☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12170
בלאט: 1 2 3 4

באשטעטיגט » זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:29 pm

· #414426
למי שלא הבין את הסוף
בגלל ההפגנות שם,הוא הזכיר את ההפגנות כשהיה בן תשע והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
והדבר הזה שהוא גרם למות אביו רדף אחריו כל חייו ועל גבי זה שראה שאשתו בלומה התחתנה למי שהוא אחר ,והשלטים של ברוך דיין האמת עליו ,בקיצור אתה יודע איך אדם שאבד הכל מרגיש -הוא רוצה למות, וזה בדיוק מה שקרה אחד לאחד

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:32 pm

· #414434
און וואס איז געשעהן מיט די געלט?

אברך משי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:40 pm

· #414436
בענדזשאמין פרענקלין

9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)


דער עורך האט עפעס אן אבזעשאן אז אין בית דין של מעלה ווערט מען גערופן דורך א סעקרעטאר, אנשטאט ווייסע מלאכים וואס ווארפן קאלירן ווי רעגנבויגן אויף שניי ווייסע הונטערגרונד... אויך אין שטיסל האט ער געהאט דארט דער מזכיר פון בית דין של מעלה כ'האב פארגעסן וויזוי ער הייסט. בכלל האט ער צעווארפן די גאנצע גלאנץ און הימלישקייט פון בי"ד של מעלה, ס'זעט עפעס אויס ווי אפאר טירן צו פאבליק טוילעטס אין א ביהמ"ד מיט א אלטע פרוי ביים דעסק וואס איז ווי גענומען גראד פון מיין דענטיסט'ס אפיס

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:48 pm

· #414450
אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:50 pm

· #414451
אישתישבי
אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

איך גיי מיר שוין נעמען!

לבי ובשרי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 8:56 pm

· #414452
אישתישבי
אויף יענע וועלט קוקט מען אויף פרויען. (ר' אביגדור מילער ע"ה)

און אויף די וועלט?

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 14, 2018 9:56 pm

· #414455
אין ספרים שטייט אז מען זאל זיך מדמה זיין כאילו מען איז אין גן עדן.

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:18 am

· #414457
[ציטאט אראפגענומען]

דעס איז די שכר וואס ער האט באקומען פארען באהאלטען דאס שטיקעל חאזער אין די מכנסיים

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:20 am

· #414458
אברך משי
בענדזשאמין פרענקלין

9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)


דער עורך האט עפעס אן אבזעשאן אז אין בית דין של מעלה ווערט מען גערופן דורך א סעקרעטאר, אנשטאט ווייסע מלאכים וואס ווארפן קאלירן ווי רעגנבויגן אויף שניי ווייסע הונטערגרונד... אויך אין שטיסל האט ער געהאט דארט דער מזכיר פון בית דין של מעלה כ'האב פארגעסן וויזוי ער הייסט. בכלל האט ער צעווארפן די גאנצע גלאנץ און הימלישקייט פון בי"ד של מעלה, ס'זעט עפעס אויס ווי אפאר טירן צו פאבליק טוילעטס אין א ביהמ"ד מיט א אלטע פרוי ביים דעסק וואס איז ווי גענומען גראד פון מיין דענטיסט'ס אפיס

זייבארט
אוי ווי ער זאגט דארט פאר שלומ׳ען והאמת הוא שאתה חתיכת דרעק

אונטער חכם » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:18 am

· #414472
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
עס האט געדארפט צו הייסן אז עס איז קעגן חרדים, למעשה, זעהט דער מעסעדזש אויס פונקט פארקערט.
דער שטערקסטער מעסעדזש איז די סכנה פון צווינגען מענטשן קעגן זייער אמונה מיט כוח, און די אנדערע חלקים לייגן אויך נישט אראפ די חרדים ווי שלעכטע מענטשן, אפילו דער קרייניצער רבי וואס במשך די מעשה זעהט ער טאקע אויס ווי א שרעקליכער אכזר, ווערט אויך אראפגעלייגט ביים סוף ווי איינער וואס האט עס געמיינט ערנסט.

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:19 pm

· #414506
איך ווארט שוין אויף די פרישע ניק וואס גייט ארויסשפראצן יעצט מיטן נאמען קרייניצער רבי... געווענליך נאך א סעריע שפראצט ארויס פיינע ניקים ביי שטיסל האב מיר באקימען הרב ר' @אנאנים ביי שבאבניקים האב מיר אויך באקימען א געשמאקע ניק @גדליה שליט"א
ווארט מיר צו זעהן די פרישע ניק פון דעם סעריע

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:34 pm

· #414516
קאצקע ציקער
איך ווארט שוין אויף די פרישע ניק וואס גייט ארויסשפראצן יעצט מיטן נאמען קרייניצער רבי... געווענליך נאך א סעריע שפראצט ארויס פיינע ניקים ביי שטיסל האב מיר באקימען הרב ר' @אנאנים ביי שבאבניקים האב מיר אויך באקימען א געשמאקע ניק @גדליה שליט"א
ווארט מיר צו זעהן די פרישע ניק פון דעם סעריע

אדער @ברוידא

איסר האטלקי » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:51 pm

· #414517
עמער זען אויב די גוירל פרענד דא וועט הייסן 'חנה'לע' אדער 'אנא'לע'....

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 9:25 pm

· #420473
אזויווי איך בין דאך א פארשלעפטע קרענק, האב איך הערשט יעצט געענדיגט די גאנצע סעריע. די גאנצע זאך האט נישט באמת גערעדט צו מיר, יא, ס'געווען זייער פאני ווי זיי נעמען אמת'ע זאכן און בלאזן עס אויף. למשל ווען די גבאי פונעם רב קויפט טריפ'ענע ביכער איז איין זאך, אבער אז ער קויפט עס גאר פאר'ן רבי'ן אליינס, פליז. אבער דעם שטיקל כמעט ביים סוף ווי ברוידא קוקט ארויס פונעם קאר, און זעט זיין געוועזענע ווייב מיט זיין געוועזענע אונטערשמש, האט מיר אינגאנצן צושאקלט. בכלל די גאנצע שאו איז זייער צופארן, מענטשן טוען זייער פלוצימדיגע און געוואגטע שריט וואס מאכן ניטאמאל קיין סענס, און מ'בלייבט איבער מיט זייער א ביטערן טעם אין מויל.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:48 pm

· #420561
רביה''ק זי''ע
למשל ווען די גבאי פונעם רב קויפט טריפ'ענע ביכער איז איין זאך, אבער אז ער קויפט עס גאר פאר'ן רבי'ן אליינס, פליז.

קוק איבער, די ביכער וואס ער געבט פאר'ן רבי'ן איז בסך הכל פון פרויד וכדומה, כ'דענק נישט פונקטליך, בכל אופן, נישט ערגער ווי קאווע שטיבל שטאף (עקסקלודינג קריסטנום), און להווי ידוע אז דאס איז איינע פון די אוטענטישסטע שורות אינעם סעריע

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:14 am

· #459634
בענדזשאמין פרענקלין
געזעהן פאר יו"ט און די זכרון איז שוין נישט איי איי איי, העמער זעהן וואס מען געדענקט נאך ארויס צו נעמען הלכה למעשה .
1)פאספארט פעלשעריי איז א שיינע פרנסה
2)א חרדישע פאספארט פעלשער גייט מיט טונקעלע גלעזער
3)סאיז דא א לאנד אין יוראפ וואס הייסט..געדענק איך שוין נישט ווי אזוי, אפשר אסטאניע
4)א שווארצע שייטעל קען מאכען א פרוי אויסזעהן צען יאר עלטער
5)קויפט אייך לייט קאלירן שייטלען פאר די בני בית זיי זאלען אויסזעהן צען יאר אינגער
6) אהבה LOVE, זאגען סייענטיסטן איז די שטערקסטע עמאשען, ואוטונומיות יוכיח, אז א פרוי קען פארוואנדעלט ווערען אין א גונב נפשות צו ערפילען דעם געפיהל
7) דער יונה מיטן דאשיק זעט אויס ווי איינע פון די סיריעל קיללער אקטארען וואס ערשיינט אין איינע פון די מאוויס און די 90ציגער יארן, געדענק איך שוין נישט ווי אזוי ער הייסט.
8) מען קען זיך לערנען פונעם קרייניצער ווי אזוי מען גייט אין תפיסה מיט שטאלץ אין א אויפגעהויבענע קאפ (אינטערעסאנט ער האט נישט געבעטן פונעם גבאי זאל אים אנצידען דעם ציגערעטל אויפן וועג צום תפיסה)
9) פונעם פראנצויז קען מען זיך לערענען ווען און ווי אזוי מען פסקנ'ט אריין די ווייב וועגען די הארבקייט פון צוברעכן א אידישע שטוב
10) ואחרון חביב, ווען איר זענט אין א שטוב וואס דער עיר קאנדישען באמבערט, אין איר האט נישט צוטריט צו די טערמעסטאט, ברויכט איר נישט מער ווי א שרויפען ציער און א האנטוך און אלעס איז מסודר על צד היותר טוב

געמאכט גאנצע צען, קוקט אויס די זכרון ארבעט נאך יא ב"ה

נעה, איך האב פארשטאנען אז דאס האט ער געטוהן כדי צו מאכן דער אסיסטענט אונטן זאל אוועקגיין פון זיין דעסק, גיין אויסטשעקן די עירקאנדישן, כדי חנה'לע און גוני'לע זאל קענען זיך אריינכאפן. חוץ טאמער דו זאגסט אז בדרך אגב ווייסטו שוין וואס צוטאהן ווען ס'איז צו קאלט, דעמאלס בין איך שטאט..

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:41 am

· #459636
באשטעטיגט
למי שלא הבין את הסוף
בגלל ההפגנות שם,הוא הזכיר את ההפגנות כשהיה בן תשע והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
והדבר הזה שהוא גרם למות אביו רדף אחריו כל חייו ועל גבי זה שראה שאשתו בלומה התחתנה למי שהוא אחר ,והשלטים של ברוך דיין האמת עליו ,בקיצור אתה יודע איך אדם שאבד הכל מרגיש -הוא רוצה למות, וזה בדיוק מה שקרה אחד לאחד

אני חושב שזה עמוק מדי, ובפרט זאת
והילד שם זה יונה בן תשע ,והא גרם שאביו מת
ובכן נהירא לי יותר כדברי @אונטער חכם שקרוב יותר להיות הפאנטש ליין, הגמר של הסדרה, גם כן.

Lesser » מיטוואך פעברואר 3, 2021 12:48 am

· #466404
ווינדערט מיר פארוואס זיי האבן נישט ממשיך געוועהן מיט נאך אן עונה שלימה, אזוי ווי מ'זעהט ביי משפחת שטיסל וכולי'...


קאן זיין אז דער'עולם האט נישט אזוי שטארק רעאגירט צו די גאנצע מעשה

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך פעברואר 3, 2021 9:29 am

· #466406
שוין נישט דא מיט וועם...יונה, חנהלע, קרייניצער רבי זענען שוין בעולם האמת, די אויטאנאמיע איז שוין צופאלן.

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג פעברואר 4, 2021 4:37 pm

· #466441
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
לאמיר נישט נאר'ן, דאס גאנצע זאך איז איין שטיק אומסענס און פשוט האקט קעגן חרדים... דאס ווערט נישט אויפגעכאפט ביי די אלגעמיינע ציבור, בנוגע אז האלב עולם לעבט שוין נישט איז נישט קיין תירוץ, נישט פארגעסן אז די רבי האט א איידעם וואס איז ראוי לאותה איצטלא, יונה ברודא'ס שותף לדבר מצוה לעבט נאך און ער קיין זיין די קומענדיגע קליינע גנב פון די קומענדיגע עונה,
זיי קענען ווייטער בלאזן די מעשה צו און אוקריינא און קרייניץ צו און ירושלים מבויעט צוריק אויס די דיסטאנסע.....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מיד ווי א בוים » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:06 am

· #492205
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
למעשה ביי א פרייערס אויגן קיקט ער אן די חרדים ווי באמת ווען ער איז אין קאנטראל וואלט ער געמאכט אן אטאנאמיע אבער פארוואס זאל שולע ראנד וועלן עקטן דארט?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4