☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12366
בלאט: 1 2 3 4 5 6

באנאנע » מיטוואך יוני 6, 2018 8:06 pm

· #405257
צוויי זאכן, קודם דער אלטער גבאי אין בעלז, רב פריעדמאן, שרייבט אין זיינע כתבים אז ווען דער סאטמארער רב איז געווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמאר רב געפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד, און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים נישט צוריק גיין פאר א באזוך, וויבאלד "דער סאטמאר רב האט מיר ניטאמאל געפרעגט ווי אזוי איך פיל", ממילא הייסט עס נישט א באזוך. "ער איז מיר געקומען טשעפענען", דהיינו די בארד קשיא.

און דעם קלויזענבורגער רב האט מען יא אפגעשניטן די בארד, ווי ער פארציילט אליינס אין זיינע חומש רש"י ‏שיעורים.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 8:18 pm

· #405258
דו האסט איהם געהערט עס זאגן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 8:34 pm

· #405260
רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט
און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.

סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.

לידיעה בעלמא אז דער קלויזענבורגער רבי האט מען פיין אפגעגאלט די בארד, וזה פשוט.

ווען איך בין געווען א בחור, האט איינער מנדב געווען א ס"ת אין ישיבה. דער נדבן האט גערעדט ביים סעודה, און ער האט דערציילט אז ער האט אמאל גערעדט תשעה באב פון זיין איבערלעבעניש ביים קריג, ובתוך הדברים האט ער דערמאנט אז אין איין לאגער איז ער געווען מיט דער קלויזענבורגער רבי צוזאמען. איז איהם צוגעגאנגען א בחור נאכדעם און ער האט איהם געפרעגט צו עס איז אמת אז דער רבי האט געפראוועט הושע"ר ביז פינף אזייגער אין לאגער. דער דרשן האט זיך אפגערעדט ווי נאריש מענטשען קענען זיין און ווי ווייניג מ׳ווייסט פון דער קריג צו פרעגען אזא קשיא.

וכ"ה לענין דיין הו"א אז דער קלויזענבורגער רבי האט דורכגעלעבט די קריג אן גאלען די בארד.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 8:43 pm

· #405262
רביה''ק זי''ע
דו האסט איהם געהערט עס זאגן?

די מעשה איז נישט ממש ווי ער דערציילט. די בוך 'זכור ימות עולם' פרק מ"א מעמ' 134 און ווייטער רעדט ארום דער סאטמארער רב און דער בעלזער רב. דארט דערמאנען זיי דעם ענין, אבער נישט וועגן די בארד.

קוקט׳ס אויף היברובוקס ותמצאו נחת.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 8:47 pm

· #405263
סתם לידיעה בעלמא. ר' חיים ויטאל האט אויך נישט צוגערירט צו זיין בארד, ווי ער שרייבט בפירוש אין שער רוה"ק. און ער האט געהאלטן אז די שלוש שבועות זענען נישט נוגע היינטיגע צייטן, אזויווי ער שרייבט בפירוש אין הקדמה צום ספר עץ חיים. סא קאט די קרעפ.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 9:26 pm

· #405264
טאמער עס איז ריכטיג אז תלמידי אריז"ל שבחו"ל האבען געגאלט די בארד, לכאורה האט ר׳ חיים וויטאל אויך אזוי געטוהן ווען ער איז געגאנגען וואוינען אין דמשק.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 9:48 pm

· #405266
ר' חיים ויטאל שרייבט אז זיין רבי האט איהם אנגעווארנט ער זאל נישט אויסרייסן אפילו איין האר פון זיין בארד "אפילו דרך עסק". בפשטות קען מען אננעמען אז ער האט איהם געפאלגט.
איך געדענק נישט פונקטליך וואו ער שרייבט עס, אויב געדענק איך גוט, איז עס אין שער רוה"ק דארט וואו ער שרייבט אפאר אזהרות פאר אזעלכע וואס זענען משורש נשמת קין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 9:50 pm

· #405267
טאמער עס איז ריכטיג וואס די תלמידים שרייבען, אז חו"ל איז אנדערש, וועט מען מוזען מוקים זיין די שער רוה"ק אין א"י, ולק"מ.

מ'רעדט אלס אויף יענע צד, וואס דער חת"ס ברענגט אראפ, כידוע.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 9:56 pm

· #405268
קען זיין אז אנדערע תלמידים האבן אזוי געהאלטן, עכ"פ ר' חיים ויטאל האט נישט אזוי געהאלטן, ווען יא וואלט ער געדארפט רעדן וועגן דעם.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 6, 2018 10:48 pm

· #405271
מר"א מבעלז האט זיך נישט דערוואגט ארויסצוקומען עפענטליך קעגן די ויואל משה וויסענדיג אז ער איז נישט ראוי זיך צו דינגן מיט איינער וואס איז געבליבן מיט א בארד. די היינטיגע בעלזע רב האט זיך דאך אבער קיינמאל געשוירן די בארד, האט ער די רעכט זיך צו דינגן.

איך האב נאר א פראגע צום לב אהרן. די סאטמאר רב האט מען אריינגעפירט שבת אין שפיטאל מיט אן אמבולנס, וואס חילול שבת איז עניטיים אזוי הארב ווי זיך שערן די בארד. וואס טיט זיך מיט וה' עמו? אסאך אנדערע גדולים זענען געווען וואס זיי האבן נישט מחלל שבת געווען כל ימיהם

קפה נמס » מיטוואך יוני 6, 2018 11:29 pm

· #405274
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
ס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.

יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.

צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...

אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 11:30 pm

· #405275
וועגען דעם האט ער נישט גע'חתמ'עט אז מ'זאל גיין צו די בחירות. מ'האט דאך מזייף געווען זיין חתימה, כידוע כידוע.

גדליה » מיטוואך יוני 6, 2018 11:49 pm

· #405276
קפה נמס


יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.


האלטסט איין מינוט אז דער בעלזער רב וואלט אויפגעטוישט א האנט (אדער גאר א זון) פאר א בארד?

קפה נמס » מיטוואך יוני 6, 2018 11:53 pm

· #405277
איך האלט אז דאס האט אים פיל מער צוקלאפט מאראליש.

Avrom » דאנערשטאג יוני 7, 2018 12:19 am

· #405279
בעניין תלמידים פון ארי און שערן די בערד אין חוץ לארץ די מקור איז אין תשובת באר עשק וועגן
רמ ""ע מפאנו אז ער פלעגט שערן זיין בארד און די רמע איז גיוון א תלמיד פון רבי ישראל סרוג די ערשטע תלמיד פין ארי פאר רבי חיים ויטל איז געקומן מ

ארי נוהם » דאנערשטאג יוני 7, 2018 12:24 am

· #405280
קפה נמס
ס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.

יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.

צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...

אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...

קפה נמס, דו ביסט גערעכט.

ווען מיר רעדן מיט מאטשור מענטשן, איז דיין טענה וואליד. אבער זיי ליידן דאך אויף אוממאטשוריטי, וכמשנת"ב במקו"א.

אלזא פארבלייבט אונז נאר די מעגליכקייט צו נעמען זיינע אייגענע הבל'דיגע דיבורים, זיינע חוצפה'דיגע אומסענסיטיווע ווערטער, און עס צוריקפאטשן אין פנים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 5:28 am

· #405289
קפה נמס, אי משום הא, לא איריא. ווען בעלזער רב לעבט נאך, האסטו א טענה. אבער יעצט, ווער ווערט געטשעפעט דערפון?

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 8:18 am

· #405291
ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער עס איז ריכטיג אז תלמידי אריז"ל שבחו"ל האבען געגאלט די בארד, לכאורה האט ר׳ חיים וויטאל אויך אזוי געטוהן ווען ער איז געגאנגען וואוינען אין דמשק.


עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.

אמאהל זענען אידען און גוים געגאנגען מיט בערד, ווען גוים האבן אנגעהויבן שניידען דער בארד איז געווארן אידיש חרדיש צו האלטען דער בארד, פאר די גוים האבן געשוירן די בארד האט מען נאך געמעגט שניידן די בארד. ודו"ק.

Avrom » דאנערשטאג יוני 7, 2018 8:54 am

· #405294
לא תשחית את פאת זקנך

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:07 am

· #405297
אישתישבי
עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.

גראדע האב איך געזען א בילד פון איהם מיט א בארד, וואטעווער.

אישתישבי
אמאהל זענען אידען און גוים געגאנגען מיט בערד, ווען גוים האבן אנגעהויבן שניידען דער בארד איז געוואָרן אידיש חריידיש צו האלטען דער בארד, פאר די גוים האבן געשוירען די בארד האט מען נאך געמעגט שניידן די בארד. ודו"ק.

ס'איז קיינער נישט מחולק אז מ'מעג שניידן די בארד, און ס'איז קיינער נישט מחולק אז אין אלע דורות האב אידן געשניטן די בארד. דא רעדט מען נאר פון די אזהרה פון אריז"ל.

Avrom » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:28 am

· #405299
די מישט צוויי זאכען אראפנעמן די בארד און שטיצן די בארד

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:40 am

· #405300
Avrom
לא תשחית את פאת זקנך

דאס מיינט אז מ'מעג נישט גאלן די בארד? ביסט טאקע אזא מן הארץ?

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:51 am

· #405302
berlbalaguleh
טאמבל סאס: דיין ספעקולאציע איז וואונדערליך. אויף ענגליש הייסט דאס ווישפול טהינקינג...! די נאציס, ימ"ש זענען געווען צו שטארק ציניש און ברוטאל אריינצונעמען גאט אין זייערע באשלוסן...!

סאו ווען סקומט דיר אויס גוט זאגסטו די נאציס זענען געווען רעליגעיז און ווען נישט, נישט? גראדע אייכמאן'ס לעצטע ווערטער, האביך נאר לעצטנס געליינט, זענען געווען, איך שטארב גלויבענדיג אין גאט.

אזוי ווי יענע פחדימדיגע ווערטער וואס יענער האט געזאגט: די וואונדער איז נישט אויף די הייליגע ביכער ווי למשל די תורה, ווער ס'האט זיי געשריבן. די וואונדער איז אויף די שלעכטע ביכער, ווער שרייבט זי...י?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 7, 2018 10:08 am

· #405305
ליטוואק פון בודאפעסט
Avrom
לא תשחית את פאת זקנך

דאס מיינט אז מ'מעג נישט גאלן די בארד? ביסט טאקע אזא מן הארץ?

אין משנה שטייט 'ולא עם הארץ חסיד', איך וואלט געוואלט מגיה זיין 'וכדי להיות חסיד צריך להיות עם הארץ'. ודו"ק.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 7, 2018 10:09 am

· #405306
Avrom
די מישט צוויי זאכען אראפנעמן די בארד און שטיצן די בארד

נו, זיי ממשיך.

א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:39 am

· #405312
ער איז זיכער נישט געוועהן דער איינציגסטער.

מיין זיידע (מאמע'ס טאטע) איז געבליבען מיט'ן בארד און ב"ה ער איז נישט געוועהן א רבי.

און מיין טאטעס טאטע איז געבליבען מיט'ן בארד און ער איז געבוירען געווארען דא אין אמעריקא בערך 1875

Avrom » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:56 am

· #405313
אראפנעמן די בארד איז א איסור השחתת זקן מיט א סם איז מותר לרוב פוסקים עפ"י קבלה איז אסור אבער שטיצן די בארד אין הלכה איז עס בכלל נישט דערמאנט ביי חסידים איז מען מקפיד

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 12:16 pm

· #405314
מספרים כעין תער איז נאר יש לחוש ביי פאות הראש, אויפ'ן בארד איז בפשטות מותר לכו"ע. מיט סם איז זיכער מותר, כמבואר בגמ'.
עי' כ"ז ביו"ד סי' קפ"א.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 7, 2018 12:40 pm

· #405319
קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 1:19 pm

· #405330
לעיקוואד
קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?

דא וועסטו קענען ליינען אן אבזערוואציע דערויף, פון הרב שמואל הנגיד אליינס.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 7, 2018 1:46 pm

· #405335
לעיקוואד
קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?

גראדע זאגט ער אויך תורה יעדן שב"ק.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 3:20 pm

· #405354
.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 3:22 pm

· #405355
רביה''ק זי''ע
סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.


שקר מוחלט!

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 3:23 pm

· #405356
באנאנע
צוויי זאכן קודם דער אלטער גבאי און בעלז רב פריעדמאן שרייבט און זיינע כתבים אז ווען דער סאטמערער רב איז גיווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמער רב גיפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים ניש צירוק גיין א באזוך וויבאלד ״דער סאטמער רב האט מיר ניטאמאל גיפרעגט וויאזוי איך פיל״ ממילא הייסט עס ניש א באזוך ״ער איז מיר געקומען טשעפענען״ דהיינו די בארד קשיא



שקר!

ער שרייבט בכלל נישט קיין שום נושא פון די בארד, ער שרייבט א תירוץ אז עס האט נישט געהייסען א באזוך אבער נישט וועגען די בארד

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 3:24 pm

· #405357
📎 זכור.PNG

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 4:15 pm

· #405362
באנאנע
צוויי זאכן, קודם דער אלטער גבאי אין בעלז, רב פריעדמאן, שרייבט אין זיינע כתבים אז ווען דער סאטמארער רב איז געווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמאר רב געפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד, און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים נישט צוריק גיין פאר א באזוך, וויבאלד "דער סאטמאר רב האט מיר ניטאמאל געפרעגט ווי אזוי איך פיל", ממילא הייסט עס נישט א באזוך. "ער איז מיר געקומען טשעפענען", דהיינו די בארד קשיא.

און דעם קלויזענבורגער רב האט מען יא אפגעשניטן די בארד, ווי ער פארציילט אליינס אין זיינע חומש רש"י ‏שיעורים

איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

איך קען א עלטערער איד, א קרוב מיינער, (און א נאנטע קרוב צו ר' משה טובי') וואס איז זייער באהאווענט מיט די פאליטיק. איך האב פונקט נעכטן געשמועסט מיט אים ביי א שמחה. איך גיי אים פרעגן.

יוסף יוזפא » דאנערשטאג יוני 7, 2018 4:48 pm

· #405365
שבת אחים
איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

ביסט גערעכט, ער איז טאקע געווען מער פון איינמאל, און די ערשטע מאל איז טאקע בעלזער רב געווען א ביקור גומלין ביים סאטמארע רב זי"ע.

לגבי די ווערטער פונ'ם בעלזער רב ז"ל איז דיין גלויבונג אין דעם נישט משנה די פאקט, און אפאר עדים נאמנים האבן געהערט עטליכע מאהל אזעלכע דיבורים און נאך כיו"ב.

[נ.ב. לגבי די ביקור גומלין פונ'ם בעלזער רב איז באוואוסט ווי די סאטמארער רב האט דעמאלס געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואס די ציונים האבן געבויעט אין ארה"ק חרוב ווערן כדין ס"ת שכתבו מין, און בעלזער רב האט גארנישט געענטפערט... ביים אנקומען צוריק למעון קדשו האט זיך בעלזער רב ז"ל אפגעשטעלט ביים שוועל און געזאגט, ח"ו ח"ו, גארנישט וועט נישט חרוב ווערן, איך האב איהם געהאט וואס צו ענטפערן, אבער איך האב בקבלה פונ'ם טאטע ז"ל אז נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן...]

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יוני 7, 2018 5:08 pm

· #405366
למעשה בין איך פולקאם מסכים צום לב אהרן אז א בארד איז א סימן אויף וה' עמו. דאס איז א פאקט.

קומט אויס, אז ווי גרעסער די בארד אלס מער השראת השכינה איז דא אין א בארד, קומט דאך אויס אז אז די בעל לב זלמן האט דאך מער השראת השכינה, קומט אויס לפי זה די פסק הלכה אז ס'איז טאקע געווען מער מענטשן אין בארקלעיס, ווי די שיטה פון די לב זלמן ודעימייה, ודבר ה' יקום לעולם ומינה לא תזוע.

(חוץ אויב מיר וועלן אננעמען אז די לב זיינער איז טאקע גרעסער, ווי די חסידים האבן פארשטאנען אז די רבי'ס הארץ איז עפעס אויסגעווענליך שיין און ריין כידוע, און לב איז דאך רומז אויף אהבה, וואס דאס איז א רמז אויף השראת השכינה כידוע ליודעי ח"ן, ויש לדון עוד).

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 5:28 pm

· #405367
יוסף יוזפא
שבת אחים
איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

ביסט גערעכט, ער איז טאקע געווען מער פון איינמאל, און די ערשטע מאל איז טאקע בעלזער רב געווען א ביקור גומלין ביים סאטמארע רב זי"ע.

לגבי די ווערטער פונ'ם בעלזער רב ז"ל איז דיין גלויבונג אין דעם נישט משנה די פאקט, און אפאר עדים נאמנים האבן געהערט עטליכע מאהל אזעלכע דיבורים און נאך כיו"ב.

[נ.ב. לגבי די ביקור גומלין פונ'ם בעלזער רב איז באוואוסט ווי די סאטמארער רב האט דעמאלס געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואס די ציונים האבן געבויעט אין ארה"ק חרוב ווערן כדין ס"ת שכתבו מין, און בעלזער רב האט גארנישט געענטפערט... ביים אנקומען צוריק למעון קדשו האט זיך בעלזער רב ז"ל אפגעשטעלט ביים שוועל און געזאגט, ח"ו ח"ו, גארנישט וועט נישט חרוב ווערן, איך האב איהם געהאט וואס צו ענטפערן, אבער איך האב בקבלה פונ'ם טאטע ז"ל אז נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן...]

דאס איז א אנדערער סארט תשובה, והמבין יבין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 5:59 pm

· #405370
האסט א הנחה אז עס רעדט זיך פון דער לב אדער דער בארד. אפשר ווענדט זיך עס אויף אנדערע איברים.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 6:03 pm

· #405371
איך וואלט געזאגט אז ר' ברוך'ל מונקאטשער איז געבליבן מיט די בארד, ממילא איז הלכה כמותו און מיר ברויכען אלע ווערען מזרחיסטען.

א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג יוני 7, 2018 8:59 pm

· #405393
איין מינוט איך האב אינגאנצען פארגעסען, ווי אזוי קען ער פוער פיו זיין און רעדן וועגן שניידן די בארד ווען ער האט געשיקט שניידן די בארד פון ר' מענדל וועכטער און ר' פנחס קארף?

אהה אפשר די אייגענע בארד מען נישט, אבער פאר יענעם מעג מען יא. אפשר וועגן דעם איז דא אזויפיהל סאקמערע וואס שטיצען די בארד, זיי טוהען עס נישט, דער בארבער טוהט עס, און דאס מעג מען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 7, 2018 9:02 pm

· #405394
יואליש
דאס איז אלעמאל די קעיס: ס'ווערט א זעלבסט-פארפילטע נבואה. מ'דערביטערט איינעם דאס לעבן און נאכדעם זאגט מען: קוק, אלע וואס פארן אזוי זענען ביטער צום סוף. וק"ל.

חכם-לב » דאנערשטאג יוני 7, 2018 10:26 pm

· #405395
מערקווירדיג ---

מיטאמאל איז די אשכול אריבער קיין בעלזא.

דאס אז דער בעלזער רב האט זיך געשוירן דאס בארד אונטער זיינע אומשטענדן איז קיין פראבלעם, עס וואלט געווען א פראבלעם אויב ער וואלט זיך נישט געשוירן, איז עס דען ביהרג ואל יעבור?

וואס איז יא פראבלאמאטיש מיטן בעלזער רב איז אנדערע זאכן ביים קריג. אוי לי אם אומר, ואוי לי אם לא אומר. יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

לויט ווי עס איז דערציילן די היסטאריקער און אפילו די בעלזע ווירזיע Rescuing the Rebbe of Belz, 2005, Chapter 11
The Crakow Ghetto Pharmacy
זעה דעם בוך Prisoner 69145

און אויפן אנדערן זייט איז געווען מרדכי אנילעוויטש.

בארד בארד ווי איז דיין איד..?



דיסקלעימער: איך רעד חלילה נישט אריין אין די איסור והיתר דינים, פון די שווערע דוחין נפש מפני נפש וואס איז אריבער אויף אידן טאג טעגליך, מיר זאלן אלע געהיטן ווערן, און זיכער גייט דאס אויך אריין אין דעם.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:20 pm

· #405397
סתם געהאקט אין קאפ. דו האסט טאקע שטארקע טענות, אבער ס'קומט נישט דא אריין, ס'געהערט אינעם אשכול איבער בעלזע רב, נישט דא.

סמבטיון » פרייטאג יוני 8, 2018 12:04 am

· #405402
חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 8, 2018 12:17 am

· #405410
שוין גארנישט קיין שטותים. בעלזע רב איז טאקע געווען הייליג, אבער א פאקט איז א פאקט. די פראבלעם איז נאר אז די שמועס קומט בכלל נישט אריין דא.

בת קול » פרייטאג יוני 8, 2018 12:46 am

· #405412
ליטוואק פון בודאפעסט
קפה נמס, אי משום הא, לא איריא. ווען בעלזער רב לעבט נאך, האסטו א טענה. אבער יעצט, ווער ווערט געטשעפעט דערפון?


יעדע מענטש מיט סענסיטיוויטי צו האלאקאוסט געליטענע.

מאיש לקחה » פרייטאג יוני 8, 2018 12:55 am

· #405414
חכם-לב
מערקווירדיג ---

מיטאמאל איז די אשכול אריבער קיין בעלזא.

דאס אז דער בעלזער רב האט זיך געשוירן דאס בארד אונטער זיינע אומשטענדן איז קיין פראבלעם, עס וואלט געווען א פראבלעם אויב ער וואלט זיך נישט געשוירן, איז עס דען ביהרג ואל יעבור?

וואס איז יא פראבלאמאטיש מיטן בעלזער רב איז אנדערע זאכן ביים קריג. אוי לי אם אומר, ואוי לי אם לא אומר. יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

לויט ווי עס איז דערציילן די היסטאריקער און אפילו די בעלזע ווירזיע (Rescuing the Rebbe of Belz, 2005, Chapter 11) האט זיך דער בעלזער רב געראטעוועט דורך זיך חנפ'נן צו א אידישן מסור אין געטא שמעון שפיץ און דער הויפט פון די אידישע פאליציי שמחה שפירא וואס לויט די ווירזיע זאל דער בילגורייער רב געהאבן געזאגט צו שפיץ וואס איז געווען אנ'ארכי-מערדער (איבער זיין רשעות ליין The Crakow Ghetto Pharmacy), אז צוליב דאס טובות טוהן פאר דעם בעלזער רב וועט ער האבן טובת הנאה, מער מאכט און איינפלוס איבער די חסידי'שן עולם אין געטא.

לויט א ווערזיע פון אנ'איבערלעבער (זעה דעם בוך Prisoner 69145) איז אויף די ווארט פון שפיץ, זאל דער בעלזער רב געהאט געוואונטשן הצלחה פאר א דייטש וואס האט דערנאך געמאכט א פאגראם.

און אויך איז באקאנט די דרשה פון דעם בילגורייער רב - פרשת וארא אין די שוהל אין בודאפעשט אז דער ברודער זעהט עתידות און גארנישט גייט געשעהן אין אונגארן און זיי זאלן נישט פראבירן צו אנטלויפן.

און אויפן אנדערן זייט איז געווען מרדכי אנילעוויטש.

בארד בארד ווי איז דיין איד..?



דיסקלעימער: איך רעד חלילה נישט אריין אין די איסור והיתר דינים, פון די שווערע דוחין נפש מפני נפש וואס איז אריבער אויף אידן טאג טעגליך, מיר זאלן אלע געהיטן ווערן, און זיכער גייט דאס אויך אריין אין דעם.



נישט אמת!

בילגורייער רב זצ"ל האט געזאגט פאר דעם שפיץ'ענען - וואטס אגב ער האט געשטאמט פון חסידים - אז די מלחמה וועט זיך איין טאג אוודאי ענדיגען און כדרכם של חסידים וועלען דיר די בעלזע חסידים נישט מוחל זיין אויב די וועסט טשעפענען מיט זייער רעבין, ממילא טאמער ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר סטעי עוועי.

חכם-לב » פרייטאג יוני 8, 2018 1:30 am

· #405417
סמבטיון
חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.


כתב ראש הפילוסופים היוני, אהוב סקראט, אהוב אריסטו רק האמת אהוב יותר.
חות יאיר סימן ט'.

איך בין אים נישט דן. אל תדין את חבירך. דאס האב איך געשריבן אין דעם דיסקלעימער. אבער פאקטן זענען פארט פאקטן. אדרבה, מצוה גדולה ליישב.
בלאט: 1 2 3 4 5 6