איך אויך: יא. איך מיין אז איך קען עס איבערטייטשן. כאטש איך פארשטיי נישט די גאנצע שקלא וטריא... ווי ס'זעהט אויס וויל די רעגירונג אראפווארפן/פלאך מאכן/לעוולען די אידישע הייזער...? נ.ב: כ'האב יעצט געהערט ווי דער פאררוקטער בעל תשובה, וועלכער ברעכט זיך די ציין אויף ספאניש זאגט עפעס וועגן איזראעליס, וועלכע האבן ארויסגענימען א קינד פון זייער גרופ. זיי האבן באשולדיגט די לב טהור משוגעים אין עביוז. און די פאררוקטע חברה זענען אויפגערעגט אז אלע אנדערע עטנישע גרופעס האבן רעכטן און זיי נישט...! דער אנדערער צדיק, אויפ'ן צווייטן קליפ פארציילט וויאזוי די לאקאלע פאליציי האבן זיך אריינגעבראכן ביי זיי אין די דירה אום 6 אזייגער פארטאגס ווען ער איז נאך געשלאפן. און געהייסן ארויסגיין. זיי האבן צובראכן די טיר מיט א האמער און ארויסגעיאגט די איינוואוינערס אן רחמנות. מיט'ן תירוץ אז מ'אביוזט דארט קינדער. דאס איז געקומען אויפ'ן באפעל פון די ..."איזראעיליס"...!
זיי מוחל מיסטער טרויבן און מאך דיינע וויצן אין בדיחות אשכול, עס איז נישט קיין קונץ צו לאכן פון יענעמס טרערן, און די פרוי איז אפשר סתם אזוי אומשולדיג און אויב עפעס א וויקטים אין די גאנצע פרשה. די קליפ איז אגב אסאך חומר למחשבה, מ'זעט אז די מענער זענען פיל מער ראפינירט, ער רעדט גאנץ א כמעשה'דיגן ספאניש אין דער צייט וואס זיין זיסע ווייבעלע קען נישט ענגליש און נישט ספאניש. נאך א נקודה, אז די גואטמאלא מידיע איז פיל מער סימפאטיש, און לאזן יענעם אויסרעדן אנדערש ווי די אמעריקאנער מידיע וואס וועלן ארויסנעמען פון יענעמס ווערטער א האלבע שורה וואס דינט זייער קאנטעקסט און ניטאמאל פארשטעלן יענעמס צד.
אהא. דאס ביסטו היינט געוואר געווארן אז די מענער זענען מער ראפינירט ווי די פרויען? און דאס איז חומר למחשבה? די פרוען דארט און און אלע cults זענען שמאטעס... מיין הארץ גייט אויס פאר די פרויען און דערנאך גייט מיין הארץ אויס פאר די מענער..
און מיין הארץ גייט אויס פארן וואוילזיין פון די אומשולדיגע קינדער! ווארשיינליך זענען זיי דערשראקן צום טויט, און האבן נישט קיין השגה וואס אום גאט'ס ווילן האט פאסירט מיט זיי! די פאליציי האט זיי צוגעכאפט פון די עלטערן אינמיטן שלאף! מסתמא טראכטן זיי פון די קאנטאניסטן....
האט איימיצער א השגה וואס טוט זיך מיט די קינדער? זענען זיי נישט טראומעטייזט פון די גוט-מיינענדע פאליציי? וואו שלאפן זיי? האבן זיי כשר'ס צו עסן? קענען זיי בכלל קאמיוניקירן מיט די פאליציי?
ר' מאטל דער שניידער ושות' גוגל טרענסלעיט שיחיו: א ייש"כ פאר טרייען צו מאכן עפעס סענס פון די גאנצע פרשה. כנראה לענ"ד. איז די תמצית פון די גאנצע פרשה אז ס'איז אנגעקומען צו די לאקאלע רעגירונג אין גואטעמאלא רעפארטס אז מ'פייניגט דארט קינדער. און די רעגירונג האט געמאכט א רעיד. אבער למעשה האבן זיי נישט געטראפן קיין עווידענס פון עביוז. יעצט איז אבער נולד געווארן א נייע פראבלעם, לויט די רעפארטערין. אז די גאנצע גרופ האט נישט קיין ליגעל פאפירן פון לאנד. אויך קיין עמטליכע פאספארטס האבן זיי נישט. דער (אינערן) מיניסטער גייט מאכן אן אנאונסמענט איבער זייער מצב. ווייל זיי מוזן פארלאזן דעם פלאץ. דערווייל האבן זיי געמאכט קאנטאקט מיט א לויער פון די אידישע קאמיוניטי...זה מה שהבנתי מכל הדיבורים...!
Breaking: Lev Tohor. Guatemala. With the guidance of the Israeli government The authorities have taken away all children of the Lev Tohor sect, they are now under the supervision of the Israeli Suchnut Rc"l as they consider them as Israeli citizens...., Hasem Yerachem
פון גוטאמאלע קומט אריין די שרעקליכע נייעס אז די ציוניסטישע ״סוכנות״ ארגענעזאציע האט זיך פארלייגט מיט ציין און נעגל צו פארכאפן די אומשולדיגע תשב״ר פון קהילת לב טהור אונטער זייערע פליגלען און ווילן זיי חלילה וחס ארויפפירן קיין ארץ ישראל זיי צו אפ׳שמד׳ן רח״ל כדרכם.
ווי נאר די ידיעה איז אנגעקומען צו די חשובע עסקנים פון ״נטרונא״ האבן זיך תיכף פארמירט א גרופע עסקנים און שפיץ פון די ראשי העסקנים מוה״ר משה דוד כ״ץ הי״ו און מוה״ר אהרן מתתי׳ דייטש הי״ו וועלכע וועלן אראפ פארן אי״ה קומענדיגע וואך קיין גוטאמאלע צו שתדל׳ן ביי די ארטיגע אינסטאנצן צו באפרייען די נפשות יקרות, און ווי דער עבר האט שוין געוויזן האט ״נטרונא״ א געוואלדיגן טרעק רעקארד פון אויסטערלישע הצלחות ווען ממש אין די לעצטע תקופה האט מען באוויזן גענצליך אפצושטעלן די אלע ציוניסטישע עליות פון פראנקרייך קיין ארץ ישראל אדאנק די פעולות הכבירים פון נטרונא.
דער מוסד הק׳ נטרונא האט דערביי געעפענט א ספעציעלע פאנד זיך אפצוגעבן מיט דעם ״הצלת ילדי גוטאמאלע״ מיט די גוטהייסונג פון די רבני משמרת חומתיך ירושלים שע״י קהל יטב לב דסאטמאר.
צו באשטייערן פאר דעם הייליגן צוועק ביטע זיך פארבינדן מיטן מסירות נפש עסקן מוה״ר משה דוד כ״ץ אויף 917-620-1171