בד"ה: הרהגה"צ רבי יואליש מארגנשטרן משארמאש זצוק"ל
296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11910
איבער 50 יאר איז דאס געווען א דוגמא "זאלסט וואקסן א ת"ח און יר"ש ווי ר' יואלי'ש", געווען א דוגמא וואו מען קען אנקומען מיט התמדה כאטש מען האט נישט אזאליכע כשרונות,
זיין ברידער פארציילט, אז ביי די 11 יאר איז ער שוין יעדן פארטאגס 2 אזייגער געווען און ביהמ"ד, זיין מאמע פלעגט זיך בעטן ביי אים אויף נאך א האלבע שעה (ער איז שוין געווען א יתום מאב ביי די 3 יאר).
ער פלעגט זאגן אז ער האט אלס בחור גע'חזר'ט אסאך אויף אויסענווייניג, ווייל אז ער וועט דארפן גיין ארבעטן נאך די חתונה זאל ער קענען לערנען בשעת'ן ארבייטן,
זיין פרישקייט, זיין לעבעדיגקייט, ער פלעגט קומען פארהערן און געווען די שטערקסטע סעמפל פאר אונז יונגע קינדער וואס פארא סיפוק הנפש תורה קען ברענגען.
זיין אויסקוק און אייגענארטיגקייט איז געווען א דוגמה ווי א פארצייטישע רב פון דער אלטער היים.
וועגן מחבר זיין די נאכט מיט די טאג מיט תורה, האט ער אמאל פארציילט אז ער איז אמאל פארשלאפן פלוצלינג הערט ער א פייגל קלאפן אין פענסטער, ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער געזעהן אז עס איז שוין ממש פארן עלות, און ער האט עס פארציילט ווי אינטרעסאנט עס איז געווען ווייל עס איז נישט דא דארט קיין פייגל נעסט.
פלעגט אויפהייבן יעדן טעלפאן רוף צו אים אהיים, אין אלע זמנים, ווייל אפשר רופט איינער פרעגן א שאלה.
לכאורה ווען מען האט אים געפרעגט ביים בית דין של מעלה קבעת עתים לתורה, האט ער געדארפט טראכטן א מינוט, קביעות עתים פאר עסען האט ער געהאט, קביעות עתים פאר שלאפן האט ער געהאט, אבער פאר לערנען איז נישט געווען קיין באשטימטע צייט.
זיין צפיה לישועה, מ'קען זאגן אז ער איז געווען די ישמח משה בדורינו (לפי נוסח המאמענט...) ער האט נישט מסיח דעת געווען דערפון קיין רגע, א קליינע דוגמה, מען דערציילט אז בשנת תשנ"ח, וואס כידוע האט ער פארארבעט מעשים אויף נחש"ת שוין אפאר יאר פאר דעם, אז משיח וועט קומען, יענע יאר פאר סוכות איז געווען א שריפה און שטעטל, ער איז דאן געווען פארטאגס ביי ר' אייזיק גליק'ן אין מקוה, און עס איז אנטשטאנען א שטיקל מהומה ווען מען האט געהערט אז עס ברענט, ער האט אויפגעכאפט אז עס טוט זיך עפעס א בהלה איז ער געווארן דערציטערט און ער איז ארויסגעלויפן שפעטער האט ער געזאגט אז ער איז געווען זיכער אז משיח איז געקומען.
איבער שארמאשער רב זצ"ל.
איך בין אויפגעוואקסן מיט שארמאשער רב אלס א מושג פון התמדה, זאלסט זיין אזא מתמיד ווי שארמאשער רב, איז געווען די געווענליכע וואונטש, סיי פון מיינע עלטערן, און סיי פון מיינע לערערס.
שארמאש איז געווען מיין שול שוין צענדליגע יארן צוריק, נאך פאר עס איז געווען א עמטליכע שול, שארמאשער רבס עבודת התפילה איז געווען מיט די פרישקייט פון א בחור, נישט געטוישט געווארן קיין האר די לעצטע 30 יאר, זייט איך געדענק אים.
הרה"ג ר' מרדכי בעק שליט"א האט פארציילט, אז ווען ער איז געווען א אינגערמאן אין לעיקוואד האט דארט געוואוינט דער שארמאשער רב, ער האט גערעדט מיט אים אין לערנען, און געזען אז ער געדענקט יעדן פרי מגדים אין או"ח מיטן לשון, איז ער געווארן צובראכן, אז ער איז דער גרויסער קאפ ר' מרדכי בעק, און יענער מיטן שוואכן קאפ געדענקט די גדולי האחרנים אויף אויסענווייניג, האט ער צוגעמאכט די גמ', און זיך געזעצט חזר'ן שו"ע או"ח מיט די אחרונים.... נאך צוויי וואכן האט עס געקראכט... האט ער זיך צוריק געזעצט צו גמ' תוס'....
אין הוראה איז ער טאקע אזוי געווען, ער האט געדענקט ביי יעדע שאלה א געוואלד מיט ריזיגע שטיקער אחרונים.
דאס האב איך שוין געהערט פון נאך איינעם, אז שארמאשער רב האט געזאגט אז א גרינגע סימן צו וויסן ווי א פסוק אין נ"ך איז, אז מקוקט נאך אין ש"ס ווי עס ווערט אראפגעברענגט....
ער האט לכאורה אסאך געשריבן, איך האב אמאל געהערט פון אים, ער האט זיך אנגערופן אז ער האט שוין א נאמען פאר זיין ספר, 'חידושי ריב"א', האט אים איינער געפרעגט וואס איז די אלף? האט ער געענטפערט נו, אורי, מיין טאטע האט דאך געהייסן אורי, פרעגט אים א צווייטער און וואס איז די ר"ת פון די רי"ש? האט ער זיך צושמייכלט...
ער איז אויך געווען מיין לאקאל גוטע איד. טראץ זיין עקסטרעמקייט פאר זיך, זיין העכערקייט, זיין אויסגעפלאגטקייט פון הווית עוה"ז, איז ער געווען זייער א גוטיטשקער, צוגעלאזענער, נישט געקארגט קיין ברכות, א גוא ווארט, קאמפלעמענטן, א פריינטליך קלאפ אין פלייצע, בקיצור א זיסער צדיק.
זיין פטירה ברענגט א אימידיעט און באלדיגע חסרון פארן שטעטל, די סטעדי תורה וואס ער האט געלערנט בקדושה וטהרה יעדע רגע, צו איז דאס געווען ביי מים שלנו שעפן, וואס זיינע ליפן האבן זיך געשאקלט, צו סתם א גרינעם שנייאיגן פארטאגס, דאס איז א באלדיגע פארלוסט פאר די גאנצע שטאט.
די צדקות וואס ער האט צאמגעטיילט, חיזוק פאר צובראכענע אידען, אלמנות און יתומים, דאס איז א לאך פאר אלע וואס זענען געקומען מיט אים אין בארירונג.
זאל זיין זכות מגין זיין אויף אונז, און זאלן מיר זוכה זיין צו אזא חשקות התורה, און פרישקייט אין עבודה.
ליפאלכאורה קומט דאס פון אייוועלט? שרייב צו
יאפ דאס איז פון אייוועלט ער האט שוין דארט מער תגובות פון וויפיל אידן ער האט געהאט ביי של"ש ............
ער איז געבוירן דעם זעקסטן טאג חנוכה תש"ח (6 אויכעט יסוד \ יוסף)
ער איז א חתן געווארן די פערטע נאכט חוה"מ סוכות תשכ"ח (אושפיזא דיוסף)
זיין שידוך האט זיך געצויגן זייער לאנג, מען זאגט אז די מאמע האט געזאגט מיין יואליש זאגט אז ער איז נישט גרייט, יענעם חוה"מ האט זי גערופן דעם שדכן זאגנדיג מיין יואליש זאגט אז ער איז גרייט ער וויל עס מאכן פאר די 20, ער האט געהאלטן אז זיי מיינען עס נישט ערענסט, ער האט נישט קודם געוואלט גיין פאר א בעשאוי און זי זאל נישט וועלן, אבער נאכן זעהן אז זיי לאזן נישט נאך האט ער מסכים געווען (מען זאגט אז די רבי האט נישט קודם געוואלט צושטופען דעם שידוך וואוסענדיג אז ער האט אסטמה, אבער נאכן הערן אז זיי גייען שוין צום שידוך האט ער זייער לאנג אנגעוואונשטן)
מען דערציילט אז ביים רבין'ס טיש חוה"מ האבן פרויען נישט געקענט אריינגיין נאר אויב זיי זענען געקומען פאר אלעם, ווייל די מענער זענען געשטאנען ביי זייער אריינגאנג, יענעם נאכט ביים טיש איז שרה שארמאשער געקומען שפעט און געבעטן אז מען זאל איר אדורכלאזן זיך פארענטפערענדיג אז איר שוועסטער איז א כלה געווארן יעצט, אזוי איז דער עולם דארט געוואר געווארן פונעם שידוך, שפעטער נאכן טיש ארום 3 אזייגער ווען דער עולם איז אהיים האט מען אים געזעהן גיין אויף די גאס האט איינער געזאגט קיקטס ער גייט שוין לערנען האט א צוויטער געזאגט ניין ער גייט יעצט אהיים, למעשה זענען אפאר מענטשען אים נאכגעגאנגען און געזעהן ווי ער גייט אין בית מדרש אריין, צינדט אן די לעקטער און זעצט זיך לערנען
ער האט עולה געווען שבת באווארפן ביים רבין פרשת ויגש, דער רבי האט דעמאלטס אויסגעלאזט ביי זיין שווער 'כי שנים ילדה לי אשתי' (דער אלטער שארמאשער רב האט געהאט 2 טעכטער בזו"ש) און נאכדעם האט די רבי אויסגעלאזט ביי אים 'ונפשו קשורה בנפשו'
ער האט חתונה געהאט דינסטאג ויחי ח' טבת (ממש אפאר טאג נאך די 20)
נסתלק בן שבעים 50 יאר פונעם א חתן ווערן כ' תשרי תשע"ח די פערטע נאכט חוה"מ סוכות תשכ"ח (אושפיזא דיוסף)
מפי אחיו ר' יעקב שלמה ברייער, אז זייער טאטע ר' אורי ברייער (שילדקרויט) איז געווען ביים טיש אושפיזא דיוסף תשי"א האט אים די רבי געזאגט צו שטעלן וויין אלס 'כל מה שאירה ליעקב אירה (אורי) ליוסף'

איי וויי, מי אני צו שרייבן וועגן דעם גרויסן שארמאשע רב זצ"ל און די פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן.
אייביג און יעדע תחום און יעדע נושא, וואס איז געווען שווער, א שאלה א הארה, האט מען געוואוסט "קאל שארמאשע רב" פרעג שארמאשע רב, אייביג האט ער געהאט א תשובה אויפן פלאץ, חבל על דאבדין.
דער רב איז קיינמאל נישט געפארן אויף וואקאציע לשם וואקאציע, אידן געדענקען יארן צירוק ווען ס'איז אמאל אויסגעקומען פאר הגה"צ ר"ג בערקאוויטש שליט"א צו זיין ארויס פון שטאט, פלעגן עמטליך די קאל'ס ווערן געטרענספערט צום שארמאשער רב.
זיין פריינטליכקייט האבן שוין מערערע ארויסגעברענגט, זיין סבר פנים יפות, אני הק' האב גאר לעצטענס געפראוועט א שמחה למזל טוב, בין איך געגאנגען אפנעמען א ברכת מזל טוב פון רב ביי מנחה מעריב, ער איז שוין געווען גאר שוואך, ממש געציילטע וואכן פארן הסתלקות, די גבאים האבן מיר שוין נישט געוואלט צולאזן, אבער ווען ער האט מיר באמערקט פון דערווייטענס האט ער אויסגעשטרעקט זיין הענט און אנגעוואונטשן כדרכו בקודש אויפן קול מיט ליבליכע ברכות.
ס'האט מיר א עסקן געזאגט, דער עולם רעדט פון זיין תורה עבודה, איך קען דיר זאגן זיין גמילת חסדים! צענדליגע מאל האט ער מיך געשיקט צום גמ"ח ארויס נעמען פינעווער'ס פאר אידן און ער פלעגט מיך געבן העד-טשעק'ס דעראויף!!
ס'איז מיר איינמאל אויסגעקומען צו זיין ביי איהם אין שטוב ער האט געדארפט אינטערשרייבן א בריוו לטובת א צדקה אקציע פאר איינעם מאנ"ש, ווי די סדר איז דער שרייבער שרייבט פאר נוסח און ער האט געדארפט אינטערשרייבן, ס'איז געווען א קליינע אקציע בכלל נישט פאר די גאנצע שטאט, אבער דער רב האט אפיר גענומען די נוסח איבערגעשריבן אויסגעמעקט, אליינס צוגעקלעבט די לעדער-העד, אוועקגעגעבן א גוטע צוואנציג מינוט טייערע צייט ביז ער האט געפילט עס איז שוין גענוג בכבוד און שיין אינטערצושרייבן, אלעס האט ער געטוען בשמחה מיט אזא ליבליכן חן, מי יתן לנו תמורתו!
זיין מדת הצדקה און מתן בסתר איז געווען עד להפליא
א משולח פון א''י האט מיר געזאגט אז זיין אדרעס איז געווען אויף די אדרעסן ליסטע פון משולחים !
ער פלעגט זיך אנבארגען צו טיילן ריזן סכומים, ער האט געהאט א גאנצע סדר פון בארגן און צאלן אלעס מיט א מורעדיגע סדר און פונקטלעכקייט
איינע פון זיינע באקאנטסטע צדקות איז געווען, רבי מאיר בעל הנס, ווי ער פלעגט שיקן גוזמאות פון געלטער כסדר,
ווי באקאנט פלעגט כולל שומרי החומות, באקומען גרויסע טשעקס פון אן אקאונט אונטערן נאמען יואל ברייער, זיי האבן נישט געוווסט ווער איז דער עושר ברייער וואס שיקט אזוי פיל געלט ביז זיי זענען דערגאנגען אז דאס קומט פון שארמאש רב ( נאך נישט געווען דעמאלסט אזוי באקאנט פאר א 25 יאר צוריק) זענען זיי אראפ געקומען צו אים און געזען ווי ארים ער לעבט, האבן זיי אים געזאגט אז אפשר מעגן זיי נישט נעמען פון אים אזויפיל, האט ער געזאגט אז יודען קומען צו אים פאר ישועות אין מ'גיט אים געלט, וואס קען איך דען העלפן, נאר איך בין מתפלל און שיק די געלט צו רבי מאיר, ווי רבי הירצקלע ראצפערטער פלעגט זאגן אז ביי רבי מאיר איז נישטא קיין גבאים מ'קען אלץ צוקומען....
דאס איז חוץ קביעותדיגע געלטער פאר צובראכענע משפחות, אלמנות, יתומים
ער איז געווען א זעלטענע מושלם אין אלע דריי עמודי עולם.. הוי מי יתן לנו תמורתו
והלך לפניך צדקיך...
קיינער דערמאנט נישט אז ער איז געווען ראה"כ
ער איז געווען פון די אריות שבחבורה וועלכע האבן זיך פארהערט מסכת פסחים און געקענט זיין ביים סדר טיש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
די רבי האט דעמאלטס געווינטשען אז ער וועט נישט דארפן זיין קיין "מחזר על הפתחים"
און ווי ס'איז באקאנט האט איהם דער רבי געפרעגט וויפיל מאהל ער האט גע'חזר'ט האט ער געזאגט לפי תומו: 101 מאל
דער רב זצ"ל פלעגט הייסן מיט נעמען דעם ספה"ק על הגאולה ועל התמורה. ניצל צו ווערען ביי קאורט קעיסעס.
אסאך מעשיות האבן זיך שוין ארומגעדרייט בחייו איבער די סגולה ווי וואונדערבאר עס האט געהאלפען.
איין מעשה מיט ר' יואליש ג..... משב"ק איז פארגעקומען פארנט פון א געדיכטען קאורט רום אין טאון אף מאנרא. דער זאל איז געווען פיל מיט היימישע אינגעלייט, מאנכע האבען זיך געווינדערט פארוואס ר' יואליש ג..... בלעטערט אזוי דעם על הגאולה אהין און צוריק. ר' יואליש האט זיי זיסליך ערקלערט אז אזוי ווי עס ערווארט עם מעגליך א הארבע שטראף אויף א גאנץ בינטעל ווייאלאציע'ס. האט ער גענומען א ברכה ביים רב (שליט"א) זצ"ל פארן ערשיינען אין געריכט. דער רב (שליט"א) זצ"ל האט עם געהייסען מיט נעמען דעם ספה"ק על הגאולה ועל התמורה אין ער וועט בעז"ה זיכער געהלפען ווערען.
נו, מער האט נישט אויסגעפעלט. אפאר ליצנים האבען זיך גענומען אונטער האלטען אויף זיין חשבון, אין ר' יואליש זאגט זיי ער האט אמונת צדיקים, און איז ווייטער מעיין אין ספה"ק. גייט דורך אפאר מינוט מען רופט ארויף פארן שופט א פרוי וואס רעדט נאר אינגעריש. דער שופט און דער פראסיקיאטער האבן זיך נישט געקענט דורך קומען מיט איר, דער שופט רופט אויס הויך "איז דא איינער אין זאל וואס קען אינגעריש, אין איז גרייט צו זיין א טרעסלעטער?" ר' יואליש טראכט נישט קיין צוויי, לייגט פארקנייטשט דאס בלעטעל על הגאולה ווי ער האלט, און גייט צו צום שופט מיט קאנפידענס megértem magyarul (איך פארשטיי אינגעריש בלע"ז). פאר איטליכע מינוט איז ער געווען דער דאלמעטשער פארן געריכט. נאכער פרעגט אים דער שופט פארוואס ביטו דא היינט? נעמט ער ארויס א פעקעל ווייאלאציע'ס, זאגט דער שופט צום קלוירק, מאך אויף זיין פייל, "אלעס דיסמיסד".
א שטיק צייט שפעטער איז דער רב זצ"ל געזיצען אויף א וואכנאכט, ווי איינער האט דערציילט א מאדנע מעשה פון איינע פון די פריערדיגע צדיקים, רופט זיך דער רב זצ"ל אן "נישט אלע מעשיות זענען אמת" זאגט דער בעל מספר, וועל איך דערציילען א אמת'דיגע מעשה וואס איך האב אליין בייגעוואוינט. און דערציילט פאר אלע מסובין די מעשה מיט ר' יואליש ג.....! דער רב זצ"ל זיצט אין הערט זיך איין ווארט ביי ווארט, און ריפט זיך אן מיט זיין אייגענארטיגע בא'חן'טע תנועה, " דאס איז א אמת'ע מעשה".
זיעוכי"א. חבל על דאבדין. ולא,,, משתכחין.
יחי המלך
ווי באקאנט פלעגט כולל שומרי החומות, באקומען גרויסע טשעקס פון אן אקאונט אונטערן נאמען יואל ברייער, זיי האבן נישט געוווסט ווער איז דער עושר ברייער וואס שיקט אזוי פיל געלט ביז זיי זענען דערגאנגען אז דאס קומט פון שארמאש רב ( נאך נישט געווען דעמאלסט אזוי באקאנט פאר א 25 יאר צוריק) זענען זיי אראפ געקומען צו אים און געזען ווי ארים ער לעבט, האבן זיי אים געזאגט אז אפשר מעגן זיי נישט נעמען פון אים אזויפיל,
אלעס גלייב איך אבער נישט אז שומרי החומות האט פאר איין רגע געקלערט פון אויפהערן נעמען געלט פון אים...
גאנצלקיינער דערמאנט נישט אז ער איז געווען ראה"כ
שעפעלע ער איז גוועהן דיין מיט ר געצעל וויסטי פרעג ר געצעל
גאנצלקיינער דערמאנט נישט אז ער איז געווען ראה"כ
שעפעלע ער איז גוועהן דיין מיט ר געצעל ווייסטי וואס פרעג ר געצעל
די ווארט שעפעלע מאכט עפעס שטערקער א זאך ?? קיינמאל געהערט דערפון
אלע דיינע ליגענטס דארף איך פרעגן ר' געציל ? איך פארשטיי דעס אינגאנצן נישט
קיינמאל קיין דומץ דמתא געווען און פארטיג
איך האב געהערט אז ה גאון ר' שניאר קאטליר זי''ע האט אים זייער מעריץ געווען טראץ וואס ער איז נאך געווען א יונגערמאן אין די 20גער יארן אלץ סאטמאר דיין אין לעיקוואד
זכרנו ימים מקדם ווען אבי מורי פלעגט אריבער גיין אסאך מאל ליל שב"ק צום שארמאשאר רב ז"ל מ'האט געשמועסט דברי תורה פון דארט פלעגט מען ווייטער גיין צום רב'ס באטע (היינט כ"ק אדמו"ר מהר"א) די זעלבע ביים טראגען משלוח מנות.
איך געדענק אויך ווי שארמאשאר רב האט געהאט די חזקה צו זיצן ביים טיש פונעם רבי'ן ז"ל בעל ברך משה (יעדעס יאר בין פסח לשבועות אין קרית יואל) די ערשטע ביי די לינקע זייט אין אויף הייבען די בעכער יעדע וואך
אויך האט ער געהאט זיין באשטימטע שטיבל צו לערנען אין ביהמ"ד הגדול ווען מען איז אריינגעקומען אין קידוש שטיבל צו די לינקע זייט פון דארט האט מען כסדר ארויס געהערט זיין קול תורה
איי איי, דע שריי יעדע וואך ביי קבלת שבת ''שמור וזכור בדיבור אחחחד הישמיענו ק-ל המיוחד'', ווי אויך יארן לאנג האט ער מקבל שבת געווען מיטן מאור ושמש האלטענדיג אין די הענט ביי בואי בשלום, אפילו יעצט בימי חלשיו ווי האט מען עס אים געגעבן אין די האנט פאר בואי בשלום אין האט זיך אזוי אויסגעדרייט.
דאס איז חוץ מזה וואס ער געווען בקי בע''פ אין אלע חסידישע ספרים,(חוץ מזה וואס ער איז געווען א זכרן נפלא מיט א זעלטענע זכרון וואס ער האט זיך אליין ערייכט, אויסער תורה, האט ער געדענקט הונדערטער מעוראות פונקטליך וועלכע טאג אין די וואך עס איז געווען און וואס ער האט דאמלטס געלערנט, געדענקט אויסעווייניג אלע יארצייטן הצדיקים אויפן טאג, וכדומה)
נאר אריין צוגיין אין זיין אוצר הספרים איז א עונג רוחני וואס חובבי ספרים טשאטשקענען זיך מיט כמעט "אלע" ספרים וואס איז דורכגעלערנט מדאשקע לדאשקע... אנגעצייכנט, געהיילייט, הגהות, הערות, אויף אלע בלעטער, אויך אלע דעקלעך פון אינעווייניג איז אנגעשריבן מיט זיין הערליכע כתב יד, בקוצר ממש, הונדערטער פון די היילייט מאמרים פונעם ספר.
דעם רבין'ס ספרים האט ער געקענט אויפן לשון בפרט ספה''ק "ויואל משה און על הגאולה" ער פלעגט עס פארלערנען יארן לאנג שבת נאכמיטאג פאר מנחה( דאכט זיך האט זיך דער שיעור אנגעפאנגען שנת תשמ''ז, גענדיגט מסתמא א 30 מאל )
ווי קען מען דען באשרייבן אזא אדם הגדול בענקים וואס איז כל ימיו געווען איין שטיק מיט די תורה מיט אזא חשקות און ליבשאפט דערצו,
היינט געהערט אז שוין פון די צען( 10)יאר! האט ער מחבר יום ולילה בתורה בבוקר ובערב כל ימות השנה עד זיבולא בתרייתא.
די קינדער פארציילן אז די דריי עוה''ב מסכת לא זז מתוך ידו, פסחים, בבא קמא, בבא מציעא, יעדן טאג פארן דאווענען דורך געלערנט 15 בלאט לערך, גמרא תוס' אזוי גענדיגט יעדע דרייסיג טעג אלע דריי וחוזר חלילה, איי איי ווי נעמט מען נאך אזוינס,
איינע פון זיינע חברותא'ס נאך פון ישיבה פארציילט מיר אז 6 אזייגער פארטאגס ווען ער איז געקומען לערנען האט שוין דער רב געהאלטן נאך א צוויי דריי שעה לערנען חזרן'דיג בלעטער גמרא עטליכע מאל אינעווייניג און עטלעכע מאל אויסעווייניג וחוזר חלילה,
ווי אויך אז נאכטמאל פלעגט זיין פון 6:30 ביז 7:15, פארשטייט זיך אז יואליש האט נישט געקענט ווארטן ביז די גאנצע נאכטמאל קומט ארויס פלעגט אים זיי חברותא אוועקלייגן א פארציע און ער איז געקומען עסן אום 7:10 און עס אפגעגעסן און פינעף מינוט...
ווי אויך אז תשכ''ו און כ''ז האט ער מזכה געווען די גאנצע ישיבה מיט פליישיגס די גאנצע ניין טעג מיט א סיום יעדן טאג באזונדער...
הוי האט ער געהאט רמזים אויף תשכ''ח ( שוין דעמאלטס געווען פארנומען דערמיט!! )
אביסל האבעך אמאל געהאט די זכיה זיך צו דרייען נעבן דעם צדיק וואס די גאנצע עוה''ז האט ביי אים נישט תופס מקום געווען, אילו זכינו וואלט די וועלט געקענט נהנה זיין פון די ליכטיקייט פאר נאך א שיינע צאל יארן אבל בעוונותינו הרבים חשכו מאורות בארובות, דער דור האט עס נישט ליידער זוכה געווען ווייטער. עמער זיך מוזן מחזק זיין מיטן זיך לערנען פון זיינע וועגן בתורה ובעבודה ובגמ''ח( אני הקטן האב שוין לעצטנס פרובירט צו חזרן יעדע זאך - אפילו ספרי מוסר וחסידות- צוויי דריי מאל אינעווייניג און איינמאל אויסעווייניג , וואס זאל'ך זאגן? עס גייט גאנץ שנעל אבער אזא געשמאק)
איך האב געהערט פון ידידי נ"י א חשובער סופר סת"ם. אז ער איז געפארן זיך פארהערן ביים שארמאש'ער רב זצ"ל צו באקומען א קבלה אויף סופרות. ער האט מיט גענומען זיין ספר פון סופרות. ביים פארהערן צו חזר'ן אויפן וועג ארויס פון וומ"ב. דער ספר איז שוין געווען זייער אפגערוסן די דעקל און די פארענט פאפירן.
נאכן פארהער, איז ער אראפ צום ביהמ"ד שארמאש, זיך גערייטנעדיג אויפן באס אהיימצופארן, דערמאנט ער זיך, אז ער האט איבערגעלאזט דאס ספר ביים רב זצ"ל אין שטוב.
איז ער שנעל ארויפגעגאנגען נאכאמאל אין שטוב, פשוט צו נעמען זיין ספר וואס ער האט נארוואס איבערגעלאזט, קומט אים דער רב זצ"ל אנטקעגן מיטן ספר וואס ער האט שוין צוגעקלעבט דעם דעקל מיט אלע פאפירן... כדי דער ספר זאל זיין בדרך כבוד.... וד"ל.
מתוך גדולתו אתה מוצא ענוותנותו.
גאנצלדי ווארט שעפעלע מאכט עפעס שטערקער א זאך ?? קיינמאל געהערט דערפון
אלע דיינע ליגענטס דארף איך פרעגן ר' געציל ? איך פארשטיי דעס אינגאנצן נישט
קיינמאל קיין דומץ דמתא געווען און פארטיג
איך זע די האסט נישט גארנישט מיט ר געצעל פינקט ווי די האסט גארנישט מיט ר אהרון אינז עכטע סאטמערע שמיסען מיט עם אלעס נארמאל רוב תושבי ק"י האבן שוין געשמיסט אין פארברעקט אין די אלטע צייטן שעות מיט ענקער רבי וואס עטס קענטס אפי נישט
היסטאריקעריחי המלךאיך רעד פון ק"י רעכן ארפ גירים ספרדישע אין אנגעשטעלטע שעפעלע איך האב אלע מאל אין די הייסע צייטן געוואט פאר ? אהרן ווייל איך בין גוועווען אין טערור פין די באהאלטענע קעמרעס אין וויאמסברג האבן די אהרונים געשריגען יחידם המשלטים ביז מען האט זיי געזאגט אקע לאמיר מאכן וואלן ניין דאס האבן זיי קיינמל נישט געוואלט ווייל א שקרן האט מורה ווען דער אמת קימט ארוס
איך מיין אז זאלסט דיך גיין לערנען שרייבען יודיש, וועט מען פארשטיין וואס די שרייבסט, ממש קיין איין ווארט נישט שרייבן ריכטיג? מוז מען האבן א רבי׳ן א גרויסן ע"ה
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
מייו רבי איז דער ברך מיט ר אהרן ניין איך קען נישט ר זלמן איך בין אלטס בחור געווען ביי זיינע[ ק"י רב ]באטעס ביי עם אין שטיב בערך 300 מאל אין גראדע הנאה געהאט אויך!!!! אגב רוב היינטיגע אהרונים האב איך קיינמאל ""נישט"" געזען דארט!!!!
ליטוואק פון בודאפעסטBen-ShishimGuys
Whats the sense of arguing with a Chasidus hatter
Mr. Litvak, Just go and join your friends at ..................
איך פארקויף נישט קיין הוטען, נישט פאר חסידים און נישט פאר מתנגדים. אבער פיינט האב איך טאקע דער שקר וואס רופט זיך כאסידעס, אשר אין לה עם עבודת ה', ולא עם הבעש"ט ולא עם האמת ולא כלום.
ווי קען איך טרעפען מיין חברים? איך זוך א פאר אזעלכע
Our dear friend Mr. Ben Shishim should know the difference between a HATER and a HATTER. The former is a revulsive character. The latter is a hat maker...!
איך בין נעכטן אווענט געווען אין בארא פארק, איך האב געמאכט סטאפס ביי אייכלערס, כולל גראסערי, ביהמ''ד שומר שבת, סאטמאר 53, און בינגא, איך האב באשלאסן צו פרעגן דעם המון עם איבער דעם שארמאשער רב, איך האב געוואלט זען ווי מפורסם ער איז געווען, איך האב געפרעגם 51 מענטשן, על פי רוב האב איך געזען צו פרעגן דווקא נישט סאטמארע חסידים, דווקא פונעם המון עם, חסידישע און צוגעפיצטע, ליטווישע און מאדערענע, די רעזאלטאטן איז געווען מעכטיג, יוסל שארמאשער איז געווען פיל מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, רוב האבן געמאכט א פנים און געזאגסט NO CLUE, פון צוויי אירע האב איך געכאפט א פסק ווען איך האב זיי געפרעגט צו זיי האבן געהערט פון ר' יואליש שארמאשער האבן זיי געמיינט אז איך מאך חוזק פון רבינו הק' זי''ע, אז שארמאש איז עפעס א שפעט ווארט פאר סאטמאר, און אנשטאט רבי יואליש פון סאטמאר האב איך געזאגט רבי יואליש שארמאש..., רוב האבן מיך געפרעגט צו דאס איז פון שארמאשע באסעס... איינער האט געמיינט אז איך מיין יואלי משמש (קאפמאן)... צוויי האבן געטענה'ט אז דער שארמאשער האט געהייסן האניג און נישט מארגענשטערן... דריי אירע האבן נאכדעם וואס איך האב זיי געזאגט דעם לעצטן נאמען יואליש מארגענשטערן, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי געדענקען עם פון ישיבה, אז ער איז געווען א גרויסער מתמיד ער האט אלץ געמורמעלט (כלשונם), מיט זיי האב איך געכאפט א לענגערן שמועס, זיי האבן מיר געזאגט אז ר' יואליש האט קיינמאל נישט גע'שם'ט אלץ גאון נאר אלץ מתמיד, זיי האבן ארויף געברענגט צוויי נעמען וואס האבן געהייסן אין די ישיבה די גרעסטע תלמידי חכמים, איינער איז ר' געציל בערקאוויטש און דער צווייטער ר' יצחק מאנדל, זיי האבן געזאגט אז טראץ וואס בימים ההם זענען געווען פלענטי גרויסע מתמידים איז ר' יואליש'נס התמדה געווען עולה על כולנה, זיי האבן מיר געזאגט אז עס איז דאן געווען א בחור א מתמיד עצום, (זיי האבן מיר געזאגט דעם נאמען) ער איז אלץ געזעצן מיט א אפענע גמרא צו שולחן ערוך און געזאגט... היינט איז ער גאר א איינפאכער איד פון בארא פארק, זיי האבן מיר אויסגערעכנט א 10-15 נעמען וואס האבן דאן געהייסן גרויסע תלמידי חכמים און דער נאמען יואליש מארגענשטערן איז נישט געווען צעווישן זיי, זיי האבן מיר געזאגט נאך געוויסע פרטים וועגן ר' יואליש נאר מפני כבודו זייענדיג א שוכן עפר וועל איך דאס נישט שרייבן... איך האב זיי געפרעגט פארוואס דער רבי זי''ע האט אויסגעוועלט רבי געציל אלץ דיין פון קרית יואל האבן זיי געזאגט אז ביי זיי איז דאס בכלל נישט קיין חידוש, דער רבי זי''ע האט געהאלטן פון רבי געציל עולם ומלואו, ער האט כסדר גערעדט מיט עם אין לערנען, אלזא דארט האלטן מיר, יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי אזוי שטארק.
Re: בד"ה: הרהגה"צ רבי יואליש מארגנשטרן משארמאש זצוק"ל
אכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב מיך פון פעידש איינס נאר באצויגען צו דאס איז אבידה פאר כלל ישראל צו נאר פאר זיינע נאנטע שווענצליך, איך האב מיך גארנישט געטוישט,
איינציד די ווייסט וואס די דערמאנסט מיך, מהר"א איז געגאנגען מנחם אבל זיין הרב יחזקאל בעסער פון די אגודה נאך די העכסטע געריכט האט זיך גענדיגט לטובת מהרזל, און וואס ווייסט ער מהרא מהרזל מזאגט סאטמאר רבי קומט אקעי מסתמא די ערליכע נעמט ער זיך האקען אז די קידוש השם איז אזוי גראויס אז מגייט אין קארט פאלרירט מען נישט וויסענדיג צווועם ער רעד די סעים איז דיין סטארי מיט דיין סורוועי
איך האלט עס איז נישט קיין יושר צו ווארטן אויף די מיתת צדיקים פון ענקערע גדולים וקדושים און נאר דאן מפרסם צו זיין זייער גדלות ווען כלל ישראל האט שוין נישט קיין געלעגענהייט זיך מסתופף זיין בצילם, איך האלט מיר זאלן שוין אנהייבן צו שרייבן פון אייערע נעקסטע קדושים וטהורים אזוי זאל כלל ישראל ישראל נהנה זיין פון זיי בעודם בתוכינו חיים וקיימים,
נו, לאמיר אנהייבן מיט ר' מאיר יודל טענענבוים, די אנדערע זאלען שטיין אין די ליין, מיר וועלן אנקומען צו אייך אלע אי''ה.
האט עם דער רבי יא געקענט?
וואס האט ער מחבר געווען? אויסער זיין חיבור מיט יושקע וואלדמאן.
וויאזוי איז געווען זיין התמדה אין די ישיבה?
איז זיין טאטע אויך געווען א גאון ישראל וקדושו? צו א איינפאכער איד...
איז די השתוקקות פון די וועלט צו עם די זעלבע ווי צום שארמאשער?
איך בעט נאר שרייבן מיט רעספעקט און נישט חלילה בזילזול...
ימים ידברואיינציד די ווייסט וואס די דערמאנסט מיך, מהר"א איז געגאנגען מנחם אבל זיין הרב יחזקאל בעסער פון די אגודה נאך די העכסטע געריכט האט זיך גענדיגט לטובת מהרזל, און וואס ווייסט ער מהרא מהרזל מזאגט סאטמאר רבי קומט אקעי מסתמא די ערליכע נעמט ער זיך האקען אז די קידוש השם איז אזוי גראויס אז מגייט אין קארט פאלרירט מען נישט וויסענדיג צווועם ער רעד די סעים איז דיין סטארי מיט דיין סורוועי
געבאקען פאר פסח אדער נאך פסח???
איך האב אמאל געפרעגט פרעמדע צו זיי קענען ר' אהרן ט''ב און יעדער האט זיך געקוילערט.
נישטא וואס צו רעדן דיין רבי איז Infamous....
Re: בד"ה: הרהגה"צ רבי יואליש מארגנשטרן משארמאש זצוק"ל
די שאלה איז וועלכע אהרן ט"ב, פון דער מוזיק? פון די פלייש? אדער גאר דער פון דער סעלפאון סטאר?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איינציגליטוואק פון בודאפעסטאכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שיינע ארוני פערדעריי
יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי """""אזוי שטארק"""".???? אין דא לאכט מען!!! אוי איך דערמאן זיך פין די אלטע """עקלדיגע דרשות""" פין נערוני איץ פארשטייסטי פארוואס א יעדע ארוני מיט א פאר דאלער נאך די 30-35 לויפט צו מיילעך בידערמאן אדער סטעטשין וכו, [ווייל?] אפי, אהרן שרייט זיי אן פייפען זיי פיין אריין אין עם!!!!
איינציגאיך בין נעכטן אווענט געווען אין בארא פארק, איך האב געמאכט סטאפס ביי אייכלערס, כולל גראסערי, ביהמ''ד שומר שבת, סאטמאר 53, און בינגא, איך האב באשלאסן צו פרעגן דעם המון עם איבער דעם שארמאשער רב, איך האב געוואלט זען ווי מפורסם ער איז געווען, איך האב געפרעגם 51 מענטשן, על פי רוב האב איך געזען צו פרעגן דווקא נישט סאטמארע חסידים, דווקא פונעם המון עם, חסידישע און צוגעפיצטע, ליטווישע און מאדערענע, די רעזאלטאטן איז געווען מעכטיג, יוסל שארמאשער איז געווען פיל מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, רוב האבן געמאכט א פנים און געזאגסט NO CLUE, פון צוויי אירע האב איך געכאפט א פסק ווען איך האב זיי געפרעגט צו זיי האבן געהערט פון ר' יואליש שארמאשער האבן זיי געמיינט אז איך מאך חוזק פון רבינו הק' זי''ע, אז שארמאש איז עפעס א שפעט ווארט פאר סאטמאר, און אנשטאט רבי יואליש פון סאטמאר האב איך געזאגט רבי יואליש שארמאש..., רוב האבן מיך געפרעגט צו דאס איז פון שארמאשע באסעס... איינער האט געמיינט אז איך מיין יואלי משמש (קאפמאן)... צוויי האבן געטענה'ט אז דער שארמאשער האט געהייסן האניג און נישט מארגענשטערן... דריי אירע האבן נאכדעם וואס איך האב זיי געזאגט דעם לעצטן נאמען יואליש מארגענשטערן, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי געדענקען עם פון ישיבה, אז ער איז געווען א גרויסער מתמיד ער האט אלץ געמורמעלט (כלשונם), מיט זיי האב איך געכאפט א לענגערן שמועס, זיי האבן מיר געזאגט אז ר' יואליש האט קיינמאל נישט גע'שם'ט אלץ גאון נאר אלץ מתמיד, זיי האבן ארויף געברענגט צוויי נעמען וואס האבן געהייסן אין די ישיבה די גרעסטע תלמידי חכמים, איינער איז ר' געציל בערקאוויטש און דער צווייטער ר' יצחק מאנדל, זיי האבן געזאגט אז טראץ וואס בימים ההם זענען געווען פלענטי גרויסע מתמידים איז ר' יואליש'נס התמדה געווען עולה על כולנה, זיי האבן מיר געזאגט אז עס איז דאן געווען א בחור א מתמיד עצום, (זיי האבן מיר געזאגט דעם נאמען) ער איז אלץ געזעצן מיט א אפענע גמרא צו שולחן ערוך און געזאגט... היינט איז ער גאר א איינפאכער איד פון בארא פארק, זיי האבן מיר אויסגערעכנט א 10-15 נעמען וואס האבן דאן געהייסן גרויסע תלמידי חכמים און דער נאמען יואליש מארגענשטערן איז נישט געווען צעווישן זיי, זיי האבן מיר געזאגט נאך געוויסע פרטים וועגן ר' יואליש נאר מפני כבודו זייענדיג א שוכן עפר וועל איך דאס נישט שרייבן... איך האב זיי געפרעגט פארוואס דער רבי זי''ע האט אויסגעוועלט רבי געציל אלץ דיין פון קרית יואל האבן זיי געזאגט אז ביי זיי איז דאס בכלל נישט קיין חידוש, דער רבי זי''ע האט געהאלטן פון רבי געציל עולם ומלואו, ער האט כסדר גערעדט מיט עם אין לערנען, אלזא דארט האלטן מיר, יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי אזוי שטארק.
האבן זיי מיר געזאגט אז זיי געדענקען עם פון ישיבה, אז ער איז געווען א גרויסער מתמיד ער האט אלץ געמורמעלט (כלשונם), מיט זיי האב איך געכאפט א לענגערן שמועס, זיי האבן מיר געזאגט אז ר' יואליש האט קיינמאל נישט גע'שם'ט אלץ גאון נאר אלץ מתמיד, זיי האבן ארויף געברענגט צוויי נעמען וואס האבן געהייסן אין די ישיבה די גרעסטע תלמידי חכמים, איינער איז ר' געציל בערקאוויטש און """"""דער צווייטער""""" ר' """"יצחק מאנדל,"""""" זיי האבן געזאגט אז טראץ וואס בימים ההם זענען געווען פלענטי גרויסע מתמידים איז ר' יואליש'נס התמדה געווען עולה על כולנה, ישר כח גר צדק די הייבטס מיך אן צו פאלגען מען האלט שוין אויף א וועג מיט דיר דעס מיןן איך רוב היינטיגע אהרונים זענען אינגע חברה וואס מען קען זיי דריין א קאפ פרעג דיך ווייטער נאך ביז די וועסט דיך פארעקלען פין די צידרייטע אהרונים
באלאנגט שוין לכולי עלמא אין צימעס
יחי המלךאיינציגליטוואק פון בודאפעסטאכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שיינע ארוני פערדעריי
יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי """""אזוי שטארק"""".???? אין דא לאכט מען!!! אוי איך דערמאן זיך פין די אלטע """עקלדיגע דרשות""" פין נערוני איץ פארשטייסטי פארוואס א יעדע ארוני מיט א פאר דאלער נאך די 30-35 לויפט צו מיילעך בידערמאן אדער סטעטשין וכו, [ווייל?] אפי, אהרן שרייט זיי אן פייפען זיי פיין אריין אין עם!!!!
ווער רעדט פון ר' אהרן, ער האט דאך גארנישט, ער פירט זיינע הקפות אין עפעס א בעיסמענט אויף אורשיווע, בו בזמן ווען דער הייליגער שארמאשער האט געפירט זיינע הקפות פאר קרוב צו עשרת אלפים איש, יעדער ווייסט אז ר' אהרן האט געהאט אין די לעצטע דריי יאר 6 סידור קידושינ'ס רובא דרובא אין א געאסר'טן האל, בו בזמן ווען דער שארמאשער האט יעדן טאג איבער 10 אפשערנס, ברית'ן, תפילין לייגענס און סידור קידושן'ס, יעדער גדול בישראל גייט כסדר צום שארמאשער צו רעדן מיט עהם אין תורה, הלכה ואגדה, בו בזמן וואס ר' אהרן פארברענגט מיט שלמה יאנקל געלבמאן, יעדער חתן אין אמעריקא קומט צו פארן צום שארמאשער אריין צו כאפן א ברכה לפני יום החופה, בו בזמן וואס ר' אהרן האט געגעבן אייןו איינציגע ברכה די לעצטע פאר יאר און דאס איז געווען פאר יאשקע וואלדמאן, יעדער ווייסט אז דער שארמאשער איז א בקי נפלא בכל מקצועות התורה בו בזמן איז ר' אהרן בקי אין איין נושא, סקול דיסטריקט... ווער רעדט דען פון דעם מן הארץ ר' אהרן?
Re: בד"ה: הרהגה"צ רבי יואליש מארגנשטרן משארמאש זצוק"ל
דיין קנה מדה פון גרויסקייט איז, פאר עפעס א סבה, פונקט געמאסטען לויט די טעטיגקייטען פון דיין רבי. ממש א השגחה פרטית!
אינטרעסאנט אז דער ליובאוויטשער חסיד מעסט גדלות מיט וויפיהל פאליטיקאנטען קומען פאר דאללאר׳ס. אויך השגחה פרטית!
און ר׳ מלכיאל קוטלר מעסט גדלות מיט וויפיהל איינגעשריבענער תלמידים זיין ביזנעס האט. השגחה עליונה!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איינציגאיך האלט עס איז נישט קיין יושר צו ווארטן אויף די מיתת צדיקים פון ענקערע גדולים וקדושים און נאר דאן מפרסם צו זיין זייער גדלות ווען כלל ישראל האט שוין נישט קיין געלעגענהייט זיך מסתופף זיין בצילם, איך האלט מיר זאלן שוין אנהייבן צו שרייבן פון אייערע נעקסטע קדושים וטהורים אזוי זאל כלל ישראל ישראל נהנה זיין פון זיי בעודם בתוכינו חיים וקיימים,
נו, לאמיר אנהייבן מיט ר' מאיר יודל טענענבוים, די אנדערע זאלען שטיין אין די ליין, מיר וועלן אנקומען צו אייך אלע אי''ה.
האט עם דער רבי יא געקענט?
וואס האט ער מחבר געווען? אויסער זיין חיבור מיט יושקע וואלדמאן.
וויאזוי איז געווען זיין התמדה אין די ישיבה?
איז זיין טאטע אויך געווען א גאון ישראל וקדושו? צו א איינפאכער איד...
איז די השתוקקות פון די וועלט צו עם די זעלבע ווי צום שארמאשער?
איך בעט נאר שרייבן מיט רעספעקט און נישט חלילה בזילזול...
בחייו קענען זיי קיינעם נישט באשרייבן ווייל אפשר וועט ער חלילה איינמאל זאגן אז ר' אהרן קען לערנען וכדו'
אפילו במותו אויב איז דא א הו"א אז ער גייט למשל ליגן אין בני יואל קען מען אים שוין נישט באשרייבן
נאכדעם וואס אלעס קלאפט דעמאלט צינדט מען דעם אויווען אויף 500
יחי המלךאיינציגליטוואק פון בודאפעסטאכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שיינע ארוני פערדעריי
יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי """""אזוי שטארק"""".???? אין דא לאכט מען!!! אוי איך דערמאן זיך פין די אלטע """עקלדיגע דרשות""" פין נערוני איץ פארשטייסטי פארוואס א יעדע ארוני מיט א פאר דאלער נאך די 30-35 לויפט צו מיילעך בידערמאן אדער סטעטשין וכו, [ווייל?] אפי, אהרן שרייט זיי אן פייפען זיי פיין אריין אין עם!!!!
טאקע געווען אין הופער און געזען נאר אידן אונטער 35........... און ארימעלייט ................ חוץ אפאר גרים און ספרדישי פון מאנרא ........ 😂
דער האלט נאך אן די אלטע לאזונגען מיט א פעסטקייט קיפ אן ס'איז געזונט פאר דיר ווי האט דעם שארמאשערס רבי נאכגעזאגט פון זיין רבי ר' שמעולע די הונט בילט און די באן פארט ווייטער און איך לייג צו ווי שענער די באן פארט אלס מער בילן זיין
נא ווי האט יענער עין הא אנשטאט בדיל ויעבור ביל ווייטער
גאנצלאקעי יחי זעיט אויס ווי דו ביסט יעצט ארויסגעקומען פונעם שטייג און דו ברעכסט דא אויס זאכן וואס ליגט דיר שוין לאנג אויפ'ן מאגן
גיי ווייטער אן מיט דיין ספינעריי און לאז דער שארמאשע רב ליגן במנוחה וואס איז ער שולדיג אז דו ווילסט יעצט אויסגעבן דייןווייטאג פון אזויפיל פארוואונדערע יארן
גאנצליחי המלךאיינציגליטוואק פון בודאפעסטאכט בלעטער אין אשכול, און דו האסט איינגעזען ווי דו גייסט קרום, האסטו געמוזט אוועק ציען די שמועס אויף ווער איז מער מפורסם. אקעי, אפילו אזא הודאה איז גענוג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שיינע ארוני פערדעריי
יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי """""אזוי שטארק"""".???? אין דא לאכט מען!!! אוי איך דערמאן זיך פין די אלטע """עקלדיגע דרשות""" פין נערוני איץ פארשטייסטי פארוואס א יעדע ארוני מיט א פאר דאלער נאך די 30-35 לויפט צו מיילעך בידערמאן אדער סטעטשין וכו, [ווייל?] אפי, אהרן שרייט זיי אן פייפען זיי פיין אריין אין עם!!!!
טאקע געווען אין הופער און געזען נאר אידן אונטער 35........... און ארימעלייט ................ חוץ אפאר גרים און ספרדישי פון מאנרא ........ 😂
דער האלט נאך אן די אלטע לאזונגען מיט א פעסטקייט קיפ אן ס'איז געזונט פאר דיר ווי האט דעם שארמאשערס רבי נאכגעזאגט פון זיין רבי ר' שמעולע די הונט בילט און די באן פארט ווייטער און איך לייג צו ווי שענער די באן פארט אלס מער בילן זיין
נא ווי האט יענער עין הא אנשטאט בדיל ויעבור ביל ווייטער
ניין """גר צדק""" סענדר דייטש ע"ה האט עס גשריבן אין "דער איד" "די הונט בילט און די באן פארט ווייטער"" אין ל"ע ר"ל פארשעמנט א ת"ח וגאון מפורסם כדי ",צו ווישן"" ""אהרנס טינוף"" !!!!אוי האט ער ביטער חרטה געהאט אין ער האט עהם איברגעבעטן מוט גרויס שברי לב וכו, וד"ל!!!! ער האט זיך אפגעלאסט פון די גארביטש אויף די עלטער!!!!!! או איז דא גיטע ווערטער פין עהם ועוד חזון למעד!!! גר צדק אלעס וואס איז געווען אין האפער איז צו פארדאנקען משה גאבי אלעזר ק, אין אפרים ויצחק שטערן ויודעלע וויינשטאק וואס זיי האבען עם געבאט פארפאלען זיי קענען די פאך פארשטאנען ???
גאנצלגאנצלאקעי יחי זעיט אויס ווי דו ביסט יעצט """"ניין שוין 25 יאר""" ארויסגעקומען פונעם""""" אהרוני שטייג""" און""" דו ברעכסט""" דא אויס """די עקעלדיקע דרשות פין אהרן""" זאכן וואס ליגט דיר שוין לאנג אויפ'ן מאגן
גיי ווייטער אן מיט דיין ספינעריי און לאז דער שארמאשע רב ליגן במנוחה """"אה ער רעט שוין מיט אביסל דרך ארץ""" וואס איז ער שולדיג אז דו ווילסט יעצט אויסגעבן דייןווייטאג פון אזויפיל פארוואונדערע יארן
אז עס איז ענק אזוי גוט פארוואס לויפן ענק רבי שאפינק ?????? איך האב אלע יארן געדאווענט ביים ברך משה!!!!אין אהרון נישט אין שארמאש!!!! אזוי ווי איעדע אוורידטש סאטמערער!!! איך בין סך הכול נישט קיין פערד!!!!
יא דו דערמאנסט מיך די זיסע ווערטער פון ר' סענדר געווען א העלד געפירט סאטמאר ווי א העלד
ער פלעגט אלס זאגן דער קרית יואל רב איז דער פאר הדור
סאטמאר איז ווי א באן ביי יעדע סטאנציע ווערט עס קלינער און קלינער
סאטמאר איז נישט קיין שטח הפקר
אויף משה גבאי האט ער זיך די ערשטע אויסגעדריקט אז עס האדעוועט זיך ביי אונז א שלאנג
ר' סענדר איז געווען אקעגן די רבנות אין ירושלים פאר ז"ל געזאגט פאר רבי משה שעהר דוכט זיך זיי מיינען נישט ירושלים
ווען הרב אליזר קעסטענבוים האט אמאל געפרעגט ר' סענדר ווען ר' לייבוש איז נעבעך געווען על ערש דוי האט ער געפרעגט ר' סענדר'ן נו ווי אזוי שפירט זיך ר' לייבוש האט ר' סענדר גענאווארט פאר קעסטענבוים נישט אזוי גוט ווי איך וויל און נישט אזוי שלעכט ווי דו ווילסט
כהנה וכהנה
יחי המלךגאנצלגאנצלאקעי יחי זעיט אויס ווי דו ביסט יעצט """"ניין שוין 25 יאר""" ארויסגעקומען פונעם""""" אהרוני שטייג""" און""" דו ברעכסט""" דא אויס """די עקעלדיקע דרשות פין אהרן""" זאכן וואס ליגט דיר שוין לאנג אויפ'ן מאגן
גיי ווייטער אן מיט דיין ספינעריי און לאז דער שארמאשע רב ליגן במנוחה """"אה ער רעט שוין מיט אביסל דרך ארץ""" וואס איז ער שולדיג אז דו ווילסט יעצט אויסגעבן דייןווייטאג פון אזויפיל פארוואונדערע יארן
אז עס איז ענק אזוי גוט פארוואס לויפן ענק רבי שאפינק ?????? איך האב אלע יארן געדאווענט ביים ברך משה!!!!אין אהרון נישט אין שארמאש!!!! אזוי ווי איעדע אוורידטש סאטמערער!!! איך בין סך הכול נישט קיין פערד!!!!
היסטארי דער פערד איז מעיד אז ער איז נישט קיין פערד................... 😂
גאנצלליפאלכאורה קומט דאס פון אייוועלט? שרייב צו
יאפ דאס איז פון אייוועלט ער האט שוין דארט מער תגובות פון וויפיל אידן ער האט געהאט ביי של"ש ............
מ'זעהט ווי אלע בני יואל האבען כאטשיג 2 3 ניקס אויף אייוועלט, א מענטש וואס מ'האט בחיו נישט געהערט פין אים לעצנטס כמעט איבער געווענליכע זאכען, פליצלינג וואקסען אזויפיל בדידי הווה עובדא וואס ער געדענקט אליינס, זיי כאפען נישט אז מ'זעהט גלייך פין ווי אלעס קומט, ביי ר' מרדכי דוד קאהן, ר' אלי' סימאן, אדער צו ביי ר' ברוך מיללער וכו' זענען זיי קיינער נישט דא געווען
הא הא
signoutגאנצלליפאלכאורה קומט דאס פון אייוועלט? שרייב צו
יאפ דאס איז פון אייוועלט ער האט שוין דארט מער תגובות פון וויפיל אידן ער האט געהאט ביי של"ש ............
מ'זעהט ווי אלע בני יואל האבען כאטשיג 2 3 ניקס אויף אייוועלט, א מענטש וואס מ'האט בחיו נישט געהערט פין אים לעצנטס כמעט איבער געווענליכע זאכען, פליצלינג וואקסען אזויפיל בדידי הווה עובדא וואס ער געדענקט אליינס, זיי כאפען נישט אז מ'זעהט גלייך פין ווי אלעס קומט, ביי ר' מרדכי דוד קאהן אדער צו ביי ר' ברוך מיללער זענען זיי קיינער נישט דא געווען
אקי די ווילסט רעדען פין מ,ד,ק, רביני הק, מיט ר נ, יוסף אין ר, ליפה פרידמאן האבן עהם ארוסגעווארפן פין גאנץ סאטמער ער איז געווען א אויבערחכם ,,,,דער ברך האט עהם אריינגענימען אין סיגעטע ישיבה [ווייל מין שונא שונא איז מיין גיטע פריינד] נאכדעם האט ער שיין איינגעריט!!! כמו מיילעך שווארץ שמואל דוד מארקעוויטש א,ד,ג,די אלע שווארצע טראבל מעקערס זענען געווארן די פארברענטע חסידים, ר ברוך איז געווען א ווילעל תמימודיגער איד וואס די אהרונים האבען עהם גענימן אויפ א רייד
איינציגאיך בין נעכטן אווענט געווען אין בארא פארק, איך האב געמאכט סטאפס ביי אייכלערס, כולל גראסערי, ביהמ''ד שומר שבת, סאטמאר 53, און בינגא, איך האב באשלאסן צו פרעגן דעם המון עם איבער דעם שארמאשער רב, איך האב געוואלט זען ווי מפורסם ער איז געווען, איך האב געפרעגם 51 מענטשן, על פי רוב האב איך געזען צו פרעגן דווקא נישט סאטמארע חסידים, דווקא פונעם המון עם, חסידישע און צוגעפיצטע, ליטווישע און מאדערענע, די רעזאלטאטן איז געווען מעכטיג, יוסל שארמאשער איז געווען פיל מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, רוב האבן געמאכט א פנים און געזאגסט NO CLUE, פון צוויי אירע האב איך געכאפט א פסק ווען איך האב זיי געפרעגט צו זיי האבן געהערט פון ר' יואליש שארמאשער האבן זיי געמיינט אז איך מאך חוזק פון רבינו הק' זי''ע, אז שארמאש איז עפעס א שפעט ווארט פאר סאטמאר, און אנשטאט רבי יואליש פון סאטמאר האב איך געזאגט רבי יואליש שארמאש..., רוב האבן מיך געפרעגט צו דאס איז פון שארמאשע באסעס... איינער האט געמיינט אז איך מיין יואלי משמש (קאפמאן)... צוויי האבן געטענה'ט אז דער שארמאשער האט געהייסן האניג און נישט מארגענשטערן... דריי אירע האבן נאכדעם וואס איך האב זיי געזאגט דעם לעצטן נאמען יואליש מארגענשטערן, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי געדענקען עם פון ישיבה, אז ער איז געווען א גרויסער מתמיד ער האט אלץ געמורמעלט (כלשונם), מיט זיי האב איך געכאפט א לענגערן שמועס, זיי האבן מיר געזאגט אז ר' יואליש האט קיינמאל נישט גע'שם'ט אלץ גאון נאר אלץ מתמיד, זיי האבן ארויף געברענגט צוויי נעמען וואס האבן געהייסן אין די ישיבה די גרעסטע תלמידי חכמים, איינער איז ר' געציל בערקאוויטש און דער צווייטער ר' יצחק מאנדל, זיי האבן געזאגט אז טראץ וואס בימים ההם זענען געווען פלענטי גרויסע מתמידים איז ר' יואליש'נס התמדה געווען עולה על כולנה, זיי האבן מיר געזאגט אז עס איז דאן געווען א בחור א מתמיד עצום, (זיי האבן מיר געזאגט דעם נאמען) ער איז אלץ געזעצן מיט א אפענע גמרא צו שולחן ערוך און געזאגט... היינט איז ער גאר א איינפאכער איד פון בארא פארק, זיי האבן מיר אויסגערעכנט א 10-15 נעמען וואס האבן דאן געהייסן גרויסע תלמידי חכמים און דער נאמען יואליש מארגענשטערן איז נישט געווען צעווישן זיי, זיי האבן מיר געזאגט נאך געוויסע פרטים וועגן ר' יואליש נאר מפני כבודו זייענדיג א שוכן עפר וועל איך דאס נישט שרייבן... איך האב זיי געפרעגט פארוואס דער רבי זי''ע האט אויסגעוועלט רבי געציל אלץ דיין פון קרית יואל האבן זיי געזאגט אז ביי זיי איז דאס בכלל נישט קיין חידוש, דער רבי זי''ע האט געהאלטן פון רבי געציל עולם ומלואו, ער האט כסדר גערעדט מיט עם אין לערנען, אלזא דארט האלטן מיר, יוסל שארמאשער איז געווען אסאך מער מפורסם פון ר' יואליש שארמאשער, און אויף דעם וויינען זיי אזוי שטארק.
""גר צדק"" צי פרעגען וועגען הגהקוה"ט דער הייליגער ר יואליש זצוק"ל גייט מען אין איינע פין די סאטמערע שולען אדער אין בארשטין - מינקאטש -ספינקא 18 - טאהש - איך זע איך האב צי טין מיט א אפרוח שלא נפתחו עיניו מיט דעם אלעמען באגריס איך דיך שיין און איידעל וועלקאם 2 סאטמאר ענדשוי יור סעלף
יחי המלךsignoutגאנצלליפאלכאורה קומט דאס פון אייוועלט? שרייב צו
יאפ דאס איז פון אייוועלט ער האט שוין דארט מער תגובות פון וויפיל אידן ער האט געהאט ביי של"ש ............
מ'זעהט ווי אלע בני יואל האבען כאטשיג 2 3 ניקס אויף אייוועלט, א מענטש וואס מ'האט בחיו נישט געהערט פין אים לעצנטס כמעט איבער געווענליכע זאכען, פליצלינג וואקסען אזויפיל בדידי הווה עובדא וואס ער געדענקט אליינס, זיי כאפען נישט אז מ'זעהט גלייך פין ווי אלעס קומט, ביי ר' מרדכי דוד קאהן אדער צו ביי ר' ברוך מיללער זענען זיי קיינער נישט דא געווען
אקי די ווילסט רעדען פין מ,ד,ק, רביני הק, מיט ר נ, יוסף אין ר, ליפה פרידמאן האבן עהם ארוסגעווארפן פין גאנץ סאטמער ער איז געווען א אויבערחכם ,,,,דער ברך האט עהם אריינגענימען אין סיגעטע ישיבה [ווייל מין שונא שונא איז מיין גיטע פריינד] נאכדעם האט ער שיין איינגעריט!!! כמו מיילעך שווארץ שמואל דוד מארקעוויטש א,ד,ג,די אלע שווארצע טראבל מעקערס זענען געווארן די פארברענטע חסידים, ר ברוך איז געווען א ווילעל תמימודיגער איד וואס די אהרונים האבען עהם גענימן אויפ א רייד
נ.ב. אין די ישיבה האט זיך ארום געטראגען א מאמר פון מ.ד.ק. ע"ה ווען א בחור האט עם געבעטן א רשות צעטל צו גיין צים בית החיים אין ניו דשערסי האט ער געזאגט מיט איין תנאי אזוי ווי מען פארט א לאנגע וועג און ווען מען קומט אן דארפ מען קטנען בעט איך דיך מאך עס ביים קבר פון ליפא פרידמאן קטן עס גוט אן זאג עם אז דאס איז א גריס פון מ.ד. ק.
איינציגאיך שטוין אויף די ברייטע לשונות אויפן נפטר ז''ל, די וועלט האט נאכנישט געהאט אזא בראך ווי די פטירה פון שארמאשער רב ז''ל... וכו'..., א רגע, א יאר צוריק האט אויך די וועלט געכאפט דעם גרעסטן בראך מיט די פטירה פון ר' משה יודל מייזעלס ז''ל, איך בין מודה אז זיי זענען געווען תלמידי חכמים אבער זצוק''ל? זי''ע? די וועלט ענדיגט זיך?, לאמיר אייך זאגן, איך האב געהאט די זכי' צו לערנען מיט ביידע אין די ישיבה, (יא!!!) לית מאן דפליג אז ר' יואליש (לשון חיבה) איז געוווען א אויסער געווענדליכער מתמיד, אבער ביי דעם שטעלט זיך דאס אפ, ער איז קיינמאל נישט געווען ביים רבינס סוגיא פארלערנען ווי אלע מצויינים האבן זיך משתתף געווען, ער איז קיינמאל נישט געווען ביים טיש ביי רבינו הק' זי''ע, (מן הסתם איז ער דאן געזעצו און געלערנט) ער איז געווען אדוק אין די תורה אבער נישט אינעם רבין זי''ע, די איינציגע מעלה וואס די צוויי אויבן דערמאנטע תלמידי חכמים ז''ל האבן געהאט, אז זיי האבן זיך צו געשטעלט צו די מחרחרי ריב, זה בכה וזה בכה, ועל זה הם בוכים, זיי האבן פארלוירן א מסדר קידושין למורת רוחו פונעם מרא דאתרא, דאס אלעס!!!, כלל ישראל האט שוין געהאט גרעסערע פארלוסטן און די מתאוננים האבן גארנישט אזוי שטארק געקלאגט, ווען רבי אלי' סימאן ז''ל איז נפטר געווארן האט מען פון די וויינערס נישט געהערט קיין מוקס, ווען רבי מרדכי דוד קאהן זצ''ל איז נפטר געווארן האט מען פון זיי נישט געהערט קיין פיפס, ניין! נישט די התמדה און נישט די גאונות האט זיי אזוי איבער גענומען, נאר ווי אויבן דערמאנט, צוויי תלמידי חכמים וואס האבן געהאט די זכי' צו ליגן מאחורי הגדר, דאס איז זייער גדלות און דריבער באוויינען זיי אזוי שטארק די אבידה... קבל את האמת ממי שאמרו...
דו ביסם מן הסתם פון די אלטע פאליש זיצערס יארן זיך גוט אנגעפרעסן ביי די הייליגע רעבעצין ע"ה הצדיק החסיד המפורסם ר מאיר דייטש האט דיך אויסשטאפירט פון קאפ ביז פיס ר מאיר מיט די הייליגע רעבעצן מיט אירע שוואכע כוחות האט דיך חתונה געמאכט געווען די שדכנטע ביי רוב טראבל מעקערס !!! אין ווי די וועלט זאגט ווען מען טוט איינעם א טובה דארף מען זיך אויסדרייען קוקן צו יענער באווארפט עם נישט מיט קיין שטיינער ליידער לחרפתינו האט מען באווארפן די "הייליגע רעבעצן" אלמנת רביה"ק זי"ע ואשתו כגופו מיט שטיינער און איר נאכדעם געהרגעט ר"ל !!! נ"ב מיר קענען נישט שרייבן הי"ד ווייל דער רוצחים זענען ליידער געווען יודען
איינציגאיך שטוין אויף די ברייטע לשונות אויפן נפטר ז''ל, די וועלט האט נאכנישט געהאט אזא בראך ווי די פטירה פון שארמאשער רב ז''ל... וכו'..., א רגע, א יאר צוריק האט אויך די וועלט געכאפט דעם גרעסטן בראך מיט די פטירה פון ר' משה יודל מייזעלס ז''ל, איך בין מודה אז זיי זענען געווען תלמידי חכמים אבער זצוק''ל? זי''ע? די וועלט ענדיגט זיך?, לאמיר אייך זאגן, איך האב געהאט די זכי' צו לערנען מיט ביידע אין די ישיבה, (יא!!!) לית מאן דפליג אז ר' יואליש (לשון חיבה) איז געוווען א אויסער געווענדליכער מתמיד, אבער ביי דעם שטעלט זיך דאס אפ, ער איז קיינמאל נישט געווען ביים רבינס סוגיא פארלערנען ווי אלע מצויינים האבן זיך משתתף געווען, ער איז קיינמאל נישט געווען ביים טיש ביי רבינו הק' זי''ע, (מן הסתם איז ער דאן געזעצו און געלערנט) ער איז געווען אדוק אין די תורה אבער נישט אינעם רבין זי''ע, די איינציגע מעלה וואס די צוויי אויבן דערמאנטע תלמידי חכמים ז''ל האבן געהאט, אז זיי האבן זיך צו געשטעלט צו די מחרחרי ריב, זה בכה וזה בכה, ועל זה הם בוכים, זיי האבן פארלוירן א מסדר קידושין למורת רוחו פונעם מרא דאתרא, דאס אלעס!!!, כלל ישראל האט שוין געהאט גרעסערע פארלוסטן און די מתאוננים האבן גארנישט אזוי שטארק געקלאגט, ווען רבי אלי' סימאן ז''ל איז נפטר געווארן האט מען פון די וויינערס נישט געהערט קיין מוקס, ווען רבי מרדכי דוד קאהן זצ''ל איז נפטר געווארן האט מען פון זיי נישט געהערט קיין פיפס, ניין! נישט די התמדה און נישט די גאונות האט זיי אזוי איבער גענומען, נאר ווי אויבן דערמאנט, צוויי תלמידי חכמים וואס האבן געהאט די זכי' צו ליגן מאחורי הגדר, דאס איז זייער גדלות און דריבער באוויינען זיי אזוי שטארק די אבידה... קבל את האמת ממי שאמרו...
ר אלי סימאן איז קיינמאל נישט געווען א זאך אפילו ביי די אהרנים ער האט פלייסיג געלערט אבער אין ישיבה אלטס מג"ש איז ער נישט געווען א נאמבער און זיי האבען עם אפילו ארויסגעווארפן פון די ישיבה די אהרונים האבן ליידער אויסגענוצט זיין שוואכקייט וד"ל .מפני כבודו. זאל ער זיין א גוטער בעטער והוא רחום וכו.
איינציגלויט ווי איך זעה פארשטייט מען מיך נישט, איך רייס נישט אראפ ר' יואליש און נישט ר' משה יודל זכרונם לברכה ותנצב''ה, , איך האב נישט קיין פראבלעם ווען זיינס א חסיד שרייבט זצ''ל אדער אפילו זצוק''ל, מען קען אפילו שרייבן פטיש החזק, ברוח התיכון, וכו' ס'ארט מיך באמת נישט, דאס פאפיר איז זייער געדילדיג, עס פארנעמט אלעס, מיך האט נאר געארט וואס מען שרייבט דאס פאלוסט פון כלל ישראל ווען באמת ווייסן זיי זייער גיט אז כלל ישראל האט עם אפילו נישט געקענט און נישט געהערט פון עם, ער איז נישט געווען מגדולי ההוראה בדורינו, ער איז נישט געווען קיין רבן של חלק גדול מישראל, ער איז געווען א רב פאר זיין קהילה אזוי ווי רבי אברהם חיים שפיצער ז''ל איז געווען פאר זיין קהילה, איך גיי נישט אריין אין די מחלוקה, וואס א יעדער פארשטייט ווי איך האלט, אבער איך האלט אז ער איז שוין אויפן עולם האמת און דארט ווייסט ער שוין אויך דעם אמת, מיין ארטיקל איז צו די אלע פעיקערס וואס מאכן עם גרויס נאר פאר איין סיבה ווייל ער איז געווען דער לידער פון די קעגנערס, אויב וואלט ער געהייסן מען זאל עם לייגן אין ביה''ח מיט רבין זי''ע און נישט מאחורי הגדר וואלטן זיי בכלל נישט געוויינט נאך עם, רבי מרדכי דוד קאהן ז''ל איז נאך געווען אזא גדול, רבי אלי' סימאן איז אויך געווען א ריזיגער תלמיד חכם און זיי האבן זיי בכלל נישט באוויינט, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אזוי ווי זיי, אלזא, זייטס אפן שרייבטס נישט וועגן התמדה שרייבטס נישט וועגן גאונות שרייבטס דעם אמת, זיין גדלות איז געווען זיין מלחמה מיט רבי אהרן שליט''א,
לאמיר דיך געבן איינמאל מאחורי מאחורי פון וועם פון יצחק רז"ב וכו. נאכאיין מזל אז ער איז ל"ע אוועק חוה"מ ווען נישט וואלטן די סקאנענמאנק ישיבה מיליטער חיות טורפות געמאכט א פאגראם בשעת די באגרעבעניש און געזינגען אין געטאנצן כדרכם
ליטוואק פון בודאפעסטאיך וויל זע'ען א באשרייבונג פון די לעיקוואד יארען. ווער האט איהם געשיקט? וואס האט ער געטוהן? וויפיהל מענטשען האט ער געהאט? לויט וואס מ'זאגט, האט ער געהאט די פאסטען וואס הרב מרדכי בצלאל האט היינט, ער איז נישט געווען דער רב פון די 'שווארצע' 'שפיגעל ברעכערס'. מ'זאגט אויך אז ער פלעגט זיצען און לערנען יום ולילה דא, אבער מער פרטים האב איך נישט געהערט.
הגאון ר פנחס הירשפרונג דער רב הראשי פון מאנטריאל האט באזוכט לעיקוואד און געשמוהסט שעות מיט ר יואליש זי"ע האט ער נאכדעם פארציילט מיט שטוינינג און התפעלות עס זיצט א חסידישער יונגערמאן א גאון הגאונים אין די ליטווישע פעסטונג וואס ער איז בקי בע"פ בש"ס בבלי ירושלמי ובכל ד חלקי שו"ע