☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

166 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13065
בלאט: 1 2 3 4

וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:49 pm

· #459533
By now קענען זיי זיך אלע האלטן מיט זייער קללות...

אינטערסאנטער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:53 pm

· #459534
וואלווי
By now קענען זיי זיך אלע האלטן מיט זייער קללות...


עס איז נאך אלס דא גענוג תמימותדיגע וואס ווערן איבערגענומען פון א קול קורא, און נישט יעדער ליינט פון אונטער די שורות אז א באנדע באנדיטן האבן דא פשוט געזוכט אינטערצוברענגען א גדול בתורה וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן. דאס הייסט אז למעשה איז דאס יא אין די אויגן פון גאר אסאך א פלעק אויף הגאון ר' שמואל.

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 8:53 pm

· #459547
אויב איז ר' שמואל וויאזוי מ'לייגט עם אראפ דא אין שטיבל האט ער עם אוודאי מוחל געווען.

אן אויסגעארבעטע מענטש (ובפרט א תורה'דיגע איד אנגעזאפט מיט מוסר און השקפה), וועט אלץ פרובירן פארשטיין א צווייטן און זיכער מוחל זיין ווען יענער פרובירט צו ברענגען שלום - אפי' פערזענליך וועט ער נישט פארדינען.

און בכלל איז ראוי צו ברענגען וואס איך האב געליינט אין דער וועקער #12: א בחור איז אריין צו רב שטיינמאן און געבעטן מחילה אויפ'ן הענגען פאשקעווילן אקעגן עם אין ירושלים, רב שטיינמאן האט פשוט אנגעווינטשן ברכה והצלחה, האט דער בחור איבערגעפרעגט, איז דער ראש ישיבה מוחל, אויף וואס רב שטיינמאן האט צוריקגעענטפערט: נישטא אויף וואס "איך האב נאר פארדינט דערפון" (בערך אזוי).......

אינטערסאנטער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:44 pm

· #459551
דאס האב איך טאקע געטענה'ט אויבן, און איך ווייס קלאר פון רבנים וואס האבן אים אנגעקאלט איבערבעטן און ער האט זיי אלע מוחל געווען מיט זיינע גאלדענע תורה'דיגע מדות, אבער עס איז נישט צום פארשטיין א רב וואס האט אונטערגעשריבן און [על כל פנים געוואלט] חרוב מאכן יענעמ'ס לעבן און באשמוצן לדורות עולם, און זיך בארואיגן מיט א שטילע פאון קאל.....

גרעפיקסער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:49 pm

· #459552
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע דעמעדזש?
וויפיהל איך ווייס, גייט ער אן בעסער און שטארקער ווי ביז היינט.
(נישט אז כ׳געב גערעכט די חותמים...)

פיקח עצום » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:05 am

· #459556
[ציטאט אראפגענומען]




לויט ווי כ׳האב געהערט האט ער גענפערט מחול לך מחול לך מחול לך.
כמיין אז ר׳ שמואל איז געוועין א תלמוד פון הר׳ רפאל.
און זיין טאטע הרב אברהם ניסן שליט"א איז בידידות מיט ר׳ רפאל, נאך פון יאהרן צוריק

יין שרף » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:26 am

· #459557
יא, לכאורה איז ער א אלטע תלמיד פון ר' רפאל פון ישיבת וויזניץ.

גראדע כמדומה ע"פ שו"ע דארף מען נישט מוחל זיין א מוציא שם רע, ווייל יעדער האט געהערט פון די שם רע און נישט פון די פיוס! (וכמדומה מכל מקום מידת חסידות איז יא צו מוחל זיין, וכבר אמר הרבי מסאטמאר שנשתכחה...)

שמעי' » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:04 am

· #459562
ער האט אים געזאגט אז ער האט אים שוין לאנג מוחל געווען, און ווען ר' רפאל האט זיך פרובירט צו פארענטפערן וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען אז בעצם האט ער נישט געוואוסט און געוואלט וכו' וכו' האט אים ר' שמואל גענטפערט אז ער איז נישט אינטערעסירט צו הערן.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 6:07 am

· #459566
פון וואו ווייסט דער עולם אזוי פונקטליך די פרטים פונעם טעלעפאן קאל, איינער בעסער פונעם צווייטן?

אוהב ספרים » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 8:27 am

· #459568
קענסט אויכעט צולייגן דיינע פרטים.

פיקח עצום » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:15 am

· #459571
שמעקעדיג
פון וואו ווייסט דער עולם אזוי פונקטליך די פרטים פונעם טעלעפאן קאל, איינער בעסער פונעם צווייטן?

איך האב עס געהערט פון א מענטש וואס איז בידידות מיט ביידע. ער טענה'ט אז ער האט עס ערלעדיגט.

קאנטראווערסול » מיטוואך יוני 2, 2021 6:05 pm

· #474526
ר' שמואל ניימאן: וואס מיינט דעת תורה?
https://www.dropbox.com/s/2tebydazyrb0e79/das%20torah.mp4?dl=0

קאנטראווערסול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:59 pm

· #479141
הרב ר' שמואל ניימאן איז מגלה דעתו איבער מוציא זיין ז"ל, און איבער די קול קורא
https://www.dropbox.com/s/16rz62g0roezex5/kol%20korah.mp4?dl=0

וואלווי » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:23 pm

· #479149
קאנטראווערסול
הרב ר' שמואל ניימאן איז מגלה דעתו איבער מוציא זיין ז"ל, און איבער די קול קורא
https://www.dropbox.com/s/16rz62g0roezex5/kol%20korah.mp4?dl=0


ער איז נישט מגלה "דעתו", ער זאגט קלאר אז ער איז בלויז מגלה "דעת שו"ע".

וע"ד אגב, פון דעם קאממענט זעט מען ווי פון איין איבעריגע אות איז מען מסלף דברי צדיקים. נאכדעם וועט עס ווייטער פארן און מ'וועט זאגן אז ר"ש ניימאן זאגט חידושים און ענין פון מוציא ז"ל. ער האט קלאר פארגעליינט א סעיף אין שו"ע אן קיין שום צוגעלייגטע חידושים. יעצט פארשטייט מען אויך ווי אזוי ס'האט געקענט פאסירן אזא חילול השם נורא כנגדו אינטער א שלייער פון איצטלא דרבנן פון עומדים בפרץ וכו' וכו'

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:12 pm

· #479154
ולא עוד, ער זאגט נאך אז די רבנים זאגן אז זיי האבן געמאכט א טעות.

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:00 pm

· #479166
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
כ'האב ליב וויאזוי ער געט אזא זופ פונעם גלעזל ביי די ענד, נאכ'ן זאגן 'נעקסט', און דערנאך גיבן אזא לאך נאכאמאל.. זייער קיהל! אזא thug life מאמענט [emoji41]. איינער ברויך צולייגן די העט מיט די ציגאר [emoji23]

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

Samkoton » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 6:33 pm

· #483872
נא להתפלל
שמואל בן שרה פערל

געהאט אן עניוריזם ל''ע אין געפונט זיך אין סורזדשערי

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 9:13 pm

· #483881
He's B"h out of surgery. In Mt. Sinai ICU. the doctors are happy with the results.

Hashem should help he should have a quick and easy recovery!

קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:05 pm

· #483883
קאנטראווערסול
הרב ר' שמואל ניימאן איז מגלה דעתו איבער מוציא זיין ז"ל, און איבער די קול קורא
https://www.dropbox.com/s/16rz62g0roezex5/kol%20korah.mp4?dl=0


יוי איז דעיס א פיין שטיקל, בפרט ביים סוף ווי ער געט אזא לאך ווי צי זאגן פאר די רבנים "כ'האב ענק אלע אין דער ערד".

שמעי' » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:01 pm

· #484287
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
[ציטאט אראפגענומען]
*Update:*

A common side effect within 2 weeks after a brain aneurysm is "vasospasm". It occurs when a brain blood vessel narrows, blocking blood flow. If it's not taken care of, it can cause long term damage ch"v.

That was the procedure that he had to go thru on Friday, and again last night. The doctors are keeping him intubated for now, as they're expecting that he'll need the same procedure again soon.

The remainder of his life depends on how these days crucial days go.

*Please, please go out of your way, be creative with doing something special in his zchus. Your deeds and tefilos have the power to make the change!*

Sent from my SM-G973U1 using Tapatalk

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:48 pm

· #484321
א גוטע זכות פאר זיין רפואה, די וואס האבן נסיונות אויף ז"ל זאלען זיך איינהאלטן לכל הפחות איינמאל פאר זיין רפואה שלמה.

yn.NY » זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:38 pm

· #484349
[ציטאט אראפגענומען]

לרפואת רבי שמואל בן ????

יין שרף » זונטאג אקטאבער 31, 2021 10:47 pm

· #484356
רבי שמואל בן שרה פערל לרפו"ש

ערבי נחל » זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:34 pm

· #484359
היסטאריע
א גוטע זכות פאר זיין רפואה, די וואס האבן נסיונות אויף ז"ל זאלען זיך איינהאלטן לכל הפחות איינמאל פאר זיין רפואה שלמה.

איך האב דיך געפאלגט איך האב מיך איינגעהאלטען לרפואתו

calculator » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 10:47 am

· #485603
וואס מאכט דער דיין?

calculator » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 10:58 am

· #485604
.

calculator » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:35 pm

· #485746
דער דיין האט גענומען די קאוויד וואקסין?

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 3:06 pm

· #485748
ניין

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 3:10 pm

· #485750
ב"ה ער אטעמט און די מצב איז סטאביל. מען האט שוין ארויסגענומען די ווענטילעטאר פון האלז. די גוף, מח ונשמה איז ב"ה 100% דא. מען דארף נאך גרויס רחמי שמים ער זאל פולקאם צוריק קומען צו די כוחות, און די מצב זאל בלייבן סטאביל און נאר ווערן בעסער. מען חלומט שוין פון טראנספאטירט ווערן צו א ריהעב.

Lesser » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:12 pm

· #485783
ברוך השם פאר די בעסערע נייעס, ישלח לו ה' רפואה שלימה במהירה.

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:43 pm

· #485787
הודו לה' מען האט היינט ארויסגענומען די shunt פונעם מח. א שאנט איז א drainage system מיט א tube אז די fluids וואס ווערן נישט absorb זאל ארויס רינען פון די קאפ.

ב"ה עס איז נישטא קיין body damage, אבער ער איז שוואך ווי א פליג, קען קוים אויפהייבן זיין הענט. (וואס די דאקטער הייסט יעדע שטיק צייט טוהן, צו זיכער מאכן אז ער כאפט נישט נאך א סטראוק. ער האט ליידער געהאט אסאך מאל זייט די aneurysm וואס די אדער אין מח איז שמאל געווארן/פארמאכט און געדארפט emergency procedures).
אבער די סענס אף יומער האט ער נאך, און ווען מען מאכט א ווערטל אדער מען זאגט א גוט ווארט צו א תורה'לע שמייכלט ער לייכט (מיט פארמאכטע אויגן).

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 3:50 pm

· #486610
Who knows if he wasn't poisoned or if there's isn't some kind of conspiracy behind it. Mind you, I'm sure the pressure he's been subjected to is enough to cause that!?

ששון ושמחה » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:33 pm

· #486647
יין שרף
הודו לה' מען האט היינט ארויסגענומען די shunt פונעם מח. א שאנט איז א drainage system מיט א tube אז די fluids וואס ווערן נישט absorb זאל ארויס רינען פון די קאפ.

ב"ה עס איז נישטא קיין body damage, אבער ער איז שוואך ווי א פליג, קען קוים אויפהייבן זיין הענט. (וואס די דאקטער הייסט יעדע שטיק צייט טוהן, צו זיכער מאכן אז ער כאפט נישט נאך א סטראוק. ער האט ליידער געהאט אסאך מאל זייט די aneurysm וואס די אדער אין מח איז שמאל געווארן/פארמאכט און געדארפט emergency procedures).
אבער די סענס אף יומער האט ער נאך, און ווען מען מאכט א ווערטל אדער מען זאגט א גוט ווארט צו א תורה'לע שמייכלט ער לייכט (מיט פארמאכטע אויגן).

ס'איז דא עפעס פרישע נייעס?

געדאנקן » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 3:20 am

· #487311
[ציטאט אראפגענומען]

וואו האט ער דאס געזאגט?

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:59 am

· #492226
Re: הרה
.

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:52 am

· #492236
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
הער אים אויס, און זאג די מיר אויב ער איז גוט,
טעראפיסט שמעראריסט...

היכי דמי » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:55 am

· #492237
די מענטש איז א געלערענטער טערעפיסט + א ריזיגע תלמיד חכם וואס קען גוט לערנען. די מענטש איז א פארנומענער דיין וואס העפט ארויס הונדרעטער קאפעלס און ראטעוועט שטובער פון אונטערגיין

היכי דמי » פרייטאג יאנואר 21, 2022 11:37 am

· #492371
מאך זיכער
היכי דמי
די מענטש איז א געלערענטער טערעפיסט + א ריזיגע תלמיד חכם וואס קען גוט לערנען. די מענטש איז א פארנומענער דיין וואס העפט ארויס הונדרעטער קאפעלס און ראטעוועט שטובער פון אונטערגיין

טרייב נישט איבער. א וואוילער וויזשניצער אינגערמאן, א גרויסער תלמיד חכם און מתמיד, א פארנומענער דיין. העלפט ארויס הונדערטע קאפל׳ס? א געלערנטע טעראפיסט? ער האט נישט קיין לייסענס. פונקט גענוג צו וויסן אז מען ברויך זיך נישט ווענדן צו אים נאך הילף. איך פערזענליך ווייס פון א מעשה וואו ער האט צופליקט א משפחה צוזאמען מיט נאך א ׳געלערנטע טעראפיסט און רב׳ פון מאנסי.


איך קען נישט אייער מעשה, און איך גלייב אייך אויפ'ן ווארט. ביי יעדע טערעפיסט אפילו די גרעסטע און בעסטע איז דא מעשיות וואס מענטשן וועלן וויינען אז ער האט זיי צופליקט. עס איז ליידער אויך דא טערעפיסטן ווי קינדער קומען זיך אויסוויינען אז איינער האט זיי מאלעסטעד, און די טערעפיסט זעלבסט נעמט עס צום נעקסט לעוועל, און מאכט שאדן די קינד, און ער קען האבן אויף די גאס א גאר גוטע נאמען.אזוי גייט עס.

למעשה איז רבי שמואל א געלערענטער טערעפיסט. (נישט זיכער אויף לייסענס, אבער א געלערענטער איז ער זיכער) און איך קען פערעזנליך מענטשן ווען ער האט אויפגעראכטן

היסטאריע » מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:32 am

· #492624
אויב איז ער גענוג טערפיסט אז די פרומע קיען זאלען אים פיינט האבען, איז ער א טעראפיסט, יא לייסענס צו נישט.

קא משמע לן » מאנטאג יולי 18, 2022 1:17 am

· #504295
ווייסט איינער וואס גייט פאר מיטן רב? ער גיט שוין נישט נישט קיין שיעורים זינט פסח. ער האט שוין צירוק אנגעפאנגען גיבן שיעורים זייט ער איז באפרייט געווארן פון שפיטאל, אבער ער האט ווידער אויפגעהערט.

יין שרף » מאנטאג יולי 18, 2022 1:33 am

· #504297
He had another smaller stroke after Pesach. According to his Dr. He needs to take a break for a year.

יין שרף » מאנטאג יולי 18, 2022 1:34 am

· #504298
למעשה שבת גיט ער יא זיין הלכה און פרק שיעור

נחום הסופר » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 10:23 am

· #540615
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
יעצט געזען א קליפ פונעם דיין'ס דרשה ביי קרבתנו, מוצ"ש תולדות, זעט ב"ה אויס צוריק צו די כוחות.

סקעפטיקער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 11:56 am

· #540618
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
נחום הסופר #
יעצט געזען א קליפ פונעם דיין'ס דרשה ביי קרבתנו, מוצ"ש תולדות, זעט ב"ה אויס צוריק צו די כוחות.
אפשר ביסטו מזכה דעם ציבור?

די קעפעלע » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 12:57 pm

· #540624
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
סקעפטיקער #
נחום הסופר #
יעצט געזען א קליפ פונעם דיין'ס דרשה ביי קרבתנו, מוצ"ש תולדות, זעט ב"ה אויס צוריק צו די כוחות.
אפשר ביסטו מזכה דעם ציבור?
דא האסטו די לינק

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=266435

חיים הערש » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 1:35 pm

· #540629
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
די קעפעלע #
סקעפטיקער #
נחום הסופר #
יעצט געזען א קליפ פונעם דיין'ס דרשה ביי קרבתנו, מוצ"ש תולדות, זעט ב"ה אויס צוריק צו די כוחות.
אפשר ביסטו מזכה דעם ציבור?
דא האסטו די לינק

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=266435
זייער א שיינע דרשה. איך האב אים לעצטענס געזען און ער זעט אויס געהעריג געזונט ב"ה.

חיים הערש » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 1:36 pm

· #540630
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
בד"וו, איז ער שוין אפציעל מותר לבוא בקהל, אז קירבתנו האט אים איינגלאדענט? אויב יא איז עס א דורכברוך ווי די פושבעק האט פיין געארבעט.

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 1:57 pm

· #540631
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
חיים הערש #
די קעפעלע #
סקעפטיקער #
נחום הסופר #
יעצט געזען א קליפ פונעם דיין'ס דרשה ביי קרבתנו, מוצ"ש תולדות, זעט ב"ה אויס צוריק צו די כוחות.
אפשר ביסטו מזכה דעם ציבור?
דא האסטו די לינק

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=266435
זייער א שיינע דרשה. איך האב אים לעצטענס געזען און ער זעט אויס געהעריג געזונט ב"ה.
ער איז נאך שוואך, אבער שטרענגט זיך אסאך איבער די כוחות.

סקעפטיקער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:00 pm

· #540632
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
חיים הערש #
בד"וו, איז ער שוין אפציעל מותר לבוא בקהל, אז קירבתנו האט אים איינגלאדענט? אויב יא איז עס א דורכברוך ווי די פושבעק האט פיין געארבעט.
קרבתנו איז שוין אויך האלבוועגס אסור לבוא בקהל, כל האסורין לבא בקהל מותרין לבא זה בזה

די קעפעלע » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 3:11 pm

· #540637
Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן
סקעפטיקער #
חיים הערש #
בד"וו, איז ער שוין אפציעל מותר לבוא בקהל, אז קירבתנו האט אים איינגלאדענט? אויב יא איז עס א דורכברוך ווי די פושבעק האט פיין געארבעט.
קרבתנו איז שוין אויך האלבוועגס אסור לבוא בקהל, כל האסורין לבא בקהל מותרין לבא זה בזה

איך מיין אז זיי פראבירן לעצטנס אביסעל צוריק צודרייען זייער image אויף רעכטס. קוק אויף די פרישע רעדנר'ס וואס זיי האבן געברענגט די פארגאנגענע שבת תולדות תשפ'ד
בלאט: 1 2 3 4