☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12261

אשכול אן א טיטל #12261

591 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12261
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

בן ישי » מיטוואך מאי 30, 2018 7:06 pm

· #404024
.
📎 DeepE_TV4AAXLqq.jpg

בן ישי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:21 pm

· #404042
נאך זיצן
📎 DefUn7PVwAAm0AG.jpg

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:34 pm

· #404043
וואס מיינען די אומקלארע ווערטער "וואס מ'נוצט נישט געווענליך ביי אזעלכע צוזאמקומען"? ווען יא און ווען נישט?

נאך א מיינונג » מיטוואך מאי 30, 2018 10:43 pm

· #404044
איך וויל דא עפעס פארשטייען.

אלס א סאטמארער מחונך, ווייסען מיר און נאר מיר, וויאזוי מען פירט א קעמפף מיט די רשעים. רביה"ק זי"ע האט פאר אונז אנגעגרייט די וועג, און אלס אביהם של ישראל, איז עס מעשה אבות סימן לבנים. עד סוף כל הדורות באלייכטעט ער אונזער וועג, אז מיר דארפען נאר אפלערנען זיין הייליגע וועגען, און אזוי וועלען מיר וויסען וואס איז פון אונז געפאדערט.

יעצט זענען מיר אין א מצב וואס מיר זיינען נישט געווען שוין א שטיק צייט. די מדינה הטמאה זיגט. לפום ריהטא זעט זיך אויס אז מיר האבען געזינדיגט און דער אויבישטער לאזט צו אז זיי זאלען זען א נצחון. עס גייט זיי ליידער גוט. ניין, מענטשען זענען נישט מער פארזיכערט מיט זייערע לעבען אין זייער פארכמארעטע מדינה, ווייל דאס גייט אן די ציונים אין לינקען פאה (דער אפגעשוירענעם). נאר כבוד צווישען די פעלקער, זייער עיקר ציל פון ככל העמים בית ישראל, דאס האבען זיי באקומען פון די אמעריקאנער מיט די גזירת העמבאססי.

וואס טוט מען אין אזא מצב? וויאזוי פירט מען זיך אין די אומשטענדען?

ברוך ה׳ אשר לא השבית לנו גואל. דער רבי ז"ל איז אויך געווען אין די מצב. אפשר איז גאר די גאנצע נצחון פון די ציונים אין תשי"ז און תשכ"ז געווען א טובה פון דער אויבישטער אונז אויסצולערנען וויאזוי מיר זאלען זיך ספראווען מיט די אומשטענדען.

האט ער געדינגען א סטעדיום? האט ער געהאנגען פלאקארטען און געמאכט א מצב מיט טיקעטס און טאראראם? ניין. אין תשי"ז האט ער גערעדט שלש סעודות, און אזוי ארום האט ער אונז אויסגעלערנט וויאזוי צו טראכטען אין די מצב. אין תשכ"ז האט ער גערעדט ביח שלש סעודות און דערנאך געדרוקט די תורות וואס איז געזאגט געווארען.

וואס איז די נייעם סיסטעם פון אויסדינגען סטעדיום׳ס? ווי האט מען עס געלערנט?

פארצייל מיר נישט פון די ׳דבר ה׳ ברמה׳ און די ׳מלחמת ה׳ בעמלק׳, דאס האט נישט מיט אונזער טעמע. דעמאלס איז דאס אויך געווען פונקט אזוי גילטיג, פארוואס איז נישט בייגעפאלען אונזער הייליגע רבי׳ן דער לוחם מלחמת ה׳ און דער עמוד האש ההולך לפני המחנה אין די נאכט פון די גלות זיך צו קעמפפען אויף אזא וועג?

יא, מיר האבען געמאכט הפגנות אינדערויסען. ווען? ווען דער ציל איז געווען דער גויישע גאס. מיר האבען גענוצט דער טאקטיק פון דער גאס, ביים באהאנדלען דער גאס. אסאך גדולי ישראל האבען זיך שטארק געדינגען אויף אונזער הייליגע רבי׳ן, נישט פארשטייענדיג ווי איהם וויאזוי מען פירט אזא קעמפף, און זייענדיג עטוואס נגוע ליידער אין ציונות רח"ל. אבער צו נוצען דער גאס אויסצולערנען אונזער תלמידים וואס צו טראכטען? מאן דכר שמיה?

בן ישי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:50 pm

· #404045
איסר האטלקי
וואס מיינען די אומקלארע ווערטער "וואס מ'נוצט נישט געווענליך ביי אזעלכע צוזאמקומען"? ווען יא און ווען נישט?

מ'דארף פרעגן די מבינים אין אייוועלט וואס זענען עקספיריענסד פון די לעצטע צוויי מעמדים אין סטעדיום'ס

פיינע קאווע » מיטוואך מאי 30, 2018 10:56 pm

· #404047
נאך א מיינונג

מען האט טאקע לכתחלה געזיכט "מעדיסאן סקווירא גארדען" ווי דער רבי זכרונו לברכה האט פארופען א פראטעסט עס איז ליידער נישט געווען אוועילעבאל כ' סיון מיז מען דערפאר אראפ סוריען מן הדרך און גיין קיין לאנגאיילענד

נאך א מיינונג » מיטוואך מאי 30, 2018 11:08 pm

· #404051
יא, דאס איז ביי א פראטעסט. דאס איז אבער נישט קיין פראטעסט. ווען האט דער רבי פראטעסטירט דער עצם קיום המדינה אינדערויסען? ער האט גערעדט צו זיין מענטשען וועגען דער עצם קיום המדינה, און פראטעסטירט האט ער גזירות.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:31 am

· #404070
בן ישי
איסר האטלקי
וואס מיינען די אומקלארע ווערטער "וואס מ'נוצט נישט געווענליך ביי אזעלכע צוזאמקומען"? ווען יא און ווען נישט?

מ'דארף פרעגן די מבינים אין אייוועלט וואס זענען עקספיריענסד פון די לעצטע צוויי מעמדים אין סטעדיום'ס

לא''ל
דאס מאכט שטערקער מיין קשיא, אין די לעצטערע סטאדיום'ס האט מען יא גענוצט העכערן אויבן אן, און אויב מיינען זיי טאקע דאס, בין איך יא גערעכט אז בארקלעיס ליגט זיי נאך גוט אין די ביינער.....

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:42 am

· #404074
איסר האטלקי
בן ישי
איסר האטלקי
וואס מיינען די אומקלארע ווערטער "וואס מ'נוצט נישט געווענליך ביי אזעלכע צוזאמקומען"? ווען יא און ווען נישט?

מ'דארף פרעגן די מבינים אין אייוועלט וואס זענען עקספיריענסד פון די לעצטע צוויי מעמדים אין סטעדיום'ס

לא''ל
דאס מאכט שטערקער מיין קשיא, אין די לעצטערע סטאדיום'ס האט מען יא גענוצט העכערן אויבן אן, און אויב מיינען זיי טאקע דאס, בין איך יא גערעכט אז בארקלעיס ליגט זיי נאך גוט אין די ביינער.....

אויף די וועבסייט פון די סטעדיום איז דא פארשידענע seating charts וויאזוי מ'קען אויסשטעלן די זאל מיט די זיצן.

📎 Screenshot_2018-05-31-00-58-22.png
די אויסשטעל ווערט געריפן COMBAT SPORTS SEATING CHART, און ביי די אויסשטעל זענען די זיצן אינטערן סטעיזש גרעי, ווייל מ'ניצט נישט יענע זיצן.

א צווייטע אויסשטעל וואס ריפט זיך END STAGE SEATING CHART, האט יא זיצן אינטערן סטעיזש. 📎 Screenshot_2018-05-31-01-16-05.png
די מעמד איז געפלאנט געווארן אלץ א combat sports event, און געווענדליך ביי אזאנע צאמקומפטן ניצט מען טאקע נישט די זיצן אינטערן סטעיזש

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:47 pm

· #404101
נאנט צו 70 רבנים
תנו כבוד לתורה
א ריזיגע מספר רבנים חתמ'ן
📎 raved.jpg

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:54 pm

· #404102
[ציטאט אראפגענומען]

סתם געשאטען

סאטמאר האט געוואלט ממאס זיין דאן די רשעים וכמו''כ היום

זיכסט צו פעלשן היסטארי לאז געמאכט

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:58 pm

· #404103
נאך א מיינונג
איך וויל דא עפעס פארשטייען.

אלס א סאטמארער מחונך, ווייסען מיר און נאר מיר, וויאזוי מען פירט א קעמפף מיט די רשעים. רביה"ק זי"ע האט פאר אונז אנגעגרייט די וועג, און אלס אביהם של ישראל, איז עס מעשה אבות סימן לבנים. עד סוף כל הדורות באלייכטעט ער אונזער וועג, אז מיר דארפען נאר אפלערנען זיין הייליגע וועגען, און אזוי וועלען מיר וויסען וואס איז פון אונז געפאדערט.

יעצט זענען מיר אין א מצב וואס מיר זיינען נישט געווען שוין א שטיק צייט. די מדינה הטמאה זיגט. לפום ריהטא זעט זיך אויס אז מיר האבען געזינדיגט און דער אויבישטער לאזט צו אז זיי זאלען זען א נצחון. עס גייט זיי ליידער גוט. ניין, מענטשען זענען נישט מער פארזיכערט מיט זייערע לעבען אין זייער פארכמארעטע מדינה, ווייל דאס גייט אן די ציונים אין לינקען פאה (דער אפגעשוירענעם). נאר כבוד צווישען די פעלקער, זייער עיקר ציל פון ככל העמים בית ישראל, דאס האבען זיי באקומען פון די אמעריקאנער מיט די גזירת העמבאססי.

וואס טוט מען אין אזא מצב? וויאזוי פירט מען זיך אין די אומשטענדען?

ברוך ה׳ אשר לא השבית לנו גואל. דער רבי ז"ל איז אויך געווען אין די מצב. אפשר איז גאר די גאנצע נצחון פון די ציונים אין תשי"ז און תשכ"ז געווען א טובה פון דער אויבישטער אונז אויסצולערנען וויאזוי מיר זאלען זיך ספראווען מיט די אומשטענדען.

האט ער געדינגען א סטעדיום? האט ער געהאנגען פלאקארטען און געמאכט א מצב מיט טיקעטס און טאראראם? ניין. אין תשי"ז האט ער גערעדט שלש סעודות, און אזוי ארום האט ער אונז אויסגעלערנט וויאזוי צו טראכטען אין די מצב. אין תשכ"ז האט ער גערעדט ביח שלש סעודות און דערנאך געדרוקט די תורות וואס איז געזאגט געווארען.

וואס איז די נייעם סיסטעם פון אויסדינגען סטעדיום׳ס? ווי האט מען עס געלערנט?

פארצייל מיר נישט פון די ׳דבר ה׳ ברמה׳ און די ׳מלחמת ה׳ בעמלק׳, דאס האט נישט מיט אונזער טעמע. דעמאלס איז דאס אויך געווען פונקט אזוי גילטיג, פארוואס איז נישט בייגעפאלען אונזער הייליגע רבי׳ן דער לוחם מלחמת ה׳ און דער עמוד האש ההולך לפני המחנה אין די נאכט פון די גלות זיך צו קעמפפען אויף אזא וועג?

יא, מיר האבען געמאכט הפגנות אינדערויסען. ווען? ווען דער ציל איז געווען דער גויישע גאס. מיר האבען גענוצט דער טאקטיק פון דער גאס, ביים באהאנדלען דער גאס. אסאך גדולי ישראל האבען זיך שטארק געדינגען אויף אונזער הייליגע רבי׳ן, נישט פארשטייענדיג ווי איהם וויאזוי מען פירט אזא קעמפף, און זייענדיג עטוואס נגוע ליידער אין ציונות רח"ל. אבער צו נוצען דער גאס אויסצולערנען אונזער תלמידים וואס צו טראכטען? מאן דכר שמיה?

סשוינישטא ווער עס זאל זאגן שלש סעודות תורה
אין סטאדיום איז מען רעדי צו הערן

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:34 pm

· #404108
איינטרעסאנט? אז די אלע וועלכע קריכן יעצט ארויס פון די וואודווארק, האבן נישט געהאט די זעלבע טעמים ונימוקים. אדער די זעלבע חששות פאריאר ווען מ'האט געמאכט דעם כינוס הגדול אין בארקלעי'ס...! נאר יעצט, פאר עפעס א סיבה האבן זיי זיך דערמאנט....!

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:22 pm

· #404117
איש את רעהו
תנו כבוד לתורה
א ריזיגע מספר רבנים חתמ'ן

אז מ'האט שוין איין רב הרב יאזאפאוויטש וואס אונטער זיין נאמען שטייט נישט סאטמאר אדער קרית יואל, פארוואס אים לייגן אונטן אינגאנצן ביים עק?

ימים ידברו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:25 pm

· #404118
נתתי שמחה בלבי... צו זעהן אז הרב אליקים שלעזינגער ! איז יא דא ! יעדר ווייסט ווען הרב שטרנבוך מיט הרב אליקים זענען אויף איין פעידזש.. ווי נארמאלע מענטשען באלאנגען....
האפענטליך וועט זיך צושטעלען הרב חיים לייב כץ און עס איז דא א פיינע בית דין ....

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:21 pm

· #404122
[quote="berlbalaguleh"]איינטרעסאנט? אז די אלע וועלכע קריכן יעצט ארויס פון די וואודווארק, האבן נישט געהאט די זעלבע טעמים ונימוקים. אדער די זעלבע חששות פאריאר ווען מ'האט געמאכט דעם כינוס הגדול אין בארקלעי'ס...! נאר יעצט, פאר עפעס א סיבה האבן זיי זיך

אנשולדיגט אבער דיין קשיא מאכט ניט קיין סענס. פאריאר איז געווען א כינוס מחאה נגד גזירות רעות...... ליין ביטע איבער זיין מעסידזש....

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:23 pm

· #404123
איש את רעהו
תנו כבוד לתורה
א ריזיגע מספר רבנים חתמ'ן

מיינסט עס ערענסט אדער מאכסט ליצנות?

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:26 pm

· #404124
איש את רעהו
תנו כבוד לתורה
א ריזיגע מספר רבנים חתמ'ן

ווי האט די רבי זי"ע געזאגט אז סאטמאר דארף געלט מאכט מען פרישע עשירים...  וואס טיט מען ווען מען דארף אינטערשריפטן פאר שטערענבוך ??? 

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:43 pm

· #404142
אמת ויציב ונכון
איש את רעהו
תנו כבוד לתורה
א ריזיגע מספר רבנים חתמ'ן

מיינסט עס ערענסט אדער מאכסט ליצנות?

its a joke

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:29 pm

· #404149
יעצט באקומען אין וואטסעפפ, מסתמא נישט אמת..

ברעיקינג ניוז:

הגאון האדיר ראב"ד ירושלים אפגעזאגט צו רעדן ביים כינוס.

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געשיקט שליח מיוחד אין לעיקוואוד, צו רעדן צום ראב"ד שליט"א, פריוואט, ווען ער איז נישט ארומגענומען מיט די אנשי דלא מעלי, און אים קלאר מסביר זיין אז די כינוס איז דער גרעסטער הירוס, און אז ער, דער רבי שליט"א האט חלילה גארנישט קעגן אים פערזענליך, פארקערט: רבינו שליט"א וויל אים זייער אויפנעמען און אים מאכן א גרויסארטיגן קבלת פנים בחוצות וויליאמסבורג, און ווייזן פאר די טויזנטער ערליכע אידן, אז סאטמארע אידן זענען נכנע פאר דעם בית דין הגדול שבירושלים עיה"ק, פאר'ן גאב"ד און פאר'ן ראב"ד און פאר אלע תלמידי חכמים.

דער שליח מיוחד, א גאר חשוב'ער תלמיד חכם מרבים, פון די גרעסטע ראשי ישיבות אין לעיקוואד, האט איבערגעגעבן דעם טעלעפאן פאר'ן ראב"ד, און דער ראב"ד האט פערזענליך גערעדט צום רבי'ן בערך 15 מינוט.

1) רבינו שליט"א האט אים געזאגט אז אלץ עת לעשות ה' הפרו תורתך, זאל דער ראב"ד למען השם נישט אויפטרעטן ביים כינוס, ווייל דער כינוס טשעפעט אים פערזענליך - דער כינוס איז נאר חרוב צו מאכן די שיטה הקדושה.

2) הראב"ד שליט"א האט געזאגט פארקערט אז ער וועט יא רעדן גאר שארף קעגן גיוס. האט אים דער רבי געזאגט אז די גאנצע רעדן קעגן גיוס איז נאר א שפיל. ווייל דער אמת איז קלאר אז דער כינוס איז א פראטעסט אים קעגן פערזענליך און שטעכט אים אריין א מעסער.

3) הראב"ד שליט"א האט פראבירט מסביר צו זיין אז אזוי ווי איז ער שוין דא, ער האט שוין געמאכט א דרשה, און שוין געקומען צו פליען. אפשר זאל אים דער רבי יא לאזן רעדן אויף עפעס א וועג.

4) רבינו האט זיך ב"ה געהאלטן זייער שטארק און געזאגט פארקערט. אז כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה, און נאך סאך מער, ווייל ס'ועט ארויסקומען א כבוד שמים אז ער וועט נישט רעדן.

5) הראב"ד שליט"א האט געזאגט אז מ'קען למעשה אויפטאן, אויב מ'רעדט צו א ציבור אידן וועגן די שיטה, אפשר איז דאך כדאי צו רעדן, און זיי אויפקלערן און זיי מקרב צו זיין צום אמת.

6) רבינו שליט"א האט מסביר געווען אז ס'איז דער מעסעדזש אז מ'גייט נישט, איז דאך מער ווי דאס אז מ'קע אויפטאן. מ'ווייסט דאך קלאר אז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז מ'טאר נישט זיצן מיט רשעים אפילו מ'קען אויפטאן. אפילו מ'קען זיי מקרב זיין קעגן גיוס איז דאס זיך אפהאלטן פון אהינגיין דאך בעסער. און דער רבי שליט"א גאר הערצליך מבטיח געווען פאר'ן ראב"ד אז ער מיינט חלילה גארנישט קעגן אים.

נאך א קורצע צייט האט דער ראב"ד געזאגט פאר רבינו שליטי"א אויב דער רבי האט פערזענליך צער דערפון ער ציט זיך ארויס. און זיך שטארק אנטשולדיגט פאר'ן דעם אומאנגעמליכקייט וואס ער האט פאראורזאכט, און האט גאר שטארק געבעטן אז דער רבי זאל אים מוחל זיין.

דער פלאן איז אז מ'וועט פון יעצט ביז זונטאג פראבירן נישט צו לאזן קיינעם פון די אנשי דלא מעלי אפצושרעקן דעם ראב"ד שליט"א אדער סטראשען מיט עפעס, ווייל זיי זענען דאך עלול אויף אלעם כידוע.

לויט'ן פלאן וועט דער זיך רבינו שליט"א טרעפן מיט'ן ראב"ד אין לעיקוואוד א' שלח אין בנות דבורה זאל ביי די גרויסארטיגע שבע ברכות בחצרות קדשינו.

פרטים יבואו

ליפא » דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:39 pm

· #404150
ביטע...

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:49 pm

· #404153
דער דאס
באקומען אין וואטסעפפ, מסתמא נישט אמת..

יעצט זע איך אז די מקור איז פון שאולזאהן..

טאקע נישט ווערט צו רעדן דערפון.

בן ישי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:07 pm

· #404156
אסיפות עסקנים
📎 DeigJREXUAEdosT.jpg 📎 DejPCDGXcAA8lK3.jpg

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:44 pm

· #404162
דער דאס
דער דאס
באקומען אין וואטסעפפ, מסתמא נישט אמת..

יעצט זע איך אז די מקור איז פון שאולזאהן..

טאקע נישט ווערט צו רעדן דערפון.

האסט באמת קודם געטראכט אז עס איז יא עפעס ווערט?

דער דאס » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:28 pm

· #404164
כ'האב געשריבן:

דער דאס
באקומען אין וואטסעפפ, מסתמא נישט אמת..

בן ישי » פרייטאג יוני 1, 2018 4:02 am

· #404233
....
📎 DelDMhCUcAA7ySI.jpg 📎 DelDMg-U8AA7K1s.jpg 📎 DeldjsQUwAAiyIQ.jpg

בן ישי » פרייטאג יוני 1, 2018 4:04 am

· #404234
.
📎 DeiFvYHW4AEJKPv.jpg 📎 DeiLgHrXkAAbiLu.jpg 📎 DeiLnYBX4AIzid7.jpg

בן ישי » פרייטאג יוני 1, 2018 4:31 am

· #404238
.
📎 DenE5iXVMAAY19z.jpg 📎 DenE5ibV4AA3Trd.jpg 📎 DenE5iYUwAAQhqF.jpg 📎 DenFx-IUwAAEn9M.jpg

בן ישי » פרייטאג יוני 1, 2018 7:52 am

· #404248
מודעות
📎 4.jpg 📎 2.jpg 📎 3.jpg 📎 LAP.png

בן ישי » פרייטאג יוני 1, 2018 7:57 am

· #404250
נאך
📎 unnamed %284%29.jpg 📎 unnamed %285%29.jpg 📎 IMG-20180601-WA0005.jpg

איש את רעהו » פרייטאג יוני 1, 2018 8:52 am

· #404258
וויען רב, רבי חיים לייב זענען שוין נישט אויפן ליסטע צו נאכגיין נאך זיי
הער איך אז פארשידענע רבנים האבן פינקט זינטיג וויכטיגע אפוינטמענטס

ליפא » פרייטאג יוני 1, 2018 8:57 am

· #404260
איש את רעהו
וויען רב, רבי חיים לייב זענען שוין נישט אויפן ליסטע צו נאכגיין נאך זיי
הער איך אז פארשידענע רבנים האבן פינקט זינטיג וויכטיגע אפוינטמענטס

די צוויי זיצן שבעה

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 1, 2018 9:35 am

· #404263
איש את רעהו
וויען רב, רבי חיים לייב זענען שוין נישט אויפן ליסטע צו נאכגיין נאך זיי
הער איך אז פארשידענע רבנים האבן פינקט זינטיג וויכטיגע אפוינטמענטס

ר' חיים לייב וואלט אין זיין לעבן נישט געגאנגען צו א סאטמארע כינוס.
וויענער רב האט אויך נישט געהאט קיין הו''א צו קומען דאסמאל.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 1, 2018 9:39 am

· #404264
זאג נאכאמאל?📎 unnamed %286%29.jpeg

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יוני 1, 2018 9:42 am

· #404266
איסר האטלקי
איש את רעהו
וויען רב, רבי חיים לייב זענען שוין נישט אויפן ליסטע צו נאכגיין נאך זיי
הער איך אז פארשידענע רבנים האבן פינקט זינטיג וויכטיגע אפוינטמענטס

ר' חיים לייב וואלט אין זיין לעבן נישט געגאנגען צו א סאטמארע כינוס.
וויענער רב האט אויך נישט געהאט קיין הו''א צו קומען דאסמאל.

פארוואס האט וויען רב נישט געוואלט ?
רבי חיים לייב איז א תלמיד, פארוואס זאל ער נישט וועלן

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 1, 2018 10:31 am

· #404271
ס'איז פארהאן א קבלה פונעם לעגאנדארישען קייזער נאַפּאָלעאָן: זאלטס קיינמאל נישט פארפירן א קאמף מיט דיין פיינט, נאך דעם וואס ער האט פארלוירן א שלאכט.

די רעאקציע צום בעפארשטייענדן הייליגן כינוס, נעמט פולשטענדיג ארויס פון גלייכגעוויכט אלע משכילים, ק.ש. שרייבער, זאליבאנעצעס, בעלזאים למיניהם (מערווערדיג: נישט די ציונים, זיי האבן ווארשיינליך פארפאקט דעם גאנצן כינוס אין זייער אונטערשטען קעשענע). אזש די זאלי-זיידעס זעלבסט זענען אויפגעשטאנען בחצות הלילה ווי פרעה מיט די פיגאמעס, און ארום רומפאזשירט אין די שטילע וויליאמסבורגער גאסן ווי שווארצע קעץ וואס זוכן אין די מיסט קאסטנס, און האבן גענוי ווי די עקלהאפטע פאטאריחות אנגעפירקלט די ווענט מיט שמוציגע געמיינע לאזונגען און גלייכצייטיג געפליקט פלאקאטן מיט גרויס גרומצארן:

אויב דאס איז די רעאקציע נאך פארן כינוס, ווער ווייסט וואס ס'וועט זיין נאכן כינוס? ג-ט העלף אמעריקע....

כ'האף אז די כינוס עסקנים האבן צוגעגרייט גענוג בונקערס פאר די אנקומענדעדע נוקליערע אטאקע, וועלכע וועט פילייכט קומן צו פליען דעם קומענדיגען זונטאג נאכט....

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 1, 2018 11:36 am

· #404278
איך בין נאכמער צומישט. ווען מ'זאגט אז יעדער איז קעגען סאטמאר, איז די תשובה "יא! אזוי קומט עס! דאס איז א ראיה אז מיר זיינען גערעכט! ווייל מ'שרייבט קעגען אונז!"

ווען מ'זעט א 'מעמד' און א 'קינות' און א 'ריזיגע כבוד שמים' טאראראם, איז עס א ראיה אויף צדקת דרכם, ווייל 'קוק וויפיהל מיר האבען'.

וויאזוי שטימען די צוויי זאכען? אפשר דארף עס זיין פארקערט, פון די אלע שרייבערס קעגען ענק איז א ראיה אז ענק זענען נישט גערעכט, און פון די פיהלע בארענטשעס איז א ראיה אז די חברה וואס האלטען מיט, מוז עס זיין אומגערעכט?

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 1, 2018 12:31 pm

· #404283
ליטוואק פון בודאפעסט

די טענה אז אלע זענען פארקערט. איז שוין א אלטע טענה וועלכע א גוי האט אנגעפרעגט דעם הייליגע טענה רבי יושע בן קרחה....קוק אין מדרש רבה, כ'מיין ס'איז פרשת ויגש...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 1, 2018 12:33 pm

· #404284
איך האב געפרעגט א סתירה, האסטו מסביר געווען איין האלב. יעצט ענטפער ביידע צוזאמען. פארוואס איז א ׳ריזיגע׳ מעמד וויכטיג, לויט דיין ריב"ק?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 1, 2018 12:40 pm

· #404285
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געפרעגט א סתירה, האסטו מסביר געווען איין האלב. יעצט ענטפער ביידע צוזאמען. פארוואס איז א ׳ריזיגע׳ מעמד וויכטיג, לויט דיין ריב"ק?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוב עם הדרת מלך. וואס מער אידן קומן זיך צוזאם פארן כבוד שמים, אלס מער נחת רוח האט דער הייליגער באשעפער.

2 ווען גוים זען אז ס'קומען זיך צוזאם טויזענטער אידן און דעקלערן מיט א פעסטקייט אז ציוניזים פארטרעט נישט דעם כלל ישראל, און די אלע זאכן וואס ציונים טוען קעגן די גוים איז בלויז על דעת עצמם. און ס'האט גאר נישט איינגעשטויסן מיטן אידישן פאלק. איז דאס א קידוש שם שמים. און ס'מינומיזירט עטוואס די אנטיסמיטיזם וואס די טעטיקייטן פון די ציונים פאראורזאכן...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 1, 2018 12:42 pm

· #404286
און נאכאמאל, האסט אנגעכאפט איין צד. יעצט ענטפער די סתירה, פארוואס איז דא נומערען א ראיה און דארט איז עס א ראיה פארקערט. אפשר גאר קאפויער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 1, 2018 12:45 pm

· #404287
ליטוואק פון בודאפעסט
און נאכאמאל, האסט אנגעכאפט איין צד. יעצט ענטפער די סתירה, פארוואס איז דא נומערען א ראיה און דארט איז עס א ראיה פארקערט. אפשר גאר קאפויער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך ווייס נישט צו וואס די באציעסט דיך, קום ביטע עטוואס קלאר

יישר כח.

יעקב מענטש » פרייטאג יוני 1, 2018 1:01 pm

· #404288
ס'קוקט אויס ווי ס'איז גרויסע צרות מיט דעם הרב שטערנבוך שליט"א.

מ'שלעפט אן אלטן חשובן רב טויזנטער מיילן, מ'זאגט אים צו א מיליאן טאלער פאר זיין ישיבה, מ'אפגרעיד זיין סטאטוס צו 'שר התורה' . אלץ כדי צו גיבן מער לעגיטימאציע פארן הכתרה/קינות וואס גייט נישט רעדן פון גיוס, נאר פון ציונות 'בכלל'! גיוס באלאגנט פאר די סיקריקים!. און דא רעדט ער נעכטן נאכט אין לעיקוואד וועגן 'גיוס'. סיריעסלי? פאר דעם האט מען אים באצאלט א מיליאן טאלער? ער זאל קומען זאגן פארקערט פונעם רבין זז"ג אין זיין באקאנטע א בלק אסיפה?

נישט געזארגט דער בלאט וועט שוין זיכער מאכן אז אלץ זאל שטימען. איי ווי נעמט מען רבי שמואל'ן ע"ה

גאנצל » פרייטאג יוני 1, 2018 1:40 pm

· #404292
@יעקב געווענליך זענען אייערע תגובות מער תוכןדיג

ווייזט אויס אז די אומשטענדן האט אייך צוגעברענגט צו שרייבן הבלים

להודיע אז מ'האלט שוין בה ביי איבער א מיליאן $ פאר די ישיבה פון הרב שטערנבוך וואס איז נישט נהנה קיין פרוטה פון די שלטון

אויף דעם קען איך נאר זאגען נחמו נחמו עמי

בדא ר' אהרן -דער וואס בעט זיך צו אייך ניט צו עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק און מודה זיין אז עס איז ניט פארהאן פון די איזרעילי רעגירונג א גזירה צו צווינגען קיינעם אין מיליטער נאר מ'ברויך ארויסנעמען א דיחו כשנים קדמוניות- דער ר' אהרן לאזט ניט איבער א דרשה צו רעדן איבער דעם ווייטאג פון די שוועריקייטן וואס די ממשלה פראבירט דא דארט צו מאכן ביים לשכת און פון דעם האט אויך ר' משה גערעדט

און פון דעם גייט מען אויך רעדן ביים כנוס און אויך גייט מען רעדן פון דעם אז ס'דערנעטערט זיך דער טאג וואס דער בגץ האט ארויסגעגעבן מבטל צו זיין דעם דיחו

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 1, 2018 1:51 pm

· #404295
סאו יעצט איז די גזירה פונקט אזוי ווי משנים קדמניות? ר' משה האלט אויך אז די גזירה איז פונקט ווי אמאל? אדער ר' משה רעדט פון די צוקונפט?

גאנצל » פרייטאג יוני 1, 2018 2:02 pm

· #404297
איך כאפ ניט וואס פארשטייסטו ניט ?

איך מיין כ'האב עס קלאר געשריבען ווילסט פראבירן דאך צומאכן א צומעשעניש ?............

דער ראבד איז עפעס עובר אויף מדבר שקר תרחק ? וואס עפעס זאל ער זאגן אז מ'צווינגט אריין אין מיליטער ווען מ'צווינגט נישט ? ער איז נישט יחשד צו זאגן אז מ'באקומט נישט קיין דיחו ווען מ'באקומט יא אלזא וואס איז דיין פראגע ?

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 1, 2018 2:18 pm

· #404299
גאנצל

בדא ר' אהרן -דער וואס בעט זיך צו אייך ניט צו עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק און מודה זיין אז עס איז ניט פארהאן פון די איזרעילי רעגירונג א גזירה צו צווינגען קיינעם אין מיליטער נאר מ'ברויך ארויסנעמען א דיחו כשנים קדמוניות- דער ר' אהרן לאזט ניט איבער א דרשה צו רעדן איבער דעם ווייטאג פון די שוועריקייטן וואס די ממשלה פראבירט דא דארט צו מאכן ביים לשכת און פון דעם האט אויך ר' משה גערעדט

און פון דעם גייט מען אויך רעדן ביים כנוס און אויך גייט מען רעדן פון דעם אז ס'דערנעטערט זיך דער טאג וואס דער בגץ האט ארויסגעגעבן מבטל צו זיין דעם דיחו

דאס איז אלץ געווען שוין פאר די לעצטע זיבעציג יאר די שוועריקייטן?
דאס איז א גזירה אדער סתם א פאסירונג און האט גארנישט מיט קיין גזירות?
אויב ס'אלץ געווען, פארוואס האט דער ברך משה קיינמאל גערעדט פון דעם?
ר' משה זאגט אויך אז מ'מאכטשווער אדער אז עס איז דא א גזירה?
און אויב ס'דא א גזירה, פארוואס נישט מאכן א כינוס דערוועגן?

ביטע ענטפערן אויף יעדע פראגע קלאר און דייטליך אן קיין פינטעליך, און נישט פארדרייען וועגן סקולענער רבי'ס בריוו פאראיאר אדער וועגן די גאב''ד.

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 1, 2018 2:57 pm

· #404306
אין אנדערע נייעס:

וויליאמסבורג היטש צענטערן

די עסקנים אין וויליאמסבורג האבן אפגעמאכט פיר לאקאציעס וואו מ'וועט שטיין צו כאפן היטשעס, און מ'בעט אז די אלע וואס פארן מיט קארס זאלן אדורכפארן אויצונעמען מענטשן.

לי קארנער ראדני.
בעדפארד קארנער מוירטל.
קענט ביי הופער.
און לי ביי וואלעבאוט.

אין אנדערע ווערטער:
ביהמ''ד הג' ראדני סטריט,
ביהמ''ד קיט''ל מוירטל,
ביהמ''ד ליע גארדנס
וכדי לערבב השטן 'קענט קאר הופער'.

#נועם המידות.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 1, 2018 3:00 pm

· #404307
טאקע באמערקט אז אסאך ארונים דרייען זיך אין ראדני, אינטערעסאנט טאקע פארוואס, זיי האבן דאך אייגענע...

אייער שפייז » פרייטאג יוני 1, 2018 3:08 pm

· #404310
די ארוינים זענען די זעלבע..........

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12