☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11903
בלאט: 1 2 3 4

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:16 pm

· #386116
נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
מיט א געהויבענער געמוט מעלד איך די גאר גוטע נייעס אז אין די קומענדיגע פאר טעג וועט אנהויבן שפילן אויף איזרעלישע טעליוויזיע א נייע סעריע איבער חרדי'שע אידן, "כיפת ברזל". (א ווערטער שפיל פון די אייראן-דאום ראקעט שיצונג גערופן אין העברעאיש כיפת ברזל). די נייע סעריע ברענגט ארויף אין קאפ די וואויל-באקאנטע סעריע "שטיסל" וואס האט געהאלטן געשפאנט כלל ישראל פאר צוויי סעזאנס און אקוראט געשפילט די חרדי'שער קולטור, איר שיינקייט און פראבלעמען, ווי נאך קיינמאל געזען.

די נייעס איז גאר גוט, ווייל אלון זיגמן, איינער פון די דירעקטארס פון "שטיסל" וועט אויך דירעקטן "כיפת ברזל". די סעריע פארציילט די געשיכטע פון דריי פרומע סאלדאטן וואס רעקרוטירן זיך צו א נייע אפטיילוג אינערהאלב די נח"ל החרדי באטאליאן; זייער מיטמאכעניש אינדערהיים און אין די חרדי'שע געזעלשאפט, ווי אויך זייערע שוועריקייטן זיך אריינצוגלידערן אין די אלגעמיינער גאס.

דערווייל איז ארויסגעקומען א טרעילער פון די סעריע וואס זעט אויס גאר גוט. ווי עז זעט אויס ווארט אונז עפעס גוט פאר די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט. האלט אייך געשפאנט.

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 10:37 pm

· #386123
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
איך האף נאר אז דאס נעמט נישט איבער "שטיסל"... און אזעלכע ווי מער... איך קען מיך קוים באלעקן די פינגערס מיט שטיסל, איך ווארט נאכאלץ אויף די 3 עונה.... אויפן טרעילאר זע איך אז די טאטע פון גאטליב פון וועם עקיבא האט אפגעלאזט די שידוך שפילט דא אויך,

פעינטער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 10:31 am

· #386155
.

פעינטער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 10:37 am

· #386156
טרויבן88
איך האף נאר אז דאס נעמט נישט איבער "שטיסל"... און אזעלכע ווי מער... איך קען מיך קוים באלעקן די פינגערס מיט שטיסל, איך ווארט נאכאלץ אויף די 3 עונה.... אויפן טרעילאר זע איך אז די טאטע פון גאטליב פון וועם עקיבא האט אפגעלאזט די שידוך שפילט דא אויך,


דא האסטע עפעס אן אפדעיט פין שטיסל
<a class="postlink" href="http://bit.ly/2yn9xL2">http://bit.ly/2yn9xL2</a>

diff » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 10:53 am

· #386158
מסתם איזס געשטיטצט דורך די מדינה אריינצברענגען די חרידים

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:22 pm

· #386576
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
[ציטאט אראפגענומען]
תודה תודה, עכשיו יש לנו כמעט הכל... רק הסרט חסר... מתי זה מתחיל?

קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:36 pm

· #386577
לאמיר האפן אז די נייע סעריע וועט אויך אריינברענגען גיטע פרישע שרייבער ווי @אנאנים...

טעכניש » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:01 am

· #386614
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
טרויבן88
תודה תודה, עכשיו יש לנו כמעט הכל... רק הסרט חסר... מתי זה מתחיל?


"כיפת ברזל" - דרמה חדשה, קשת והחל מה-1.11 בערוץ 12

מרדכי ישראל » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:58 am

· #386620
diff
מסתם איזס געשטיטצט דורך די מדינה אריינצברענגען די חרידים

די מדינה שטיצט עס אבער נישט ווייל עס רעדט זיך פון חרדים

chosen people » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:15 pm

· #386799
אויפן טעלעגראם טשענעל האט ער שוין ארויפגעלייגט די ערשטע 2 פרקים.

מרדכי ישראל » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 8:41 pm

· #386837
עס איז דא א חרדישער וואס עקט דארט ער הייסט אברמי קרויזער

טרויבן88 » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:00 pm

· #386840
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
עס איז אביסל אומקלאר די ווידעא

יהושע חיים » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:29 pm

· #386863
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
אויב איז דאס געשטיצט דורך די מדינה וועלן זיי ווייזן ווי גוט און פרום עס איז פאר די פרימע סאלדאטען .
אבער פון וואס איך זעה איז עס גאר פארקערט

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 1:49 am

· #386874
קימט נישט צו צו שטיסל

קאוריג » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 8:35 am

· #386880
קאצקע ציקער
קימט נישט צו צו שטיסל


וואס קען מען דען זעהן פון די ערשטע צוויי פרקים....

תמר מיט יענקי איז פיינע נייעס... זיי שפילן גוט אראפ זיין שרעק, די ערשטע מאל וואס ער טוישט אויס א ווארט מיט א מיידל, די האט ציטערט אים... ער קווענקלט זיבן מאל אויב ער זאל ענטפערן... די קאליר פון זיין פנים טוישט זיך זיבן מאל

אפטעמיסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:09 am

· #387040
יעצט געענדיגט זען ביידע פרקים. נישט שלעכט, אבער נישט שטיסל. איך קלער, אנדערש ווי שטיסל שפילט דער סעריע נישט אפ די טאג טעגליכן משפחה-לעבן פונעם חרדי'שן איד, נאר א פרעמדע מציאות פון א פרומער איד אין א פרייער מיליטער. שטיסל האט גערעדט צום הארץ וויבאלד מ'האט זיך געזען אין שפיגל מיט א פעטער ווי נחום, א זיס פלימענק ווי ליבי און אן אלטע קריגס געליטענע עלטער-באבע ווי מלכה ע"ה. ס'האט אויך געהאט אסאך מער אידיש ווי די יעצטיגע סעריע, עד כדי כך אז ס'האט געהויבן אויגן ברעמען וויאזוי גענצליך פרייע אקטארס, ווייט און פרעמד פון פרומע אידן און אידיש, זאלן רעדן אזא היימישע און פליסיגע אידיש, נישט צוויי-דריי ווערטער, נאר גאנצע זאצן און שמועסן.

קען אבער זיין ס'איז צי פרי צו שרייבן אנאליזן און קומען צו מסקנות. לאמיר זען וואס די ווייטערדיגע פרקים וועלן ברענגן.

א טעות הדפוס האב איך זיכער געטראפן...
Screenshot_20171018-225405.png

קאוריג » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:46 am

· #387054
אפטעמיסט
יעצט געענדיגט זען ביידע פרקים. נישט שלעכט, אבער נישט שטיסל. איך קלער, אנדערש ווי שטיסל שפילט דער סעריע נישט אפ די טאג טעגליכן משפחה-לעבן פונעם חרדי'שן איד, נאר א פרעמדע מציאות פון א פרומער איד אין א פרייער מיליטער. שטיסל האט גערעדט צום הארץ וויבאלד מ'האט זיך געזען אין שפיגל מיט א פעטער ווי נחום, א זיס פלימענק ווי ליבי און אן אלטע קריגס געליטענע עלטער-באבע ווי מלכה ע"ה. ס'האט אויך געהאט אסאך מער אידיש ווי די יעצטיגע סעריע, עד כדי כך אז ס'האט געהויבן אויגן ברעמען וויאזוי גענצליך פרייע אקטארס, ווייט און פרעמד פון פרומע אידן און אידיש, זאלן רעדן אזא היימישע און פליסיגע אידיש, נישט צוויי-דריי ווערטער, נאר גאנצע זאצן און שמועסן.

קען אבער זיין ס'איז צי פרי צו שרייבן אנאליזן און קומען צו מסקנות. לאמיר זען וואס די ווייטערדיגע פרקים וועלן ברענגן.

א טעות הדפוס האב איך זיכער געטראפן...


יאפ, קודם כל איז עס מערסטנס מיליטער, צווייטנס דעקט עס מער פארשינדנארטיגע קרייזן, זיי האבן סיי חסידישע, אבער אויך ליטווישע און מזרחי'סטישע וכו', סאו ס'האט א ברייטערע פרעספעקטיוו, אבער ס'פארלירט די חן פון אראפשפילן ס'חרידישע לעבנסשטייגער

איך האלט אז זיי האבן נישט געקענט סתם נאכמאכן שטיסל, ווייל ס'וואלט געקלעשט, אויב למשל וואלט שטייסל באשלאסן צו גיין פאר נאך א עונה וכדו'

סמבטיון » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:00 am

· #387056
קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:55 am

· #387330
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סמבטיון
קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?
איך וועל עס טון

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 4:48 am

· #387339
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סמבטיון
קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?
גוגל דרייוו

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/folderview?id=0B7KMsIowh772R2MzaFl6dEFsNzg">https://drive.google.com/folderview?id= ... Fl6dEFsNzg</a>

סמבטיון » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:03 am

· #387344
יישר כח טרויבן, זאלסט זיין געבענטשט!

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:09 pm

· #387403
ווען קימט די נעקסטע פרק ארויס?

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:31 pm

· #387406
מארגן

סקרן » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 11:21 pm

· #387414
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 11:49 pm

· #387416
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך וועל אי"ה

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 11:59 pm

· #387418
אפטעמיסט
מארגן

לכאורה נישט ווייל ס'האט שוין ארויסגעליעקט צוויי פרקים דאס מיינט פאר די נעקסטע דארפסטו ווארטן א וואך

טרויבן88 » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 12:29 am

· #387421
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
קאצקע ציקער
אפטעמיסט
מארגן

לכאורה נישט ווייל ס'האט שוין ארויסגעליעקט צוויי פרקים דאס מיינט פאר די נעקסטע דארפסטו ווארטן א וואך
ווי איך פארשטיי ווערט די ערשטע מאל געלופטערט צוויי עפיזאדן

יתרו » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 1:48 am

· #387426
זייער שיין, נישט קיין שטיסל אבער גאר גוט.

מרדכי ישראל » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 9:04 pm

· #387486
זעט אויס אז יעדע מאל קומט ארויס 2 פרקים די וואך איז נאכאמאל געווען 2

טרויבן88 » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 11:05 pm

· #387500
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך האב ארויפגעלייגט די נעקסטע צוויי אינעם זעלבן פאלדער, ניץ די אלטע לינק אנציקומען דערצי

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 11:54 pm

· #387504
זייער בארינג

סקרן » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:32 am

· #387513
טרויבן88
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך האב ארויפגעלייגט די נעקסטע צוויי אינעם זעלבן פאלדער, ניץ די אלטע לינק אנציקומען דערצי

ווען קומען די נעקסטע צוויי?

טרויבן88 » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:20 am

· #387515
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סקרן
טרויבן88
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך האב ארויפגעלייגט די נעקסטע צוויי אינעם זעלבן פאלדער, ניץ די אלטע לינק אנציקומען דערצי

ווען קומען די נעקסטע צוויי?
מן הסתם נעקסטע וואך

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:15 am

· #387520
ס'ווערט געשפילט יעדער דינסטיק שעה 21:00 ארץ־ישראל'דיגע צייט.

א איד » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:40 am

· #387521
שוין ארויס געקומען נעכטן 3טע און 4טע.

איינער ווייסט אפשר וואס איז די סעריע all about?

וועמען טארגעט עס? איז עס א העץ קעגן חרדים? איז עס א קאמפיין צו אריינרוקן פרישע יעדים מחרדים? אדער עפעס אנדערש?

פעינטער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:37 pm

· #387544
טרויבן88
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך האב ארויפגעלייגט די נעקסטע צוויי אינעם זעלבן פאלדער, ניץ די אלטע לינק אנציקומען דערצי


קודם שקויח פארן עס ארויף לייגן אויפן דרייוו אין נאכדעם אז סיס נאר דא די ערשטע צוויי נישט פיר

אדאנק פין פאראויס

סקרן » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:42 pm

· #387545
זיי זענען זייער גוט
אבער איך כאפ נישט קודם זיי קענען זייער א גוטע אידיש אלע זענען דא עפעס חרדים דארט אדער אלעס חילונים?
וואס איז זייער פאונט מיט דעם בעד אדער נגד?

מרדכי ישראל » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:56 pm

· #387546
א איד
שוין ארויס געקומען נעכטן 3טע און 4טע.

איינער ווייסט אפשר וואס איז די סעריע all about?

וועמען טארגעט עס? איז עס א העץ קעגן חרדים? איז עס א קאמפיין צו אריינרוקן פרישע יעדים מחרדים? אדער עפעס אנדערש?

זיי טארגעטן זייערע וויוערס
זיי זיכען נישט אז חרדים זאלן עס קוקן זיי פארדינען גארנישט פון דעם
די איזראעלי טעלעוויזיע גייט זיך יעצט טוישן די טשענעלס און טשענעל 2 איז ביז יעצט געווען צאמגעשטעלט פון "קשת" און "רשת" צוטיילן זיך צי טשענעל 12 און 13

מרדכי ישראל » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:57 pm

· #387547
סקרן
זיי זענען זייער גוט
אבער איך כאפ נישט קודם זיי קענען זייער א גוטע אידיש אלע זענען דא עפעס חרדים דארט אדער אלעס חילונים?
וואס איז זייער פאונט מיט דעם בעד אדער נגד?

זיי האבן חרדים וואס העלפן זיי מיט עצות איבער דעם חרדיש'ן לעבנס שטייגער

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 3:03 pm

· #387548
דער טאטע פון יענקי איז שוואכע מעשות סיי וויזוי ער זעהט אויס און סיי זיין עקטינג

טרויבן88 » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 6:05 pm

· #387568
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
פעינטער
טרויבן88
סקרן
ביטע ארויפלייגן די נעקסטע פרק ווען ס'איז דא
איך האב ארויפגעלייגט די נעקסטע צוויי אינעם זעלבן פאלדער, ניץ די אלטע לינק אנציקומען דערצי


קודם שקויח פארן עס ארויף לייגן אויפן דרייוו אין נאכדעם אז סיס נאר דא די ערשטע צוויי נישט פיר

אדאנק פין פאראויס
איך האב יעצט פראבירט די לינק, אין עס איז דא פיר ווידעא'ס, אויב עס איז נישט דא, זאג מיר נאכאמאל

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אקטאבער 29, 2017 9:10 pm

· #387844
געוואטש
איז אזוי עס ווארעמט דאס הארץ אז אזא בתולה טובת מראה ווי תמר זאל גיין פאר א וויזניצע חסיד מיטן וואלענע טלית קטן... איז פשט אז לא אבדה תקוותנו.. דער אנדערער ליטווישער גנב איז אויך נישט אוועקצומאכען זעצט זיך אריין און אויטא אינעם פאדערשטען זיץ און נעצט זיך פלירטן און ענדיגט מיט אן הבטחה צו וואשען יעדע וואך די קאר אנשטאט מלוה מלכה, רבונו של עולם ווי זעמער אונז???

אויערבאך » זונטאג אקטאבער 29, 2017 11:08 pm

· #387866
יעקב דערמאנט מיך אסאך פון עקיבא שטיסל א ווארעמע אבער צומישטע נשמה , איך בין נייגעריג צו זעהן זיין רעאקציע ווען ער גייט זעהן אז תמר איז נישט די בלאנדע

ישראל גלויבער » זונטאג אקטאבער 29, 2017 11:12 pm

· #387868
.

סקרן » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 9:32 am

· #387891
די נעקסטע קאפיטל(עך) גייט זיין נאוועמבער 6

ישראל גלויבער » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 1:23 pm

· #387911
איינער האט א לינק ווי מ'קען עס זען בחינם? אפילו די ערשטע חלק.

סקרן » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 2:28 pm

· #387917
טרויבן88
סמבטיון
קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע עס אראפלאדענן אויף דראפבאקס?
גוגל דרייוו

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/folderview?id=0B7KMsIowh772R2MzaFl6dEFsNzg">https://drive.google.com/folderview?id= ... Fl6dEFsNzg</a>

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 5:37 pm

· #387922
סקרן
די נעקסטע קאפיטל(עך) גייט זיין נאוועמבער 6

וואס עפעס ? ס'קימט נישט ארויס יעדע וואך?

סקרן » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 5:40 pm

· #387924
אזוי איז געשטאנען אויף זייער פעיסבאוק

סקרן » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 12:56 pm

· #388498
ביטערע נייעס
ס'איז אפגעשטופט אויף דאנערשטאג
בלאט: 1 2 3 4