☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12261

אשכול אן א טיטל #12261

591 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12261
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:11 pm

· #403005
איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער ברענגען א בריסקער ראש ישיבה צו אזא כינטס וואלט געווען העכסט פאני. אין בריסק האט מען אייביג נישט גורס געווען סאטמאר, און די ליצנות פון ברענגען הרב משה שטערנבוך יעצט איז נאך א רינגעל אין די קייט פון ליצנות מיט דעם וואס סאטמאר האט געהאלטען אז בריסק איז נאנט צו זיי. נישט דער בריסקער רב האט געהאלטען מיט א כי הוא זה מיט די שיטה, און נישט זיין תלמידים. ר׳ מיכל, ר׳ בערעל און ר׳ מאיר זצ"ל האבען גארנישט געהאט מיטמענק. נאר ר׳ דוד, וואס אין בריסק איז ער א ליצנות, האט עפעס א שייכות. ר׳ בערעל האט געזאגט אז קרן הצלה געלט איז איהם נישט אנדערש ווי מדינה געלט.

יא, דער וויץ האט שוין א לאנגע בארד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:15 pm

· #403006
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער ברענגען א בריסקער ראש ישיבה צו אזא כינטס וואלט געווען העכסט פאני. אין בריסק האט מען אייביג נישט גורס געווען סאטמאר, און די ליצנות פון ברענגען הרב משה שטערנבוך יעצט איז נאך א רינגעל אין די קייט פון ליצנות מיט דעם וואס סאטמאר האט געהאלטען אז בריסק איז נאנט צו זיי. נישט דער בריסקער רב האט געהאלטען מיט א כי הוא זה מיט די שיטה, און נישט זיין תלמידים. ר׳ מיכל, ר׳ בערעל און ר׳ מאיר זצ"ל האבען גארנישט געהאט מיטמענק. נאר ר׳ דוד, וואס אין בריסק איז ער א ליצנות, האט עפעס א שייכות. ר׳ בערעל האט געזאגט אז קרן הצלה געלט איז איהם נישט אנדערש ווי מדינה געלט.

יא, דער וויץ האט שוין א לאנגע בארד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


קען זיין אין בודאפעסט וואלט עס געווען פאני און דארטן איז דא נאך זאכן וואס סאטמאר זאגט און טוט איז דארט פאני אבער איך מיין דא צווישן סאטמארע חסידים וואלט עס נישט געווען אזוי אינטערסאנט

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:46 pm

· #403054
געהערט זאגן אז רביה"ק האט געבעטן בריסקער רב אז ער וויל ארויסגעבן א ספר צוזאמען מיט איהם וועגן די איסור חמור פון בחירות. האט איהם די רב געענטפערט, "קודם פרעג מיך צי איך האלט אז בחירות איז בכלל אסור, נאכדעם קענסטו מיך פרעגן וועגן ארויסגעבן א ספר". ודפח"ח.

Gimpel » פרייטאג מאי 18, 2018 1:28 am

· #403083
די מעשה איז גיוון אין שווייץ

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 18, 2018 4:41 pm

· #403123
אויף די פראפאגאנדע פאוסטערס (פלאקאטן) פאר'ן כינוס האלט מען אין איין שרייבן "רביה"ק זי"ע". פאר די לעצטע צוועלף יאר האט די בלאט אויסגעלערענט פאר די ארונים אז ס'איז דא צוויי "רביה"ק", רביה"ק בעל דברי יואל און רביה"ק בעל ברך משה.
וואספארא חוצפה איז דאס צו שרייבן סתם רביה"ק?! כאילו די ברך משה איז נישט געווען קיין רביה"ק!

בן ישי » דינסטאג מאי 22, 2018 12:32 pm

· #403177
ווי גייט די כינוס למעשה פארקומען? איך האב געהערט אז ס'וועט נישט זיין אין די ארמארי ווי פון פריער געפלאנט אין אויף די צעטלעך שטייט נישט ווי ס'וועט זיין.

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 22, 2018 1:53 pm

· #403181
פראדענשעל סאטדיום אין נוארק.
כ'מיין אז דארט האט מהרז''ל געפלאנט מתחילה צו מאכן זיין כינוס רבבות פאר בארקלעיס.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 23, 2018 12:09 am

· #403199
berlbalaguleh
בן ישי
בלאט

בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!

ווען כ'האב געשריבן אז רב שטרנבוך לערנט פאר אויף עיברית האט @גאנצל געשריבן נעה, ס'איז נישט עיברית, ס'נאר לשון קודש מיט די ליטווישע הברה (הברה אשכנזית בלע"ז).

פארשטייסטי מיר, ווען מ'רעדט אין בארקלעי'ס בהברה אשכנזית איז עס די גרעסטע ליצנות אבער ווען רב שטרנבוך טוט אזוי איז עס פארשטענדליך.
איי, ווי נעמט מען א שמואל ווידער זאל דאס פארענטפערן

גאנצל » מיטוואך מאי 23, 2018 2:30 am

· #403207
עס דארף ענדערש זיין א ספינער צו פרעגן די קשיא

דו ווייסט טאקע נישט די חלוק פון די ליטווישע הבהרה ביז עברית ? דו מאכסטוך ווי א תם ? צו דו ביסט ? צו דו ווילסט איינרעדן אז דו ביסט ? אדער ווייסטו טאקע נישט

נקודת-אמת » מיטוואך מאי 23, 2018 7:51 am

· #403208
אויף וועלעכע שפראך לייגן אראפ די מגידי-שיעורים זייערע שיעורים אין ישיבה
עברית אדער יידיש,
ווען מ'וויל אראפ-לייגן די רשב"א'ס קשיא זאגט ער: "פרעגט דער רשב"א" אדער: "שואל הרשב"א"?
Truth or Dare

נישט אז איך בין מסכים אז ס'איז גלייך מיט די שקרים פון די בעל בכי תנינים הידוע מברקלעיס

אבער אין אמת'ן אריין, איז דאס א פראבלעם אראפ-לייגן א שיעור אויף עברית פאר בחורים וואס דאס איז זייערע מאמע-לשון?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 23, 2018 10:06 am

· #403221
נקודת-אמת


אבער אין אמת'ן אריין, איז דאס א פראבלעם אראפ-לייגן א שיעור אויף עברית פאר בחורים וואס דאס איז זייערע מאמע-לשון?


אוודאי נישט עברית! נישט לערנען איז א גרעסערע איסור ווי זיך בוקען טויזענט מאל צום צלם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך מאי 23, 2018 12:00 pm

· #403226
הגרמ שטערנבוך לערנט זיכער אויף אידיש און ניט אויף עברית פונקט גוט זיך צו בתהיענהן די אויגן כאילו ס'איז די זעלבע ווי ראבי און נאך אנשטעלן א פני תם

באמת עס איז דאך סיי ווי נישט קיין נפק"מ עברית איז נאך קלייניקייטן כלפי וואס יענקעלע כהן אויף חומת ההאס לייגט אראפ אן עבודה אויף דעם איד...... וואס איך הער לעצטע פאר טעג נישט אין שול אויף דעם ר' משה wow, איינער א תמימותדיגער סיקריק האט זיך געגעבן א צושריי היינט אינדערפרי אזוי צוהיצט דער משה שטערנבוך איז אזא שייגעץ טמא ציוני חופר קברים ער איז סאך ערגער ווי אהרן .............. זיך נישט געקענט איינהאלטן פון דעם שמאלקייט (עס איז גראדע א זיסע שמאלקייט...) ס'איז געווען פאר מיר א מילתא דבדיחותא פאר'ן טאג

גאנצל » מיטוואך מאי 23, 2018 12:30 pm

· #403228
שמעון וואלף
אויף די פראפאגאנדע פאוסטערס (פלאקאטן) פאר'ן כינוס האלט מען אין איין שרייבן "רביה"ק זי"ע". פאר די לעצטע צוועלף יאר האט די בלאט אויסגעלערענט פאר די ארונים אז ס'איז דא צוויי "רביה"ק", רביה"ק בעל דברי יואל און רביה"ק בעל ברך משה.
וואספארא חוצפה איז דאס צו שרייבן סתם רביה"ק?! כאילו די ברך משה איז נישט געווען קיין רביה"ק!


😂

וואס איך ווער דא נישט געוואויר , 😮 הייסט דאס אז דאס וואס סאטמאר רב הברך משה זצ"ל איז געווען רבי נאכ'ן דברי יואל זצ"ל איז גאר בלאט מעשיות ....... אין ריעל איז דעס בכלל נישט געווען............

וואס דער בלאט פארפירט נאר נישט דעם דור געוואלד און געשריגען

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 23, 2018 12:48 pm

· #403233
שמעון וואלף
berlbalaguleh
בן ישי
בלאט

בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!

ווען כ'האב געשריבן אז רב שטרנבוך לערנט פאר אויף עיברית האט @גאנצל געשריבן נעה, ס'איז נישט עיברית, ס'נאר לשון קודש מיט די ליטווישע הברה (הברה אשכנזית בלע"ז).

פארשטייסטי מיר, ווען מ'רעדט אין בארקלעי'ס בהברה אשכנזית איז עס די גרעסטע ליצנות אבער ווען רב שטרנבוך טוט אזוי איז עס פארשטענדליך.
איי, ווי נעמט מען א שמואל ווידער זאל דאס פארענטפערן

שמעון וואלף: מאן יימר אז הרב שטערנבוך וועט אזוי רעדן ביים כינוס. ער דארף זיך נאר א ביסל צושלייפן צו רעדן מיט'ן סאטמאר'ע עקסענט. אויסציען די ווערטער. און געבן א גרויסן קרעכץ א יעדע פאר ווערטער.

איך האב א גוטן רעבי'ן וועלכער קען איהם גוט אויסלערנען די מלאכה...הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ פלאפ...!

אויב דו האלטסט פון איהם. (מנשה פליפ-פלאפ) בעט איך דיך איבער למפרע...!

Gimpel » מיטוואך מאי 23, 2018 2:47 pm

· #403244
בשנת התשעים קשה לשנות מבטא

אדונינו » מיטוואך מאי 23, 2018 7:26 pm

· #403266
Gimpel
בשנת התשעים קשה לשנות מבטא

אז אולי נחכה לשנת התשעים ואחד.

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 23, 2018 7:34 pm

· #403267
הוא כבר בשנת התשעים ושתים

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 23, 2018 8:39 pm

· #403268
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
בן ישי
בלאט

בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!

ווען כ'האב געשריבן אז רב שטרנבוך לערנט פאר אויף עיברית האט @גאנצל געשריבן נעה, ס'איז נישט עיברית, ס'נאר לשון קודש מיט די ליטווישע הברה (הברה אשכנזית בלע"ז).

פארשטייסטי מיר, ווען מ'רעדט אין בארקלעי'ס בהברה אשכנזית איז עס די גרעסטע ליצנות אבער ווען רב שטרנבוך טוט אזוי איז עס פארשטענדליך.
איי, ווי נעמט מען א שמואל ווידער זאל דאס פארענטפערן

שמעון וואלף: מאן יימר אז הרב שטערנבוך וועט אזוי רעדן ביים כינוס. ער דארף זיך נאר א ביסל צושלייפן צו רעדן מיט'ן סאטמאר'ע עקסענט. אויסציען די ווערטער. און געבן א גרויסן קרעכץ א יעדע פאר ווערטער.

איך האב א גוטן רעבי'ן וועלכער קען איהם גוט אויסלערנען די מלאכה...הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ פלאפ...!

אויב דו האלטסט פון איהם. (מנשה פליפ-פלאפ) בעט איך דיך איבער למפרע...!

You're missing the point.
לויט ווי די פארשטייסט אז עברית בהברה אשכנזית איז א שרעקליכע ליצנות, קענסטי מיר מסביר זיין פארוואס רב שטערנבוך לערנט פאר אזוי?

למען האמת, רב שטרנבוך לערנט פאר געהעריג אויף עיברית. קוק למשל דא

בן ישי » מיטוואך מאי 23, 2018 10:32 pm

· #403281
איסר האטלקי
פראדענשעל סאטדיום אין נוארק.
כ'מיין אז דארט האט מהרז''ל געפלאנט מתחילה צו מאכן זיין כינוס רבבות פאר בארקלעיס.

מ'דארף טוישן די קעפל

בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:09 am

· #403306
דער בלאט שרייבט ווייטער אז ס'איז אין די ארמארי אבער אין די לעצטע שורה איז ער מרמז אז ס'וועט אפשר טוישן פלאץ
📎 IMG-20180524-WA0001.jpg

גאנצל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:05 pm

· #403336
אודה ולא אבוש...... זעיט אויס אז צומאל קען ער יא פארלערנען עברית פאר אזעלכע וואס פארשטייען ניט עפעס אנדערש אבער צו אראפלייגן כאילו עס איז רעגלמעסיג איז אבסורד

און נאך מער מדמה זיין א איד וואס לערנט אמאל אין עברית צו אזא מצב ווי נעמען איינעם רעדן עברית ביי א סאטמארע צוזאםקנופט איז נאכאמאל אבסורד

ביי די וועי ס'איז א הערלכע בילד צו זעין די שמחת התורה פון דעם גאון און ווי אזוי ער איז מסביר דעם ענין מלא חן

איך האב געהערט איך וויס נישט צו ס'איז אמת אז ר' משה איז געווען פון די דריי רבנים וועם די רבי האט געשיקט איבערקוקן דעם ויואל משה איידערן מוציא זיין לאור דאס איז אמאל זיכער אז הגאון ר' משה איז פון די יחידים וואס האבן באקומען א הסכמה אויף זיין ספר פונעם רבין זצ"ל

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:09 pm

· #403338
גאנצל
אודה ולא אבוש...... זעיט אויס אז צומאל קען ער יא פארלערנען עברית פאר אזעלכע וואס פארשטייען ניט עפעס אנדערש אבער צו אראפלייגן כאילו עס איז רעגלמעסיג איז אבסורד

און צו זאגן אז ער לערנט נישט רעגלמעסיג פאר אין עברית איז נאכמער אבסורד, ער איז בכלל נישט די סארט מענטש, ער האט ברוך ה' אנדערע דאגות.

יין שרף » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:20 pm

· #403341
גאנצל
אודה ולא אבוש...... זעיט אויס אז צומאל קען ער יא פארלערנען עברית פאר אזעלכע וואס פארשטייען ניט עפעס אנדערש אבער צו אראפלייגן כאילו עס איז רעגלמעסיג איז אבסורד

נישט זיכער, אבער כנראה לי איז דאס אין זיין ביהמ"ד, ביהכ"נ הגר"א אין הר נוף.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:59 pm

· #403347
רביה''ק זי''ע
גאנצל
אודה ולא אבוש...... זעיט אויס אז צומאל קען ער יא פארלערנען עברית פאר אזעלכע וואס פארשטייען ניט עפעס אנדערש אבער צו אראפלייגן כאילו עס איז רעגלמעסיג איז אבסורד

און צו זאגן אז ער לערנט נישט רעגלמעסיג פאר אין עברית איז נאכמער אבסורד, ער איז בכלל נישט די סארט מענטש, ער האט ברוך ה' אנדערע דאגות.


סארט מענטש אנדערע דאגות קומט נישט דא אריין

זיינע געווענליכע שיעורים דרשות זענען אויף אידיש און זיין שפראך מיט וואס ער רעדט איז אידיש און פראבירן פון איינציגע פאלן מאכן א קאשע סארט מענטש אנדערע דאגות איז פאלש

צוריק צו די נייעס קורסירן שמועות אז דער כינוס גייט פארקומען אין קאליסיום

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:31 pm

· #403349
אודה ולא בוש, אז ווען איך האב גערעדט מיט איהם, האט מעם גערעדט ענגליש

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:42 pm

· #403350
גאנצל
רביה''ק זי''ע
גאנצל
אודה ולא אבוש...... זעיט אויס אז צומאל קען ער יא פארלערנען עברית פאר אזעלכע וואס פארשטייען ניט עפעס אנדערש אבער צו אראפלייגן כאילו עס איז רעגלמעסיג איז אבסורד

און צו זאגן אז ער לערנט נישט רעגלמעסיג פאר אין עברית איז נאכמער אבסורד, ער איז בכלל נישט די סארט מענטש, ער האט ברוך ה' אנדערע דאגות.




סארט מענטש אנדערע דאגות קומט נישט דא אריין

זיינע געווענליכע שיעורים דרשות זענען אויף אידיש און זיין שפראך מיט וואס ער רעדט איז אידיש און פראבירן פון איינציגע פאלן מאכן א קאשע סארט מענטש אנדערע דאגות איז פאלש

צוריק צו די נייעס קורסירן שמועות אז דער כינוס גייט פארקומען אין קאליסיום


איך זעה ספארט ארום א לינק אז סקומט פאר דארט א שאו משך גאנצען טאג June 3. קען איינער אויסקלארן ווי אזוי סקען פארקומען א קינוס דארט אפשר גאר ביינעזאם מיטן שאו......

בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:40 pm

· #403362
נייע פלאץ קאנפירמט
📎 Dd_AvMeVAAA8v8X.jpg 📎 Dd_BxI6VMAM-SvM.jpg

נקודת-אמת » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:49 pm

· #403365
גאנצל
צוריק צו די נייעס קורסירן שמועות אז דער כינוס גייט פארקומען אין קאליסיום

שו הדא קוליסיום?
א וואו איז דאס?

בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:16 pm

· #403367
לי עוועניא
📎 0524180952.jpg

אייער שפייז » זונטאג מאי 27, 2018 6:36 am

· #403474
אין קרית יואל

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:16 am

· #403486
ברוכים הבאים
📎 DeMsTWWVMAEmwSV.jpg 📎 DeBH0ISU8AMhwAH.jpg

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:17 am

· #403487
טיקעטס
📎 DeEYXALUQAAlXN_.jpg

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:17 am

· #403488
סיינס ווערן אראפגעריסן...
📎 DeESFmAU8AAXKSJ.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 9:28 am

· #403489
אויב ס'איז דא פאר וועם ס'שטערט דער כינוס, איז א סימן אז עס דארף טאקע פארקומען (בעז"ה) ווייל ס'רירט אן א נערוו ביי געוויסע גרופס און יחידים...! מיר פערזענליך ליגט עס אין די לינקע פיאה. אזוי ווי דער בארקלעי כינוס. נאכאמאל. אויב ס'וועט זיין קאלטע סאודע און פרעצעלס וועל איך בלי"נ קומען...!סתם צו זעהן אן עולם אידן איז זייער שיין. צו מ'רעדט דארט שטותים אדער גאר נוצליכע זאכן איז א צווייטע פרשה...!

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:33 am

· #403490
berlbalaguleh
אויב ס'איז דא פאר וועם ס'שטערט דער כינוס, איז א סימן אז עס דארף טאקע פארקומען (בעז"ה) ווייל ס'רירט אן א נערוו ביי געוויסע גרופס און יחידים...! מיר פערזענליך ליגט עס אין די לינקע פיאה. אזוי ווי דער בארקלעי כינוס. נאכאמאל. אויב ס'וועט זיין קאלטע סאודע און פרעצעלס וועל איך בלי"נ קומען...!סתם צו זעהן אן עולם אידן איז זייער שיין. צו מ'רעדט דארט שטותים אדער גאר נוצליכע זאכן איז א צווייטע פרשה...!

פארוואס ביסטי נישט געגאנגען צו בארקלעי כינוס? די סעלצער איז געווען ווארעם? און אויב יא וויאזוי האסטי שוין געוויסט פון פריער אז ס'וועט זיין ווארעם?

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:34 am

· #403491
איינער פרובירט צו שטערן דעם כינוס
📎 DeEn02YWAAEabF-.jpg

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 9:43 am

· #403494
.
📎 unnamed %281%29.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 12:39 pm

· #403518
בן ישי: אויב דאס איז דער תכלית פון דעם כינוס. האביך מורא אז ס'וועט העלפן פונקט אזויפיהל ווי נטרונא. או.קעי. ביי נטרונא האבן א פאר אידעלעך פיין פרנסה דערפון. ווען איך וואלט געקענט אזא געשליפענעם ענגליש ווי די נטרונא שרייבערס און רעדנערס, וואלט איך מיך אפשר אויך צוגעשטעלט. זיי האבן באקוועמע דזשאבס, וואו מ'דארף אריין קומען אין אפיס בערך צווישן 11 אזייגער און איינס אזייגער נאכמיטאג. זיך צו זעצן צו די דעסקטאפס און אויסטרונקען א גלעזל אדער צוויי קאווע. און אדורכקוקן די נייעס פון טאג...און שוין. ס'איז באלד צייט צו גיין דאווענען מנחה גדולה אין שומרי שבת...! ויהי ערב ויהי בוקר...יום עבודה. ממש אזוי ווי די אפיס ארבעט אין חסד לאברהם אויף די --און פופציג'סטע גאס אין בארא פארק...!

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 6:31 pm

· #403539
.
📎 DeOs1oIVwAAzVgh.jpg 📎 DeOsG3WVQAA5pyp.jpg 📎 DeOnSjKU0AEJPBm.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 7:41 pm

· #403548
בן ישי: די באגריסונגען פון די התאחדות און קרן הצלה פאר הרב ר' משה שטערנבוך שליט"א איז בבחינת ..."ומלאך רע יענה אמן בעל כורחו"...לכאורה וואלט די התאחדות געדארפט, אין בעסטן פאל (לשיטתם/לשטויותם) איגנארירן רב שטערנבוך'ס קומען בכלל. ווייל ס'איז אן ארונ'ישע זאך. כדרכם בטיפשות. אבער דאס קענען זיי זיך נישט ערלויבן. ווייל סוכ"ס איז הרב שטערנבוך איינער פון די עמודי התווך פונ'ם ביד"צ העדה החרדית...! אזוי ווי זיי האבן געטון ווען דער תוא"י רבי שליט"א איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין ניו יארק...! האט איצא שייגעץ וחבריו בדומה לו געמוזט געבן א שטארקן שלינג און ארויסלייגן א באגריסונג...!

נאר אונז זאג מיר איהם..."לא מדובשך ולא מעוקצך"...! יישר כח. אבער מוחל טובות. דו פיהרסט דאך נישט די האתחדות מיט נאמנות. אזוי ווי דו וואלסט געדארפט. נאר דו טאנצט מיט מיט די שמאל קעפיגע זאלוני-ארוני פאליטיק. און א יעדע זאך וואס מהר"א שליט"א באווייזט אויפצוטוהן מאכסטו אוועק. ביי דיר עקזיסטירט עס פשוט נישט . להרע, יא. אבער נישט להיטיב...איז, ווער דארף דיינע טובות...!

בן ישי » זונטאג מאי 27, 2018 7:44 pm

· #403550
ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 7:57 pm

· #403552
בן ישי: ס'איז מעגליך. ווייל ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז דער חי' האט געטון א מענטשליכן שריט...!

פיינע קאווע » זונטאג מאי 27, 2018 8:52 pm

· #403556
התאחדות איז היינט צו טאג אירעלאווענט ביי רוב כלל ישראל אפגערעדט פון סאמטארע קרייז. ווען נישט זיי פירקלען אן אלע בתי מדרשים מיט ביכלעך איבער ווערים אין מילגרוים וואלט קיינער נישט געוויסט אז זיי עקזעסטירן נאך

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 9:34 pm

· #403562
פיינע קאווע: און ארגאניזירן מחאות מיט באסעס קיין מאנהעטן אדער וואשינגטאן וואו די אומגעוואשענע גופים פארן אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון פוי אקעיגן דעם .."עוכר ישראל" נתן יהוא שר"י, איז ביי דיר גארנישט...?!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 27, 2018 11:52 pm

· #403578
[ציטאט אראפגענומען]


האסטי שוין אמאל געזעהן אזא סארט מעלדונג פון התאחדות בי"ד? קוקט אויס אז דא איז געווען א מושב בי"ד און מ'איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז מ'דארף מקבל פנים זיין.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 27, 2018 11:54 pm

· #403579
berlbalaguleh
אויב ס'איז דא פאר וועם ס'שטערט דער כינוס, איז א סימן אז עס דארף טאקע פארקומען (בעז"ה) ווייל ס'רירט אן א נערוו ביי געוויסע גרופס און יחידים...! מיר פערזענליך ליגט עס אין די לינקע פיאה. אזוי ווי דער בארקלעי כינוס. נאכאמאל. אויב ס'וועט זיין קאלטע סאודע און פרעצעלס וועל איך בלי"נ קומען...!סתם צו זעהן אן עולם אידן איז זייער שיין. צו מ'רעדט דארט שטותים אדער גאר נוצליכע זאכן איז א צווייטע פרשה...!

בערל, איך הער אז מ'גיט א סיניאר סיטיזען (אהבת קדומים בלע"ז) דיסקאונט. כאפ אריין ווילאנג ס'איז אוועילעבל

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:34 am

· #403587
איך גיי ניסלעך פאר זייער מארקעטינג חכמה'לעך

Satmar Headquarters@HQSatmar
TICKETS are running out very quickly for the mega
Satmar Convention #KinesKluli Sunday June 3rd at @NYCBlive Nassau Coliseum Long Island #KinusKluli #Kinus #NassauColiseum you can still try to buy tickets at any Satmar Shul In the tri state area

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:37 am

· #403588
[ציטאט אראפגענומען]

אז די רעדסט פונעם צעטל האב איך בלויז מוסיף געווען אז ס'איז מאדנע ווייל געווענדליך זענען אזעלכע צעטלעך אויפ'ן לעדדערהעד פון התאחדות נישט פון די בי"ד

בן ישי » מאנטאג מאי 28, 2018 2:38 am

· #403593
שמעון וואלף
איך גיי ניסלעך פאר זייער מארקעטינג חכמה'לעך

Satmar Headquarters@HQSatmar
TICKETS are running out very quickly for the mega
Satmar Convention #KinesKluli Sunday June 3rd at @NYCBlive Nassau Coliseum Long Island #KinusKluli #Kinus #NassauColiseum you can still try to buy tickets at any Satmar Shul In the tri state area

איך זעה נישט די גרויסע חכמה יעדער טוהט דאס, צו ס'איז די אונטערן פלעיס אדער די כינוס כלל ישראל אלע שרייבן אז ס'גייט אויס און דערנאך גייט עס טאקע אויס.

בן ישי » מאנטאג מאי 28, 2018 3:35 am

· #403597
קבלת פנים פאר די ראב"ד שליט"א מיטוואך אין קרית יואל
📎 DePs_toUwAEsOMC.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12