☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלטע געשעפטן

אלטע געשעפטן

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4188

האלאנד » זונטאג יוני 30, 2013 9:42 pm

· #129464
אלטע געשעפטן
איך האב דורך געבליקט אין מיינע אלטע ליינען מאטריעל. פון דרייסיג יאר צוריק .און סאינטרסאנט צו וויסן וועלכע.סטארס זענען נאך אפען און וועלכע זענען שוין נישט דא .און ווער סווייסט פין נאך זאל מיטטיילן מיט די עולם איז אזוי
ווערצבערגער טשיער רענטל ???איז נאך דא
???? קאר סערוויס שלום שניצלער???
סויבל שטריימליך.
פון נישט געשטיקלטע שפיצן אברהם דוד קעפעטש ?????
שטריימל איינהארן??.
וויליאמסבארג סערוויס סטעישן יוסל שארמאשער??. ...
די ערשטע שומר שבת געיז סטעישן. סעוון טוועלף ווייט עווניא??? ..
נייע קארס און טראקס מענדל הענדלער..

עני אינפוי ???

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 9:46 pm

· #129465
ווערצבערגער טשיער רענטל איז נאך דא

די שומר שבת גאז שטעישען איז אויך דא לכאורה איז עס לאנדאו געטטי

האלאנד » זונטאג יוני 30, 2013 9:50 pm

· #129466
עפעס קאר איז נאך אפען??? די שענסטע פירענג הערשל פאלקאוויטש??

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 9:54 pm

· #129470
עפעס איז נאך אפען

קאמענטירער » זונטאג יוני 30, 2013 9:59 pm

· #129475
כ׳ווייס נישט צו ״עפעס קאר סערוויס״ איז נאך אין ביזנעס אבער דאס איז זיכער אז אין פראנט פון די ״עפעס״ בודקע שטייען נאכאלץ די פאר רוסקיס מיט די דיקע ציגאר אין מויל און שפילען-האקען די באקאנטע קאר סערוויס. געים...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 10:09 pm

· #129487
זרח אור בחושך

שווייצער חתונה פלאן

קינות גירושין » זונטאג יוני 30, 2013 10:32 pm

· #129496
ערעב יוסל שארמשער איז נאך אלס ארייונד איך מיין ער טוט נאך קאר סערוויס כמיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך מעראנצעןזאפט די ביזט אין? 

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 10:33 pm

· #129497
יא, ער האט א היסטאריע, ער איז לעגענדאר. אנגעהויבן פון די עירליין און די שארמאשע ריידס און די באסעס און וואס נישט

קינות גירושין » זונטאג יוני 30, 2013 10:36 pm

· #129502
איינער האט מיר פארקויפט אז ער איז די ערשטער וואס אויפגעקומען מיט די געדאנק פון קאר סערוויס האט דאס א מקור אדער סאיז ב״ש??

האלאנד » זונטאג יוני 30, 2013 10:40 pm

· #129503
ווער איז ברוך שמשון יוסל שארמאשער האב איך געקענט אבער ברוך שמשון?

האלאנד » זונטאג יוני 30, 2013 10:49 pm

· #129505
יוסל.שארמרשער זעה איך עדווערטייזט פינף אין פיפציג סענט א גאאלן קוקט אויס ער האט געהאט א געיז סטעישן מיט די ריפער

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 10:51 pm

· #129506
קאווע טרינקער
זרח אור בחושך

שווייצער חתונה פלאן

זרח אור איז שוין אן עלטערער איד, א הייסע סקולענער חסיד, הי"ו.:שווייצער חתונה פלאן? ס'איז שוין דא בעסערע, מער סאפיסטיקעיטעד קאן געימס (פי'. וויאזוי ארויסצונאר'ן געלט פון תמימות'דיגע מענטשן וועלכע ווילן שנעל רייך ווערן.(

קינות גירושין » זונטאג יוני 30, 2013 10:54 pm

· #129508
למעשה מיין טאטע האט חתונה געמאכט אלע קינדער בריוח פון די שווייצע חתונה פלאן
די רחמנות איז אויף אונז וואס האבן נישט די פלענער און מוזען חתונה מאכען די זעלבע סדענדערט וואס אונזער עלטערן און איר עלטערן האבען מיט אזא רשעות איינגעפירט אן קיין רחמנות

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 12:29 am

· #129557
זר זהב
די שומר שבת גאז שטעישען איז אויך דא לכאורה איז עס לאנדאו געטטי

די געז סטעישאן געטטי איז אויף קענט, אויף ווייט איז אמאל געווען א געז סטעישאן מער ווי 20 יאר צוריק, און מ׳האט געבויעט דארט די הייזער וואס גייען אריין און ארויס, זיג זעג בלע״ז....

גוטע פינטעלך » מאנטאג יולי 1, 2013 12:43 am

· #129566
יוס'ל שארמאשער האט לעצטענס (א פאר יאר) אנגעהויבען א בלומען ביזנעס, פארקויפען ביי מקוואות און אויפן גאס מיט גרויסע טאוולען "וחי אחיך עמך".

ווי אויך טוט ער נאך 'קאר סערויס'. איך מייך אז זומער איז ער אין די בערג און טוט דארט ביזנעס, ווייל זיין ווייב איז (אדער פלעגט זיין ביז לעצטענס) די מקוה אידענע און לפידות.

וואויל איז זיין חלק וואס ער איז נאך מקיים אין די יארען 'יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך'.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2013 9:18 pm

· #132016
קינות גירושין
איינער האט מיר פארקויפט אז ער איז די ערשטער וואס אויפגעקומען מיט די געדאנק פון קאר סערוויס האט דאס א מקור אדער סאיז ב״ש??

אין וויליאמסבורג, מייניך איז ער געוועין דער ערשטער וועלכער האט אדורכגעפיהרט דעם געדאנק. ❓

פרישער » מיטוואך יולי 10, 2013 10:47 am

· #132105
זאפיר'ס דרייגוד סטאר אויף בעדפארד קארנער העוועס געהייסען האט ער מארסי דרייגוד

ווען מען איז דארטן אריין האט ער געזאגט א תורה,

גליק'ס דרייגוד אויף דעוועיזען ביי ראבליג קליימער א פארגאנגענהייט

מרכז קאר סערוויס אויף ווייט נעבעך דארטן דערשאסען געווארן יהא זכרו ברוך

ער האט געהאט זיין פלעיס פאר דעים אויף בעדפארד הארט נעיבן זאפיר דערנאך איז עס געווארן האכייזער'ס באזאר וואס האט דארטן פארקויפט פון סקול סאפליי ביז זילבער שטיקער, אויך א פארגאענגענהייט, דערנאך א שיך סטאר, היינט א קלינערס.

ווער געדעינקט מענדלאוויטש גראסערי אויף בעדפארד צווישען יוס און פען,

פילופס גראסערי, פען קארנער מאסרי.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 11:06 am

· #132110
פילאפס גראסערי געדענק איך גוט,
און וואס איז מיט ניימאנ'ס גראסערי די אנדערע זייט גאס, העריסאן קארנער פען?
כ'געדענק נאך גוט דעם בעה"ב ר' ישראל ניימאן ע"ה, א צדיק פון א איד, געדאווענט אין קיוויאשד ביהמ"ד דערנעבן,
ווען מען איז אריינגעקומען צונעם אין געשעפט צו האט ער כסדר געהאט א גוט ווארט נאכצוזאגן, און אויב האסטו זיך פארהערט ביי אים א משנה האסטו באקומען א דעינעש... אוי, גוטע צייטן געווען.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 1:45 am

· #487302
קינות גירושין
ערעב יוסל שארמשער איז נאך אלס ארייונד איך מיין ער טוט נאך קאר סערוויס כמיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך מעראנצעןזאפט די ביזט אין? 

בד"ה
יעצט לאחר פטירתו הערט מען אסאך מעשיות פון אים וואס קאסט א שמייכל.
וואלט געווען אינטערעסאנט איינער זאל עפענען אן אשכול און דער עולם זאל מיטטיילן זכרונות.
ווער גייט פתיחה?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 1:57 am

· #487305
און זיין שוועסטער, שרה. פארדינט א גאנצן בוך מיט באשרייבונגען פון איהר (גאר אינטרססאנטן) לעבן. איך געדענק מער וי איינמאל זי איז אריינגעקומען צווישן די מענער ביי א חתונה. און קאלעקטעד געלט. אריין אין איהר פאקעטבוק...! אויך פלעגט זי שטיין ביי די טיר (מענער זייט) ביי חתונות...!

ס'איז בשעתו ארומגעגאנגען א זיס ווערטל. זי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט (נאך בחייו פון רביה"ק זי"ע) אז זי וואלט זיך געוואלט גט'ן פון איהר מאן און נאכאמאל חתונה האבן. ווען רביה"ק איז איהר מסדר קידושין... ווען די רבי האט געהערט פון איהר בקשה האט ער געזאגט ( מיט א שמייכל) אז ער איז איהר מייעץ זי זאלל עס נישט טון. ווייל אפשר וועט איהר מאן זי נישט וועלן צוריקנעמען...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:46 am

· #487316
הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס

שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו

משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין

אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען

מעכיל טאי סטאר

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:57 am

· #487331
שרה שארמאשער
זי פלעגט קומען אין קעמפ און בעהטן פון די מיידלעך געלט צוזאגנדיג דערביי גרויסע ישועות ווייל זי האט דעם כח פונעם רבי’ן ווייל זי טראגט דעם רבינ’ס "גאטשעס" וואס זי האט באקומען פון די רעבעצין... און זי פלעגט ווייזען אז זי טראגט עס טאקע

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:03 pm

· #487332
שמחה'לע קאפשטיק:...שברים, תרועה. לאל, לאל, לאל...!

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:15 pm

· #487333
פאלאצ'ינטא
הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס

שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו

משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין

אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען

מעכיל טאי סטאר

פאלאצ'ינטא: ר' משה האפפמאן איז געווען זייער שטארק נערוועז פאר א גוטע סיבה. ער האט א סאך איבערגעלעבט ביי די וועלט מלחמה. ער איז אויך געווען א..."קאפאו"...אבער א גוטער. א סאך געהאלפן פאר זיינע אידישע ברודער. ער פלעגט זיך דרייען אין די קאך און מיט מסי"נ ארויסגעגנב'עט א פאטעיטא דא און א מאייער דארט. און געברענגט פאר זיינע אויסגעהונגערטע אידישע ברודער און שוועסטער...זכותו יגן עלינו...!

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:46 pm

· #487337
שמעקעדיג
פילאפס גראסערי געדענק איך גוט,
און וואס איז מיט ניימאנ'ס גראסערי די אנדערע זייט גאס, העריסאן קארנער פען?חחח
כ'געדענק נאך גוט דעם בעה"ב ר' ישראל ניימאן (ע"ה) שליט"א, א צדיק פון א איד, געדאווענט אין קיוויאשד ביהמ"ד דערנעבן,
ווען מען איז אריינגעקומען צונעם אין געשעפט צו האט ער כסדר געהאט א גוט ווארט נאכצוזאגן, און אויב האסטו זיך פארהערט ביי אים א משנה האסטו באקומען א דעינעש... אוי, גוטע צייטן געווען.

היום 9 יאר נאך די תגובה לעבט ער נאך לאויש"ט

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:48 pm

· #487338
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא
הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס

שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו

משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין

אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען

מעכיל טאי סטאר

פאלאצ'ינטא: ר' משה האפפמאן איז געווען זייער שטארק נערוועז פאר א גוטע סיבה. ער האט א סאך איבערגעלעבט ביי די וועלט מלחמה. ער איז אויך געווען א..."קאפאו"...אבער א גוטער. א סאך געהאלפן פאר זיינע אידישע ברודער. ער פלעגט זיך דרייען אין די קאך און מיט מסי"נ ארויסגעגנב'עט א פאטעיטא דא און א מאייער דארט. און געברענגט פאר זיינע אויסגעהונגערטע אידישע ברודער און שוועסטער...זכותו יגן עלינו...!


אויך האט ער געגרינדעט די ערשטע חברה שומרים אין וומסב"ג נאכ׳ן זען א איד ליגט אויף די פלאר צוקלאפט פון א גוי