייבט א דרבנן, א חומרא בלייבט א חומרא, א מנהג בלייבט א מנהג, און אן איינפיר וואס גדולי ישראל האבן געזען אלס סייג און מעלה אין צניעות פארבלייבט א סייג.

יעצט שטעלט זיך די קשיא אויף די אבנארמאלע עמפעסיס מ'האט געשטעלט דערויף כאילו גאנץ אידישקייט איז אפהענגיג אויף דעם האר, און מ'האט עס געמאכט פאר אזא עיקר העיקרים ביז נישט לייגן אין בית החיים, ארויסווארפן די קינדער פון מוסדות, סטראשען מיט דת יהודית און ברעטשען כל נדרי דערויף?

אבער נאך אביסל התבוננות בין איך אויפגעקומען אז ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אזוי ארבעט אונזער געזעלשאפט! די וויכטיגקייט פון זאכן ווערן נישט געשטעלט לויט ווי די הלכה איז קובע נאר אויף א געזעלשאפטליכן וואגשאל, עס איז נישטא קיין שום איסור זיך צו שניידן די בארד און דער זעלבער חומר העונש וועט גיין אויף איינער וואס שניידט די בארד, על פי עיקרי הלכה איז נישטא קיין איסור צו גיין אן א קאפל און איינער וואס גייט אן א קאפל ווערט נישט פאררעכנט מזרע ישראל.

א טריט ווייטער: איינער וועט פרעגן פארוואס ווען א טאכטער אדער שנור וועט וועלן אויפהערן שניידן די האר וועלן עלטערן\שוויגער עלטערן רעוואלטירן ביז בלוט?

כ'מיין אבער ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווען א קינד טוישט זיך הוט צי טוט אויס ווייסע זאקן שפרינגט מען פונקט אזוי. יעצט קענסט עס מסביר זיין אויף פארשידענע וועגן און יא אדער נישט געבן גערעכט, מיין פוינט איז אבער אז ווען מ'לייגט א דגוש אויף עפעס ביי אונז מוז בכלל נישט זיין אז עס האט שטארקע יסודות אין הלכה אדער אפילו אין מנהג ווייל ווייסע זאקן צום ביישפיל איז זיכער נישט אפילו קיין מנהג קל און נישט מער ווי א קולטורעלע אידענטיטעט און איך ווייס נישט צי דער אויפברויז פון א טאטן אויף זיין זון וואס טוט זיך אויס די ווייסע זאקן וועט זיין קלענער ווי אויף דער טאכטער וואס הערט זיך אויף שערן.

עד כאן זענען מיינע מחשבות ארום דעם ענין און כ'האף כ'האב מיך קלאר מסביר געווען און אז איינער וועט הנאה האבן פון מיינע ווערטער.

ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:41 pm

· #436502
חצוצרות

אבער נאך אביסל התבוננות בין איך אויפגעקומען אז ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אזוי ארבעט אונזער געזעלשאפט! די וויכטיגקייט פון זאכן ווערן נישט געשטעלט לויט ווי די הלכה איז קובע נאר אויף א געזעלשאפטליכן וואגשאל, עס איז נישטא קיין שום איסור זיך צו שניידן די בארד און דער זעלבער חומר העונש וועט גיין אויף איינער וואס שניידט די בארד, על פי עיקרי הלכה איז נישטא קיין איסור צו גיין אן א קאפל און איינער וואס גייט אן א קאפל ווערט נישט פאררעכנט מזרע ישראל.

והשתא דאתית להכי, פארוואס מוז זיין אז די אמאליגע גדולי ישראל האבן עס בכלל געזעהן אלס א סייג? אפשר איז עס אלס געווען געזעלשאפטליך נאר פארשלייערט אלס א מנהג?

קורקלענד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:58 pm

· #436504
[ציטאט אראפגענומען]

ווען ס'וואלט אזוי געווען וואלט די טאטע ניטאמאל געוויסט דערפון צו קענען בכלל פראטעסטירן, אבער אזויווי די טאטע ווייסט, ווייסן אנדערע אויך.... קומט אויס אז ס'יא אין א געוויסע זין ענליך צו ווייסע זאקן.

נאכן לייענען די ארטיקל אויף תגלחת נשים האב איך טאקע געטראכט אז ס'וואלט געווען א גוטע עצה צו מאכן א ארטיקל אויף די מקורות און ערוואבונג פון אלע אנדערע געזעלשאפטלעכע מנהגים אשר לא יעבור ווי ווייסע זאקן, רעכטס אויף לינקס, GG הויזן, דער שטריימל, בעקיטשע וכו'

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:08 am

· #436518
חצוצרות

אבער נאך אביסל התבוננות בין איך אויפגעקומען אז ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אזוי ארבעט אונזער געזעלשאפט! די וויכטיגקייט פון זאכן ווערן נישט געשטעלט לויט ווי די הלכה איז קובע נאר אויף א געזעלשאפטליכן וואגשאל, עס איז נישטא קיין שום איסור זיך צו שניידן די בארד און דער זעלבער חומר העונש וועט גיין אויף איינער וואס שניידט די בארד, על פי עיקרי הלכה איז נישטא קיין איסור צו גיין אן א קאפל און איינער וואס גייט אן א קאפל ווערט נישט פאררעכנט מזרע ישראל.

א טריט ווייטער: איינער וועט פרעגן פארוואס ווען א טאכטער אדער שנור וועט וועלן אויפהערן שניידן די האר וועלן עלטערן\שוויגער עלטערן רעוואלטירן ביז בלוט?

כ'מיין אבער ס'איז בכלל נישט קיין קשיא, ווען א קינד טוישט זיך הוט צי טוט אויס ווייסע זאקן שפרינגט מען פונקט אזוי. יעצט קענסט עס מסביר זיין אויף פארשידענע וועגן און יא אדער נישט געבן גערעכט, מיין פוינט איז אבער אז ווען מ'לייגט א דגוש אויף עפעס ביי אונז מוז בכלל נישט זיין אז עס האט שטארקע יסודות אין הלכה אדער אפילו אין מנהג ווייל ווייסע זאקן צום ביישפיל איז זיכער נישט אפילו קיין מנהג קל און נישט מער ווי א קולטורעלע אידענטיטעט און איך ווייס נישט צי דער אויפברויז פון א טאטן אויף זיין זון וואס טוט זיך אויס די ווייסע זאקן וועט זיין קלענער ווי אויף דער טאכטער וואס הערט זיך אויף שערן.

משה ש. וויטאל, אין זיין ארטיקל ארטאדאקסיע און דער ״שו״ע״ אין שבת בלעטל 11, האט אן ענליכן אויספיר צום סוף, אפילו בנוגע הלכה ממש.

יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:53 am

· #436521
[ציטאט אראפגענומען]


נישט ממש. ברויכסט קאנטקסטולייזן דעם פאטער אויך. נישט נאר וואס ער ווייסט נישט אז א פרוי זיך שערן די האר איז פראבלעמאטיש אין הלכה און מיסטריעז אין מסורה, און נישט נאר וואס ער גלייבט נישט די וועלכע גריבלן אין היסטאריע, נאר ער איז אויפגוואקסן מיט א פחד פון זיין רבי'ס קול נדרי דרשות ווי מיט בכיות האט ער געווארענט אז "די גאולה הענגט אויף א האר" א פרוי'ס האר. מ'קען נישט אינטערשאצן די עקסטרעמע גלויבן וואס טוט אונטערשטיצן א טאטע'ס דיקטאטן. אין אדם נתפס על צערו.

יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:00 am

· #436524
בנוגע חצוצרות' אנאליז אז די מנהג זיכט צו אדרעסערין אן אמת'ע הלכה'דיגע, און נישט אז מ'ניצט אן הלכה'דיגע קאנסערן בלויז עס צו בארעכטיגן איז וויכטיג צו באמערקן אז סטריקטלי הלכה האט מער חציצה פראבלעמען מיט "אנדערע" האר, און אויב וואלטן געזיכט צו מחמיר זיין דארט ווי הלכה קימערט זיך נישט קיין סך, וואלטן מיר זיך נישט מקיל געווען דארט ווי הלכה קימערט זיך יא. למעשה עולם "הפוך" ראיתי. ס'איז מידת עליונים למטה ותחתונים למעלה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:15 am

· #436527
נו דערפאר איז עס טאקע נאר א תירוץ, א תירוץ דארף נישט זיין קאנסיסטענט, ס'איז נאר אמת אויף וויפיל ס'דינט די אגענדע פונעם תרצן, פון דארט און ווייטער איז איגלאי מילתא למפרע אז ס'איז הבל הבלים, ושערי תירוצים לא ננעלו.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/432285">viewtopic.php?p=432285#p432285</a><!-- l -->

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:20 am

· #436528
חצוצרות
אויב א פרוי האט זיך ביז יעצט געשוירן און יעצט וועט זי זיך נישט שערן, איז זיכער דא א חשש אז זי וועט נישט האבן די פולקאמע זהירות אין חציצה וואס זי איז נישט געווען געוואוינט ביז יעצט, די זעלבע וועט זי נישט האבן די זעלבע זהירות אין צניעות און זיך צודעקן וואס זי איז נישט געווען געוואוינט צו דעם.

נאך מער פון דעם, אויב גדולי ישראל האבן געזען אז דאס לאזן וואקסן די האר קומט צוזאמען מיט א ווינט פון זיך אויפדעקן די האר, און אין געוויסע צי אין מערערע פעלער ווערט דאס געטון בכדי צו האבן האר זיך אויפצודעקן למחצה לשליש ולרביע, אדער אין ריכטונג פון זיך אויפדעקן, אדער עכ"פ אין גייסט און לויט די אנשויאונגען פון מאדערנע פרויען וואס ווילן זיך אויפדעקן, איז געוויס פארוואס גדולי ישראל האבן דייקא געזוכט צו פארהייליגן און מחזק זיין די סייג פון זיך שערן און האבן מוותר געווען אויף אזעלכע פראבלעמען ווי מאוס לבעלה אדער בל תלבש, ווייל אצינד איז דאס יא שערן וויכטיגער און וועגט איבער אויפ'ן וואגשאל.


איך וויל נאר רעאגירן צו די קוואוט. עמציער האט מיר אמאל געזאגט א ציפעדיגן ווארט, אז ווען די גדולי ישראל וואלט געקענט וואלטן זיי געהייסן אראפשניידן די בריסטן. דאס זעט זיך אויס ווי גאר א ראדיקאלער סטעיטמענט, און little do I know נאכן ליינען דעם וועקער אז רבי יוסך קאראדער האט זיך שוין מתרעם געווען דערויף און "רעדט זיך טאקע אפ אז מען קומט צו צו גילו בשר ווייל מען קען נישט אפהאקן די הענט פיס און די בריסטן.."

די תורה איז געגעבן געווארן וחי בהם, פאר טויזענעטער יארן איז קיינעם נישט בייגעפאלן אזא זאך ווי שניידן די האר. אויב קען מען גרינג אראפנעמען די בריסטן האסטו א הווה אמינא אז מען וואלט עס נישט געטון? עס איז דא קיין אינטערשיד צווישן האר און בריסטן.

די תורה האט עס געהייסן צודעקן, און אויב קומען ארויס מכשולות דערפון איז אלץ דא עצות, אבער למאוס על בעלה ועל עצמה איז די עצה? איז דאס דרכיה דרכי נועם?

קיין שום תירוץ שבעולם קען נישט מצדיק זיין די אביוז וואס מען טוט מיט אידישע טעכטער. גוט, אויב איינער וויל אפשניידן יש על מי לסמוך. אבער ווי ער האט שוין דערמאנט אז די וואס שניידן אפ די האר דארפן די היתר, און נישט די וואס לאזן וואקסן.

עס איז דא שווערע טויזענטער אידישע פרויען היינט שאינן מגלחן און דעקן זיך צו די קאפ כבת ישראל.

איך האף אז איך האב נישט געספוילט דיין חיזוק, אבער תדע בני, אז עס איז ביטער ווי א זית.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:53 pm

· #436562
כ'האב נעכטען אפגעלערנט דעם ארטיקל בישיבה אחת און איך האב ממש גארנישט זאכליך צוצולייגן. עס איז הערליך אראפגעלייגט, נישט צופיל מאריך און קאווערט אלע אספעקטן. זייענדיג אליינס א שרייבער און האבנדיג געטון אין דער ספעציפישע נושא, ווייס איך וויפיל צייט, מחשבה און ענערגיע עס איז אריין אין דער ארטיקל. א גרויסע יישר כח הרב הירש וכל המסייעים.

דא האט איר א בילד פון דער תוספות ישנים ביי די מעשה מיט קמחית, וואס ווערט דערמאנט אינעם ארטיקל.

און אז מ'רעדט שוין פון קמחית איז מיר אלץ שווער געווען. אויב זענען זיבן קינדער געווען כהנים גדולים בחייה, מיינט עס לכאורה אז זי האט באגראבן כאטש זעקס פון אירע קינדער. נישט אזוי? איז דא נאך אן אופן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן? אויב בין איך גערעכט איז עס דאך געווען א שלעכטע זאך פאר איר.


.
FB_IMG_1569364785503.jpg

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:04 pm

· #436563
הוגה
און אז מ'רעדט שוין פון קמחית איז מיר אלץ שווער געווען. אויב זענען זיבן קינדער געווען כהנים גדולים בחייה, מיינט עס לכאורה אז זי האט באגראבן כאטש זעקס פון אירע קינדער. נישט אזוי? איז דא נאך אן אופן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן? אויב בין איך גערעכט איז עס דאך געווען א שלעכטע זאך פאר איר.

פארגעס נישט אז מ'רעדט דא פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין אן אלטערנעטיוו יוניווערס אוואו ס'איז שקשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים, אין יענעם אלטערנעטיוו יוניווערס איז דאס געווען די שפיץ גליק, דאס איז דאס גאנצע פון וואס זייער לעבן איז באשטאנען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:09 pm

· #436564
במחשבה שנייה כאפ איך מיך יעצט אז מ'רעדט דא פון די צייט פונעם בית שני, וואס דאן פלעגט די פאסטן פון כהן גדול לכתחילה זיין נאר פאר איין יאר.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:20 pm

· #436566
רביה''ק זי''ע
במחשבה שנייה כאפ איך מיך יעצט אז מ'רעדט דא פון די צייט פונעם בית שני, וואס דאן פלעגט די פאסטן פון כהן גדול לכתחילה זיין נאר פאר איין יאר.

מקור?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:31 pm

· #436568
תוספתא יומא פרק א ברייתא ו' או ז'.

דא האסטו דריי גרסאות אינעם תוספתא, פון אלע איז משמע אז ס'איז געווען אוועקגעשטעלט אזוי לכתחילה.

דא האב איך געטראפן א דריטע פשט, אז יעדעס מאל וואס ישמעאל איז טמא געווארן האט אן אנדערע ברודער איבערגענומען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:11 pm

· #436575
[ציטאט אראפגענומען]

הא גופא איז דאך די קשיא.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:17 pm

· #436579
ס'איז נישט ממש א קלארע גמרא, ס'איז די זוהר'ס און רש"י'ס פשט אין די גמרא, פון אנדערע מקורות זעהט אויס אז די פאסטן איז לכתחילה געווען אויף איין יאר, פונקט ווי די פאסטן פון פרעזידענט אין אמעריקע איז אויף פיר יאר.

chosen people » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:48 am

· #436593
[ציטאט אראפגענומען]


יומא דף ט' ע''א

אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן מאי דכתיב (משלי י כז) °יראת ה' תוסיף ימים ושנות רשעים תקצרנה יראת ה' תוסיף ימים זה מקדש ראשון שעמד ארבע מאות ועשר שנים ולא שמשו בו אלא י"ח כהנים גדולים ושנות רשעים תקצרנה זה מקדש שני שעמד ד' מאות ועשרים שנה ושמשו בו יותר משלש מאות כהנים צא מהם מ' שנה ששמש שמעון הצדיק ושמונים ששמש יוחנן כהן גדול עשר ששמש ישמעאל בן פאבי ואמרי לה י"א ששמש ר' אלעזר בן חרסום מכאן ואילך צא וחשוב כל אחד ואחד לא הוציא שנתו

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:49 am

· #436601
געווען אין קול הציבור פאריגע וואך.
📎 Screenshot_20190925-094439_Drive.jpg

הדסים » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:48 pm

· #436608
רביה''ק זי''ע
הוגה
און אז מ'רעדט שוין פון קמחית איז מיר אלץ שווער געווען. אויב זענען זיבן קינדער געווען כהנים גדולים בחייה, מיינט עס לכאורה אז זי האט באגראבן כאטש זעקס פון אירע קינדער. נישט אזוי? איז דא נאך אן אופן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן? אויב בין איך גערעכט איז עס דאך געווען א שלעכטע זאך פאר איר.

פארגעס נישט אז מ'רעדט דא פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין אן אלטערנעטיוו יוניווערס אוואו ס'איז שקשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים, אין יענעם אלטערנעטיוו יוניווערס איז דאס געווען די שפיץ גליק, דאס איז דאס גאנצע פון וואס זייער לעבן איז באשטאנען.


אין די זעלבע בילד פון די תוס' ישנים שטייט "כגון שאירע פסול ...דהא פשיטא שלא קברתם מדשבח הוה לה"

1111 » פרייטאג נאוועמבער 1, 2019 11:27 am

· #437781
אין ליכט פון די תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער, ווערט איצט צורוק נתעורור די פראגע "וואס איז דער אמת" וואס טוט זיך אין די גאס איבער די ענין פון לאזן וואקסן די האר פון קאפ?
מיר עפענען א פרישע סערוועי אויף די נושא. עס איז א יאר שפעטער, קען זיין די מצב איז שוין אנדערש.

ענפערט אפילו אויב איר האט שוין געענפערט די פריערדיגע סערוועיץ

מיר בעטן זייער, ביטע פילט אויס נאר דעם אמת..זענט איר נייגעריג צו וויסן דעם אמת'ן מציאות אין דעם ענין ? אוודיא יא. אנדערע ווילן אויך דעם אמת !!
אויב פלאנט איר נישט צו שרייבן דעם אמת, ביטע האט פארשטענדעניש איןענפערט נישט דעם סערוויע.. מיר וועלן ארויסלייגן די רעזולטאטן ווען עס וועט זיין בערך 300 ענפערס.

אבער מיר בעטן אייך "פילט עס יא אויס" אין ענפערט יאבלויז דעם אמת" "מען וועט נאר קענען מאכן הנחות אויב אסאך וועלן אויספילן דעם סערוועי..

<a class="postlink" href="https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A">https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A</a>

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 3:21 am

· #440402
ענדליך קען איך שיקען מיין ווייב זיכער מאכן אז זי איז געשוירן לויטן שיעור.
איינער ווייסט אויב דאס איז סערוויס בחנם?

חיים שיש בהם » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 6:58 am

· #440432
[ציטאט אראפגענומען]


כבר היו דברים מעולם..

פון א צייטונג אין ירושלים בשנת תרע"ג

📎 החרות ירושלים _1.jpg
📎 החרות ירושלים _2.jpg

חיים שיש בהם » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:03 am

· #440440
נאך אפאר מקורות:

📎 אפשערן כולל שומרי החומות1.jpg

📎 אפשערן כולל שומרי החומות22.jpg

📎 אפשערן כולל שומרי החומות3.jpg

הדסים » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:04 pm

· #440446
דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.

חיים שיש בהם » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:15 pm

· #440457
הדסים
דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.


דארטן האט מען גערעדט פון געלט און ארויסגעווארפן פונעם כולל'ס הויז. אין ירושלים עיה"ק, אין די צייטן פון די ערשטע וועלט'ס קריג (און אויך פריער), איז געלט געווען א שאלה פון פיקו"נ, א לעבנ'ס פראגע כפשוטו.

און וועגן די נושא פון קר"י, עס טוט מיר זייער וויי, אבער איך האלט אז א מוסד האט די רעכט צו פאדערן האלטן זיינע תקנות, בפרט תקנות וואס זיי האלטן פאר עיקרי הדת ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט באשטימט. אויב יענע קאפל וויל, האבן זיי א ברירה צו גיין וואוינען אין א פלאץ וואס פאדערט דאס נישט.

ליב צו וויסן » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:43 pm

· #440463
זיי האבן נישט די רעכט אויב האלטן זיי אפ דאס עפענען אנדערע מוסדות.

ליב צו וויסן » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:44 pm

· #440464
די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?

טראכטכמוני » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:13 am

· #440476
@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.

חיים שיש בהם » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:03 pm

· #440497
ליב צו וויסן
די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?

א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.
די מעשה מיט כולל שומרי החומות איז געווען, אז געוויסע רבנים האבן באשטימט אז די געלט וואס קומט פון חו"ל קיין אר"י וועלן באקומען נאר משפחות וואס שטעלן זיך צו מיט'ן תקנה פון שערן די האר. די (ריכטיגע) טענה איז אז די וועד פון הנהלת ונשיאות הכולל אין אונגרן האבן נישט געפאדערט די תקנות, נאר אז מ'זאל נישט גיין פריצות'דיג וכדו', נישט גערעדט וועגן יא שערן אדער נישט.

פארשטאנד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:22 pm

· #440499
חיים שיש בהם
א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.


איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס בדברים שבצנעה, אבער די געדאנק אז א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ במילא דארף מען זיך צושטעלן גייט מיינעך אן פארן ערשטן דור, דהיינו מענטשן וואס קומען אהין פרייוויליג, קינדער אין אייניקלעך וואס ווערן דארט געבוירן, מיט וואספארא רעכט ווארפט מען אויף זיי ארויף איבעריגע חומרות - מיט א שטעקן פון 'אז דו ביסט נישט צופרידן גיי פון דאנעט' - נאר ווייל זיי זענען דארט געבוירן געווארן? דאס פלאץ איז זייערס פונקט ווי די ערשטע איינוואוינער.
בלאט: 1 2 3