יחי המלךאיינציגליטוואק פון בודאפעסטהרב איינציג - קענסט איבער חזר׳ן (תרתי משמע) דער לאזונג פון בי"ד הגדול, ס׳וועט דיר גארנישט העלפען. חו"מ דארף אדער מוסמכים, אדער קבלו עלייהו אדער שטרי בירורין. אז דער בי"ד פון דער עדה חרדית אין ירושלים זאל זאגען א מיינונג אויף א רבנות אחן מאנרא, דארפען זיי איינער פון די דריי.
סקול דיסטריקט איז יו"ד, און קיין שטרי בירורין דארף ער נישט..
יחי ההבדל הגדול!
איין מינוט, איך גיי שוין ארויס ווארפן פון מיין ספרים שראנק אלע שו''ת אויף חושן משפט, אנגעהויבן פון חתם סופר, ברוך טעם, דברי חיים, דברי יואל, וכו' אינערגעץ איז נישטא קיין שטרי בירורין, און לויט דיר איז דאס חספא בעלמא, גיט!!! איך הייב דאס אן צו ענדזשויען...
מוח גדול ביטע הער אויס די סידי נ.ב. ר אהרן איז באוויסט פאר א מוח ? שרייב ווייטערדו אהרוני פערט!!! ר חיים מייערעל האט גערופן מיין נארעלע!!!!ער איז געווען שטאטס נאר און בני ברק!!!
איך האב אויסגעהערט דעם סי די און רבי געציל זאגט אז טראץ וואס כידוע איז ר' אברהם נישט ביי געשטאנען דעם נסיון און האט כסדר געזיכט נקמה אין סאטמאר ווייל מען האט עהם ארויס געווארפן פון זיין מגיד שיעור פאסטן, אבער מיתה מכפרת, תהא מיתתו כפרתו, דאס הערט מען פון דיין רבי געציל...
אגב, וואס מיינט אהרוני פערט? איז דאס א גיטע זאך צו נישט? קיינמאל נישט געהערט דאס ווארט "פערט".
קען זיין אז רבי חיים מאיר'ל האט "דיר" געזאגט מיין נארעלע, אבער פאר הרב וואזנער האט ער געזאגט אז זיין געלונגעסטער אייניקל איז דער סיגוטער רב'ס זוהן, און פארגעס נישט, סיי רבי חיים מאיר'ל און סיי הרב וואזנער האבן געוואוינט אין "בני ברק" דארט ווי לשיטתך איז רבי אהרן געווען די שטאטס נאר... יעדער געדענקט ווי הרב וואזנער פון "בני ברק" האט געזאגט פאר מענדל דאווידאוויטש ווען יענער איז געקומען העצן ער זאל נישט אויפנעמען רבי אהרן ווייל ער איז א מחוצף פאר זיין טאטן האט עם הרב וואזנער "פון בני ברק" געזאגט כהאי לישנא "איך קיק שוין נאך דעם אינגערמאן 40 יאר איך האב שוין דאן געזען אז לגדולות נוצר, מיינט איר באמת אז אין 10 מינוט וועט איר מאכן איך זאל טוישן מיין מיינד?" יעדער געדענקט און עס איז דא דערפון א קליפ ווי הרב וואזנער זאגט פאר ר' זלמן לייב ווען יענער איז עם געקומען רופן פאר א אבן הפינה פאר א נייע שיכון אין בני ברק, האט עם הרב וואזנער "פון בני ברק" געזאגט הערטס אויף צו גיין בדרך מחלוקה, הערט אויף צו טשעפען, און נישט נאר ער איז נישט געגאנגען צו דעם הנחת אבן הפינה שפיל נאר קיין איין רב אדער דיין פון בני ברק האט זיך דארט נישט באוויזן, עס איז געווען בושות וחרפות, הרב לאנדא וואס איז אגב דער רב פון "בני ברק" האט אנגעפרעגט דעם שטאטס נאר לשמוע חוות דעתו בנושא הבראקלי עופות ער האט נישט געפרעגט דעם חכם אדיר אדמו''ר משארמאש,
איך האב ענק געווארענט, הערטס אויף!!!, מתוך שבחו בא לידי גנותו, ר' יואליש איז נעבעך געווען א צושאסענע נשמה ער האט געפלאצט פאר קנאה אז ער איז נעבעך נישט אנגעקומען אין ערגעץ, בו בזמן וואס רבי אהרן האט מחבר געווען ספרים בהלכה ובאגדה ובסיגיות הש''ס, רבי געציל האט מחבר געווען שאלות ותשובות אגלי דבש וואס איז באקאנט אין די גאנצע וועלט האט ער מחבר געווען יומם ולילה... און געבליבן מיט א קומץ קטן מסיתים ומדיחים עזי פנים ומחוצפים, די קנאה האט עהם ארויס גענומען פון די גלייזן, ער האט נישט געקינט אראפ שלינגען אז דער רבי זי''ע האט געזאגט פאר שארמאשער רב זצ''ל אז ער קען נישט דעם יואליש מארגענשטערן, און ווען ער האט שוין געמיינט אז ער וועט אויך האבן עפעס סידור קדושין'ס צו קאמפיטן מיט די צענדליגע וועכענטליכע סידור קידושין'ס וואס רבי אהרן האט, איז דאס עהם נעבעך אויך נישט געלינגען, אפילו זיינע נאנטע האבן נישט אנגענומען זיין פסק הלכה אין ענדערשט געפאלגט דעם הייליגען דברי יואל זי''ע טראץ וואס ס'איז א חושן משפט שאלה און זיי האבן נישט אינטער געשריבן שטרי בירורין, זעהט אויס אז די ערליכע בני יואל האבן נישט געוויסט פון דעם נארישן שטרי בירורין ספין,
אצינד ווען ר' יואליש ז''ל איז שוין אויפן עולם האמת דארף ער אסאך זכותים איבער צו דרייען די וואג שאל לזכות, אני הקטן האב היינט אנגעצינדען א לעכט לעילוי נשמת ר' יואל בן ר' אורי, און ווען איך וועל לערנען די אהבת קדומים משניות וועל איך אויך בל''נ זאגן דאס זאל זיין לעילוי נשמתו, יעדער ווייסט אז מען קומט אויף יענע וועלט הערט זיך אויף אלע שטותים דארט האט נישט בודאפעסט אדער דער מלך קיין מיינונג און איך אויך נישט, דארט גייען די זכותים מיט די עבירות ארויף אויף א וואג שאל, איך ווייס נישט וויפיל א בלאט גמרא וועגט און איך ווייס נישט וויפעל א סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא וועגט, איך ווייס נישט וויפיל ספר לב אהרן אדער ספר אגלי דבש וועגט, און איך ווייס נישט וויפיל א אינטערשריפט צו טשעפן א מרא דאתרא וועגט, איך ווייס נישט וויפיל מחבר זיין יומם ולילה וועגט און איך ווייס נישט וויפיל זיך מתחבר זיין לרשעים און מחוצפים וועגט, רבי יואליש דארף זכותים, לאמיר לערנען א משנה אדער אנצינדען א לעכטל לעילוי נשמתו, ותהא נפשו צרורה בצרור החיים,