☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12829

אשכול אן א טיטל #12829

144 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12829
בלאט: 1 2 3

שקד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:54 pm

· #421393
ווילאמסבורג איז שוין לאנג אקופירט געווארן אונטער די הערשאפט פון אנטי, און יעצט מאנראו אויך. ווי גייט נעקסט די צלב הדקל

קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:01 pm

· #421396
גאלד
כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.

ס'איז בלויז אגדתא...
דער רמב''ם מיטן שו''ע ברענגן עס נישט להלכה...
איינמאל די אומות העולם האלטן נישט איין זייער שבועה, זענען שוין די אידן מער נישט פארפליכטעט איינצוהאלטן זייערע שבועות...
רב קוק האט נאך געקענט אזוי פול לערנען ווי סאטמאר רב זי''ע...
די ווילסט נאך?

דאס איז געווען מיין מאטיוו נישט צו בארירן די קאָנטראָווערסיאַלע טאפיק...

Buddy » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:03 pm

· #421397
אםם... אויש די צונג איז געבליבן אינדרויסן....

די טענה'רייען זענען ממש שטארק.

עז איף מיליאנס אף געללאנס אינק העזענט ספילד אן די סעים בעק ענד פארס ביליאן ענד 1 טיימס 🙄

קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:13 pm

· #421399
Buddy
אםם... אויש די צונג איז געבליבן אינדרויסן....

די טענה'רייען זענען ממש שטארק.

עז איף מיליאנס אף געללאנס אינק העזענט ספילד אן די סעים בעק ענד פארס ביליאן ענד 1 טיימס 🙄

באדי זיסער לאמיר דיר אנטפלעקען א געהיימעניס... די ווייסט פארוואס די אונטערלאגע פון קאווע שטיבל איז בלוי און ווייס? כ'וועל דיר זאגן: דאס איז צוליב ארויסצוווייזן סאַלדיטעט צו די העלדישע חיילי דוד, און צו די דומער געפייניקטע וועלכע ליידן פארן הייליגן לאנד!

שמערל » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:16 pm

· #421401
גאלד
כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.

די אנטי ציונים וואס זענען אויך אקעגן די וויליזש אף קרית יואל זענען נישט אויף קיין פארהער, אזוי אויך די חובבי ציון וואס האבן געהאלטן אז עליה בחומה איז מותר מחמת איזה סיבה שהוא און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א מדינה על פי תורה זענען אויך נישט אויף קיין פארהער.

די פוסחים על שני הסעיפים אינדערמיט וואס זיכן צו מאכן פשרות וואס מ'מעג יא און וואס מ' מעג נישט, זיי זענען אויף א פארהער און דער מהרש'' א וועט זיי זיין א קנאפער הילף.

Buddy » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:41 pm

· #421407
הייסט עס מצות צריכות כונה, ווייל אייער וועלט דארף ווען דאן צו זיין גרין... 😂

גאלד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:58 pm

· #421410
כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.

גדליה » מאנטאג יאנואר 7, 2019 5:27 pm

· #421411
רבותי, די טאון אוו פאלם טרי באלאנגט נישט פאר משפחת טייטעלבוים און נישט פאר קהילת סאטמאר. עס באלאנגט פאר די פאראייניגטע שטאטן. נישט דא קיין שום זעלבשטעטנדיגע פאליטישע מאכט, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט א"י בזמן סוף תקופת בית שני.

Buddy » מאנטאג יאנואר 7, 2019 5:28 pm

· #421412
זייט ווען איז דענקען אויסגעהאלטן?...

גדליה » מאנטאג יאנואר 7, 2019 5:33 pm

· #421413
גאלד
כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.

די שאלה וואס שמערל פרעגט - און כנראה כאפט איהר נישט ווי הין ער ציהלט - איז אז אויב זאל מען אנהייבן מאכען תנאים ווען מ'מעג יא האבען אויטאנאמיע און ווען נישט, דעמאלץ פאלט צאם די גאנצע קנאי'שע בנין. אויב אויפבויען צוריק ארץ ישראל אזוי ווי ס'איז געווען ביים בית שני איז מותר לויט'ן ויואל משה, שטייען דאך די מזרחיסטען אויף א סאלידן באדן.

Buddy » מאנטאג יאנואר 7, 2019 5:34 pm

· #421414
גאלד
כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.

עפ"י איז די גאנצע שמועס נישט גילטיג...
אבער למען השם, וויפיל מאל חזר'ן אטעות

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 7:10 pm

· #421420
גאלד
כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.

דא איז מען בכלל נישט דן איבער די שלש שבועות בכלל, נאר אויף די תופעה וואס רופט זיך hypocrisy.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 7:11 pm

· #421421
גאלד
ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
איז אויב מ'בויט א בית המקדש אויך מעג מען שוין האבן א מדינה?

גאלד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 7:50 pm

· #421424
לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 7:52 pm

· #421425
.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:01 pm

· #421430
גאלד
לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
און וואס איז ווען די UN גיבט דיר רעכט צו מאכן אן אייגן מדינה? און פארגעס נישט, מ'רעדט דא פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, וואס די מהר"ל שרייבט דאך אז אפילו ווען די גוים זאלן אונז צווינגען עובר צו זיין טאר מען אויך נישט.

גאלד
די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.

אז דו ווייסט נישט רעד נישט.

גאלד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:16 pm

· #421433
וואס איז די UN? די סנהדרין? די UN זענען נישט די יושבי הארץ.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:23 pm

· #421434
גאלד
לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.

גאלד: איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון די שלש שבועות. נאר דו זאגסט אז אויב די רעגירונג געט רשות, קענמען אנפיהרן אן אייגענע ווירטשאפט. נו, די יו. ען. האט דאך געגעבן רשות פאר די אידן אז זיי זאללן אויפשטעללן א מדינה אין ארץ ישראל...! איז עס דאך אויכעט מיט רשות פון די אומות העולם...!

גאלד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 10:39 pm

· #421459
נאכאמאל, קען זיין איך בין נישט אזוי קליג ווי דער עולם דא, אבער איך כאפ נאך אלס באמת נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין,
קרית יואל מיט אלע אירע זעלבסטשטענדיקייטן, איז זי נאך אלס אין אמעריקע, זי איז פונקט אזוי א לאנד ווי דיין קאך, ביידע קענסטו טאקע פירן דיין אייגן ווירטשאפט אבער קיינע איז נישט קיין לאנד, ביידע זענען פולקאם תחת ממשלת אמעריקע,
נו וואס ווארפט מען דא זאמד אין די אויגן?
לאמיר זאגן אז דער אויפזעהר פון א תפיסה זאל זאגן פאר איין ארעסטאנט איך געב דיר א צימער אין דעם תפיסה וואו דארט קענסטו אן קיין שטער טוהן וואס די ווילסט ,שפרינגן, טאנצן, שטויסן, האקן די קאפ אין וואנט. וועט דאס מיינען אז דער מענטש איז מער נישט אין קיין תפיסה?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2019 11:46 pm

· #421462
גאלד: און אז א כאפטע יונגען (און מוידן) זאגן אז זיי גייען אויפשטעללן א פאר קאלכאזן (קאלעקטיווע פארמס. נוסח קאמוניזם.) אויף א קליינעם חלק פון ארץ הצבי. הייסט עס דען אז זיי זענען מער נישט אין גלות...?!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 4:17 am

· #421467
מיסטער @גאלד: א. מדינת ישראל (און אזוי אויך רוב לענדער היינט צו טאגס) קען נישט טון וואס זיי ווילן, זיי זענען נאכאלץ אונטער די ממשלה פון די UN.

ב. די איסור פון התגרות באומות האט גארנישט מיט אייגענע ווירטשאפט/לאנד צוטון, דאס איז אן איסור בפני עצמו.

גאלד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 7:18 am

· #421470
פאר משיח איז דא, זעמיר אין גלות בכל אופן.

די UN איז נישט קיין ממשלה.

התגרות באומות האט טאקע גארנישט מיט קרית יואל'ס זעלבסשטענדיקייט. גערעכט. אשר ע"כ?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 9:11 am

· #421471
גאלד
די UN איז נישט קיין ממשלה.
פונקטליך די ווארט איז בכלל נישט קיין נפקא מינה, נאך אלע מעשיות זענען זיי באלעבאס, און די השתלטות פון די ציונים אויף ארץ ישראל איז געקומען פון פולקאמע אונטערטעניקייט אונטער זיי. זייער פסק אז ענגלאנד דארף צוריקגעבן קאנטראל פון ארץ ישראל פאר די אידן, האט אפילו א שטערקער תוקף ווי די פסק פון די ריכטער אז די טאון אוו מאנדראו דארף איבערגעבן קאנטראל פון די איינגענומענע שטחים פאר אהרן טייטלבוים.
גאלד
התגרות באומות האט טאקע גארנישט מיט קרית יואל'ס זעלבסשטענדיקייט. גערעכט. אשר ע"כ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/420787">viewtopic.php?p=420787#p420787</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/420789">viewtopic.php?p=420789#p420789</a><!-- l -->

גאלד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 10:28 am

· #421487
די UN איז בעה"ב אויף גארנישט. קיינער איז אונטערטעניגט אונטער זיי.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 10:33 am

· #421488
גאלד
די UN איז בעה"ב אויף גארנישט. קיינער איז אונטערטעניגט אונטער זיי.

כ'האב נייעס פאר דיר, ווען נישט די UN פסק'נט אז ענגלאנד דארף איבערגעבן ארץ ישראל פאר די אידן, וואלט מדינת ישראל קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 10:55 am

· #421493
עס קומט פילייכט נישט אריין דא, זאגאר אז מ'רעדדט שוין פון די פאראייניגטע פעלקער פארבאנד, איז פאסיג נאכצוזאגן א ווארט פון הרה''ק מקלויזענבורג זצ''ל.

ווען משיח וועט קומען וועט ג-ט אפיר נעמען אלע פעלקער און זיי גוט אויספראקן פארן פייניגן די אידן אין גלות. די אפריקאנע לענדער וועלן דאן אנהייבן מיט א גראנדיעזע וויי געשריי. נעמליך, ווייל די לענדער אין אייראפע האבן געפייניגט אידן, דארפן מיר אצינד עסן שטרוי? דערפאר האט ג-ט מיט זיין גרויס גענאדע מאַנעווירט אזוי, אז דער פאראייניגט פעלקער פארבאנד זאל צושטאנד קומען. אזוי וועלן אלע פעלקער, אפילו די ווייטע אפריקאנישע און אזיאטישע פעלקער מיט וועלכע די אידן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום פארקער, אויך אריין כאפן א פארציע פראקציאנעקס ביים בעפארשטייענדעם יום הדין.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:05 am

· #421495
רביה''ק זי''ע
גאלד
די UN איז בעה"ב אויף גארנישט. קיינער איז אונטערטעניגט אונטער זיי.

כ'האב נייעס פאר דיר, ווען נישט די UN פסק'נט אז ענגלאנד דארף איבערגעבן ארץ ישראל פאר די אידן, וואלט מדינת ישראל קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

נישט ממש אזוי...

ערשט, נאך די צווייטער וועלטס קריג, איז ענגלאנד אויסגעשטאנען אויסטערלישע אונטערנאציאנאלע דרוק אויפצוגעבן אלע אירע קאלעניעס. און זיי האבן טאקע איינע ביי איינע אויפגעגעבן זייערע קאליניעס, און די קאליניעס זענען געווארן זעלבסטשטענדיג. און די מעכטיגע בריטישע אימפעריע איז געקומען צו אן ענדע.

צווייטענס, דער ערד אין פאלעסטינא האט זיי ממש געברענט אונטער די פוס. זיי האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דארט וואס שנעלער. די ציפקע צרות וואס די אידישע טעראריסטן (די אבי אבות פון אלע הייניטיגע טעראר באנדעס איבער די וועלט) האבן זיי אנגעמאכט, האט שוין געהאט איבערגעפילט דאס מעסטל. די גדולי תלמידים פון ר' וועלוועלע זשאבאטינסקי, די ראדיקאלע מיליטאנטישע רעוויזיאניסטן, אין שפיץ פון זיין גרויסער נאכפאלגער ר' מנחם בריסקער (לבית בעגין) האבן זיי פאראורזאכט דאס טויט. אזש די ענגלישע זעלנער האבן זיך נישט געשפירט זיכער אין פאלעסטינא.

ס'איז פאר יעדן דאן געווען קלאר אז מדינת ישראל וועט צושטאנד קומען, גענוי ווי אזוי האט קיינער נישט געוויסט. אפגעזען פון די אפשטימונג אין די פאראייניגטע פעלקער, וואלט מדינת ישראל אין יעדענס-פאל צושטאנד געקומען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:17 am

· #421496
די ציפקע צרות פון די אידישע טעראריסטן, איז שוין געקומען נאכדעם וואס די ענגלענדער האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צום פסק פון די פעלקער ליגע.

פון א סעקולארן שטאנדפונקט, איז מדינת ישראל דאס ערגסטע זאך וואס האט נאר באטראפן דאס אידישע פאלק זינט די מלחמה. ס'דא אפאר סיבות דערפאר, אבער איינס פון די סיבות איז, ווייל ווען נישט דעם וואלטן אונז נאך היינט געגעסן די פירות פון די פעלקער'ס שולדגעפילן פון דעם האלאקואסט. אזוי אז זיי האבן שוין בארואיגט זייערע שולדגעפילן מיט'ן צוריקגעבן (האלב) ארץ ישראל פאר די אידן, האבן זיי שוין גלייך געקענט זיך צוריקנעמען צום שנאת ישראל. מתחלה האט געהייסן אז מ'וועט צוטיילן גאנץ פאלעסטינע, למעשה האט מען ירדן אוועקגעגעבן פאר די אראבער, און נאר א פערטל פאלעסטינע האט מען צוטיילט.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:19 am

· #421497
רביה''ק זי''ע
די ציפקע צרות פון די אידישע טעראריסטן, איז שוין געקומען נאכדעם וואס די ענגלענדער האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צום פסק פון די UN'ס פארגייער.

פון א סעקולארן שטאנדפונקט, איז די באלפור דעקלאראציע דאס ערגסטע זאך וואס האט נאר באטראפן דאס אידישע פאלק זינט די מלחמה. ס'דא אפאר סיבות דערפאר, אבער איינס פון די סיבות איז, ווייל ווען נישט דעם וואלטן אונז נאך היינט געגעסן די פירות פון די פעלקער'ס שולדגעפילן פון דעם האלאקואסט. אזוי אז זיי האבן שוין בארואיגט זייערע שולדגעפילן מיט'ן באלפור דעקלאראציע, האבן זיי שוין גלייך געקענט זיך צוריקנעמען צום שנאת ישראל. מתחלה האט געהייסן אז מ'וועט צוטיילן גאנץ פאלעסטינע, למעשה האט מען ירדן אוועקגעגעבן פאר די אראבער, און נאר א פערטל פאלעסטינע האט מען צוטיילט.

אנטשולדיגט, איר זענט פשוט נישט באהאווענט אין די פאקטן. אנשולדיגט אז מיר האבן זיך געטראפן.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:23 am

· #421498
אדרבה קלער מיר אויף, פתח פיך ויאירו דבריך.

אבער פאר דו פאנגסט אן מיר אויפצוקלערן, זיי אביסל מעיין דא.

כ'האב מיך צומישט צווישן די באלפור דעקלאראציע פון די פעלקער ליגע, און די פאלעסטינע צוטיילונגס פלאן פון די UN, אויב דאס איז די פראבלעם האב איך עס שוין פאראכטן.

אפילו ווען דו וואלסט יא געווען גערעכט אז מדינת ישראל וואלט סייווי צושטאנד געקומען, מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:54 am

· #421499
קאך לעפל;

"ערשט, נאך די צווייטער וועלטס קריג, איז ענגלאנד אויסגעשטאנען אויסטערלישע אונטערנאציאנאלע דרוק אויפצוגעבן אלע אירע קאלעניעס. און זיי האבן טאקע איינע ביי איינע אויפגעגעבן זייערע קאליניעס, און די קאליניעס זענען געווארן זעלבסטשטענדיג. און די מעכטיגע בריטישע אימפעריע איז געקומען צו אן ענדע"

תיקון טעות, תיכף נאך די ערשטע וועלט מלחמה, נישט נאך די צווייטע וועלט מלחמה, און טאקע לכבוד דעם איז צושטאנד געקומען די הצהרת בלפור, און גלייך נאכדעם די ענגלישע, פראנצויזישע מאנדאט אויף א חלק פון די מיטל מזרח, און ענגלאנד האט באקומען דעם מאנדאט אויף ארץ ישראל. און פראנקרייך אויף די איבעריגע.
און א מאנדאט איז נישט קיין ממשלה נאר א שליחות אויף א געוויסע צייט, און די צייט איז געווען פעליג ווען א רעגירונג אין ארץ ישראל האט שוין געזאלט קענען שטיין אויף די אייגענע פיס.
און אויב כ'געדענק גוט איז אין נאוועמבער אין 1947 כ'געדענק נישט דעם פינקטליכען דאטום געווען די באקאנטע וואויט פאר די פארטישן פלען אין די U.N. און בחדא מחתא אויך ווען ענגלאנד ברויך פארלאזן דעם מאנדאט רעגירונג וואסי אויסגעפאלן ה' אייר אויפן אידישן קעלענדער.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 12:07 pm

· #421501
דער גאלדענער אדלער

דער בריטישער פרעימיר ווינסטאָן טשערטשיל איז געווען אויסגעשפראכן קעגן דאס געדאנק פון אויפגעבען קאלעניעס.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען טשערטשיל האט פארלוירן זיין בענקל, איז קלעמענט אַטיליע געווארן דער פרעימער און מיט אים האט פרעזידענט טורמאן געהאט א גרינגערע פעלד. און ער האט טאקע אויפן אונטערווענץ פון די פאראייניגטע שטאטן אנגעהויבן אויפצוגעבן בריטישע קאלעניעס.

וויקפידיע:

Decolonisation and decline (1945–1997)[left]
Though Britain and the empire emerged victorious from the Second World War, the effects of the conflict were profound, both at home and abroad. Much of Europe, a continent that had dominated the world for several centuries, was in ruins, and host to the armies of the United States and the Soviet Union, who now held the balance of global power.[178] Britain was left essentially bankrupt, with insolvency only averted in 1946 after the negotiation of a $US 4.33 billion loan from the United States,[179] the last instalment of which was repaid in 2006.[180] At the same time, anti-colonial movements were on the rise in the colonies of European nations. The situation was complicated further by the increasing Cold War rivalry of the United States and the Soviet Union. In principle, both nations were opposed to European colonialism. In practice, however, American anti-communism prevailed over anti-imperialism, and therefore the United States supported the continued existence of the British Empire to keep Communist expansion in check.[181] The "wind of change" ultimately meant that the British Empire's days were numbered, and on the whole, Britain adopted a policy of peaceful disengagement from its colonies once stable, non-Communist governments were available to transfer power to. This was in contrast to other European powers such as France and Portugal,[182] which waged costly and ultimately unsuccessful wars to keep their empires intact. Between 1945 and 1965, the number of people under British rule outside the UK itself fell from 700 million to five million, three million of whom were in Hong Kong.[183]

גאלד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 12:26 pm

· #421504
למאי נפק"מ וואס עפעס א UN אין ניו יארק מיינונג איז. זענען זיי עפעס א סנהדרין הגדול? די אייניציגע אומה וואס זייער דעה איז א נפק"מ להלכה למעשה איז דער אומה וואס באזיצט דעם לאנד, מיט וועמען מען קאנקערירט איבערן זעלבן שטיקל טעריטאריע. דהיינו די פאלעסטינער אראבער.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 12:48 pm

· #421508
דער גאלדענער אדלער. און רביה"ק זי"ע: אזוי ווי מ'האט שוין אנגעמערקט פריער. אז די בריטישע עמפייער האט באקומען א מאנדאט פון די פעלקער ליגע נאך די ערשטע וועלט מלחמה צו אנפיהרן מיט א רעגירונג איבער פאלעסטינע. און פראנקרייך האט באקומען דעם זעלבן מאנדאט איבער סיריע און לבנון (וואס איז אייגנטליך געווען א טייל פון סיריע.). און ענגלאנד וואלט שוין ממילא פארלאזט ארץ ישראל/פאלעסטינע. נאר די אידישע טעראריסטן. (און דאס זענען זיי.און וועללן פארבלייבן. ווייל רציחה איז פארבאטן פון די תורה. אפילו פאר פאליטישע צוועקן.) אזוי ווי אצ"ל און לח"י. האבן מיט זייערע רציחות אויף אומשולדיגע סאלדאטן צוגעאיילט די החלטה פון די בריטישע רעגירונג אין לאנדאן זיך ארויס צו ציען פון דארט. די בריטישע נעיווי האט אפילו געהאט א פלאן אויפ צו פלאצן דעם האפן אין חיפה . אז די נייע אריינקומענדיגע רעגירונג זאללן נישט קיין הנאה האבן דערפון. אבער דער מצב האט זיי אזוי שטארק דערדריקט אז זיי האבן געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 12:50 pm

· #421509
גאלד
למאי נפק"מ וואס עפעס א UN אין ניו יארק מיינונג איז. זענען זיי עפעס א סנהדרין הגדול? די אייניציגע אומה וואס זייער דעה איז א נפק"מ להלכה למעשה איז דער אומה וואס באזיצט דעם לאנד, מיט וועמען מען קאנקערירט איבערן זעלבן שטיקל טעריטאריע. דהיינו די פאלעסטינער אראבער.

אבי געמאלן וואסער. בכל אופן לויט'ן מהר"ל מאכט בכלל נישט אויס וואס די גוים זאגן, כמבואר בספה"ק ויואל משה.

די גאנצע פרשה מיט די אידישע טעראריסטן איז בכלל נישט נוגע צום שמועס דא, די מדינה וואלט צושטאנד געקומען בכל אופן.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 1:10 pm

· #421511
רביה"ק זי"ע: אפילו איך האב ארויסגעזאגט מיין מיינונג איבער די אידישע בחורים וועלכע האבן זיך באטייליגט אין הרגנ'ען בריטישע סאלדאטן אז זיי זענען טעראריסטן. אעפי"כ האב איך זיי נאכאלץ ליעב. זיי זענען מיינע ברידערס. שלא כאלו. נישט אזוי ווי די וועלכע האלטן זיך פאר הייליגע אידן. און זיי האבן פיינט א יעדן איד...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 1:44 pm

· #421515
ר' בערל:
א מאנדאט טייטש 'א באויפטראגונג', אין אונזער פאל איז עס געווען א פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף ענגלאנד אין יאר 1917 צו העלפן די אידן אוועקשטעלן אן אייגן לאנד אין די פאלעסטינע געביטן. אזויווי די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים אויספירן די פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף זיי, נישט נאר דאס, זיי האבן גאר אקטיוו געשטערט די אידן זיך באקוועם צו מאכן (עיין ערך גזירות הספר הלבן און חוק הקרקעות), האבן די ציונים אפגעמאכט צו נעמען די געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.

פעסט פארווארד מאנראו 2018: אזויווי די גוים פון מאנראו האבן פארפאלגט דאס לעבן פון זייערע אידישע שכנים פון מאנדעראו, האבן די אידן אפגעמאכט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.

גדליה » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:00 pm

· #421517
גאלד
למאי נפק"מ וואס עפעס א UN אין ניו יארק מיינונג איז. זענען זיי עפעס א סנהדרין הגדול? די אייניציגע אומה וואס זייער דעה איז א נפק"מ להלכה למעשה איז דער אומה וואס באזיצט דעם לאנד, מיט וועמען מען קאנקערירט איבערן זעלבן שטיקל טעריטאריע. דהיינו די פאלעסטינער אראבער.

ס'איז נישט אזוי קאמפלעצירט, לאמיך עס צולייגען אויף קליין געלד.
די ציונים האבען געבויעט א מדינה, און סאטמאר רבי האט דאס שטארק נישט געגליכען.
איינע פון סאטמאר רבי'ס טענות איז געווען אז די ציונים רייצען זיך מיט די אראבער ביי אויפבויען א אייגענע מדינה און דאס איז גאר א הארבע זינד פין מרידה באומות, וואס די עונש אויף דעם קומט זיך אז די אייבערשטער איז מתר די פלייש פין די אידען אזוי ווי די אינדען פון פעלד.
מרידה באומות מיינט לויט סאטמאר רבי אז מ'ברויך זיין נכנע אונטער די גויים וואס מ'געפינט זיך צווישען זיי אין זיך נישט רייצען אין זיי אויפרעגען.
במילא ווען סאטמער בויעט זיך א אייגענע שטאט און זיי גייען טוישען די זאונינג וכו' וכו' אין זיי רייצן זיך מיט אלע שכנים, ווי מ'קען ב"ה זעהן אויף יו טוב, ווי די שכנים רעגען זיך און זענען זייער ברוגז, קומט דאך אויס אז די סאטמארע טוען עפעס וואס סאטמאר רבי וואלט מסתמא נישט געגליכען.
פין דעם נעמט זיך די אבסורדאלע טענה פון מאנכע וואס זיי באשולדיגען ק"ק סאטמער מיט צביעות.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:02 pm

· #421518
רביה''ק זי''ע
ר' בערל:
א מאנדאט טייטש 'א באויפטראגונג', אין אונזער פאל איז עס געווען א פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף ענגלאנד אין יאר 1917 צו העלפן די אידן אוועקשטעלן אן אייגן לאנד אין די פאלעסטינע געביטן. אזויווי די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים אויספירן די פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף זיי, נישט נאר דאס, זיי האבן גאר אקטיוו געשטערט די אידן זיך באקוועם צו מאכן (עיין ערך גזירות הספר הלבן און חוק הקרקעות), האבן די ציונים אפגעמאכט צו נעמען די געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.

פעסט פארווארד מאנראו 2018: אזויווי די גוים פון מאנראו האבן פארפאלגט דאס לעבן פון זייערע אידישע שכנים פון מאנדעראו, האבן די אידן אפגעמאכט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.
קאך לעפעל;

ארץ ישראל איז קלאר נישט געווען א חלק פון די בריטישע קאלאניעס. די ענגלענדער האבן נאר געהאט א מאנדאטישע רעכט איבער ארץ ישראל, און א מאנדאט איז נישט קיין קאלאניע, א מאנדאט איז א רעכט וואס די ליעג אוו נעשאנס האבן איבערגעגעבן אלץ א צייטווייליגע בעלות וואס ענדיגט זיך איבער א געוויסע צייט, און איז אויך צוגעבינדן צו די פארשריפטן און געזעצן וואס די ליעג אוו נעשאנס האט אנגענומען.

רביה"ק דאס עקזעקטלי וואס דו האסט געשריבן

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:08 pm

· #421522
קוק אין די לינקס דא

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/History_of_Palestine?wprov=sfla1">https://en.m.wikipedia.org/wiki/History ... prov=sfla1</a>

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Partition_of_the_Ottoman_Empire?wprov=sfta1">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Partiti ... prov=sfta1</a>

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Mandatory_Palestine?wprov=sfta1">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Mandato ... prov=sfta1</a>

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:09 pm

· #421523
וואס זענען דיינע אלע נארישע לינקס ווערד ווען אינעם בלאט איז קלאר געשטאנען פארקערט???

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:18 pm

· #421530
דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע
ר' בערל:
א מאנדאט טייטש 'א באויפטראגונג', אין אונזער פאל איז עס געווען א פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף ענגלאנד אין יאר 1917 צו העלפן די אידן אוועקשטעלן אן אייגן לאנד אין די פאלעסטינע געביטן. אזויווי די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים אויספירן די פליכט וואס די פעלקער ליגע האט ארויפגעלייגט אויף זיי, נישט נאר דאס, זיי האבן גאר אקטיוו געשטערט די אידן זיך באקוועם צו מאכן (עיין ערך גזירות הספר הלבן און חוק הקרקעות), האבן די ציונים אפגעמאכט צו נעמען די געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.

פעסט פארווארד מאנראו 2018: אזויווי די גוים פון מאנראו האבן פארפאלגט דאס לעבן פון זייערע אידישע שכנים פון מאנדעראו, האבן די אידן אפגעמאכט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט אריין, און די רעשט איז היסטאריע.
קאך לעפעל;

ארץ ישראל איז קלאר נישט געווען א חלק פון די בריטישע קאלאניעס. די ענגלענדער האבן נאר געהאט א מאנדאטישע רעכט איבער ארץ ישראל, און א מאנדאט איז נישט קיין קאלאניע, א מאנדאט איז א רעכט וואס די ליעג אוו נעשאנס האבן איבערגעגעבן אלץ א צייטווייליגע בעלות וואס ענדיגט זיך איבער א געוויסע צייט, און איז אויך צוגעבינדן צו די פארשריפטן און געזעצן וואס די ליעג אוו נעשאנס האט אנגענומען.

רביה"ק דאס עקזעקטלי וואס דו האסט געשריבן

די ביזט גערעכט! טעיתי! ארץ ישראל איז נישט געווען קיין קאליניע. נאר א מאנדאט.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:25 pm

· #421535
פרעגט תוספות: למאי נפקא מינה צי זיי האבן געהערשט אין ארץ ישראל אלס בעה"ב פון א קאלאניע אדער דורך א מאנדאט פון די ליגע פון פעלקער...?! זיי האבן אונטערדריקט די פיהרערס פון די אידישע פרייהייט באוועגונג...! און גענומען דעם צד פון די אראבערס אין א יעדן קאנפליקט. אן אויסנאם...!

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:10 pm

· #421538
גדליה
גאלד
למאי נפק"מ וואס עפעס א UN אין ניו יארק מיינונג איז. זענען זיי עפעס א סנהדרין הגדול? די אייניציגע אומה וואס זייער דעה איז א נפק"מ להלכה למעשה איז דער אומה וואס באזיצט דעם לאנד, מיט וועמען מען קאנקערירט איבערן זעלבן שטיקל טעריטאריע. דהיינו די פאלעסטינער אראבער.

ס'איז נישט אזוי קאמפלעצירט, לאמיך עס צולייגען אויף קליין געלד.
די ציונים האבען געבויעט א מדינה, און סאטמאר רבי האט דאס שטארק נישט געגליכען.
איינע פון סאטמאר רבי'ס טענות איז געווען אז די ציונים רייצען זיך מיט די אראבער ביי אויפבויען א אייגענע מדינה און דאס איז גאר א הארבע זינד פין מרידה באומות, וואס די עונש אויף דעם קומט זיך אז די אייבערשטער איז מתר די פלייש פין די אידען אזוי ווי די אינדען פון פעלד.
מרידה באומות מיינט לויט סאטמאר רבי אז מ'ברויך זיין נכנע אונטער די גויים וואס מ'געפינט זיך צווישען זיי אין זיך נישט רייצען אין זיי אויפרעגען.
במילא ווען סאטמער בויעט זיך א אייגענע שטאט און זיי גייען טוישען די זאונינג וכו' וכו' אין זיי רייצן זיך מיט אלע שכנים, ווי מ'קען ב"ה זעהן אויף יו טוב, ווי די שכנים רעגען זיך און זענען זייער ברוגז, קומט דאך אויס אז די סאטמארע טוען עפעס וואס סאטמאר רבי וואלט מסתמא נישט געגליכען.
פין דעם נעמט זיך די אבסורדאלע טענה פון מאנכע וואס זיי באשולדיגען ק"ק סאטמער מיט צביעות.

ווי דער אלגעמיינער שטייגער אינעם שטיבל, מען פארדרייט דעם טאפיק, און מ'חזר'ט איבער די אויסגעדראשענע קושות, און מ'כאפט זעלבסט קעלבערנע התפעלות. (נישט קיין וואונדער פארוואס יעדער נארמאלער שרייבער יאגט אפ פון דא עוד נשמתו בו).

אלענפאלס, כ'האב אנהייב אשכול גשריבן א לייטישער הסבר אויף די גאנצע נושא, אויף וועלכע קיינער האט ב''ה נישט גענטפערט... (אויזער שטייטזעך מיין ידיד רבי באדי). שוין ס'זאל זיין... ווי איידער קייען וואסער... וועלן מיר עמערצעשעם ווייטער פארזעצן מיטן סדר היום....

גאלד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:36 pm

· #421541
מקען זיך טענה'ן וואס פונקטליך די מדינה איז, צו דאס צו יענס, אבער דאס אמאל זיכער אז קרית יואל איז נישט קיין מאנדאט, נישט קיין קאלעניע, נישט קיין אטאנימיע, נישט קיין סאווערענטי, ס'איז גארנישט מיט גארנישט, ס'איז פונקט ווי דיין דירה אינדערהיים, דארט קענסטו אויך פירן א ווירטשאפט טוישן זאונס, ריקן די בעדרום אין דעם צימער, די פרידשידער אין אנדערן צימער. אבער ביז צו א פוינט, ביים ענדע טאג ביסט נאך אלס נכנע אונטער דעם עול הגלות אמעריקע, די עף בי איי האט די זעלבע מאכט איבער קרית יואל, צו ס'הייסט פאלם טרי, צו קרית יואל, צו מאנרא.

איי די שכנים זענען צירייצט, גערעכט טאקע א פראבלעם. מ'דארף טאקע טון אלעס עס צו לינדערן. זיך צו קריגן מיט שכנים איז קיינמאל גוט צו אידן צו גוים.

די איראנישע זאך איז נאר אז די גרידונג פון דעם טאון איז טאקע אקוראט א רעמעדיע פאר די א"ג התגרות, טאקע צו ברענגן שלום צווישן די שכנים. (וואס גראדע א שיינע חלק זענען גאר מזרע ישראל וואס בכגון דא קען זיין א קלער צו ס'בכלל שייך התגרות אבער פאר איין אנדערס מאל) אזא בחינה ווי אל נא תהי מריבה בינינו הפרד נא מעלי. יעדער פירט זיך די אייגן ווירטשאפט ושלום על ישראל. און פונקט אויף דעם פאזיטוון שריט פארפירט מען התגרות. גיי פארשטיי.

Buddy » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:41 pm

· #421542
די עבירה פון הרחקת הקץ איז אין לשער, אזוי ווי ס'איז טאקע געשען צו רוב כלל ישראל אין מצרים...

Buddy » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:47 pm

· #421543
berlbalaguleh
נאר די אידישע טעראריסטן. (און דאס זענען זיי.און וועללן פארבלייבן. ווייל רציחה איז פארבאטן פון די תורה. אפילו פאר פאליטישע צוועקן.) אזוי ווי אצ"ל און לח"י. האבן מיט זייערע רציחות אויף אומשולדיגע סאלדאטן

סאמייבין!?<($&^*E%$%!!!!!
די ערשטע טעראריסט מוישה'לע וואס האט געהרג'ט די מצרי ביז דודל גלית'ן אר ווערי פראוד אוו יו!

Buddy » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:56 pm

· #421545
סוועט נעברך קאסטן אסאך זיך אויסצורייניגן פון די לינקע- זסטמירי לעבן טראכטונגען

זעה ווי זי פארציילט ווי אזוי זי האט זיך גערייניגט

חסיד פון ליטא » מיטוואך יאנואר 9, 2019 12:02 am

· #421568
אזא ציוני ווי באדי האט נאר א ויואל משה געקענט שאפן.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:38 am

· #421573
Buddy
די עבירה פון הרחקת הקץ איז אין לשער, אזוי ווי ס'איז טאקע געשען צו רוב כלל ישראל אין מצרים...

באדדי: אולי נתחלף לך בין דלי"ת לרי"ש...!
בלאט: 1 2 3