☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בעלזא, בריסק און סאטמאר

בעלזא, בריסק און סאטמאר

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12504
בלאט: 1 2 3

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:39 am

· #410967
בעלזא, בריסק און סאטמאר
קען זיין אז איך בין אביסל שפעט, אבער עס באדערט מיך און אפשר קען איינער ווייזן מער קלארקייט אויף דעם ענין.

איך בין יעצט אין די זומער מיט פארשידענע סארטן קרייזן, איז אין די לעצטע צוויי וואכן געווען דריי יארצייטן וואס די עולם האט פארברענגט, ר' חיים בריסקער, די בעלזא רב און די סאטמער רב. איז געווען א איד א ידען וואס האט ביי די אלע געלעגנהייטן גערעדט און ביי ר' חיים און סאטמאר האט ער געהאט מעשיות פון חכמה, מסירת נפש פאר אידן, גדלות בתורה, שמירת המצוות, היקף, העמדת תלמידים, און עפעס ביי בעלז איז אלעסש געווען מעשיות פון פיש, ציבילעס, קפידה'ס, עס איז געווען אזוי בולט, אז איך בין געלאפן אין ספרים געשעפט קוקן אין אלע בעלזא ספרים, און טאקע אזוי, ממש אלעס אזעלכע מאדנע מעשיות, גארנישט עפעס ווי מען זעהט עפעס וואס מ'קען זיך לערנען, מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות... (איין בוך האט א שער התורה פון ממש דריי מעשיות, און צום סוף האט עס גליטשיגע פאפירן פון וויאזוי די רב'ס דירה איז געווען אויסגעשטעלט...).

קען מיר איינער דא העלפן. וואס איז געווען די גדלות? עס זענען געווען און ס'איז נאך אלס דא רבי'ס וואס פירן זיך קוריאז און זיי האבן נישט אזא הערצה. מיין חבר טענה'ט אז עס איז נאר וועגן די מהרי''ד איז געווען די הערצה, אבער מיך האט מען אייביג געזאגט אז ער איז געווען נאכמער.

(אין א אשכול וועגן מהר''א איז געשריבן וועגן קאפאוס, איינער האט מער אינפאו?)

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:31 pm

· #410989
זעט אויס אפנים אז אין סאטמר האט מען טאקע אויסגעריסן חסידות מן השורש.

נקודת-אמת » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:19 pm

· #410993
זאגט מיר איינער
אז הגה"צ המפו' ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א
וואס כידוע ליודעים זיצט ער טעגליך אין טשיבינער-ישיבה (ישיבת כוכב מיעקב ע"ש הגאון מטשיבין זצ"ל) און ער איז איינער פון די לייט דארטן
(פארנעמט אפשר א באזונדערן אשכול, און איך האב ניט געלערנט דארט, אפשר איינער וואס האט דארט אריבער-געפירט זיינע ישיבה יאהרן זאל זיך אונטער-גארטלען מהנה צו זיין דער עולם מיט עפיזאדן
פון דער אינטערסאנטן מנהג אויס-צו-צאהלן פאר אנשי צורה ורוח זאלן זיצן און לערנען אין היכל הישיבה זאלן די בחורים נעמען א דוגמא פון זיי, ועוד חזון למועד)
און הגראמ"ר האט אמאהל גערעדט חודש אלול פאר די בחורים אין ישיבה
און ער האט ארומ-גערעדט עניינים הנהגות און מנהגים פון חודש אלול,
בתוך דבריו, האט ער דערמאנט אז אין בעלזא האט מען געלייגט א גרויסן דגש אום חודש אלול אויף התחזקות בתורה, ביגיעה בעמל ובהתמדה.
האט עפעס א בחור געפרעגט, (איך ווייס ניט צו בתמימות צו מתוך התרסה וחוצפה)
אויב ביים רב זכרונו לברכה זעלבסט איז אויך געוועהן ניכר דער עניין (ד.ה. אויב מ'האט געזעהן אז ער האט געלערנט מעהר ווי במשך'ן יאהר)
האט ר' אהרן מרדכי זז"ג געעפנט זיינע אויגן (ווער ס'קען עם פארשטייט וואס דאס מיינט...)
און געשוויגען א פאר סעקונדעס...
און ער האט געענטפערט, "זייט מיר מוחל, אבער דער רב זכרונו לברכה האט געהאט בעסערס וואס צו טוהן"

ס'וועט קענען קומען א בעל הכרם און פראבירן צו-צו-שטעלן און מדמה זיין און אנהייבן פרעגן קשיות
אבער דאס איז אן אמת'ן הגדרה אויף צו אנהייבן צו פארשטיין די מהלך,
אויב דיין שאלה איז געוועזן מיט וואס באשטייט אינגאנצן זיין גדלות, ביטע גיי מאך הום-ווארק,
אבער אויב דיין בקשה איז צו טרעפן אן הגדרה וואס האט בעלזער רב זכרונו לברכה געטוהן כ"ד שעות פון א מעת לעת
איז די תשובה איז אז ער איז געוועהן פארנומען מיט'ן נותן התורה, ובמילא וועסטו שווערער טרעפן א מעשה פון גדלות בתורה פון עם
ביי א חסידישן יוד איז די שאלה פארקערט, פארוואס זעהט מען נישט ביי אנדערע גדולים וצדיקים זאלן דערגרייכן אזוינע מדריגות אין דביקות בה'.
און על הכרם ובעליו שאול אשאל פארוואס האסטו זיך דערמאנט פרעגן דיינע שאלות אויף דער קאנטראסט צווישען בריסקע/סאקמערע צדיקים לעומת דער בעלזער צדיק
נאר ווען מ'האט גערעדט פון נגלות דתורה בעיני בני אדם, א וואו זענט איהר געוועהן ביי אלע אנדערע מדריגות והשגות
וואס דער האט געהאט וואס קיינער אין א הונדערט-פופציג יאהר פאר עם איז נישט אנגעקומען.

תוכן הדברים:
אמת איז אז ס'איז שווער ארויס-צו-ברענגען אויף א שפיץ גאפל גודל מדריגתו ומעלתו, ובפרט עלי כתב קשה הדבר שבעתיים,
און דער וואס האט גערעדט אין דיין בונגלו-קאלני ביי די 3 יאהרצייטן מוז נישט זיין אז ער ווייסט אינגאנצן וואס איז דאס געוועהן,
מאחר ימות תלמידי הבעש"ט לא היה כמוהו, ולוואי יהיה אחריו כמותו...

(איך האף מ'פארשטייט דער שפראך, אבער די שאלה איז געוועהן באיצטלה תמימה מיט א קליינע הוספה אויף די קאפאו'ס וואס איך האב ניט פארגלייכט)
אויב ווילט איהר נאר פראבירן צו פארשטיין אין וואס האבן זיי געשטאנען ווען בעלזער רב איז אריבער 4 קריג יאהרן בעפאר די אלע קאפאו מעשה'לעך
וואס באותו זמן אין קהילות ארשיווא-קראלי-סאטמאר האט מען זיך נאך געריסן מיט ספינקא און מיט מונקאטש אויף שטעלע'ס פון שוחטים
סדר הכראנאלאגי של נסי ההצלה של הצדיקים מבעלזא וסאטמאר כבר הזכרתי בכאן, והגר"ח דסטענסל נסתלק קודם המלחמה

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:42 pm

· #410996
נקודת אמת: מ'דארף א ביסל זיין צוגעוואוינט צו דיינע לשונות כדי צו פארשטיין וואס דו ווילסט דא ארויסברענגען...יישר כח...!

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:56 pm

· #410999
א דאנק נקודת האמת.

זה אשר דיברתי. אין אלע ביכער - פונקט ווי אייך - שרייבן זיי אזאלכע דברים אבסטראקטיים, מדרגות, דביקות, דורות, יצר הרע, ברכות, מורמלען, נשמות, און אויך איר הרב נקודה האסט ארויסגעברענגט זאכן, אז ס'איז קשה בכתב, איז עס לכאורה קשה בעל פה, ווי ברענגט זיך די גדלות ארויס? לדוגמה, אין איינער פון די ביכער שרייבט ער אז ווען די רב ז''ל האט זיך אנגעטוהן די גארטל איז עס זיכער געווען מיט העכערע כוונות וכו' וכו' א' מהיכי תיתי? ווייל א פרומע גבאי/בחור זאגט? ב' ווי שטייט וועגן העכערע זאכן... וואס איך האב געליינט ביז אהער איז דברים שקשה לשומען ואינם מתקבלים על הדעת ועל הלב.

איך זוך חומר אויף זיין אישיות, אויף טוהן פאר אידן, טוהן גוטס פאר אידן, טוהן פאר לומדי ולימוד התורה. אלעס איז אז ער האט געדאוונט אין פופצן סעקונדן, איז דאס גדלות?

וואס איר שרייבט צום סוף וועגן די קאפואוס פארשטיי איך נישט.

ווייסט איינער איבער באשרייבונגען אויפן רב פארן קריג? איך ארבעט צו משווה זיין איבער שינויים בהנהגתו.

אברך משי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:59 pm

· #411000
בעל-הכרם

מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות...

קען מיר איינער דא העלפן. וואס איז געווען די גדלות? עס זענען געווען און ס'איז נאך אלס דא רבי'ס וואס פירן זיך קוריאז און זיי האבן נישט אזא הערצה.


בעל הכרם, פון דיינע ווערטער איז שטארק ניכר אז דו זוכסט לכאורה נישט קיין תשובה אויף דיין שאלה, ווייל ס'דאס ערשטע מאל וואס כ'הער אזא ביטוי אויף דער מהר"א מבעלז זיעועכ"י "מדארף גלייבן אז ס'איז גדלות", ווער ס'האט אביסל געהערט אדער געליינט קען זייער שנעל איינזען מיט זיינע פליישיגע אויגן אז ס'איז גדלות, און מ'דארף נישט זיין איינשטיין צו דעם.
בשעת'ן לייענען דיין תגובה הטצעך מיר געדאכט פון דיין ווייטאג אז אדער ביסטו אדער א קרעטשניפער חסיד, אדער א בריסקער תלמיד וואס באקומט קנאפע אנערקענונג אין זיין סביבה טראץ דיין הויעכשטאקיגע מעמד ומצב וואס דו האסט זוכה געווען זיך ממית צו זיין באהלה של תורה פון די מעתיקי שמועה און קיינער געט ליידער נישט קיין דעם, אדער... א שוטה, און פילייכט אלע דריי בענאזאם. וכבר מילתי אמורה בחתימתי אז די שווערסטע זאך מסביר צו זיין פאר א שוטה אז ער איז א שוטה

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:10 pm

· #411002
אברך משי
בעל-הכרם

מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות...

קען מיר איינער דא העלפן. וואס איז געווען די גדלות? עס זענען געווען און ס'איז נאך אלס דא רבי'ס וואס פירן זיך קוריאז און זיי האבן נישט אזא הערצה.


בעל הכרם, פון דיינע ווערטער איז שטארק ניכר אז דו זוכסט לכאורה נישט קיין תשובה אויף דיין שאלה, ווייל ס'דאס ערשטע מאל וואס כ'הער אזא ביטוי אויף דער מהר"א מבעלז זיעועכ"י "מדארף גלייבן אז ס'איז גדלות", ווער ס'האט אביסל געהערט אדער געליינט קען זייער שנעל איינזען מיט זיינע פליישיגע אויגן אז ס'איז גדלות, און מ'דארף נישט זיין איינשטיין צו דעם.


איך פרעג ווי א בן חמש למקרא, האט איר א תשובה, אדער וויבאלד דו האסט נישט מוזטו אטאקירן?

אברך משי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:29 pm

· #411003
הוא הדבר אשר דיברתי, דו ביסט דאך -כדבריך- א יונגערמאן פון א חסידישן אפשטאם מיט אינטערעסן אין אידיש, געזעלשאפט, סוציאלאגישע שטודיען, חסידישע היסטוריה און אידישע מחשבה, און דו האפסט צו צוהעלפן די ליינער מיט גוטע חומר,
נו ווי קומט עס אריין צו פרעגן ווי א בן חמש למקרא אויף אזא קלארע און אויסגעדראשענע סוגיא, הייב אן פון ווי מען הייבט אן, ליין, זאמל איין לכל הפחות די א' ב', קוק זיך אום וויפיל הונדרעטע יודן זענען געהאלפן געווארן ביי עם, זיין אהבת ישראל, זיין צדקות אין יעדן פרט, זיין קדושה און מדריגות וואס האט זיך נישט ארויסגעוויזן ביי קיינעם אין זיין צייט ווי ביי ער, וכו' וכו', (נישט אז מ'קען נישט אנקוקן מאדנע אסאך זאכן, אבער עכ"פ די עצם רוח הדברים און מציאות וואס איז שוין געדרוקט געווארן פעמים אין מספר) און קום נישט אריין פרעגן ווי א תם אז ביים תיקון טישל אין דיין קאנטרי שול צווישן די מאטיאש און אייער קיכל האסטו געהערט שענערע מעשיות אויף רבי חיים בריסקער ווי אויף רבי אהר'לע בעלזער.
קען זיין כ'האב מיך צולאזט אביסל מיט מיין פעדער, אבער ס'קומט מיר פאר ווי מארגן וועט איינער שטעלן א פראגע אין קאווע שטיבל ער הערט אז דער חזון איש איז געווען א שטיקל באבובער חסיד, איינער ווייסט עפעס מער פרטים דערוועגן? אדער אז אין וויזניץ מאנסי זינגט מען א ניגון פון שוואנצאנוס, איינער מער פרטים ביטע?
קאם אן, כ'האב מיך געהאלטן פאר א שטיקל אינטעליגענט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:09 pm

· #411005
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
כבר מלתי אמורה אין דער בעלזער רב אשכול, אז פאר א עפעס א סבה, ווי מען דערמאנט די נאמען פון דער בעלזער רב, פאלט ארויס די שכל פון א סאך מענטשען. אנשטאט׳ס זוכען מעלות און מדרגות וואס אין תורה שטייט געשריבען, אנשטאט׳ס זוכען צו דערמאנען עכטע מדות נעלות און די אלע עניינים וואס עס שטייט אין ספרי מוסר, זאכען וואס יעדער קען זיך איבערצייגען, זאכען ענליך צו וואס מ׳האט געשריבען אויף גדולי הדורות זייט די ראשונים און פריער, נעמט מען זיך פלוידערען זינלאזע ווערטער, א שטייגער פון ׳ער האט געהאט בעסערע זאכען צו טון׳ (שלמה המלך האט געשריבען ׳כל חפציה לא ישוו בה׳, אבער וואס האט ער דען געוואוסט?) וכיו"ב. און פארשטייט זיך אויף יעדער קשיא אטאקירט מען מיט פערזענליכע סטעיטמענטס און אומרעלעוואנטע כלומרש׳ט פרומע רייד.

גראדע, דא אין שטיבל האט ארי נוהם געעפענט אן אשכול פון די מענטשליכע זייט פון מהר"א מבעלז, אבער ביי די שכל פארלירערס איז די אשכול נאך ארגער ווי אלעם.

אלענפאלס, עס איז נישט זייער נוגע פאר קיינעם. ווען דער בעלזער רב האט איבערגעלאזט א ספר, צו א שיטה אדער א פסק הלכה, איז עס וויכטיג צו וויסען ווער ער איז. היינט איז עס בכלל נישט נוגע, מעגסט האלטען פון אים וואס דו ווילסט, דיין אידישקייט וועט זיך נישט טוישען, ווייל זיין לעבען רירט נישט אן דיין אידישקייט. דעריבער זאל יעדער איינער לעבן ווי עס שמעקט אים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:04 pm

· #411009
ביי א גרויסען טייל פונעם חסידישען ציבור איז די הנהגה פון מהר״א מבעלז זצ״ל אין הנהגת הכלל נוגע די מדינת ישראל, נעמן פון זיי געלדט, אדער גיין צו די וואהלען וכדו׳, קובע זייער הנהגה. אפילו דער טשעבינער רב זצ״ל האט זיך געוואנדען קיין בעלז צו הערין חוו״ד פונעם מהר״א. פונעם בית ישראל און אנדערע יונגערע אדמורים איז דאך אפגערעדט. ממילא איז יא נוגע די הנהגה פון בעלז, בפרט קעגן די קנאים.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:05 pm

· #411010
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:15 pm

· #411011
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
איך בין נישט זיכער אז די מציאות איז אזוי, אז ווען נישט פאר׳ן בעלזער רב וואלט דער סאטמארער רב געזיגט. עכ"פ אזוי האלטען די בעלזער און די סאטמארער, יעדער פאר די אייגענע טעמים.
די ליטווישע גדולים אין א"י האבען זיך בכלל נישט געקימערט מיט זיין פסק צו דער סאטמארער רב׳ס, און זיי וואלטען בכל אופן גענומען געלט און געגאנגען אין בחירות.
ו
מיינסט דער חסידישע ציבור וואלט געשטאנען אין די זייט?

און לגבי בחירות דארפען די גערער צו קיינעם נישט אנקומען, זיי האבען שוין געהאט א פסק אין פולין וויאזוי מ׳פיהרט זיך אין פרייע קהלות וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:59 pm

· #411022
בעל-הכרם
א דאנק נקודת האמת.

זה אשר דיברתי. אין אלע ביכער - פונקט ווי אייך - שרייבן זיי אזאלכע דברים אבסטראקטיים, מדרגות, דביקות, דורות, יצר הרע, ברכות, מורמלען, נשמות, און אויך איר הרב נקודה האסט ארויסגעברענגט זאכן, אז ס'איז קשה בכתב, איז עס לכאורה קשה בעל פה, ווי ברענגט זיך די גדלות ארויס? לדוגמה, אין איינער פון די ביכער שרייבט ער אז ווען די רב ז''ל האט זיך אנגעטוהן די גארטל איז עס זיכער געווען מיט העכערע כוונות וכו' וכו' א' מהיכי תיתי? ווייל א פרומע גבאי/בחור זאגט? ב' ווי שטייט וועגן העכערע זאכן... וואס איך האב געליינט ביז אהער איז דברים שקשה לשומען ואינם מתקבלים על הדעת ועל הלב.

איך זוך חומר אויף זיין אישיות, אויף טוהן פאר אידן, טוהן גוטס פאר אידן, טוהן פאר לומדי ולימוד התורה. אלעס איז אז ער האט געדאוונט אין פופצן סעקונדן, איז דאס גדלות?

וואס איר שרייבט צום סוף וועגן די קאפואוס פארשטיי איך נישט.

ווייסט איינער איבער באשרייבונגען אויפן רב פארן קריג? איך ארבעט צו משווה זיין איבער שינויים בהנהגתו.

בעל הכרם:אז דו ווילסט דווקא וועל איך דיר פארציילן וואס איך האב געהערט פון אן איש נאמן. אין די בראשית יארן, אין ארץ ישראל, ווען די רב האט נאך געוואוינט אין תל אביב, איז אמאל געווען א גרויסער עולם געקומען צו נעמען שלום ביים בעלזער רב, ז"ל. צווישן דעם עולם איז אויך געוון איינער א פארשוין וואס איז אמאל געווען אן ערליכער בחור. אבער ער איז אינגאנצן פארדארבן געווארן. די צימער וואו דער רב האט אויפגענומען די מענטשן איז געווען האלב טונקל. מ'האט נישט געקענט קלאר זעהן די פנימ'ער פון די מענטשן. און ווען דער פארשוין האט זיך צוגעריקט נאנטער צום רב און געגעבן די האנט. איז דער רב אויפגעשפרונגען. און ער האט געשריגן..."וואסער. וואסער"... כידוע. אז ער האטציך אפגעגאסן מיט א סאך וואסער, ווען עפעס אן איש לא טהור האט איהם אנגערירט זיין האנט...! ויהי לפלא...!

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:32 pm

· #411028
חברה, עטץ זעהסט דאך פון זיין אויפרייס פונקטליך ווי דער ציהלט. לאזט די ארבייט פארען באקאנטן געשוואלענעם ע''ה זיי זענען פערפעקט צוגעפאסט איינעם צום צווייטן.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:32 pm

· #411036
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט זיכער אז די מציאות איז אזוי, אז ווען נישט פאר׳ן בעלזער רב וואלט דער סאטמארער רב געזיגט. עכ"פ אזוי האלטען די בעלזער און די סאטמארער, יעדער פאר די אייגענע טעמים.
די ליטווישע גדולים אין א"י האבען זיך בכלל נישט געקימערט מיט זיין פסק צו דער סאטמארער רב׳ס, און זיי וואלטען בכל אופן גענומען געלט און געגאנגען אין בחירות.
ו
מיינסט דער חסידישע ציבור וואלט געשטאנען אין די זייט?

און לגבי בחירות דארפען די גערער צו קיינעם נישט אנקומען, זיי האבען שוין געהאט א פסק אין פולין וויאזוי מ׳פיהרט זיך אין פרייע קהלות וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: דו מיינסט צו זאגן אז די ליטווישע וואלטן ממילא געגאנגען צו די בחירות. אנדעם ..."חוב קדוש"...! קארעקשן...נישט, "וואלטן"...זענען...כצ"ל...!

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:47 pm

· #411040
דער גרויסער גאון דער קלויזנבורגער רב זצ״ל, דער גורער רבי ר ישראל זצ״ל , דער סקוירער קאלאראשער רבי זצ״ל, דער צעהלימער רב זצ״ל, דער פפאער רב זצ״ל, דער שאצצער רבי פון לאנדאן זצ״ל, רבי איציקל זצ״ל פון פאריז/ אנטווערפען, דער מאטערסדארפער רב זצ״ל, דער פרעשבארגער רב זצ״ל, דער ביאלער רבי זצ״ל, דער לעלובער רבי זצ״ל, און נאך אנדערע גדולי עולם, וועלכער האבען אליין געהאט הונדערטע אנהענגער און חסידים ותלמידים, האבען זיך אללע געוואנדען קיין בעלז לשמוע המעשה אשר יעשון בעניני ישוב ארץ ישראל והגישה הנכונה למדינת ישראל.

איש חזון » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:48 pm

· #411041
בעל הכרם, נישט אז איך פארשטיי וואס א תכלית'דיגער יוד האט צו נישטערן אין די זאכן, אבער דיין נעקסטע סטעפ וואלט איך דיר געראטן עס זאל זיין צו אריינבליקן אין די 'תורות' פונעם רב (נדפסו בהבינה והברכה\ביאורי החסידות ועוד).

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:49 am

· #411051
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדע - סמי מכאן אלע בני חו"ל, וואס עס מאכט נישט קיין נ"מ וואס זיי האלטען. די שטימע פון אלא פאפא׳נער חסידים אין א"י הערט זיך נישט מיט א סופער היררינג עיד.
דער גערער רבי, ווען דער בעלזער רב עגזיסטירט נישט, וואלט פונקט אזוי געגאנגען אין בחירות. פונקט ווי אין פולין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:05 am

· #411053
מאדנע, נישט קיין נפק"מ פון וועלכע רבי/חסידות מען שמועסט אויס דא אין שטיבל, וועט אונזער ליטוואק אייביג זיין פון די ראש המדברים מיט זיינע השקפות....

בעל-הכרם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:53 am

· #411055
berlbalaguleh
בעל-הכרם
א דאנק נקודת האמת.

זה אשר דיברתי. אין אלע ביכער - פונקט ווי אייך - שרייבן זיי אזאלכע דברים אבסטראקטיים, מדרגות, דביקות, דורות, יצר הרע, ברכות, מורמלען, נשמות, און אויך איר הרב נקודה האסט ארויסגעברענגט זאכן, אז ס'איז קשה בכתב, איז עס לכאורה קשה בעל פה, ווי ברענגט זיך די גדלות ארויס? לדוגמה, אין איינער פון די ביכער שרייבט ער אז ווען די רב ז''ל האט זיך אנגעטוהן די גארטל איז עס זיכער געווען מיט העכערע כוונות וכו' וכו' א' מהיכי תיתי? ווייל א פרומע גבאי/בחור זאגט? ב' ווי שטייט וועגן העכערע זאכן... וואס איך האב געליינט ביז אהער איז דברים שקשה לשומען ואינם מתקבלים על הדעת ועל הלב.

איך זוך חומר אויף זיין אישיות, אויף טוהן פאר אידן, טוהן גוטס פאר אידן, טוהן פאר לומדי ולימוד התורה. אלעס איז אז ער האט געדאוונט אין פופצן סעקונדן, איז דאס גדלות?

וואס איר שרייבט צום סוף וועגן די קאפואוס פארשטיי איך נישט.

ווייסט איינער איבער באשרייבונגען אויפן רב פארן קריג? איך ארבעט צו משווה זיין איבער שינויים בהנהגתו.

בעל הכרם:אז דו ווילסט דווקא וועל איך דיר פארציילן וואס איך האב געהערט פון אן איש נאמן. אין די בראשית יארן, אין ארץ ישראל, ווען די רב האט נאך געוואוינט אין תל אביב, איז אמאל געווען א גרויסער עולם געקומען צו נעמען שלום ביים בעלזער רב, ז"ל. צווישן דעם עולם איז אויך געוון איינער א פארשוין וואס איז אמאל געווען אן ערליכער בחור. אבער ער איז אינגאנצן פארדארבן געווארן. די צימער וואו דער רב האט אויפגענומען די מענטשן איז געווען האלב טונקל. מ'האט נישט געקענט קלאר זעהן די פנימ'ער פון די מענטשן. און ווען דער פארשוין האט זיך צוגעריקט נאנטער צום רב און געגעבן די האנט. איז דער רב אויפגעשפרונגען. און ער האט געשריגן..."וואסער. וואסער"... כידוע. אז ער האטציך אפגעגאסן מיט א סאך וואסער, ווען עפעס אן איש לא טהור האט איהם אנגערירט זיין האנט...! ויהי לפלא...!



ווידער אנ'אבוחצירא מעשה.

בעל-הכרם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:53 am

· #411056
ליטוואק פון בודאפעסט
כבר מלתי אמורה אין דער בעלזער רב אשכול, אז פאר א עפעס א סבה, ווי מען דערמאנט די נאמען פון דער בעלזער רב, פאלט ארויס די שכל פון א סאך מענטשען. אנשטאט׳ס זוכען מעלות און מדרגות וואס אין תורה שטייט געשריבען, אנשטאט׳ס זוכען צו דערמאנען עכטע מדות נעלות און די אלע עניינים וואס עס שטייט אין ספרי מוסר, זאכען וואס יעדער קען זיך איבערצייגען, זאכען ענליך צו וואס מ׳האט געשריבען אויף גדולי הדורות זייט די ראשונים און פריער, נעמט מען זיך פלוידערען זינלאזע ווערטער, א שטייגער פון ׳ער האט געהאט בעסערע זאכען צו טון׳ (שלמה המלך האט געשריבען ׳כל חפציה לא ישוו בה׳, אבער וואס האט ער דען געוואוסט?) וכיו"ב. און פארשטייט זיך אויף יעדער קשיא אטאקירט מען מיט פערזענליכע סטעיטמענטס און אומרעלעוואנטע כלומרש׳ט פרומע רייד.

גראדע, דא אין שטיבל האט ארי נוהם געעפענט אן אשכול פון די מענטשליכע זייט פון מהר"א מבעלז, אבער ביי די שכל פארלירערס איז די אשכול נאך ארגער ווי אלעם.

אלענפאלס, עס איז נישט זייער נוגע פאר קיינעם. ווען דער בעלזער רב האט איבערגעלאזט א ספר, צו א שיטה אדער א פסק הלכה, איז עס וויכטיג צו וויסען ווער ער איז. היינט איז עס בכלל נישט נוגע, מעגסט האלטען פון אים וואס דו ווילסט, דיין אידישקייט וועט זיך נישט טוישען, ווייל זיין לעבען רירט נישט אן דיין אידישקייט. דעריבער זאל יעדער איינער לעבן ווי עס שמעקט אים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


כאטש איינער רעדט צום זאך.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:27 pm

· #411079
שמעקעדיג
מאדנע, נישט קיין נפק"מ פון וועלכע רבי/חסידות מען שמועסט אויס דא אין שטיבל, וועט אונזער ליטוואק אייביג זיין פון די ראש המדברים מיט זיינע השקפות....

שמעקעדיג: נו, דערפאר איז ער דאך א ליטוואק...!

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:01 pm

· #411102
תכלית, קען איינער שרייבן גדל'ישע זאכן וועגן בעלזע רב אדער קומט מען אייביג צוריק צום נקודה אז מ'דארף גלייבן?
איך ווייס אויך פון די אלע גרויסע אידן וואס האבן געהאלטן פון בעלזע רב און איך בין מבטל דעתי לדעתם הגדולה. אבער @בעל הכרם פרעגט דאך טאמער ס'איז דא עפעס צו דערציילן, דברי חכמה, גאונות, התמדה, מסירת נפש וכדומה? טאמער האט איר נישט וואס צו דערציילן וועט קיינער נישט ברוגז זיין אבער ביטע נישט איבערקייען דאס וואס יעדער ווייסט.

אמת, מ'דערציילט הימלישע זאכן אויפ'ן בעלזע רב אבער די זעלבע דערציילט מען אויך אויף די רימניצע רבי און צוגאב צו זיין מסירות נפש אינטער די קאמיניסטן. ביי מיר זענען זיי ביידע אויף די זעלבע דרגא אבער משום איזה סיבה ווילן אסאך מענטשן דאס נישט פארשטיין.
פארוואס טאקע?

קפה נמס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:16 pm

· #411111
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/294329">viewtopic.php?p=294329#p294329</a><!-- l -->

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:28 pm

· #411113
שמעון וואלף אר יו פאר ריעל??
איך קען נישט מעסטן קיין צדיקים , און קיינער קען נישט אבער פארגלייכן דעם רימניצער צדיק מיטן בעלזער רב ז"ל איז ווי.. שוין לאמער בעסער נישט געבן קיין משלים.

ליפא » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:35 pm

· #411123
סמבטיון
שמעון וואלף אר יו פאר ריעל??
איך קען נישט מעסטן קיין צדיקים , און קיינער קען נישט אבער פארגלייכן דעם רימניצער צדיק מיטן בעלזער רב ז"ל איז ווי.. שוין לאמער בעסער נישט געבן קיין משלים.

קענסט מעסטן צדיקים אדער נישט? ביזט זיך סותר מניה וביה

Buddy » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:42 pm

· #411124
It is a old observation about many rebbes beginning from besht

חכם-לב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:52 pm

· #411125
די פראגע איז א גוטע, און די תשובה, וואס מאנכע וועלן נישט ליב האבן איז צווייפאכיג. דינאסטיע און מיסטעריע.

קודם איבער דאס וואס אלע רבי'ס זענען געגאנגען קיין בעלזא, איז קיין ראיה, זיי האבן אים קוים געקענט, ס'איז פשוט דינאסטיע און כ'וועל ערקלערן.

די שאלה קען געפרעגט ווערן אין פילע וועגן, צום ביישפיל, פארוואס איז נישט די גרעסטע תלמיד חכם, חכם, און ערליכער די רבי און די משפיע פאר די גאנצע עדה אין יעדן חסידות, פארוואס איז דער בריסקער, דער סאטמארער און בעלזער די רבי/ראש ישיבה היינט? די תירוץ איז דינאסטיע. ברענד נעים.

דאס איז די ערשטע און עיקר אונטערשייד צווישן בעלזא מיט טאהש-רימניץ.

דערנאך קומט די חלק המיסטעריע, די שמאלקעפיגקייט פון שרייבן וועגן הונדערט-פופציג-יאר נשמה, מדריגות, דברי הבל שטות ורוח כמבואר בפירוש המשנה להרמב''ם. דאס מאכט גרויס א מענטש בעיני די המון עם. מ'זאגט אז ס'איז דא מער ווי מען קען זעהן, מ'זאגט ס'דא מער ווי תורה, מער ווי עבודה מער ווי גמילות חסדים. די פארקרומטקייט אז מ'איז פארנומען מיט דעם 'נותן התורה' שמועסט מיט מלאכים און צורייסט גזירות, דאס איז א פארקריסטליכייט מאכן פון יהדות. די ראשונים רעדן שוין פון די שטותים, וכן היה בשאר דורות השבתאים וכדומה. דאס אז ס'זענען געווען אפאר אונגארישע בחורים וואס זיי זענען די מבין געווארן אויף אזויגערופענע 'ענינים נשגבים' 'מחשבות קדושות' וכו' וכדומה איז מדברי חלומות שלא מעלין ולא מורידין.

'די רב האט זמן פאר'דביקה'ט' - דאס איז איינער פון די פילע סלאגאנען, וואס מיינט דאס רבוש''ע? אפשר האט ער געטראכט פון זיינע קינדער וואס זענען ארויף על מוקד ד'? נא, פאר'דביקה'ט.


הי לך ההבדל. יעצט קומען די מחאות.


אבער אז איר ווילט דווקא וויסן גדלות, איז דאס עצם זאך אז א איד איז זיך מנזר פון עולם הזה מיט א כוונה לשם שמים איז א גרויסע און שווערע זאך. די בעלזא רב ז''ל איז געווען א גדול בתורה וביראת שמים, מענטשן האבן זיך געדרייט דארטן בכל השעות והימים. ס'דא פיל באשריבן, טאקע רובא דרובא שטותים אבער מ'קען זיין א בורר אוכל מתוך פסולת און זעהן אז ס'איז נישט סתם א בבא מיט באבע מעשיות.

איבער א שינוי הנהגה, כנראה אז נאכן קריג איז געווען אינגאנצן אנדערש, ויש לי תאוריה בזה. און אלע וואס שרייבן און דערציילן קענען נאר נאכן קריג, זיי האבן נישא געקענט דעם כאריזמאטישן גאליציאנע תלמיד חכם כאראקטער וואס די רב איז געווען.

איבער די היסטאריע ביים קריג האב איך שוין ערווענט און איך האב חרטה מחמת כמה טעמים הכמוסים איתי. ותסמר שערות אנוש.

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:06 am

· #411128
סמבטיון
שמעון וואלף אר יו פאר ריעל??
איך קען נישט מעסטן קיין צדיקים , און קיינער קען נישט אבער פארגלייכן דעם רימניצער צדיק מיטן בעלזער רב ז"ל איז ווי.. שוין לאמער בעסער נישט געבן קיין משלים.

א וויזניצע האלט זיין רבי גרעסער ווי אלע אנדערע די זעלבע אין גור, סאטמאר, חב"ד און אויך בעלז.
ווען א גור'ר חסיד וועט דיר זאגן אז די קלויזענבורגע רב איז נישט קיין דמיון צום לב שמחה וועסטי טראכטן ביי דיר אז יענער איז דאך אויפגעוואקסן אין גור און מ'האט אים אויסגעלערענט פון קליינווייז אן אז זיין רבי איז די גרעסטע, איז פארשטענדליך פארוואס ער האלט אזוי. די זעלבע מיט דיר. זייענדיג א בעלזע חסיד איז פארשטענדליך אז די גייסט זאגן אז קיינער קומט נישט נאנט צום גרויסקייט פון בעלזע רב. איינער וואס איז אבער נישט אויפגעוואקסן אין בעלז און האט געהערט גרויסע זאכן סיי אויף בעלז און סיי אויף רימניץ וועט האלטן אנדערש ווי דיר.

אדרבה, זיי מסביר פארוואס די האלטסט בעלזע רב איז געווען גרעסער ווי די רימניצער

און בד"ו איך בין נישט מדמה די רימניצע צדיק מיט די בעלזע רב ז"ל. איך בין מדמה די רימניצע רבי ז"ל מיט די בעלזע רב ז"ל

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:11 am

· #411135
"די שיטה הקדושה פונעם הייליגן___דהיינו שמאלקעפיגקייט..."

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:55 am

· #411138
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
לדעתי איז עס נאך מער. ווען איינער וואלט אויפגעקומען מיט א חיבור בכת"י אויף ש"ס צו קבלה, מלא חריפות וידיעות, הבנה ויגיעה, וואלט עס זייער געשטערט די בעלזער קרייז.

נישט נאר קענען זיי עס אננעמען ווען עס איז אומפארשטענדליך, נאר דוקא ווייל עס איז אומפארשטענדליך, ודו"ק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בעל-הכרם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:16 am

· #411140
חכם-לב
די פראגע איז א גוטע, און די תשובה, וואס מאנכע וועלן נישט ליב האבן איז צווייפאכיג. דינאסטיע און מיסטעריע.

קודם איבער דאס וואס אלע רבי'ס זענען געגאנגען קיין בעלזא, איז קיין ראיה, זיי האבן אים קוים געקענט, ס'איז פשוט דינאסטיע און כ'וועל ערקלערן.

די שאלה קען געפרעגט ווערן אין פילע וועגן, צום ביישפיל, פארוואס איז נישט די גרעסטע תלמיד חכם, חכם, און ערליכער די רבי און די משפיע פאר די גאנצע עדה אין יעדן חסידות, פארוואס איז דער בריסקער, דער סאטמארער און בעלזער די רבי/ראש ישיבה היינט? די תירוץ איז דינאסטיע. ברענד נעים.

דאס איז די ערשטע און עיקר אונטערשייד צווישן בעלזא מיט טאהש-רימניץ.

דערנאך קומט די חלק המיסטעריע, די שמאלקעפיגקייט פון שרייבן וועגן הונדערט-פופציג-יאר נשמה, מדריגות, דברי הבל שטות ורוח כמבואר בפירוש המשנה להרמב''ם. דאס מאכט גרויס א מענטש בעיני די המון עם. מ'זאגט אז ס'איז דא מער ווי מען קען זעהן, מ'זאגט ס'דא מער ווי תורה, מער ווי עבודה מער ווי גמילות חסדים. די פארקרומטקייט אז מ'איז פארנומען מיט דעם 'נותן התורה' שמועסט מיט מלאכים און צורייסט גזירות, דאס איז א פארקריסטליכייט מאכן פון יהדות. די ראשונים רעדן שוין פון די שטותים, וכן היה בשאר דורות השבתאים וכדומה. דאס אז ס'זענען געווען אפאר אונגארישע בחורים וואס זיי זענען די מבין געווארן אויף אזויגערופענע 'ענינים נשגבים' 'מחשבות קדושות' וכו' וכדומה איז מדברי חלומות שלא מעלין ולא מורידין.

'די רב האט זמן פאר'דביקה'ט' - דאס איז איינער פון די פילע סלאגאנען, וואס מיינט דאס רבוש''ע? אפשר האט ער געטראכט פון זיינע קינדער וואס זענען ארויף על מוקד ד'? נא, פאר'דביקה'ט.


הי לך ההבדל. יעצט קומען די מחאות.


אבער אז איר ווילט דווקא וויסן גדלות, איז דאס עצם זאך אז א איד איז זיך מנזר פון עולם הזה מיט א כוונה לשם שמים איז א גרויסע און שווערע זאך. די בעלזא רב ז''ל איז געווען א גדול בתורה וביראת שמים, מענטשן האבן זיך געדרייט דארטן בכל השעות והימים. ס'דא פיל באשריבן, טאקע רובא דרובא שטותים אבער מ'קען זיין א בורר אוכל מתוך פסולת און זעהן אז ס'איז נישט סתם א בבא מיט באבע מעשיות.

איבער א שינוי הנהגה, כנראה אז נאכן קריג איז געווען אינגאנצן אנדערש, ויש לי תאוריה בזה. און אלע וואס שרייבן און דערציילן קענען נאר נאכן קריג, זיי האבן נישא געקענט דעם כאריזמאטישן גאליציאנע תלמיד חכם כאראקטער וואס די רב איז געווען.

איבער די היסטאריע ביים קריג האב איך שוין ערווענט און איך האב חרטה מחמת כמה טעמים הכמוסים איתי. ותסמר שערות אנוש.


איז מיט וואס איז די בעל שם טוב ותלמידיו אנדערש?

חכם-לב » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:55 am

· #411143
בעל הכרם:
היזק ראייה אנכי רואה, נזקי פירות במיטב שדהו וכרמו, וקוצים אני מכלה מן הכרם.

איך ווייס נישט צו דו ביסט א תם, אדער מאכסט א פנים פון א תם און שטויסט ווי א מועד.

די בעל שם הק' ותלמידיו, איז קיין פארגלייך, די חברייה הקד' האט געמאכט א מהפכה אין יהדות לדורי דורות, אין בית המדרש און אין גאס. די מושגים און ערכים וואס חסידות האט געברענגט צו די וועלט הלא הם כתובים בספרים, דאס איז געווען נייע זאכן אין די אידישע וועלט, אין עניינים פון בכל דרכיך דעהו, נישט טוהן מצות אנשים מלומדה, טוהן חסד, דאווענען בהשתפכות הנפש, תורה בטהרה, תורה לשמה, מסירת נפש פאר א איד, העלפן אידן, יראת הרוממות, אהבת השם, אהבת ישראל, נישט מסיח דעת זיין פון קידוש השם, טוהן מצוות אהן פניות ועוד ועוד, קוק נאר אביסל אין ספרים, אפילו אין צעטיל קטן. דאס איז געווען פרישע זאכן וואס אין די קהילה ווערטשאפט האבן די זאכן נישט עקזיסטירט. און ס'זענען געווען רבי'ס וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין געוויסע עניינים שהזכרנו, און זיי האבן דאס געלערנט מיט זייערע תלמידים. נאכדעם איז געווען ענינים פון ברכות וישועות פאר דארפסלייט וואס די קוה האט אויפגעהערט געבן מילך, און דאס איז אויך געווען אנ'ענין אין העלפן אידן. (נאך א גרויסע פאקטאר איז געווען די ענין פון קבלה ופנימיות התורה ואכמ''ל). דאס איז אלעס געווען ענינים ארויפצוברענגען דעם מענטש, די עולם, די תלמידים, און זיך זעלבסט, אז דער 'מענטש' גופא זאל האבן מער משמעות באשר הוא אדם לפני הקב''ה. די ענין איז נישט געווען מאכן פון א מענטש א מלאך.

יעצט צוריק קיין בעלזא, דאס וואס האט דיך געבאדערט אז האסט נישט געהערט קיין נארמאלע מעשיות האסטו רעכט, עס איז ריכטיג אז בעלזא איז פארדרייט געווארן אינעם לעצטן יאר הונדערט מחמת כמה סיבות שאין לפורטם כי רבים הם על ידי נביאך והפסיכולוגים שאין להם לוגיקה, ממילא אין בעלזא וועסטו נאר הערן און ליינען איבער געבענטשטע מטבעות און וויפיל מאל ער האט געשמייכלט. אבער ליידער זיי אליין פונקט ווי די סאטמארע זענען נישט קיין מבין אויף זייער אייגן רבי. די בעלזא רב ז''ל איז געווען אנ'עקזעמפלאר פון די אלע מעלות שמניתי למעלה ועוד, ער איז געוועהן א מענטש, נישט א גאט און נישט קיין מלאך ולא שרף...

...אבער א מענטש.

נקודת-אמת » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:00 am

· #411144
אברך משי
בעל-הכרם

מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות...
קען מיר איינער דא העלפן. וואס איז געווען די גדלות? עס זענען געווען און ס'איז נאך אלס דא רבי'ס וואס פירן זיך קוריאז און זיי האבן נישט אזא הערצה.

בשעת'ן לייענען דיין תגובה האט זיך מיר געדאכט פון דיין ווייטאג אז אדער ביסטו אדער א קרעטשניפער חסיד

דערמאנסט מיר א גוט'ס, וועל איך דאס ארויף-שרייבן לטובת חברי השטיבל:
אמאהל האט זיך אויסגעדרוקט כ"ק אדמו"ר רבי איתמר לייפער מבישטינא-ירושלים-וכל-העולם שליט"א (דער בישטענער רעבין פון די גענצע וועלט)
(זיינע ברידער זענען די פון פתח-תקוה און פון קרית-טאהש, לאנגע תקופות האט ער זיך געדרייט אין ב"פ, אין סקולען און נאך מקומות)
ווען די ארומיגע האבן ארום גערעדט וועגן מרן אהרן קדוש ה'
האט ער זיך אנגערופן במתק לשונו:
"יעך ווייס נישט וואס דער וועלט מאכט אזוינע עסק פונעם בעלזער רב זכרונו לברכה,
דער איז בכלל נישט געוועהן קיין אייניקל פון דער רעבי'ן ר' מרדכי'לע [הרה"ק ר' מרדכי מנאדווערנע] זכותו-יגן-עלינו"
ודפח"ח... 😂 😛 😈

נקודת-אמת » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:38 am

· #411151
חכם-לב
דאס איז א פארקריסטליכייט מאכן פון יהדות. די ראשונים רעדן שוין פון די שטותים, וכן היה בשאר דורות השבתאים וכדומה.
אבער אז איר ווילט דווקא וויסן גדלות, איז דאס עצם זאך אז א איד איז זיך מנזר פון עולם הזה מיט א כוונה לשם שמים איז א גרויסע און שווערע זאך.

נאך א גוט'ס וועגן דעם בעלזער צדיק זי"ע, ובעיקר בעניין השגה בו ע"י אנשים פשוטים ומגושמים
אמאהל האט אריינשפאצירט צום רב-זכרונו-לברכה'ס טיש א יידעלע א פראסטער יוד וואס האט קיין השגה ביים רב'ס הנהגות ועבודות ניט געהאט
(געדענק איך נישט אויב די מעשה האב איך געהערט על זמן שהותו בקטמון או בתל-אביב)
און דער יודעלע האט זייער לאנג געווארט ביז דער רב זכרונו לברכה איז אריינגעקומען פיהרן דאס טיש
ענדליך האט דער רב זכרונו לברכה אריינשפאציט אין ביהמ"ד, און האט אנגעפאנגען זיך צו-צו-גרייטן קידוש צו מאכן,
און דער יודעלע האט באמערקט אז ס'געדויערט לאנג האט ער געזאגט פאר זיין נעבער אז ער איז מלא רחמים אויפ'ן רב ז"ל וואס ער איז נעבעך אזוי הונגעריג,
נאך א שטיק צייט האט דער רב זיך גענומען קידוש מאכן און זיך געוואשן צום שבת-טיש
און כדרכו בקודש גענומען א בעלזער שיעור פונעם חלה, (וואס איז כידוע א גרויסע שיעור)
האט דער יודעלע געזאגט פאר די נעבער אז מ'זעהט אז דער רב איז געוועהן אזוי הונגעריג און יעצט ב"ה דער רב האט שוין געגעסן...
דערנאך ביי די אנדערע מאכלים ווי פיש, יאהך, פערפל, צימעס, און די פלייש האט דער רב כדרכו קוים א לעק גענומען דערפון,
האט דער יוד געזאגט פאר יענע נעבער "אשאד א שאד אז דער רב האט זיך אזוי אנגעגעסן ביי די חלה, יעצט קען ער נישט עסן די מאכלים...
(איך האב מורא אז @בעל-הכרם וואלט אויך אזוי אפגעלערנט די טיש...)

בעל-הכרם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:50 pm

· #411205
חכם לב שכויעך פאר די ענטפער מיט די שטעכעס, האסט א שפראך! איך פארשטיי נישט תסמר שערות אנוש אדער בעלזא רב איז געווען גרויס?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 8:25 pm

· #411220
שמעון וואלף
תכלית, קען איינער שרייבן גדל'ישע זאכן וועגן בעלזע רב אדער קומט מען אייביג צוריק צום נקודה אז מ'דארף גלייבן?
איך ווייס אויך פון די אלע גרויסע אידן וואס האבן געהאלטן פון בעלזע רב און איך בין מבטל דעתי לדעתם הגדולה. אבער @בעל הכרם פרעגט דאך טאמער ס'איז דא עפעס צו דערציילן, דברי חכמה, גאונות, התמדה, מסירת נפש וכדומה? טאמער האט איר נישט וואס צו דערציילן וועט קיינער נישט ברוגז זיין אבער ביטע נישט איבערקייען דאס וואס יעדער ווייסט.

אמת, מ'דערציילט הימלישע זאכן אויפ'ן בעלזע רב אבער די זעלבע דערציילט מען אויך אויף די רימניצע רבי און צוגאב צו זיין מסירות נפש אינטער די קאמיניסטן. ביי מיר זענען זיי ביידע אויף די זעלבע דרגא אבער משום איזה סיבה ווילן אסאך מענטשן דאס נישט פארשטיין.
פארוואס טאקע?

שמעון וואלף: איך וועיס נישט (מלשון סקווירא) אויב דו ווילסט עכט עפעס הערן אדער דו ווילסט אויפווייזן אז ס'איז נישטא וואס צו הערן. אבער 'עלל דערציילן א זאך וואס איך האב געהערט פון ר' שמואל פארגעס (שליט"א/ז"ל?) פון מאנטריאל. וואס ער איז געווען א הויז בחור פון בעלזער רב מהר"א אין בודאפעסט אונטער די וועלט מלחמה. אז אויך אין ארץ ישראל האט מען אייביג געזעהן שפתותיו מרחשין. און מ'האט געהערט (ווער ס'האט געהערט) ווי ער חזר'ט איבער ד' חלקי שו"ע...!

ניין. דער בעלזער רב, זצ"ל איז נישט ארויסגעגאנגען אין קיין וועלטס מלחמות. און נישט געפיהרט מערכות אקעגן א יעדן. אבער ער איז געווען א רב א גאון וצדיק קדוש וטהור...!

נאך א מעשה האביך מיך דערמאנט וואס איך האב געהערט פון מיין רבי אין חדר. (סאטמאר'ע חדר. און די רבי איז געווען זייער א באקאנטער סאטמאר'ע חסיד. וועלכער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג. און איז שוין נפטר געווארן בשם טוב ובשיבה טובה.) אז מ'האט אמאל אריינגעברענגט פאר'ן רב א קאווע. און ס'איז אדורעך א שטיק צייט און ער האט עס נישט געטרונקען. ווען דער גבאי אדער הויז בחור האט געפרעגט פארוואס דער רב טרינקט נישט די קאווע. האט ער געזאגט..."וואו איז די קאווע...? איך זעה עס נישט"...! זאגט דער הויז בחור/גבאי..."ס'איז דא אויפ'ן טיש. האט דער רב געזאגט..."אבער איך זעה עס נישט"...! ביז מ'האט מברר געווען אז דאמאלס איז דער משגיח נישט געווען בשעת מ'האט געמאלקן די מילעך יענעם טאג...!

דו מוזסט עס נישט גלייבן...איט'ס עי פריה קאנטרי...! איך זעה שוין ווי די ליצני און רשעי הדור ווי (י---י--- און ק-ק ל--פ- און די אנדערע רשעים און טראללס וועללן זיך אונטערלאכן מיט זייערע בייזוויליגע וואנצעס...!

חכם-לב » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:26 pm

· #411240
בעל עגלה טייערע, טוט מיר ביטע א טובה און רעדט נישט וועגן בעת מלחמה. צווייטנ'ס די מעשה מיט די קאווע איז נישט געשעהן, פארדריי א צווייטן דעם ספאדיק.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:49 am

· #411251
חכם לב: ס'שטייט (ערגעץ)..."חכם לב יקח מצוות"... אבער ס'שטייט נישט לא מאמין בקדושיו...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:11 am

· #411255
berlbalaguleh
שמעון וואלף
תכלית, קען איינער שרייבן גדל'ישע זאכן וועגן בעלזע רב אדער קומט מען אייביג צוריק צום נקודה אז מ'דארף גלייבן?
איך ווייס אויך פון די אלע גרויסע אידן וואס האבן געהאלטן פון בעלזע רב און איך בין מבטל דעתי לדעתם הגדולה. אבער @בעל הכרם פרעגט דאך טאמער ס'איז דא עפעס צו דערציילן, דברי חכמה, גאונות, התמדה, מסירת נפש וכדומה? טאמער האט איר נישט וואס צו דערציילן וועט קיינער נישט ברוגז זיין אבער ביטע נישט איבערקייען דאס וואס יעדער ווייסט.

אמת, מ'דערציילט הימלישע זאכן אויפ'ן בעלזע רב אבער די זעלבע דערציילט מען אויך אויף די רימניצע רבי און צוגאב צו זיין מסירות נפש אינטער די קאמיניסטן. ביי מיר זענען זיי ביידע אויף די זעלבע דרגא אבער משום איזה סיבה ווילן אסאך מענטשן דאס נישט פארשטיין.
פארוואס טאקע?

שמעון וואלף: איך וועיס נישט (מלשון סקווירא) אויב דו ווילסט עכט עפעס הערן אדער דו ווילסט אויפווייזן אז ס'איז נישטא וואס צו הערן. אבער 'עלל דערציילן א זאך וואס איך האב געהערט פון ר' שמואל פארגעס (שליט"א/ז"ל?) פון מאנטריאל. וואס ער איז געווען א הויז בחור פון בעלזער רב מהר"א אין בודאפעסט אונטער די וועלט מלחמה. אז אויך אין ארץ ישראל האט מען אייביג געזעהן שפתותיו מרחשין. און מ'האט געהערט (ווער ס'האט געהערט) ווי ער חזר'ט איבער ד' חלקי שו"ע...!

ניין. דער בעלזער רב, זצ"ל איז נישט ארויסגעגאנגען אין קיין וועלטס מלחמות. און נישט געפיהרט מערכות אקעגן א יעדן. אבער ער איז געווען א רב א גאון וצדיק קדוש וטהור...!

נאך א מעשה האביך מיך דערמאנט וואס איך האב געהערט פון מיין רבי אין חדר. (סאטמאר'ע חדר. און די רבי איז געווען זייער א באקאנטער סאטמאר'ע חסיד. וועלכער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג. און איז שוין נפטר געווארן בשם טוב ובשיבה טובה.) אז מ'האט אמאל אריינגעברענגט פאר'ן רב א קאווע. און ס'איז אדורעך א שטיק צייט און ער האט עס נישט געטרונקען. ווען דער גבאי אדער הויז בחור האט געפרעגט פארוואס דער רב טרינקט נישט די קאווע. האט ער געזאגט..."וואו איז די קאווע...? איך זעה עס נישט"...! זאגט דער הויז בחור/גבאי..."ס'איז דא אויפ'ן טיש. האט דער רב געזאגט..."אבער איך זעה עס נישט"...! ביז מ'האט מברר געווען אז דאמאלס איז דער משגיח נישט געווען בשעת מ'האט געמאלקן די מילעך יענעם טאג...!

דו מוזסט עס נישט גלייבן...איט'ס עי פריה קאנטרי...! איך זעה שוין ווי די ליצני און רשעי הדור ווי (י---י--- און ק-ק ל--פ- און די אנדערע רשעים און טראללס וועללן זיך אונטערלאכן מיט זייערע בייזוויליגע וואנצעס...!

בערל, מעשה'לעך ווייס איך גענוג און אויפ'ן רימניצער איז אויך דא אזעלכע מעשיות. די שאלה איז אבער פארוואס זענען נאר דא די סארט ספאקי מעשיות. סא, וואס ווילסטי מחדש זיין דא?
און אגב, די מעשה וואס ג'י ברענגסט וועגן חזר'ן ד' חלקי שו"ע איז סותר אן אנדערע מעשה וואס איינער האט פריער געשריבן בשם רמ"א רוטנער אז די רב האט געהאט בעסער צו טון ווי לערנען

כף הקלע » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 5:45 am

· #411259
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדע
דער גרויסער גאון דער קלויזנבורגער רב זצ״ל, דער גורער רבי ר ישראל זצ״ל , דער סקוירער קאלאראשער רבי זצ״ל, דער צעהלימער רב זצ״ל, דער פפאער רב זצ״ל, דער שאצצער רבי פון לאנדאן זצ״ל, רבי איציקל זצ״ל פון פאריז/ אנטווערפען, דער מאטערסדארפער רב זצ״ל, דער פרעשבארגער רב זצ״ל, דער ביאלער רבי זצ״ל, דער לעלובער רבי זצ״ל, און נאך אנדערע גדולי עולם, וועלכער האבען אליין געהאט הונדערטע אנהענגער און חסידים ותלמידים, האבען זיך אללע געוואנדען קיין בעלז לשמוע המעשה אשר יעשון בעניני ישוב ארץ ישראל והגישה הנכונה למדינת ישראל.


פעיק ניוז. מיין טאטע האט געלערנט ביים מאטעסדארפער רב. איך גלייב נישט אז מאטעסדארפער רב האט געהאט עפעס מיט בעלזער רב בכלל. ס'איז פריש געבאקען. ללמד על הכלל יצא.

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

חכם-לב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:20 am

· #411261
berlbalaguleh
חכם לב: ס'שטייט (ערגעץ)..."חכם לב יקח מצוות"... אבער ס'שטייט נישט לא מאמין בקדושיו...!


איך בין א מאמין בקדושיו (נישט אין בעלזא רב) אבער דיין קאווע שטות/מעשה קען נישט זיין אמת, ודבר פשוט הוא כביעתא בכותחא ויותר. קען אפשר זיין אז א סאטמאר חסיד האט געקוקט דערויף און האט עס מנסך געווען...

און כלפי וואס איז פארגעגאנגען אין די געטא'ס וואס איך האב שוין אמאל געשריבן און חרטה געהאט, וואס איך האב געשריבן נאר אפאר זאכן. (די בעלזא שוטים דרוקן די מעשיות מיט נעמען נאר זיי ווייסן נישט ווער די מענטשן זענען געווען, היסטוריה גייט זיי שטארק בייסן ברוב הימים - דארט איז אויך דא ראיה קעגן די קאווע מעשה סימן לדבר גע'גנב'עטע, מעגליך נישט געשאכטענע עופות בקראקא - הכל ממקורות בעלזא אם תעיין היטב) ממילא אמונות טפילות וועל איך לאזן פאר דיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:03 am

· #411263
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
נקודת-אמת
חכם-לב
דאס איז א פארקריסטליכייט מאכן פון יהדות. די ראשונים רעדן שוין פון די שטותים, וכן היה בשאר דורות השבתאים וכדומה.
אבער אז איר ווילט דווקא וויסן גדלות, איז דאס עצם זאך אז א איד איז זיך מנזר פון עולם הזה מיט א כוונה לשם שמים איז א גרויסע און שווערע זאך.

נאך א גוט'ס וועגן דעם בעלזער צדיק זי"ע, ובעיקר בעניין השגה בו ע"י אנשים פשוטים ומגושמים
אמאהל האט אריינשפאצירט צום רב-זכרונו-לברכה'ס טיש א יידעלע א פראסטער יוד וואס האט קיין השגה ביים רב'ס הנהגות ועבודות ניט געהאט
(געדענק איך נישט אויב די מעשה האב איך געהערט על זמן שהותו בקטמון או בתל-אביב)
און דער יודעלע האט זייער לאנג געווארט ביז דער רב זכרונו לברכה איז אריינגעקומען פיהרן דאס טיש
ענדליך האט דער רב זכרונו לברכה אריינשפאציט אין ביהמ"ד, און האט אנגעפאנגען זיך צו-צו-גרייטן קידוש צו מאכן,
און דער יודעלע האט באמערקט אז ס'געדויערט לאנג האט ער געזאגט פאר זיין נעבער אז ער איז מלא רחמים אויפ'ן רב ז"ל וואס ער איז נעבעך אזוי הונגעריג,
נאך א שטיק צייט האט דער רב זיך גענומען קידוש מאכן און זיך געוואשן צום שבת-טיש
און כדרכו בקודש גענומען א בעלזער שיעור פונעם חלה, (וואס איז כידוע א גרויסע שיעור)
האט דער יודעלע געזאגט פאר די נעבער אז מ'זעהט אז דער רב איז געוועהן אזוי הונגעריג און יעצט ב"ה דער רב האט שוין געגעסן...
דערנאך ביי די אנדערע מאכלים ווי פיש, יאהך, פערפל, צימעס, און די פלייש האט דער רב כדרכו קוים א לעק גענומען דערפון,
האט דער יוד געזאגט פאר יענע נעבער "אשאד א שאד אז דער רב האט זיך אזוי אנגעגעסן ביי די חלה, יעצט קען ער נישט עסן די מאכלים...
(איך האב מורא אז @בעל-הכרם וואלט אויך אזוי אפגעלערנט די טיש...)

א פשוט׳ער איד איז אמאל געפארען קיין ירושלים און ער האט באזוכט ישיבות און טישען דארט. די שיינער שבתות געפראוועט דורך געוויסע רביס און דערהויבענע טישען.
דערנאך איז ער געגאנגען, שבת נאכמיטאג, אין ישיבת מיר אין ירושלים. א האלבע שעה נאך דעם וואס דאווענען האט זיך געענדיגט, זעט ער א איד מיט א ווייסע בארד קומענדיג אריין אין בית המדרש, און ער עפענט א גמרא און ער זעצט זיך לערנען. ער גיבט א טראכט צו זיך "וואס ווייסט דער איד פון שבת? נאך א האלבע שעה סעודה איז ער שוין צוריק!".

שוין, דער איד טוט אויס זיין הוט, א מאדנע זאך, און דערנאך זיין רבנישע פראק, און ער טוט זיך אריין אין גמרא. דער זון באקט, קיין עלעקטער האט מען דעמאלס נישט גענוצט שבת, און דער איד ווערט הייס. דער ווייס בארדיגע איד, נישט מער נישט ווייניגער, טוט אויס זיין בלוסקע און זיצט אין אן אונטער העמד און גיסט אריין דף נאך דף.
דער פשוט׳ער איד האלט עס נישט אויס. "קוק אן! ער קען פילען א טעם אין שבת, ער קען דינען דער אויבישטער מיט שירות ותשבחות, און דערווייל פאטשקעט ער א גאנצע שבת מיט איינשלינגען דפים, זיצענדיג אזוי ווי ער איז ביים ים"

שפעטער גייט ער ארויס און ער הערט גאר אז דאס איז ר׳ חיים שמואלביץ, "דאס איז זייער גדול? ער האט נישט בעסער צו טון?"

(בקיצור דיין ליצנות פון דער בישטינא גילט פונקט אויף דיר, אקוראט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:20 am

· #411265
חכם לב, א קליינע הערה, אריינווארפן אראמישע ווערטער, מיט האלבע רמזים פון יא וועלן דערציילן און נישט דערציילן, מאכט עס נאך נישט אמת, אויך מיר א מבין אויף בעלזער רב.

חכם-לב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:46 pm

· #411273
סמבטיון
חכם לב, א קליינע הערה, אריינווארפן אראמישע ווערטער, מיט האלבע רמזים פון יא וועלן דערציילן און נישט דערציילן, מאכט עס נאך נישט אמת, אויך מיר א מבין אויף בעלזער רב.



דו דארפסט נישט אזוי באקאנט מאכן דיין אומוואוסנהייט.

ווייסטו פון א פראמינענטע בעלזא חסיד וואס איז געווען מיטן רב ביים קריג און האט געהאט א פראצעס אין מדינת ישראל פאר שיתוף פעולה עם הנאצים בשואה, און מסר'ן אידן אין געטא וואס מ'האט ג'הרג'ט? די ווייסט ווער עס געווען ביי די פראצעס? דו קענסט זיינע קינדער און אייניקלעך?

קול דמי אחינו צועקים מן האדמה. ווייל דו קענסט קיין אראמיש נישט, קיין היסטוריה נישט און פארקלייבסט די אויגן און שרייסט ווער איך נאכנישט א ליגנער.

תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:56 pm

· #411282
כף הקלע
תורה ומדע
דער גרויסער גאון דער קלויזנבורגער רב זצ״ל, דער גורער רבי ר ישראל זצ״ל , דער סקוירער קאלאראשער רבי זצ״ל, דער צעהלימער רב זצ״ל, דער פפאער רב זצ״ל, דער שאצצער רבי פון לאנדאן זצ״ל, רבי איציקל זצ״ל פון פאריז/ אנטווערפען, דער מאטערסדארפער רב זצ״ל, דער פרעשבארגער רב זצ״ל, דער ביאלער רבי זצ״ל, דער לעלובער רבי זצ״ל, און נאך אנדערע גדולי עולם, וועלכער האבען אליין געהאט הונדערטע אנהענגער און חסידים ותלמידים, האבען זיך אללע געוואנדען קיין בעלז לשמוע המעשה אשר יעשון בעניני ישוב ארץ ישראל והגישה הנכונה למדינת ישראל.


פעיק ניוז. מיין טאטע האט געלערנט ביים מאטעסדארפער רב. איך גלייב נישט אז מאטעסדארפער רב האט געהאט עפעס מיט בעלזער רב בכלל. ס'איז פריש געבאקען. ללמד על הכלל יצא.

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

להוי ידוע לך, אז די חת״ס אייניקלעך, דער מאטערסדארפער רב, און אזוי אויך דער פרעשבארגער רב ר׳ עקיבא סופר, און דער ערלויער רב, האבן געהאט גאר א נאהנטער שייכות קיין בעלז אפילו ביים היינטיגן בעלזער רב שליט״א. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז אין בעלז נאך אין די צייטען
פונעם שר שלום איז דער נאמען פון חת״ס געווען שטארק פארהייליגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:24 pm

· #411292
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
שוואנצאנות ופארטיישקייט בתפארתה!

האסט געזאגט אז מאטערסדארפער רב האט געפרעגט בעלזער רב פאר זיין מיינונג אויף א"י, און אזוי האט ער געטון. ווען מ׳פרעגט דיר אפ, האסטו א ראיה פון די נאנטקייט ל׳בית בעלזא׳ פון חתם סופר׳ס אייניקלעך, ביז די הערכה פון דער שר שלום צום חתם סופר. ווי וואס ווען? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווער רעדט פון בית בעלזא? וואס ווייזט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כף הקלע » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:55 pm

· #411309
תורה ומדע

להוי ידוע לך, אז די חת״ס אייניקלעך, דער מאטערסדארפער רב, און אזוי אויך דער פרעשבארגער רב ר׳ עקיבא סופר, און דער ערלויער רב, האבן געהאט גאר א נאהנטער שייכות קיין בעלז אפילו ביים היינטיגן בעלזער רב שליט״א. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז אין בעלז נאך אין די צייטען
פונעם שר שלום איז דער נאמען פון חת״ס געווען שטארק פארהייליגט.


להוי ידוע לך, אז איך האב זייער גוט געקענט דעם מאטעסדארפער וואס איז אוועק היי יאר און איך בין נאנט ביז היינט מיט די משפחה. די איינציגע מעשה וואס איך האב געהערט פון זיי וועגען בעלז אז די רב (רש"ב) איז געווען באזוכען אמאל דעם היינטיגען בעלזע רב און רש"ב האט פארגעשטעלט א ספר-ביך (שמואל בדורו) וועגען זיין טאטע. די בעלזע האט עס גענומען אין האנט און זיך צולאכט "א שיינע מעשה ביכל" (עס האט א בילד אויף די דעקעל). מער פון דעם האב איך פון זיי גארנישט געהערט וועגען בעלז גארנישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 6:20 pm

· #411320
כף הקלע: איך האב וואס צו קאמענטירן איבער די מעשה. אבער איך גיי גארנישט זאגן. נאר איך האב מיך דערמאנט אן אנדערע, אינטרעסאנטע מעשה'לע. איך בין געווען זייער שטארק נאנט מיט ר' שמחה בונם און זיין טאטע הר"ר שמואל זצ"ל. איך בין אמאל געפארן אין קאר מיט רש"ב ווען מ'איז אדורכגעפארן א ..."פאלאפל געשעפט" דא אין בארא פארק. ווען ער האט געזעהן דעם סיין אויפ'ן סטאר ווי ס'שטייט..."פלפל ירושלמי"...( יערישאלאיימיער פאלאפעל, אויף אונגעריש/אידיש.) רופט ער זיך אן... ס'זעהט אויס אז זיי זענען זיך מפלפל אין א ירושלמי...!

כף הקלע » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:49 am

· #411353
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
אדרבה, בערל, לאמיך הערן וואס דו האסט צו זאגן!
אז די האסט נאך געקענט זיין טאטע האסטו שוין א ווייסע בארד ...

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
בלאט: 1 2 3