☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12170
בלאט: 1 2 3 4

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:21 am

· #397424
"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים
צו מיינע ברידער אין אמעריקע, אייראפא און אומעטום; רבנים, ראשי ישיבות ושאר ירקות:

דאס הארץ מיינער איז ווידער אנגעפולט געווארן מיט פרייד און שפאנונג לערענדיג די גינסטיגע נייעס אז בקרוב וועט אנהויבן שפילן אויף איזערלישע טעלעוויזיע נאך א סעריע איבער חרדי'שע אידן און איר לעבענסשטייגער. די סעריע "אוטונומיות" וועט ווי עס שיינט פון די טרעילער, פארציילן די פיקציע-געשיכטע פון א חרדי'שע אטאנאמיע זייט-ביי-זייט מיט די פרייע מדינת ישראל.

גאנץ א גוטע געדאנק.

מיין זעהל פייערט און מיין הארץ יובל'ט. דא, אצינד, איז אפשר
אפשר די צייט צו דאנקן דעם כל יכול פאר'ן אהער שטעלן היימישע סחורה די לעצטע פאר יאר אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל געווען. אנגעהויבן פון שטיסל, און צווישן אנדערע, געענדיגט מיט כיפת ברזל און שבבאניקים. "אוטונומיות" ווערט פראדוסט דורך יהונתן אינדורסקי, דער זעלבער פראדוסער פון "שטיסל".

קיין סך איז נישט איבערגעבליבן צו זאגן, בלויז ווארטס מיט שפאנונג און כן ירבו.

וואלווי » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:16 am

· #397429
שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט

כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:48 am

· #397437
וואלווי
שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט


אמת, זיי מאכן נאך The Handmaid’s Tale

אונטער חכם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:03 am

· #397529
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
לויט ווי איך פארשטיי וועט דער מעסעדזש פון די סעריע זיין אפצושרעקן דעם עולם אז די חרדים קענען אפשר איבערנעמען די רעגירונג און דעמאלס וועט זיין געפערליך וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אויב קומט בחירות וועט עס שוין אויך זיין אומזיסטע אדווערטייזמענט פאר לאפיד , וא"כ צ"ע וויאזוי חרדישע אידן קענען זיך פרייען מיט א זאך וואס וועט מרבה זיין שנאה צו זייערע ברידער באה"ק וצ"ע.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:26 pm

· #397581
אויב די חרדים אין ישראל וועלען האבן גלייכע רעכטן ווי די פרייע, און וועלען גיין אין צבא און גיין ארבעטען וועט עס זיין די גרעסטע טובה פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

יהודי פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 3:45 pm

· #412448
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
שוין דא די ערשטע חלק

נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 5:44 pm

· #412457
אויף טעלגראם דא

טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 6:19 pm

· #412463
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
נעגעל וואסער
אויף טעלגראם דא
דא קענט איר עס האבן אויפן לינק, פאר ווער ס'האט א פילטער אדער טעלעגראם,

אוטונמיות

סקרן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:46 pm

· #412529
האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?

לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 7:54 pm

· #412562
א באמבע פון א זאך.
סיי די ענינים וועלכע זיי בארירן, די מצבים, די פיגור'ן, און רעדן אידיש?!... דאס איז א גוטס.

נעגעל וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 8:41 pm

· #412565
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
יא יא, געוואלדיגע נייעס!
די מעשה איז באמת דראמאטיש און העכסט אינטערעסאנט בפרט פאר אנשי שלומינו.

אויב קריטיק; איך ווייס נישט פארוואס איך האב עפעס נישט "געשפירט" די דראמא. אולי ווייל עס איז פיקציע במילואו. אי ווייל א חלק פון די קערעקטערס פרצופים איז מיר שוין באקאנט פון אנדערע פילמ'ס. עס קוקט אויס ווי עס איז דא אן ערנסטע מאנגל אין שפילערס בארצינו הקדושה.

לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 8:57 pm

· #412566
דאס איז די ערשטע מאווי אויפן אידישן שפראך (ווי די אקטיארן קעדן אפט מאל אידיש)?

לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 9:36 pm

· #412570
ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 11:45 pm

· #412577
גראדע האב איך אמאל געטראפן 'דער איד' אין די 'דירת המערות' אין חברון...

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 4:07 am

· #412583
געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 12:01 pm

· #412593
בד"וו איך האב אנגעקוקט דאס אז דער רבי ווארפט אריין אז ער לערנט די ספרים, אלס א זייטיגע קרישקע, נישט עפעס ספעציעל, ער האט בעיקר געוואלט צוקומען אז מ'זאל ראטעווען זיין אייניקל, און דעריבער האט ער זיך באדאנקט פאר'ן גנב פאר זיינע פריערדיגע לייסטונגען.

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 12:04 pm

· #412594
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 12:52 pm

· #412595
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
טאמבל סאס
געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט פארדעם צוקומען צו אוטונומיות?? דא אין אמעריקא איז געוועהן (אדער נאך אלץ דא) א TV שאו וואס האט געהייסן (אדער הייסט נאך אלץ) blue bloods, און דארטן האבן זיי קלאר געוויזן אז א רבי האט א מיידל חבר'טע (גיר"ל פרענ"ד בלע"ז), דאס זענען אונזערע פאלשע מנהיגים, פאר אונז זאגן זיי אז מ'טאר נישט האבן א מיידל חבר'טע, און זיי אליינס האבן יא, שומו שמים!

אזוי אויך אויף כיפת ברזל זעהט מען בפירוש ווי נישט שיין די וויזניצע ראש ישיבה פירט זיך אויף צו א טאטע וואס זיין זוהן איז געגאנגען אין מיליטער, אבער ווען זיין שוואגערס זוהן גייט אין מיליטער זאגט ער גארנישט, דאס זענען אונזערע מנהיגים!

אויך אויף שבאבניקים זעהט מען קלאר ווי נישט שיין א ראש ישיבה פירט זיך אויף צו די בחורים, ער לאזט זיי אפילו נישט נעמען קיין ווארעמע שויער און ער ווארפט ארויס בחורים נאר וועגן זייער ספרד'ישן אפשטאם, ממש א פחד!

די מנהיגים פון די מאווי'ס און TV shows זענען ממש געפערליך

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 2:26 pm

· #412602
סקרן
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 2:29 pm

· #412603
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
הוגה
סקרן
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 2:33 pm

· #412604
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
די רבי'ס גבאי הייסט דב נבון און ער איז הרב בלוך אויף שבאבניקים

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 2:58 pm

· #412605
יהודי פשוט
הוגה
סקרן
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל קוק נאכאמאל און הער זיין שטימע
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה איך בין 90% זיכער ער האט דארט געעקט
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים זיכער זיכער יא
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת

אברך משי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:01 pm

· #412606
ברוידא איז נישט קיווע
און דער רבי איז נישט שלום שטעסל

דער רבי'ס טאכטער איז געווען אויף סרוגים אלס הודיה ברוכין - די אפגעפארענע מיידל וואס פארליבט זיך אין א פרייע בחור. זי הייסט טלי שרון

אברך משי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:10 pm

· #412608
דער אדמו"ר מקרייניץ הייסט שולי ראנד
וראה זה פלא - ער איז א פרומע יוד א ברעסלעבער בעל תשובה און ער קוקט אויס אין ריל לייף כמעט ווי אויפ'ן מאווי מיט'ן גרויסען בארדע און א קאפעלוטש

אויף זיין וויקי בלאט שטייט

רנד הוא אחד מהיוצרים הבולטים ביותר של תרבות יהודית מבעלי תשובה חרדיים המשפיעים על התרבות הישראלית הכללית...

רנד נולד וגדל בבני ברק למשפחה דתית לאומית. לבלהה ולפרופ' יעקב רנד. למד בבית הספר היסודי מוהליבר שבעיר ולאחר מכן בישיבת אור עציון, ובישיבת נחלים עד גיל 18, אז יצא בשאלה. ב-1984, לאחר שירותו הצבאי בחיל הרגלים, החל ללמוד בסטודיו למשחק ניסן נתיב וב-1987 סיים את לימודיו שם, לצד יובל זמיר, דן תורן ומיכאל מורים.

בשנת 1998 חזר רנד בתשובה והצטרף לחסידות ברסלב, והוא תלמידו של הרב שלום ארוש. באותה שנה הקים מגמת תיאטרון בבית הספר לקולנוע מעלה, אולם זו נסגרה לאחר כשנתיים. בשנת הלימודים תשע"ד (2014-2015) לימד בתורת החיים - בית הספר לקולנוע יהודי.

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:13 pm

· #412609
אברך משי
ברוידא איז נישט קיווע
און דער רבי איז נישט שלום שטעסל

דער רבי'ס טאכטער איז געווען אויף סרוגים אלס הודיה ברוכין - די אפגעפארענע מיידל וואס פארליבט זיך אין א פרייע בחור. זי הייסט טלי שרון

אמת

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:23 pm

· #412611
ווייס?

איסר האטלקי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:39 pm

· #412612
[ציטאט אראפגענומען]

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער

אברך משי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 3:58 pm

· #412613
[ציטאט אראפגענומען]


הר"ר ליפא ווייס חדב"ן פון הרב שלום שטעסל האט געהאט א הויקער מיט שמייכלדיגע קליינע אויגן, און איז אגב אויך געווען יענער פרייע בחור וואס איז געווען פארליבט און צוטיילט אפאר מאל אין "סרוגים" מיט הודיה ברוכין וואס איז יעצט דעם רבי'ס טאכטער
קוקט נישט אויס ווי ברוידא. כן נראה לעניות דעתי

וכבר אמר מי שאמר כאן אז ווייזט אויס די יזראלישע טעלעוויזיע האט א מאנגל אין אקטיארן

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 4:01 pm

· #412614
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
אקטיארן וואס קענען רעדן אידיש
און דו רעדסט נאר פון אזעלעגע וואס רעדן פון חרדים

אברך משי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 4:58 pm

· #412617
שלום שטעסל אדער זיין ברודער ר' נחום פון בעלגיע האט אמאל דערציילט אין א אינטערוויו אז ער קען נישט קיין ווארט אידיש און ער האט זיך אלעס געלערנט און איינגעחאזערט על אתר וואס צו זאגן

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 5:59 pm

· #412626
אברך משי
שלום שטעסל אדער זיין ברודער ר' נחום פון בעלגיע האט אמאל דערציילט אין א אינטערוויו אז ער קען נישט קיין ווארט אידיש און ער האט זיך אלעס געלערנט און איינגעחאזערט על אתר וואס צו זאגן

כהאמיר פארגעשטעלט אזוי.

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 6:00 pm

· #412627
וועם פראבירן זיי צו ציען און שלעפן ווען זיי רעדן אידיש און אלעס איז אידיש'לעך, אפילו די סיינ'ס. מעגליך ווייל עס איז אנטי-מדינה?

יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 9:45 pm

· #412642
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
איסר האטלקי
[ציטאט אראפגענומען]

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער
ניין, שלום שטיסל'ס טאכטער הייסט נטע ריסקין, און בלומי ברוידא הייסט רותם סלע

אברך משי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 12:43 am

· #412653
יונה ברוידא הייסט אסי כהן

ראוונע » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 12:54 am

· #412654
יהודי פשוט
איסר האטלקי
[ציטאט אראפגענומען]

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער
ניין, שלום שטיסל'ס טאכטער הייסט נטע ריסקין, און בלומי ברוידא הייסט רותם סלע

ער מיינט לכאורה די ליובאוויטשע טאכטער פון נהריה

שושן פורים » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 1:08 am

· #412655
אינטערעסאנט, דער קרייניץ'ע רבי זאל זיין געזונט קוקט נישט אויס אזוי איי איי איי, זיין איידעם קוקט אבער אויס ווי א בנש"ק מיט אלע מפרשים

איסר האטלקי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 1:13 am

· #412656
אברך משי
דער אדמו"ר מקרייניץ הייסט שולי ראנד
וראה זה פלא - ער איז א פרומע יוד א ברעסלעבער בעל תשובה און ער קוקט אויס אין ריל לייף כמעט ווי אויפ'ן מאווי מיט'ן גרויסען בארדע און א קאפעלוטש

אויף זיין וויקי בלאט שטייט

רנד הוא אחד מהיוצרים הבולטים ביותר של תרבות יהודית מבעלי תשובה חרדיים המשפיעים על התרבות הישראלית הכללית...

רנד נולד וגדל בבני ברק למשפחה דתית לאומית. לבלהה ולפרופ' יעקב רנד. למד בבית הספר היסודי מוהליבר שבעיר ולאחר מכן בישיבת אור עציון, ובישיבת נחלים עד גיל 18, אז יצא בשאלה. ב-1984, לאחר שירותו הצבאי בחיל הרגלים, החל ללמוד בסטודיו למשחק ניסן נתיב וב-1987 סיים את לימודיו שם, לצד יובל זמיר, דן תורן ומיכאל מורים.

בשנת 1998 חזר רנד בתשובה והצטרף לחסידות ברסלב, והוא תלמידו של הרב שלום ארוש. באותה שנה הקים מגמת תיאטרון בבית הספר לקולנוע מעלה, אולם זו נסגרה לאחר כשנתיים. בשנת הלימודים תשע"ד (2014-2015) לימד בתורת החיים - בית הספר לקולנוע יהודי.
📎 images.jpg 📎 שולי-רנד-צדיק-4.jpg 📎 download.jpg

לבי ובשרי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2018 9:57 pm

· #412689
ווען קומט די נעקסטע?

קאצקע ציקער » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2018 11:13 pm

· #412693
איז עס אינטערסאנט ? לוינט זיך אוועקצוגעבן א שעה דערויף?

איסר האטלקי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2018 11:29 pm

· #412694
ווענד זיך וואס דו ווילסט טון אנשטאט דעם

סקרן » זונטאג סעפטעמבער 9, 2018 12:58 am

· #412701
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
[ציטאט אראפגענומען]
פאהר קיין סקווירא צו זעהן ווי אזויאזוי ס'זעהט אויס

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 9, 2018 12:34 pm

· #412706
טאמבל סאס
געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!


איך זעה נישט ווי דער רבי איז מודה אז ער זעלבסט ליינט די ביכער, סך הכל ווייסט ער אז יונה איז דער מבריח, און ניצט עס אים צו בלעקמעילען.

ער פרעגט אזוי, ווער דארף דען ליינען די ספרים, און רעבישט זיך אזוי, נו, עס איז מיין יצר הרע. ד.מ. איך בין אויך שולדיג אין דעם. כנלע"ד.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 1:06 am

· #412719
געוואלדיג !!
פירות הנושרים
א. מ'קען מען זיך דינגען דריי מאל צו סאיז חנה אדער אננע, אבער אז מען זאגט חנה'לע בלשון חיבה איז נישט שייך זיך צו דינגען
ב. ברוידא איז אויך אן ערשטע נאמען
ג. אז מען עסט חזיר זאל עס רינען אויף'ן בארד
ד. חרידישע פרויען גייען שלאפן אין צייט פון נאכטמאל מיט אויערן שטאפערס און אויגן פארשלייערס
ה.עס איז דא אזא זאך ווי א קליינער גנב און א גרויסער גנב
ו. מתים קענען פארליידען פורנו אבער נישט קיין טריפות
ז. מלקוש רעגנט אין ירושלים אבער נישט אין תל אביב
ח. שלום שטיסל קען אבעסערע אידיש ווי קרייניצע רבי
ט. קרייניצע רבי האט נישט קיין רוח הקודש
י. טעיק קעיר... זאגט מען אין עברית להתראות

סקרן » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:58 am

· #412724
שוין דא א נייע?

כלבאשבוע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:39 pm

· #412731
סקומט ארויס יעדע דאנערשטאג

סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:06 am

· #412777
היום יום חמישי
וויפיהל אזייגער גייט עס זיין?

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:04 pm

· #412812
זיי האבן נישט קיין טעלעגראם טשענעל ווי מען קען זעהן?

נעגעל וואסער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:32 pm

· #412815
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
לבי ובשרי
זיי האבן נישט קיין טעלעגראם טשענעל ווי מען קען זעהן?

שוין געברענגט אנהייב אשכול.
סנישט פון זיי, דאס איז ג'לקח'נט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:40 pm

· #412817
ששומרים גייען זיך איינברעכן ביי ברוידע אין שטוב אויפזוכן חפצים, ברוידע ווערט געשיקט צו אננא און געזעגנט זיך פון זיין ווייב.

פון זייער הצצה אויף טעלעגראם

לבי ובשרי » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 1:02 am

· #412844
איינער וויל ביטע איבערלייגן דעם טעלעגראם לינק? איך זעה עס נישט אין די פריערדיגע בלעטער. ייש"כ
בלאט: 1 2 3 4