☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12170
בלאט: 1 2 3 4

ראוונע » מוצ"ש אקטאבער 6, 2018 11:08 pm

· #413869
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=BiT6rS0kUwg">https://m.youtube.com/watch?v=BiT6rS0kUwg</a>

הצצה לפרק 6

לבי ובשרי » זונטאג אקטאבער 7, 2018 12:07 am

· #413873
ראוונע
https://m.youtube.com/watch?v=BiT6rS0kUwg

הצצה לפרק 6

או קוקט אויס ווי עס וועט זיך גיסן בלוט... יעצט וועט מען זיך שוין לכאורה נישט אפרעדן אז עס פעלט דראמא...

לבי ובשרי » זונטאג אקטאבער 7, 2018 12:35 am

· #413876
נאט אייך א "פון הונטער די קוליסן", ווער עס זענען די אמת'ע דמותים אונטערן מאדנעם אוטונומיות סעריע...
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0K0q31LtbZw">https://www.youtube.com/watch?v=0K0q31LtbZw</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uzAh-syJYqw">https://www.youtube.com/watch?v=uzAh-syJYqw</a>

קאווע קריטיק » זונטאג אקטאבער 7, 2018 2:45 am

· #413889
לבי ובשרי
נאט אייך א "פון הונטער די קוליסן", ווער עס זענען די אמת'ע דמותים אונטערן מאדנעם אוטונומיות סעריע...
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0K0q31LtbZw">https://www.youtube.com/watch?v=0K0q31LtbZw</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uzAh-syJYqw">https://www.youtube.com/watch?v=uzAh-syJYqw</a>

פארוואס מאדנע?
א טיפישע טעלעוויזיע שוי איבער חרדישע לעבן אין ארץ ישראל.

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 7, 2018 2:50 pm

· #413941
עס איז מיר געוועהן אינטרעסאנט, אין קינדליין די וואך, איז געוועהן א ארטיקל וועגן וועד ארבע ארצות, און דער שרייבער שרייבט אז עס איז געוועהן א אידישע אטאנאמיע.

חקרן » זונטאג אקטאבער 7, 2018 3:04 pm

· #413944
איך האלט נאך ביי קאפיטל 2.

קען איינער ברענגען דראפבאקס אדער גוגל דרייוו פאר אלע פרקים ביז אהער?

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 12:11 pm

· #413992
פירות הנשורים עונה ה'
פירות הנושרים עונה ה'
1) דער בעל תפילה ימים נוראים ביים בעל שם הקדוש איז געווען דער עוזר ישראל נישט דער מגיד
2) אונזערע מלמדים מעגן זיך לערנען פון ברוידא ווי אזוי מען פארציילט די מעשה פון יונה הנביא
3) שאץ נישט אונטער די כח פון א אידישע מאמע, אפילו זי איז אויפגעוואקסען ביי קרייניצע רבי אין שטוב
4) וואס טוט זיך טוט זיך, א פראנצויז פארפאסט נישט קיין נשיקה ווען ער האט די געלעגנהייט
5) און א פרוי פארפאסט נישט צו סטראשענן מיט א קלאגע ביי די פאליציי ווען זי האט די געלעגנהייט
6) די עילויים אין קרייניץ זעהן אויס ווי די מפגרים פון כעלעם
7) זיך פארזיכערן א קדיש, מוז מען נאר געבן עפעס א נאמען ווי 'פחד יצחק' פארן גבא, און דער צוגייט ווי צוקער אין וואסער
8) עס האט אן אנדערע טעם זיך צו שערן די בארד און פאות מיט א מוזיק בעקגראונד פון קה אכסוף נועם שבת
9)אזוי אויך ווען מען ברעכט אויס חאזער,עס ברעכט זיך פשוט אנדערש
10 )ואחרון חביב, גנב'ע נישט קיין קינד אן קיין געהעריגע פלאן, אדער לכל הפחות נוץ נישט יהונתן אינדורסקי אלץ דיין סטראטגיסט פאר די קינדנעפינג

לבי ובשרי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 12:30 pm

· #413995
איך קלער אז ער רופט זיך יונה ברוידא, נאר וויבאלד ער האט געוואלט קענען דערציילן די מעשה פון יונה הנביא און עס זאל גוט אריינקומען מיט אלע פיטשיווקעס...

אברך משי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 1:45 pm

· #414002
לבי ובשרי
איך קלער אז ער רופט זיך יונה ברוידא, נאר וויבאלד ער האט געוואלט קענען דערציילן די מעשה פון יונה הנביא און עס זאל גוט אריינקומען מיט אלע פיטשיווקעס...


מילתא דפשיטא הוא אז הכי קרא שמו יונה נאר פאר דעם שטיקל אליין
און אגב איז שטארק בולט דא די טיפע און דקות'דיגע שטריכן וואס יעדער דמות אין די סעריע האט צו זיך. לענ"ד איז עס געבויט מיט שטארקע קונסט און מחשבה ("שטעסל" האט עס אויך גאנץ פיין געהאט אבער נישט ווי דא)
דעם אדמו"ר'ס מהלך המחשבה ווי א קנאות'דיגער לייב וואס גייט מיט די קאפ אין וואנט אריין (און דערמאנט ליידער פון עטליכענע מענטשן וואס אונז קענמער)
יונה ברוידא סיי זיינע אויסדריקן און זיין כאראקטער איז עפעס אויסטערליש גוט אהערגעשטעלט, ס'האט זיך געפאדערט אסאך ארבעט און טאלאנט צו קענען אהערשטעלן אזאנס
וכן על זה הדרך

נקודת-אמת » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 8:17 am

· #414067
נקודת-אמת
אויף גוגל דרייוו:
S01E01:
א ב ג ד
S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז
S01E04:
א ב ג ד
S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו
קרעדיט

קוקי » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 4:37 pm

· #414112
נקודת-אמת
נקודת-אמת
אויף גוגל דרייוו:
S01E01:
א ב ג ד
S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז
S01E04:
א ב ג ד
S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו
קרעדיט

א גרויסן דאנק! אבער די זעקסטע האסטו נישט געלייגט נאך. ס'איז צוויי מאל די פינפטע.

איסר האטלקי » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 5:16 pm

· #414116
די זעקסטע איז נאכנישט דא. דאנערשטאג וועט עס זיין.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 7:06 pm

· #414126
וואס פשט פון אזא קליינע עונה?

איסר האטלקי » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 9:12 pm

· #414136
א תלמיד חכם איז נאר משבת לשבת....

מיימון » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 10:42 pm

· #414141
כיפת ברזל נומ. 2 איז אויך קליין זעט אויס די אטענשאן ספען איז געפאלן במשך די צייט..

יואליש » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:22 am

· #414158
דער פרייער פאטער פונעם קינד, וועלכער עסט נישט חכאזער, שפילט אין די איזרעעלי דראמא שאו אויף נעטפליקס Fauda.

דעם רבי'נס פארקנעפעלטע ארבעל גריצעלט.

דער פארקלעמטער יונה, ווארשיינליך הורתו ולידתו בכף הקלע, איז די נשמה פון די שאו. א ריכטיגער אדם לעמל יולד. דער קרייניצער רבי איז די פלעזשור פון די שאו. דברי חכמים בנחת.

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:46 am

· #414162
איך גלייך עפעס נישט יונה. דער רבי איז אייזן, איך וואלט אים געקוויטלט איינמאל א וואך.

יואליש » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:23 am

· #414165
איסר האטלקי
איך גלייך עפעס נישט יונה. דער רבי איז אייזן, איך וואלט אים געקוויטלט איינמאל א וואך.


מ'קען מאריך זיין. לכשאפנה. אבער בקיצור נמרץ, כ'בין מיט דיר אז הרבי מקרייניץ איז אןיסערליך כאריזמאטיש און קלוג, זיין באנעמונג און געדאנקען אוטענטיש. ס'איז ממש א תענוג אים צו זעהן. און דאס מערסטע קרעדיט פאר די שאו אלס א חרידישע שאו קומט זיך פארן רבין און זיין הויף.

אבער די חלק פון יונה ברודא, אזוי ווי עקיבא שטיסל, איז ענטערטעינינג ווייל ס' איז disturbing. ס'איז אן פסיכילאגישע געראנגל פון א פארוואגעלטע צודריקטע נשמה, ווארשיינליך פון קינדווייז אן. ס'גיט זיך אפ מיט די טעמע פון געפיל alienation און א געפיל פון א פרעמדער ביי זיך אינדערהיים, אן אומרואיגקייט אין די אייגענע גוף - אזא יונה הנביא וואס אין געפיל האלט ער אין איין אנטלויפן. ס' איז דא אסך פאטענציעל פאר אזא קערעקטער צו זיך אויפוויקלען מיט איר טיפקייט במשך פון א סעריע.

בשעת די ווילסט הרבי מקרייניץ זאל מצליח זיין, ווי טינקעל ער זאל נאר נישט זיין, וויל מען דעם יונה פשוט אויפשאקלן מיט א "מה לך נרדם" געשריי. אבער זיין עצם וועזן מצב איז בכלל נישט אזוי פשוט און גרינג.

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:57 am

· #414166
וואס איז די פארגלייך קיווע צו יונה. קיבע האסטו מיטגעהאלטן יעדן ריר פון לעבן, געקענט דורך און אדורך, טאלאנטן און וואקלנישן... יונה הייב איך נישט אן ארויסצוהאבן, אא פארנעפלטע פיגור, קיין פארגלייך צו קיווע...

אברך משי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:11 am

· #414180
אינטרעסאנט. איך האב זיך גראדע יא שטארק "מתחבר" געווען צום דמות פון אונזער יונה ברוידא, און כ'האלט אז ער עקט אייזן!!! זיין גאנצע הלוך ילך איז א שטיק פארווייטאגטע נשמה וואס האט אסאך מיטגעמאכט אלץ קינד און ער אליין ווייסט נישט ווי און וואס ער וויל זיין. מצד אחד איז ער א "חעברעמאן" און פייפט אויפ'ן וועלט, און מצד שני וויל ער זיך האלטן צו זיינע גבולות אז ער איז נאר א קליינע גנב און נישט קיין גרויסע. יעדעס מאל ער טוט א דבר אסור שרייט זיין פנים ארויס עגמת נפש און דאגה. ער איז קלוג און שארף, רעדט דברים של טעם אין יעדער סיטואציע. וויל האבן די בעסטע פון אלע וועלטן, און ס'ציפט עם די מצב פון זיין שווארצע נשמה.

בפועל שפיגלט עס אפ דעם שרייבער און יוצר הסידרה יונתן אינדורסקי וואס ער אליין איז אזא געמיש פון חרדי מיט חילוני צוזאמען, א שנה ופירש'ניק וואס איז שטארק צוגעבינדן צו זיין חרדישען עבר און פירט זיך נאכאלץ היבש יודישלעך און איז ווארשיינליך א שטיקל יונה ברוידא מיט א אינערליכע קאנפליקט אין זיין טאג טעגליכע לעבן
זע דא א אינטערוויו מיט עם

און דער רבי זאל זיין געזונט, איי איי דער רבי מקרייניץ, האט אויך די ריכטיגע אויסדריקן אין יעדן פאל, למשל ווען ער שרייט צען מאל "געלט געלט געלט געלט געלט" מיט א מוסר ניגון. ער ווייסט ווען מ'דארף האקן אויפ'ן טיש און ווען מ'דארף צומאכן די אויגן מיט א דביקות. זיין כאראקטער איז געבויט מיט כאריזמע כאילו ער קען איבערנעמען מענטשענס געפילן אין איין מינוט, מיט א ניגון, אדער מיט א כינוי של חיבה, אדער א שטיל-בייסיגע קאמענט, און יעדער וואס קומט נאר אין זיינע ד' אמות ווערט צוגאנגען פאר עם (אויסער עלקע).
כ'האב אזוי געלאכט ווען ער איז געווען אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונג און ער זינגט דארט עפעס א נארישע תנועהלע וואס מ'קען אפילו נישט הערן און דער שוטר ווערט ממש היפנעטייזד און באגלייט עם ארויס מיט יראת הכבוד און קוקט נאך יעדע באוועגונג. ס'ברענגט ארויס וואס די שרייבערס האבן געהאט אין מיינד ביים דיזיינען דעם קרייניצער רבי זז"ג יאריך ימים על ממלכתו.

יואליש » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:58 pm

· #414190
א גיטע שאו שיינט א ליכט אויפן קאראקטער מער און מער במשך די סעריע. כ'האף אז דאס וועט געשעהן דא. אבער די premise פון די קאראקטער קען מען קלאר זעהן במה דברים אמורים.

נעגעל וואסער » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:10 pm

· #414194
די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א פרישן היט אלבום.
א לינק דא.

קרעדיט: JmusicAlbums
📎 photo_2018-10-10_18-00-37.jpg

יואליש » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:45 pm

· #414209
אברך משי

כ'האב אזוי געלאכט ווען ער איז געווען אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונג און ער זינגט דארט עפעס א נארישע תנועהלע וואס מ'קען אפילו נישט הערן און דער שוטר ווערט ממש היפנעטייזד און באגלייט עם ארויס מיט יראת הכבוד און קוקט נאך יעדע באוועגונג. ס'ברענגט ארויס וואס די שרייבערס האבן געהאט אין מיינד ביים דיזיינען דעם קרייניצער רבי זז"ג יאריך ימים על ממלכתו.


מיר האט זיך געדאכט אז דער רבי זינגט זיך אונטער דעם רוסישן ניגון חבד'סקע ריפן ניגן שאמיל.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/ywPTbhvbUVs">https://youtu.be/ywPTbhvbUVs</a>

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:19 pm

· #414220
וואס האלטס עטס דער קרייניצער ווען ער עקט ווען אלטס שלום שטיסל וואלט ער בעסער געווען ווי שלום אדער שלום שטיסל איז דא נאר איינער

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:54 pm

· #414231
שלום בלייבט שלום, אויך א מייסטער עקטער.

אדונינו » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:58 pm

· #414232
שלום איז זיכער בעסער, איך קען נישט דערליידן דעם רבין׳ס פאלשע ריש, שלום׳ס הברה איז מער ארגינעל.

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:28 pm

· #414241
איסר האטלקי
שלום בלייבט שלום, אויך א מייסטער עקטער.

אמת . שלומ'ס מעלה איז אז ער איז זייער ארגינאל און נאטירלעך. שלום האט מיר ממש דערמאנט פון א פאר טשאלמעס וואס איך קען פערזענליך . משא"כ קרייניצער רבי איז מער א נאוועל כאראקטער וואס עקזעסטירט נישט

לבי ובשרי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:56 pm

· #414247
דער יונה איז נאך אלעם גאר ווינדערליך.
מיר וואונדערט נאר: ווי אזוי האט מען טרענירט דעם קליינעם גוני'לה, אלע דעטאלן וכדומה וכיוצא.
איז זי נישט טראמאטאזירט געווארן?!...

מיימון » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:01 pm

· #414314
נתי מדיה האט שוין ארויפגעלייגט אויף טעלעגראם דעם לעצטן פרק! רבותי לאמיר זען ווער עס זיין דער ערשטער צו ענדיגן...

קאווע קריטיק » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:14 pm

· #414316
לינק ביטע?

נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:16 pm

· #414317
נקודת-אמת
נקודת-אמת
אויף גוגל דרייוו:
S01E01:
א ב ג ד
S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז
S01E04:
א ב ג ד
S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו
קרעדיט


נקודת האמת דיין געזיכט געפעלט מיר... א גרויסן דאנק פאר די לינקס!

נעגעל וואסער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:18 pm

· #414318
גוגל דרייו לינק פון פרק 6

ביטע נישט ארום שיקן.

מ'ברויך איגנארירן די ערשטע פאר מינוט. צו עפענען דארף מען לכאורה ניצן VLC Player וכדומה.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:21 pm

· #414319
ווי איז א לינק צו דער טשענעל?

נעגעל וואסער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:23 pm

· #414320
אישתישבי
ווי איז א לינק צו דער טשענעל?


<a class="postlink" href="https://t.me/Autonomies_sdarot">https://t.me/Autonomies_sdarot</a>

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:23 pm

· #414327
נו ס'גייט בליט?

לבי ובשרי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:38 pm

· #414351
דער לעצטער עונה האט מיר היפש שאקירט.

לענ"ד ענדיגט זיך עס היפש נאריש, און זיי וואלטן ווען געדארפט ענדיגן מער אינטערעסאנטער, מיט מער פשט און מער תוכן.
בכלל, שטימט נישט אז מען קלינגט אן יונה'ס געוועזענע ווייב אז יונה איז נפטר געווארן, און די ליובאוויטשער חברא קדישא פרעגט צי זי וויל באצאלן די קבורה קאסטן, ווען עטליכע מינוט נאכדעם איז יונה זעלבסט אין קאר און קוקט ארויס פון פענסטער אויף זיין אמאליגער מיטארבעטער אלס גנב, און ער קומט אן אין א ישיבה.. (אפילו, עס קען זיין אז מ'האט אין א"י געמיינט אז ער איז געשטארבן, האט מען שוין געהערט אזאנס, און עס איז נישט אזא שטארקע נקודה אינעם מעשה.

-די גאנצע חלום פון דעם יונה אינעם בית דין של מעלה, איז נאריש און זינלאז, אפגערעדט פונעם ווארט זאל, וואו ער טרעפט זיך מיט'ן אדמו"ר און זינגט שלום עליכם פאר דרייסיג סעקונדען. בכלל, קלער איך איז א שטיקל חוצפה און א קוריאזקייט אפצושפילן אזאנע מאמענטן. בפרט די פרטים דארט, ווי א סבתא ליינט א צייטונג און עס זיצן שחורים און צרועים וזבים. הגם עס איז נאר א חלום און דמיון.

-וואס איז די ענדע מיט די חנה'לע וועלכע איז אים די לעצטע תקופה געשטאנען צו זיין רעכטן היינט? אומגעקומען? נעבעך. און? דא האט זיך מיט איר געענדיגט.

-דער בחור וואפט ארויס א פלאש-באמבע פון פענסטער און פארקנאקט דערנאך די פענסטער שרייענדיג "בבקשה!" איז א גוטע ליניע... עס האט מיר געקאסט א שמייכל.

קאווע קריטיק » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 10:19 pm

· #414355
יונה, די נשמה וואס האט קיינמאל נישט שלום געמאכט מיט די צוימען ארום די אויטאנאמיע, אבער דוקא דער וואס האט געלעבט ס'ווייטסטע פון אן אויטאנאמיע גייסט שענקט די אלטימעט סעקרעפייס און פארברענט זיין קערפער ביים שטענדער, יונה וואס איז געווען דער חזיר פלייש און פארנאגארפיע ווידעא שווערצער, גיט אוועק זיין לעבן פאר דער אויטאנאמיע. דוקא דער רבי וועלכער האט געליטן די הארץ אטאקע פאר דער אויטאנאמיע, האט געוויסנביסן אויבן אין גן עדן.
יונה איז פארפוילט אין מעשים אבער ריין אין געוויסן מיט א ציכטיגן טראכט ווי יעדער בן אדם איז א איד פאר וועמען מ'דארף זארגן. דוקא דער רבי, כאטש וואס ער מיינט גוטס איז פול מיט חרטות און ספיקות און געוויסנביסנס וועלכער לערנט א לקח פאר'ן יונה'ס אציל הנפש.
יונה איז א מענטש וואס עקזיסטירט נישטאין מקום נאר אין וועזן. נישט אין עולם נאר אין נפש, ער האט נישט קיין ארט און פארנעמט נישט קיין ארט. די אויטאנאמיע איז נישט זיין פלאץ, זיין אייגענע שטוב איז נישט זיין פלאץ, -- לכבוש את המלכה עמי בבית, דער שווארצער בחור נעמט אים צו ס'אייגענע ווייב. ער איז איבעראל און אין ערגעץ. חנהלעס ארעמעס זענען צו קליין און קורצזוכטיג פאר אזא גרויסן נפש ווי יונה און ווען זי לאכט פון א נפש אומלל ווערט ער ברוגז ביז בייז בלוט.
יונה האט נישט קיין מנוחה אויף דער וועלט און אפילו דער חזיר איז אים נישט אפעטיטלעך, אבער דוקא אין טור צום בית דין של מעלה איז ער רואיג און זינגעדיג. אויפ'ן אקסל פון זיין טאטן האט ער געדארפט צוקוקן ווי זיין טאטע נעמט א קויל פאר דער אויטאנאמיע און אין לעצטן מינוט פון זיין לעבן טרעפט ער זיך ביים זעלבן ארט. יונה האט נישט קיין ווייב און נישט קיין גוירל פרענד, לעבן האט נישט קיין ארט פאר אים, ער איז טויט ביים לעבן אבער דוקא לעבעדיג ביים טויט און באווייזט איבערצולאזן א לעגעסי וואס האט גארנישט געהאט מיט זיין אויסערליכן לעבנס קוואליטעט. ווי ר' יוחנן זאגט ער טוב מותי מחיו און זיין נשמה פארט ארויף אין א קנויל פון פייער און רויעך.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 3:13 am

· #414361
לבי ובשרי
דער לעצטער עונה האט מיר היפש שאקירט.

לענ"ד ענדיגט זיך עס היפש נאריש, און זיי וואלטן ווען געדארפט ענדיגן מער אינטערעסאנטער, מיט מער פשט און מער תוכן.
בכלל, שטימט נישט אז מען קלינגט אן יונה'ס געוועזענע ווייב אז יונה איז נפטר געווארן, און די ליובאוויטשער חברא קדישא פרעגט צי זי וויל באצאלן די קבורה קאסטן, ווען עטליכע מינוט נאכדעם איז יונה זעלבסט אין קאר און קוקט ארויס פון פענסטער אויף זיין אמאליגער מיטארבעטער אלס גנב, און ער קומט אן אין א ישיבה.. (אפילו, עס קען זיין אז מ'האט אין א"י געמיינט אז ער איז געשטארבן, האט מען שוין געהערט אזאנס, און עס איז נישט אזא שטארקע נקודה אינעם מעשה.

-

חבד און די חברה דארט האבן פארטוישט זיין זהות מיט דעם אוקריינער וואס זיי האבן אריינגענומען אין קאר, מען זעט ווי עס ליגט זיין אידענטיפיקאציע אויףן געהארגעטע אוקריינער, ופשוט היא

נעגעל וואסער » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 6:16 am

· #414365
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
בדיוק.
לכאורה האט זי חתונה געהאט על סמך זה, כ'דענק נישט אז זיי זאלן זיך האבן גע'גט.

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 10:23 am

· #414371
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
נעגעל וואסער
בדיוק.
לכאורה האט זי חתונה געהאט על סמך זה, כ'דענק נישט אז זיי זאלן זיך האבן גע'גט.
ער האט איבערגעלאזט א גט ביים רבי'ן פאר ער איז ארויסגעפארן כאפן גונילע

Sent from my XT1060 using Tapatalk

אונטער חכם » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 10:48 am

· #414373
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
בענדזשאמין פרענקלין

ד. חרידישע פרויען גייען שלאפן אין צייט פון נאכטמאל מיט אויערן שטאפערס און אויגן פארשלייערס

איך האב פארשטאנען אז ער מיינט פארצושטעלן די ארימקייט אינעם אויטאנאמיע, אז דער עולם וואוינט אין קליינע איין צימערדיגע דירה'לעך.

אברך משי » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 11:51 am

· #414376
יונה האט געמאכט דעם רבי פאר א שליח לגרש, אבער די פינטל פון די מעיישה קען אפשר זיין אז זי וואלט נאכנישט געגאנגען חתונה האבן און זי וואלט עם אפגעווארט. נאר ווען זי האט געהערט פון זיין טויט און אז ער איז געווען "עם עוד מישהיא" דאס האט גורם געווען וואס האט פאסירט בעווה"ר. ס'ווערט שטארק ארויסגעברענגט ווען מ'זעט די מודעות-אבל אויפן וואנט לעבן זיין הויז ווען ער קומט אהיים וואס האט מן הסתם געמאכט אז זי זאל עם וועלן פארגעסן און אנגיין מיטן לעבן.
און מכאן אנו באים צו די נעקסטע שטאפל, אז דער שרייבער (וואס האט אין זיך אזא היסטאריע אין אלע זיינע ווערק איבערצולאזן זאכן אומפארענדיגט, און לאזט דיך איבער אסאך צו טראכטן) האט געוואלט אז די מענטשהייט זאל בלייבן מיט מחשבות ווען מ'שטעלט זיך פאר די שווערע געפילן ווען בלומא (אשת ר' יונה בזיוו"ר ואשת ר' לייביש בזוו"ש) האט געהערט/געזען אין די נייעס אז יונה איז געווען חי וקיים ביז יעצט און ער האט זיך גענומען דאס לעבן, וואספארא שולד געפילן און בענקעניש זי האט דעמאלס באקומען צו עם.
אבער לענ"ד דאס איז איין חלק וואס דער סידרה האט פארפעלט מכל וכל שוין גלייך פון אנהייב, איז צו קאנעקטן די מענטשהייט (עכ"פ מיר) צו די געפילישע פרטים פון די מעשה, כ'האב כמעט נישט געשפירט אדער מיטגעלעבט די אהבה צווישן יונה און זיין ווייב אדער יונה מיט חנהלע וואס איז אלס געווען צו טריקן און נישט הארציג. קען זיין מחמת די דראמא פון די מעשה און אנדערע סיבות האבן נישט געלאזט דעם נפש צו ווערן צעגאנגען פון אהבת איש לבחירת לבו. אבער אנדערש ווי ווען מ'וואטשט אנדערע פראפעסיאנעל-געשפילטע-געשיכטעס קען עס איבערנעמען די הרגשים צו א דרגה-עילאה-מאוד, האט עס מיר כמעט נישט באנומען. למשל ווען יונה הערט חנהלע שפילן מוזיק, ער מאכט די ריכטיגע פאקסן און תנועות פון כיסופין, אבער ס'האט נישט בארירט דאס הארץ. אדער ווען ער דערציילט די מעשה פון יונה במעי הדגה און ער רעדט פון זיין מצב, חנהלע הערט זיך צו מיט פארטרערטע אויגן, מ'כאפט אז ס'דארף צו זיין זייער עמאציאנאל אבער אין פאקט האט עס נישט געדרייט מיינע קישקעלעך.

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 2:51 pm

· #414386
אברך משי
למשל ווען יונה הערט חנהלע שפילן מוזיק, ער מאכט די ריכטיגע פאקסן און תנועות פון כיסופין, אבער ס'האט נישט בארירט דאס הארץ. אדער ווען ער דערציילט די מעשה פון יונה במעי הדגה און ער רעדט פון זיין מצב, חנהלע הערט זיך צו מיט פארטרערטע אויגן, מ'כאפט אז ס'דארף צו זיין זייער עמאציאנאל אבער אין פאקט האט עס נישט געדרייט מיינע קישקעלעך.

ווייל דאס איז טאקע יונה'ס כאראקטער זייער קאלט און עמאציענעל אייזיג

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 4:24 pm

· #414387
פירות הנשורים עונה ו'
1) ווען עס כאפט א חרטה אטאקע, ברויך מען גאר נישט טאן, נאר ווארטן א וויילע עס זאל אריבער גיין
2)מיר האבן א נייע קיצור נוסח הביננו פאר שיר למעלות אשא עיני אל ההרים
3) גנבע נישט קיין קינד פון א פראנצויז, דער איז עלול אויף רציחה דורך חנק
4) ווען מען גייט קיין אוקריינע ברויך מען זיך גוט דערלערנען שאך, עס קען צוניץ קומען ווען מען ווערט געשטראנדעט
5) עס איז דא מענטשן וואס וועלן חלילה נישט שפילן שאך פאר געלט, אבער דער איינציגען אויטא וועט ער גערן פארגעמבלן
6) ווען די ווערסט געשטראנדעט אויף טרעין טרעקס, לייג אפ די חיבוק ונישוק פאר א וויילע, נאר א וויילע עס קען דיר ראטעווען דאס לעבן
7) "פארלאזט אלע האפענונג - אייך אלע וואס קומען אריין אין מיינע טויערן" איז דער קבלת פנים אין בית דין של מעלה
8) און בית דין של מעלה נוצט מען א ייווא אידיש
9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)

לבי ובשרי » מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 8:14 pm

· #414389
וואס איז די מעשה מיט גוני'לה צום סוף?

גדליה » מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 8:51 pm

· #414390
ר' בנימין ווי האט איר געקענט פארגעסען דאס וויכטיגסטע:
לא כל יהודי בן אדם, אבל כל בן אדם יהודי

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 9:25 pm

· #414395
לבי ובשרי
וואס איז די מעשה מיט גוני'לה צום סוף?

דער אמת איז, עס ווענד זיך אסאך אין מזל. אדער איז איז עס דער אנהויב פון א גלארייכע קאריעריע פון עקטן אויף טעלעוויזיע, אדער וועט זי איין טאג זיין א פראקויפערן אין א שיך סטאר וואס זי וועט קענען זאגן פאר קליענטן אז אלס קינד האט זי געשפילט אין א פאפולערן שאו וואס האט געהייסן "אוטנומיות" אלס גוני'לע.
הכל תלוי במזל אפילו גוני'לע המתוקה

אישתישבי » מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 11:24 pm

· #414405
טאמער זי ענדיגט ביי עלקא, בלייבט זיי וואוינען אין קרייניץ, און זיי וועט נישט ארבעטן אין קיין שום שיך סטאר. זי וועט מן בזמן חתונה האבן מיט איינער פין די עילויים.

וויאזוי איז געווארען פין אפאר בחורים צוויי טויזענט משפחות איז אויך נישט צום פארשטיין.

נקודת-אמת » זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:59 am

· #414420
אוטונומיות ערשטע סעזאן
דאס איז די טעלעגראם טשענעל פון "אוטונומיות"

אויף גוגל דרייוו א יעדע קאפיטל עקסטער (קרעדיט פאר "סרטים וסדרות בדרייב"):
זיי לייגן ארויף עטליכע לינקס פון א יעדע פרק כדי אויב ס'וועט בלאקירט ווערן די אנדערע לינק והיה הלינק הנשאר לפליטה גדולה...
צומאהל לייגן זיי ארויף צוויי סארטן איכויות 480P איז אביסל שוואכער אבער ס'וועגט ווייניגער 720P איז אביסל בעסער און ס'פארנעמט מעהר פלאץ
שמעו ותחי נפשכם:

S01E01:
א ב ג ד

S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז

S01E04:
א ב ג ד

S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו

S01E06:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז

פאר די וואס האבן מיר באדאנקט וועל איך צוריק דאנקען ס'האט מיר געדויערט צייט און נערווין צו מסדר זיין די גאנצע סעזאן אזוי.
און איך וויל זיי דערמאנען אז אין קאווע שטיבל איז דא א גרינגערע וועג צו זאגן ייש"כ, דאס איז די 'לייק' באטן אויבן די לינקע זייט פון א יעדע תגובה
ייש"כ א לייק פאר אייך אלע...

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:10 am

· #414422
דאס קומט אונז לערנען ווער ס'זענען באמת די וואס קעשן איין פון די אויטאנאמיע.
בלאט: 1 2 3 4