בעלזא, בריסק און סאטמאר
105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12504
כף הקלעתורה ומדע
להוי ידוע לך, אז די חת״ס אייניקלעך, דער מאטערסדארפער רב, און אזוי אויך דער פרעשבארגער רב ר׳ עקיבא סופר, און דער ערלויער רב, האבן געהאט גאר א נאהנטער שייכות קיין בעלז אפילו ביים היינטיגן בעלזער רב שליט״א. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז אין בעלז נאך אין די צייטען
פונעם שר שלום איז דער נאמען פון חת״ס געווען שטארק פארהייליגט.
להוי ידוע לך, אז איך האב זייער גוט געקענט דעם מאטעסדארפער וואס איז אוועק היי יאר און איך בין נאנט ביז היינט מיט די משפחה. די איינציגע מעשה וואס איך האב געהערט פון זיי וועגען בעלז אז די רב (רש"ב) איז געווען באזוכען אמאל דעם היינטיגען בעלזע רב און רש"ב האט פארגעשטעלט א ספר-ביך (שמואל בדורו) וועגען זיין טאטע. די בעלזע האט עס גענומען אין האנט און זיך צולאכט "א שיינע מעשה ביכל" (עס האט א בילד אויף די דעקעל). מער פון דעם האב איך פון זיי גארנישט געהערט וועגען בעלז גארנישט.
סאיז דאך ביאגראפיע, ניין? אז ער האט זיך צולאכט בין איך נאך נישט משוכנע. סתם גרעדט.
צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדע ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
ממש שטותים. קוק אויף די מאטעסדארפער רב'ס מחותנים, כמעט אלע זענען געווען ליטוויקעס, חוץ זיין זון רש"ב וואס איז געווען אן איידעם ביים טשאקעווע. רש"ב אליינס איז געווען מער נוטה צו די ליטווישע און ער אליין האט נישט געהאט קיין בארד ביי די חתונה.
איך בין ניי דא. כ'האב פונקט באמערקט ווי מען שרייבט עפעס דא וואס איך ווייס פערזענליך אז ס'איז שקר מוחלט האב איך מיך אנגערופען. און יענער דאזענט בעק דאון און איז מוסף מער באבא מעשיות. איך האף אז דאס איז נישט א דוגמא פאר קאווע שטיבל בכלל.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
כפול בטעות
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
ככלב שב אל קיאו קומט דער שר שלום׳ס הערכה פאר בעלז אלס א ראיה צו דער מאטערסדארפער׳ס הכנעה צום בעלזער רב׳ס מיינונג.
איך מיין דער אמת איז אז דער עולם פארשטייט נישט די היסטאריא פון בחירות און דער ׳איסור התחברות לרשעים׳. מ׳מיינט אז א נייעם שאלה איז אפיר געקומען אין ארץ ישראל, און א צעטל מיט חתימות האט עס געפסקנ׳ט. דאס איז גראדע א סאטמארער אדזשענדע, ווייל דערמיט קענען זיי זאגען אז שטוב מענטשען האבען פארפירט. דאס איז אבער סימפליסטיש און שקר. מ׳האט זיך שוין געספראוועט צענדליגע יארען מיט פרייע און קנאים, און מ׳האט שוין געהאט אן אויסגעטראטענעם וועג, עס איז גארנישט געווען קיין נייעם ספק. וואס הייסט התחברות און וואס נישט, וויאזוי מ׳גיבט זיך אפ מיט פרייע, וועלכע פרייז איז צופיל, די אלע זאכען האט מען געהאט אין קהלות אין פולין\רוסלאנד, אין סעים און סתם אזוי ביי עסקנות. ווען א בריוו קומט פון אמעריקא אז לאקאלע מענטשען מעגען פלוצלונג נישט פסקנ׳ן זייער אייגענע שאלות, אנדערש ווי אלע שטעט אין יוראפ, האט מען זיך שיינעהייט נישט וויסענדיג געמאכט, כל המשנה ידו על התחתונה. און פונקט ווי דער בעלזער רב האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט אין ענייני הכלל כל ימיו, נישט זייענדיג געמאכט פאר די סארט ארבעט, האט ער דא זיך אויך פארלאזט אויף די גדולי מנהיגי הדור, און צוגעחתמ׳ט מפני כבודם, ווייל זיי האבען געבעטען א פאראייניגטען שטעלונג. געדענק אז די נישט אזוי היימישע פארטייען האבען דעמאלס געהאט א כח, און ווען די חרדים פאראייניגען זיך נישט, וואלטען אסאך געגאנגען קיין פא"י, מפד"ל וכדו׳. נישט זיין מיינונג איז דא געווען וויכטיג און נישט צו אים האט מען זיך געוואנדען מיט סיי וועלכע שאלה בנוגע וויאזוי זיך צו פירען מיט די רעגירונג. די חברי כנסת האבען געטון אזוי ווי די גדולי ישראל האבען פארשטאנען מ׳דארף זיך שטעלען, און היינט עסן מיר ב"ה די פירות פון חינוך עצמאי וכדו׳.
דער סאטמארער און בעלזער שקר אפאראט איז זייער אינטרעסירט אז מ׳זאל מיינען אז עס האט זיך דא עפעס געטון מיט זיין מיינטנג, כדי להצדיק עמדתם, אבער מיט אמת האט עס ווייניג צוטון.
כף הקלעתורה ומדע ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
ממש שטותים. קוק אויף די מאטעסדארפער רב'ס מחותנים, כמעט אלע זענען געווען ליטוויקעס, חוץ זיין זון רש"ב וואס איז געווען אן איידעם ביים טשאקעווע. רש"ב אליינס איז געווען מער נוטה צו די ליטווישע און ער אליין האט נישט געהאט קיין בארד ביי די חתונה.
איך בין ניי דא. כ'האב פונקט באמערקט ווי מען שרייבט עפעס דא וואס איך ווייס פערזענליך אז ס'איז שקר מוחלט האב איך מיך אנגערופען. און יענער דאזענט בעק דאון און איז מוסף מער באבא מעשיות. איך האף אז דאס איז נישט א דוגמא פאר קאווע שטיבל בכלל.
די אשנזישע אידען האבען יונק געווען סיי פון חסידים און סיי אין די ליטא, ובפרט נאכן מלחמה. דער מאטערסדארפער רב האט געונמען ליטווישע איידימער ווייל גדלות בתורה איז ביי עם געווען איבער אללעם, ווער רעדט נאך אזאן גאון און למדן ווי ר״ב פאליער דער בעל ברכת יצחק זצ״ל. דאס נעמט נישט אוועק פון איהם זיין שטארקע הערצה און קשר צו חסידות און בפרט קיין בעלז.
תורה ומדע
צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
אין כאן לא תורה ולא חכמה, לא דעת ולא תבונה. אין עטליכע פון דיינע תגובות זעהט מען די איינגעבאקענע שנאת ישראל וואס איז מושרש אין דיך. דיין ערמומות און געמאכטע תמימות פארדעקט נישט דיינע מומים.
איך פארשטיי אז בעלזא האט היינט א אידענטיטעט קריזיס ווייל אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך, ממילא דארפן זיי ווערן פראפעציענאלן. און מיט אנ'איבערגעטריבענע אהבת המן ושנאת מרדכי טוען זיי פארקערט ווי יראי שמיים ביי יעדע געלעגנהייט.
בעלזא היינט און בעלזא אמאל איז נישט די זעלבע זאך. נאך די קריג איז בעלזא געווארן פאר'סם'ט. די הייליגע גזע פון די די חתם סופר שעמט זיך בעלמא הדין ובעלמא דאתי צו האבן א שייכות מיט 'בית בעלזא'.
יבא בעל הכרם ויסלק את קוציו.
(מימרת ר' יהושע הן קרחה לר''א בר''ש בנוגע לשיתוף פעולה עם הרומיים וד''ל)
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
ליטוואק out.
מיט אזא שמועס האב איך שוין נישט קיין שייכות
Au revoir
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטליטוואק out.
מיט אזא שמועס האב איך שוין נישט קיין שייכות
Au revoir
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
לכאורה ווילט אחר מ'זאל פרעגן וואס דו מיינסט מעט 'אזא'.
פרעג איך.
חכם-לבתורה ומדע
צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
אין כאן לא תורה ולא חכמה, לא דעת ולא תבונה. אין עטליכע פון דיינע תגובות זעהט מען די איינגעבאקענע שנאת ישראל וואס איז מושרש אין דיך. דיין ערמומות און געמאכטע תמימות פארדעקט נישט דיינע מומים.
איך פארשטיי אז בעלזא האט היינט א אידענטיטעט קריזיס ווייל אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך, ממילא דארפן זיי ווערן פראפעציענאלן. און מיט אנ'איבערגעטריבענע אהבת המן ושנאת מרדכי טוען זיי פארקערט ווי יראי שמיים ביי יעדע געלעגנהייט.
בעלזא היינט און בעלזא אמאל איז נישט די זעלבע זאך. נאך די קריג איז בעלזא געווארן פאר'סם'ט. די הייליגע גזע פון די די חתם סופר שעמט זיך בעלמא הדין ובעלמא דאתי צו האבן א שייכות מיט 'בית בעלזא'.
יבא בעל הכרם ויסלק את קוציו.
(מימרת ר' יהושע הן קרחה לר''א בר''ש בנוגע לשיתוף פעולה עם הרומיים וד''ל)
זייטס נאר מוחל און זאגטס קלארער ארויס גענוי ווער ס׳האט פאר׳סם׳ט בעלז נאכן קריג.
תורה ומדעחכם-לבתורה ומדע

שבקת העיקר וברכת על הטפל.
אבער אז דו ווילסט דייקא וויסן, האט זיך עס אנגעהויבן ווען א פראמינענטע בעלזער חסיד האט געשיקט אידן צום מלאך המוות אין געטא.
דער עיקר איז אז איהר וואגט אייך נישט צו ענטפערן מיין שאלה.
כאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.
תורה ומדעדער עיקר איז אז איהר וואגט אייך נישט צו ענטפערן מיין שאלה.
עס פאדערט א באזונדערע אשכול. די אשכול איז וועגן בעלזא מעשיות.
תורה ומדעכאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.
עס איז געווען א פראצעס מיט עדים אין מדינת ישראל. נאכאמאל, מ'האט אייך נישט דערציילט די עכטע בעלזא היסטוריה, נאר מ'האט אייך דערציילט איבער א קינד ווי א מלאך האט פארגעסן (!) מסנתר זיין על פיו פון א קינד.
ס'דערמאנט די מעשה פון מלאכים קטנים שלא ידעו לפרוח.
איהר רעדט בדרך רמז. היינט איז אן אפענער וועלט וואס מען לייקנט נישט קיין היסטארישע פאקטן. זאגט קלאר פון וואס איהר רעדט.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדעכאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.
וועסט זיך נישט אויסדרייען. ככלב שב אל קיאו, זאגסטו נאכאמאל שקרים וכזבים. דער מאטערסדארפער רב, ווי אויך דער פרעשבורגער רב ועוד האבען זיך נישט צוגעשטעלט צום אגודה צוליעב דער בעלזער רב. זיי וואלטען ווייטער געטון ווי מ׳האט געטון אינדערהיים, ובפרט אז דער חזו"א ודעימיה האבען שוין געפסקנ׳ט. ווען דער בעלזער רב בלייבט שטיל, וואלטען זיי אויך אזוי געטון. עס איז קלאר אז דער בעלזער רב איז דא נישט געווען דער מ"ד, ער האט אליינס זיך פארלאזט אויף די אנדערע גדו"י. הנהגת הכלל איז קיינמאל נישט געווען זיין פאך, אוו עס האט זיך גארנישט געטוישט נאכ׳ן קריג. און זיין גדלות איז אז וויבאלד הנהגת הכלל איז נישט געווען זיין פאך, דעריבער האט ער זיך נישט געמישט דערין.
וממנו ילמדו וכן יעשו
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
תורה ומדעאיהר רעדט בדרך רמז. היינט איז אן אפענער וועלט וואס מען לייקנט נישט קיין היסטארישע פאקטן. זאגט קלאר פון וואס איהר רעדט.
מחמת כבוד המשפחה אין מגלין אלא לצנועין ושתיקה יפה. וגם מדינת ישראל הצניעו את זה לשבעים שנה, עוד כמה שנים יתגלה.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
וואס זיבעציג יאר? איך בין א לאנדאנער, און איך קען די משפחה און עס איז בכלל נישט קיין סוד. נאר דער בעלזער רב איז גארנישט פאראנטווארטליך אין זיין מעשים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
.
מיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
בד"א, אלטס קינד ביי אונז אין ביהמ"ד איז געווען אן אלטע יוד וואס האט געהאלטן אין איין שרייען אויף א צווייטער יוד אז ער איז געווען א קאפאו און ער האט געארבעט פאר די דייטשן ימ"ש. איך און דו זעמער נישט דארט געווען און אינז וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס די יודן דארט זענען אריבער, צו וואס די דייטשן האבן געהאלטן איבער די יודישע קאפוס קעפ. אויף כמעט יעדע קאפו איז דא יודן וואס שווערן זיך אז זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט די רוצחים און אנדערע זאגן אז זיי האבן געראטעוועט יודן רעכטס און לינקס. איך רעד נישט דא פון לאנדא פערזענליך איך רעד בכללות.
סמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איך בין נישט אויסן זיך צו דינגען מיט דיין גאנצע תגובה'לע, הגם ס'רוב איז דינגבאר.
נאר די לעצטע שורה'לע דיינע ווייזט אז דיין שוואנצאנוס אין שיטת בעלזא איז שולט אויף פשוט'ע מציאות וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט.
דו ווייסט נישט פון נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן פאר רבי'ס, וואס האבן געשאקלט די וועלט?
האסט אמאל געהערט פון אזא חסידות וואס רופט זיך "ליובאוויטש"? דער צמח צדק, רש"ב, ריי"צ וכו' האבן אלע געשאקלט די וועלט און זענען געווען אזעלכע גרויסע לייבן ווי ר' יהושע'לע בעלזער.
פילייכט האסטו ווייניג וואס געהערט פון אזא מאדנע חסידות ווי סיגוט-סאטמאר? סתם לידיעתך, דער ייטב לב און קדושת יום טוב, עצי חיים און דברי יואל, זענען נאך געווען פאררעכנט פאר אזעלכע לייבן ווי די בעלזע רבי'ס.
אויב דו פארגעסט אז עס עקזיסטירט אזא חסידות ווי גור, וויל איך דיר דערמאנען אז דער חידושי הרי"ם, שפת אמת, אמרי אמת, בית ישראל וכו', האבן נאך געשאקלט און גערודערט און גע'לייבעוועט ווי די צדיקי בעלזא.
ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
אבער זעט אויס אז שיטת השוואנצאנוס איז געווארן א נחלה אויך ביי חסידי גיסו של הרה"ק משוואנצאנוס בכבודו ובעצמו.
נאך וואס מ'האט אטאקירט די ציוניסטען אז זיי האבן געזעצן על סיר הבשר אין ארץ ישראל און גארניקס געטאהן אויפמערקזאם צו מאכן דאס אייראפעאישע אידענטום
איבער די שמד וכליה וואס ווארט זיי אפ ביים דעסטענעטיאן פונעם באן.
האבן זיי געוועלדיגט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע וואס האבן דאס געטאהן, און קאסטנער וסיעתי', וועלן זיך בראטן אינעם זעלבן גיהנם ווי אלע רבנים
אריינגערעכנט בעלזער רב ז"ל וואס האט זיך אויכעט אויפגעהאלטן אינעם פעסטער געטא פאר א וויילע,
און אויך אריינגערעכנט רשכבה"ג ד'ארשיווא-קראלי-סאטמאר-ירושלים-קרית-יואל-והגלילות - קוה"ק בעל על-הגאולה-ועל-התמורה ושא"ס...
אז דו ווילסט דייקא גלויבן זייער ענטפער (מעהר א תירוץ ווי אן ענטפער) צו ר' מיכאל-בער-ז"ל'ס טענות
(נאך האבן דאס געטענה'ט אבער ער איז געוועזן דער עומד באבן הטוען...)
יישר חילך.
אבער זאלסט נאר געדענקען דער ביליגער אפשטאם פון אט די סארט טענות ווען דו דערוואגסט'דיך צו דאס שרייבן
עד כאן בנוגע די טענות אויף די קאפאו'ס וקירוביהם וכיבודיהם.
בנוגע שינוי השיטה אחר המלחמה, יתכן ויש דברים בגו, הגם אז אונזערע אויגן צו פארשטיין גענוי די-פריערדיגער-בעלזער-רב'ס-שיטה
איז נאר מיט אדער די סאטמערע גלעזער וואס זעהן איהם א קאנקארענץ מיט'ן הייליגן-מונקאטש-אלעזר ווער ס'איז א גרעסערער קנאי
אדער מיט די היינטיגע בעלזע גלעזער וואס מאכן פון עם אן-עומד-מן-הצד עט-וואס א משהו מעהר קנאות'דיג ווי זיין זוהן די לעצטער רב ז"ל.
(פארשטייט'זיך אז נאך די הקדמות אז דער פריערדיגער רב האט זיך אזוי מבטל געוועהן צום זוהן'ס נשמה ועבודה, איז פשוט אז וכו')
דער טשיבינער רב ז"ל וואס זיין משפחה האט געשטאמט פון ריזשינע חסידים (הושיאטין)
האט נאכ'ן קריג אין ארץ-ישראל זיך מכניע געוועזן אונטער'ן בעלזער-רב-ז"ל'ס-הנהגה
ווען איינער האט עם געפרעגט מפני מה האט ער זיך אויסגעוועהלט דייקא דעם בעלזער רב זכרונו לברכה פאר זיין רבי.
האט ער געענטפערט:
"א יעדער חסיד האלט דאך אז זיין רבי איז דער גרעסטער און די הייליגסטער רבי'ן אויפ'ן וועלט,
און במילא זיין מיינונג איבער ווער איז דער גרעסטער איז מיט א נגיעה,
אז דו ווילסט האבן א מעסטער פון דעת הרוב, דארפסטו פרעגן וועמען האלט ער פאר דער צווייטער גרעסטער צדיק נאך זיין רבי
און דא וועסטו הערן פון אלע-מען אז נאך זייער רבי'ן קומט דער בעלזער רב
וועגן דעם האב איך עם אויסגעוועהלט פאר מיין רבי".
ודפח"ח.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
קענסט אנצייגען איין מעשה פון ׳הכנעה׳ פון טשעבינער רב? נישט ערע, נישט דביקות, נישט התפעלות, נאר הכנעה. ווען האט ער געטוישט זיין הנהגה צוליעב א ׳פסק׳ אדער באפויל פון בעלזער רב? וועלכע זאכען האט ער צוערשט געפרעגט בעלזער רב איידער אליינס פסקנ׳ן?
יא, א געוואלדיגע יראת הכבוד געהאט פאר אים. אבער אין די זאכען ווי דער בעלזער רב האט זיך נישט אריינגעמישט, א שטייגער ווי פסק הלכה צו הנהגת הכלל, פאסט נישט צו דערמאנען די ווארט ׳הכנעה׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ארי נוהםסמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איך בין נישט אויסן זיך צו דינגען מיט דיין גאנצע תגובה'לע, הגם ס'רוב איז דינגבאר.
נאר די לעצטע שורה'לע דיינע ווייזט אז דיין שוואנצאנוס אין שיטת בעלזא איז שולט אויף פשוט'ע מציאות וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט.
דו ווייסט נישט פון נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן פאר רבי'ס, וואס האבן געשאקלט די וועלט?
האסט אמאל געהערט פון אזא חסידות וואס רופט זיך "ליובאוויטש"? דער צמח צדק, רש"ב, ריי"צ וכו' האבן אלע געשאקלט די וועלט און זענען געווען אזעלכע גרויסע לייבן ווי ר' יהושע'לע בעלזער.
פילייכט האסטו ווייניג וואס געהערט פון אזא מאדנע חסידות ווי סיגוט-סאטמאר? סתם לידיעתך, דער ייטב לב און קדושת יום טוב, עצי חיים און דברי יואל, זענען נאך געווען פאררעכנט פאר אזעלכע לייבן ווי די בעלזע רבי'ס.
אויב דו פארגעסט אז עס עקזיסטירט אזא חסידות ווי גור, וויל איך דיר דערמאנען אז דער חידושי הרי"ם, שפת אמת, אמרי אמת, בית ישראל וכו', האבן נאך געשאקלט און גערודערט און גע'לייבעוועט ווי די צדיקי בעלזא.
ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
אבער זעט אויס אז שיטת השוואנצאנוס איז געווארן א נחלה אויך ביי חסידי גיסו של הרה"ק משוואנצאנוס בכבודו ובעצמו.
שוואנצנות איז דא איבעראל היינט, אפילו אין די ליטווישער וועלט. נוגע רביס, זענט איהר גערעכט. א חסיד וועלכער זעהט נישט די אויסגערופנע גדלות פון די אדמורי חב״ד, גור, ראפטשיץ-צאנז-סיגוט-סאטמר, ועוד, איז פשוט בלינד, אבער סאיז שווער צו מעסטן. דאס אייגנארטיגקייט פון בעלז דוכטסאך ליגט אין די חבריא פון די יושבים וועלכער זענען געווען געהויבענע אידען, גרויסע לומדים, און אויך אויפטוערס ביי זיי אין שטעטל. זיי זענען געווען אין שטאט בעלז רוב יאהר און געלערנט דארט אין ״כולל״ נגלה און נסתר. דער ענין האט זיך געצויגען פונעם שר שלום ביז שנת ת״ש, ווען אין שמח״ת איז מען אנטלאפן. לפי״ז קומט אויס אז סזענען געווען אין בעלז דורך א גאנץ יאהר, פאר איבער 100 יאהר רצופות, א פאר הונדערט אידען, אלטע,יונגע, און מיטל יעריגע וועלכער האבן עוסק געווען בתורה וביראה ע״ד החסידות בהדרכתם של צדיקי בעלז. גיט א קוק אריין אינעם ספר גדולי חסידי בעלז פון הרב קלפהולץ.
שוין, מ'האט שוין מוותר געווען אז די בעלזער רבי'ס זענען בכלל נישט די נושא, נאר די יושבים. מיר וועלען באלד הערען וועגען די יושבים, אבער וואס האט דאס אלס מיט דער בעלזער רב? דער פרעשבורגער רב האט זיך מכניע געווען צו די יושבים? פונקט וויאזוי?
די מעשה מיט די יושבים איז עפעס א מיסטעריע אין בעלז, ווי מ'רעדט ווידער פיתום ורעמסס אויף זיי, אן קיין עכטע מעשה'ס. מיר ווייסען נאר אז מיילעך רומפלער און אברהמ'לע ראנד זענען די בעלזער נוי סוכה (אינטרעסאנט, די חסידים פון דער היינטיגע בעלזער רבי מוזען זיך דאך אויסדרייען פון די מימרא אויך, מיט וואס בלייבט מען?) און מאנכע האבען געקענט נעמען קוויטלעך. פון אנדערע קרייזען ווייסט מען אז מ'האט שטארק געליטען פון די בעלזער יושבים, און די בעלזער קענען נאך נישט אנצייגען סיי וואס פאר מעלה די יושבים האבען געהאט, און פארוואס זענען די בעלזער יושבים וויכטיגער ווי די יושבים אין סיי וועלכע חסידות. יעדער חסידות האט געהאט אזעלכע, און איבעראל האבען מאנכע געשמ'ט אלס דעם און מאנכע אלס עפעס אנדערש.
עי כאן ותמצא נחת
<a class="postlink" href="https://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?60711">https://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?60711</a>
סמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איר זאלט וויסן אז איך בין נישט אריבער די סמבטיון און מיט דעם וואס האסט דערמאנט א נאמען גיי איך נאך אלץ נישט זאגן קיין נעמען און דאס וואס איר דערמאנט איז אויפן 'שפיץ' גאפל און נישט די גאפל וואס איינער פון די מקורבים האבן גענוצט צו שפאלטן די קאפ פון א איד אין געטא.
בעלזא רב'ס גדלות איז נישט קיין שאלה - ער איז געווען א בעל נפש ומשכמו ולמעלה גבוה מכל עם. ער האט זיך געפירט בזהירות ובפרישות לית מאן דפליג עלה דוכט זיך.
די אשכול האט גערעדט איבער איבער-מענטשליכקייט, איבער א נשמה טהורה וואס די יצר הרע זאל האבן אויף אים קיין שליטה מחמת שכחה, עפעס א שרף וואס האט מרגיש געווען דברים נסתרים, דאס איז אנ'הכחשה צו היסטאריה.
ר' בערל בעליגאלע האט געשריבן פריער אז ער האט געשריגן 'וואסער... וואסער..!' ווייל ער האט געזעהן איינער וואס איז ארויס לתרבות רעה. ווען די געוועזענע דזיקובע חסיד איז געקומען האט ער באקומען א ברכה.
כ'ווייס אז ס'שווער פאר מאנכע צו פארשטיין מיין שיחת חולין, איתכם הסליחה. די וואס קענען היסטאריה וועלן הנאה האבן מכל קוץ וקוץ פון די תגובה.
און ניין, איך האב נישט פיינט בעלזא, כ'ארבעט נישט צו פיינט האבן קיין שום מענטש, און נאכדערצו א איד וואס דינט שעם אויבערשטן ווי מ'האט אים מחנך געווען. גראדע האב איך א הערצה צו בעלז.
והמאמין יאמין.
חכם-לבסמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איר זאלט וויסן אז איך בין נישט אין גיי נישט אריבער די סמבטיון. מיט דעם וואס האסט דערמאנט א נאמען גיי איך נאך אלץ נישט זאגן קיין נעמען און דאס וואס איר דערמאנט איז אויפן 'שפיץ' גאפל און נישט די גאפל וואס איינער פון די מקורבים האבן גענוצט צו שפאלטן די קאפ פון א איד אין געטא.
בעלזא רב'ס גדלות איז נישט קיין שאלה - ער איז געווען א בעל נפש ומשכמו ולמעלה גבוה מכל עם. ער האט זיך געפירט בזהירות ובפרישות לית מאן דפליג עלה דוכט זיך.
די אשכול האט גערעדט איבער איבער-מענטשליכקייט, איבער א נשמה טהורה וואס די יצר הרע זאל האבן אויף אים קיין שליטה מחמת שכחה, עפעס א שרף וואס האט מרגיש געווען דברים נסתרים, דאס איז אנ'הכחשה צו היסטאריה.
ר' בערל בעליגאלע האט געשריבן פריער אז ער האט געשריגן 'וואסער... וואסער..!' ווייל ער האט געזעהן איינער וואס איז ארויס לתרבות רעה. ווען די געוועזענע דזיקובע חסיד איז געקומען האט ער באקומען א ברכה.
כ'ווייס אז ס'שווער פאר מאנכע צו פארשטיין מיין שיחת חולין, איתכם הסליחה. די וואס קענען היסטאריה וועלן הנאה האבן מכל קוץ וקוץ פון די תגובה.
און ניין, איך האב נישט פיינט בעלזא, כ'ארבעט נישט צו פיינט האבן קיין שום מענטש, און נאכדערצו א איד וואס דינט דעם אויבערשטן ווי מ'האט אים מחנך געווען. גראדע האב איך א הערצה צו בעלז.
והמאמין יאמין.
חכם לב: דו ביסט זייער א זיסער איד. און א חכם לב אויכעט, פארשטייצעך. אבער ווי ס'זעהט אויס אז דיין חכמת הלב האט נישט דערכאפט דאס עמקות און די מיינונג פון דעם פאקט אז דער רב האט געשריגן..."וואסער, וואסער"...! ווייל דער בעלזער רב זצ"ל איז געווען זייער אפגעהיטן פאר וועמען ער האט געגעבן די האנט. אפילו פאר א יונגל האט ער געגעבן די הענט נאר דורך א האנטוך. און דער איד וואס איז ארויס .."לתרבות רעה"... כדבריך. מיינט נישט אז ער האט געגעסן פאטעיטא טשיפס אן א הכשר פון "התאחדות". נאר אז ער האט מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות גמור. און געגאנגען אויף טמא'נע פלעצער און געטון וואס מ'טוט דארט...! און ער האט געוואלט אויספראבירן דעם רב אויב ער וועט קענען מבחין זיין בין טהור לטמא...!
berlbalagulehחכם לב: דו ביסט זייער א זיסער איד. און א חכם לב אויכעט, פארשטייצעך. אבער ווי ס'זעהט אויס אז דיין חכמת הלב האט נישט דערכאפט דאס עמקות און די מיינונג פון דעם פאקט אז דער רב האט געשריגן..."וואסער, וואסער"...! ווייל דער בעלזער רב זצ"ל איז געווען זייער אפגעהיטן פאר וועמען ער האט געגעבן די האנט. אפילו פאר א יונגל האט ער געגעבן די הענט נאר דורך א האנטוך. און דער איד וואס איז ארויס .."לתרבות רעה"... כדבריך. מיינט נישט אז ער האט געגעסן פאטעיטא טשיפס אן א הכשר פון "התאחדות". נאר אז ער האט מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות גמור. און געגאנגען אויף טמא'נע פלעצער און געטון וואס מ'טוט דארט...! און ער האט געוואלט אויספראבירן דעם רב אויב ער וועט קענען מבחין זיין בין טהור לטמא...!
איר האט מיך נישט גוט פארשטאנען. די געוועזענע דזיקובע חסיד פון וועם איך רעד איז געווען פאראנטפארטליך אויף די רציחות פון קרוב צו ''צעהן טויזנט אידן" וואס ער האט געשיקט קיין פלאשוב טויט לאגער, אויסער דעם וואס ער האט גע'הרג'ט אידן מיט די אייגענע הענט וואס האט שלום גענומען. ער איז געווען די לעצטע מענטש וואס מ'האט אומגעברענגט אויף די אש'ן פון פלאשוב. דערנאך האט מען חרוב געמאכט דעם טויט לאגער.
חכם לב: איך פארשטיי וואס דיך שטערט. אז דער רב האט יא גענומען שלום פון די הענט פון דעם געוועזענעם דזשיקוב'ער חסיד. איך בין דאך נישט דארט געווען. און איך ווייס נישט פונקטליך די מעשה. נניח אז יא. איז א קשיא. איך מוז נישט פארענטפערן אלע קשיות. אפשר וועט קומען א צייט וואס די דאזיגע קשיא וועט פארענטפערט ווערן...!
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
ליטוואק פון בודאפעסטקענסט אנצייגען איין מעשה פון ׳הכנעה׳ פון טשעבינער רב? נישט ערע, נישט דביקות, נישט התפעלות, נאר הכנעה. ווען האט ער געטוישט זיין הנהגב צוליעב א ׳פסק׳ אדער באפויל פון בעלזער רב? וועלכע זאכען האט ער צוערשט געפרעגט בעלזער רב איידער אליינס פסקנ׳ן?
יא, א געוואלדיגע יראת הכבוד געהאט פאר אים. אבער אין די זאכען ווי דער בעלזער רב האט זיך נישט אריינגעמישט, א שטייגער ווי פסק הלכה צו הנהגת הכלל, פאסט נישט צו דערמאנען די ווארט ׳הכנעה׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך געדענק אז עס איז דא א בריוו פון ר' שמואל דוד מונק צום סטייפלער ווי ער שרייבט אז טשעבינער רב האט נאר מתיר געווען בחירות ווייל ער האט זיך פארלאזט אויף בעלזער רב.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
חכם-לבberlbalagulehחכם לב: דו ביסט זייער א זיסער איד. און א חכם לב אויכעט, פארשטייצעך. אבער ווי ס'זעהט אויס אז דיין חכמת הלב האט נישט דערכאפט דאס עמקות און די מיינונג פון דעם פאקט אז דער רב האט געשריגן..."וואסער, וואסער"...! ווייל דער בעלזער רב זצ"ל איז געווען זייער אפגעהיטן פאר וועמען ער האט געגעבן די האנט. אפילו פאר א יונגל האט ער געגעבן די הענט נאר דורך א האנטוך. און דער איד וואס איז ארויס .."לתרבות רעה"... כדבריך. מיינט נישט אז ער האט געגעסן פאטעיטא טשיפס אן א הכשר פון "התאחדות". נאר אז ער האט מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות גמור. און געגאנגען אויף טמא'נע פלעצער און געטון וואס מ'טוט דארט...! און ער האט געוואלט אויספראבירן דעם רב אויב ער וועט קענען מבחין זיין בין טהור לטמא...!
איר האט מיך נישט גוט פארשטאנען. די געוועזענע דזיקובע חסיד פון וועם איך רעד איז געווען פאראנטפארטליך אויף די רציחות פון קרוב צו ''צעהן טויזנט אידן" וואס ער האט געשיקט קיין פלאשוב טויט לאגער, אויסער דעם וואס ער האט גע'הרג'ט אידן מיט די אייגענע הענט וואס האט שלום גענומען. ער איז געווען די לעצטע מענטש וואס מ'האט אומגעברענגט אויף די אש'ן פון פלאשוב. דערנאך האט מען חרוב געמאכט דעם טויט לאגער.
עס איז באקאנט די מעשה אז ווען איינער האט געוואלט ארויסגעבן א ביכל מיט מופתים פון צאנזער רב, האט גארליצער רב געזאגט אז ער וועט ארויסגעבן פיר ביכלעך מיט מופתים וואס זענען נישט געלונגען.
חכם-לבסמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איר זאלט וויסן אז איך בין נישט אריבער די סמבטיון און מיט דעם וואס האסט דערמאנט א נאמען גיי איך נאך אלץ נישט זאגן קיין נעמען און דאס וואס איר דערמאנט איז אויפן 'שפיץ' גאפל און נישט די גאפל וואס איינער פון די מקורבים האבן גענוצט צו שפאלטן די קאפ פון א איד אין געטא.
בעלזא רב'ס גדלות איז נישט קיין שאלה - ער איז געווען א בעל נפש ומשכמו ולמעלה גבוה מכל עם. ער האט זיך געפירט בזהירות ובפרישות לית מאן דפליג עלה דוכט זיך.
די אשכול האט גערעדט איבער איבער-מענטשליכקייט, איבער א נשמה טהורה וואס די יצר הרע זאל האבן אויף אים קיין שליטה מחמת שכחה, עפעס א שרף וואס האט מרגיש געווען דברים נסתרים, דאס איז אנ'הכחשה צו היסטאריה.
ר' בערל בעליגאלע האט געשריבן פריער אז ער האט געשריגן 'וואסער... וואסער..!' ווייל ער האט געזעהן איינער וואס איז ארויס לתרבות רעה. ווען די געוועזענע דזיקובע חסיד איז געקומען האט ער באקומען א ברכה.
כ'ווייס אז ס'שווער פאר מאנכע צו פארשטיין מיין שיחת חולין, איתכם הסליחה. די וואס קענען היסטאריה וועלן הנאה האבן מכל קוץ וקוץ פון די תגובה.
און ניין, איך האב נישט פיינט בעלזא, כ'ארבעט נישט צו פיינט האבן קיין שום מענטש, און נאכדערצו א איד וואס דינט שעם אויבערשטן ווי מ'האט אים מחנך געווען. גראדע האב איך א הערצה צו בעלז.
והמאמין יאמין.
איינער וואס איז בדורינו מכחיש די הונדערטער מעשיות און אפענער רוח הקודש פונעם מהר״א מבעלז איז אדער אפיקורס וועלכער וויל נישט גלייבען אז סקאן מעגליך זיין אזא מציאות אדער א גר צדק. חכם לב, זייט אזוי גוט און לייענט אדורם די ספרים ״בקדושתו של אהרן״ (פערלאוו) הרב הקדוש מבעלז (לנדוי), בקודש פנימה (ר״י לנדא), אדמורי בעלז חלק ד (קלפהולץ), דבר חן (אורטנר), און נאך אובייקטיווער ליטערטור וועלכער דערציילען ערשט האנטיקע הימלישע איבעלעבענישן פונעם יום יומידיגער הלוך ילך פונעם רב ז״ל. שווער צו גלייבען אז איהר לייקנט דאס אלעס.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
איך שעם מיך נישט צו לייקענען אלע באבא מעשיות. אויפן פויבסטין, מולאס און שעיך'ס האבן זיי פונקט אזעלכע מופתים, אלס מיט ראיות ברורות. שווער צו לייקענען?
תורה ומדעחכם-לבסמבטיוןמיסטער חכם לב, וואס האט לאנדא'ס פראצעס מיט די בעלזע היטאריע, דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס האט אביסעל געהערט היסטוריה, און שיסט אזעכע האלבע זאצן פון צייט צי צייט צי ווייזן פארן עולם אז ווער ווייסט וואס נאך דער חכם לב ווייסט, כאולי גאנץ בעלזא גייט עקספלאדן נאך וואס דיינע סודות פון לעזר לאנדאס חלק אין די הצלה וועט ארויסליעקן,עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און מיר ווייסן נישט, בעלזער רב ז"ל'ס צדקות און קדושה רירט זיך נישט קיין אינטש נאכן וויסן אלע דיינע שרעקדיגע סודות וואס דו ווייסט, איך ווייס נישט וועגן תורה ומדע, אבער דיין שנאה קיין בעלזא זעט זיך אן אין יעדע שורה דיינע. דיין בעסטע ליין איז מיר געפאלן ווי די שרייבסט אז "בעלזע האט א פראבלעם מיט איידענטיטעיט און אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך". איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א חסידות וואס האט געהאט אזאנע לייבן וואס האבן געשאקלט די וועלט, פאר רעבעס.
איר זאלט וויסן אז איך בין נישט אריבער די סמבטיון און מיט דעם וואס האסט דערמאנט א נאמען גיי איך נאך אלץ נישט זאגן קיין נעמען און דאס וואס איר דערמאנט איז אויפן 'שפיץ' גאפל און נישט די גאפל וואס איינער פון די מקורבים האבן גענוצט צו שפאלטן די קאפ פון א איד אין געטא.
בעלזא רב'ס גדלות איז נישט קיין שאלה - ער איז געווען א בעל נפש ומשכמו ולמעלה גבוה מכל עם. ער האט זיך געפירט בזהירות ובפרישות לית מאן דפליג עלה דוכט זיך.
די אשכול האט גערעדט איבער איבער-מענטשליכקייט, איבער א נשמה טהורה וואס די יצר הרע זאל האבן אויף אים קיין שליטה מחמת שכחה, עפעס א שרף וואס האט מרגיש געווען דברים נסתרים, דאס איז אנ'הכחשה צו היסטאריה.
ר' בערל בעליגאלע האט געשריבן פריער אז ער האט געשריגן 'וואסער... וואסער..!' ווייל ער האט געזעהן איינער וואס איז ארויס לתרבות רעה. ווען די געוועזענע דזיקובע חסיד איז געקומען האט ער באקומען א ברכה.
כ'ווייס אז ס'שווער פאר מאנכע צו פארשטיין מיין שיחת חולין, איתכם הסליחה. די וואס קענען היסטאריה וועלן הנאה האבן מכל קוץ וקוץ פון די תגובה.
און ניין, איך האב נישט פיינט בעלזא, כ'ארבעט נישט צו פיינט האבן קיין שום מענטש, און נאכדערצו א איד וואס דינט שעם אויבערשטן ווי מ'האט אים מחנך געווען. גראדע האב איך א הערצה צו בעלז.
והמאמין יאמין.
איינער וואס איז בדורינו מכחיש די הונדערטער מעשיות און אפענער רוח הקודש פונעם מהר״א מבעלז איז אדער אפיקורס וועלכער וויל נישט גלייבען אז סקאן מעגליך זיין אזא מציאות אדער א גר צדק. חכם לב, זייט אזוי גוט און לייענט אדורם די ספרים ״בקדושתו של אהרן״ (פערלאוו) הרב הקדוש מבעלז (לנדוי), בקודש פנימה (ר״י לנדא), אדמורי בעלז חלק ד (קלפהולץ), דבר חן (אורטנר), און נאך אובייקטיווער ליטערטור וועלכער דערציילען ערשט האנטיקע הימלישע איבעלעבענישן פונעם יום יומידיגער הלוך ילך פונעם רב ז״ל. שווער צו גלייבען אז איהר לייקנט דאס אלעס.
You're just proving the point פון די פותח האשכול אז חוץ הימלישע מעשיות איז נישטא וואס צו פארקויפן. נישט חכמה, נישט גאונות נישט התמדה נישט מסירות נפש, נאר מופתים מיט רוח הקודש. ס'איז צייט אויפהערן פארדרייען די שמועס און צו אדרעסירן די טאפיק אויף וואס די אשכול איז געשטעלט.
איך ציטיר פון די פותח האשכול
ביי ר' חיים און סאטמאר האט ער געהאט מעשיות פון חכמה, מסירת נפש פאר אידן, גדלות בתורה, שמירת המצוות, היקף, העמדת תלמידים, און עפעס ביי בעלז איז אלעסש געווען מעשיות פון פיש, ציבילעס, קפידה'ס, עס איז געווען אזוי בולט, אז איך בין געלאפן אין ספרים געשעפט קוקן אין אלע בעלזא ספרים, און טאקע אזוי, ממש אלעס אזעלכע מאדנע מעשיות, גארנישט עפעס ווי מען זעהט עפעס וואס מ'קען זיך לערנען, מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/389215">viewtopic.php?p=389215#p389215</a><!-- l -->
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדע - א ווערטער בוך קען דיר אויסלערנען וואס עס מיינט אביעקטיוו. לכאורה אויף די ביכער וואס דו האסט דערמאנט, גילט עס גאנץ שוואך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
תורה ומדע
איינער וואס איז בדורינו מכחיש די הונדערטער מעשיות און אפענער רוח הקודש פונעם מהר״א מבעלז איז אדער אפיקורס וועלכער וויל נישט גלייבען אז סקאן מעגליך זיין אזא מציאות אדער א גר צדק. חכם לב, זייט אזוי גוט און לייענט אדורם די ספרים ״בקדושתו של אהרן״ (פערלאוו) הרב הקדוש מבעלז (לנדוי), בקודש פנימה (ר״י לנדא), אדמורי בעלז חלק ד (קלפהולץ), דבר חן (אורטנר), און נאך אובייקטיווער ליטערטור וועלכער דערציילען ערשט האנטיקע הימלישע איבעלעבענישן פונעם יום יומידיגער הלוך ילך פונעם רב ז״ל. שווער צו גלייבען אז איהר לייקנט דאס אלעס.
לכאורה דאס אז ער איז אפיקורוס קומט פון אייער ידיעה אין תורה, די אנדערע צד, אז ער איז א גר צדק קומט פון אייער חלק המדע. איבער אייער חלק המדע קען איך זיך נישט קריגן, איר האט מקבל געווען "אלטערנעטיוו פעקטס" און שבשתא כיון דעל על.
אבער דאס וואס די לייגסט ארויף אויפן חלק התורה, אז נישט גלייבן אין די מעשיות משונות וואס וואס יעדע חצר של אדמורי"ם איז קונה שלא מדעת, כאילו די מענטשן וואס זענען מכלומרשט דערביי געווען האבן געזעהן מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי דאס גופא איז אפיקורסות. לייג נישט צו קיין חיובים ועי' תשובה אחרונה בחת"ס חיו"ד.
.
אז איהר זוכט דעם אמת קאנט איהר טרעפן אידען וועמען איהר קאנט אליין, און ווייסט צו זיי זענען בעלי סמכא, און הערן ערשט האנטיגע מעשיות פון תל אביב, בשעתן קריג וכדו. אויב איהר ווילט דווקא נישט הערן און מברר זיין ווייל עס וועט אייך גורם זיין א בלבול המוחין, זענט איהר פריי ממשיך צו זיין אין אייער וועג. כבין נאר נייגעריג צו אויף פריערדיגע צדיקים, למשל דער חוזה פון לובלין אדער דער רבי ר׳ אלימלך זענט איהר אויך מפקפק. אויב יא, ווי האלט איהר לגבי דער רבי ר יונתן, דער רמחל, ווילנער גאון, אדער דער בעש״ט.
אויפ'ן רימניצער קענסטי הערן גרעסערע מעשיות אויך פון מענטשן וואס לעבן נאך. א בעלזער וועט אבער קיינמאל נישט האבן קיין הו"א אז א צווייטער צדיק איז אפשר געווען גרעסער ווי זיין רבי.
תורה ומדעכבין נאר נייגעריג צו אויף פריערדיגע צדיקים, למשל דער חוזה פון לובלין אדער דער רבי ר׳ אלימלך זענט איהר אויך מפקפק. אויב יא, ווי האלט איהר לגבי דער רבי ר יונתן, דער רמחל, ווילנער גאון, אדער דער בעש״ט.
דאס דארפסטו מודה זיין אז בימים ההם איז נישט געווען קיין צייטונגען-גליונות אויף אזא פארנעם ווי היינט וואס זיי האבן געפיטערט דעם עולם-גולם מיט סיפורים אין אויך נישט איז געווען קיין יארצייט סעודות אויף אזא פארנעם ווי היינט וואס מען דארף טרעפן א יעדע יאר א נייע רעדנער, "פירסום ראשון" "עפענט די ערשטע מאל זיין אוצר", אויב אזוי איז אסאך סיפורים מיט א פריערדיגע מקור מער אנגענומען
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
נקודת-אמתדער טשיבינער רב ז"ל וואס זיין משפחה האט געשטאמט פון ריזשינע חסידים (הושיאטין)
האט נאכ'ן קריג אין ארץ-ישראל זיך מכניע געוועזן אונטער'ן בעלזער-רב-ז"ל'ס-הנהגה
ווען איינער האט עם געפרעגט מפני מה האט ער זיך אויסגעוועהלט דייקא דעם בעלזער רב זכרונו לברכה פאר זיין רבי.
האט ער געענטפערט:
"א יעדער חסיד האלט דאך אז זיין רבי איז דער גרעסטער און די הייליגסטער רבי'ן אויפ'ן וועלט,
און במילא זיין מיינונג איבער ווער איז דער גרעסטער איז מיט א נגיעה,
אז דו ווילסט האבן א מעסטער פון דעת הרוב, דארפסטו פרעגן וועמען האלט ער פאר דער צווייטער גרעסטער צדיק נאך זיין רבי
און דא וועסטו הערן פון אלע-מען אז נאך זייער רבי'ן קומט דער בעלזער רב
וועגן דעם האב איך עם אויסגעוועהלט פאר מיין רבי".
ודפח"ח.
אינטרעסאנט, לכאורה איז דאס א מעשה לסתור. דער טשעבינער רב האט טאקע קיין אייגענע ידיעה נישט געהאט, נאר זיך פארלאזט אויף דעת הקהל.
אויף וועמען פארלאזט מען זיך יא?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאינטרעסאנט, לכאורה איז דאס א מעשה לסתור. דער טשעבינער רב האט טאקע קיין אייגענע ידיעה נישט געהאט, נאר זיך פארלאזט אויף דעת הקהל.
אויף וועמען פארלאזט מען זיך יא?
ווען טשיבינער רב איז געפרעגט געווארן פארוואס אין ארץ-ישראל האט ער ענדערשער אויסגעוועהלט דעם בעלזער צדיק פאר א רבי'ן
און נישט געגיינגען צו א רבי פון די ריזשינער-גזע, פון וואס זיי האבן געשטאמט
האט ער מסביר געוועהן אויף דעם אופן,
א ליטוואק און ווער רעדט נאך א בודאפעסטער וועט אייביג קענען אפ-לערנען ראנג און פרעגן נארישע גאונישע קשיות
אבער דער טשיבינער רב'ס חשבון איז זייער פארשטענדליך,
און איך האב דאס געברענגט וועגן אזעלכע חכמות וואס בעל-הכרם איז געקומען מיט א מכלומר'שטע תם-שבהגדה-פעייס
און פרעגט הלמאי הערט מען נישט אויפ'ן בעלזע רב וואס מ'הערט אויף ר' חיים בריסקער....
קאם-אן.
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
׳ראנג׳ ׳נארישע גאונישע קשיאס׳
תכלית, האט ער זיך פארלאזט אויף דעת הקהל?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דעת הקהל
ליטוואק פון בודאפעסטתכלית, האט ער זיך פארלאזט אויף דעת הקהל?
ס'איז פארהאן א ליטווישע ווארט, אז טאמער איינער וויל וויסן דעת תורה און ער האט נישט וועמען צו פרעגן
זאל ער גיין פרעגן 3 עם-הארץ'ים וואס זיי האלטן, און טאהן פארקערט,
אזוי-ווי ס'שטייט דאך
דעת בעלי בתים היפך דעת תורה📎 דעת בעלי בתים סמע חומ ג יג.PNGוועסטו פרעגן אויב אזוי וואס פעלט אויס 3 בעלי-בתים, לאמיר זיך באגענוגן מיט איינער אליין,
אלא מאי, מיר האבן א חשש שמא אין דעתו צלולה דיה, ושמא תהא דעתו נוטה קצת לדעת תורה,
על כן דארפן מיר פרעגן 3, געוואר צו ווערן ריכטיגע דעת-בעלי-בתים, לדעת היפכה הוא דעת תורה.
על זה הדרך האט מען געזאגט ביי געוויסע חסידים,
אז ווען מ'איז וויט פונעם רבי'ן און מ'קען ניט אריינקומען אויף א יחידות פרעגן לידע את המעשה אשר יעשון,
זאל מען פרעגן 3 מנגדים עניות דעתם הרחבה און אויכעט טאהן פארקערט ווי דעתם,
קען זיין אז אויף אזא סארט דעת הרוב האט זיך טשיבינער רב באצויגן...
😛 😂 😈
תורה ומדעאז איהר זוכט דעם אמת קאנט איהר טרעפן אידען וועמען איהר קאנט אליין, און ווייסט צו זיי זענען בעלי סמכא, און הערן ערשט האנטיגע מעשיות פון תל אביב, בשעתן קריג וכדו. אויב איהר ווילט דווקא נישט הערן און מברר זיין ווייל עס וועט אייך גורם זיין א בלבול המוחין, זענט איהר פריי ממשיך צו זיין אין אייער וועג. כבין נאר נייגעריג צו אויף פריערדיגע צדיקים, למשל דער חוזה פון לובלין אדער דער רבי ר׳ אלימלך זענט איהר אויך מפקפק. אויב יא, ווי האלט איהר לגבי דער רבי ר יונתן, דער רמחל, ווילנער גאון, אדער דער בעש״ט.
איך קען ערשט האנטיגע מעשיות בשעת'ן קריג, איר קענט עס נישט...
ס'איז דא א גרויסע חילוק צווישן די אויבערדערמאנטע נעמען און בעלזא רב, און אפילו אין די נעמען זענען פארהאן הבדלים גדולים. דא איז נישט די פלאץ עס אויסצושמועסן, פריער פאדערט א ידיעה און ראשונים ווי רמב''ן, רמב''ם, רבינו יונה, רבינו בחיי ועוד. עס איז הדבר שיש בו אריכות, אפשר וועל איך נאך שרייבן אנ'ארטיקל דערויף באזונדער, ס'דא ווייניג וואס וועלן פארשטיין. אבער אויף בעלזא רב איז דאס נישא גילטיג. (לפי די כאראקטער, עובדות וסיפורים פון נאכן קריג וואס איז מקובל ביים המון עם לפי וואס די אונגערישע דושינסקיא תלמידים האבן געקענט. איבער פארן קריג יש צדדים, ויש סיבות גדולות פארוואס עס האט זיך געטוישט).
אויב איהר קאנט מעשיות פון בשעתן קריג, אבער איהר ווילט נישט שרייבען מחמת הזהרו בגחלתן, פארשטיי איך אייך, ווייל איהר האט א טאוריע פון גאות וועלכער איז ווייט פון סאבסטענטיעטעד אין ריעליטעט . לענייננו אבער איז קלאר, אז זאגען אז דער שמעון שפיץ אדער אנדערע צרות צרורות ל״ע, האבן געטוישט דאס מינוננג פונעם מהר״א אדער דער ברודער זיינער דער מהר״ם מבולגרייא אין ענייני הנהגה איז שווער מקבל צו זיין פאר איינעם וואס האט א שטיקל באגריף אינעם הנהגה פון מהר״א מבעלז. איהר זענט דאך אוודאי אינפארמירט אז מיר רעדען דא פון א צדיק וועלכער האט אפילו נאכן קריג נישט געקרעכטסט כמעט אויף די קדושים, א מין העכערקייט פון אן אנדערען עולם און קאליבער.
דוכטזאך אז רש״פ, ר גרשון, רהלל וו, און נאך אנדערע בעלזער גבאים האבן נישט געלערנט ביי מהרי״ץ דושינסקיא