☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13094
בלאט: 1 2

קאווע קריטיק » מיטוואך מאי 1, 2019 5:45 pm

· #429399
אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק


דורך: קאווע קריטיק


די דיקע ביכלעך איינס איבערשטייגנדיג דעם אנדערן וואס זענען ערשינען אצינד אויף יו"ט פסח, און די צעווארפעניש וואס הערשט ביי די אידישע ניוס-סטענדס מיט אומצאליגע זשורנאלן און אויסגאבעס פון אלע סארטן, איז אין מיינע אויגן חומר למחשבה, און צייגט אויף א ניי געבוירענע רענאסאנס פאר'ן אידישן שריפט.

אויב מיט פינף און צען יאר צוריק איז גארנישט געווען צום געפינען אין אידיש-רעדנדן מארק סיידן די אלטגעזעסענע צייטונגען, דארפן די אומצאליגע נייע אויסגאבעס וואס פילן אן די פאליצעס און די אלץ דיקערע און פארגרעסערטע יו"ט אויסגאבעס וואס זענען אין קאנקורענץ מיט די טעלעפאן ביכער אין דיקקייט, צייגן אויף א געיעג צווישן די ארויסגעבער און רעדאקטארן צו ערפילן א געוויסע לאך. עס מוז זיין אז עס שפירט זיך א געוויסער חלל און פון הינטער'ן באוואוסטזיין זענען אלע אין קאמף צו קריגן א ביסן און איינקויפן פראמינענץ אין א פיצל מארקעט וואס קען לכאורה נישט דערהייבן אזא איבערפלוס.

אין דער צייט וואס די קוואנטיטעט שטייט ביים העכסטן שטאפל ווי סיי ווען אימער, איז אבער די קוואליטעט אן אנדערע מעשה. איך בין נישט מסכים מיט די שווארץ-זעער וואס קלאגן אלעמאל ווען מ'רעדט פון אידישן געדרוקטן ווארט אז ס'איז אין דיותא התחתונה. לדעתי איז פארהאן אסאך גוטע סחורה און אסאך גוטע שרייבערס, דער פראבלעם איז אז עס איז משתמש בערבוביא אין אן ערוב-צעמישעניש פון פלאגיאירטע ווערק, ענדלאזע פראמאס און אנאנסן און די צווייטע קלאס נידריג-ראנגיגע דאזע פון סחורה וואס אנטהאלט חרוסת און אמאטורישע בחור הזעצערישע ווערק פון אזעלכע וואס ווייסן נישט וויאזוי אויסצושרייבן זייער נאמען און אהערשטעלן א נארמאל געשריבענעם זאץ.

אלזא, וואו בין איך דא פארקראכן?

אין דעם גאנצן ליטעראטורישן געפילדער, האט אויפגעשיינט א פרישן שטערן וואס ברענגט שוין איינמאל חידושים און קריעטיוויטי צום טיש. א נייער נאמען איז ארויפגעקומען אויף דער שריפטליכער ארענע וואס פון ערשטן מינוט צייגט ער אויף זיין אייגנארטיקייט, ווי אנדערש פון רוב שרייבערס וואס באהאלטן זיך אונטער פסעוודאנימען און היזשאב-שלייערן האלט ער נישט זיין אידענטיטעט בסוד און ער איז דא מיט פולן נאמען און געזיכט.

הרב אליהו יואל גליק האט קוים אויסגעפאקט זיינע רענצלעך אין שריפטליכן קווארטיר און זיין נאמען און מער אזוי זיינע ווערק שיקן ווייטע כוואליעס.

עס האט זיך נאר געפאדערט פאר ליטעראטורישע ליבהאבער צו לעזן צוויי דריי פאראגראפן פון זיין וואונדערליכער יצירה "יחץ אן לחץ" אין דעם יו"ט'דיגן מאמענט מאגאזין, צו כאפן אז די רעדע איז פון א פענע-מייסטער וואס שטופט די ווייטגרייכנדקייט פון א געשריבן ווארט צו א פרישע שטיפע.

הרב גליק איז א זון פון אלעמען באקאנטן עלעקטערישאן ר' ז'רח א'ור ב'חושך גליק, וועמענס זיסע מליצה'לע מאכט אונז שוין שמייכלען ביים מישן דעם ביזנעס דירעקטארי פאר צענדליגער יארן. אין א בחינה פון ובא השמש, וזרח (פאן אינטענדעד...) השמש, האט הרב גליק'ס האריזאנט געגעבן א שיין אויף מיט דער פטירה פון זיין רבי'ן דער סקולענער צדיק זי"ע. זיין ערשט געשריבענע ווערק איז פארעפנטליכט געווארן אין "מאמענט" אלס הויפט געשיכטע נאך דער פטירה פון רבי'ן.

אלס סקולענער חסיד, האט ער אויסגעגאסן זיין הארץ אין א הארצרייסנדער און פאעטישער אבידה-מאנאלאג ווי נאר א חסיד קען, שרייבנדיג מיט הארץ און געפיל און אריגינעלקייט וואס מ'קען נישט פאפן. ער האט זיך אבער נישט באגנוגנד בלויז מיט קלאג-לידער און טרויער פראזע נאר אייגנטליך אריינגעפלאכטן אינטערעסאנטע זכרונות און פערזענליכע קבלות און איבערלעבענישן, וואס ער האט געהערט פון סקולענער רבי'ן במשך די יארן וואס האט געגעבן פאר זיין ארטיקל באזונדערע וואג.

איינמאל ס'האט זיך געעפנט דער קראן האט מער נישט אויפגעהערט צו רינען. דאס האט נאכגעפאלגט א וואך דערויף מיט אן ארטיקל איבער די שבעת ימי אבל אין סקולען וועלכע האט עקזעמפליפירט דער נאטירליכער טומל אין סקולענער הויף במשך די שבעה טעג און גלייכצייטיג געברענגט אריגינעלע שילדערונגען אויפגעכאפט ביי די תיקון-טישלעך און וואס חסידים דערציילן אין די טעג פון די אבילות.

קוים וואס ער האט איינגעטינקט דעם פעדער אין טינט-פלעשל און באלד האט זיך עס ווי צעגאסן אין אידישן קיאסק. הרב גליק האט אום פסח דאמינירט דער אינהאלט פון צוויי פון די פראמינענטסטע אידישע מאגאזינען מיט סחורה על גבי סחורה פון רייכסטן אינהאלט.

גליק צייכנט זיך אויס אין קוואליטעט ווי אין קוואנטיטעט, אין מאמענט איז ער ערשינען מיט אייניגע ארטיקלען: א שילדערונג איבער דעם נייעם ישוב אין לינדען, אן ארטיקל אויף די סקולענער קינדער, און דער גולת הכותרת, דער פריערדערמאנטער אריגינעלער "יחץ אן לחץ" ארטיקל.

ס'איז שווער צו אילוסטרירן די אייגנארטיקייט פון דעם געשריבענעם שטיקל ארט פאר די וואס האבן עס נישט געליינט. ס'איז מסתמא אנדערש ווי סיי וואס איר האט נאר געליינט אמאל אין א אידישער אויסגאבע. פאעזיע געפלאכטן מיט חומר למחשבה, הומאר געפעדימט מיט ניצליכע טיפס צו אימפלימענטירן א פאזיטיווער אטמאספער און צוגאנג צו א סדר נאכט -- אן קיין צווייפל א רעוואלוציאנירנדער סטיל ארטיקל וואס מאנט אבער גלייכצייטיג לאזט איבער א שמייכל אויפ'ן געזיכט.

אין א בליק איז דער הויכפונקט פון דעם יו"ט ווידעראמאל געווען די ארבעט אדער אייגנטליך די רייזע פון הרב גליק אין פארעם פון א שפיאניר אין דער שטאט "צפת", א הערליכער תוכנ'דיגער פראיעקט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין צואמענארבעט פון בארימטן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער, דער פאסיגער שותף פאר אזא אונטערנעמונג זייענדיג לכאורה דער מערסט פראליפישער שרייבער און פון די טאלאנטפולסטע שריפטשטעלער אין דער היינטיגער עפאכע מיט ענדלאזע בלעטער אין קינדליין, מאמענט און א בליק.

גליק איז פערזענליך אראפגעפארן און געוויילט אייניגע טאג אין צפת, וואו ער האט באזוכט זיינע אור-אלטע קווארטלען און נאסטלאגישע געסלעך, היסטארישע ערטער, שולן און קברי צדיקים. ליינענדיג די צענדליגער בלעטער אריגינעלע אבזערוואציעס שיינט עס ווי כמעט וואס צפת איז געשאפן געווארן פאר זיין נפש הפיוטית.

אויסער די אריגינעלע שילדערונגען, פליסט די קונסטליכע מליצה'לעך ווי "ב'צפת'א דשבתא", "מה רב טוב אשר צפת'ת לרעך" און פיל נאך. צומאל צעשפילט זיך זיין פאעטישע ביינדל ווי דער ליינער שפירט ממש זיין גארנדע נשמה טרייסלען. אז עס ווערט נאכט אין צפת ווערט נישט טונקל, נאר די שטאט פון שטיין ווערט פארוואנדלט אלס די שטאט פון גאלד, ווען די גאסן לעמפלעך טוען באגיסן די ווייסע שטיינער מיט גין-גאלד.

גליק ברענגט צום טיש א זעלטן מושלמ'דיגן פעדער וואס אנטהאלט אלעס אויסער קלישעי. גאר אפט וועט ער שליסן זיינע שורה'לעך מיט אייניגע שורות פאעזיע אדער גראמען וואס שיטן אן איבעריגן שיכט גלאנץ איבער זיינע יצירות. די קינסטליכע פינגער אפדרוקן וואס גליק האט איבערגעלאזט אין אזא קורצער צייט מאכט וואונדערן אין וועלכן הייל און נעבן וועלכן באקסער בוים איז דער טאלאנטפולער שרייבער געווען באהאלטן ביז יעצט? ס'איז צו אלעמענס פרייד ווי פרישע טאלאנט ווערט אנדעקט, און מער פון דעם אז זיי טרעפן פלאטפארמעס ווי זיך אויסצודרוקן און אויסאקערן באדנס פון שעפערישקייט און שרייבערישע קונסט.

כוכב » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:00 am

· #429451
יא, זייער גוט אראפגעלייגט. איך האב אויך מורא'דיג הנאה געהאט פון זיין שרייבן און מער אזוי זיין דרייסט און אפנקייט. אין ארטיקל אויפ'ן סקולענער רבי געדענק איך ווי ער האט עס אראפגעלייגט זייער פערזענליך, ער ברענגט דעם גאנצן אויסטויש ווי ער רופט זיין טאטן דערציילן אז דער רבי איז נישטא און זיין טאטע יאגט זיך צו א שמחה ווייל אפילו ווען מ'קלאגט האט דער רבי געלערנט אז מ'דארף טון וואס מ'האט צו טון און נישט פארגעסן פון יענעמ'ס שמחה.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג מאי 2, 2019 10:13 am

· #429462
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
הרב קאווע קריטיק, איך האף אז איר שרייבט ערגעץ וואו, ווייל דיין פענע איז אויסדרוקליך באשאפן געווארן ליהנות בו בני אדם.

קאווע קריטיק » דאנערשטאג מאי 2, 2019 11:15 am

· #429467
חסיד פון ליטא
הרב קאווע קריטיק, איך האף אז איר שרייבט ערגעץ וואו, ווייל דיין פענע איז אויסדרוקליך באשאפן געווארן ליהנות בו בני אדם.

זיכער, כ'שרייב דאך אין ק"ש. 😉

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 2, 2019 6:29 pm

· #429529
.

קאווע קריטיק » פרייטאג מאי 24, 2019 11:53 am

· #430997
הרב גליק האט אנגעהויבן א נייע קאלום אין מאמענט גערופן "פענסטערלעך" און וואס זאל איך אייך זאגן, זיין פענע איבערראשט יעדעס מאל פון פריש.
אין דעם וואכנדיגן ארטיקל שטעלט ער פאר א גאלדענעם שטיקל ליטעראטור שילדערנדיג מיט הייסע פארבן זיינע פערזענליכע עמאציעס אלס א טאטע וואס באגלייט זיין בחור וועלכער רייזט אפ אין ישיבה אין אויסלאנד צום ערשטן מאל. די רירנדע שורה'לעך זענען ווי אן אפענע הארץ אפעראציע אין א כרחם אב על בנימ'דיגער הארץ, רוי און ווארעם, פאעטיש און גלייכצייטיג פראוואקירנד און תובע'דיג ווי ער מאנט אזוי ענווה'דיג פון זיך אליין ווי פון יעדן טאטן צו לאזן פלאץ פאר'ן קינד ארויסצואוואקסן מיט זיינע אייגענע פליגלען.
📎 גליק 1.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2019 12:19 pm

· #431060
קאווע קריטיק: ייש"כ פאר מכתיר זיין הרב אליהו יואל גליק שליט"א אלס טאלאנטפול'ער שרייבער. און אלס סקולענער חסיד. און אויך זיין יחוס אלס ברא כרעא דאבוהו. איך קען זיין טאטע אלס גאר פראפעסיאנאלער עלעקטרישן וועלכער איז אייביג געווען איבערגעגעבן אלס געטרייער חסיד לבית סקולען. ער האט געטון עלעקטרישע ארבעט פאר די סקולענער מוסדות (ביהמ"ד, וכו') אינגאנצן פריי פון אפצאל. אויך זיינע שטענדיגע אדווערטייזמענטס אין די אידישע זשורנאלן זענען אייביג געווען מלא חן...!

ארי נוהם » זונטאג יוני 30, 2019 5:52 pm

· #432468
די וואך אין "פענסטערלעך" פון הרב אליהו יואל גליק, האט פאסירט אן אויפרייס אין די וועלט פון אידישע ליטעראטור.

הרב גליק דערציילט איבער א שרעקליכע "בוליאינג" פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים ווען ער איז געווען א יונגל אין קעמפ, וויאזוי דאס האט אים צובראכן אויף שברי-שברים, און עווענטועל געעפנט זיין הארץ צו לעבן א לעבן פון אהבה, נתינה, און ווארעמקייט. ער האט אויסגענוצט די פלאטפארמע צו רעדן צו אלע יונגלעך/מיידלעך אין קעמפ, אז זיי זאלן קיינמאל נישט טשעפענען קיין אנדערע קינדער ח"ו (באגלייט מיט די באקאנטע פחד'דיגע קאנסקווענצן וואס די טשעפעניאקעס זעען שפעטער אין אייגענעם לעבן, ווי עס האט ליידער פאסירט מיט די וואס האבן אים געבוליעט), און אזוי אויך האט ער געגעבן עצות פאר קינדער וואס ווערן געבוליעט, וויאזוי זיי זאלן זיך אומגיין דערמיט.


אויסער די עצם קאלום, וואס יעדע וואך שניידט עס גאר טיף אריין אין הארץ, און כ"ש וכ"ש ווען ער האט אנגערירט אזא ווייטאגליכע טעמע ווי קינדער וואס בוליען/ווערן געבוליעט, איז די דאזיגע "פענסטערלעך" געווען א חידוש גדול צוליב איר קוראזשפולע חלק.

הרב גליק דערציילט "בדידי הוה עובדא", פארוואס און וויאזוי מ'האט אים געצאפט די בלוט, וויאזוי ער האט זיך געשפירט נאכדעם, און וואספארא אפעקט דאס האט געהאט אויף זיין לעבן. ער פארקוקט נישט קיין פרט, ער [כלומרשט] "פראקט זיך אויס" ברבים, שילדערנדיג אלע זיינע הרגשים מיט אלע פיטשעווקעס.


די טיפיקל היימישע מהלך פון "א יעדער נאר נישט מיך" - עקזיסטירט נישט ביים מחודש'דיגן שרייבער הרב גליק, און דאס איז מעגליך דער אורזאך פארוואס אזויפיל מענטשן ווערן אנגעקניפט אין זיין פערזענליכקייט און אין זיינע קאלומ'ס. פון זיין פעדער רינט נישט נאר ארטיסטישקייט, גוטע לשונות, א רייכקייט און געשמאקקייט, נאר עס רינט אויך לויטערקייט און ריינקייט, אויטענטישקייט און "הכל על השולחן" אפנקייט, מיט וואס אלע קענען זיך אידענטיפיצירן.

אין דרייסיג יאר ארום, ווען מ'וועט זיך וואונדערן וויאזוי אונזער גאס האט זיך געטוישט פון לעבן פאר יענעם, צום לעבן אמת'דיג און אויטענטיש, זאל מען זיך דערמאנען אז די קערנדלעך האט הרב גליק איינגעזייט, ארויסווארפנדיג דעם "מה יאמרו הבריות" פון די פענסטערלע"ך.


ייש"כ @קאווע קריטיק פארן עפענען דעם אשכול, אז כ'זאל טרעפן אן ארט וואו ארויסצוברענגען מיינע הרגשים.

קאצקע ציקער » זונטאג יוני 30, 2019 6:13 pm

· #432469
יישר כוח הרב ארי נוהם פארן ארויסברענגען מיינע הרגשים איך בין אויך נבהל ונשתומם געווארן ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל . די ערשטע מאל אין היסטארי אזאנס פאסירט א יוד א טאטע פון קינדער מיט זיין עכטע נאמען מיט אפילו א בילד פון זיך זאל זיך אזוי אויספראקן און ארויסברענגען אפילו ווי זיינע ליידן האבן עים געבויעט צו זיין דער ווארעמע מענטש וואס ער איז היינט האט מיר אפילו געברענגט טרערן אנבעליוועבל!!

לבי ובשרי » זונטאג יוני 30, 2019 8:01 pm

· #432470
יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

קאצקע ציקער » זונטאג יוני 30, 2019 8:06 pm

· #432471
לבי ובשרי
יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

ניצט דיין דזעלי וואס ליגט העכער דיין שטערן.....

לבי ובשרי » זונטאג יוני 30, 2019 8:10 pm

· #432472
קאצקע ציקער
לבי ובשרי
יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

ניצט דיין דזעלי וואס ליגט העכער דיין שטערן.....

דאנט ווארי קאצקע, ס'איז אקעי. כ'בין נישט היינט אראפ פון שיף..

אבי גערעדט » מאנטאג יולי 1, 2019 10:26 am

· #432478
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
לבי ובשרי
יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

בלע"ז קורין אותו איינגעמאכ"ט

קאצקע ציקער » זונטאג יולי 21, 2019 3:16 am

· #433420
ווידער אמאל האט אונדז דער מייסטער שריפט שטעלער איבערראשט מיט זיין ארטיקל דעי וואך

קורקלענד » זונטאג יולי 21, 2019 10:03 am

· #433432
מאך זיכער
איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.

אז איר קענט בעסער שטעלן א שריפט אדרבה! מיר קענען קוים ווארטן מיט שפאנונג פאר אייערע מייסטער ארטיקלען....

קורקלענד » מאנטאג יולי 22, 2019 12:53 pm

· #433495
אנטשולדיגט. מיין פראבלעם איז נישט אז איר קריטיקירט. איך האב זייער ליעב קריטיק. אבער איר זאגט אז איר קענט אסאך בעסער, נו, ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף אייער געקענעכטץ. אז איר קענט יא פארוואס זענט איר אזוי שטיל?

קורקלענד » דינסטאג יולי 23, 2019 11:35 am

· #433558
מאך זיכער
מאך זיכער
איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.

זיי מער מעיין בעפארן אטאקירן

אנטשולדיגט. זעהט אויס אז איך האב טאקע נישט גוט געליינט.

היכי דמי » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 7:42 pm

· #438545
איך האב געליינט זיין ארטיקל פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה, און עס האט מיר געברענגט טרערן, און עס האט מיר גענומען עטליכע קורצע מינוט׳ן ביז איך האב געקענט מישן צום נעקסטן עמוד.

תנא קמא » זונטאג מערץ 8, 2020 12:39 am

· #443688
די וואך זיך גוט צעווילדעוועט אין מאמענט מיט א זיסע "גלות אמעריקא" אין בארא פארק. 😂

טיכטיגער » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:00 pm

· #464972
אז מ'רעדט שוין פון אים, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ער ווערט אויפגענומען אלס רעדאקטער און מנהל המערכת פון מאמענט מאגאזין.
📎 2C9FB838-C0F9-4039-A3FC-FC4FCF3199F1.jpeg

קאצקע ציקער » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 9:56 pm

· #466948
ווידעראמאל האט אליהו יואל איבעראשט מיט זיין גאר געלונגענע ארטיקל אינעם מאמענט וועגן לב טהור

בן ישי » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:25 pm

· #466950
כל הכבוד פאר דעם ארטיקל!
ער שרייבט זייער קלאר אפאר מאל אז ער איז נישט געגאנגען אויף א פארש ארטיקל נאר אז ער האט געהאט א געלעגענהייט זיי צו זעהן פון דער נאנט און איבערשלאפן א נאכט דארט האט ער עס אויסגענוצט און ער פארציילט וואס ער האט געזעהן און מיטגעהאלטן ביי זיין באזוך.

זייער אינטערסאנטע פרטים דארטן און גיט באשריבן נוסח ר' אליהו יואל.

בן ישי » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:30 pm

· #466951
איינס פון די אינטערסאנטע זאכן וואס ער פארציילט איז אז ער האט געבעטן צו מ'קען עם נעמען צום ציון פון די אלטע מנהיג און די יונגערמאן וואס האט עם ארומגעוויזן האט זיך ארויסגעדרייט דערפון, שפעטער האט עם גאלדמאן מסביר געווען אז זיי האבן נישט קיין געלט פאר א געהעריגע מציבה וכו' און זיי שעמען זיך עס צו ווייזן פאר אנדערע...

בן ישי » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 10:37 pm

· #466952
ווי אויך איז אינטערסאנט געווען צו ליינען פון הרב גליק אז א אנדערע מאמענט שרייבער איז געווען באזוכן ביי דעם היינטיגן מנהיג פון לב טהור צוזאמען מיט די אנדערע (5 אדער 6) יודן וואס זיצן שוין אין תפיסה פאר 2 יאר אין אמעריקע, און משום סיבות איז עס נישט געדריקט געווארן.

אגב וואס איז טאקע די מצב מיט זיי? זענען זיי שוין פאראורטיילט געווארן?

פאליטיקאנט » זונטאג פעברואר 14, 2021 2:29 am

· #466960
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל דערווייל, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיכער נישט אראפגעלייגט דעם כת נעגאטיוו... און לדעתי איז דאס א פגם אין די סענסיטיווע געפילן פון די ארויסגעראטעוועטע קרבנות, "כאילו אנדערש ווי זיי זאגן איז אויך דא שיינע זיטן צום קולט" אפי' ער שרייבט קלאר "דאס איז נאר וואס איך האב מיטגעהאלטן".

בן ישי » זונטאג פעברואר 14, 2021 2:49 am

· #466961
ליין דעם ארטיקל און איך מיין אז עס וועט דיר נישט אזוי באדערן נאכדעם.

ער שרייבט נישט צו זיי זענען גיט צו נישט, ער באשרייבט זיין נסיעה צו דעם פלאץ און וואס ער האט געזעהן.

תרמב » זונטאג פעברואר 14, 2021 9:27 am

· #466966
איך האב געמיינט אז איך וועל לייענען מער אינפארמאטיווע פאקטן, למעשה באשטייט רוב ארטיקל פון געקומען, געגאנגען, געגעסן, געשלאפן, וכדומה, וואס דאס קען מען שרייבן ווען מ’באזוכט א פלעינע קאנטרי אין די זומער אויך.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג פעברואר 14, 2021 3:40 pm

· #466988
כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....

בן ישי » זונטאג פעברואר 14, 2021 5:17 pm

· #466996
זופ מיט מאנדלען
כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....

אנטשילדיגט אבער עס זעהט נישט אויס ווי איר האט געליינט דעם ארטיקל פארן קריטיקירן. די אנדערע ארטיקלעך וואס איר דערמאנט איז נישט געווען געשריבן דורך הרב גליק.
יא ער באשרייבט זיין נסיעה און עס איז א חלק פון די ארטיקל (און מענטשן גלייכן די פרטים ווען עס ווערט געשריבן נוסח הרב גליק) אבער עס איז אויך דא אסאך אינטערסאנטע אינפערמאציע פון וואס ער האט אלץ מיטגעהאלטן ביים נסיעה.
(אגב, די כינוס ארטיקל איז געווען זייער שיין און די מסע המלכות ארטיקל האב איך בכלל נישט געגליכן)

בן ישי » זונטאג פעברואר 14, 2021 5:20 pm

· #466997
אגב דערמאנט ער אינעם ארטיקל אז ער האט אביסל געשמועסט מיט גאלדמאן און אנדערע בנוגע זייער סדר החיים און וועגן די טענות וואס מ'האט אויף זיי און ער וועט דאס באשרייבן אין א קומענדיגע ארטיקל.

סמבטיון » זונטאג פעברואר 14, 2021 6:21 pm

· #467010
אלטס א אייביגער ליינער און שטארקע שטיצער פון אליהו יואל, בין איך זייער דיסעפוינטעד אין אים, ווער עס ליינט זיינע ארטיקלעך ווייסט אז אין אים באבעלט א הארץ מיט מיליאנע הרגשים , איך ווער מעשיגע פאר זיין שפראך, און נאר וועגן אים קויף איך די מאמענט, וויאזוי ער האט זיך אראפ געלאזט צו אזא נידריגקייט איז ביאנד קאמפריהענטשן, פאר אבעסערע העדליין זיך צו פארקויפן די נשמה פאר די פאשאלטענע גרופע איז א זינד וואס קען נישט פארגעבן ווערן, איך גלייב אז מיט די ארטיקעל (וואס איך האב געליינט בד"א) האט ער אויפגערעגט גאר אסאך מענטשן , מענטשן וואס זייערע משפחות זענען ציפליקט געווארן א דאנק לב טהור, און קומטס מער נישט פארקויפן דע לאקשן אז ער שרייבט נאר וואס ער זעהט און געבט נישט זיינע מיינונגען, גיוו מי א ברעיק, זיי צו געבן בכלל א פלאטפארמע און א היימישע אויבגאבע דארף פארדאמט ווערן דורך יעדע רעכטדענקיגע פערזאן. א כאפטע רשעים וואס פייניגן קינדער פון יעדן עלטער, איהר שעמט זיך נישדט צו ריפן דעם סאדיסט וויינגארטן מיין חבר? אויב קומט אן צו דיר אליהו יואל מיינע ווערטער, וויל איך דיר זאגן האסט פארלוירן א ליינער און א שטארקע שטיצער,איך זיך נישט צו סראשענען , דו האסט מסתמא געניג ליינער, איך ברענג נאר ארויס א פוינט. בלי נדר נעם איך נישט קיין מאמענט אין מיין האנט אריין עני טיים סאאן.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 14, 2021 8:09 pm

· #467017
[ציטאט אראפגענומען]

נאכדעם האט ער ארויסגעגעיבן נאך א ווידיאוי ווי ער אנטשילדיגט זיך און זאגט אז ס'איז גאר א גיטע ארטיקל

@סמבטיון די חידוש פון הרב גליק איז אז ער האט געוויסט ווי צו גיין צווישן די טראפענעס ער איז א דזיניוס

תנא קמא » דינסטאג יאנואר 2, 2024 4:21 am

· #543269
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
דער בחור האט ארויסגעטשעקט פאר גוד?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:24 am

· #543270
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
אזוי שמועסט מען אין געוויסע פארומס :אומגלויבליך:

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 2, 2024 8:14 am

· #543280
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
קען איינער אריינקומען קלארער? רעזיגנירט פון מאמענט? פארוואס, פארווען?

אלע צוזאמען » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:27 am

· #543296
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
שרייב נישט קיין פריוואטע אינפארמאציע וועגן א יחיד, אמת'ע און אוודאי נישט נישט-אמת'ע.
מנהל

קליינע צדיק » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:29 am

· #543298
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
עס איז אזא פארלוסט
ער האט ארויפגעברענגט די מאענט פי כמה ןכמה סיי דורך זיינע אייגענע הערליכע ווערק, און שטיפן זיין וויזשען אין מאמענט,
און דורכדעם אימדירעקט געהויבן די גאנצע מארקעט
איך האב פראבירט מברר צו זיין מה קרה, אבער די עולם רעדט נישט, עס הערט זיך ווי א פארווייטאגטע פרשה

חב''ד הויזן » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:53 am

· #543304
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
אלע צוזאמען #
תנא קמא #
דער בחור האט ארויסגעטשעקט פאר גוד?
ער איז אין איין חברותא מיט ר’ פנחס גלויבער וואס זיכט אויך ארויסצוטשעקן פון די גשמיות’דיגע עולם.
פנחס איז געבליבן מיט אלע זיינע דשאבס און נאך צוגעלייגט נאך. אליהו יואל האט ארויסגעטשעקט פון דעם עולם בכלל.

עמקות התם » דינסטאג יאנואר 2, 2024 1:41 pm

· #543316
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.

שפילער » דינסטאג יאנואר 2, 2024 3:14 pm

· #543322
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
עמקות התם #
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.
נעה ער איז דאך נישט אינטערסירט אין די גאנצע זאך. וואס יא אפשר וועט ער אהערקימען און דא אויסגיסן זיינע טאלאנטן.........

אלפא » דינסטאג יאנואר 2, 2024 3:58 pm

· #543331
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
ב.ד.וו. פינחס גלויבער וואוינט היינטצוטאגס אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל?

עמקות התם » דינסטאג יאנואר 2, 2024 4:04 pm

· #543333
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
אלפא #
ב.ד.וו. פינחס גלויבער וואוינט היינטצוטאגס אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל?
ארץ ישראל שוין פאר א שיינע פאר יאר,
ער איז דאך א חובב ציון, איך מיין אז ער איז ג'ווען פין די חבורה פינעם הרב ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל יבדלח"ט בנו בכורו מניקלשבורג שליט"א.

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 2, 2024 4:29 pm

· #543338
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
שפילער #
עמקות התם #
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.
נעה ער איז דאך נישט אינטערסירט אין די גאנצע זאך. וואס יא אפשר וועט ער אהערקימען און דא אויסגיסן זיינע טאלאנטן.........
נא אפשר וועט ער קען אוועקשטעלן די וועקער השלישי?

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 2, 2024 6:20 pm

· #543377
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
סתם שקרים וכזבים וואס פארט דא ארום. יעדער ווייסט סיי וועלכע ארבעט אין אידישע ליטעראטור איז מער ווייניגער א סטאטוס אין כבוד ווי איידער א דיסענט פארדינסט. דעריבער איז אליהו יאול'ס פרעשור געווען צו גרויס ציווישן אנדערע אינקאם'ס און רעספאנסיביליטיס און ער האט עס געדארפט לאזן לויפן. ווען ער וועט האבן צייט פאר כבוד, אדער ווען עס וועט ווערט זיין די פארדינסטן וועט ער לכאורה זיין צוריק אין אזא פאזיציע.

ס'האנדלט זיך דא פון איינער א יחיד פערזענליך און מ'פארקויפט סתם שקר פארן ציבור. נאַט נייס.

גראדע איז דער חברותא'שאפט חלק 'אויך' שקר. אפשר האט פנחס גלויבער א חברותא וואס האט געטרינקן אויף א פארם אדער אפשר האסטו געטרינקן. אבער אליהו יואל גליק איז נישט גלויבערס חברותא.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2024 10:24 pm

· #543407
Re:
בן ישי #
זופ מיט מאנדלען
כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....
אנטשילדיגט אבער עס זעהט נישט אויס ווי איר האט געליינט דעם ארטיקל פארן קריטיקירן. די אנדערע ארטיקלעך וואס איר דערמאנט איז נישט געווען געשריבן דורך הרב גליק.
יא ער באשרייבט זיין נסיעה און עס איז א חלק פון די ארטיקל (און מענטשן גלייכן די פרטים ווען עס ווערט געשריבן נוסח הרב גליק) אבער עס איז אויך דא אסאך אינטערסאנטע אינפערמאציע פון וואס ער האט אלץ מיטגעהאלטן ביים נסיעה.
(אגב, די כינוס ארטיקל איז געווען זייער שיין און די מסע המלכות ארטיקל האב איך בכלל נישט געגליכן)
אפשר איז ביים "מסע המלכות" ארטיקל "יא" געווען א ביסל "אונטערגעשמירטע". פי. אר.

נאר זיינע (אליהו יואל'ס) ארטיקלען וואו ער פארט ארום און באזוכט אלע אידישע קהילות אין אמעריקע און אינטערוויוט די מנהיגים און די פשוט'ע מענטשן. דאס באנעמט מיך עד נימי נפשי און איך בלייב זיצן און טראכטן א סאך מאל פאר שעות. דאס איז די בעסטע חלק פון מאמענט. און פון זיין שרייבן.

טאמבל סאס » זונטאג פעברואר 25, 2024 2:17 pm

· #551205
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
שמעתי מתחת הכסת אז עפעס איז דא א סכסוך צווישן די משפחה וועלכע פינאנצירט די מאמענט, און די רב המכשיר, וועלכער איז אויך פון די בני המשפחה? איינער קען באשטעטיגן?

מר. קלונימוס » זונטאג פעברואר 25, 2024 2:33 pm

· #551210
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
ווער פינאנצירט עס

עמרם » זונטאג פעברואר 25, 2024 2:35 pm

· #551211
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
און ווער איז די רב המכשיר ?

טאמבל סאס » זונטאג פעברואר 25, 2024 2:48 pm

· #551215
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
אך ווייס נישט. אך זאג נאר וואס כ'האב געהערט. די שאלות פרעג איך דא..

האניג » זונטאג פעברואר 25, 2024 6:18 pm

· #551252
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
ווי ווייט איך ווייס באלאנגט מאמענט פאר (איינס אדער מער פון) די קינדער פון הרב שמואל דוד פריעדמאן, בשותפות מיט יואלי קרויס.
א הכשר איז דען דא אויף מאמענט?
בלאט: 1 2