☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12829

אשכול אן א טיטל #12829

144 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12829
בלאט: 1 2 3

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 9:00 am

· #421579
גאלד
די איראנישע זאך איז נאר אז די גרידונג פון דעם טאון איז טאקע אקוראט א רעמעדיע פאר די א"ג התגרות, טאקע צו ברענגן שלום צווישן די שכנים. (וואס גראדע א שיינע חלק זענען גאר מזרע ישראל וואס בכגון דא קען זיין א קלער צו ס'בכלל שייך התגרות אבער פאר איין אנדערס מאל) אזא בחינה ווי אל נא תהי מריבה בינינו הפרד נא מעלי. יעדער פירט זיך די אייגן ווירטשאפט ושלום על ישראל. און פונקט אויף דעם פאזיטוון שריט פארפירט מען התגרות. גיי פארשטיי.

דיין נארישע תורה קען מען פונקט אזוי זאגן אויף די מדינה. בכל אופן דארף מען זיך מוסר נפש זיין נישט ח"ו עובר צו זיין אויף די הארבע שלש שבועות, אדער זאלן זיי נישט טון קיין זאכן וואס רייצן אן די שכנים, אדער זאלן זיי אלע פאקן פעק און זיך אפציען קיין גוואטאמאלע.

Buddy » מיטוואך יאנואר 9, 2019 12:58 pm

· #421623

זעה רוב תגובות אין אראביש איז פרא ד"ר קידר!!

FranzyXL
1 day ago (edited)
ד"ר קידר מדהים!!

מצאתי את הסרטון המקורי של אל ג'זירה:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ALM6seskn6Q">https://youtu.be/ALM6seskn6Q</a>

כל התגובות בערבית תעשו גוגל טרנסלייט לעמוד ולא תאמינו. אני בשוק

תמיכה מטורפת בד"ר קידר!! הזוי..

קיינער רייצט נישט אראבער חוץ פון פארשטינקענע אימאמס! ווען די רעכטע אידן וועלן הייבן די רעכטע אראבער וואס האלטן אז א"י געהערט פאר די אידן וואלט שוין לאנג שלום געווען

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2019 1:13 pm

· #421626
איך בין זייער שטארק פראוד אז ס'איז, ב"ה דא א איד וואס קען אזוי גוט רעדן אראביש. ער קען אפענטפערן פאר אלע שונאי ישראל אין זייער אייגענע שפראך. בלי שום גימגום...!

איך האב געוואלט זאגן נאך עפעס א הומאריסטישע נקודה. נאר דער סדרן לאזט נישט...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 1:25 pm

· #421628
גאלד
שמערל
בקיצור, מ'מעג צוריקגיין קיין ארץ ישראל, אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות פונקט ווי די צייטן פארן חורבן, פירו א מדינה על פי צורה תחת ממשלת האומות ממש ווי אונטער די רומיים. אבער דערקלערן א קאנסטיטוציע, א מושג וואס האט נישט עקזיסטירט פאר ממש לעצטנס, דאס טאר מען נישט וועגן גזירת הגלות? עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס.
גוטע קשיא. אפשר די מהרש"א אין מס כתובות קיא פארענטפערט עס. און לאז אונז וויסן. שכוח.

ווייל די האסט א קשיא מיינט נאך נישט אז מקען איגנארירן די שלש שבועות.
די קשיא איז נישט אויף די שלש שבועות, נאר אויף די ויואל משה'ס אפטייטש אויף די שלש שבועות. לויט ווי מ'האט אפגעלערנט די שלש שבועות פאר די ויואל משה, איז נישט דא קיין שום איסור צו האבן אן אייגענעם לאנד, ואולי לזה נתכוון הרב שמערל. פאר דעם מהרש"א איז די קשיא בכלל נישט שווער געווען, ער האט קיינמאל דעם ויואל משה נישט געזען.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 1:56 pm

· #421649
מסכים. נו ילמדנו רבינו, וואס איז דיין אפטייטש פון די ש"ש...
שלא יעלו בחומה
שלא ימרדו באומות
וכו וכו

The floor is yours

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:04 pm

· #421652
איך מיין אז ס'שוין דא גענוג אשכולות דא אין שטיבל אויף דעם.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:08 pm

· #421653
שלא יעלו בחומה - מ'זאל נישט ארויפגיין צוזאמען אויפאמאל ביד חזקה קיין ארץ ישראל (רש"י)
שלא ימרדו באומות - מ'זאל נישט ווידערשפעניגן אין די גוי'אישע שכנים וואס מ'וואוינט צווישען זיי
שלא ידחקו את הקץ - מ'זאל נישט צופיעל מתפלל זיין אויף די גאולה (רש"י)
א אנדערע גירסא איז דא שלא ירחקו את הקץ - דאס מיינט אז מ'זאל נישט טוהן קיין עבירות וואס האלטען אפ די גאולה.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:27 pm

· #421658
דאס איז דאך דער ויואל משה'ס פשט.

ער זאגט דאך ער האט עפעס איין אנדערן פשט.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:28 pm

· #421659
ר' גאלד
איר האט דורכגעלערנט ויואל משה?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:31 pm

· #421661
😂 😂 😂 😂 😂 😂

גאלד: דו ביזט פיינע נייעס, זאלסט נאר וואוסן אז פאר איך האב געלערנט דעם ויואל משה בין איך געווען א גרעסערע אנטי-ציוני ווי דיר. איך זאג דיר עס נאר, אז דו זאלסט וואוסן נישט צו באגיין דעם זעלבן טעות ווי מיר...

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:39 pm

· #421664
גאלד
דאס איז דאך דער ויואל משה'ס פשט.

ער זאגט דאך ער האט עפעס איין אנדערן פשט.

לאמיך עס מאכען גרינגער.
לויט די פשט פון רש"י וואס איך האב דא געברענגט, ווי זעסטו א איסור אויף א אידישע מדינה? אין די שלש שבועות שטייט א ווארט אז מ'טאר נישט האבען א מדינה? ס'שטייט אז גאנץ כלל ישראל זאל נישט ארויפגיין "ביחד וביד חזקה" קיין ארץ ישראל. דאס איז די איסור אין עפעס אנדערש נישט.
איי מ'רייצט זיך מיט די לאקאלע אראבער, אין מ'הארגעט טעראריסטען וכדו'? אויף דעם איז די תירוץ אז פונקט ווי די קימערסט זיך נישט מיט דיינע אמעריקאנע שכנים און די טוסט וואס ס'איז לעגאל און געזעצליך, אזוי אויך רעכענען זיך נישט די מדינה מיט זייערע פאלעסטינער שכנים.
אויב דו האסט נישט קיין דאגה מיט אויפרעגען א אמעריקאנע גוי דארפסטו לכאורה נישט האבען א דאגה מיט אופירעגען א פאלעסטינער גוי.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:40 pm

· #421665
נישט נאר איך האב געלערנט דעם ספר הפלא ויואל משה איך בין עדיקטעד צו עס.
I can't have enough of it.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 2:41 pm

· #421666
גאלד
נישט נאר איך האב געלערנט דעם ספר הפלא ויואל משה איך בין עדיקטעד צו עס.
I can't have enough of it.

לץ וואס דו ביזט.

די גאנצע מאמר שלש שבועות איז דאך געווידמעט נאר צו אפווענדן די דאזיגע פשט.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:04 pm

· #421669
סתם א אידישע מדינה אין יוגאנדא צו ווי אימער, איז - לכאורה - קיין פארלעצונג פון די ש"ש. אפי' ע"פ שיטת הויואל משה. נישט אז ס'מותר נאר סנישט מחמת השלש שבועות.

יעצט בנידן דידן דארף מען פארשטיין א מרעד מיר נישט פון קיין "אידישער" מדינה, די רעדע איז דא א מדינה של אפיקורסים דאס איז נישט אסור מחמת השלש שבועות נאר מחמת העשרת הדברות.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:08 pm

· #421670
חסיד פון ליטא
וכבר אמר החכם, ווען דו שטייסט פעסט קען איך דיר אראפקלאפן, אבער טאמער בייגסטו זיך אהין און אהער וועל איך קיין שליטה אויף דיר האבן.

בכל אופן האבן מיר דערלעבט אז הכל מודים אז מדינת ישראל האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות צוטאן.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:14 pm

· #421671
גאלד
סתם א אידישע מדינה אין יוגאנדא צו ווי אימער, איז - לכאורה - קיין פארלעצונג פון די ש"ש. אפי' ע"פ שיטת הויואל משה. נישט אז ס'מותר נאר סנישט מחמת השלש שבועות.

יעצט בנידן דידן דארף מען פארשטיין א מרעד מיר נישט פון קיין "אידישער" מדינה, די רעדע איז דא א מדינה של אפיקורסים דאס איז נישט אסור מחמת השלש שבועות נאר מחמת העשרת הדברות.

שטייט דאך אין ויואל משה קלאר אז אפילו ס'וואלט געווען א מדינה של צדיקים וואלט אויכעט געווען אסור.
אגב ווי שטייט אין עשרת הדברות אז אפיקורסים טארן נישט בויען א מדינה?

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:23 pm

· #421672
וויזוי דען נישט, האבן דען נישט אידן עולה געווען כחומה ביד חזקה אוואו רש"י זאגט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:24 pm

· #421673
וכבר אמר החכם "Consistency is not a Jewish value" ודפח"ח.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:27 pm

· #421674
גאלד
וויזוי דען נישט, האבן דען נישט אידן עולה געווען כחומה ביד חזקה אוואו רש"י זאגט?

כ'מיין אז רוב יודן האבן אימיגרירט קיין ארץ־ישראל לעגאל אין געזעצלעך, פונקט ווי אמעריקע.
אבער לאמיר נאר פארשטיין, לו יצוייר אז ס'איז נישט ביד חזקה. נאר מיט די הסכמה פון יעדן איינעם ממש. ביסטו מודה אז דאס איז נישט אסור לויט די שלש שבועות, איז וואר?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:30 pm

· #421677
עלייה בחומה ע"פ רש"י, מיינט נאר אלע צוזאמען. אזויווי מ'זעט אין די גמרא יומא דף ט:, וואו די גמרא האט טענות אויף די אידן בימי עזרא וואס זענען געבליבן אין חו"ל, און די גמרא דרוקט זיך אויס אז זיי זענען נישט ארויפגעגאנגען בחומה.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:34 pm

· #421679
דאכט זיך די סאטמאר רבי אליין איז געווען א טייל פון די דעמאלטסדיגע עלייה בחומה

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:52 pm

· #421683
דאס אז די תניעת הציונים איז א פארלעצונג פון עלי' כחומה איז מיט אמאל א ויואל משה שיטה. רוב גדולים האבן אזוי געהאלטן. חוץ יחידים ווי רב קוק וכדומה
ס ידוע דער סיפור אז א איד איז געקומען צום חזון איש מלא שמחה איבער די ווינדערליכע זאכן פון די מדינה, איז דער חזון איש ציגעגאנגען צום ספרים שאפע, ארויס גענומען א גמ כתובות, אויפגעמישט דף קיא אין געזאגט בזה הלשון: "עס שטייט דא אז מען וועט טאן דאס וועט דאס געשען. מען האט דאס געטאן און עס איז געשען. און דו פרייסט דיך?"

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:56 pm

· #421684
א קשיא אויף א מעשה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:05 pm

· #421685
גאלד
דאס אז די תניעת הציונים איז א פארלעצונג פון עלי' כחומה איז מיט אמאל א ויואל משה שיטה. רוב גדולים האבן אזוי געהאלטן.

שטותים והבלים, די איינציגסטע אנערקענטע גדולים וואס האבן געהאלטן אזוי זענען געווען רביה"ק מסאטמאר און די רש"ב פון חב"ד. פאר יעדע גדול וואס דו ברענגסט מיר א ציטאט פון זיינס א ספר (נישט קיין מעשהלעך פון די חזו"א) וואס האט א פראבלעם מיט די שלש שבועות, ברענג איך דיר צוויי וואס זאגן פארקערט.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:19 pm

· #421689
לחיבת הקודש העליך זאגן דעם פונקטליכן לשון פונעם חזון איש זצ"ל. פונעם ספר משכנות הרועים דף 1195

"עס שטייט אז מען וועט אזוי טאן וועט אזוי קומען, מען האט אזוי געטאן און עס איז אזוי געקומען, און איר זאגט אז עס איז אתחלתא דגאולה?"

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:23 pm

· #421691
גאלד
לחיבת הקודש העליך זאגן דעם פונקטליכן לשון פונעם חזון איש זצ"ל. פונעם ספר משכנות הרועים דף 1195

"עס שטייט אז מען וועט אזוי טאן וועט אזוי קומען, מען האט אזוי געטאן און עס איז אזוי געקומען, און איר זאגט אז עס איז אתחלתא דגאולה?"

ר' יוד אויב אייער געווער איז מעשיות און ווערטלעך זענט איר גערעכט.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:28 pm

· #421693
נאך א סיפור אמיתי פונעם חזון איש וואס ר' דוד שמידל פארציילט.
איינער האט געפרעגט דעם חזון איש "וויזוי קען דאס זיין אז אלע אומות העולם זענען געשטאנען שטיל בעת די דייטשן האבן אויסגעמארדן מיליאנען אידן"
דער חזון איש האט געענטפערט,
"איז עס ניט א גמ מפורשת אין כתובות אז אויב די אידישער פאלק וועט עובר זיין אויף די שלש שבועות, אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאיילות השדה?"

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:34 pm

· #421696
מעשה לסתור.

נישט אז די אלע מעשהלעך זענען מעלה אדער מוריד, נאר אז ווען דו וועסט איבערפארציילן די מעשהלעך פאר דיינע תמימותדיגע קינדערלעך, זאלסטו כאטש ציטערן אביסל פונעם מדבר שקר תרחק.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:38 pm

· #421697
רביה''ק זי''ע

כאפסט נישט. צוויי מיליאן זענען אלס ציונות, צוויי מיליאן אלס שנאת חנם, די אנדערע צוויי גיי פרעג ר' אביגדור מיללער....

נכתב לפני השיפור דלעיל

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:46 pm

· #421698
גאלד
נאך א סיפור אמיתי פונעם חזון איש וואס ר' דוד שמידל פארציילט.
איינער האט געפרעגט דעם חזון איש "וויזוי קען דאס זיין אז אלע אומות העולם זענען געשטאנען שטיל בעת די דייטשן האבן אויסגעמארדן מיליאנען אידן"
דער חזון איש האט געענטפערט,
"איז עס ניט א גמ מפורשת אין כתובות אז אויב די אידישער פאלק וועט עובר זיין אויף די שלש שבועות, אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאיילות השדה?"

די מדינה איז דאך געווארען געגרינדעט נאך די האלאקאוסט, ניין?

וואלווי » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:46 pm

· #421699
ס'איז געראדע דא נאך א תירוץ פון מונקטאשער רב הג"ר ברוך זצ"ל, אז ווען מ'האנדלט איין אפאר מאשין גאן'ס וואלט עס אפשר געהאלפן...

אבער שטעלטס ענק פאר, א גוי'אישע סענאטער שטעלט זיך אוועק און זאגט אז six million jews deserved to be murdered by Hitler because they weren't too religious אדער איינע פון די אנדערע ב"ש תירוצים. ער וואלט ניטאמאל דערלעבט צו אריינגעבען זיין רעזיגנאציע...

און פאר אונז פארקויפט מען די שקר און מ'פרייד זיך עס איבער צו זאגען.

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 4:56 pm

· #421701
ס'איז אויך אינטערסאנט אז דווקא די ציונים וואס האבען עובר געווען אויף די שלש שבועות זענען געבליבען לעבן

וואלווי » מיטוואך יאנואר 9, 2019 5:02 pm

· #421702
גדליה
ס'איז אויך אינטערסאנט אז דווקא די ציונים וואס האבען עובר געווען אויף די שלש שבועות זענען געבליבען לעבן

דאס איז קיין פראבלעם, זיי האבן דאך די ניסים פון די סטרא אחרא.

די פרומע האבן נעביך נישט געהאט דעם כח...

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 5:25 pm

· #421705
מהיכי תיתי אז סתירה. פארוואס זאל ביידע נישט קענען זיין אמת. ביהמ"ק הראשון נחרב צוליב ג' עבירות חמירות. קען דאך דער שואה אויך פאסירן צוליב מערערע סיבות.

די אינטערשטע שורה איז אז שיטת החזון איש זצ"ל איז געוועזין אז דער תניעת הציונים איז געווען א העברה אויף די שלש שבועות באופן וואס עס ברענגט די דערמאנטע שרעקעדיגע עונשים.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 5:30 pm

· #421707
דא האב איך אביסל אנגערירט די נקודה אז באמת זענען געווען צוויי חזון אישס, לויט דעם הייבט זיך די קשיא נישט אן בכלל.

גאלד » מיטוואך יאנואר 9, 2019 5:51 pm

· #421710
וואלווי
ס'איז געראדע דא נאך א תירוץ פון מונקטאשער רב הג"ר ברוך זצ"ל, אז ווען מ'האנדלט איין אפאר מאשין גאן'ס וואלט עס אפשר געהאלפן...

אבער שטעלטס ענק פאר, א גוי'אישע סענאטער שטעלט זיך אוועק און זאגט אז six million jews deserved to be murdered by Hitler because they weren't too religious אדער איינע פון די אנדערע ב"ש תירוצים. ער וואלט ניטאמאל דערלעבט צו אריינגעבען זיין רעזיגנאציע...

און פאר אונז פארקויפט מען די שקר און מ'פרייד זיך עס איבער צו זאגען.

דאס איז אלעס זייער cute זאכן אויב איר פראקטיצירט איין אנדערער רעליגיע. כל הכבוד. אבער אונזער רעליגיע זאגט דייקא דאס פארקערטע. מיר גלייבן אין שכר ועונש, מיר גלייבן אין מדה כנגד מדה, מיר גלייבן אין השגחה פרטיות. גארנישט איז נישט פערצופאל. אונזער ליבער באשעפער רעדט צו אונז, ער וויל מזאל מיר נאכפארשן און די תוה"ק צו פארשטיין בשל מי הרע הזאת, און פארעכטן וואס די תורה זאגט צו פארעכטן.

דאס מיינט נישט אז דער רוצח קומט נישט קיין עונש.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 9, 2019 6:13 pm

· #421713

אלס קיום האמונה אין שכר ועונש האט קיינער זיך נאכנישט אויפגעשטעלט ערב די צווייטע וועלט מללמה און געזאגט די ציונים גייען מארגן הרג'נען 6 מיליאן יודען, אלזא, לאמיר זיך צוזאם נעמען זונטאג נאכמיטאג, אויס שחט'ן אלע ציונים אלס דין רודף און אלס הבא להרגך השכם והורגו.

די אלע פורים תורות זענען גוט לאחר המעשה כדאמרי אינשי ליב האבן און צוזאגן קאסט נישט געלט, און דער חזון איש מיט ר' אביגדור האבן נישט געדארפט ספענדען געלט צו דעקן זייער ווערטער. און פאר די זעלבע סיבה קען מען עס אויך נישט אריינקעשן, ס'איז גוטע דרוש ומוסר לאחר המעשה.

פארוואס טאקע?

ווייל שכר ועונש איז אן אמונה. נישט קיין אינדיקעיטער אדער א נביאות זאגער. ווייל אויב יא וואלט מען עס געקענט אריין קעשען ערב די קריג ווען מ'האט עס נייטוג געדארפט.

און וואס מיינט אז עפעס איז בלויז אן ענין פון אמונה?

אזוי פיל איז קלאר אז מ'דארף גלייבן, און מ'פרובירט עס צו פארשטיין, אבער נישט אייביג קען מען דאס פארשטיין ווייל מ'זעט נישט אלעס
(whatever that means).

צו נעמען די ווערטער פון חזון איש, ר' אביגדור מיללער וכדומה at face value, איז טופשות און רשעות למהדרין.

Buddy » מיטוואך יאנואר 9, 2019 6:25 pm

· #421718
גדליה
ר' גאלד
איר האט דורכגעלערנט ויואל משה?

ר' ערד איר האט גורכגעלערנט התקופה הגדולה און אם הבנים שמחה?

וואלווי » מיטוואך יאנואר 9, 2019 6:30 pm

· #421721
Buddy
גדליה
ר' גאלד
איר האט דורכגעלערנט ויואל משה?

ר' ערד איר האט גורכגעלערנט התקופה הגדולה און אם הבנים שמחה?

BUDDY IS THE BEST !!!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2019 8:22 pm

· #421732
גאלד
סתם א אידישע מדינה אין יוגאנדא צו ווי אימער, איז - לכאורה - קיין פארלעצונג פון די ש"ש. אפי' ע"פ שיטת הויואל משה. נישט אז ס'מותר נאר סנישט מחמת השלש שבועות.

יעצט בנידן דידן דארף מען פארשטיין א מרעד מיר נישט פון קיין "אידישער" מדינה, די רעדע איז דא א מדינה של אפיקורסים דאס איז נישט אסור מחמת השלש שבועות נאר מחמת העשרת הדברות.

גאלד: איך בין בפירוש נישט מסכים מיט דיר. די רבי זי"ע (דער עכטער) זאגט כמה פעמים. סיי אין די הקדמה. און סיי אינעווייניג אין ספר. אז די פראבלעם מיט די מדינה איז נישט ווייל די אנפיהרערס זענען רשעים ואפיקורסים. נאר אפילו אויב זיי וואלטן געווען ערליכע אידן יראי השם. וואלט די מדינה אויכעט אסור געווען מכח די העברה אויף די שלוש שבועות...!

Buddy » מיטוואך יאנואר 9, 2019 10:00 pm

· #421747
berlbalaguleh

זעה ספר מישייען של ישראל חלק ג עמ' שמב וואס זאגט בפייריש קאפויע 😛

גאלד » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:40 am

· #421803
יא, אוואדי, די מדינה וואלט זיכער אסור געווען אפי' אויב עס פירט זיך ע"פ תורה. קלאר. נאר דאן וואלט עס געווען אסור בלויז מחמת שלש שבועות, צו אפשר אויך גזירות הגלות. אבער בנידן דידן, ווען די רעדע איז א מדינה של אפיקורסים עוקרי ומפירי תורה, ברויך מען נישט צו קומען צו קיין שלש שבועות, ס'פשוטע עניני יסודי דת ואמונה, דער רבי ערווענט עס אין ויוא"מ.

גאלד » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:02 pm

· #421804
וואלווי
גאלד
וואלווי
ס'איז געראדע דא נאך א תירוץ פון מונקטאשער רב הג"ר ברוך זצ"ל, אז ווען מ'האנדלט איין אפאר מאשין גאן'ס וואלט עס אפשר געהאלפן...

אבער שטעלטס ענק פאר, א גוי'אישע סענאטער שטעלט זיך אוועק און זאגט אז six million jews deserved to be murdered by Hitler because they weren't too religious אדער איינע פון די אנדערע ב"ש תירוצים. ער וואלט ניטאמאל דערלעבט צו אריינגעבען זיין רעזיגנאציע...

און פאר אונז פארקויפט מען די שקר און מ'פרייד זיך עס איבער צו זאגען.

דאס איז אלעס זייער cute זאכן אויב איר פראקטיצירט איין אנדערער רעליגיע. כל הכבוד. אבער אונזער רעליגיע זאגט דייקא דאס פארקערטע. מיר גלייבן אין שכר ועונש, מיר גלייבן אין מדה כנגד מדה, מיר גלייבן אין השגחה פרטיות. גארנישט איז נישט פערצופאל. אונזער ליבער באשעפער רעדט צו אונז, ער וויל מזאל מיר נאכפארשן און די תוה"ק צו פארשטיין בשל מי הרע הזאת, און פארעכטן וואס די תורה זאגט צו פארעכטן.

דאס מיינט נישט אז דער רוצח קומט נישט קיין עונש.

אלס קיום האמונה אין שכר ועונש האט קיינער זיך נאכנישט אויפגעשטעלט ערב די צווייטע וועלט מללמה און געזאגט די ציונים גייען מארגן הרג'נען 6 מיליאן יודען, אלזא, לאמיר זיך צוזאם נעמען זונטאג נאכמיטאג, אויס שחט'ן אלע ציונים אלס דין רודף און אלס הבא להרגך השכם והורגו.

די אלע פורים תורות זענען גוט לאחר המעשה כדאמרי אינשי ליב האבן און צוזאגן קאסט נישט געלט, און דער חזון איש מיט ר' אביגדור האבן נישט געדארפט ספענדען געלט צו דעקן זייער ווערטער. און פאר די זעלבע סיבה קען מען עס אויך נישט אריינקעשן, ס'איז גוטע דרוש ומוסר לאחר המעשה.

פארוואס טאקע?

ווייל שכר ועונש איז אן אמונה. נישט קיין אינדיקעיטער אדער א נביאות זאגער. ווייל אויב יא וואלט מען עס געקענט אריין קעשען ערב די קריג ווען מ'האט עס נייטוג געדארפט.

און וואס מיינט אז עפעס איז בלויז אן ענין פון אמונה?

אזוי פיל איז קלאר אז מ'דארף גלייבן, און מ'פרובירט עס צו פארשטיין, אבער נישט אייביג קען מען דאס פארשטיין ווייל מ'זעט נישט אלעס
(whatever that means).

צו נעמען די ווערטער פון חזון איש, ר' אביגדור מיללער וכדומה at face value, איז טופשות און רשעות למהדרין.

יעדער עבירה קען נאר ברענגען שלעכטס און יעדער מצוה קען נאר ברענגען גוטס, דאס איז פשוט א.ב. פון אידישקייט. (צו להבדיל יעדע רעליגיע). קיינער דארף זיך נישט אויפשטעלן ווארענען, די תורה ווארנט אונז. ראה נתתי לפניך את החיים ואת המות את הטוב ואת הרע ובחרת בחיים.
פונקטליך ווען אין וויזוי די קאנצעקווענצן וועלן קומען איז נישט אונזער ביזנעס פון א אידישקייט שטאנדפונקט.
אבער ווען עונשים קומען אויף כלל ישראל איז יא אויסדריקליך חיובא רמיא צו דערגיין און דברי חז"ל בשל מי הרעה הזאת, אזוי האט כלל ישראל אלס געטאן,
און דער תכלית דערפון איז נישט צו באשולדיגן דעם אדער יענעם, אדער פארשטיין וואס טוט זיך אין הימל, דער תכלית איז צו מתקן זיין אויף להבא, גארנישט מער. פאר עפעס א סיבה געפין חז"ל אנגעפילט מיט עונשים וואס קומען צוליב ספעציפישע עבירות, מ'זאל וויסן וואס הקב"ה וויל פון אונז,
צו זאגן פארקערט אז מ'קען איגנארירן די עונשים פון הקב"ה דאס פאראומגליקליכט כלל ישראל און איז לפענ"ד די גרעסטע רשעות און טיפשות,

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 10:26 pm

· #538886
גאלד #
סתם א אידישע מדינה אין יוגאנדא צו ווי אימער, איז - לכאורה - קיין פארלעצונג פון די ש"ש. אפי' ע"פ שיטת הויואל משה. נישט אז ס'מותר נאר סנישט מחמת השלש שבועות.

יעצט בנידן דידן דארף מען פארשטיין א מרעד מיר נישט פון קיין "אידישער" מדינה, די רעדע איז דא א מדינה של אפיקורסים דאס איז נישט אסור מחמת השלש שבועות נאר מחמת העשרת הדברות.
גאלד: דאס איז דאך די פונדאמענטאלע חילוק פון ויואל משה און (להבדיל) די נטורי קרתא. דער סאטמאר'ע רבי האלט אז אידן טארן נישט האבן קיין אייגענע מדינה פאר ביאת המשיח. אפילו אין אוגאנדא אדער סיי וואו. משא"כ די נטורי קרתא באוויינען דעם "פאקט" אז די ציונים האבן בארויבט די פאלעסטינער פון זייער אייגענע מדינה. זייער הארץ בלוטיגט נישט איבער די אפריקאנער וואס הערצל וסייעתו האבן געוואלט אוועקנעמען זייער לאנד. אדער אליין זיך נעמען א גאולה פאר ביאת המשיח.
בלאט: 1 2 3