☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11887
בלאט: 1 2 3 4

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:43 am

· #385178
פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש
@איש מהאדיר שוין ארויסגלאזט

סגן השר מאיר פרוש ובנו ר"ע אלעד ישראל פרוש עשו את החג והשבת בבית מדרשו של האדמו"ר מויז'ניץ ממונסי • כמה סיקריקים הפריעו לתפילת השבת וצעקו לעברם של סגן השר ורה"ע. המתפרעים הוצאו ע"י המשטרה ואושפזו בבי"ח פסיכיאטרי

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:14 am

· #385259
מאיר פרוש קומט צופארן קיין מאנסי צו ר׳ מאטעלע אויף ר״ה די לעצטע פאר יאהר.

די יאהר איז געגאנגען מכות רצח דארטן. ס׳האבן זיך אנגערוקט מוחאים צו וויזניצער ביהמ״ד-הגדול די ערשטע צוויי טעג און געשריגען קולות וברקים ווען זיי האבן נאר געקענט, אפילו אינמיטן שטילע שמו״ע. די עקסטרימיסטן האבן געשטערט די ראוהיגקייט און איבערגעדרייט דאס ביהמ״ד, מהאט נישט געקענט זיך קיין עצה געבן און פטור ווערן פון זיי בשום אופן. די סעקיורטי פון ׳כתר ווילעדזש׳, די שבת-גוים וואס היטן אויף די ווילעדזש אין שבתים און ימים טובים האבן גערופן די פאליציי און מ׳האט זיי ארעסטירט אין שב״ק. היינט איז ארויסגעקומען א לאנגע בריוו פון די מוחים באגלייט מיט בילדער פון קליינע וואונדען אויף די הענט מיט די טענה אז וויזניץ און די פאליציי האבן זיי באהאנדלעט אומרעכטיג ממש ווי חיות און זיי געשעדיגט אויף א שרעקליכע אופן....

תנחום » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:27 am

· #385261
לגבי די הפגנה לעצטע וואך וועגן די אייניקעל פונען תוא"י רבי, פארשטיי איך נישט די היפקריטיע פון תוא"י. ממה נפשך אויב האלט ער פון הפגנות פארוואס שיק ער קיינמאל נישט צו די טעגליכע הפגנות פון אוירבאך ווידעראום ווען ער איז אליינס אין פעקל דעמאלסט דרייעט מען איבער די שטאט... אתמהה

חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:30 am

· #385263
ליינענדיג די באריכט פון שבת אחים, האב איך אנגעצינדן קול חומת הדת, דארט איז געווען א באריכט פון זייער זייט איבער די גאנצע געשיכטע. אפאר מינוט שפעטער האב איך נאכאמאל גערופן, איז נישט געווען קיין זכר פון דער באריכט.

וואס איז פשט? - האט איינער געסטראשעט?

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:43 am

· #385265
חקרן
ליינענדיג די באריכט פון שבת אחים, האב איך אנגעצינדן קול חומת הדת, דארט איז געווען א באריכט פון זייער זייט איבער די גאנצע געשיכטע. אפאר מינוט שפעטער האב איך נאכאמאל גערופן, איז נישט געווען קיין זכר פון דער באריכט.

וואס איז פשט? - האט איינער געסטראשעט?


וואס איז זייער זייט? וואס זאגן זיי? זיי האבן נישט קיין רעכט צו שטערן יענעמס שוהל. אז זיי ווילן פראטעסטירן דארף עס זיין מיט א לעגאלע פערמיט פון די שטאטישע טאטעס. מיין טאטע איז נישט שולדיג אז צוויי סיקריקים האבן בויעך וויי בעצם היום הדין. ער האט זיך ארויסגעשלעפט קיין מאנסי מיט באקסעס וואס גיסט זיך קאטשעניו מיט פעצעי און קניידלעך. באצאלט אפאר הונדרעט טאללער פאר א זיץ אין שוהל, צוקענען זיצן פארקוועטשעט און פארשוויצט. קיינער איז נישט געקומען דארט מיטצוהאלטן קיין פראטעסטן קעגן ציונים און מאיר פרוש, זיי זענען געקומען דאווענען מיט ר׳ מאטעלע זז״ג. און אז זיי האבן נישט פארשטאנען מיט שיינעם האט מען זיי פארשיקט מיט בייזן. זייער נארמאל לדעתי.

חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:50 am

· #385268
קודם כל, איך בין נישט דא צו דעקן זייער זייט, איך וועל נאר שרייבן וואס זיי זאגן.

לויט זייערע ווערטער האט מען זיך אויפגעפירט צו זיי מיט איבעריגע בראטוליזם און אכזריות, בשעת זיי האבן זיך נישט צוריקגעשלאגן און זענען נישט געווען שעדליך. מען האט זיי אויסגעטאן אינגאנצן נאקעט און אריינגעשמיסן אויף א געמיינעם אופן. זיי האבן געשטויסן אין האקעלע מקומות, מיטן ציל זיי צו שעדיגן. זיי זענען געבליבן אן שיך און געמוזט אהיימשפאצירן פון שפיטאל א וועג פון פיר שעה אן שוך און אן געהעריגע בגדים.

לאמיר זאגן אז זיי האבן געטאן אן עולה, איז בארעכטיגט זיך אומצוגיין מיט אזא רציחה?

דאס, און נאך, איז וואס זיי זאגן - אויב עס איז אמת...

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:58 am

· #385269
חקרן
קודם כל, איך בין נישט דא צו דעקן זייער זייט, איך וועל נאר שרייבן וואס זיי זאגן.

לויט זייערע ווערטער האט מען זיך אויפגעפירט צו זיי מיט איבעריגע בראטוליזם און אכזריות, בשעת זיי האבן זיך נישט צוריקגעשלאגן און זענען נישט געווען שעדליך. מען האט זיי אויסגעטאן אינגאנצן נאקעט און אריינגעשמיסן אויף א געמיינעם אופן. זיי האבן געשטויסן אין האקעלע מקומות, מיטן ציל זיי צו שעדיגן. מען האט זיי צוגעבינדן צו א בענקל און געשלאגן, בשעת מען האט אפגע'חוזק'ט פון זיי, זאגנדיג אז מען דארף זיי אויסטאן צו קוקן אויב זיי האבן א גאן, און א צווייטער האט רעאגירט "אפשר זענען זיי גוים? - מען דארף בודק זיין צו זיי זענען גע'מל'עט..." - אזוי האט מען געשפעט פון זיי. זיי זענען געבליבן אן שיך און געמוזט אהיימשפאצירן פון שפיטאל א וועג פון פיר שעה אן שוך און אן געהעריגע בגדים.

לאמיר זאגן אז זיי האבן געטאן אן עולה, איז בארעכטיגט זיך אומצוגיין מיט אזא רציחה?


איך האב גערעדט צו איינעם וואס דארט געוועהן. סאיז נישט אמת אז מ׳האט זיי אויסגעטוהן נאקעט. און סאיז נישט אמת אז מ׳האט זיי געגעבן מכת רצח. מהאט זיי אפגעהאלטן אין א צימער ביז פאליציי איז געקומען. זיי האבן זיך געראנגעלט און געוואלט ארויסלויפן שרייען ווייטער האט מען זיי אויסגעטוהן ביז צו די תחתונים אז זיי זאלן זיך שעמען צו אריינלויפן אין בעסמעדריש אריין. זיי האבן געהאלטן אין איין פרובירן ארויפצולויפן אויפן באלעמער שרייען און מאכן געוואלדטאטן, און טאקע די ערשטע פאר מאל איז עס זיי געלונגען צושטערן די ראוהיגייט.
אסאך מענטשען זענען געוועהן דארט. זיי טרייבן איבער.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:03 am

· #385270
ס'איז אמת כ'האב אויך געהערט פון דארטיגע אז ס'נישט געווען ווי די פאשקעווילן שרייבערס לייגען עס אראפ, נאר קען זיין אז די שרייערס האבן געמיינט אז מ'וועט זיי ארויס באגלייטן פון דארט מיט וועזשניצע קעעגל און קאלטע ביר, און זענען פשוט אנטוישט

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:40 am

· #385271
מכות רצח הלך בראש השנה לפני מוסף בבית הכנסת של ויזניץ במונסי בגלל שמאיר פרוש התפלל שם
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2017/09/2_85.html">http://bshch.blogspot.com/2017/09/2_85.html</a>

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:47 am

· #385272
שהותו של סגן השר מאיר פרוש בצל הרבי מויז'ניץ ממונסי הובילה למחאה מצד הסיקריקים, שהגיעה לשיאה עת פרצו אחדים מהם לבית המדרש. שניים מהם אובחנו כסובלים מהתקף ואושפזו (חדשות)

<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/250786.html">http://www.kikar.co.il/250786.html</a>

diff » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:52 am

· #385273
חקרן
ליינענדיג די באריכט פון שבת אחים, האב איך אנגעצינדן קול חומת הדת, דארט איז געווען א באריכט פון זייער זייט איבער די גאנצע געשיכטע. אפאר מינוט שפעטער האב איך נאכאמאל גערופן, איז נישט געווען קיין זכר פון דער באריכט.

וואס איז פשט? - האט איינער געסטראשעט?

זיי שעמען זיך אליין. מאנסיער טיפשים

גר ותושב » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:59 am

· #385276
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
תנחום
לגבי די הפגנה לעצטע וואך וועגן די אייניקעל פונען תוא"י רבי, פארשטיי איך נישט די היפקריטיע פון תוא"י. ממה נפשך אויב האלט ער פון הפגנות פארוואס שיק ער קיינמאל נישט צו די טעגליכע הפגנות פון אוירבאך ווידעראום ווען ער איז אליינס אין פעקל דעמאלסט דרייעט מען איבער די שטאט... אתמהה

ער האט געהייסן זיינע חסידים צו אויפהערן צו מאכן הפגנות אפילו ביי זיין אייניקל

וועלט׳ס פארזארגער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:09 am

· #385363
שבת אחים
חקרן
קודם כל, איך בין נישט דא צו דעקן זייער זייט, איך וועל נאר שרייבן וואס זיי זאגן.

לויט זייערע ווערטער האט מען זיך אויפגעפירט צו זיי מיט איבעריגע בראטוליזם און אכזריות, בשעת זיי האבן זיך נישט צוריקגעשלאגן און זענען נישט געווען שעדליך. מען האט זיי אויסגעטאן אינגאנצן נאקעט און אריינגעשמיסן אויף א געמיינעם אופן. זיי האבן געשטויסן אין האקעלע מקומות, מיטן ציל זיי צו שעדיגן. מען האט זיי צוגעבינדן צו א בענקל און געשלאגן, בשעת מען האט אפגע'חוזק'ט פון זיי, זאגנדיג אז מען דארף זיי אויסטאן צו קוקן אויב זיי האבן א גאן, און א צווייטער האט רעאגירט "אפשר זענען זיי גוים? - מען דארף בודק זיין צו זיי זענען גע'מל'עט..." - אזוי האט מען געשפעט פון זיי. זיי זענען געבליבן אן שיך און געמוזט אהיימשפאצירן פון שפיטאל א וועג פון פיר שעה אן שוך און אן געהעריגע בגדים.

לאמיר זאגן אז זיי האבן געטאן אן עולה, איז בארעכטיגט זיך אומצוגיין מיט אזא רציחה?


איך האב גערעדט צו איינעם וואס דארט געוועהן. סאיז נישט אמת אז מ׳האט זיי אויסגעטוהן נאקעט. און סאיז נישט אמת אז מ׳האט זיי געגעבן מכת רצח. מהאט זיי אפגעהאלטן אין א צימער ביז פאליציי איז געקומען. זיי האבן זיך געראנגעלט און געוואלט ארויסלויפן שרייען ווייטער האט מען זיי אויסגעטוהן ביז צו די תחתונים אז זיי זאלן זיך שעמען צו אריינלויפן אין בעסמעדריש אריין. זיי האבן געהאלטן אין איין פרובירן ארויפצולויפן אויפן באלעמער שרייען און מאכן געוואלדטאטן, און טאקע די ערשטע פאר מאל איז עס זיי געלונגען צושטערן די ראוהיגייט.
אסאך מענטשען זענען געוועהן דארט. זיי טרייבן איבער.


קוק אויף די בילדער וואס זיי האבן פארשפרייט און זאג דו מיר אויב ס'קוקט אויס ווי איינער האט געכאפט מכות...

קוים וואס יענער האט בכלל א באבא 😂

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:56 am

· #385400

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:44 pm

· #385404
איך האב נישט קיין ספק, אז איינער גייט אריין שרייען אין וויזניצער בית המדרש, גלייבט אז ער גייט באקימען מכות ועל דעת כן הלך! איך וואלט נישט ח"ו געהויבען א האנט, אבער די צוויי אריינגייערס האבען גיט געוויסט וואס קומט זיך זיי! ווייטער די שלעגערס זענען פאלנע שלעגערס, וואס דאווענען שוין יארען נישט אין שול, נאר געווארט בכליון עינים מתי יבוא לידי ואקיימנה! וב"ה זיי האבען געהאט א עונג שבת ויום טוב, אין ראש השנה! דער קלעפ כאפער לעבט אויך פון דעם,

די איינציגסטע שאלה איז וואס איז גערעכט און וואס נישט, לאמיר אנאלזירען די זאך, די ערשטע פראגע איז, זאל וויזניץ נישט לאזען מ פרוש קימען, וועגען שרייערס אדער שלעגערס, די זאך איז אזוי, מצד א' איז דא א כלל מ'טאר נישט זיך לאזען פירען פון טעראריסטען, וויזניץ האט אייביג געהאלטען פון די שיטת האגודה, וויזניץ איז נישט סאטאמר, וויזניץ מעג האלטען אז ס'נישטא קיין גזירת גיוס, ווען זיי ווייסען אזוי פון די ערשטע האנט פון זייער פריינד מויזעס אליינ'ס,

ווייטער קנאים, האבען אייביג געשריגען און געשטערט אנדערע בתי מדרשים מיט רעכט אן רעכט, דאס איז א אלטע מעשה, קענסט זאגען משיגע, חוצפה, וואס איר ווילט דאס אייביג געווען און האפענטלוך אייביג זיין,
דאס איז גראדע יעדער און וויזניץ מסכים, אז יעדער רב רבי מעג מוחה זיין אקעגין א עוולה אין וויזניץ ביי זיך און שול, ווייל כך הי' נוהג אדמור מוויזניץ כל ימיו, למשל אז די פאפע רבי איז מחליט אויף א עוולה וואס גייט פאר אין וויזניץ, האט ער רעכט צו זאגען אז מ'דארף מוחה זיין אקעגין די עוולה מטאר נישט אזוי טוען, נאך מער ממעג צוזאמנעמען 5 קהלות און ארויסזאגען אין א זאל די עוולות פון וויזניץ, ווייל דאס אלעס איז נישט ח"ו טעראר כך הי' וויזניץ נוהג בשנות בתש"מ בתש"נ ובתש"ס וכו' ,

נאך אזאך האט וויזניצער רבי גראדע אייביג געהאלטען אז מ'טאר נישט ארייננברענגען און א מצב וואס איז גורם חילול ה' למשל וויזניצער רבי האט פארגעהאלטען מהרי"ד מבעלזא און שנת תש"ם הלמאי ער קומט קיין ווילאמסבורג און ער איז גורם מחלוקת וחילול ד', די זעלבע זאך האט ער אנגעזאגעט פאר יד קאלסבורגער רב און די נ' יארן היתכן ער גייט אריין און קרית יואל ס'קען ארויסקימען חילול ד' וכו' וכו',

פרעג איך א קשיא, ממילא ווען מנחם אליעזר מויזעס וויל קומען קיין וויזניץ הער איך, ער איז א וויזניצער חסיד, אפאר קנאים ווילן נישט, נו ממוז דאך נישט זיין אזא קנאי ווי זיי ווילען, זאל ער קימען איינשטיין ביי וועם סלאזט אים אריין ממילא, נו,

אבער פרוש?? וואס האט ער מיט וויזניץ? און זייט ווען? ער פרעגט אן ביים וויזניצער רבין חוות דעתו איידער ער שטימט אין כנסת, ממילא מויזעס פרעגט האחים מוויזניץ ארץ הקודש, און מאנסי מישט זיך נישט במקום הרב ואביו האמרי חיים זי"ע, אבער פרוש? וואס האסטו מיט וויזניץ? וואס האסטו מיט חסידים בכלל?, די רעכענסט דיך נישט מיט די מיינוג פון וויזניץ, אמת טוסט א טובה פאר א פערמענט דא דארט, דערפאר קומסטו זיך מקנח זיין דא ביי אינז? מאכסט צואה אין כנסת, ווישט זיך אינטער און מאנסי, און ווילסט דורך אונז בלייבען א שיינער איד, לדעתי עני' יעדער רעכט דענקער וויזניצער חסיד, דארף זאגען בפה מלא, בשום אופן, גייט אייך א היים, מאך נישט אן דא קיין פירוד לבבות, הינדרעטער וויזניצע אידען והאלטען עס נישט אויס, גייט אייך פון ווי איר קומט, שטערט נישט אינזער יום טוב, א ודאי איז נישט גערכט קנאים זאלן דא שרייען אבער לאו עכברא גנב רק החורי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:17 pm

· #385409
בקיצור, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט, סקול דיסטריקט.

איך האב פאר דיר נייעס, קיינער געדענקט ניטאמאל אז אזא מוסד עגזיסטירט.

און דאס אז מ'פאדערט פון וויזניץ אז זיי זאלען אפזאגען א איד פון קומען דאווענען דארט, בפרט אז מ'גיבט איהם גארנישט קיין כבוד, איז א ווייז אויף די וואס פאדערען. לא נשמע מעולם אז מ'זאל ארויס ווארפען א פריוואטע איד פון דאווענען אין ביהמ"ד און ס'דוכט זיך אז ס'איז דא א חרם פון רבינו גרשם אויף דעם.

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:21 pm

· #385410
ליטוואק וואסערע חרם איז דא אויף שלאגען א איד?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:26 pm

· #385413
וואס איז די פראבלעם? יעצט איז שוין שטיל

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:29 pm

· #385415
צום ענין ביטע?

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:05 pm

· #385425
איך האב גערעדט מיט א אינגערמאן וואס איז דארט געווען זאגט ער
אז גלייך ביים אנהייבן שרייען האט מען זיי אראפגעהאלטן אויפ'ן ערד און די עולם ויזניצער האבן געשריגן אז קיינער זאל נישט הייבן קיין הענט
ווי ווען אזא מעשה געשעהט אין סאטמאר וואלטן זיי ארויס א בעל מום פאר לייפ כמעשה שהיה עם אדמור אחד בביהמ"ד הגדול בקר"י ואכהמ"ל
ליגענדיג אויפ'ן ערד האט איינער אנגעהויבן שרייען מרדכי האגער פוי אבער מ'האט הישט געהערט ביז צום אויב'ן אהן ווייל ס'געווען אסאך מענטשן ארום אבער די ארומיגער האבן געהערט
מ'האט זיי געהייסן ארויסגיין איינער איז ארויס נארמאל דער צווייטער האט פארפירט אז ער גייט נישט ארויס האט מען אים ארויסגעטראגן
און סה"כ וואס מ'האט אים געטוהן אויפ'ן וועג ארויס יעדער וואס האט דורכגעוואקט האט געגעבן א פיע"ס א"וו הי"ז מיינ"ד מיט די הענט א דזוכע א באקס אבער נישט מער
אהנקומענדיג אינדרויסן האט די סעקיורטי גערופן פאליציי און דער צובאלטער מחוצף האט געזאגט אז ער מוז האבן אן אמבולאנס פאליציי האט געזעהן אז דאס איז א שפוי בדעת האט מען אים געטראגן ווי ער באלאנגט
דער וואס האט עס מיר פארציילט האט מיר געזאגט אז נאכ'ן דאווענען איז געווען א קופקא אין בהמ"ד אז מען דארף זיי גיין באפרייען פון די סייקיעטרי"ק וואר"ד ווייל טאמער נישט ווער גייט עס טוהן
שטעהל דיך פאהר אזא מעשה געשעהט אין סאטמאר????

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:09 pm

· #385426
@ימים ויזניצער רבי האט פולן רעכטן אין זיין ביהמ"ד און קיין צווייטער האט נישט
און אז ער וויל אז דער רה"מ זאל דאווענען ביי אים צו להבדיל א גוי זאל קומען אין ביהמ"ד מעג ער אזוי הייסן אז די ווילסט נישט קום נישט דאוואנען ביי מיר
די מערסטע וואס איינער מעג טוהן איז פראטיסטירן אינדרויסן
וואס דאס איז אויך א חוצפא ווייל ווער האט דיר געפרעגט ויזניצער רבי פארשטייט נאך אזוי גוט ווי די מיט דיין רבי
אבער אריין קומען אין ויזניץ פראטעסטירן ווייל מאיר פרוש איז נישט קיין ויזניצער האט נישט קיין שום זינען

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:10 pm

· #385427
דער ימים איז דאך א ערשט קלאסיגע ליגנער פאר סאם ריזען איז אים בעסער צו שרייבן אז די שלעגער דאווענען שוין לאנג נישט אין וויזניץ, נאר זיי זענען יעצט געקומען צו שלאגן אזא אויסגעזויגענע ליגענד ואטו כי רוכלא אזיל

סאטמאר איז שוין געוואוינט צו די אלע פאשקעווילן און געוויינערייען אויף סאטמאר האט מען געמאכט אזעלכע מעשיות טאג און נאכט דער זעלביגער שפטיווקער האט מיט סאטמאר אויך געהאט צו טון מ'האט אין גלייך געפירט קיין בעלויו ביי די סאקריעטיק אפטיילונג און דארט האט מען אים באהאנדלט פאר א וואך און אהיים געלאזט

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:25 pm

· #385429
א"ר יוחנן מיום שחרב בית המקדש ניטלה נבואה מן הנביאים וניתנה לשוטים ולתינוקות ער טרעפט אלעמאל אן די ריכטיגע

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:27 pm

· #385430
סקרן בעלזא רב פארשטייט נישט אזוי גיט ווען ער האט געהאלטן מדארף אנלערנין די מאכניפקא עזי פנים?
די ברך משה האט נישט אזוי גיט פארשטאנען ביים רעביצין אדער ביי אנדערע ענינים דעמאלטס האט מען איבעראל געמעגט מוחה זיין?
דער ישועת משה האט אויפגענימען שמיר ער האט געמעגט יא אדער ניין?
די ווייסט טאקע נישט אז וויזניץ איז איינס מיט מחאה!
נאכאמאל דער וואס גייט אריין שרייען אין וויזניץ כאפט ווייל אזוי איז געווען און סאטמאר אזוי איז געווען אין בני ברק אויף די טרעף וכו' וכו' אבער חוצפה מוחה צו זיין? זייט ווען און ווי?
נאכאמאל ווער עס וויל וויסען די אמת שלעגערס זענען שלעגערס און דאס וואס איך זאג אז די שלעגערס דאווענן נישט אין וויזנץ מיינט נישט זיי דאוונען אין סטראפקוב ניין זיי דאווענען נישט
זיי זענען נישט וויזנץ זיי זענען נישט חסידישע אינגעלייט זיי זענען שלעגערס ליבערשט ארבעטען זיי פאר די פייער דעפערטמאנט ליידער
וויזניצע אידען זענען חשובע ערליכע איידעלע אידען וואס פאלגען וויזנצער רבין וואס האט אייביג גאסרט שלאגען און מחשיב עגווען זאגען די אמת און ווען עס טוט וויי האט ער געשריגען דאס איז וויזניץ מאנסי נישט שלעגערס

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:31 pm

· #385431
ווען איז וויזניצע רבי אריין אין א צווייטן'ס שול אינמיטן דאווענען מוחה זיין ? איך זאג נישט ער האט נישט געהאט קיין רעכט צו באשמוצן סאטמאר און איבערדרייען יענעם'ס שטעטל אבער אריין גיין אינמיטן דאווענען און שרייען און ארויסלויפן דאס ווייזט קלאר אז זיי האבן געזוכט איבערצודרייען מאכן כאאס נוסח סיקריק און אזעלכע דארף מען אנמקלען עד כדי דם זענען גארנישט מער ווערט ווי די שלעגערס וואס דו רעכנסט אויס

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:32 pm

· #385432
אזוי די טיילסט אן ווי און וואס וויזניצער רבי זאל רעדען ווי איך זאל שרייבען די ביסט א ריכטיגע ח.... ד....

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:33 pm

· #385433
האסט א חוצפה צוזיין א תובע בפה

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:35 pm

· #385434
וכדרכך נעמט ארויס איין ווארט און ציט אוועק די נושא

די פינטל איז דא איין זאך שטעל נישט צוזאם וויזניתע מחאות ביי זיך אין ביה"ד צו די ווילדע פראות וואס דא איז געטון געווארן דורך די דאזיגע ליידיג גייער און בריונים ער וויל מוחה זיין זאל ער מוחה זיין אינדרויסן מיט מייקס אבער אריין גיין צו יענעם אין ביהמ"ד און א אויסגערכנטע מינוט און אויסגערעכנטע שריט איז אינגאנצן נישט די מחאות פון וויזניץ

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:42 pm

· #385435
די האסט געזעהן א הודאה פון מיר אויף שרייען ביי יענעם אין שטוב? איך זאג זיי קומט זיך פעטש! גראדע שלעגערס זענען אבער פארט שלעגערס, און נישט ריינע ערליכע אידען! די ביסט נאר א שלעגער ווילסטו שטארק דאס בארעכטונגען, זאג איך ניין, אין זה דרכה של וויזניץ, וויזניצער רבי האט אונז אנדערשט גלערינט, און אדרבה די טענה אז מ פרוש זאל נישט קימען, הער איך, ער איז נישט קיין וויזניצער און וויזניץ דארף נישט דעקען זיינע מעשים, ער איז נישט נייגעריק און וויזניץ ער איז נייגעריק אויסצוניצען וויזניץ דאס איז א פאברעך פון זיין זייט , טוט ער אפאר טובות פאר וויזניץ קומט נישט מסירת נפש פאר אים נאך,

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:46 pm

· #385436
דער איינציגסטער וואס האט דא געזאגט עפעס צו באשולדיגן ויזניץ ביזטו
קיינער האלט נישט אז ר' מוטלה אדער ויזניץ טוהט עפעס ראנג מיט'ן אים אריינלאזן
איך האס נישט געזעהן אז ויזניץ זאל שטארבן פארוואס זטגסטו מסירת נפש אפי' קיין פארשעמטן פנים אויפ'ן אים ארייננעמען איז נישט דא ווייל ס'איז נישט דא פארוואס זיך צו שעמען
נ.ב. ס'איז דא בתי מדרשים ווי למשל אין ויזניץ וואס מ'לאזט אריין אפי' די וואס טוען נישט פאר זיי נאר סתם ווייל עס איז א בית ד' וואס ווער ס'וויל דאווענען איז וועלקאום

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:50 pm

· #385437
@ימים ידברו; לויט ווי ס'קוקט מיר אויס האסטו צום נייעם יאר געטוישט דיין ניק פון [@איש את רעהו[/tag]
א נייעם יאר, א נייעם ניק,

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:50 pm

· #385438
מקור לדברך
Ye have heard that it hath been said, An eye for an eye, and a tooth for a tooth: 39 But I say unto you, That ye resist not evil: but whosoever
shall smite thee on thy right cheek, turn to him the other also. 40 And if any man will sue thee at the law, and take away thy coat, let him have thy cloke also.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:45 pm

· #385450
ווער זענען געווען די 2 מוחים? איינער ווייסט א נאמען?

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:00 pm

· #385454
גאנצל זאגט פריער סאיז דער שפעטיקא

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:11 pm

· #385457
איך קען זייערע נעמען, אבער לכאורה איז עס קעגן די תקנות ארויס צו שרייבן.

וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:17 pm

· #385458
איך מיין זיי וואלטן צו געצאלט צו קענען מקדש זיין שם שמים בגילוי...

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:37 pm

· #385461


כפתור » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:57 pm

· #385465
שבת אחים
מכות רצח הלך בראש השנה לפני מוסף בבית הכנסת של ויזניץ במונסי בגלל שמאיר פרוש התפלל שם
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2017/09/2_85.html">http://bshch.blogspot.com/2017/09/2_85.html</a>

לויט די בילדער, קוקט בכלל נישט אויס ווי די וויזשניצע קענען טיילן (קען זיין וועגן דעם האבן זיי גענומען די ריסק). איך האב שוין געוואוסט פאר די פיקטשערס אז ס'נישט וויאזוי ער מאכט דאס, נאכדעם וואס ער לייגט אזוי דראמאטיש אראפ ווילאנג און ווי שטארק ער האט געכאפט די מכות, און ער האט נאך געקענט אהיים וואקן פיר שעה (ער האט פשוט נישט געטראסט די שפיטאל 😉 )
מכות אין כאן, אפאר-פעטש יש כאן

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:17 pm

· #385473
געוואלדיג
איך קען זייערע נעמען, אבער לכאורה איז עס קעגן די תקנות ארויס צו שרייבן.

א זאך וואס האט פאסירט בגלוי און יענער האט געוואלט זיין אין די העדליינס, פארוואס זאל עס זיין אקעגן די תקנות?
אבער אפשר ביסטו גערעכט, כבוד המשפחה וכדו'.

שבת אחים » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:35 pm

· #385476
איך האלט אז מאנסי-וויזניץ איז אן עקסטרעימע חסידות. און איך גלייך עס נישט. אבער מיט דעם אלעמען זענען זיי נישט קיין שלעגער. עני אנדערע חסידות וואלט זיי צומאלן אויף שטיקער.

אין מאנסי-וויזניץ איז דא א איד ער הייסט ר׳ שלמה אליעזר סימקאוויטש ער איז א באוויסטע גיבור חיל א הויכע ברייטביינערדיגע איד וואס קען צוקוועטשען זעקס מענטשען אויף איינמאל בלי גוזמא. ער פלעגט זיין פון די שטוב מענטשען פון ר׳ מאטעלע. ער איז דארט געשטאנען א גאנצע צייט און געשריגן הויך ״קיינער זאל נישט הייבן קיין האנט-סאיז נישט דעם רבינס וועג צו שלאגן״.

סאיז זיכער דא גענוג מענטשען אין מאנסי וויזניץ וואס ווארטן בכליון עינים זיך צושלאגן, אזויווי ימים שרייבט, אבער זיי זענען א קליינע מיעוט פון ליידיגערס און פייערלעשערס. רוב אידן אין מאנסי-וויזניץ זענען געהויבנע אינגערלייט וואס הארוועווען אויף תורה, עבודה און גמ״ח. זיי זענען באמת אויסגעארבעטע אידן וואס זענען אויסגעטוהן פון דער גשמיותדיגער וועלט און ווייסן גארנישט וואס טוט זיך חוץ פון פיליס טערעס, עשעל לעין, ריטא, גמרא תוספות, חסידישע ספרים, דער אהבת ישראל דער אמרי חיים און ר׳ מאטלע. זיי הייבן נישט אן צופארשטיין צו קיין מחלוקות און טעראר. זיי לעבן אין העכערס. האלב פון מיין עידזש אין גיבערס זיצן נאכאלץ און לערנען אין כולל. סאיז שוין בערך 20 יאר נאך זייער חתונה, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי די אינדערסוינדיגע גאס זעהט אויס. איך טרעף אסאך מאל מיין געוועזענע קלעיסמעיטס, סכאפט מיר א פחד נורא, לאנגע גרעי-ווייסע בערד. מאכן שוין חתונה קינדער. געבן ארויס ספרים. אסאך פון זיי זענען גרויסע דיינים וואס פאסקענען שאלות. איך ווייס נישט צו קיין איין חסידות אויף
די וועלט האט פראצענטואל אזויפיל אידן וואס זענען ממש אויסגעטוהן פון די היינטיגע וועלט. לדעתי האט ר׳ מאטעלע הונדערטער חסידים, ערליכע אידן וואס קענען נעמען קוויטלעך. אזעליכע אידן ווי הרה״צ ר׳ זושע רוב און נאך אנדערע פאקן איין רוב היינטיגע רביס צוזאמען.

וואס פארא נערישע טענה איז אז מאיר פרוש האט גארנישט מיט וויזניץ איינגעשטויסן? אלזא מעג מען שוין שרייען און ווילדווען? לאמיר זאגן אז ער האט א טאג פאר ראש השנה מחליט געוועהן זיך צו טויפן און ווערן א ״מאטעליסט״, ער האט נישט קיין רעכט? לאמיר זאגן אז ער האט טאקע גארנישט מיט וויזניץ איינגעשטויסן נאר ער האט מחליט געוועהן ״סתם אזוי״ צוקומען קיין מאנסי פאר נישטיקייט, געט דאס א רעכט פאר משוגעים איבערצודרייען א שול פון טויזנטער מענטשען?


מיינסט אז מנחם אליעזר מוזס איז אייביג געוועהן א וויזניצער? זיין טאטע אדער זיין זיידע האט געדזשוינט די חסידות. נא פרוש מעג נישט? כפארשטיי נישט די לאגיק פון דעם.

איש את רעהו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:28 pm

· #385483
גאנצל איז פלוצים אזוי מילד געווארן
משום כבוד סידור קידושין וכו' מעג מען פלינדערן און יענעם יורד זיין לחייו
ווען איינער נעמט זיך איבער א מסית ומדיח ומעביר נשמות ישראל למולך ווערט גאנצל זייער צוקאכט און דערהייבט נישט אז מען זאגט א הויעך ווארט.

איש את רעהו » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:38 pm

· #385485
ווען א אידישע נשמה ווערט מיט אכזריות אריינגעשליידערט צווישן די קאניבאלען די צה"ל הידוע, ווערן דיףף וחבורתו אויך אזוי צושוידערט אז מען האט אזאנס געטין צו א איד, אדער נאר אז מען בארירט כבודו הרמה פינעם המבשר דזשורנאל

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:26 pm

· #385493
חקרן
קודם כל, איך בין נישט דא צו דעקן זייער זייט, איך וועל נאר שרייבן וואס זיי זאגן.

לויט זייערע ווערטער האט מען זיך אויפגעפירט צו זיי מיט איבעריגע בראטוליזם און אכזריות, בשעת זיי האבן זיך נישט צוריקגעשלאגן און זענען נישט געווען שעדליך. מען האט זיי אויסגעטאן אינגאנצן נאקעט און אריינגעשמיסן אויף א געמיינעם אופן. זיי האבן געשטויסן אין האקעלע מקומות, מיטן ציל זיי צו שעדיגן. זיי זענען געבליבן אן שיך און געמוזט אהיימשפאצירן פון שפיטאל א וועג פון פיר שעה אן שוך און אן געהעריגע בגדים.

לאמיר זאגן אז זיי האבן געטאן אן עולה, איז בארעכטיגט זיך אומצוגיין מיט אזא רציחה?

דאס, און נאך, איז וואס זיי זאגן - אויב עס איז אמת...

חקרן: זיכער. דאס און נאך מער איז זיך זיי געקומען. ס'אן אומדערהערטע חוצפה צו גיין אין יענעמ'ס ביהמ"ד. נאכדערצו אום ראש השנה און שטערן דאס דאווענען. און שטערן די מנוחה פון די הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען צו דאווענען צוזאמען מיט'ן רבי'ן. וואו איז בזיון ביהמ"ד...?! די חיות, די סיקריקים למינהם טעראריזירן היינט די גאס. ואין פוצה פה ומצפצף. דא האבן זיי גענומען זייער חוצפה און הפקירות א טריט ווייטער. וואס מ'האט געטון צו זיי און וויפיהל מכות מ'האט זיי געגעבן איז זיך זיי ערליך געקומען. אפשר וועט עס העלפן אז זיי וועללן איבערטראכטן 2 מאל איידער זיי גייען נאכאמל טון די הפקירות און טעראריסטישע שטיק...!...קאזאק הנגזל...!

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:31 pm

· #385494
גר ותושב
תנחום
לגבי די הפגנה לעצטע וואך וועגן די אייניקעל פונען תוא"י רבי, פארשטיי איך נישט די היפקריטיע פון תוא"י. ממה נפשך אויב האלט ער פון הפגנות פארוואס שיק ער קיינמאל נישט צו די טעגליכע הפגנות פון אוירבאך ווידעראום ווען ער איז אליינס אין פעקל דעמאלסט דרייעט מען איבער די שטאט... אתמהה

ער האט געהייסן זיינע חסידים צו אויפהערן צו מאכן הפגנות אפילו ביי זיין אייניקל

גר ותושב: אבער פארוואס האט ער געהייסן אנהייבן די הפגנות און פראטעסטן...?!

יהודי פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:40 pm

· #385496
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
וויזוי האט מהר"א מ'סאטמאר געזאגט אמאל: אין אנדערע מקומות וואלט מען אין אזא פאל נישט געשריגן שייגעץ ארויס נאר כהנים ארויס

גר ותושב » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:41 pm

· #385497
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
berlbalaguleh

גר ותושב: אבער פארוואס האט ער געהייסן אנהייבן די הפגנות און פראטעסטן...?!


ווער זאגט אז ער האט געהייסן אנהייבן?

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:44 pm

· #385498
איש את רעהו
גאנצל איז פלוצים אזוי מילד געווארן
משום כבוד סידור קידושין וכו' מעג מען פלינדערן און יענעם יורד זיין לחייו
ווען איינער נעמט זיך איבער א מסית ומדיח ומעביר נשמות ישראל למולך ווערט גאנצל זייער צוקאכט און דערהייבט נישט אז מען זאגט א הויעך ווארט.


גוט געזאגט די זעלבע וועם מ'צושלאגט אין קר"י צושלאגט ממען אין וויזניץ ........

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:51 pm

· #385500
סקרן
איך האב גערעדט מיט א אינגערמאן וואס איז דארט געווען זאגט ער
אז גלייך ביים אנהייבן שרייען האט מען זיי אראפגעהאלטן אויפ'ן ערד און די עולם ויזניצער האבן געשריגן אז קיינער זאל נישט הייבן קיין הענט
ווי ווען אזא מעשה געשעהט אין סאטמאר וואלטן זיי ארויס א בעל מום פאר לייפ כמעשה שהיה עם אדמור אחד בביהמ"ד הגדול בקר"י ואכהמ"ל
ליגענדיג אויפ'ן ערד האט איינער אנגעהויבן שרייען מרדכי האגער פוי אבער מ'האט הישט געהערט ביז צום אויב'ן אהן ווייל ס'געווען אסאך מענטשן ארום אבער די ארומיגער האבן געהערט
מ'האט זיי געהייסן ארויסגיין איינער איז ארויס נארמאל דער צווייטער האט פארפירט אז ער גייט נישט ארויס האט מען אים ארויסגעטראגן
און סה"כ וואס מ'האט אים געטוהן אויפ'ן וועג ארויס יעדער וואס האט דורכגעוואקט האט געגעבן א פיע"ס א"וו הי"ז מיינ"ד מיט די הענט א דזוכע א באקס אבער נישט מער
אהנקומענדיג אינדרויסן האט די סעקיורטי גערופן פאליציי און דער צובאלטער מחוצף האט געזאגט אז ער מוז האבן אן אמבולאנס פאליציי האט געזעהן אז דאס איז א שפוי בדעת האט מען אים געטראגן ווי ער באלאנגט
דער וואס האט עס מיר פארציילט האט מיר געזאגט אז נאכ'ן דאווענען איז געווען א קופקא אין בהמ"ד אז מען דארף זיי גיין באפרייען פון די סייקיעטרי"ק וואר"ד ווייל טאמער נישט ווער גייט עס טוהן
שטעהל דיך פאהר אזא מעשה געשעהט אין סאטמאר????

סקרן: אדער אין בעלזא. זיי וואלטן נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג נאר ליגנדיג. אויף א בעטל צו א מיטה איז שוין נישט קיין נפקא מינה...!

diff » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:54 pm

· #385503
berlbalaguleh
גר ותושב
תנחום
לגבי די הפגנה לעצטע וואך וועגן די אייניקעל פונען תוא"י רבי, פארשטיי איך נישט די היפקריטיע פון תוא"י. ממה נפשך אויב האלט ער פון הפגנות פארוואס שיק ער קיינמאל נישט צו די טעגליכע הפגנות פון אוירבאך ווידעראום ווען ער איז אליינס אין פעקל דעמאלסט דרייעט מען איבער די שטאט... אתמהה

ער האט געהייסן זיינע חסידים צו אויפהערן צו מאכן הפגנות אפילו ביי זיין אייניקל

גר ותושב: אבער פארוואס האט ער געהייסן אנהייבן די הפגנות און פראטעסטן...?!

ער האט א כח פ"וו זאלרס ניש נוצען. נאר א גביר מעג האבן מפטיר יונה?

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:59 pm

· #385505
גאנצל: אז מ'רעדט שוין. וויזניצער רבי זז"ג האט געהאט א רעכט ארויסצוזאגן זיין מיינונג לגבי סאטמאר סקול דיסטריקט. דאס מיינט נישט אז ער איז געווען גערעכט. אבער דאס קומט דאך זיכער נישט צו צו די מעשים תעתועים וואס אט די סיקריקים פון 2017 האבן אפגעטון. אריינגיין אין יענעמ'ס ביהמ"ד שטערן דאס דאווענען אום ר"ה. און אנמאכן א טומל. וואס מ'האטציי געגעבן (סיי ווער. יא ויזניצע מתפללים אדער נישט.) איז זיך זיי ערליך געקומען און נאך מער...!
בלאט: 1 2 3 4