☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בעלזא, בריסק און סאטמאר

בעלזא, בריסק און סאטמאר

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12504
בלאט: 1 2 3

חכם-לב » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 12:01 am

· #411652
תורה ומדע
אויב איהר קאנט מעשיות פון בשעתן קריג, אבער איהר ווילט נישט שרייבען מחמת הזהרו בגחלתן, פארשטיי איך אייך, ווייל איהר האט א טאוריע פון גאות וועלכער איז ווייט פון סאבסטענטיעטעד אין ריעליטעט . לענייננו אבער איז קלאר, אז זאגען אז דער שמעון שפיץ אדער אנדערע צרות צרורות ל״ע, האבן געטוישט דאס מינוננג פונעם מהר״א אדער דער ברודער זיינער דער מהר״ם מבולגרייא אין ענייני הנהגה איז שווער מקבל צו זיין פאר איינעם וואס האט א שטיקל באגריף אינעם הנהגה פון מהר״א מבעלז. איהר זענט דאך אוודאי אינפארמירט אז מיר רעדען דא פון א צדיק וועלכער האט אפילו נאכן קריג נישט געקרעכטסט כמעט אויף די קדושים, א מין העכערקייט פון אן אנדערען עולם און קאליבער.
דוכטזאך אז רש״פ, ר גרשון, רהלל וו, און נאך אנדערע בעלזער גבאים האבן נישט געלערנט ביי מהרי״ץ דושינסקיא


טאוריע פון גאות?
א שטיקל איבערזיכט:
די אבייקטיווע ווארהייט פון פאקטן זענען נישט דא נוגע. די פותח האשכול (לפי וואס עס ווייזט אויס איז ער לעצטנס ביי זיין כרם) האט געפרעגט א שאלה פארוואס ס'איז נישט דא קיין 'נארמאלע' מעשיות וסיפורים אויף בעלזא רב. איז די ווערזיע וואס אסאך דא האלטן סיבת הדבר איז ווייל ער איז געווען א מלאך וכדומה.
איך האב ארויסגעברענגט אז א פלאץ ווי די עיקר איז עובדות והנהגות פון א פארהייליגטן רבי, אפילו ס'זאל ווען אמת זיין, איז חסר-תוכן-ערכי וקושטא קאי, דערפאר טענה איך אז בעלז האט אנ'איידענטיטעט פראבלעם וואס כדי למלאות את החסר האבן זיי עס אנגעפולט מיט א ליטר לופט, און א לעפל שנאה, מיט א שיסל שמינית שבשמינית.
ווען בעלז וואלט גערעדט מער איבער זייער רב פון פארן קריג, און ווייניגער וועגן נאכן קריג וואלטן זיי נישט געדארפט די אלע אניציאטיוון. אויך האב איך דערמאנט אז בעלזא האט געגעבן אנ'ערי מקלט פאר אידישע רוצחים, דערפאר לייגט זיך נישט אויפן שכל די מעשה פון 'וואסער, וואסער!' וואס בעלעגלה האט געברענגט בשם 'עדים'!

דאס איז מיין חלק אין דעם אשכול וכל טוב. והמאמין יאמין בתכלית הטיפשות, וילכו אחרי ההבל ויהבלו.

איש חזון » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:44 pm

· #411689
חכם-לב
ווייסטו פון א פראמינענטע בעלזא חסיד וואס איז געווען מיטן רב ביים קריג און האט געהאט א פראצעס אין מדינת ישראל פאר שיתוף פעולה עם הנאצים בשואה, און מסר'ן אידן אין געטא וואס מ'האט ג'הרג'ט? די ווייסט ווער עס געווען ביי די פראצעס? דו קענסט זיינע קינדער און אייניקלעך

וואס דארף איך ארויסדרינגען פון דעי ווערטער?

חכם-לב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:07 am

· #411727
איש חזון
חכם-לב
ווייסטו פון א פראמינענטע בעלזא חסיד וואס איז געווען מיטן רב ביים קריג און האט געהאט א פראצעס אין מדינת ישראל פאר שיתוף פעולה עם הנאצים בשואה, און מסר'ן אידן אין געטא וואס מ'האט ג'הרג'ט? די ווייסט ווער עס געווען ביי די פראצעס? דו קענסט זיינע קינדער און אייניקלעך?

וואס דארף איך ארויסדרינגען פון דעי ווערטער?


דו דארפסט גארנישט ארויסדרינגען דערפון. המבין יבין.

כספי » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:10 am

· #551871
Re:
בעל-הכרם #
איז מיט וואס איז די בעל שם טוב ותלמידיו אנדערש?
די ערשטע חילוק אז ס'איז נישט געווען קיין דינאסטיע (חוץ פון אלעס וואס חכם לב שמועסט שוין אויס, ועוד)

כספי » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:11 am

· #551872
Re:
תורה ומדע #

שוואנצנות איז דא איבעראל היינט, אפילו אין די ליטווישער וועלט. נוגע רביס, זענט איהר גערעכט. א חסיד וועלכער זעהט נישט די אויסגערופנע גדלות פון די אדמורי חב״ד, גור, ראפטשיץ-צאנז-סיגוט-סאטמר, ועוד, איז פשוט בלינד, אבער סאיז שווער צו מעסטן. דאס אייגנארטיגקייט פון בעלז דוכטסאך ליגט אין די חבריא פון די יושבים וועלכער זענען געווען געהויבענע אידען, גרויסע לומדים, און אויך אויפטוערס ביי זיי אין שטעטל. זיי זענען געווען אין שטאט בעלז רוב יאהר און געלערנט דארט אין ״כולל״ נגלה און נסתר. דער ענין האט זיך געצויגען פונעם שר שלום ביז שנת ת״ש, ווען אין שמח״ת איז מען אנטלאפן. לפי״ז קומט אויס אז סזענען געווען אין בעלז דורך א גאנץ יאהר, פאר איבער 100 יאהר רצופות, א פאר הונדערט אידען, אלטע,יונגע, און מיטל יעריגע וועלכער האבן עוסק געווען בתורה וביראה ע״ד החסידות בהדרכתם של צדיקי בעלז. גיט א קוק אריין אינעם ספר גדולי חסידי בעלז פון הרב קלפהולץ.
און וואס איז מיט די ליובאוויטשער תמימים, די תלמידים פונעם רש"ב וואס זענען געווען בעלי מדריגה ממש, די תלמידים פונעם ריי"ץ וואס האבן זיך מוסר נפש געווען בפועל ממש פאר אידישקייט
בלאט: 1 2 3