berlbalagulehסיקריק: אנטשולדיג. אז איך נעם אוועק גאנצל'ס דזשאב. אבער דו ביסט נישט נאר א סיקריק. נאר א קינד אויך. דיין הילוך המחשבה איז אזוי ווי די נארישע בעיסבאלל פענס. זיי זענען גרייט צו הרג'נען איינעם פון די אנדערע טיעם וואס האלט נישט פון זייער עבודה זרה...!
די רביס'טווע איז בכלל נישט קיין ספארטס שפיעל. איך רעד פון מיר אליין. איך בין נוטה צו גיין מיט ר' אהרן. ווייל ער איז א מענטש מיט פרינציפן. ער לאזט זיך נישט נארן דורך מענטשן וועלכע האבן זייער אייגענע אגענדא. און ער האט דעם קוראזש ארויסצוזאגן זיין מיינונג ווען מ'דארף... פון לא תגורו האט מען שוין ליידער פארגעסן...!
כידוע ליודעי חן ווער סאיז גרייט אוו ווער סהאט געהארגעט מענטשן בלא שום עוול בכפם בלויז פארן נישט מיט גיין אין שפאן מיטן צודרייטן טיראן!
דרשות פון פרקי אבות קענט עטץ לייקענען ביז מארגן! היסטאריע קען מען נישט פארלייקענען!!! אהרן וכת דיליה מיט זיין היטלער יוגנט האבן גערצחט און גרודפט יעדער וואס איז נישא געגאנגען מיט זיי אין שפאן! סא ווען די רעדסט וועגן עבודה זרה, טו אויס דיינע שמיצוגע ארוונישע גלעזער און זעה די מציאות וואס פאטשט נעבעך אין פנים.
און כלפי דעם לא תגרו מפני איש... דאס האט מסתם די תורה געמיינט... אמת? א אינגע ראצער א חצוף מחוצף פאר ריזיגע גדולין, איינער וואז האט פוער פיו געוועזן פאר יעדע מנהיג בישראל וואס איז געוועזן אביסל מחולק מיט אים דאס מיינט נישט לא תגרו, דאז מיינט עז פנים לגיהנום!!
ווי אויך דאס וואס די זאגסט זיינע שיטות... וועם טרייסטו דא צו פאפן אויב נישט דיך אליינס? א מענטש מיט אייגענע מיינונגען? הע? זאג עס איבער... רעכן אויס וויפעל מאל דער איד האט שוין געטוישט שיטות לגבי גיוס און די לעצטע דריי יאר און נאכדעם וועלן מיר ויייטער רעדן צו ער האט שיטות, אדער ער דרייווט זיין באן לויט וויאזוי באיז אים געשמאק און פאליטיק און ענק קעלבער טאנצן אים נאך ווי שאף צו די שחיטה!
זהו שוואנצאנות האמור בתורה!