האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!
269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12366
חכם-לבסמבטיוןחכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
כתב ראש הפילוסופים היוני, אהוב סקראט, אהוב אריסטו רק האמת אהוב יותר.
חות יאיר סימן ט'.
איך בין אים נישט דן. אל תדין את חבירך. דאס האב איך געשריבן אין דעם דיסקלעימער. אבער פאקטן זענען פארט פאקטן. אדרבה, מצוה גדולה ליישב.
פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אז די האסט א פראבלעם מיטן הייליגע בעלזא רב זי"ע ווערט מען נישט געוואר די אמת!
אויב עס דארף איינעם וויי טוהן איז עס די יודן וואס האבן מיטגעמאכט די קריג און די יודן פון יענע תקופה , און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
כידוע אז בעלזער רב אין באכניא האט געהאט א מנין שבת מיט אלע מוסרים און די אלע ײדישע געמיינדע, און האט זיי אלע פארטיילט עליות.
זקן אהרן שיורד
<a class="postlink" href="https://youtu.be/hm_1ueEx4C0">https://youtu.be/hm_1ueEx4C0</a>
איך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
ודרך אגב, יענער בוך איז געשריבען געווארן צו חנפ'נען איינער אויף וועמען עס איז דא שטארקע טענות. אבער מיט'ן בעלזער רב האט עס נישט. אומזיסטע שטארבן איז נישט קיין תכלית.
קומזיץחכם-לבסמבטיוןחכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
..... און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
די אלע ערליכע אידן פון וועם דו רעדדטס האבן אים נישט געקענט ביים קריג, און רוח הקודש האבן זיי נישט געהאט. א גרויסע מערהייט פון די אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט זענען גע'הרג'ט געווארן, און הונדערטער פון זיי דורך יד ישראל באמצע שפירא און שפיץ.
ומצווה ליישב.
אונזער קאך לעפל האט אונז עטוואס פארפירט. דער מטה אהרן האט נישט דערמאנט דאס ווארט 'וה' עמו', ער האט גארנישט גערעדט פון סייעתא דשמיא. ער האט בלויז גערעדט פון צלם אלקים. פאר עפעס א סבה האט די בארד א שייכות מיט די צלם אלקים, און מיט אט די צלם אלקים פסק'נט מען הלכות אין ציונות. (איי, וועסטו פרעגן, ר' יוחנן ור"ל איז הלכה כריו"ח, וואס האט עס נישט געהאט? כבר מלתם אמורה אז פערזענליכע אטאקעס זענען נישט ערלויבט)
דאס איז נאך מער גרויליג ווי מ'האט דערמאנט, אבער נישט מער ווי ערווארטעט.
אוי גיוואלד.... האסט דאס בלויז אצינד געכאפט? אוי די אונגארישער בודאפעסטער.....
ערנסט גערעדט (בלויז פאר דער וואס ס'איז נייגעריג) האט רבינו שליט''א לויט ווי איך געדענק יא דערמאנט דעם והשם עמו.
אלענפאלס דער דאזיגער הייליגער פונדאמענטליכער דרשה גייט ווארשיינליך געדרוקט ווערן אין א באזונדערע קונטרס, מיט די נויטיגע הגהות און מראה מקומות, אין ויגאב פון נאך עטליכע הייליגע יסודות'דיגע דרשות בעניני אמונה ודעות וועלכע רבינו שליט''א האט געהאלטן אין ענליכע אומשטענדן, וועלכע וועט געלערנט ווערן מיט דארשט אין אלע אונזערע הייליגע מוסדות ביז משיח'ס טאג..
און דארט וועט מען באשיינפערליך זען און לערנען די גענויע לשון וואס רבינו שליט''א האט ווירקליך געזאגט...
נ''ב איך שטיי שוין מיטן שירעם ברייט צועפענט, עטוואס זיך צו באשוצן פון דער בעלזא אפפאל זאווערוכע, וועלכע קומט אט צו פליען מיט גרימצארן אין מיין ריכטונג.
דאס אויסטערלישער אנגעווייטאגקייט פון בעלזא החדש אויפן לב אהרן איז גאר שטארק פארשטענדליך:
נעמליך, זיי זענען ווארשיינליך געווען ביים פילען איבערצייגונג אז נאך דער אנגעבליכער מחילה שפיל מיט סאטמאר וואס דער רב שליט''א האט אהערגעשטעלט פאר די גאנצע וועלט, ברוב פאמפע ודראמפע כדרכו בק....(עיין ערך רויטער טעפיך בקאנאדא) וועט זיך סאטמאר ח''ו עטוואס בייגן לינקס, און עטוואס נאכלאזן פון זייער א.ג. עקסטרעמיזים (לויט זייער אנטשואונגן) איבער ציונות, מזרחי,אגודה, אד''ג. דערפאר ווען זיי זעען מיט ווייטאג ווי דער אומבויגזאמער הייליגער קאמף קעגן די כוחות הטמאה גייט ווייטער אן, און נאך ביתר שאת ויתר עוז, און דער הייליגע שיטה וועלכע איז געווען אזוי הייליג און טייער ביי זייערע אייגענע זיידעס, אזש אין בעלזא איז נישט געווען צובאקומען די מסכת וואס דער דף היומי באוועגונג האט געלערענט, ווערט נאך מער און נתברר און נתחזק ביי שלומי אמוני ישראל, ברענגט דאס ביי זיי ארויף בייז בלוט. ס'איז זייער זעלבסטפארשטענליך.
אין זייער קלעם ציען זיי ארויס פון זייער פארזשארעוועטע ארסענאלן, די אלטע משכלישע און ציוניסטישע ווארע וועלכע די שונאי הדת האבן זיך באנוצט קעגן ארגיניעל-בעלזא, און נוצן דאס אצינד "אפצווענדן די הייליגע שיטה" וועלכע איז די גענויע שיטה פון די הייליגע בעזלא רביים לדורתיהם מהר''י, מהרי''ד, און פון מהר''א בעפאר די קריג.
קאך_לעפלדי הייליגע שיטה" וועלכע איז די גענויע שיטה פון די הייליגע בעזלא רביים לדורתיהם מהר''י, מהרי''ד, און פון מהר''א בעפאר די קריג.
מקור?
כ''ק אדמו''ר ממאכניבקא שליט''א 😃
עס איז ממש א חידוש צו זען ווי ווייט די מענטשליכע ערפארונג קען דערגרייכן. איינער וואס איז פונקט אזוי באזירט אויף קארבאן ווי איך, פונקט אזא מין האנושי, פונקט אזא גזע ווי מיר, און ער קען לעבן אין אזא אלטערנאטיווע יוניווערס. בעלזא האט געמיינט אז זייער נסיעה קיין מאנטריאל דארף אנרירען דער מחילת אהרן (קרעדיט: בילד אין מאמענט)? וואס דארף מען רויכערן\טרינקען\איינשפריצען צו קומען צו אזא מסקנא?
ליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
יוסף יוזפאליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
"זאגן שקרים" ממלא...מיין ערשטע רעאקציע צו א זאך וואס איך וויל נישט הערן איז אין אלגעמיין אויך להד''ם...אבער מנגח זיין די בעלזע צדיקים? פארוואס בוזטו מיך חושד אין אזא געמיינקייט?
קאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
Avromקאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...
קאך_לעפלAvromקאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...
אזוי אויך די הייל בעל תחת אהרן פון קרי
newkaveקאך_לעפלAvromקאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...
אזוי אויך די הייל בעל תחת אהרן פון קרי
פוי! די שייגאץ אזוי רופסטו אן דער ספר פון אהרן קדוש השם דער לעצטער הייליגען בעלזער רב? די שעהמסט זיך נישט? דאס האט מען דיך געלערענט אין רחוב אגריפת? זאגאר אויפגעקלערטע גראבע בערן רעדן נישט אזוי... סארא שאנדע... די היינטיגע יונגווארג...
וויאזוי האט מען זיך מייחס געוועןאין בעלזא צו רבני מזרחי
א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
📎 Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
איש את רעהוא פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
📎 Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
אישתישביליטוואק פון בודאפעסטאיך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
האסט געשריבען צוויי ערליי טענות. מחזק זיין די רשעים און זיך ראטעווען דאס לעבן אויף די חשבון פון אנדערע.
מחזק זיין רשעים במקום פיקו"נ, איז נישט קיין פראבלעם.
די צווייטע איז גארנישט אויפגעוויזן. ווען ער וואלט דארט געבליבן וואלט איין מענטש געבליבן לעבן?
קאך_לעפלכ''ק אדמו''ר ממאכניבקא שליט''א 😃
אה, דער וואס האט אין זיין שול א ריזיגע מגן דוד אויפ'ן דאך? וואספארע אנטי-ציונות האסטו געהערט פון איהם? כ'דארף עס איבערזאגן פאר זיינע חסידים, זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זייער רבי אליינס האלט...
איש את רעהוא פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
📎 Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
פארוואס נישט? גראדע די מעשה האב איך שוין געליינט ערגעץ פארדעם, דאכצעך אין 'הכתב והמכתב'.
יוסף יוזפאליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
לאו דווקא אז אלע בעלזא רבי'ס זענען געווען צדיקים. על זה אנו דנין.
דו האלטסט טאקע אז ר' אהרן פון בעלזא איז געווען א רשע?
ליטוואק פון בודאפעסטאישתישביליטוואק פון בודאפעסטאיך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
האסט געשריבען צוויי ערליי טענות. מחזק זיין די רשעים און זיך ראטעווען דער לעבען אויף די חשבון פון אנדערע.
מחזק זיין רשעים במקום פיקו"נ, איז נישט קיין פראבלעם.
די צווייטע איז גארנישט אויפגעוויזען. ווען ער וואלט דארט געבליבען וואלט איין מענטש געבליבען לעבען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רמב"ם בהלכות יסודי התורה הלכה ח:
נשים שאמרו להם גויים, תנו לנו אחת מכם ונטמא אותה, ואם לאו, נטמא את כולכם--יטמאו את כולן, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל. וכן אם אמרו להם גויים, תנו לנו אחד מכם ונהרגנו, ואם לאו, נהרוג את כולכם--ייהרגו כולם, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל. ואם ייחדוהו להם ואמרו, תנו לנו פלוני או נהרוג את כולכם--אם היה מחוייב מיתה כשבע בן בכרי, ייתנו אותו להם, ואין מורין להם כן, לכתחילה; ואם אינו חייב--ייהרגו כולם, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל.
הלכה ה:
כל מי שנאמר בו יעבור ואל ייהרג, ונהרג ולא עבר הרי זה מתחייב בנפשו. וכל מי שנאמר בו ייהרג ואל יעבור, ונהרג ולא עבר הרי זה קידש את השם. ואם היה בעשרה מישראל הרי זה קידש את השם ברבים, כדנייאל חנניה מישאל ועזריה וכרבי עקיבה וחבריו; ואלו הם הרוגי מלכות, שאין מעלה על מעלתם, ועליהם נאמר "כי עליך, הורגנו כל היום; נחשבנו, כצאן טבחה" (תהילים מד,כג), ועליהם נאמר "אספו לי, חסידיי כורתי בריתי, עלי זבח" (תהילים נ,ה).
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
די ווערטער פון די רמב"ם, ווי אייביג, זענען קילורין לעינים. אבער מיט אונזער טעמע האבען זיי נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רביה''ק זי''עדו האלטסט טאקע אז ר' אהרן פון בעלזא איז געווען א רשע?
איך בין אים נישט דן. איך בין נחשט ראוי, און איך ווייס נישט די פאקטן.
אבער מען קען נישט פארגלאצן די אויגן און מאכן מיט די הענט און זאגן נעע. קדוש. מען דארף וויסן אז עס איז דא מענטשן און היסטאריקער וואס דערציילן זאכן וואס זענען געווען ביים קריג. זכור ימות עולם, בינו שנות דור ודור.
איך האב געזאגט עטליכע מאל, מצווה ליישב.
ליטוואק פון בודאפעסטדי ווערטער פון די רמב"ם, ווי אייביג, זענען קילורין לעינים. אבער מיט אונזער טעמע האבען זיי נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו קענסט לערנען רמב"ם? איך האב בכוונה געלייגט הלכה ח פריער פון הלכה ה.
חכם-לבאבער מען קען נישט פארגלאצן די אויגן און מאכן מיט די הענט און זאגן נעע. קדוש. מען דארף וויסן אז עס איז דא מענטשן און היסטאריקער וואס דערציילן זאכן וואס זענען געווען ביים קריג. זכור ימות עולם, בינו שנות דור ודור.
איך האב געזאגט עטליכע מאל, מצווה ליישב.
[/quote]
איך ווייס אז ס'איז מעגליך אז ער איז באגאנגען גראבע טעותים, אבער דו האסט ארויפגעברענגט די מעגליכקייט אז ער איז בכלל קיין צדיק נישט געווען, אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט.
אבו עלאhttps://youtu.be/hm_1ueEx4C0
ווער מאכט די צעדרייטע קליפס?
אקסן
חכם-לבקומזיץחכם-לבסמבטיוןחכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
..... און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
די אלע ערליכע אידן פון וועם דו רעדדטס האבן אים נישט געקענט ביים קריג, און רוח הקודש האבן זיי נישט געהאט. א גרויסע מערהייט פון די אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט זענען גע'הרג'ט געווארן, און הונדערטער פון זיי דורך יד ישראל באמצע שפירא און שפיץ.
ומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום

ווער האט געוואוסט און געהאלטן פון אים?
היסטאריע איז היסטאריע. ווילסט פארענטפערן? אדרבה, מצווה ליישב, האט ער עס געזעהן אין הימל? שטייט אין הלכה? א בעלזא מנהג? א טשערנאבילע קפידה?
אין פערציג יאר ארום גייט מען האלטן פון דער ************** בורו פארק פאר א צדיק וקדוש, היסטאריע איז אז ער האט פארברענט ספרי קודש פון א גדול וואס האט געשריבן א ספר לשם שמים. ווער וועט אים האלטן פאר א קדוש? די אלע וואס לערנען אין זיין מוסד, און הערן וואס דער יושב ראש ביי כינוסים שרייט צום עולם אין הויכהילכער, און זענען איגנארעמאס צו די היסטאריע. די וואס ווייסן די היסטאריע (ליין: די מיעוט) וועלן נישט קענען פון אים האלטן.
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
ב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א-שופר-איז-א-שופרער איז זיכער נישט געוועהן דער איינציגסטער.
מיין זיידע (מאמע'ס טאטע) איז געבליבען מיט'ן בארד און ב"ה ער איז נישט געוועהן א רבי.
און מיין טאטעס טאטע איז געבליבען מיט'ן בארד און ער איז געבוירען געווארען דא אין אמעריקא בערך 1875
א שופר איז א שופר: אבער ס'איז דאך פארהאן א שטיקל חילוק צווישן די נסיונות פונ'ם לעבן אין אמעריקע און זיין אונטער דעם נאצי רעזשים...!
אוהב ספריםרביה''ק זי''עסתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
שקר מוחלט!
אוהב ספרים: מה שאתה אומר זהו שקר מוחלט...!
ליטוואק פון בודאפעסטב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין נישט אויף קיין מיסיע, איך האב געגעבן ראשי פרקים בכוונה, איך וויל נישט שרייבן קיין ארטיקל איבער דעם. ס'איז דא גענוג חומר איבער די מענטשן, נאצישע קאלאבערירער און זייער קשר צום בעלזא רב, אייגנטליך, פארקערט, בעלזא רב'ס קשר צו זיי. צוליב א סיבה האט דער רב זכברכה נישט געוואלט אז מען זאל שרייבן איבער די "גרויסע ניסים" וואס איז געשעהן, לויט די בעלזא מקורות, "ווייל עס איז פארהאן אסאך זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין".
איך האב דאס נאר געשריבן אין באצוג צו דעם וואס מאנכע האבן געשריבן אז די בעלזע זענען ברוגז אז מ'זאגט אז ער האט זיך דאס בארד אראפגענומען ביים נס הצלה.
און איבער די ספרים קענט איר אריינגיין צום רבי'ן און פרעגן
ער לעבט נאך יא.קפה נמסס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.
יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.
צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...
אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...
קפה נמס: און מיט די זעלבע אבסורדאלע הילוך המחשבה (ווי מהר"א האט ארויסגעברענגט) קענמען קומען צו א מורא'דיגע מסקנא וואס איך ווילל אפילו נישט ארויפברענגען על רף שפתי...! ווייל אין די מינוט וואס אונז פרובירן זיך אוועקצושטעללן אלס שופטים פון מער אדער ווייניגער צידקות, קענמען אנקומען צו די ערגסטע מסקנות, וועלכע קענען באמת וויי טון פאר מענטשן...!
חכם-לבומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום
ווער האט געוואוסט און געהאלטן פון אים?
היסטאריע איז היסטאריע. ווילסט פארענטפערן? אדרבה, מצווה ליישב, האט ער עס געזעהן אין הימל? שטייט אין הלכה? א בעלזא מנהג? א טשערנאבילע קפידה?
אין פערציג יאר ארום גייט מען האלטן פון דער ************** בורו פארק פאר א צדיק וקדוש, היסטאריע איז אז ער האט פארברענט ספרי קודש פון א גדול וואס האט געשריבן א ספר לשם שמים. ווער וועט אים האלטן פאר א קדוש? די אלע וואס לערנען אין זיין מוסד, און הערן וואס דער יושב ראש ביי כינוסים שרייט צום עולם אין הויכהילכער, און זענען איגנארעמאס צו די היסטאריע. די וואס ווייסן די היסטאריע (ליין: די מיעוט) וועלן נישט קענען פון אים האלטן.
איר האט נישט פארענפערט די גמרא ת"ח ..אל תהרהר אחריו ,
איר באציט זיך צו היסטאריע אבער איר פארגעסט אז דאס איז איין פארנעפעלטע פאקט וואס איז געוועהן אונטער אויסטערלישע שווערע אומשטענדען און נישט קלאר פונקטליך אלע פאקטן, און ווי ליטוואק האט שוין געשריבן אז מ'זעהט נישט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, און מיט דעם ווילסטו אפפאסקענען די מענטש אז אויב האסטו נישט קיין תירוץ איז ער פראבלעמאטיש,
אבער אינדערצייט איגנארירסטו די גרעסערע חלק פון היסטאריע פון א יוד וואס האט געדיענט די באשעפער מיט מסירות נפש כל ימיו און נאכן קריג איז געוועהן רעספעקטירט ביי אלע גדולי ישראל אלס צדיק וקדוש און מ'האט זיך גערעכנט מיט זיין דעה און השקפה
און די מאכסט אוועק די גאנצע היסטאריע מיט אזא כעין תמימותדיגע שאלה "ווער האט געהאלטן פוןעם??" , און אלטץ כדי זיך צו שפירן פון די מיעוט וואס קענען היסטאריע און זענען קליגער פון אלע ערליכע יודן און גדולי ישראל
עס זעהט נישט אויס ווי איר זיכט דא די אמת.
berlbalagulehאוהב ספריםרביה''ק זי''עסתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
שקר מוחלט!
אוהב ספרים: מה שאתה אומר זהו שקר מוחלט...!
קום אריין מיט מער אינפא.
אז די קענסט זאגן אזאנס ביסטו נעבך אימוויסנד
ליטוואק פון בודאפעסטב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ישעיה האלבערשטאם, זוהן פין צאנזער רב.
באמת איז דער אשכול מער איבער דער בארד מימרא פין לב אהרן, אינטערעסאנט, אז דער שכינה האט נישט מגין געוועהן אויף איר זוהן ער זאל איבערלאזן דורות.
אישתישביליטוואק פון בודאפעסטב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ישעיה האלבערשטאם, זוהן פין צאנזער רב.
קודם, האסטו פארדרייט די מעשה. עס איז געבליבען איין פלאץ אין קאר, און דער גבאי פון בעלזער רב האט עס גענומען און נישט געגעבען פאר ר' ישעיה'לע אזוי ווי מ'וואלט געהאפט. וואס האט עס מיט דער בעלזער רב? און ווידער, דער גבאי האט עס געמוזט אוועק געבען? פארוואס? חייך קודמין!
אין לעיקוואד האט געוואוינט א איד וואס איז געווען אין דער באכניא געטו, א חסיד פון ר' ישעיה'לע. א חבר האט מיר געזאגט אז ער האט געשמועסט מיט יענער איד וועגען די מעשה, און יענער האט איהם געזאגט אז ר' ישעיה'לע האט קיינמאל נישט געגלויבט אין די הצלה, און ער האט אליינס נישט געוואלט הערען פון אזא וועג פון אנטלויפען.
אבער לשיטתך, וואס האט דער בעלזער רב'ס אנטלויפען צו טוהן מיט ר' ישעיה'לע? ווען ער האט געהאלטען ביים בלייבען, וואס וואלט ר' ישעיה'לע געטוהן? מ'האט אראנדזשירט די גאנצע הצלה ספעציעל פאר'ן בעלזער רב, ווען ער האלט נישט ביים גייען, וואלט עס נישט געגאנגען. איך זעי נישט וואס זיין אנטלויפען האט צוטוהן מיט ר' ישעיה'לע
טאמער דו האסט קראנטע מעשה'ס אז מענטשען האבען געליטען צוליעב זיין אנטלויפען, אז די נאמיס האבען נוקם געווען וכדו', און די וואס מ'האט נוקם געווען אין זיי וואלטען געבליבען לעבען ווען נישט, דעמאלס האסטו א טענה. אבער ביזדערווייל זעי איך נישט אז אזוי איז געשען
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
די פאקטן זענען נישט אזוי אקוראט. די הצלה האבן בעלזער חסידים אראנזשירט צוזאמען מיט טשחויב'ער חסידים, דאס איז געווען זיכער אז איין פלאץ האט געהערט פאר בעלזער רב און איין פלאץ פאר ר' ישעי'לע.
די שאלה איז געווען אויפ'ן דריטן פלאץ, ר' ישעי'לע האט געזאגט אז ער גייט נישט אהן זיין זוהן, און בעלזער רב האט געזאגט אז ער גייט נישט אהן זיין ברודער דער בילגורייער רב.
און די בעלזער חסידים האבן אויסגעפירט, און ר' ישעי'לע האט נישט געוואלט גיין אליינס, האט דער בעלזער גבאי גענומען זיין פלאץ. די טשחויב'ער חסידים זענען געווען שאקירט ווען די קאר איז אנגעקומען אהן זייער רבי'ן.
ס'איז שווער צו דן זיין ווער ס'איז גערעכט, טראכטנדיג פון די דעמאלטס'דיגע אומשטענדן כאפט א שוידער.. און דא זענען אנדערע פארנומען ווער ס'איז נישט געווען אויף די מדריגה צו בלייבן מיט די בארד..
מחאה
📎 photo_2018-06-10_16-42-47.jpg
נישט געוואלט גיין איז נישט בעלזער רב'ס שולד, אפילו לויט דיין גירסא, וואס איז נאר א צווייטע גירסא, און די עדות פון דער איד אין לעיקוואד איז ביי מיר פונקט אזוי אויפ'ן וואגשאהל.
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
סיקריקמחאה
איך בין זיכער אז דער לץ האט שוין מער ווי איינמאל גערעדט דערפון אז נאר דער רבי איז געבליבן מיטן בארד אפשר נישט פונקטליך דעיס אבער כאטש עפעס ענליך.
די אלע דיונים זענען זייער שיין ווען עס האנדעלט זיך צוויי אידן שותומ"צ, ווען מען רעדט כלומרשט פין א מלאך אלקים, און מען הערט פין זיין התנהגות מיט מקרב זיין קאפויס און מרעין בישין און נישט וועלען גיין אהן דער ברודער און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין, איז ביי מיר פשוט איין זאך, א מלאך אלקים איז ער נישט, א איד וואס איז אלעס גרייט אוועק צו געבן פאר א צווייטער איז ער נישט. יא יא, גערעכט נישט גערעכט מהיכי תיתי, מען קען קיינעם נישט דן זיין אין דער מצב פין דעמאלס, און אוודאי און אוודאי איז דער קאמענט פין דער בארד א שטות והבל, אבער ווען מער מאכט איינעם פאר א מלאך אלקים, און למעשה ווען דער לעבען איז אין געפאר איז זיין התנהגות פונקט ווי א צווייטער, זאגט עס עפעס.
סיקריקמחאה
אייזענע טיטלן אויף ר' מנשה, שומר פיו ולשונו... 😂 😃 😂 👍
#לצים