ווי געברענגט אין די אנדערע אשכול, נאך קרוב צו דרייסיג יאר וואס רבי שמואל ניימאן האט פארגעלערנט שיעורי תורה ברבים, בגמרא, הלכה ותנ"ך אין ביהמ"ד וויזניץ אויף דר. פרענק, וועט ער פארלאזן די פלאץ צוליב פרעשור פון וויזניץ. (י"א דירעקט פון ר"י מוויזניץ מאנסי, איך קען עס נישט וועריפייען). אנשי ותלמידי רבי שמואל האבן געפענט א נייע ביהמ"ד פאר אים צו קענען ווייטער געבן זיינע שיעורים מיט הרחבת הדעת.
די נייע צייטווייליגע מקום איז Six Yale Dr. Monsey NY (איין גאס אוועק פון דר. פרענק, ווי די וויזניצע ביהמ"ד ווי ער האט פארגעלערנט ביז היינט געפינט זיך).
די נייע ביהמ"ד האט מען א נאמען געגעבן "אבני החושן" נאך די ערשטע ספר וואס רבי שמואל האט פארפאסט אלס אינגערמאן, אויף די ספר קצות החושן. (אבני החושן ר"ת שמואל בן אברהם ניסן ניימאן, די איבריגע אותיות געדענק איך נישט...).
היינט דאנערשטאג, כ"ו טבת תש"פ איז פארגעקומען די ערשטע שיעורים און תפילות אין די נייע ביהמ"ד, מיט די השתתפות פון בערך 30 אינגעלייט וואס זענען מיטגעקומען מיט אים פון די אלטע ביהמ"ד.