☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער זענען אונזער עסקנים?

ווער זענען אונזער עסקנים?

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10863

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 11:26 am

· #348175
ווער זענען אונזער עסקנים?
לעצטענס אין אן אנדערע פורום האבן מיר געהאט א לענגערע שמועס איבער די היינטיגע עסקנים איבער זייערע פעולות, כוונות, און מאטיוון. די רעדע איז געווען איבער די לעצטע ארטיקל פון געבען מעדצינען פאר מאסטרובאציע אדער פאר אן איבערפלוס פון תאות המשגל, בעידוד עסקנים אין די חסידישע געמיינדע.

דארט אויפן פורום האט רוב עולם פארדאמט די ארטיקל מיטן טענה אז דאס געשריבן בייעסד, און עס מאלט אראפ די חסידישע געמיינדע אין אירע עסקנים מיט איבערגעטריבענע שווארצע פארבן, כאילו איר עסקנים זענען דא צו דאמאנירן און טעראזירן דעם המון עם- די וואס גייען נישט אין שפאן, מיט אומאחריות'דיגע און רשעות'דיגע שריט.

זיי האבן געטענה'ט אז אויף אן אמת איז דא א וועלט מיט וואוילע איבערגעגעבנע קאמפעשענדע עסקנים וואס זענען זיך גרייט מקריב פאר א צווייטן, וואס מען טרעפט נישט כמעט אין די גאנצע וועלט. און אזוי ווי אין א יעדע פראפעסיע איז אויך דא פארהאן א פאר פארפוילטע עפעלך, און עס איז א געמיינהייט פונעם זשורנאליסט אראפצומאלן א בילד כאילו דאס איז די נארמע און די פעלד.

למעשה זענען די אויגן דארט אויפן פורום געווען אביסל געוואנדען צו מיר, צוליב זייענדיג דער כמעט איינציגסטער חסיד אויף'ן פורום. זייער פראגע איז געווען וואס איך זאג צו דעם? און צו איך בין מסכים מיט זייער ווערדיקט אז דער ארטיקל איז היבש איבערגערטיבן און מלא בייעס? צו זייער גרויס אנטריסינג האב איך געגעבן פול רעכט פארן שרייבער פון די ארטיקל. לויט מיין מיינוג האב איך ערקלערט איז אן עסקן בדרך כלל איינער וואס האט נישט קיין זשאב, האט נישט קיין שלום בית און האט נישט קיין קאמפעשן פאר א יומען ביאינג.

פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי.

די סבה פארוואס איך זאג אזוי איז ווייל איך רעד פון מיין עקספיריענס (נישט פערסאנעל, ב"ה), איך קען מער ווי אפאר אידן וואס זענען מיאוס אפגעריבט געווארן דורך זייערע מעשה תעתועים, שלום בית'ער וואס זיי האבן חרוב געמאכט און אינגעלייט וואס זיי האבן מסדר געווען אויף שענדליכע אופן. נאך מער, ווען איך קוק מיך איין ווער די עסקנים זענען, זע איך איינער א ביי פאלער ליידענדער, א צוויטער ADHD וואס נעמט נישט זיינע פילן, און א דריטער וואס זוכט צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען אין שטוב, הצד השוה שבהן וואס ווען נישט זיי זיי האבן זיך דערקלערט אז זעלבסט געקרוינטע עסקנים וואלט זיך א נארמאלע מענטש נישט דורכגערעדט מיט זיי ניטמאל אזא טריוויאלע זאך ווי וועלכע נאווע לאקס איז בעסער גאלדען טעסט צו טוב טעם.

לאחר הדיון האב איך מיר געטראכט צו מיר עס איז נישט קיין יושר דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים וואס איך בין אריינגעלאפן אין. איז וואלט איך געוואלט הערן פון דעם עולם דא צו איינער האט געהאט אן אנדערע עקספיריענס? און צו איך טרייב איבער.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 11:35 am

· #348179
דו מיינטס "לעזער האגער".

חייקל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 11:57 am

· #348181
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 12:06 pm

· #348182
איך קען נישט זייער אסאך עסקנים (נאר אפאר), כן יעזור ה' להלאה, אבער לאמיר צוקומען צו די שפיץ נקודה, וואס עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, וועלכע נאווע לאקס איז טאקע בעסער?

(כ'פלעג אמאל עסן נאווע לאקס אלס חמין במוצ"ש, אבער היינט האט יענער סערווירט טועמיה אנשטאט).

סימפל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 12:27 pm

· #348185
חייקל
"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר

זע דא

קרעקער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 12:44 pm

· #348187
פאריגע וואך איז געווען א ארטיקעל וועגען היימישע עסקנים וואס נעמען קעיר פון יונגעלייט אין עניני קדושה
סשטעלטצעך אויף די האר פין קאפ וואס זיי טוען, זיי צווינגען יונגעלייט צו מודה זיין אז זיי זענען סעקס עדיקטס, צו גיין צו עדיקשען גרופס, צו נעמען שאטס און פילען אפצושוואכען די תאווה, און האבען א ריזען השפעה אויף דאקטורים (דורך ביזנעס וואס זיי ברענגען זיי, וואס איז אסאאאאאך געלט) אז די דאקטורים זאלען זיי שרייבען פעסקריפשענס
אויסער די רציחה שבו, און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ, סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'
די גוטע נייעס איז אז די עולם ווערט אויפגעקלערט, מיר האבען א הייליגע אינטערנעט, און דע חברה קומען אן אין דזשעיל איינס ביי איינס

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 1:55 pm

· #348192
קרעקער
און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ

מן הסתם איז דא אזאלעכע אויך

קרעקער
סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'

???

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:11 pm

· #348196
חייקל
"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר

עס איז א פריוואטער פורום.

שמעקעדיג
איך קען נישט זייער אסאך עסקנים (נאר אפאר), כן יעזור ה' להלאה, אבער לאמיר צוקומען צו די שפיץ נקודה וואס עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, וועלכע נאווע לאקס איז טאקע בעסער?.

פארוואס ברוכסטו אייביג מאכן ליצנות פון יעדע ערנסטע שמועס? אבער אז די פרעגסט שוין ס'ווייב טענה'ט אז גאלדען טעסט איז פיל בעסער און עס האט ווייניגער חזעריי אריינגעמישט, אני כשלעצמי עס נאר וויינבערגערס.

שמעקעדיג

(כ'פלעג אמאל עסן נאווע לאקס אלס חמין במוצ"ש, אבער היינט האט יענער סערווירט טועמיה אנשטאט).

אין די זומערדיגע קורצע מוצאי שבתים און לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס איז וויכטיגער טועמיה ווי חמין במוצא שבת.

קרעקער
פאריגע וואך איז געווען א ארטיקעל וועגען היימישע עסקנים וואס נעמען קעיר פון יונגעלייט אין עניני קדושה
סשטעלטצעך אויף די האר פין קאפ וואס זיי טוען, זיי צווינגען יונגעלייט צו מודה זיין אז זיי זענען סעקס עדיקטס, צו גיין צו עדיקשען גרופס, צו נעמען שאטס און פילען אפצושוואכען די תאווה, און האבען א ריזען השפעה אויף דאקטורים (דורך ביזנעס וואס זיי ברענגען זיי, וואס איז אסאאאאאך געלט) אז די דאקטורים זאלען זיי שרייבען פעסקריפשענס
אויסער די רציחה שבו, און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ, סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'
די גוטע נייעס איז אז די עולם ווערט אויפגעקלערט, מיר האבען א הייליגע אינטערנעט, און דע חברה קומען אן אין דזשעיל איינס ביי איינס

על זה אנו דנים צו די פאסירונגן אויף וואס דער ארטיקל באצוהט זיך איז א פרט היוצא מן הכל על הכלל כולו, יצא אדער איז דאס א פרט על עצמו יצא.

moshav zekeinim » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 2:26 pm

· #348199
איך האב דא אמאל באשריבן דעם אייראפעיאישער בארימטער עסקן הרב ר׳ שלום ווייסמאן שליט"א, האט אנאנים פארפירט אז מען זאל עס פארמעקן און די הנהלה האט עס תיכף פארמעקט.

זבולון » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 4:02 pm

· #348205
בענדזשאמין פרענקלין
דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים.

עסקנות איז נישט קיין פראפעשן, דאס איז א טיטל וואס עקזיסטירט נישט אין קיין איין רעספעקטפולע קאמיוניטי.

עס קען אמאל זיין א גוטהארציגער מענטש וואס האט ליב צו העלפן אנדערע, וואס זאל טאקע העלפן. אבער איינער וואס לויפט נאך זאפטיגע קעיסעס פאר זיין אייגענע הנאה, וועט געווענליך זיך אפשאקלען פון די קעיס ווען די פאון ענדיגט זיך, איבערלאזנדיג די באטרעפנדע זאלן זיך אליינס אפלעקן די וואונדן.

זאלן מיר אפשר מאכן קורסעס פאר עסקנות, און מען וועט דארפן לייסענס דערפאר?

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 4:06 pm

· #348206
גראדע גאלדן טעיסט איז בעסער

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 4:47 pm

· #348209
ווט"ה מיט דעם פריקן לאקס? מ'רעדט פון עסקנים דא.

אז מ'רעדט שוין פון עסקנים און לאקס, עסקנים זענען אזוי ווי לאקס. ס'איז דא פון א סך פירמעס, אלץ האט אבער כמעט דעם זעלבן טעם, ס'האט זייער א גוטן נאמען, ס'הייסט א חשוב'ע זאך; ס'איז אבער רוי, נישט אויסגעקאכט, קאסט טייער, האט א שלעכטן גערוך, מאכט בויך-וויי, ווערט שנעל פארדארבן, און צו אלץ וואס זיי רורן נאר צו, קלעפט זיך אן א שטינק פון וואס ס'איז שווער פטור צו ווערן. (אה, און אויך לויט דער גמרא איז עס א סכנה ווען מ'מישט דאס מיט פלייש.)

נב. מלך הים האט דער בעסטער לאקס, האט אינגאנצן אן אנדערן טעם ווי ממש אלע פון די לאקס אין היימישע געשעפטן. בבחינת אן עסקן מיט א גוי'אישן געשמאק.

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 5:22 pm

· #348212
אין אמת'ן אריין איז די טיטל רעלאטיוו ניי, מען האט גענומען די מענטשן וואס גלייכן צו העלפן אנדערע אדער די ריכטיגע שתדלנים און זיי אנגערופן עסקנים, די נעקסטע שטאפל איז געווען אז יעדער וואס זארגט עס זאל זיין גענוג געשניטענע פאפיר און לוח הציבור'ס אין ביהכ"ס ווערט שוין באטיטלט עסקן, עסקן איז איינער וואס טוהט ווער עס טוהט איז א עסקן, און כמובן זענען דא צווישן זיי בעסערע און ערגערע, גוטע און שלעכטע, אזעלכע וואס מיינען נאר איך מיך און זיך און אזעלכע וואס מיינען אויך השי"ת,

סא די שאלה ווער זענען אונזערע עסקנים האט נישט קיין עכטע ענטפער ווייל יעדער פון אונז קען ווערן באטיטלט מיט דעם, דער גרינדער פון ק"ש מיט אלע מיטהעלפער זענען עסקנים, די שרייבער זענען עסקנים, די אויסגאבע ארויסגעבער זענען עסקנים, און די גארבטיש קאלעקטערס זענען אויך עסקנים, די וואס זוכן א צענטער זענען עסקנים, און די מיטדאווענערס זענען עסקנים, בקיצור אויב האסטו שוין עפעס געטוהן פאר א צווייטן פארגין זיך דער טיטל עסקן...

mevakesh » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 5:32 pm

· #348213
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
איך מיין אז עס איז היבש קלאר אז מען רעדט נישט דא פון זעליג מענדלאוויטש אדער אברהם סלונים סטייל עסקנים
מען רעדט דא פון ספעציפישע באשעפענישען וואס וועלן מכלומרשט קעגן זייער ווילן ליידער ווערן אריינגעשלעפט אין יעדע שלום בית וואס מען קען מישען אין די בלאטע פארן באשעפערס וועגן

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 5:39 pm

· #348214
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
אן עסקן איז דער וואס דער עסקנות האט איבערגענומען. ד.ה. ער האט רעכטען אלס אן עסקן, זיין מיינונג איז עפעס ווערט ווייל ער איז דאך אן עסקן, מ'דארף איהם מער היטען צו העלפען ווייל ער איז אן עסקן, זיין זינד ווערט גיכער פארווישט צוליעב'ן זיין אן עסקן.
די אלע חברה זענען די נושא. איינער וואס עפענט א קאוועשטיבעל אבער ווערט נישט אן אנדערע מענטש צוליעב דעם איז נישט אין די רשימה.
דו"ק היטב.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 5:52 pm

· #348215
געוואלדיג
אין אמת'ן אריין איז די טיטל רעלאטיוו ניי, מען האט גענומען די מענטשן וואס גלייכן צו העלפן אנדערע אדער די ריכטיגע שתדלנים און זיי אנגערופן עסקנים, די נעקסטע שטאפל איז געווען אז יעדער וואס זארגט עס זאל זיין גענוג געשניטענע פאפיר און לוח הציבור'ס אין ביהכ"ס ווערט שוין באטיטלט עסקן, עסקן איז איינער וואס טוהט ווער עס טוהט איז א עסקן, און כמובן זענען דא צווישן זיי בעסערע און ערגערע, גוטע און שלעכטע, אזעלכע וואס מיינען נאר איך מיך און זיך און אזעלכע וואס מיינען אויך השי"ת,

סא די שאלה ווער זענען אונזערע עסקנים האט נישט קיין עכטע ענטפער ווייל יעדער פון אונז קען ווערן באטיטלט מיט דעם, דער גרינדער פון ק"ש מיט אלע מיטהעלפער זענען עסקנים, די שרייבער זענען עסקנים, די אויסגאבע ארויסגעבער זענען עסקנים, און די גארבטיש קאלעקטערס זענען אויך עסקנים, די וואס זוכן א צענטער זענען עסקנים, און די מיטדאווענערס זענען עסקנים, בקיצור אויב האסטו שוין עפעס געטוהן פאר א צווייטן פארגין זיך דער טיטל עסקן...

פיין. און א רבי מיינט איינער וואס האט נאר אמאל אויסגעלערנט א הלכה פאר א צווייטן, איינער וואס ווישט קליינטשיגע מחילות אין קינדערגארטן, ר' נחמן מברסלב און ר' יהודה הנשיא. למעשה הייסט היינט רבי יעדער איינער וואס זיין זיידע האט נאר גע'שחט'ן הינער אדער באקוקט שמאטעס אין שטעטלעך מיט מאדנע נעמען. מ'איז דא נישט דן איבער טיטול'ן, מ'רעדט איבער דעם פענאמען פון עסקנים. איך, דו און יעדער דא ווייסט מ'רעדט נישט פון איינעם וואס שנייד טוילעט פאפיר און מעלדט איבער קומענדיגע יארצייטן. מ'רעדט פון אזאנע וואס אונטער דעם מענטל פון "העלפן" מענטשן, פאטשקענען זיי אין פראבלעמען פון אנדערע. איז אזא באשעפעניש גוט אדער שלעכט, דאס איז מען דא דן.

אין מיין אפיניען איז אוודאי נישט קיין יושר צו גענעראליזירן סיי וואס, ס'איז לכאורה דא גוטע עסקנים. מ'רעדט אבער אין אלגעמיין. אין אלגעמיין זענען פאליטישאנס ליגענער, אין אלגעמיין זענען מלמדים בהמות, און אין אלגעמיין זענען עסקנים מענטשן וואס בענדשאמין האט דיסקרייבד. כ'וויל זען עסקנים וואס שאפן געלט פאר טערעפי וכדו', העלפן מענטשן זיך העלפן. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי, זאל ארויסשטיין פון יענעמ'ס פראבלעמען.

דער עולם האקט

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 6:25 pm

· #348216
סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 7:02 pm

· #348217
שטאפענע קאפעליטש

ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.

בענדשאמין האט געשריבן:

"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."

געשווינד » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2016 9:23 pm

· #348220
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
איך האב א קשי עס איז דא יונגעלייט וואס זיי באקמען די נאמען עסקן ער זיצט און כולל האט נישט וואס צו טון און ער פארשטייט און האט ארויס די קעסעס און די שטינקערי איז ער וואס דרייט אן אבער צום סוף ווען מען דערף איינער זאל טאקע העלפן איז ער נישט דא די גרויסע עסקן אויב די פארשטייסט טאקע עפשר גיי לערן דיך צו זיין א סאשעל ארבעטר נעם ליסענס נאר דאס האלטסטו נישט דערביי נאר צו האבען אביסעל פאן

Sent from my iPhone using Tapatalk

לעיקוואד » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2016 10:21 pm

· #348226
<a class="postlink" href="https://yitzchoklowy.com/shorts/bad-people/">https://yitzchoklowy.com/shorts/bad-people/</a>

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 1:11 am

· #348263
יואב
שטאפענע קאפעליטש
סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.

בענדשאמין האט געשריבן:

"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."

יואב טייערע, איך רעדט אויך נישט פון קיין אפציעלע עסקן מטעם א מוסד אדער א ארג.
איך רעדט דייקא פון א אינגערמאן פריוואט וואס לוופט ארום טוען חסד אן זיין אינטער עני אויפציעל ארג גראפע.
יעצט טראכט אריין א רגע, ווי הייסט דער אשכול??? ״ווער זענען אונזע עקסנים״, כאילו אלע אדער רוב עסקנים וואס זענען נישט אונטער א אפציעלע ארגנעזאציע זענען חיות אין בלוט פרעסער.

אזוי ווי שיך מאכער איז דא גוטע אין שוואכע אזוי אויך עסקנים.
נו זאל איך יעצט עפענען א אשכול ווער זענען אונזער שיך מאכער?

סמבטיון » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 1:29 am

· #348266
ער איז א באבובער חסיד, א הארץ פון גין גאלד.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 3:04 am

· #348276
לאמיר נישט אויסמישן צווישן בעל חסד און עסקן.

איך האב צוויי חילוקים: בעל חסד איז איינער וואס טוט טובות וואס דארף נישט קיין לייסנס אדער קאמפליצירטע טובות מיט לייסנס, און עסקן איז איינער וואס טוט אין זאכן וואס געהערן צו פראפעשאנלס אדער ממונים מטעם, אן קיין לייסנס.

א צווייטער חילוק, וואס דאס איז דאכט זיך מער אקוראט איז: בעל חסד טוט טובות פאר איינעם לטובת דעם יחיד, און דער עסקן טוט טובות פאר דיר לטובת דעם ציבור.

יואב » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 3:21 am

· #348277
שטאפענע קאפעליטש
יואב
שטאפענע קאפעליטש
סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.

בענדשאמין האט געשריבן:

"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."

יואב טייערע, איך רעדט אויך נישט פון קיין אפציעלע עסקן מטעם א מוסד אדער א ארג.
איך רעדט דייקא פון א אינגערמאן פריוואט וואס לוופט ארום טוען חסד אן זיין אינטער עני אויפציעל ארג גראפע.
יעצט טראכט אריין א רגע, ווי הייסט דער אשכול??? ״ווער זענען אונזע עקסנים״, כאילו אלע אדער רוב עסקנים וואס זענען נישט אונטער א אפציעלע ארגנעזאציע זענען חיות אין בלוט פרעסער.

אזוי ווי שיך מאכער איז דא גוטע אין שוואכע אזוי אויך עסקנים.
נו זאל איך יעצט עפענען א אשכול ווער זענען אונזער שיך מאכער?

קודם אז דו ווילסט, עפען וועלכן אשכול ס'געפעלט דיך. ס'וואלט מיך גראדע געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'זענען אונזערע שיך מאכער. כ'פארשטיי אבער נישט וואס דיר באדערט. ער שרייבט דאך ארויס ברחל בתך הקטנה אז ער מיינט דווקא אזאנע וואס מישן זיך יענעמ'ס פראבלעמען, ווייטער שרייבט ער אז מיינט נישט אזאנע וואס לויפן אין שפיטעלער. וואס האקסטו א קאפ? און בכלל, ווער זאגט אז יענער איז אן עסקן, אפשר איז ער סתם אזוי א גוטער איד? כ'מיין, וואט דע העק, על מה יצא הקצף? דער theme פון אשכול, אויסער לאקס, מיין איך איז גאנץ קלאר פאר יעדן וואס האט אויגן. ס'קעפל באדערט אייך?

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 4:44 am

· #348279
שלום על ישראל
דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 6:30 am

· #348280
סאיז דא אסאך גיטע עסקנים און אסאך שלעכטע און אסאך רשעים, מיך האט מען געשיקט אין וויליאמסבורג צו איינעם וואס טוט אין שלום בית און פינף מינוט נאכן געבן שלום עליכם האט מיר פארציילט א מעשה פון א צווייטן מיט זיין פולע נאמען און ווי ער דאווענט און ער האט אריינגעווארפן דיטעילס וועגן יענעמס פערזענליכע בעדרום מעשיות און אז מ׳האט אים אראפגערופן דארט אינמיטן די נאכט, שפעטער האב איך געהערט אז ער נעמט זיך אייביג אן פאר די פרויען, און א אט״ד האט מיר פארציילט אז נאך איר גט האט דער יעניגער איר געבעטן עפעס א בגד פון איר... 🙄 ווייל ער האט זיך מכלומרשט אנגענומען פאר איר, און שטייצעך ער האט איר געבעטן אז די אינטערהויזן מעשה זאל בלייבן א סוד 😂, און ווען איך האב געזאגט פאר די אנדערע זייט אז איך בין נישט מסכים צו גיין צו אים אלץ א פארמיטלער און איך וואלט אין מיין לעבן אים נישט געטראסט מיט גארנישט האבן זיי געטעהנט אז איך מאך מיך משוגע און אז כ׳בין א שווערע מענטש... אט דאס זענען איינע פון די ״גוטהארציגע״ עסקנים מטעם די קאמיונטי, ליידער קיין איין ווארט נישט איבערגעטריבן, איך האב אויף טעיפ ווי ער פארציילט מיר א מעשה פון יענעמס פרייוואטע שלום בית וואס האט בכלל גארנישט געהאט קיין שום שיכות צו מיין קעיס און ער האט עס נאר פארציילט ווייל ״דער עסקן״ האט זיך געוואלט אויפטוהן און גרויס האלטן.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 8:32 am

· #348282
קודם א דאנק אייך יואב פארן נעמען די מיה צו קלאר שטעלן מיין כוונה מיט דעם אשכול אקעגן די יעניגע וואס שיסן אטאקעס בעפאר דורכליינען דעם פאסט ביזן ענדע. זאל אייך דער אייבישטער באצאלן פאר אייער "עסקנות" לשם שמים..

moshav zekeinim
לאמיר נישט אויסמישן צווישן בעל חסד און עסקן.
א צווייטער חילוק, וואס דאס איז דאכט זיך מער אקוראט איז: בעל חסד טוט טובות פאר איינעם לטובת דעם יחיד, און דער עסקן טוט טובות פאר דיר לטובת דעם ציבור.

דאס איז אקוראט וואס איינער דארט האט גע'טענה'ט אויפן פורום, און איך מיין אז עס איז מער ווייניגער געווען צום פוינט און צום פינטל. יענער אן עקס חסיד'טע, באזירט אויף איר פערזענליכע עקספיריענס, זאגט אז ווען מען טרעפט זיך שוין יא אן מיט אן עסקן וואס איז נישט כולו שלעכטס נאר מיינט גוטס וועט ער בדרך כלל האבן בראש ובראשון דעם ציבור'ס און דעם קאמיונטי'ס טובה אין מיינד. דאס הייסט אזוי, דער עסקן איז דא דיך צו דינען ווילאנג עס דינט אויך די קאמיוניטי'ס אינטערעסן, ציל, אויסזען, פרעמווארק און געזעצען וכו' איינמאל דיין טובה, רצון, ציל, שטימט נישט מיטן סדום בעטל וואס די קאמיוניטי האט דיסיידעד אז די באלאנגסט, וועט דער זעלבער עסקן זיין דער וואס וועט דיר אפשניידן די פיס אדער קאפ אז די זאלסט אריינפיטן אינעם בעטל.

און צוריק צום לאקס, ווילאנג די ווילסט עסן לאקס וועט מען דיר צושטעלן סלייסעס טיט-ביטס און ספרעדס, איינמאל אבער דיר שמעקט טונא וועט מיען דיר שיקן שיפלן אויפ'ן אטלאנטיק.

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 2:57 pm

· #348307
שבת אחים
שלום על ישראל
דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.

בארויג זיך ביטע מיט דיין ׳שגץ׳ מוחאה. כ׳פארשטיי אז דו האסט א פרעזענליכע נגיעה און דערפאר זעהסטו אים נישט אין די זעלבע וועג דו זעהט אנדערע ארטאדאקסן, אבער איך האב נישט געמיינט קיין דיסרעספעקט, כ׳האב נאר קיינמאל געהערט איינעם רופן איצי אלס עסקן, האב איך געטראכט אז מ׳רעדט פון זיין חשוב׳ע פאטער וועמען איך קען זיך פערזענליך פאר לאנגע יאהרן. א איד א צדיק.

יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 3:13 pm

· #348308
וויבאלד די סארט עסקנות ווערט געווענליך געטאן אין געהיים, און בלויז א חלק פון די מעשיות גיסן זיך איבער אויף די גאס, אמאל וויבאלד איין צד איז אנטוישט פון די רעזולטאטן (מעגליך גערעכט און מעגליך נישט), צו אמאל ווייל דער עסקן איז פון די סארט וואס שבת אחים האט דערמאנט אדער בענדזשאמין פרענקלין האט דעסקרייבד, איז זייער שווער צו ענטפערן אזא פראגע.

איך מיין אז ס'איז ברור אז די סארט עסקנות איז קריטיש פאר אונזער קאמיוניטי, אבער צו ענטפערן אז די שלעכטע און סעלף סענטערד טיפ דאמינירט דעם מארקעט איז שווער צו ענטפערן, ווייל ס'איז נישט שייך צו נעמן קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס פון א מעשה ווי א באווייבטער אינגערמאן איז נאכגעלאפן א בחור'ל וואס פלעגט איינשטיין ביי אים לערנענדיג אין א ישיבה (קומענדיג פון אינדרויסן פון שטאט), די 'עסקנים' האבן זיך אריינגעלייגט, מ'האט דעם קראנקן אינגערמאן אפגעשיקט צו טעראפי, ארויסגענומען דעם בחור פון דארט (קודם המעשה), די רעזולטאטן ? אפגעראטעוועט א גאנצע שטוב פון אונטערגאנג.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 4:36 pm

· #348315
אודאי קען אמאל א עסקן אויפטון עפעס, אבער געווענליך איז דרכם להזיק ולא להועיל, עס איז יצא שכרו בהפסדו.

דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה. און I don't care צו זיי האבן אמאל עמיצן יא געהאלפן.

און דאס איז אויסער דעם וואס א מעשה וואו עסקנים זענען פארמישט איז ביי מיר אזוי נישט פארלעסליך, אז איך בין סקעפטיש צו דער יונגערמאן איז טאקע א מאלעסטער, אדער איז עס א בלבול צוליב וואס ער איז נישט געגאנגען אין שפאן.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 5:05 pm

· #348321
moshav zekeinim
דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 6:04 pm

· #348331
ווען דער פאקט זאל ווייזן אז עס איז א מעלה דאן וואלט איך גארנישט געזאגט. וואס זאל איך אבער טון אז דער פאקט ווייזט אז אויך מיר אידן פארמאגן מענטשליכע נטיות, ולולי מוראה של מלכות איש את רעיהו חיים בלעיהו. טאמער וואלט עס נישט אזוי געווען וואלטן דאך נישט געווען די אלע האר פון קאפ אויפשטעלנדע מעשיות.

טאמער גלייבסטו נישט די מעשיות וואס מען דערציילט אויף די עסקנים, כל הכבוד, אבער עס מיינט אבער נישט אז איך גלייב נישט וואס מען דערציילט אויף זיי.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 6:12 pm

· #348332
אבער שמעקעדיג, דו ביסט גערעכט אז לתועלת הסיסטעם וואס וויל אז דאס פאלק זאל האבן נאר די פראבלעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, זענען די עסקנים A1

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 6:38 pm

· #348333
שלום על ישראל
שבת אחים
שלום על ישראל
דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.

בארויג זיך ביטע מיט דיין ׳שגץ׳ מוחאה. כ׳פארשטיי אז דו האסט א פרעזענליכע נגיעה און דערפאר זעהסטו אים נישט אין די זעלבע וועג דו זעהט אנדערע ארטאדאקסן, אבער איך האב נישט געמיינט קיין דיסרעספעקט, כ׳האב נאר קיינמאל געהערט איינעם רופן איצי אלס עסקן, האב איך געטראכט אז מ׳רעדט פון זיין חשוב׳ע פאטער וועמען איך קען זיך פערזענליך פאר לאנגע יאהרן. א איד א צדיק.

נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 6:47 pm

· #348336
שבת אחים
נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...

די וואס קענען זיך מיט ר׳ אליעזר פון די נאנט, רופן אים ׳לעזער׳ אפעקשאנעטלי. סליחה.

בן ישי » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:15 pm

· #348349
שטאפענע קאפעליטש
סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

חיים פליישער איז א צדיק פון א יונגערמאן!

ער גייט יעדע וואך נאך זיין שבת סעועה ביינאכט און בייטאג צו מיימאנידיס שפיטאל (א ווייטע מהלך פון זיין הויז), קודם גייט ער אריין אין emergency room זעהן צו איינער דארף עפעס הילף אין נאכדעם גייט ער באזיכען יודן אין שפיטאל.

דאס טוהט ער יעדע איינציגסטע וואך אין אלעס אן קיין פורסם!

ירבו כמותו בישראל!!

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 9:47 pm

· #348353
שמעקעדיג
moshav zekeinim
דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.

שמעקעדיג: אבער נישט ווען דער מאלעסטער איז הולך ומזיק. און ער שטעלט מיט זיך פאהר אן אנגייענדיגע סכנה. דאמאלס האט מען נישט קיין צייט זיך צו שפיעלן און דעבאטירן אויב טעראפי, און וואספארא טעראפי וועט העלפן. דאמאלס איז אן עת לעשות. מ'דארף יענעם אפשטעלן. ווי דער דין פון א רודף איז אז..."מצילין אותו בנפשו"...!

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 2:42 am

· #348395
שלום על ישראל
שבת אחים
נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...

די וואס קענען זיך מיט ר׳ אליעזר פון די נאנט, רופן אים ׳לעזער׳ אפעקשאנעטלי. סליחה.

אמת.

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 12:35 am

· #348671
זבולון
בענדזשאמין פרענקלין
דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים.

עסקנות איז נישט קיין פראפעשן, דאס איז א טיטל וואס עקזיסטירט נישט אין קיין איין רעספעקטפולע קאמיוניטי.

עס קען אמאל זיין א גוטהארציגער מענטש וואס האט ליב צו העלפן אנדערע, וואס זאל טאקע העלפן. אבער איינער וואס לויפט נאך זאפטיגע קעיסעס פאר זיין אייגענע הנאה, וועט געווענליך זיך אפשאקלען פון די קעיס ווען די פאון ענדיגט זיך, איבערלאזנדיג די באטרעפנדע זאלן זיך אליינס אפלעקן די וואונדן.

זאלן מיר אפשר מאכן קורסעס פאר עסקנות, און מען וועט דארפן לייסענס דערפאר?

אין די סעקולאר וועלט איז דא א נאמען דערפאר. ס'הייסט סאשעל ווארקער וואס ספעשעלייזען אין וואספארא פעלד זיי זענען עוסק, שלום בית, קינדער, אדאלטס, מענטאל העלט...

מ'מאכט אביסעל פרנסה אויף דער זייט אויך. א סאשעל ווארקער קאמביינד מיט א יודיש הארץ מאכט א פערפעקט עסקן.

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:39 am

· #348683
ווער עס וויל וויסן פון וואס פאר א סארט עסקן בענדזשעמין רעדט, זאל ביטע ליינען מיין באשרייבונג אויף שלום ווייסמאן פון אנטווערפן, ער איז דער טיפיקל עסקן פון וואס בענדזשעמים רעדט דא, און מיט א שמיץ אריבער. ביטע מעלד זיך אין אישי.

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:01 pm

· #348729
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
שמעקעדיג
moshav zekeinim
דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.

סתם צי וויסן אז און אפגאהאניסטאן האלט מען אויך אזוי

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:17 pm

· #348733
moshav zekeinim
ווער עס וויל וויסן פון וואס פאר א סארט עסקן בענדזשעמין רעדט, זאל ביטע ליינען מיין באשרייבונג אויף שלום ווייסמאן פון אנטווערפן, ער איז דער טיפיקל עסקן פון וואס בענדזשעמים רעדט דא, און מיט א שמיץ אריבער. ביטע מעלד זיך אין אישי.

לינק?

65th » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 3:37 pm

· #348748
איך פארשטיי גארנישט
אינזערע עסקנים ווערערן דערוועהלט אין בדרך כלל באקימן א לעבענס קאנטראקט
יעדער 2-4 יאהר זעהט מען זיי
זיי קימען מיט א טענה אז מיר דארפען האבען פאר זיי הכרת הטוב
וואס?
זיי דארפען אינס געבן הכרת הטוב!
וויפיל מאהל איך האב פרובירט צי האבען א טובה פין זיי האבען זיי גיהאט מקוה וואסער אין אויער און ניטאמאהל געענפערט אז זיי גייען פרובירן
זיי מאכען פין אונז חוזק
א באנדע ליידיגייערס וואס נעמין א לעבענס טשעק און טוען גארנישט