☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

166 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13065
בלאט: 1 2 3 4

האי פרושא » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 5:03 pm

· #540641
יין שרף #
ח) גדולי מורי הוראה שיקן אים מענטשן מיט OCD אס ער זאל זיין זייער דיין פאר זייער שאלות..

ווער זענען די רבנים וואס שיקן צו אים?

האי פרושא » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 5:09 pm

· #540643
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
ווי קען מען אים הערן אויף ספאטיפיי?

פיקח עצום » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 9:57 am

· #542092
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
ברוך דיין האמת זיין טאטע הגה"צ רבי אברהם ניסן זצ״ל האט היינט פארטאגס פלוצלינג נפטר געווארן

עמרם » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:25 pm

· #542109
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
ר' שמואל נעמט איבער ???

די קעפעלע » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:52 pm

· #542118
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
עמרם #
ר' שמואל נעמט איבער ???

ניטאמאל אין דר. פרענק......

קליינע צדיק » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:16 pm

· #542121
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
עמרם #
ר' שמואל נעמט איבער ???

הלוואי
די וועלט וואלט בעסער געשטאנען

אקטיווע שרייבער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:01 am

· #542174
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
עמרם #
ר' שמואל נעמט איבער ???
הלוואי והלוואי!

נאר די וויזניצע וועלן פון זייער פארדארבן קעסטעלע קיינמאל נישט ארויסקומען…

זיי וועלן בלייבן איבערחזר׳ן תהילים צוויי הונדערט מאל… אבער א נארמאלע דיין וועט מען נישט האבן..

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:29 am

· #542179
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
וואס מאכט ר' שמואל איז ער שוין צוריק געזונט און שטארק אזוי ווי אמאל?

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:40 pm

· #542188
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
אקטיווע שרייבער #
עמרם #
ר' שמואל נעמט איבער ???
הלוואי והלוואי!

נאר די וויזניצע וועלן פון זייער פארדארבן קעסטעלע קיינמאל נישט ארויסקומען…

זיי וועלן בלייבן איבערחזר׳ן תהילים צוויי הונדערט מאל… אבער א נארמאלע דיין וועט מען נישט האבן..

נישט געוויסט אז תהלים זאגן קעסטלט פארדארבנקייט..

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:49 pm

· #542191
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
וואלווי #
אקטיווע שרייבער #
עמרם #
ר' שמואל נעמט איבער ???
הלוואי והלוואי!

נאר די וויזניצע וועלן פון זייער פארדארבן קעסטעלע קיינמאל נישט ארויסקומען…

זיי וועלן בלייבן איבערחזר׳ן תהילים צוויי הונדערט מאל… אבער א נארמאלע דיין וועט מען נישט האבן..

נישט געוויסט אז תהלים זאגן קעסטלט פארדארבנקייט..

ניין, ניין. דאס קעסטעלע האטער געזאגט אויפ׳ן ׳דיין׳ חלק... דער ׳תהלים׳ חלק ווייזט נאר ווי פאני ס׳איז.
ווען איינער האלט ביי גארנישט איז איין זאך, אבער אז דו קלעימסט צו זיין ערליך און זיך פירן ריכטיג, דאן שטעלט זיך די קשיא גאר שטארק.

די קעפעלע » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:19 am

· #542328
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
נישט קיין חילוק וואס מען האלט פון הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א און זיין געוואלדיגע אויפטוען, מוז מען אבער נישט זיין "פארדארבן און געקעסטלט" צו פארשטיין אז ר' שמואל איז נישט ממש געאייגנט צו זיין אן אפיציעלע דיין מטעם הקהילה ד'קהל תורת חיים וויזניץ.

חמול על מעשיך » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:56 am

· #542340
Re:
האי פרושא #
יין שרף #
ח) גדולי מורי הוראה שיקן אים מענטשן מיט OCD אס ער זאל זיין זייער דיין פאר זייער שאלות..

ווער זענען די רבנים וואס שיקן צו אים?
באוזני שמעתי פון הרה”ג ר’ משה פרידמאן דומ”ץ סאטמאר ב.פ. (וואס האט געחתמעט אויף די קול קורא) אז ער שיקט נאכאלטס מענטשן צו עם

די קעפעלע » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:00 pm

· #542341
Re: Re:
חמול על מעשיך #
באזני שמעתי פון הרה”ג ר’ משה פרידמאן דומ”ץ סאטמאר ב.פ. (וואס האט געחתמעט אויף די קול קורא) אז ער שיקט נאכאלטס מענטשן צו עם

איך ווייס פון אן אנדערע גרויסע רב ופוסק וואס האט אויך געשיקט צו איהם. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געאייגענט פאר א יעדן איינעם.

האי פרושא » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:35 am

· #542432
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
מען קען אים נאר הערן אויף תורה עני טיים? איך נוץ ספאטיפיי א גאנצן טאג אין איך וואלט מיר ווען מחיה געווען אים צו הערן, זייענדיג א שטארקע מעריץ פון געוויסע געדאנקען פון אים.

אבער אז עס איז נישט באשערט איז נישט

די קעפעלע » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:14 pm

· #542442
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
האי פרושא #
מען קען אים נאר הערן אויף תורה עני טיים? איך נוץ ספאטיפיי א גאנצן טאג אין איך וואלט מיר ווען מחיה געווען אים צו הערן, זייענדיג א שטארקע מעריץ פון געוויסע געדאנקען פון אים.

אבער אז עס איז נישט באשערט איז נישט

דא איז די לינק פאר תורה עני טיים
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=832

די קעפעלע » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:18 pm

· #542443
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
די קעפעלע #
האי פרושא #
מען קען אים נאר הערן אויף תורה עני טיים? איך נוץ ספאטיפיי א גאנצן טאג אין איך וואלט מיר ווען מחיה געווען אים צו הערן, זייענדיג א שטארקע מעריץ פון געוויסע געדאנקען פון אים.

אבער אז עס איז נישט באשערט איז נישט

דא איז די לינק פאר תורה עני טיים
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=832


ווי אויך האט ער אן אייגינע וועבזייטל וואס מען קען דארט הערן שיעורים אויף פארשידענע טעמעס, רוב גייט סובסקיפשען בעיסד אבער עס איז דא אפאר פריי פון אצאל

https://pricelessknowledge.com/
בלאט: 1 2 3 4