אין יו"ט'דיגן קיאסק
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12589
אין יו"ט'דיגן קיאסק
די מאגאזינען למיניהם זענען אלע אינדרויסן מיט פארגרעסטע ביילאגעס און פארמערטע צאל בלעטער ווי קיינמאל בעפאר, אין צוגאב איז צוגעקומען דריי נייע מאגאזינען צום נייעם יאר.
איך עפן דעם אשכול פאר אן איבערזיכט אין קיאסק, א קריטישע אויג אויף די ליטערארישע ווארע פון היי יעריגן סוכות סעזאן.
שעמט אייך נישט מיטצווטיילן אייערע הערות'לעך, קריטיק אבזערוואציעס אדער אייער הנאה פון סיי וועלכן ארטיקל, פראיעקט, קאלום, ביילאגע איר ליינט אין סיי וועלכן יו"ט נומער פון סיי וועלכן אויסגאבע, אנגעהויבן פון דאס אידישע ליכט און געענדיגט ביי אונזער וועקער.
מען האלט נאך בעפאר יום טוב, און איך האב נאכנישט געליינט אלעס, אבער פון מיין ערשטע בליק שטייט אונזער ״וועקער״ איבער אלעם. רייך אינטערעסאנט, און מעכטיג.
וואס באדערט מיר פון די מאמענט איז אז זיי האבן 5 ארטיקלעך איבער רבנים. קרם אן, איינס וואלט געווען גענוג, צוויי וואלט מען דורכגעשטופט, אבער 5? פאר וועלכע סיבה.
די וואך בילדער אויסגאבע האב איך שטארק הנאה געהאט פון זייער בילדער קאלום ״יום שכולו שבת״ ווי זיי האבן פאטאגרעפירט 24 שעה אין שומר שבת אין בארא פארק.
#1
לאנג לעבן זאל קאנקורענץ
"בליק" און "וואך" זענען ווי באקאנט אין ביטערן קאנקורענץ וואס ברענגט אז זיי זענען אין געיעג נאך באמבאסטישע אויפרייסן (!) וואס זאל איבערששטייגן איינער דעם אנדערן.
דער ריוח איז געוויס פארן קליענט, די וואך האב איך נאכנישט עספיעט צו ליינען אבער אין בליק האב איך באגעגנט א גאר ווערטפולע פראיעקט, א הונדערט בלעטערדיגע איבערזיכט איבער דער הווה און עבר פון איסט סייד, דער געוועזענער ירושלים דאמעריקע איידער וויליאמסבורג האט איבערגענומען זיין ארט.
די ביילאגע איז פון גאר הויכן קוואליטעט, סיי בכמות און סיי באיכות, כמעט וואס לא נראה כבושם הזה, מיט בלעטער אויף בלעטער אנגעשטאפט מיט רייכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען און אין באגלייטונג פון אטעם פארכאפנדע בילדער. דער פראיעקט איז אהערגעשטעלט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער.
זילבער האט זיך שוין לאנג באקאנט געמאכט אלס א זעלטענער כתבא רבה, דענקער און היסטאריקער בשורה הראשונה. זיינע רייכע ארטיקלען און פראיעקטן זענען שוין ערשינען אין דער פארגאנגענהייט אין קינדליין און מאמענט צווישן אנדערע. אין א לעצטיגן אינטערוויו האט ער אויך אנטפלעקט אז ער איז געווען אינטעגראל אין תוכנפולער "ידעתי" אויסגאבע פארלאפענעם פסח וועמענס זון איז ליידער פריצייטיג אונטערגעגאנגען.
#2
קריגל איז האלב פול
מתחילה האב איך נישט גערעכנט צו קריטיקירן קנקן, נעמענדיג אין באטראכט אז עס טראגט דעם נאמען פון א יחיד, אבער ליינענדיג דעם עקסטרעם פאזיטיוון און לדעתי איבערגעטריבענעם איבערזיכט אויף קנקן אין וועקער וועל איך עס באלאנסירן מיט מיינע איבערזיכטן. כ'פארשטיי אז לערנער האט געזוכט די פאזיטיווע זייט וועלנדיג געבן דעם שאנס, אבער דאך קען מען נישט איגנארירן עלאמענטארע פעלערן און די קאנסטראקטיוו קריטיק דארף געזאגט ווערן.
כ'האב גערעדט מיט נאך מבינים און געהערט דאס זעלביגע, דער קנקן איז קלאר נישט נאכגעקומען די ערווארטונגען. נישט נאר די הויכע ערווארטונגען פון בעטן חי שלמים, אריינשטעלן אין ספרים שאפע, די זעלבסט פראקלאמאציע אז עס קומט "אריגינעלע פארש ארבעט" און די פילצאליגע אנדייטונגען במישרין ובעקיפין אז די האלי-גרעיל גייט לאנדן און ס'קומט ענדליך די ענדגילטיגע ישועה פאר די היימיש ליטערארישע וועלט, נאר איך רעד פון די פשוטע ערווארטונגען וואס עס ערווארט זיך פון סיי וועלכע אויסגאבע וואס סערווירט סיי וועלכע מאטעריאל, אז די ניווא זאל פשוט נאכקומען די געווענליכע נארמאלע סטאנדארט.
פותחין בשבח, איך בין איינשטימיג מיט לערנער אז דער עצם ערשיינונג פון קנקן איז באגריסנדווערד, און דעם רעדאקטאר קומט זיך אסאך קרעדיט פאר זיין גוטן ווילן, פאר די שיינע גראפיקס און פאר אלעם גוט וואס קנקן ענטהאלט.
דא עקא, איז אבער דער פראיעקט לעת עתה שטארק געשלאגן בחסר ויתר.
קודם כל האב איך גרויס ביקורת אויף דער שפראך פון קנקן. לערנער מאכט אוועק דעם שפראך סטיל באקרוינענדיג דאס אלס א זשאנער, א גאליציאנער אידיש (האט מען אין גאליציע געשריבן "עם" אנשטאט "אים"?); כ'בין נישט באהאוונט אין דער אריגין פון שפראך און דיאלעקט אבער שרייבן אין אן אויסשפראך אנדערש ווי געוווענליך אידיש ליינער זענען געוואוינט איז נישט קיין אויסגעהאלטענער מהלך, פונקט ווי קיינער וועט נישט נוצן א דייטיש אידיש פון צאינה וראינה אין די פריע ניינצן הונדערט יארן. אויך זאל מיר דער מגיה כללי אנטשולדיגן אבער אויסער טייפאס איז נישטא קיין איין גראמאטיש אויסגעהאלטענע פאראגראף אין דעם גאנצן חיבור.
בלאט נאך בלאט זעט מען אז דאס איז נישט דורך די האנט פון א פראפעסיאנאל און איז געשריבן דורך אן אמאטור. ער הויבט אן דעם פארווארט און באלד איז ער אויף דעפענסיווע צי דער יעצטיגער אויסשטעל פון קנקן גייט זיין דער צוקונפט אדער נישט. אין ערשטן מאמר איבער דעם זונ'ס געבורטסטאג האב איך געטראפן כשרון און אפילו אפנהארציגקייט מיט'ן מיטטיילן א פערזענליכע אנעקדאט, אבער צום סוף קומען זיך די דריי דימענסיעס (ספק שהחיינו, ספק בר מצוה, ספק מאגאזין) נישט גענוג גוט צוזאם, סיידן שוואנצונעס אז הלכה'דיגע שאלה איז אנטשידן געווארן דורך אדמו"ר מבאבוב, נישט דער העכסטער אויטעריטעט פאר א הלכה'דיגן ספק, און א שטיקל רענט קעגן אלע צייטונגען און אז קנקן גייט זיין די לעזונג.
בכלל מאנגלט קנקן אין רעדאגירונג און עס פעלט קאמפאזיציע אין די פאראגראפן וואס מאכט עס זאל זיך נישט ליינען פליסיג. כ'האב שווער געקענט קאנצענטרירן ביים ליינען דער קבלת שבת ארטיקל, און אינמיטן א היסטארישע שילדערונג איבער דער חיד"א אין טיר גארטן פלירט ער מיט די ליינער איבער דעם זיידנס עלטער זיידנס חול המועד האלטן. אינמיטן דער קבלת שבת מחקר פארט ער אריין אין פסודא-סייענס פארוואס די פאטשערייען ביי בואי בשלום איז שטערקער ווי ביי כל נדרי (טומער א טובה), די טענץ זענען אפילו שטערקער ווי די זיבעטע הקפה שמחת תורה (זינט ווען איז דער זיבעטער הקפה אן עסק?) און שטעלט אוועק אן אבן מוסד אז ביי מזמור שיר ליום השבת שמועסט קיינער נישט אין שול (אין מיין ביהמ"ד איז גראדע יא דא א שמועסער).
בלעטערנדיג הין און צוריק האב איך שווער געקענט אידענטיפיצירן דעם אוידיענץ, געוויסע קאפיטלען האבן מיר צוריקגעטראגן אין כיתה ח' אדער שפעטסטנס שיעור א', אן אפעל אין פאדאווע איז פשוטע טייטש איבערזעצונג אויף א הלכה'דיגע שאלה וואס מ'טרעפט טויזנטער אזעלכע אין די תשובות; דער מאמר איבער שהחיינו האט מיר דערמאנט פון א בר מצוה פשעטל פון א 12 יעריג בחורל אין אידיש, אבער נאר די ערשטע האלב, גמרא און ראשונים אין טייטש, אן די כאפ און אויספיר פון רבי עקיבא אייגער...
ליבלי הילשאו איז געשיכטע אויף קינדליין שטייגער (אן די כמו פראפעסיאנאלע רעדאגירונג פון קינדליין) נישט קיין קאפיטל היסטאריע; אף ברי איז קיין פיוט קאלום נאר טייטש אויף בלויז צוויי בתים פון זעקס. ווילסט טייטשן דעם פיוט אין אידיש, זייער געניאל, אבער ענדיג צו.
דער כראניק איבער דעם לבוש קומט נישט נאך די סטאנדארטן פון א פשוטן תולדות געשריבן אין דער איד דורך ר' יעקב יהושע וויינשטאק אדער אין דער בלאט דורך ברכי' אילאוויטש. איך פארשטיי אז ער ווארפט אריין קענדיס דא און דארט, אריגינעלע נאטיצלעך, בילדעלעך, פוס נאטיצן און דאס גלייכן, אבער דאס קען נישט קומען אויפ'ן חשבון אז אן ארטיקל דארף האבן א ראש תוך און סוף, און כאטש מינימאל דעקן די נושא וואס עס בארירט. בכלל פעלט קאליר, אלע ארטיקלען דעקן די זעלבע תקופה, זענען אויפ'ן זעלבן שניט און מיט ענליכן תוכן, דער טויש איז בלויז אין קאלום נאמען. דער חיד"א אין טיר גארטן איז א האלבע אומפראפעסיאנאלע ארבעט, ס'וואלט געווען א שיינע אנעקדאט ווען עס קומט מיט א מחקר איבער דעם טיר גארטן, אדער אן איבערזיכט אויף די דראמאטישע רייזעס פון חיד"א. אזוי איז עס אן איינציג פאר'יתומ'ט שטיקל הערינג אויפ'ן געהענגל, מאכט נישט קלוגער דעם ליינער צופיל און מאנגלט אין קאנטעקסט.
ווי א קאמישער אויספיר צום סוף ענדיגט זיך דער קנקן מיט'ן עלטסטן אקסי-מאראן אין דער היסטאריע, אז מיר האפן אז די הצלחה וועט נאך זיין העכער אלע ערווארטונגען...
די גרעסטע פרעכקייט איז אנפילן א 108 זייטיגע אויסגאבע מיט 24 בלעטער אין לשון קודש איבער דער יחוס פון מהר"ל, ס'ווייזט א היבשע אראגאנץ פון רעדאקטאר און אפילו חוצפא, צו ווידמען אזויפיל ארט, אין אזא טייערע אויסגאבע, פאר עפעס וואס אזוי ווייניג האבן דערין אינטערעסע פשוט אז עס זאל נישט זיצן אין קאמפיוטער, ווי דער רעדאקטאר האט זיך פארענטפערט.
אונטערשטע שורה, קנקן האט קלאר אריגינעלקייטן אבער דערווייל קומט עס נישט נאך די ניווא פון א פשוטן רעדאגירטן צייטונגס ארטיקל אדער א חסידיש געשריבענעם מחקר איבער סיי וועלכע טעמע אין א קובץ; דער רעדאקטאר איז קלאר א טאלאנטפולער יונגערמאן מיט א פיס אין אונזער רייכן עבר, און קנקן האט אסאך פאטענציאל טאמער דער רעדאקטאר וועט ארויסקריכן אביסל פון אייגענעם קעסטל, זיך לאזן לערנען, אריינמישן מענטשן מיט ערפארונג און נישט זינגען דעם מיי-וועי-אר-די-היי-וועי-לידל אויף אזא הויכן טאן.
קאווע קריטיקאין בליק האב איך באגעגנט א גאר ווערטפולע פראיעקט, א הונדערט בלעטערדיגע איבערזיכט איבער דער הווה און עבר פון איסט סייד, דער געוועזענער ירושלים דאמעריקע איידער וויליאמסבורג האט איבערגענומען זיין ארט.
די ביילאגע איז פון גאר הויכן קוואליטעט, סיי בכמות און סיי באיכות, כמעט וואס לא נראה כבושם הזה, מיט בלעטער אויף בלעטער אנגעשטאפט מיט רייכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען און אין באגלייטונג פון אטעם פארכאפנדע בילדער. דער פראיעקט איז אהערגעשטעלט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער.
איך האב טאקע געקויפט די בליק נאך וואס איך האב געהערט פון די פראיעקט. ס'איז א הערליכע ארבעט, איך דערווייל אדורך געליינט האלב. עס איז זייער אינהאלטסרייך, דעטאלירט און אינטערסאנט.
קאווע קריטיק#2
קריגל איז האלב פול
אמן, וכן יהי רצון. מסכים מיט יעדע ווארט.
באלד אויפן שער-בלאט כאפט ער א שמועס מיט די ליינער. נו נו, כל זמן שמזקיני"ן...
כ'האב זיך באלד דערמאנט אין זיין אדמו"ר הפוסק, דפסיק פומי' מגירסא, מיט וועמען כ'בין אמאל געפארן צוזאמען אין אן אויטא, ווען ער האט פארדרייעט דעם דרייווער א קאפ צי מען קען נישט באקומען א שטראפע...
האמת אגיד, כ'מיין נישט אים, כ'מיין זיך. כ'האב שטארק ארויסגעקוקט דערויף, און געהאפט דארט אריינצולייגען א היסטארישע סוגיא וואס כ'האב לעצטענס געלערנט.
ווי זאגט ער, אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. (אה... זיינע גע'הרג'עטע מליצות, תסתכל בקנקן מה שיש בו.)
יא איך מיין אז די ווארט אז קונקערענץ ברענגט ביזנעס קען מען יעצט סט טאקע סכות שטארק דערקענען ווען יעדער פראבירט צו צושטעלען אינטערעסאנטע זאכן
#3
ארי נוהם
האט געשריבן א רעצענזיע בלויז פון דעקל פון "אינטערעסאנט", איך האב עס יא געקויפט און געליינט וועל איך דורכלויפן די בלעטער מיט א קריטישע אויג.
די ערשטע זאך האב איך ווי נאטירליך געליינט דעם אריינפיר, צו פרובירן כאפן דעם דופק און געדאנקענגאנג פון די ארויסגעבער און וואס איז די וויזיע און ווי עס שיינט מוטשעט זיך דער רעדאקטאר מיט קאמפריהענסיע צו פארשטיין און פארשטיין געבן וואס ער וויל און וואס ער טוט. אויך זעט זיך א שטארקע פאראנויע אז מ'זאל אים חלילה נישט אפ'פסל'ען. אויך וויל ער שטארק איבערצייגן די ליינער איבער זיין אויסגעהאלטנקייט און מיט א שטארקע איבערצייגונג אז דאס איז די סאמע וויכטיגסטע פאקטאר פאר אים.
ער הויבט אן מיט'ן איבערגענוצטן ווארט אז ביכל איז ראשי תיבות כל באי' לא ישובון וואס ער ברענגט פון ויואל משה (דער ויואל משה אליין שענקט עס פאר "דורשי רשומות"), ער ברענגט ארויס אז מאנכע אויסגאבעס דרוקן ציונות און זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, אין אידיש איז טאקע נישטא דער פראבלעם (איז דאך גוט) אבער אין ענגליש יא (דעמאלט גיב ארויס א מאגאזין אין ענגליש).
ער פירט אויס אז ער לייגט א דגוש אויף הגהה (נאך א מזל) בשעת וואס ער כאפט אריין א גראמאטישן גרייז אין זעלבן פאראגראף שרייבנדיג "ארטיקלן" (עס קומט "ארטיקלען" ווי דער כלל איז אלעמאל ווען א קאנסאנאנט לויפט בעפאר א ל' און דערנאך דער עי'. נאך ביישפילן זענען קווענקלען, מעקלען ועוד) און שליסט זיינע ווערטער מיט דער געווענליכער הבטחה צו מעלין בקודש זיין מיט נאך אינטערעסאנטע ארטיקלען. דער מאגאזין האט שוין אצינד, פאפיר, טינט, כשרות, הגה. וויזיע? נישט אזוי קלאר.
א גרויס טייל פון די ארטיקלען זענען ריין תורה'דיג און צוויי קאלומס הרב מלאך און הרב מייזעלס זענען שטארק גליונות סטיל. די שאלה איז צו מענטשן דערווארטן גליונות סטיל חומר אין א מאגאזין נאכדערצו וואס געווענליך באקומט מען די מאטעריאל פאר אומזיסט. הרב מייזעלס קאלום האט נאך א פראבלעם, אז ס'איז נפלאות הבורא צוזאמגענומען פון ספרים, ווילאנג מ'שרייבט עס אין לשון קודש און עס איז אין ספרים שאנק פארשטייט יעדער אז ס'איז לויט דער אינפארמאציע וואס איז דעמאלט געווען באוואוסט וכדו', איינמאל מטייטשט עס איבער אויף אידיש און מ'נעמט אלטע מיטאסן און סתם שטותים און מ'שטעלט עס פאר ווי פאקטן, ווערט א פראבלעם. הרב מלאכ'ס קאלום האט א פראבלעם אז זיינע שיעורים זענען דא צו באקומען אין געדרוקטן פארמאט וועכנטליך.
כ'האב מיך נישט גענומען די מי דורכצוליינען דעם ארטיקל פון חפץ חיים בעיון ווייל אויסער וואס נוהם שרייבט איז עס אויסגעדראשן און אלט און איז גארנישט נתחדש געווארן יעצט, איז די טעמע מתחילה נישט געווען קיין טעמע, ווען נישט דער באקאנטער ליאזנער בעקער וועלכער איז הוחזק שקרן און טענה'ט אויף א בילד פון ר' משה'עלע שינאווער (מיט א פלאטשיקן הוט) אז דאס איז גאר דער חפץ חיים, און דערנאך וואס ס'איז ארויסגעקומען די ווידעא פון חפץ חיים (פיר יאר צוריק) האט די גאנצע וועלט געזען אז נישט נאר ער איז א בלאפער נאר אויך א משוגענער טענה'נדיג אז די ווידעא איז גאר א ראי' צו אים.
דער אינטערוויו מיט חיים ארוכים האף איז באצאלט, ווייל מ'טאר (כמעט) קיינמאל נישט דרוקן קיין סעלף פראמאטעד ארגאניזאציעס אדער נאן פראפעטס וואס האבן א מארקעט בודזשעט אויב קריגט מען נישט באצאלט.
ווען אימער א רעדאקטאר גיט ארויס א מאגאזין מוז ער זיך אליין ענטפערן די שאלה וועלכער חלל ער טוט ערפילן? אינטערעסאנט האט געמאכט א קלארע ארגומענט פארוואס עס איז נישט קיין פראבלעם דאס צו קויפן, ווייל עס האט נישט קיין ציונות. אבער דאס אליין איז נישט גענוג מאסגעבנד, און א סיבה פארוואס נישט איז נישט גענוג סיבה פארוואס יא, אויסער דעם פאקט אז עס איז דא נאך אויסגאבעס וואס האבן נישט קיין ציונות.
דער רעדאקטאר זאל זיך שטעלן אין שפיגל און אליין פרעגן די פראגע וואס האב איך געברענגט ניי צום טיש וואס איז נאכנישט דא אין "דער איד" אדער אין די אומזיסטע גליונות לכבוד שבת. נאך וואס ער קומט ער אויף מיט עפעס פריש דארף ער זיך פרעגן די צווייטע פראגע, צי איז דא א קליענטעל דערפאר, און די דריטע פראגע צי דער קליענטעל איז גענוג גרויס אז ער זאל קענען אנגיין פאר'ן לאנגן טערמין.
די טעמעס ארטיקלען און קאלומס וועלן אין צוקונפט מוזן זיין גענוג ניי, גענוג לייכט (דער ארטיקל איבער מחזור המפורש איז אן אויסמוטשענדע געליין איבער פיוט) און גענוג אריגינעל אז עס זאל נאכקומען דעם נאמען און הויכן-באר זיך אליין געשטעלט: אינטערעסאנט.
קאווע קריטיק
הרב מייזעלס קאלום האט נאך א פראבלעם, אז ס'איז נפלאות הבורא צוזאמגענומען פון ספרים, ווילאנג מ'שרייבט עס אין לשון קודש און עס איז אין ספרים שאנק פארשטייט יעדער אז ס'איז לויט דער אינפארמאציע וואס איז דעמאלט געווען באוואוסט וכדו', איינמאל מטייטשט עס איבער אויף אידיש און מ'נעמט אלטע מיטאסן און סתם שטותים און מ'שטעלט עס פאר ווי פאקטן, ווערט א פראבלעם.
👍
לאמיר האפן אז מר. קריטיק נעמט זיך נישט צום וועקער ווייל אויב יא זעמיר אלע אויף צרות
קאווע קריטיק: ייש"כ. דיין ריוויו איבער'ן ..."קנקן שאין בו"...איז מורא'דיג.
איך ווילל דא ספעציעל ארויסהייבן דעם פרט איבער דעם הייליגן ליאזנער. ער איז, וואס מ'רופט ..."אינטעלעקטשועללי דיס-האנעסט"...זיין סטעיטמענט איבער די פאפולערע בילד פונ'ם חפץ חיים קומט נישט מכח עם הארצות. נאר מכח איפכא מסתברא. און שווינדל. און די איינציגע וועלכע האבן עס אפגעקויפט זענען די ליינערס און שרייבערס פון ..."דער איד"... זיי האבן אויך ליעב אייביג צו גיין אקעגן דעם שטראם. אויך ווייל ס'איז עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא.
כ'מיין אז צו זאגן אז דאס פאפולערע בילד פונ'ם חפץ חיים. פון וואו ס'שיינט ארויס דאס איידלקייט און קדושה, איז גאר פונ'ם בוטשער פון ראדין, דארף מען זיין א חסר דעה אדער א ליגנער און א פעלטשער...! בכלל. דעם הייליגן ליאזנער'ס האנדלען מיט אנטיקס איז אויך א געשעפט וואו ס'איז דא א סאך שקר. ביודעין ובלא יודעין...!
ער שרייט נאכאלץ אזוי?! די ווידעאו האט דאך קלאר געוויזן אז דאס איז יא דער חפץ חיים!!
נאך וואס דער ניו יארק טיימס האט פארעפנטליכט מיט אייניגע וואכן צוריק א
גאר אינטערעסאנטער בילדער עסיי וויאזוי די צייטונג גייט טעגליך אין פרינט, האט
דער איד נאכגעמאכט די איידיע און אהערגעשטעלט א שיינע בילדער פראיעקט לכבוד יו"ט וואס ווייזט די פארצווייגטע אונטערנעמונג פון אפדרוקן דעם איד וואך איין וואך אויס מיט בילדער דורך די טאלאנטפולע לענטשעווסקי פאטאגראפיסטן.
דער טיימס פראיעקט ווערט גערופן "דער טעגליכער נס" ווייל גיין אין פרינט מיט א צייטליכער אויסגאבע איז ווירקליך א נס ווען הונדערטער דעטאלן דארפן פאלן אין פלאץ אין דער צייט וואס מ'איז אין געלויף קעגן דעם זייגער. אבער פאר מיר איז עס נאך געווען אינטערעסאנטער ווי די טיימס פראיעקט ווייל מילא די טיימס איז דאך א ריזיגע פירמע... אבער ווען מ'ריקט אוועק די פורהאנגען פון הינטער די קוליסן פון אזא פיצל צייטונג ווי דער איד איז שטוינענד וואס פאר אן ארבעט דאס איז צו זען די צייטונג וועכנטליך אויף די פאליצעס.
קאווע קריטיקנאך וואס דער ניו יארק טיימס האט פארעפנטליכט מיט אייניגע וואכן צוריק א
גאר אינטערעסאנטער בילדער עסיי וויאזוי די צייטונג גייט טעגליך אין פרינט, האט
דער איד נאכגעמאכט די איידיע און אהערגעשטעלט א שיינע בילדער פראיעקט לכבוד יו"ט וואס ווייזט די פארצווייגטע אונטערנעמונג פון אפדרוקן דעם איד וואך איין וואך אויס מיט בילדער דורך די טאלאנטפולע לענטשעווסקי פאטאגראפיסטן.
דער טיימס פראיעקט ווערט גערופן "דער טעגליכער נס" ווייל גיין אין פרינט מיט א צייטליכער אויסגאבע איז ווירקליך א נס ווען הונדערטער דעטאלן דארפן פאלן אין פלאץ אין דער צייט וואס מ'איז אין געלויף קעגן דעם זייגער. אבער פאר מיר איז עס נאך געווען אינטערעסאנטער ווי די טיימס פראיעקט ווייל מילא די טיימס איז דאך א ריזיגע פירמע... אבער ווען מ'ריקט אוועק די פורהאנגען פון הינטער די קוליסן פון אזא פיצל צייטונג ווי דער איד איז שטוינענד וואס פאר אן ארבעט דאס איז צו זען די צייטונג וועכנטליך אויף די פאליצעס.
נישקשה, א "איד" געבט זיך אן עצה...
נו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.
יא, ביטע!
פון דאס ביסל וואס איך האב געליינט האב איך שטארק הנאה געהאט פון דריי אויסגאבעס, מאמענט, וואך און בליק
לדעתי איז מאמענט דאסמאל געשטיגן גאר אסאך מער ווי פאריגע יו"ט אויסגאבעס, גאר קנאקעדיגע ארטיקלען אין ביידע ביכער, און אין ביידע ביילאגעס (נפשי און לבלר)
א בליק האט צוגעשטעלט גאר אינטערעסאנטע ביילאגעס, סיי גור, סיי מח' לש"ש און סיי אנטווערפן, מ'דערקענט די השקעה עצומה און רייכקייט פונעם אינהאלט
א וואך האט מיך איבערראשט מיט זייערע ביילאגעס, סיי אפריקע און סיי בילדער פון סאטמאר רב (כ'בין נישט קיין בילדער ליבהאבער, אבער אלס 'זשאב' איז עס געווען גוט)
קינדליין איז אויך געווען גאר גוט, און די נייע צוריקצווועגס אין איטאליע איז געווען אויף א נייע סטיל אבער זייער אינפארמאטיוו און מיט אסאך טשיקאווע שטריכן
איך וואלט אבער געגעבן דעם הויפט מעדאל פאר מאמענט
(סארי פארן נישט אדורכגיין ארטיקל-ארטיקל, דאס איז אויסשליסליך דער פעלד פון אונזער מייסטער קריטיקירער @קאווע קריטיק)[list=][/list]
קאווע קריטיקנו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.
וואס איז די פראגע בכלל? זיכער אז יא. אבער שוין!
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק
קאווע קריטיקנו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.
נעוואדע אזוי!
אדאנק אלע טייערע חברים פאר'ן ארויסווייזן אינטערעסע און אנטשולדיגונג פאר די פארשעפטיגונג צוליב טרדות הזמן וצוק העיתים אבער ווי די גוטער בוך זאגט בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
קינדליין איז סאליד קינדליין האט צוגעשטעלט גאר א לייטישן פראדוקט לכבוד יו"ט. כ'בין בכלל א חסיד פון קינדליין ווייל ער נעמט דעם ליינער ערנסט און לייגט אריין די מאקסימאלסטע כוחות צוצושטעלן א קוואליטעט פראדוקט. פיל מאל נעמט ער עס אפילו אווער די טאפ, א בחינה ווי פארשידענע קאלומס און ארטיקלען קומען מיט פריש געמאלענע קאריקאטורן און בילדער וואס קאסטן שווערע געלטער און זענען בכלל נישט קיין מוז און ער טוט עס גוטוויליג. א ביישפיל איז דער אינטערוויו מיט ראטנשטרייך וואס איז געקומען באגלייט מיט זיסע קאריקאטורן און מאלערייען. פארוואס זאל זיך א רעדאקציע אריינלאזן אין אזעלכע הוצאות ווען ס'איז בכלל נישט נייטיג און דער ארטיקל קען גיין אין דרוק אן דעם? ס'איז זיכער נאר ווייל זיי שעצן דעם ליינער און ווילן אים געבן די מערסטע פאר זיין געלט. קינדליין האט כמעט נישט קיין אנאנסן און זייער זעלטן אדווערטאריעלס צי דאס גלייכן און זייערע פארדינסטן זענען באזירט מייסטנס אויף די צאלונגען פון דעם איינקויפער. אזא מאדעל ווייזט אויף גאר א שטארקן קאנפידענץ און זעלבסטשאץ אינעם אייגענעם פראדוקט וויסנדיג אז מ'קען זיך דעקן פון די ליינער טאקע ווייל די ליינער שעצן די ארבעט.
די הויפט ביכל פון קינדליין איז געווען ווי יעדע וואך נאר מער, נישט קיין גרויסע חידושים אבער דאך שיין און פול און לכבוד יו"ט איז ערשינען אזויפיל ווי דריי אינטערוויוס. זילבער האט אינטערוויואירט זיין זיידן, א שיינעם אינהאלטסרייכער שמועס איבער דער היסטאריע פון דער אידישער לעבן אין מאנטיווידעא אין אורגוויי אין די פריע כ' יארן. א קליינע הערה: אין וויליאמסבורג עקזיסטירט נישט קיין "הרב לייטנער" נאר דער איקאנישער "רבי אברהם" וואס סתם רבי אברהם איז געווען רבי אברהם לייטנער פאר צענדליגער יארן. שפירא האט אינטערוויואירט דעם אלעמען באקאנטן בדחן ר' יוסף חיים ראטנשטרייך פון סקווירא.
ראטנשטרייך האט שוין גענאסן פון אן אפהאנדלונג דא אין קאווע שטיבל אין א צייט וואס ס'איז זיך אים געקומען פארדאמונג אבער עס נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז ער איז א געלונגענער בדחן וואס פארשטייט אונטערצוהאלטן א זאל. דער שמועס איז געווען א שיינער טיפישער קינדליין קשיא-און-תירוץ שמועס סיידן די סיידבאר מיט וויצן לכבוד יו"ט איז געווען שוואך. ווייזט אויס אז כוחו איז נאר בפה ווען ס'איז ממש לייוו, ווידעראום די געשריבענע וויצן האבן פארלוירן דעם טעם אינטערוועגנס.
וועבער האט אינטערוויואירט אן ארגענטינער אפשטאמיגער פון קרית יואל. אנדערש ווי פארגאנגענע ימים טובים איז נישט געווען קיין שום באצאלטע (אדער נישט באצאלטע) פראמאשענעל אינטערוויו פון מתמידימ'ס צי דאס גלייכן.
אלס ספעציעלער יו"ט פראיעקט, איז צוגעקומען א שיין ביכל מיט צענדליגער זייטן געמאלענע קאריקאטורן פון בארימטן מעלער יוני גרינשטיין. די קאריקאטורן זענען געווען צוקער זיס, כ'האב נישט געקענט כאפן דעם מעסעדזש פון יעדן איינציגן ווייל ליידער האב איך נישט אזא גוטן קאפ ס'איז אבער דאך געווען גאר געשמאק צו באבאאכטן. ווידעראמאל איז עס מסתמא די טייערסטע ביילאגע וואס סיי וועלכע אויסגאבע האט געהאט דעם יו"ט, ווייל אינו דומה סיי וועלכע פראיעקט צו דינגען א וועלט-קלאסישע מאלער אהערצושטעלן "צענדליגער" מאלערייען און ווידעראמאל איז קינדליין ווער עס האלט ווערד דעם ליינערס דאלאר.
צוריק-צו-וועגס האט געהאט נייע שפילער ווען אלע דריי אנטיילנעמער אין די פריערדיגע נסיעות זענען דאסמאל נישט געווען טייל דערפון, אנגעהויבן מיט קוואדראט וועלכער איז סתם אזוי צעריסן מיט די קינדליין שטאב, זילבער וועלכער איז ווארשיינליך גע'סנאבד געווארן צוליב זיך ארויסשטעלן פראמינענט אינערהאלב "א בליק" פראיעקטן און גאלדבערגער ווייסעך נישט פארוואס. לכבוד דער יעצטיגער נסיעה האט זיך הרב פאנעט מתיר געווען זיך צו לאזן בילדערן און ער פיגורירט פראמינענט אויף צענדליגער בילדער.
די ערשטע אין דער סעריע האט גענאסן פון שארפע קריטיק אין איינער פון די פריערדיגע וועקערס אלס עקסטרעם שלאבערישע ארבעט, עס האט זיך פיל פארבעסערט במשך די יארן אבער די ווינעציע פראיעקט איז דאסמאל געווען איבערראשנד רייך, ממש א כלילת יופי איבערשטייגנדיג פי כמה סיי וועלכע פריערדיגע צוריק-צו-וועגס פראיעקטן מיט הערליכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען, גאר אינטערעסאנטע קרישקעלעך אינפארמאציע, נוצבארע טיפס פאר'ן טראוולער (די פאראנויע פון הרב פאנעט אז מ'גייט אים באראבאווען איבער די איטאליענער גאסן האט מיך געמאכט לאכן...), מוגה און רייך געשריבן, די פאראגראפן זענען געזעצט און שארף מיט BOLD אותיות דארט ווי נייטיג, אויגפארכאפנדע בילדער פון די אור אלטע שולן און די הערליכע ווענעציע גאסן, אלעס פאלט אין פלאץ א ברכה צו מאכן, ממש א פרי עץ הדר פון א פראיעקט אויף אן אויסערארדנטליכן פארנעם. איראניש ווי אייניגע קאפיטלען האבן געטראגן דעם נאמען "א בליק וכו'" און איראניש ווי קוואדראטס אבסעסירטע "פאדאווע" האט געטראפן זיין ארט אין דעם פראיעקט...
קינדליין האט טאקע נישט געהאט קיין "באמבע" אויף יו"ט אבער זיי זענען בכלל נישט אין די באמבע-ביזנעס און זוכן נישט צו ברענגען דעם אריגינעלן אויפרייס וואס קומט פיל מאל מיט פארציכטונג אויף קוואליטעט נאר ליבערשט האלטן די ניווא הויך און צושטעלן קוואליטעט פון זייער גאטונג אויפ'ן העכסטן קאליבער.
דאס איז עס אויף דער מינוט, די נעקסטע רעצענזיע וועט בלי"נ זיין דורכאויס דער וואך אויף "די וואך" אי"ה אויב די צייט וועט ערלויבן.
שכח פארן אריינקומען און מיר ווארטן פאר די רעשט.
קינדליין האב איך נישט געקויפט דעם יום טוב ממילא ווייס איך נישט וועגן די יום טוב אויסגאבע אבער די ברענגסט גיט ארויס די קינדליין מהלך פון באמת פרובירן צוצושטעלן פאר די ליינער און לאו דוקא מיט באמבסטישע אויפרייס מאטריאל.
ווער זענען געווען די באטייליגטע ביי די ווינעציע נסיעה חוץ פון פאנעט?
אגב וואס איז די מעשה מיט קוואדראט און קינדליין? ער שרייבט מער נישט פאר זיי?
דעם פארגאנגענעם יו"ט סוכות האבן דער בליק און מאמענט געהאט די בעסטע ארטיקלען. די נסיעה קיין אנטווערפן פון דער בליק איז געווען זייער אינטרעסאנט און באלערנד. אויך די באשרייבונג אין מאמענט איבער די 3 טווערסקי ברודערס פון מילוואקי איז געווען זייער אינפארמאטיוו און באלערנד.
דער מאמענט, (כדרכו) האט א סאך שטותים און ווערדלאזע ארטיקלען אויך. למשל די באשרייבונג איבער דעם אזוי-גערופענעם ..."מחנך"... פון ארץ ישראל וואס א יעדער רייסט זיך צו כאפן א שמועס מיט איהם. דער ארטיקל איז כולו שטותים והבלים. ס'איז א שאד די צייט וואס מ'ברענגט אן דאס צו ליינען. בתוך שאר הדברי הבל זאגט דער אזוי-גערופענער מחנך אז יונגלעך דארפן שוין קענען ש"ס ביי די בר מצוה. ער זאגט אפילו אז מ'קען עס לערנען אן רש"י. ווען איך האב דאס געליינט האביך עס אוועקגעווארפן. אז א מענטש וואס הייסט א מחנך זאלל רעדן אזעלכע שטותים וואס א בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ס'איז נישט מעגליך. וויאזוי קענמען בכלל לערנען אן עמוד גמרא אן רש"י...?!
אין יו
איך וועל שרייבען אביסל אונטערסאנטע זאכן וואס איך האב געליינט דורך יו''ט סוכות אין פארשידענע זשורנאלען, קודם וועל איך אנהייבן מיט הידען הגדול ר׳ שמעון שלמה זילבער, דער נומער איינס שרייבער אין די היימישע גאס, (זיין טאטע ר' אריה זילבער האט ארויסגעגעבן דעם ספר ''הכי גרסינן'' צו מסביר זיין די אראמישע שפראך, לעצטענס שרייבט ער א קאלם אינעם צייטונג) לכבוד סוכות האט ער געשריבען פינף ארטיקלן, איינס אין די קינדליין ווי ער האט געכאפט א שמועס מיט זיין זיידע איבער די געוועזענע אידישע ישוב אין מאנטעווידעא, ווי זיין זיידע איז אויפגעוואקסן, נאכדעם האט זילבער באשריבען און א באזונדערע אפטיילונג פונעם ״בליק״ די שטאט אנטווערפן מיט איר אידישע היסטאריע צוזאמען מיטן שרייבער אליהו יואל גליק, דערנאך האט ער ארויסגעגעבן פארן בליק א גאנצע אפטיילונג ווי ער באשרייבט פארשידענע מחלוקות צווישען רבנים דורכאויס די אידישע תקופה, ווי למשל די קליווא גט, חידוש הסמיכה, מאשין מצות וכו׳, דערנאך האט ער באשריבן און געכאפט א שמועס מיט זיין קרוב רבי טודרוס זילבער אינעם מאמענט, און צום לעצט האט ער אינעם לבלר באשריבען די אוצר הספרים פון אברהם יהודה מאנדל.
די מעלה פון ש״ש זילבער איז א ער האלט זיך נאטראל, און גייט צו צום נקודה. אינעם ארטיקל מיט רבי טודרוס האט ער אים געפרעגט אז היות ער זאגט דרשות פאר אידן אין סטעטן איילענד (ווי ער וואונט) וויל ער וויסן וואס ער האלט ער זאל רעדן צום ציבור, און ער האט מוסיף געווען אז רבי אלימלך בידערמאן רעדט כסדר פון תפילה אמונה און שמחה, האט רבי טודרוס געענטפערט אז לדעתו זאל ער רעדן אסאך פון שמירת עיניים, קען מען זעען די חילוק פון א לעלוב׳ע אייניקל מיט א סאטמארע תלמיד וואס האט זיך געווייקט ביי די שובבי״ם תורות.
אין די ארטיקל מיט א״י מאנדל, האט מאנדל דערציילט פאר זילבער אז ער איז בקשר מיט ר’ שמערל ציטראנענבוים פון באבוב וואס איז א בארימטע מומחה אין כתבי ידות, און מאנדל האט דאך אסאך כתבי ידות פון וואס עס איז שוין ערשיינען פינף בענדער ״גנזי יהודה״ (באארבעט דורך הידען ר׳ חנניה לייכטאג, מיט די הילף פון החוקר המפורסם ר' יחיאל גולדהבר פון ירושלים), דערציילט מאנדל אז מיט אפאר יאר צוריק איז ר׳ שמואל דוד פריעדמאן בעל שדה צופים געווען אין חוסט האט ער געטראפן א בבא מציעא גמרא פיל מיט הגהות, האט ער עס געברענקט צו ר׳ שמערל ער זאל פרובירן צו דערגיין ווער האט דאס געשריבן, רופט ער אים צוריק נאך אפאר טעג, אז ער מיינט אז דאס איז רבי רפאל זילבער פריימאנ'ער רב, היות ער געדענקט ווען ער האט געלערנט אלץ קינד און קראונהייטס און איין מאל האט דער מלמד נישט געקענט קומען האט רבי רפאל איבערגענומען געדענקט ער דעם כתב פון דאן!!.
איך האב שטארק הנאה געהאט פונעם ״שלשה אחים״ ארטיקל, וואס באשרייבט די דריי טווערסקי ברידער החיים אתנו (עס זענען געווען נאך צוויי), פון דער ברידער הרב/פראפעסער אהרן טווערסקי האב איך קיינמאל געהערט, עס האט מיך שטארק גערירט ווי ער זאגט אז לערענדיג אין ״הארווארד אוניווערזיטעט האט אים די ״דיען״ אריבערגערופן און אים געזאגט אז ער האט א גלענצענדער עתיד אבער מיטן תנאי אז ער נעמט אראפ זיין בארד אין פאות!, אבער רבי אהרן האט געמאכט דעם באשלוס אז עס איז אים מער ווערד זיך צו האלטען צום וועג פון זיין טאטע ווי זיין גלענצענדער קאריע, אבער אפי׳ מיט די בארד און פאות האט ער אסאך געהאלפן די אידישע וועלט און אסאך געביטן פון געזעץ, און אזוי אויך פארן גויישן וועלט, ער איז א גרויסע מומחה אינעם פעלד פון ״פראדוקט לייעביליטי״ און האט געשריבען א בוך איבער דעם צוזאמען מיט נאך א פראפעסער במשך פון זיבן יאר, זיבעצן סטעיטס האבן געשטימט דאס אנצונעמען אלץ די געזעצן אין זייער סטעיט.
לגבי דעם ברידער הרב/דאקטער אברהם (יהושע העשל) טווערסקי, איז אונטערסאנט אז די עברית׳ישע משפחה מאגאזין האט אים אויך אינטערוויאוט אין זייער סוכות אויפלאגע, און האבן מוסיף געווען אפאר זאכן איינס אז ווען סאטמאר רב איז געווען אמאל אין מיאמי האט ער געטראפן הרב יעקב ישראל טווערסקי די מילוואקי רבי און די פאטער פון די דריי ברידער, האט ער געזאגט ווען איך ווייס אז מיין חסידים וועלן אויסקוקן ווי דיין קינדער וואלט איך געטראכט אפשר איז מותר זיי צו שיקן אין קאלעדזש, א צווייטע מאל האט די דברי יואל זיך אויסגעדריקט אז זיין פראבלעם מיט די ברידער איז אז זיי זענען ערליכע אידן ווייל דאס געט פאר אנדערע א מקום צו טראכטען אז מען קען שוין גיין אהין. אזוי אויך האט די מאמענט געשריבען אז די סטייפלער מיט וועם טווערסקי איז געווען נאנט האט אים געגעבן א היתר צו לערנען דאקטעריי און פסיכיאטריע לויט ווי סווערט געברענגט פונעם רמב״ם אז ביז די פינף און צוואנציג יאר זאל מען נישט לערנען ספרים חיצוניים חוץ פון רפואה, אזוי שרייבט די מאמענט, אבער די משפחה שרייבט אנדערש און זיי זענען גערעכט, אז די סטייפלער האט אים געשריבען אז לערנען רפואה איז פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע אומנות פאר פרנסה, און אלץ א סמך לדבריו האט ער געברענגט דעם רשב״א (נישט דעם רמב״ם), וואס אפי׳ ער האט מחרים געווען צו לערנען ״חכמת״ חיצוניית פאר די פינף און צוואנציג האט ער נישט אריינגערעכנט אין דעם רפואה וווייל די תורה זאגט ״ורפה ירפה״. אזוי אויך איז ממשיך די משפחה האט דער סטייפלער אים געשריבן אפאר זאכן צו טוהן כדי נישט נמשך ווערן נאכן זרם החילוני אין אמעריקא בימים ההם, קודם זאל ער קובע עיתים זיין יעדע טאג לכל הפחות צוויי שעה צו לערנען, און ער זאל לערנען קלאר די גמרא און אזוי אויך מסיק זיין הלכה למעשה און אויב ער קען זאל עס זיין מיט א חברותא, אזוי אויך זאל ער מתפלל זיין בציבור, און דריי אז ער זאל זיין רגיל צו גיין אין מקוה! יא זעט אויס אז עפעס חסידישקייט איז נאך געבליבען אינעם סטייפלער פון זיין יונגווארג ווארום זיין פאטער איז געווען א חסיד פון טווערסקי׳ס זיידע רבי לייבלע טווערסקי פון הורנסטייפל, נאך שרייבט ער אז ער זאל היטן שבת בכל פרטיה, און צום לעצט אז ער סאל לערנען מוסר ספרים און חסידישע ספרים לכל הפחות א פערטל שעה א טאג.
אז מען רעדט שוין פון די משפחה, בין איך נתפאל געווארן צו זעהן ווי אזוי זיי באשרייבן הרב ר׳ צבי ישראל טאו וואס איז די גרעסטע תלמיד פון רבי צבי יהודה קוק, און די נשיא פון ישיבת הר המור, רבי צבי טאו איז א באשיידענע מענטש און מען הערט נישט פון אים, אבער לעצטענס איז זיין נאמען שטארק באקאנט געווארן אדאנק דעם ''נעם'' פארטיי וואס ער האט געגרינדעט, נעם איז די ר''ת ''עם נורמלי בארצינו, רבי צבי גייט מיט א ליטווישן היטל מיט א שווארצע קאפל, אזוי אז מען קען נישט דערקענען אז ער איז א קוק'ניק, מען דערציילט אויף אים אז אמאל איז א מרכז הרב בחור געזעצן אויפן באס און געלערנט דעם ספר ''אורות'', לעבן אים האט זיך געזעצט א ליטווישע איד, האט ער אפגעמאכט אים צו מחזיר בתשובה זיין, און האט גערעדט צו אים וועגן הרב קוק און פארגעלערנט א שטיקל אורות, דער עלטערע איד האט אויסגעהערט און אפי' געפרעגט אפאר שאלות, צום סוף פרעגט אים דער בחור ווי אזוי ער הייסט, זאגט ער צבי טאו.., מען זאגט אז הגראי''ל שטיינמן האט געזאגט אויף אים אז ער איז מער חרדי ווי אלע חרדים, און מער ציוני פון אלע ציונים, ווען רבי אברהם שפירא איז געווארן ר''י אין מרכז הרב האט ער נישט געוואלט אריין נעמען הרב טאו, זיי זענען נישט געווען אויף איין בלעטל, הרב שפירא איז געווען רב הראשי און געלעגן מער און גמרא הלכה ווי אין ספרי הרב קוק און השקפה, אזוי אויך האט ער געמאכט געוויסע שינויים ווי רבי צבי יהודה קוק, למשל זאגן הלל יום עצמאות אן א ברכה וכו', אבער האחרון הכביד ווען ער באט אפגעמאכט צו אפמאכן א הוראה אפטיילונג אין ישיבה וואס איז בניגוד שיטות הרב קוק, האט הרב טאו זיך אפגעשיידט, והיה לשני מחנות, הרב טאו האט א אונטערסאנטע היסטאריע אונטער זיך, ער איז געבוירן צו פרייע עלטערן אין וויען, שפעטער און הולאנד ווי ער האט אסאך געליינט א גוטע קאפ האט ער געהאט, ער האט למשל דורכגעליינט אלע כתבים פון מרטין בבור, ער פלעגט אויך האבן א מנהג צו שרייבען שירים און זיי פארליינען אין די קאפע הייזער, אבער ביי די זיבעצן יאר נאך זיין מאמע אזי אוועק איז ער אנטלויפן קיין ארץ ישראל, און געלערנט ביי רבי יהודה עמיטל וואס איז גראדע געווען פון אונגארישע אפשטאם, ער איז געבוירן אים גרויסווארדיין אלץ יהודה קליין געלערנט האט ער ביי רבי חיים יהודה הלוי אן אייניקל פון רבי משה שמואל גלאזנער, ווי ער איז געווארן א ציוני-דתי, ער איז געווען גאר א ווארימע איד און איז גאר רעספערטירט און ארץ ישראל, ער האט שפעטער אנגעפירט צוזאמען מיט רבי אהרן ליכטענשטיין (א איידעם ביי הגרי''ד סולובייציק) דעם בארימטע ישיבה ''הר עציון'', עכ''פ ביי דער הרב עמיטל איז הרב טאו נתקרב געווארן צו אידישקייט, שפעטער איז ער אריין אין מרכז הרב, מיט די צייט איז ער געווארן זייער פרום, און אנשטאט געבן פאר זיין קינדער בבור'ס ביכער, האט ער זיי געגעבן א משניות, זיין פרומקייט איז לעצטענס ארויסגעקומען ווען די בית יהודי האט זיך מתאחד געווען מיט בנט אין געלייגט איילת שקד אלץ ראש פון די איחוד, האט ער זיך אפגעבראכען פו זיי אפי' רפי פרץ איז זיין תלמיד!, היות ער איז שטארק קעגן דער רעפארמער נפתלי בנט, און אויך ווייל ער קען נישט זיין א חלק פון א איחוד ווי א פרוי נאכדערצו א פרייע שטייט בראש.
אין די ״קולמוס״, אפיילונג פון די משפחה האבן זיי באשריבן רבי יהודה ביבאס די רבי פון רבי יהודה אלקלעי, וואס דער ביבאס איז געווען ממש די ערשטע נאך פאר די פרייע ציונים צו רעדן פון אויפשטעלן א אידישע מדינה אין א״י. בנימין זאב הרצל'ס פאטער איז געווען א תלמיד פון אלקלעי, (יא הרצל איז געווען א ספרדי, זאג עס נישט פאר בן גוריון), אלקלעי האט ארויסגעגעבן א ספר ''גורל לה' ווי ער שרייבט זיין ציוניסטישע וויזיע, הרצל איז לכאורה נשפע געווארן פון אים.
אזוי אויך האט די קולמוס געכאפט א שמעוס מיט רבי יצחק יחיאל עהרנפעלד ראש ישיבות בית שמואל אין קרית מטרסדורף, אן אייניקל פון רבי שמואל עהרנפעלד די מאטרסדארפ'ער רב און שפעטער אין בארא פארק, רבי יצחק יחיאל איז נאנט מיט די ליטווישע וועלט נישט ווי זיין פעטער פון בארא פארק רבי שמחה בונם ז''ל, אבער ער האלט זיך שטאלץ מיט זיין מסורה, ער זאגט אז אפי' אין תשובות חתם סופר איז דא לומדישע שטיקלך, ווי למשל אין אורח חיים סימן ק''מ איז דא אין די תשובה דריי יסודות וואס איינע פון זיי שטייט אין בית הלוי און די אנדערע צוויי איז פון רבי חיים.
די משפחה האט אויך באשריבען די ראש פונעם מוסד יוסי כהן, (פאריגע וואך האט די ענגלישע משפחה אים באשריבען), און די ״ציוניסטישע״ צייטונג האט אויך באשריבען און געכאפט א שמועס מיט רבי יעקב מאיר שכטר וואס געהערט צום עדה החרדית, אבער עס איז נישט געווען אן אפציעלע באזוך פארן מאגעזין, אזוי ארום האט רבי יעקב מאיר נישט געוואוסט אז די משפחה אז דעם שמועס וואס ער האט געהאט מיט אריה ארליך מיט נאכאיינעם גייט צום סוף אריימגיין אינעם מאגעזין, שפעטער ווען זיין מענטשן האבן אים געזעהן אויפן דעקל האבן זיי שנעל מוחה געווען.
די בקהילה מאגאזין האט באשריבן די דאראג׳ע רבי מיט זיין חסידות, וואס זענען באוואוסט צו זיין זייער פארמאכט און זענען ווי א קאלט, וואס איך האב נישט געוואוסט איז אז אלע חסידים וואונען אין בני ברק און קיינער פארפאסט נישט קיין טיש, אזוי אויך האט קיינער נישט קיין דרייווערס לייסענס!, זיי שרייבען אבער נישט ווי צובראכן רבי יצחק שלמה אונגאר איז געווען פון די דאראג'ע חסידות, וואס זזיי האבן אים חרוב געמאכט די ישיבהף ווארום די רבי זייערער' ישראל משה רוזענפעלד איז געווען משגיח אין די חוג חתם סופר ישיבה און ער האט געהאט א שטארקע השפעה אויף די בחורים וואס זענען געווארן פייערדיגע חסידים פון אים, און ווען עס איז געקומען די צייט זענען זיי אוועק פון חוג, דאס האט גורם געווען אז חוג זאל פארלירן איר גוטע נאמען.
די בקהילה האט אויך געכאפט א שמועס מיט רבי משה פיינשטיינ'ס צוויי זוהן רבי דוד מיט רבי ראובן, רבי ראובן זאגט אז זייט משה רבינו איז נישט געווען אזא עניו ווי זיין פאטער, ער פלעגט אליין גיין איינקויפן אין געשעפט און געלאזט זיין ווייב קאכן און באקן ווי עס שטייט כל כבודה בת מלך פנומה, אזוי אויך זאגט ער אז די היתר פון זיין טאטע אויך חלב עכו''ם גייט נאכאלץ אן אבער נאר און אמעריקא, אזוי אויך זאגט ער אז זיין טאטע האט זייער געהאלטן פון רבי יעקב קאמאנעצקי, און אז ער פלעגט אסאך רעדן מיט הגרי''ד סולובייציק פון YU, רבי ראובן פירט אן די תפארת ירושלים ישיבה אין סטעטן איילענד, ווי ער לערענט אויפן טאטע'ס וועג פון משלב זיין די גמרא מיט הלכה למעשה, זיין עלטערע ברידער רבי דוד פירט אן די טאטע'ס ישיבה אין די איסט סייד, רבי דוד איז א גרויסע פוסק און תורה אויטאריטעט, גייט אלץ ארום מיט א שמייכל און מיט א פשטות.
איך וויל נאר אנמערקן אן אונטערסאנטע זאך אז חוץ די גרויסע צייטונגען ווי למשל די יתד, הפלג, המודיע, המבשר, וואס געהערן צו געוויסע פארטייען, איז דא אין ארץ ישראל די בקהילה און משפחה וואס זענען נאטראל, זיי האבן סיי חסידישע שרייבער סיי ליטווישע, און באשרייבן ביידע וועלטן און אויך אנדערע וועלטן ווי איך האב אויבן דערמאנט די ארטיקל פון רבי צבי טאו מיט רבי יהודה ביבאס, משא״כ ביי אונז איז נאר דא די מאמענט וואס איז נאר חסידיש, און די משפחה ביי אונז איז אויפן ענגלישע שפראך, משא״כ אין א״י איז נישט דא קיין אידיש, אפי׳ די וואס רעדן אידיש ליינען אבער עברית.
אדאנק אייך
@חוקר ודורש פאר אייער רייכער און אינפארמירנדער ריוויו פול מיט אינטערעסאנטע דעטאלן און קרישקעלעך. איך האב ליידער נישט אזויפיל צייט דורכצוליינען אלע מאגאזינען (אויך בין איך נישט אזוי פליסיג אין אנדערע שפראכן), דערפאר קאנצענטריר איך מיך ענדערש אפצולערנען איין מאגאזין אויף אמאל. לכבודך וועל איך שפעטער אריינקומען מיט מיין ריוויו אויפ'ן יו"ט'דיגן "וואך" וואס זיצט אין דרעפט און ווארט פאר'ן לעצטן צופיצונג.
די וואך איז גוט
אלס אן אויפגייענדער שטערן אין דער וועלט פון היימישע פאבליקאציעס זינט די לאנצירונג (קרעדיט: דער וועקער) פון "די וואך אין שריפט", איז די וואך פארוואנדלט געווארן אין א וויכטיגע פאקטאר אין חרדישע ליטעראטור און דזשורנאליזם וועמענס ווערק פאדערט א געהעריגע איבערזיכט.
די וואך אויף יו"ט האט באקומען גוטע ריוויוס. רעדנדיג מיט חברים און ליינענדיג אויף בלאגס ווי אייוועלט און קאווע שטיבל, האט אויסגעזען ווי דער עולם איז היפש אנטציקט. ס'דערקענט זיך א שטארקע אמביציע פון די ארויסגעבער צו גיין די עקסטערע מייל און א געטריישאפט צו זעטיגן דעם ליינער.
דאך, טראץ וואס כ'האב געהערט פון מענטשן צופרידנהייט ארום דער וואך, בין איך אבער אנוס אין מיין אייגענער מיינונג, נישט אזא פאזיטיווער, וואס איך וועל דא מיטטיילן טראץ וואס איך בין מודה אז אפשר בין איך א דעת יחיד.
דא קומט אריין דעם קעפל פון דער רעצענזיע אז "די וואך איז גוט", אבער דאס איז זייער פראבלעם, ווייל ס'איז גוט אבער נישט געוואלדיג.
אלעס אין די וואך אין שריפט איז גוט. די קאלומס זענען גוט, די ארטיקלען זענען גאנץ גוט, די קאווער סטאריס זענען צומאל גוט. אבער גארנישט איז נישט אויסגעצייכנט, אדער ספעציעל, אדער אייגנארטיג, ווען אלעס איז בלויז גוט און נישט זייער גוט אדער אויסערגעווענליך, בלייבט איבער זיך צו וואונדערן איבער דעם עתיד'דיגן שיקזאל פון דער אויסגאבע, און צי די וואס זיצן ביים רודער האבן גענוג א שטארקן כאפ אויף די לייצעס.
עס איז וואר אז צום יו"ט האבן זיי צוגעשטעלט א פאק מיט סחורה, ווארשיינליך די מערסטע סחורה פון סיי וועלכע אויסגאבע, אבער, מישנדיג די בלעטער האב איך נישט געקענט דערשטיקן מיין אנטריסונג ווי טראץ וואס אזויפיל געלט איז אויסגעגעבן געווארן און טראץ די גוטע כוונה פון די ארויסגעבער דערקענט זיך א שטארקע אומפראפעסיאנאלקייט און אומבאהאוונטקייט וויאזוי אהערצושטעלן און פרעזענטירן א מאגאזין.
כ'וויל קלארמאכן אז איך רעד נישט פון סיי וועלכע פאכמאנשאפט אין גראמאטיק אדער סטרוקטור צי כדו', כ'ווייס צו האלטן מיינע ערווארטונגען נידריג און איך ווייס אז מסתמא ווערט די גאנצע וואך געשריבן דורך פרישע שרייבערס און מתחילים מיט א קליינעם איבערזיכט און ווייניג רעדאקטארשאפט. כ'האב נישט ערווארטעט צו טרעפן דארט ארטיקלען פון פנחס גלויבער ניווא אדער אפילו ענליכס, כ'האב אבער יא ערווארטעט אז די ארויסגעבער זאלן האבן א בעסערע אנונג וואס זיי טון.
*
די וואך האט צוגעשטעלט פיר ביכלעך אויף יו"ט:
דער ערשטער ביכל איז געווען די געווענליכע בילדער העפט וואס כ'האב ניטאמאל געעפנט. כ'האב גארנישט קעגן בילדער און איך פארשטיי אז ס'איז דא א מארקעט דערויף, פאר מיר זעט עס פשוט אויס יעדע וואך די זעלבע, די זעלבע מענטשן אנגעטון מיט די זעלבע סארט קליידונג טוען די זעלבע זאכן נאכאמאל און נאכאמאל, עסן פריש געוואשענע טרויבן, טאנצן מיט ספרי תורה און זיצן נעבן חתנים. ממילא, מיר איז גענוג צו עפענען אזא העפט איינמאל אין יאר זיך איבערצופרישן דעם זכרון.
ביכל נומער צוויי איז געווען א היסטארישע זאמלונג פון טויזנט בילדער פון סאטמארער רב. דאס ביכל באקומט א A1+ ראטע. ס'איז א ריזיגער ליקוט פון כמעט אלע בילדער פון סאטמארער רב, און זיכער אינטערעסאנט און ווערד אוועקצולייגן פאר סאטמארער חסידים און חובבי היסטאריע.
*
ביכל נומער דריי איז געווען א פארגרעסערטע "וואך אין שריפט".
אויב איין זאך פון דער יו"ט אויסגאבע איז געווען "נישט גוט", איז עס געווען די קאווער סטארי וואס האט אנטהאלטן א "שמועס" מיט רבי חיים קניבסקי שליט"א וועלכער רעדט "ספעציעל צום שריפט". ר' חיים גיט נישט קיין שמועס און ער רעדט נישט ספעציעל. נישט צו דער וואך און נישט צו קיינעם. ווי פארשטענדליך האב איך נאך בעפאר'ן מישן אפילו איין בלעטל געהאלטן מיינע ערווארטונגען גאר נידריג.
א שמועס מיט רבי חיים קניבסקי איז געווענליך א גימיק אין בעסטן פאל אדער סתם ליצנות אין ערגסטן פאל. סיי וואס עס קומט ארויס פון רחוב רשב"ם איז נישט ווערד די פאפיר. רבי חיים קניבסקי, ווי גרויס ער איז אין תורה, אין יראת שמים און צדקות, איז נישט קיין כאריזמאטישער מענטש, אדער מענטש פון וועמענס ווערטער מ'קען שעפן סיי וועלכע אינספיראציע.
ס'איז מתחילה בכלל נישט קיין גוטער געדאנק פאר א הויפט געשיכטע און אויסגעדראשן און אביוזד פון יעדן הינזיכט. מה נעשה אז דער אינטערוויו איז אבער געווען א פרישע שטיפע אין זשורנאליסטישע מיסברויכן.
די גאנצע זאך איז באשטאנען פון פינף פארעווע שאלות וואס איז פארגעלייגט געווארן פאר רבי חיים בכתב אויף וועלכן ער האט געענטפערט, ווארשיינליך שריפטליך, מיט זיין כאראקטעריסטישן "כן, לא" סארט ענטפערס, עפעס וואס האבן נישט קיין שום ווערד און זיכער נישט אין פארעם פון אן אינטערוויו ווען ס'מאנגלט קאנטעקסט אדער באדייט און זאגט נישט פאר קיינעם גארנישט אין דער צייט וואס מארגן קען ער ענטפערן אויף די זעלבע פראגע פארקערטע ענטפערס.
די גאנצע סטרוקטור פון דעם ארטיקל האט מיך געבאדערט. ר' לייביש ליש איז זייער א פיינער מעשה-דערציילער און מגיד פאר קינדער, עס האט אבער נישט קיין זין אז ער זאל שרייבן די הויפט פיטשור ארטיקל אין א מאגאזין וואס צילט ערוואקסענע. אזעלכע וויצן ווי "אין בני ברק איז געווען זייער הייס אז כ'האב געשפירט ווי א שטיקל סטעיק אויפ'ן גריל" איז זייער לאכעדיג פאר קינדער, און גענצליך נישט אין פלאץ וואן מ'צילט פאר אן ערוואקסענע אוידיענץ.
א רעדאקטאר דארף וויסן ווער איז געאייגנט פאר וואס, ר' לייביש איז גאר פאסיג פאר קינדער און אפשר אויך פאר אן עדיטאריעל סטיל ארטיקל, אבער ער איז נישט קיין אינטערוויואיר און קיין שריפטשטעלער. אויב "וואך אין שריפט" צילט בלויז קינדער וואלט איך גארנישט געזאגט, ס'צילט אבער ערוואקסענע, ווייל די צווייטע טייל פון דער מאגאזין איז פאר קינדער, דארף מען געדענקען פאר דער אוידיענץ איז און האלטן די טאן פאסיג.
*
נאך א פראיעקט אין שריפט, גראדע א גוטער געדאנק, איז א שמועס מיט דריי פאפולערער זינגערס איבער זייער יוגנט. ס'טראגט אבער אן ענליכן פראבלעם פון פריער. ס'איז אפשר אינטערעסאנט ווען א פיגור שענקט זיין בליק אויף צוריק און שילדערט זיין יוגנט, אבער ווען עס קומט מיט קאנטעקסט פון אן ערוואקסענעם. אין דעם פאל איז דער ארטיקל געלאפן כאילו זיי זענען ממש קינדער וואס רעדן. און נאכאמאל, וואלט עס געווען אן ארטיקל פאר קינדער, מה טוב ומה נעים, השתא דאתית להכי אז דער אוידיענץ איז ערוואקסענע איז עס נישט געווען אזוי פאסיג.
די אינטערוויו מיט זנוויל וויינבערגער האט מיך מודיע געווען אז ער גרייט זיך ארויסצוגעבן אן אלבום, און אז ער זינגט נישט דארט וואו ס'איז דא א מחיצה, זאכן וואס כ'וואלט מיך פארגעשטעלט אפילו אן ליינען דעם אינטערוויו, כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסן מער איבער אים און זיין לעבן, זיין בליק אויף מוזיק אדער סיי וואס אינטערעסאנט ער האט צו דערציילן.
אין וואך אין שריפט איז געמאלדן געווארן איבער פיר נייע קאלומס. דא קומט מען צו צו א כללות'דיגע פראבלעם וואס מוטשעט די וואך אין שריפט. מ'פאקט און מ'פאקט סחורה און דאס ליכטל ווערט פארלאשן פון אן איבערפלוס פון אויל.
עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די "על שום מה" קאלום וואס האט געדעקט די נדבורנא הויפן ביז די "יארצייט פון די וואך" קאלום וואס דעקט די לעלובער יארצייט, ביידע זענען ארטיקלען איבער חסידישע רביים. ס'איז דא א גבול וויפיל א מענטש וויל ליינען פון זעלבן סארט טעמע.
דער נייער קאלום "בילדתינו" מיט בילדער פון גדולי ישראל אין זייער יוגנט, איז פון זעלבער גאטונג ווי "בימים ההם" מיט בילדער פון אלטע שולן און נאכאמאל גדולים און נאכאמאל רבי'ס. עס פעלט פשוט נישט אויס און מוטשעט אויס דעם ליינער.
ענליך איז מיט אנדערע קאלומען און רובריקן און ספעציעלע יו"ט פראיעקטן וואס איינס ענדלט אריין אינעם צווייטן. אויב לויפט צענדליגער זייטן פון "דאקומענטאציע" וואס פעלט אויס נאך אן ארטיקל איבער "קאשמארן פון אכציג יאר צוריק" איבער דער צווייטער וועלט מלחמה.
אויך מיר קריטיק? וואס ארט דיך אז זיי געבן "מער" פאר די ליינער?
דער תירוץ איז אז ס'איז נישט אזוי. א מאגאזין דארף זיין באלאנסירט, אביסל פון אלעם, נישט אלעמאל איז "אסאך" א מעלה אז נישט ווערט עס ווי א מעניו וואס סערווירט בלויז צוקערדיגע מאכלים און די ארטיקלען פאלן צו לאסט אויף די ליינער.
די קינדער אפטיילונג זעט אויס זייער שיין און כ'האב נישט וואס צו קאמענטירן.
*
דער פערטער ביכל איז געווען א באזונדער אויסגאבע לכבוד יו"ט מיט פיר הויפט פראיעקטן:
1. דאקומענטאציע (איז עס א ווארט? און וואס איז זיין באדייט?) וואס האט ענטהאלטן פערציג בלעטער פון שטערן סטיל (בעסער געזאגט בליץ סטיל) איבער מלחמות און ענליכע טעמעס וכדו'.
כ'ווייס נישט פארוואס דער רעדאקטאר האט באשטעטיגט אזא סארט פראיעקט, ס'איז צופיל פון די זעלבע טעמע, ס'איז אלעס קורץ געשריבן, און וואס איז דער חידוש דערפון?
כ'פארשטיי דער שרייבער האט געבויעט א שירעם-טעמע וואס רופט זיך "קליינע טעותים וואס האבן געקאסט גרויסע מלחמות", אבער צופיל זאכן האבן זיך באקוועם קווארטירט אונטער דעם גרויסן שיסל אז ס'האט פארלוירן סיי וועלכע משמעות.
די אלע טעמעס זענען שוין ברייט דיסקוטירט געווארן לאורך ולרוחב, און מילא ווען עס ווערט עפעס נתחדש אדער עס ווערט אהערגעשטעלט אויף אן אייגנארטיגן וועג, אבער פארוואס זאל א מענטש וועלן דורכליינען אזא פראיעקט. כ'וואלט פיל מער הנאה געהאט ווען דער שרייבער נעמט איין איינציגער געשיכטע, א שטייגער ווי דאס פאלן פון דער בערלינער וואנט, און דאס גרינטליך דורכטון אויף אן אריגינעלן און היקפ'דיגן וועג.
2. די נסיעה קיין אפריקא באקומט אן א+ פאר אנשטרענגונג אבער זייער א נידריגע צייכן פאר אויספירונג. עס האט מיר געמאכט טראכטן צי די ארויסגעבער פארשטייען נישט צו בילדער און נישט צו קיין ארטיקלען, טראץ וואס דאס וואלט געדארפט זיין זייער ספעציעליטעט, אלס אריגינעל א בילדער מאגאזין.
פארהאן ארטיקלען און פראיעקטן וואס אלעס ווענדט זיך אין די סובסטאנץ, פארהאן ארטיקלען און פראיעקטן וואס אלעס ווענדט זיך אין דער פרעזענטאציע, וויאזוי דער ארטיקל וועט ווערן סערווירט פאר די ליינער.
פונקט ווי עסן מוז קומען אין דער פאסיגער פרעזענטאציע און מ'קען נישט עסן קיין גוט שטיקל סטעיק ארויס פון א פלעסטיק בעג, איז פארהאן ארטיקלען וואס די פרעזענטאציע איז אזא "מוז" אז אן דעם איז א שאד אויף די אויסגעגאסענע טינט.
בילדער פון חיות איז פארהאן אויף דער אינטערנעט די והותר. עס האט שוין יעדער געליינט און געזען און געהערט איבער חיות, אן א שיעור ארטיקלען זענען שוין געלאפן איבער חיות און איז מסתמא די מערסט אויסגענוצטע טעמע אין דער אידישער מארק, אנגעהויבן פון יפה בעתו און געענדיגט ביי קינדערליך און אלץ אין דער מיט.
פארוואס פעלט אויס אראפצושיקן פאטאגראפיסטן מיט פלי רייזע קאסטן צו א ווייטן לאנד נעמען בילדער פון חיות ווען דו קענסט באקומען שענערע און בעסערע בילדער פון נעשינאל זשיאגראפיק?
וואס כ'מיין צו זאגן: דער ארטיקל איז א גרויסע אנטוישונג פאר די פשוט'ע סיבה אז די פאטאגראפירער און מיטרייזער ווערן נישט געזען אויף די בילדער. א רעדאקציע שיקט אראפ א מאסיוון שטאב פון פיר פאטאגראפיסטן און זיי ווערן נישט געזען אויף די בילדער, סיידן ערשט אויפ'ן צענטן זייט פון דעם פראיעקט ווערט איינמאל געוויזן א בילד פון א רוקן פון א פאטאגראפירער און נאך איין פארמעקט בילד פון דער שיירה אויף א טרעקל.
דאס באדייט אז די רעדאקציע האט פשוט נישט עומד געווען אויף א פשוטע נקודה, אז די חיות און די וועלדער זענען נישט די געשיכטע, די רייזע איז די געשיכטע!!!
די פאטאגראפיסטן אין אפריקא, דער שטאב פון די וואך אין א ווייטן לאנד "דאס" איז די געשיכטע. אז נישט וואס פעלט אויס די שפעזן, מ'קען דאך אלעס שרייבן פון דא. און אגב, א גוטע אינטערוויו מיט יודל פערלשטיין, דער ארגאניזאטאר פון דער נסיעה וואלט פיל צוגעגעבן צום פראיעקט און ערגענצט די געשיכטע.
3. נאך א פראיעקט וואס פארנעמט בלעטער אויף בלעטער אויף בלעטער איז "דער אמאליגער הויף" איבער אלטע שולן אינדערהיים וואס ווערן פריש באנייט. (גראדע האט דער בלאט געהאט אן ענליכן פראיעקט).
ווידעראמאל בלייבט מיך צו וואונדערן צי איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט, ווייל ווער וויל ליינען אזא אריכות אויף אזא טעמע. קען זיין איך בין נישט גערעכט און הונדערטער בוהושער חסידים זענען געלאפן קויפן די וואך צוליב די ארטיקל איבער די שול אין בוהוש, דעעש און מונקאטש.
קען זיין איך בין נישט גערעכט און מענטשן וועלן דאס אוועקלייגן און מיטנעמען ווען זיי פארן אויף מקומות הקדושים און זעען א געוואלדיגע ווערד אין אזא פראיעקט. פאר מיר האט עס אבער אויסגעזען ווי א געוויסע נאאיווקייט צו גיין דערמיט אין דרוק.
און ווידעראמאל קומט מען צוריק צו דער זעלבער נקודה פון פריער, וויפיל מאל דארף מען דעקן די "הויפן" טעמע אין איין אויסגאבע? לעלוב און נדבורנא איז נישט גענוג אז מ'דארף א פראיעקט פון נאך צוואנציג חצירות? דעקן איין הויף איז איבער גענוג. ס'איז נישט די וויכטיגסטע טאפיק אין דער וועלט און אגב, די אוסטילא חתונה אונטער די נאמען "די וואך אין היסטאריע" איז אויך א "הויפן" ארטיקל.
4. א ברייטער פראיעקט וואס האט אויפגענומען צענדליגער בלעטער איז געווען אן אינטערוויו מיט די אונטער'ן חבריא. כ'וועל מודה זיין אז כ'האב עס נישט דורכגעליינט בעיון, אבער הא גופא איז אין מיינע אויגן א ראי' אויף דעם קוואליטעט פון דעם ארטיקל, ווארום ס'איז א טעמע וואס האט מיך געדארפט זיין אינטערעסאנט און איינמאל און נאכאמאל האב איך מיך געטראפן פארלירן דעם המשך אדער צעמישט פון די אומצאליגע אומוויכטיגע דעטאלן.
די ערשטע הערה איז, אז אן ארטיקל קען נישט זיין געאייגנט בלויז פאר דער וואס איז אויסגעקאכט אין די געשיכטעס פון אלע צען אונטער'ן שפילן, מיט אלע פרטים און פרטי פרטים און פינקטליך וועלכע אקטיאר שפילט משה און זרח און געציל און פייוול אויף וועלכע סצענע.
דאס איז די קונץ פון א שרייבער, צו קענען שפאצירן אויף א דינע ליניע, אז אן ארטיקל זאל זיין אינטערעסאנט סיי פאר דער וואס איז בכלל נישט באהאוונט אין דער נושא און גענוי אזוי פאר דער וואס איז גוט אויסגעקאכט אין דער נושא.
צום מערסטנס האב איך מיך געוואונדערט אויף די מאגערע שאלות ותשובות מיט ר' אליעזר נייהויז זעלבסט. ווען איך וואלט געטראפן ר' אליעזר אויף די גאס וואלט איך געהאט טויזנט שאלות אים צו באווארפן: וועלכע פלעיס האט ער געזען אין זיין יוגנט? וואס האט אים געברענגט אריינצוגיין אין דער אינדוסטריע? וועמען זעט ער פאר זיין פארגייער? וועלכע קוואליטעטן אין פראדוקציע האט ער געברענגט צום טיש און פארוואס האט ער זיך געזען אלס געאייגנט דערפאר? וויאזוי האט אויסגעזען זיין ערשטע שפיל? וואס זענען געווען די גרעסטע שוועריגקייטן דורכאויס די יארן? וואס איז דער בודזשעט פון אזא שפיל? וויפיל צייט פארנעמט עס אים פונעם יאר? וואסערע שינויים האט ער געדארפט איינשטעלן דורך די יארן? וואס איז געווען זיין גרעסטער טעות אדער דורכפאל? וואס ער זאגט צו די קריטיק פון מלמדים אז די קינדער זענען אדיקטירט דערצו? די געשיכטע וויאזוי ער האט דורכגעשוויצט דער שטורעם פארלאפענעם פסח? וכהנה וכהנה.
פארוואס זענען די פראגן נישט געפרעגט געווארן? פארוואס באגנוגט זיך דער שרייבער מיט א פארעווע, "נו, וואס זאגט איר עפעס ר' אליעזר?"
*
זכרונות פון אמאל איז א סעריע וואס לויפט שוין יארן אין דער וואך גענומען פון די רעקארדירונגען פון הערשי רובינשטיין וועלכער פילמירט אלטע לייט. טראץ וואס הערשי איז נישט קיין גרויסער אינטערוויואירער איז אויסגעקומען זייער א שיינער שמועס. דער חידוש איז נישט קיין גרויסער, ר' ישראל דוד עסטרייכער איז שוין אינטערוויואירט געווארן אין אנדערע פלעצער, ווי אויך וואלט איך פיל ענדערש געוואלט ווי איידער נאך א מלחמה געשיכטע, הערן זיין געשיכטע פון נאך דער מלחמה און וויאזוי ער איז אנגעקומען קיין שיכון סקווירא און די געשיכטע פון זיין לעגענדארע פירמע "אסטרייכערס קוקיס", אבער עס האט נישט קיין שייכות, א שיינער שמועס איז א שיינער שמועס.
*
אונטערשטע שורה, וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן אז איך בין פול מיט שעצונג פאר די גוטע כוונות פון דער רעדאקציע פון די וואך און אויף דעם אליין אז זיי נעמען זייער אויפגאבע אחריות'דיג און איך בין נישט דא צו קריטיקירן אדער אראפרייסן, נאר כשמי כן הוא, צו שענקען פראפעסיאנאלע "קריטיק", דאס הייסט איבערזיכט אויף קונסט און טאמער וועלן די רעדאקטארן נעמען ערנסט מיינע ווערטער היה זה שכרי.
די ארקעסטרע פון דער וואך האט אלע קלאפערגעצייג גרייט צום שפילן, עס פעלט פשוט אביסל קאנדאקטורישע אנווייזונגען און נאטן בלעטער ווי אלץ זאל זיך קענען צוזאמקומען אין הארמאניע אז די באנדע זאל שפילן צום טאקט און די פילהארמאנישע קולות זאלן נישט איבערשרייען איינער דעם אנדערן.
א כללות'דיגע קריטיק וואס איז נוגע כמעט אלע היימישע מאגאזינען מיט'ן אויסנאם אפשר פון איינציגע:
דעם יו"ט זענען מיר שוין געפארן קיין "אלבאני" און צוריק קיין "אנטווערפען", סיי די וואך און סיי ר' דויטשע דער פעדלער פון קינדליין האבן אונז ביידע געטראגן קיין אפריקא. איך ווייס שוין אלעס איבער בוהוש און אנאנים, ווענעציע און נדבורנא און אפילו אלעס ארום יאהאנסבורג.
אבער וואס טוט זיך מיט וויליאמסבורג און בארא פארק, מאנסי און מאנרא, זשערסי סיטי און און לעיקוואד?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז די היימישע בלעטער האבן געטראפן דעם שיינעם וועג ארויס, מ'גייט וואנדערן איבער שטעט און בערג, מ'גייט רעדן פון אלעס און אלעמען און פארן איבער ימ'ען און קאנטינענטן אבי זיך נישט צו קוקן אין שפיגל, אבי נישט צו באגעגענען דעם אייגענעם שאטן.
מ'וועט לויפן צו די הרי הררט און מ'דיסקוטירט שיפלעך אויפ'ן טייך און ביידלעך אויפ'ן בוים אבי נישט צו רעדן פון זיך אליין און לאזן דעם אמת פראסקען אין פנים אריין.
דאס איז אבער נישט די ארבעט פון ריכטיגע זשורנאליזם. פארוואס זיך איינטינקען די קאפ אין אבסטראקט נושאים וואס זענען קיינעם נישט נוגע און העלפן נישט קיינעם אין טאג טעגליכן לעבן. וואס איז מיט אונזער אייגענעם לעבן, וואס טוט זיך ביי רעכל און ביי ראובן, וואס טוט זיך אויף לי עוועניו און אויף דרייצנטע עוועניו.
וויאזוי זענען אונזערע פרנסות וויאזוי איז אונזער לעבנסשטייגער, וואס זענען אונזערע דערגרייכונגען און וואס זענען אונזערע דורכפעלער, וויאזוי זעען אויס אונזערע שולעס און וויאזוי זיי אויס אונזערע ישיבות, וואס איז גוט און וואס פאדערט א תיקון, און נאך מיליאן און איין פראגען וואס א רעכט דענקיגער מענטש דארף זיך פרעגן
די פאליצעס זענען אנגעלייגט, נייע מאכטפולע שפילער זענען אריינגעקומען אין דער וועלט פון חרדישע זשורנאליזם אבער כמעט אלע באגנוגן זיך מיט צושטעלן מאטעריאל פון אונטערהאלטונג און מיט'ן איגנארירן אקטועלע אדער אינפארמאטיווע טעמעס.
בעיקר איז עס געווען בולט טאקע אין די וואך אין שריפט וואס האט זיך ריברענדעד אלס א געהעריגער פולשטענדיגער מאגאזין און כ'האב נישט געקענט טרעפן איין בלאט וואו א "זאכליכע" און וויכטיגע טעמע זאל ווערט בארירט, סיידן שיחות דקלים ווי וואס איז דער ניגון פונעם יאר, מיט בריליאנטענע ענטפערס פון צעלעבראטארן וועלכע קענען זיך נישט פאראייניגן צווישן "דאווענען" און "רבי ישעי' בן רבי משה".
ווילאנג די בילדער העפטן זענען געווען קטנות'דיגע ביכער מיט בילדער פון רבי'לעך אין קאלירטע בעקיטשעס, האט מען קיין גרויס טענות נישט געקענט האבן אויף זיי. אבער אצינד, אז זיי שפילן הויז און ווילן מ'זאל זיי נעמען ערנסט און ווי א פראדוקט פאר ערוואקסענע, ליגט אויף זיי אן אחריות נישט אראפצושלעפן דעם דור מיט שיחות קטנים און דברים של מה בכך, נאר שמייסן אין זיבעטן ריפ אריין און טרעטן אויפ'ן הינער אויג דארט וואו ס'טוט וויי, און אז זיי ווילן אז מ'זאל זיי נעמען ערנסט מוזן זיי נעמען דעם ליינער ערנסט.
כ'קען נישט זאגן אז איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט פון
@קאווע קריטיק'ס אנאליז, צום ביישפיל די אינטערוויו מיט די אונטער'ן חבריא איז געווען זייער געשמאק געשריבן און אינטערעסאנט צו ליינען (דער שרייבער האט אן אבסעסיע מיט דאס ווארט "רודערט" און גלייכט "קאלטע רעטעך"...) און די דאקומענטאציע האט געדעקט זייער אינטערעסאנטע קאפיטלעך אין היסטאריע, אבער דאס אמאל זיכער, טאמער וואלט איך אמאל ארויסגעבן אן אויסגאבע וואלט איך אויפגענומען קאווע קריטיק אלס קאנסאלטענט...
מסכים מיט רימון, און געלייקט קריטיק פאר זיין ארבעט.
ס'איז אמת אז צופיל רעבישע זאכן ווערן איבערגעקייט, אויך אמת אז ר' חיים'ס אינטערוויו איז ליצנות געמאכט פון כלל ישראל... אבער זייער יו"ט ביילאגע איז געווען אינטערעסאנט אלע ארטיקלען. גוטע נושאים, יא, אפריקע איז בעסער פון וויליאמסבורג, און זייער גוט באשריבן. און איך זוך נישט די רייזע, נאר וואס ס'קומט פאר אין אפריקע. (חוץ אויב טורקס אדער זיאנס פארן, וויל איך יא זייערע געדאנקן...).
לגבי די מלחמות סעריע, האב איך בעסער ליב געהאט מער נושאים ווי איין נושא. און אז דו קענסט שוין די אלע היסטאריע, איז נישט קיין ראיה אז יעדער קען עס. און גראדע, לויפט דער שפאקטיוו אויף אט דעם מהלך פון א גאנצע ביכל אויף איין נושא.
נאכאמאל קריטיק, איך האב הנאה פון אייער אנאליז, און איר זענט גערעכט מיט'ן עצם געדאנק אז די שריפט קען נוצן מער א סטרוקטליכע רעדאקטירונג. פארט דעקן זיי זייער באזע פון בילדער ליינער, וואס איז א ריזיגע פראצענט פון כלל ישראל (ל"ע).....
זאל איך?
זיכער, קענט וועיט
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק
יא!!!
Sent from my iPhone using Tapatalk
קאווע קריטיקזאל איך?
דו פרעגסט? וואס איז די שאלה?
ווייסט וויפיל מאל איך האב שוין ריפרעשט אקטיווע צו זען אויב ס'איז דא חדשות פון קאווע קריטיק?
דזשאסט קידיניג, אבער וווי קענט וועיט
איך דרוק אויס מיין מחאה אויף די משפחה וואס האט גענומען די חרדישע פרעסע צו א פרישע נידריגע שטיפע אין דער צייט ווען אידישע לעבנס זענען אויף דער ליניע.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/avitalrachel/status/1247205148088242177?s=20">https://twitter.com/avitalrachel/status ... 42177?s=20</a>
שוין נאכ'ן שרייבן א גאר לאנגע אבער קורצע אבזערוואציע אויף מאגאזינען און אויסגאבעס דעם יו"ט איז עס ליידער נישט געסעיווט געווארן. חבל על דאבדין.
א גוטן מועד,
אט זענען מיינע צוויי צענט אויף טייל ארטיקלען און אויסגאבעס פון דעם יו"ט פסח.
סיי אין בקהילה און סיי אין משפחה איז ערשינען אן ארטיקל איבער דעם גאונ'ישן ינוקא. דער אונטערשייד איז נאר אז אין בקהילה איז דאס געועון א פשוט'ער פראפיל באשרייבונג (וואס וואלט ווען געדינט אלס א גוטן אריינפיר צו אן אינטערוויאו מיט'ן ינוקא זעלבסט), און אין משפחה איז עס געווען א זיסע און לעבעדיגע אינטערוויאו דורך אריה ארליך און נאך איינער (אגב, רוב ארטיקלען אינעם הויפט משפחה אויף יו"ט זענען געווען געשריבן דורך ארליכ'ן).
דער אינטערוויאו מיט'ן ינוקא איז זייער זיס, אייגנארטיג און באלערנד, הגם כ'האלט אז אסאך אינסייד אינפארמאציע וואס פאראינטערעסירט די ליינער איבער דעם ינוקא וועלט געמעגט אביסל אויסגעשמועסט ווערן.
ומכאן הכרוז יוצאת פאר שרייבער; ווען עס קומט צו אפהאלטן אינטערוויאוס מיט פערזענליכקייטן, ובפרט רבני'שע און גאוני'שע; יעדער ווייסט אז זייערע שיעורים און דרשות זענען עלעקטעריזירנד און יעדער ווייסט אז אלע גאונים זענען מתמידים עצומים און לערנען ביינאכט לאור הנר. ליינער ווילן אבער שטארק הערן אביסעלע אינערליכע ארויסגעשנאפטע אינפארמאציע, צו וועלכע מען קען נישט צו קומען סתם אזוי.
אויך איז אין משפחה געווען אן ארטיקל איבער דאס אז אדמו"ר מהר"א, א טאג נאכ'ן פארשליסן די בתי מדרשים אין קרית יואל איז ער אריין אין בית המדרש און אנקומענדיג צום מקוה האט ער געטראפן דעם מקוה איד ר' הילל ווייס און ער האט אנגעהויבן וויינען, זאגנדיג, אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער פאטער דער ברך משה האט געקלאגט ווען נאכ'ן קריג האט ער זיך אומגעקערט קיין קלויזנבורג און געזעען אז דער ארטיגער שול איז פארשפארט אונטער שלאס און ריגל.
אקעי. דאס איז א שיינע אינסייד מעשה. אבער צו וואס פעלט אויס און ווי אזוי אין דער וועלט קומט אריין די אנדערע זעקס בלעטער איבער דער קאראנע פאנד אין קרית יואל, איבער די ערב פסח מצות, איבער דאס געזונט פון רביצין סאשע און נאך? אלעס אונטער איין ארטיקל ווען דער אויפרייס איז אפציעל די מעשה אז דער רבי האט געלאזט טרערן אין מקוה.
*
אין דער בליק אויסגאבע איז געווען א "מצרים ביכל" און ווי געלויטעט אויפ'ן דעקל איז דאס אן אויפרייס אין דער וועלט פון אידישע ליטעראטור.
יאפ, טאקע אן אויפרייס. זייער אינטערעסאנט און אייגנארטיג געווען צו ליינען די זיסע באשרייבונג פון הרב גליק, באגלייט מיט הומאר און אבזערוואציעס, און די זעלבע דער היסטארישער איבערבליק ארטיקל פונעם מייסטער שריפט-שטעלער הרב זילבער.
ס'איז באגריסנד דער טעמע און סיי דער מקום, מצרים. ס'איז נישט א יעדן טאגיקער באשרייבונג, און עס איז נישט ארבעט וואס יעדער מאן דהו קען צושטעלן.
דער ארטיקל אז קובע ברכה לעצמו.
אגב, הערה פאר'ן גראפיקער: ביטע זיכער מאכן נעקסט-טיים אז מען זאל קענען ליינען די טעקסט ביי די קעפציעס אונטער די בילדער.
*
מאמענט. טראצדעם וואס עס איז בלויז געווען איין דיקן ביכל, לאזט זיך אבער זאגן אז דער קוואליטעט וואס די יו"ט מאמענט אויסגאבעס פארמאגן, איז נישט רעדוצירט געווארן.
דער הויפט-ארטיקל איבער רבי שאול אלתר איז זייער שיין געווען, הגם מבין השיטין איז מערקבאר אז עס איז נישט געשריבן געווארן דורכן פראפעסיאנאלסטן שרייבער.
אבער דאס צינישקייט און סארקאסיטשקייט פונעם שרייבער, און די פילע פרטים וואס מאכט דעם ארטיקל מלא וגדוש איז קונה לעצמו א קודאס. (אגב, צופיל מאל איז איבערגע'חזר'ט דער סינאנים פון קאצק-פשיסחא-גור).
דער ארטיקל איבער טורקס איז זייער שיין, אבער רוב ארטיקל איז געווען אביסעלע צו סאך פאליטישע איינצלהייטן און א לענגס און א ברייטס איבער דער היסטאריע פון טורקס זיידע.
ליינער ווילן ליינען פרטים און אינפארמאציע איבער דעם מענטש זעלבסט, איבער זיין הווה'דיגע לעבן אלס זשורנאליסט אינעם ווייסן הויז. און נישט נאר איבער די שוועריגקייטן צו באקומען א 'פאס' זיך אריינצובאקומען אינעם פרעסע צימער.
כ'מיין אז אין יעדע אידישע אויסגאבע איז שוין בנציון אוירונג געווען באשריבן. און אומעטום ווייסט מען אז אוירונג האט בדרך נס געראטעוועט א קליין יונגעלע ביי א טעראר אטאקע אין ירושלים. און דער בילד דערפון איז אויך א שטארק באקאנטע. אלזא, איז דער עצם געדאנק נישט קובע ברכה לעצמו.
אבער דער טאן פונעם שרייבער איז שטארק און פראפסיאנאל. און עס האט געצויגן צו ליינען ס'גאנצן ארטיקל.
דער באזוך פון גליק ומשפחתו אין וואשינגטאן די. סי. איז זייער קיוט און אייגנארטיג באשריבן. באגלייט מיט שמועסן מיט עטליכע אידן, וואס איז שטארק באגרוסנד.
די הומאר און לעבעדיגקייט אינעם ארטיקל איז א זאך וואס נאר גליק קען, און איז א מיעוט-שאינו-מצוי'דיגע ערשיינונג ביי אנדערע.
אויף א שמועס מיט'ן מייזם און ארויסגעבער פון די מחניים ביכלעך האבן מיר שוין פונלאנג געגארט.
און אינעם ארטיקל איז דא אסאך שיינע חידושים.
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק
זייער שיין @לבי ובשרי!!, עס לאזט זיך זאגן אז @קאווע קריטיק האט שוין א קאנקארענט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
חוקר ודורשזייער שיין @לבי ובשרי!!, עס לאזט זיך זאגן אז @קאווע קריטיק האט שוין א קאנקארענט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
חלילה! איך זוך נישט צו גיין אין קאנקורענץ מיט קיינעם, און זיכער נישט מיט קאווע קריטיק.
מיר ווארטן אלע אויף קאווע קריטיק'ס אבזערוואציעס.
עס איז נאר שווער צו האלטן אין בויך אייגענע אויפפאסונגען...
לבי ובשרי דער ארטיקל פון מחניים למעשה האט אזוי פיל געפעלט ווי איז וועגן מנחם מענדל קיין איין ווארט . וועגן אוירינג למעשה אין די מאמענט איז עס נישט געווען באשריבן און גראדע האבן זיי געמאכט א גאר א פיינע ארבעט! קיינמאל נישט געוויסט אז ער קימט פון אמעריקא! און וועג טורקס זאגסטו גאר גיטע נקידות עניוועיז מאמענט האט נישט אנטוישט
איך עגרי אז א בליק'ס באזוך אין מצרים איז א קנאקעדיגע ארגינעלע איידיע, און דאס צוזאמשטעלן די צוויי שרייבער איז עפעס א שידוך פין אויבן, ספעציעל ווען מ'צוטיילט זייערע באשרייבונגען נאכדעם.
בנוגע די גראפיקער פין א בליק: כידוע ספעציאלעזירט זיך א בליק בכלל נישט אין די הינזיכט פין לעיאט און גרעפיק. ס'ממש א שאד אז אזא הערליך באזוך זאל ליגן אין אזא גרויליגן ביך.
ומדי דברי בו, וואונדערט מיר גאר שטארק פארוואס עס לוינט זיך פאר אזא פאבליקאציע ווי א בליק אפצוהאלטן אזא טייערע טריפ וואס ענטהאלט פלי-קאסטן, האטעלן, פאטאגרעפירערס, דרייווערס א.א.וו., זייער אוידיענץ איז זייער שמאל (נאר חסידים) און למיטב ידיעתי נאר אין די טריי סטעיט עריע, און אפילו דא אליינס האבן זיי די וואך אלס קאמפעטישען יעדע וואך און מאמענט ווען עס קומט צו ימים טובים. אתמהה.
*
בנוגע מאמענט.
ברור לי כשמש אז די ארטיקל אויף ר שאול אלתר איז אן עדוועטאריע"ל. צופיהל חנופה מחוץ לענין (ווי קומט אריין די פינאנציעלע סטאטוס פין די מוסדות), די פראגעס וואס ער פרעגט ר שאול מכלומפרשט איז א מאדנע צוזאמשטעל ועוד ועוד.
טורקס איז פיין, גראדע א שיינע פאר חידושים. איך האב הנאה געהאט.
מחניים אינטעריוויא: ככה ככה זאגט מען אין העברעאיש.
אוירינג האב איך ניטאמאל געליינט. לא מעניין אותי זאגט מען אין די אויבנדערמאנטען שפראך.
גליק אין וואשינגטאן איז אייזן, כדרכו בקודש. וראה זה פלא, פין אלע ארטיקלען און אינטערוויאוס אין מאמענט איז ער דער איינציגסטער וואס מען זעהט די צורה פינעם שרייבער, דאס געבט גאר אסאך צוה צום היימישקייט.
וויאזוי אויך די אינטערוויו מיט גליק אין די בעק איז גאנץ באלערנד.
אינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
קאצקע ציקעראינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
אינגערמאנטשיקלקאצקע ציקעראינגערמאנטשיק געהאט די זעלבע פראגע מהיכן ירק זה חי
אויף דעהם ארויף פירט זיך די בארימטע מגיד מישרים (און פלאגאזירער) האסידיק צו באדאנקען פאר יו"ט פאר די אויסגאבעס.
זיין טוויט פארגאנגענע וואך:
כלל ישראל דרוקט אויס א גרויסען דאנק פאר אלע היימישע מאגאזינען וואס געבן אויס שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער ריין לשם שמים אז יודען זאלען האבען וואס צו ליינען, כאטשיג עס צאלט זיך זיי נישט אויס אפילו האלב נישט פארגעסן צו באצאלען די הלוואות, די פרינטינג קאמפאניס, די שרייבער ומגיהים
איך גלייב אז שמעון שלמה און הרב גליק בעטן נישט ווייניגער פון פינעוו טויזענט דאלער אראפצופארן טשילן אין מצרים
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס אויך נישט וויסאך זיי באקומען באצאלט. אבער עפ"י חשבון זענען זיי צוערשט געפארן קיין אר"י און געוויילט דארט אויף שבת (זיי זענען געפארן פין אר"י קיין מצרים אום זונטאג, לכאורה מיינט דאס אז זיי זענען געווען אין אר"י אויף שבת. ועוד אז גליק האט געהאט דאס שטריימל אין רענצל). דאס קומען און גיין אליינס, און די accommodations אווערסיעס קאסט אסאך געלט יעדן ריר.
מאך זיכערדי ארטיקל אויף ר' שאול אלתר איז געווען זייער ארעם געשריבן, אין א נייע מקום איז פארהאן פיל מער צו אבזערווירן און נישט נאר זיין פארנומען מיט וויפיל מענטשן זענען דארטן און וויפיל געלט עס איז דא דארט, איך האב געוואלט ליינען מער ביאגראפיע אויף ר' שאול און הערן פערזענליך פון אים וואס ער האט צו פארקויפן, אבער אנשטאט דעם גיבט דער שרייבער א מורמל אפ צום סוף אז ר' שאול האט אים אויפגענומען מיט א פארקערטע ציצית און ער זאגט ניטאמאל נאך קיין ווארט פון ר' שאול, א זייער אונגערישע באשרייבונג אויף א פוילישע קהילה.
הוא אשר דברנו אז ס'איז א פעי"ד עדוועטאריע"ל, די מטרה פינעם ארטיקל איז אך ורק להגדיל הפי.אר. עס אנטהאלט נישט קיין שום פארש ארבייט אדער חידושי תורה והשקפה במשנתו של ר שאול.
מ'קען עס אויך זעהן פינעם אופן וואס ער שרייבט אז ער איז כאילו געקומען פין אמעריקא באשרייבן די קהילה. ביים מחניים ארטיקל האבן זיי געקענט נעמען טאמבור פין ירושלים צו שרייבן, אבער פאר אזא פצצה מתקתקת ווי רבי שאול דארפן זיי אימפארטירען פין אמעריקא איינעם וואס זאל צוקומען צו סטאנציע גאר ביי איינעם פריוואט אינדערהיים?
די בארימטע קינדערליך אויסגאבע איז אריינגעקומען מיט א שטארקע ראש השנה נומער "פארגרעסערטע אויסגאבע לכבוד יו"ט" וואס האט אנטהאלטן גאנצע 54 זייטן אנשטאט די געווענליכע 48 זייטן, דארונטער 5 עדס אנשטאט די געווענליכע 1-2 עדס. אט לכבוד דעם פארגרעסערטן נומער איז דער פרייז ארויף פון 5.50 צו 6.99 לקיים מה שנאמר אז אונאה איז יתר על שתות.
בקהילה און משפחה אנטוישן מיר נישט געווענטליך.
Ami איז געווענטליך זייער גוט.
מיט די אידישע מאגאזינען בינעך שוין אסאך מאל געווארן אנטוישט.
אבער אין אזעלכע גראבע מאגאזינען פאלט אלץ אריין אפאר גוטע ארטיקלען.
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק
מאך זיכערוואלט איינער געקענט זיין אזוי גוט און באשרייבן נאך בעפאר יו"ט וועלכע אידישע מאגאזין עס לוינט זיך צו קויפן און וועלכע מען זאל חלילה נישט צורירן?
די ניו יארקער
די וואל סטריט דזשורנאל
פינאנציעלע צייטן
נייעסוואך
גאראנטירט וועסט טרעפן עפעס אינטערעסאנט.
תרמבבקהילה און משפחה אנטוישן מיר נישט געווענטליך.
פארגלייך נישט די צוויי ביטע. בקהילה איז רוב מאל אינטערעסאנטער פארן אמעריקאנער חסידישער איד.
משפחה לעבט אין א באבעל און באשרייבט נאר וואס איז אינטערעסאנט פארן בני ברק'ער ליטוואק. בקהילה איז אסאך ברייטער, מער חסידישע שרייבערס, און ווער רעדט נאך פון ריבלין'ס פאליטישער ביילאגע יעדן יו"ט.
הפוך גוטה הפוך.
משפחה האט ערשט-קלאסיגע דזשורנאליסטן מיט ווייטגרייכענדע קשרים. זייער חשיפות זענען שוין מערערע מאל אנגעקומען צום נאצינאלען מידיע. אריינגערעכענט די יעצטיגע ערב סוכות אינטערוויו מיט אביחי מנדלבליט וואס האט געברענגט א גרויסן שטורעם.
נאך א לעצטיגע משל, די באשרייבונג/אינטערוויו מיט יוסי כהן.
בקהילה נישט אזוי שטארק.
אבער דאס איז כו"ע מודי, אז ריבלין'ס פאליטישע מוסף איז עפעס וואס קיינער קען קאמפיטן. איך קויף בקהילה פאר דעהם אליינס.
אין יו"ט'דיגן קיאסק
איך האב געקויפט דעם ״בקהילה״ פאר איבער צען דאלער, בעיקר צו ליינען די ארטיקל איבער די חילוק פון די צוויי סאטמארע רבי׳ס און זייער חסידות.. אינעם ארטיקל רעדט די שרייבער ארום אז ״רב המאחד על המפריד״ ביידע סאטמארע רבי׳ס זענען אייניג ממשיך די וועג פונעם דברי יואל מיטן התנגדות צו ציונות און אלעס ארום דעם ווי שיקן געלט צו מוסדות וואס לערנען על ״טהרת הקודש״ נאר רבי אהרן קען נישט ליידען ווען די קנאות גייט איבערן מאס, ״מיר זענען נישט קיין בני גרים״ זאגט ער, און מיר האבן א קבלה ווי אזוי קנאות דארף אויסצוקוקען, מצד שני פירט רבי אהרן יא איין געוויסע שינויים בעיקר לחומרה ווי מקפיד זיין אויף אריזאנע ווייץ וכו׳ אזוי אויך נייע מנהגים לצורך הדור ווי א גרויסע ל״ג בעומר פייער, משא״כ רבי זלמן לייב איז באוואוסט צו זיין דער ״שומר הפיקדון״ און זוכט נישט צו ארויסווייזן שטארקע מנהיגות און ווען יא איז דאס בהסכמת ״בית דינו״..
אזוי אויך האט מיך געצויגען דעם ארטיקל איבער הגאון רבי יצחק שלמה זילברמן זצ״ל מיט זיין קהילה אין אלט שטאט ירושלים וואס זענען באוואוסט מיט דעם וואס זיי זענען מקיים די משנה אין אבות ״בן חמש למקרא בן עשר למשנה ובן חמשה עשר לתלמוד״, די קהילה איז שטארק געבויט אויף מנהגי הגר״א ווי למשל גיין אנגעטוהן מיט תפילין דורכען טאג, אזוי אויך איז הרב זילברמן געווען שטארק דבוק אין תורת הרמח״ל און דאס צאמגעפלאכטען מיט תורת הגר״א, אזוי אויך זענען די זילברמאנים באוואוסט מיט זייער שטארקע ליבשאפט צו ישוב א״י און זיי זעען אין דעם א פעולה אויף צו מקרב זיין די גאולה ווי שיטה פונעם גר״א ותלמידיו, בעיקר זעען זיי א גרויס חשיבות צו וואונען אין אלט שטאט ירושלים. אפי׳ די זילברמאנים זענען אנדערש פון די קלאסישע ליטווישע וועלט, האט זייער מנהיג הגרי״ש אלץ זיכער געמאכט אז זיין קהילה בלייבט אין די ראמען פון די חרדישע וועלט, און ווען הרב שך האט אויפגעשטעלט די דגל התורה פארטיי האט ער אנגעזאגט זיינע תלמידים צו שטימען דגל התורה, אויך האט ער געזאגט אז ווען הרב שך וואלט אים געזאגט צו פארמאכן זיין קהילה און ישיבה, וואלט ער אים גלייך געפאלגט..
הרב זילברמן האט אמאל געזאגט א טרעפליכע משל איבער די חילוק פון זיין מהלך און די סאטמארע און מזרחי׳סטישע מהלכים, אז דאס איז דומה צו דריי בחורים וואס זענען ארויף אויף א באן וואס זאל זיי טראגען אין ישיבה, אבער פארענדיג זעען זיי ווי די דרייווער איז א אוכל טריפות, רופט זיך אן איין בחור איך קען נישט פארן מיט אזא רשע אין ישיבה, און איז אראפ פונעם באן, די צווייטע איז צוגעגאנגען צום דרייווער און אים ארומגעהאלזט און געזאגט ווי א גרויסע צדיק ער איז פארן טראגען בחורים אין ישיבה, די דריטע בחור האט זיך געהאלטען רואיג און געזאגט די דרייווער איז טאקע א רשע אבער מיט זיין באן וועל איך אנקומען אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה, והנמשל מובן..
הרב זילברמן האט איבערגעלאזט א שטוב פון אכצען קינדער! און זיין זוהן הרב אלי׳ שליט״א איז היינט די מנהיג הקהילה.
אויך האבן זיי א שיינע שמועס מיט הגאון רבי יצחק שיינער ר״י קמניץ וואס איז שוין כמעט א בן מאה בלי עין הרע.
אויך האבן זיי א שמועס מיט הרב בערל וויין וואס איז באוואוסט צו זיין א גאר גוטע בעל דרשן און א גרויסע בקי אין די אידישע און וועלטליכע היסטאריע, סוף פונעם שמועס געט ער א זאג אז אידן האבן נישט קיין עתיד אין אמעריקה וואס ווערט אלץ מער אנגעפילט מיט לינקע ראדיקאלע עלעמענטן, נאר ענדערש זאל מען ארויפקומען קיין א״י און צוביסלעך איבערנעמען די לייצעס פונעם לאנד.. הרב וויין האט יארן לאנג געוואוינט אין מאנסי, און שפעטער זיך אריבערגעצויגן קיין א״י ווי ער וואונט היינט.
אויך איז דא אן ארטיקל איבער ״עילויים״ ווי אויך א שמועס מיט יואל הערש פוקס מיט לייבי ווידער איבערן אונטערן שפיל! אבער די צוויי ארטיקל האבעך נאך נישט געליינט.