☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11887
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:20 am

· #385978
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
אז מ׳איז שוין אויף יענער נושא, וויל איך וויסען א תשובה. יעדער אינגעל אין סאטמאר פארשטייט דער אמת פיהל מער ווי וועלטס תלמידי חכמים אין א"י, ווייל זיי זענען משוחד בלאה בלאה בלאה, און די ראשי ישיבות אין א"י האבען נישט געמעגט מחליט זיין צו מ׳קען נעמען געלט פון די מדינה, זיי האבען געדארפט אנפרעגען ביי די אמעריקאנער רבנים. אויב אזוי, פארוואס האט דער ברך משה\מטה אהרן געמעגט פסקנ׳ן שערי חמלה אליינס? פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען צו די ארץ ישראל׳דיגע רבנים פרעגען צו מען מעג אזא זאך טוהן?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:34 am

· #385981
וואו איז דער טאהשר געווען ביים איסור צונעמען פון די מדינה

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 8:27 am

· #385989
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
יעדעס מאל די זעלבע זאך, איך קען נישט אויסרעכענען א חסידות ווי מען וואלט נישט געטון די זעלבע זאך, יעצט צי ס'איז ריכטיג אדער גערעכט? אוודאי נישט, והא ראיה קיינער דא וואלט נישט געשלאגן, און קיינער דא וואלט נישט געוואלט אז זיין טאטע למשל זאל זיין די שלעגער, פארוואס??? ווייל מ'ווייסט אז ס'איז נישט א ריכטיגע זאך... אבער די סיבה פארוואס זיי האבן געכאפט מכות, איז ווייל אונזער קולטור טאר אזא זאך נישט אריבער גיין אן לערנען יענעם א לעקציע, וואס וואלט געווען אז מ'רופט סעקיוריטי??? "די חסידות וואלט אינטערגעגאנגען", דערפאר מיז מען ווייזן פאר די קטני דעת אין די חסידות אז אויב איינער טוט אזא זאך וועט מען ווייזן איין מאל פאר אלעמאל און די חסידות איז נישט קיין שמאטע. בקיצור, עס באדערט מערסטנס פאר די קטני דעת, דערפאר שלאגן די קטני דעת, און נאכדעם פילן זיך די קטני דעת ציפרידן,

אבער פון די אנדערע זייט פארשטייען די עקסטרעמיסטן נישט קיין אנדערע שפראך, עס איז א גרויסע פראבלעם, ווען ס'גייט פאר די משוגעים אריין די קעמפעריי פארן באשעפערס וועגן שטייט זיי גארנישט אין וועג, דא אפשר איז עס יא א מהלך???

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:01 am

· #385995
ווען סאטמאר איז געווען ביים כח, איז עס נישט נאר די 'קטני הדעת' געווען, אחוץ טאמער יעדער איז דעמאלס געווען קטני הדעת. פון טוהן אדער פארטיידיגען, איז עס געווען פון די מזרח ביז צום מערב, דער איד ביילאגעס פארוואס מענדעל וועכטער דארף דאנקען סאטמאר פאר זיין באהאנדלונג, ביז דרשות פון 'ס'איז דא אזעלכע וואס פארשטייען נישט קיין שבעים לשון' פון דער מטה אהרן שלעגער.

נאר סוף גנב לתליה, און צום סוף האט זיך די סטאדע אויפגעוועקט און פארשטאענען ווי טיף אין דערערד זיי ליגען, און א ווידערשטאנד איז געקומען. די שלעגערס האבען עס געפירט טאקע, אבער שלאגען קענען זיי שוין נישט.

אזוי וועט בלייבען אין פאנאוויעז אויך. דער עולם וועט זיך עקלען פון זיך, און ס'וועט מוזען אויפהערען.

דער כלל אבער, אז דער פארטיי איז מער ווי סיי וועלכע ווירדע, דאס וועט מען ליידער נישט אדרעסירען.

diff » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:24 am

· #386001
מזאגט אז מחלוקת ביי ליטאים פארמאכט די ישיבה אין ביי חסידים מאכט מען צוויי

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:35 am

· #386003
יהודי פשוט
שבת אחים

2)ער איז אמתע מענטש, ווען ער איז מוחה אויף איינעם, האט ער נישט קיין שום זייטיגע חשבונות חוץ כבוד שמים.

מען פארציילט אז ווען ר' מאטעלע איז געווען פארנומען דעמאלטס מיטן פובליק סקול איז ער ארום געפארן זאמלען חתימות ביי רבנים דערקעגן, איז ער געווען דעמאלטס אין מאנטרעאל אין ער איז צוגעפארן קיין טאהש, אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצע רבי פון מאנסי קומט האט מען אנגעגרייט כדרכם פון די רבי'שע באזוכן, א שיינעם בענקל מיט פירות ווי עס פאסט, ר' מאטעלע האט באלד ביים אריין קומען אנגעהויבן גלייך מיטן ענין אז עס קומט פאר א שרעקליכע עוולה אז מען מאכט א פובליק סקול און ס'איז ממש מינות וכפירה וכו' וכו', דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל הערט איהם אויס און דערנאך פרעגט ער איהם: ווער מאכט דאס? האט ער איהם גע'ענפערט אז דער סאטמארער רבי מאכט עס, פרעגט איהם טאהש'ער רבי: וואס זאגט מען? פארוואס זאל ער וועלן טוהן אזא זאך? ענטפערט ר' מאטעלע: מען זאגט אז ער גייט מאכן אסאך געלט דערפון, פרעגט דער טאהש'ער רבי: וויפיל שמועסט מען אז ער גייט פארדינען דערפון? ענטפערט ר' מאטעלע: מען שמועסט אז ער גייט מאכן 12 מיליאן דאללער, טאהש'ער רבי פארטראכט זיך אביסל נאכדעם זאגט ער פאר ר' מאטעלע: ווייסט איר וואס, 6 מיליאן נעם איך אויף מיר, די איבריגע זעקס זאל מען צוטיילן צווישן די אנדערע חותמים, און מען וועט געבן דאס געלט פארן סאטמארער רבי אזוי וועט ער שוין זיכער נישט מאכן דעם פובליק סקול... ר' מאטעלע האט זיך אויפגעהויבן און אפגעטראגן...

להד״ם

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 12:45 pm

· #386045
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
[quote="שבת אחים"]ר' בערל, וואס הייסט אז ר' מאטעלע האט נישט געמעגט מוחה זיין אויף שערי חמלה? פארוואס נישט? אביי האט געמעגט זאגן אנדערש ווי רבא? הלל האט געמעגט זאגן אנדערש ווי שמאי? וע"כ סאטמארער רב האט געמעגט אריינרעדן אין יענעמ'ס מוסדות צי זיי זאלן נעמען געלט פון די מדינה צי נישט? ער איז געקומען קיין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ ווי ער האט געהאט דעמאלטס א קליינע צאל חסידים אנטקעגן וואס וויזניץ האט געהאט, און געשאטן פעך און שוועבל אויף אגודה...

ניין, עס איז קיינמאל נישט געווען אז איינער זאל זיך אריינמישן אין א 2טע קהילה, סאטמאר רב האט געזאגט בכלליות זיין מיינונג אז מ׳ טאר נישט גיין צו די בחירות וכדומה, ער האט קיינמאל נישט געזאגט א מיינונג אויף א קהלה, פארקערט די וויזשניצע מורדים האט ער נישט מקרב געווען, זאגענדיג א מחוצף בלייבט א מחוצף ווי ער איז

קענסט זאגן אז ר' מאטעלע איז נישט געוועהן גערעכט מיט זיינע מחאות ווייל דעס און יענעץ- און אויף דעם דינג איך זיך נישט. אבער צי ער מעג אין זיין שול ביי שאלעשידעס זאגן אז דעס און יענץ איז לדעתו נישט אויסגעהאלטן טאר ער נישט? פארוואס?

ער האט געזאגט אסאך מער ווי דעים, ער האט פערזענליך מבזה געווען דעם ברך משה (איך וויל עס אפילו נישט נאכזאגן)

רבי אהרן צי דער ברך וואלט זיך געדארפט אויפשטעלן און זאגן, אונז רעספעקטירן שטארק ר' מאטעלע מיט קאשויער רב'ס מיינונג אבער זיי זענען נישט גערעכט ווייל דאס און יענץ. אט דאס הייסט והייתם נקיים. אבער אנשטאט דעם האט רעב אהרן אנגעפאנגען א מלחמה מיט אים און אים פערזענליך באשמוצט און גערופן נעמען ווי "פראפעשאנעל בעל מוחה פון מאנסי" און אריינגעמישט אנדערע ענינים ווי "ער לערנט חורש"י מיט זיינע מיידלעך" און וע"כ ארויפגעלייגט א פייפער אנטקעגן איבער ר' מאטעלע'ס הויז און יעדע וואך דוקא געפיפן בערך 5 ביז צעהן מינוט בשעת ר' מאטעלע האט געדאווענט קבלת שבת. כ'געדענק נאך ווי ער פלעגט אינמיטן שמו"ע ארויפלייגן די הענט אויף זיין אויער ביז די פייפעריי האט זיך געענדיגט. די ראשי הקהלה זענען אריין צו ר' מאטעלע און אים געזאגט אז זיי קענען ערלעדיגן ביי די שטאטישע טאטעס מיט פראטעקציע פון "כתר ווילעדזש" אז סאטמאר זאל נישט האבן די נויטיגע פערמיטס פאר זייער פייפער. ר' מאטעלע האט זיי געזאגט דעס איז דאך "נקמה" (דאס איז דאך וואס זיי טוען).

ער האט געזאגט אז פונקט ווי קיינער האט נישט מוחה געווען ווען ער האט באשלאסן איין טאג יא צו לערנען ענגליש כאטש ער האט אייביג געהאלטן אז עס איז אסור, דאס זעלבע זאל ער זיך נישט אריינמישן ביי יענעם,

דריי זאכן וועגן ר' מאטעלע, וואס איך טענה:

1) ער האט א רעכט ע"פ תורה וע"פ חוקי המדינה ביי זיך אין ביהמ"ד צו זאגן וואס ער וויל, ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן להלכה.

נישט אמת, קיין רב האט זיך נישט ארינגעמישט אין יענעמס שטאדט/קהילה פרטיות ענינים

2) ער איז אן אמת'ער מענטש, ווען ער איז מוחה אויף איינעם, האט ער נישט קיין שום זייטיגע חשבונות חוץ כבוד שמים.

מאן יימר, איך און רוב יודען האלטן אז נישט, א פרימער יא, אבער א היפאקריט איינס אין די וועלט

3) לדעתי איז ער א עקסטרעמיסט און ער ציעט איבער די שטריקל מיט זיינע מחאות און ס'קען זיין ער איז נישט גערעכט געוועהן מיט די פובליק סקול און מיט זיינע אנדערע מחאות. אבער ער מיינט עס אמת'דיג, און ס'קומט פון עקסטרעמיזם. אבער "רעכט" צו זאגן האט ער יא./quote]rom my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 1:21 pm

· #386046
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
לא קרב זה אל זה.

אין קר"י האט מען געטוהן א טריט, און ווי דער ויואל משה האט שויו מבאר געווען, האבען די ארטיגע רבנים נישט געקענט פסקנ׳ן די שאלה צו מען מעג צו נישט. האבען די אנדערע רבנים געמוזט פסקנ׳ן. די עזות פנימ׳ער האבען געטוהן על דעת עצמם אן קיין שום רבנישע דעקונג.

פערזענליך ווייס איך נישט צו ס׳איז ריכטיג צו נישט, אבער סאטמאר זאל שווייגען וועגען היפאקריסי. דער טיטל ׳איינס אין דער וועלט׳ האבען זיי שוין לאנג מחזיק געווען דערין. קריכען ביז מיידלעך לערנען חורש"י איז גאר די ווייז ווי שווער ס׳איז געווען עפעס צו טרעפען אויף איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 1:57 pm

· #386052
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ווי האט דער ויואל משה מברר געווען, ווייל ער האט געשריבן אז לגבי די מדינה שאלות קענן די ארטיגע רבנים נישט דן זיין וועגין די נגיעות, קען שוין קיין איין רב נישט פסקענען אין זיין שטאדט, למשל ר׳ מאטעלע קען נישט זאגן ביי זיך אין ביהמ"ד ווען דער זמן מוצש"ק איז? סאטמארער רב האט געהאלטן אז א מלאכה פאר שיטת ר"ת איז חילול שבת דאורייתא, האט ער אמאל געזאגט א ווארט פאר ר׳ מאטעלע?

מ׳ האט נישט געדארפט קריכן ביז חורש"י, ער האט גיהאקט אויף "טייטעל וואן" ווען זיינע אייגענע מוסדות האבן עס געהאט

ליטוואק, יעדער ווייסט דיין שנאה צו סאטמאר, פעלט נישט אויס צו דערמאנען אין יעדע תגובה

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:05 pm

· #386059
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
דו ביסט טאקע אזא פערד? וואס איז דער יחוס פון דער מדינה? טאמער גדולי ישראל האבען נישט געמעגט פסקנ׳ן פאר זייער מוסדות, פארוואס האט דער יורש פון דער סאטמארער פאבריק יא געמעגט? און דו רעדסט נאך פון היפאקריסי?! טייטל וואן הייסט נישט שערי חמלה, ממילא איז עס אנדערש....

דיין רבינ׳ס מיינונג אויף ר"ת איז נאך א פארטיי שטות המביא לידי גיחוך. מ׳רעדט פון א מחלוקת ראשונים, דורות פון מנהגים און הכרעות, און יעצט דארף איינער קימערען מיט זיין מיינונג אויך?! רבינו תם מיט דער יראים האבען א מחלוקת, און אויף דער זייט דארף מען לייגען דער מהר"ם אלשאקאר און דער מנחת כהן, אויף די אנדערע זייט דער חת"ס מיט דער משנה ברורה. יעצט וואס האלט דער ויואל משה? טאמער אזוי לערנסטו הלכה, האב איך רחמנות אויף דיר.

און איך האב נישט קיין שנאה דוקא צו סאטמאר. יעדער עמהארצות איז ביי מיר אייניג. אז ענק האבען געוועלט א דאפעלטע פארציע, בין איך נישט שולדיג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:40 pm

· #386074
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ליטוואק פון בודאפעסט

איך בין א פערד?, אז די בחירות איז אסור האט מיט פערזענליכע מוסדות ציטון?
ער האט קלאר געזאגט (נדפס בספר טיב לבב) ביי די דרשה אין ב"ב אז ער זאגט פאר די וואס פאלגען זיין הוראה, יא ער האט פרוביררט משפיע זיין אויף יעדעם, אבער קיינמאל נישט מוחה געווען קעגין עני חסידות

טייטעל וואן שרייבט מען אינטער פונקט ווי סקול דיסטריקט אז מ׳ וועט נישט דערמאנען שם שמים, סא פארוואס דאס מעג יא "דער יורש פון די מארמאראשער עמי הארצים"
שיטת ר"ת איז א מחלוקת אין הלכה, פונקט ווי סקול דיסטריקט וואס רבינו הב"מ ובנו וועלעכע פאקען איין דיין מאנסיער מתמיד 100 מאל, פסקענען שוין צענדליגע יארן פאר יודן, זיי האבן מברר געווען אז מ׳ מעג, די האלטסט אנדערש, מאך נישט, וואס פארפירסטו אויף יענעם? און די רעדסט פון היפאקרסי?

בד"וו היינט ווען מ׳זעט הינדערטער פון יענע קינדער לייגן תפילין, היטן מצוות, אריינגערעכענט אייניקלעך פון די אוסרים זעט מען ווער עס איז געווען גערעכט

תם ונשלם, מער וועל איך נישט ענטפערן אויף דעם סאבזשעקט

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:50 pm

· #386075
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ווער האט געפסקנ׳ט אז מען מעג? די נוגעים בדבר? פארוואס האבען זיי נישט געפרעגט ביי אינם נוגעים בדבר? דיין רבי האט געהאלטען אז די וואס נעמען געלט מעגען נישט פסקנ׳ן צו זיי מעגען גייען אין בחירות צו באקומען די געלט. און די זעלבע סברא איז מחייב דיין צוויי שלעגערס.

און דאס פסקנ׳ן פאר טויזענטער אידען איז געווען מימי שהותו על כס הרבנות אין סיגוט ברוקלין, מיט טויזענטער אנהענגער? ווען ער ירשנ׳ט נישט, איז ער אין ערגעץ נישט אנגעקוקט. דער מאנסי רבי האט געבויט א יש מאין, אלע זיין חסידים זענען זיין מענטשען. ער פארטרעט א ציבור בשעת אז דער ברך משה פארטרעט א גענעטישע ענין. איך בין נישט קיין מאנסי וויזניצער חסיד, אבער זיין רבנות\רביסטיווע איז נישט קיין ירושה מעשה, נאר זיינס.

דיין לעצטע נקודה איז ממש היפאקריסי בתפארתה. מ׳זעט הונדרעטער טויזענטער קינדער און אייניקלאך פון חינוך עצמאי און ישיבות וואס נעמען געלט פון די מדינה וואס זענען גרייט זיך מוסר נפש פאר תורה, און לעבען חיי דחק צו לערנען תורה. איז גאנץ ויואל משה אפגעפרעגט? (אחוץ דער קלארער תשובה, אז די ספר האט קיינמאל נישט געשטימט מיט הלכה).

זאג דער אמת, איך בין א סאטמארער, ממילא איז ׳מיין׳ רבי גערעכט, ווייל אזוי בין ׳איך׳ גערעכט. אלץ איז איך און זיך, נישט קיין שייכות צו אמת אדער תורה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:39 pm

· #386090
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
יש מאין, אדער זיין טאטינ׳ס חסידים געגאנבעט פון ברידער ווייזענדיג די ערשטע סעמפל פון ברידערס קריגען זיך?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:57 pm

· #386094
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
דער ערשטע סעמפל? דער עצי חיים איז קיין ברודער נישט געווען פאר׳ן טיב לבב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:12 pm

· #386095
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ליטוואק פון בודאפעסט
דער ערשטע סעמפל? דער עצי חיים איז קיין ברודער נישט געווען פאר׳ן טיב לבב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
האסט פרוף אז זיי האבן זיך געקריגט, אדער האסט אזוי געהערט, ווי איך האב געהערט אז דער אמרי חיים האט זיך געקריגט מיט׳ן ווישיווער רב און ציגעכאפט די רביסטעווע ווען יענער איז געווען אין אמעריקע

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:37 pm

· #386096
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
און אז יא, וואס מיינט עס? דער עצי חיים האט דעמאלס שוין נישט געלעבט. דאס איז נאכאלץ נישט די ערשטע סעמפל.
און אגב, וויאזוי פונקטליך ׳גנב׳ט׳ מען חסידים? מענטשען זענען געקומען צו איהם, און מ׳האט הנאה געהאט. דער ברך משה איז געווען פארקערט, ער איז געקומען צו זיי, און בלית ברירה האט מען צוגעשטימט. ווען ער שטייט אליינס, האט ער קוים מנין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:40 pm

· #386097
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
דער ב"מ איז נישט געקומען צו קיינעם, מ׳ האט אים אויפגענומען ביי א אסיםה פון די הנהלת הקהלה ברוב וואטס

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 6:07 pm

· #386099
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
בקיצור, קיינער האט נישט מחליט געווען אז ער איז עפעס א צדיק. נאר אז ער מעג ירשנ׳ן די ביזנעס. צו אן עכטע רבי קומט ער נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 8:46 pm

· #386113
היסטאריקער: נישט אלעס וואס דו זאגסט און שרייבסט אין מיין נאמען האב איך געזאגט אדער געשריבן. לאמיר גיין שטאאטעלעך...ר' מאטעלע האט א רעכט מוחה צו זיין אין זיין ביהמ"ד אויף די זאכן וואס ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג. איך האב נאר געזאגט אז בשעת ס'האטציך געטון מיט'ן סקול דיסטריקט אין מאנרא האט ער זייער שטארק מוחה געווען. בשעת אין זיין אייגענע קהילה האט מען גענומען עטליכע פראגראמען וואס זענען נישט געווען צו שטארק אויסגעהאלטן עפ"י התורה. איין אזא פראגראם איז געווען פאר ..."אנ-וועד מאדערס"...מאמעס וועלכע האבן קינדער אן חתונה האבן. און די יונגעלייט (מפי השמועה) האבן זיך נישט רעגיסטרירט אז זיי האבן חתונה געהאט...! איי ער האט געטענה'ט אז ער האט נישט געוואוסט. דאס איז נישט גענוג א גוטע טענה. ווייל ער האט יא געזאלט וויסן איידער ער גייט באשולדיגן א צווייטע קהילה אז זיי טוען זאכן נישט עפ"י תורה...!

אבער דאס קומט נישט צו צו גייין אין א ביהמ"ד און שטערן דאס דאווענען און די מנוחה אין אזא הייליגן טאג ווי ראש השנה וועגן עפעס א בויכווייטאג וואס זיי האבן. אדער סתם פאר ליידיגגיין. איז זיך זיי ערליך געקומען אז מ'האט זיי אנגעריסן. למען ידעו. זיכער. שלאגן איז נישט קיין אידישע מידה. אבער גיין און מאכן טעראריסטישע שטיק אין א צווייטן ביהמ"ד איז אויכעט זייער ראנג...!

שושן פורים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 9:16 pm

· #386117
היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טייטעל וואן שרייבט מען אינטער פונקט ווי סקול דיסטריקט אז מ׳ וועט נישט דערמאנען שם שמים, סא פארוואס דאס מעג יא "דער יורש פון די מארמאראשער עמי הארצים"

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

אבי געשאסן, טייטל וואן איז איין פראגראם אוועקגעשטעלט צו העלפן תלמידים וועלכע מוטשען זיך מיט אקעדעמישע לימודים, די געלטער טאר מען אפיציעל נישט נוצן פאר לימודי קודש אבער רעדט בכלל נישט אריין אין די איבעריג חלק טאג.

משא"כ די סקול דיסטריקט איז כל כולו סטעיט פאנדעד, אשר על כן טאר מען קיינמאל נישט פראקטיצירן רעליגיע.

איסר האטלקי » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 11:52 pm

· #386124
כ'האב מיך נישט געראכטן צו טרעפן אין דעם אשכול אזעלכע נארמאלע מענטשן. אויב יא זאל שוין דער שמועס זיין פארדרייט אויף די פרייזן פון אתרוגים אדער די שיסעריי אין וועגאס.
אזעלכע שטותים צו רעדן בלויז געציילטע טעג נאכן ארויסקום פונעם צענטן וועקער?
זיך צו טענה'ן אויף אזעלכע קינדערישע טעמעס דא אינעם אינטעלעגענטער שטיבל דורך אזעלכע רעספעקטירטע ניקס?

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 1:05 am

· #386131
געפעלט מיר ווי ס'איז א גאנצע מדובר דא טאמער וויזניץ מעג יא אדער נישט לאזן מאיר פרוש קומען דאווענען ביי זיי.

הערטס מיך אויס טייערע סאטמארע חברים: מאיר פרוש איז א געהעריגע חסידישע איד עניטיים ווי אן עווריזש סאטמערע יונגערמאן. יא, אויף אלע תרי"ג מצוות איז ער מקפיד.
אלץ א פרנסה, דינט ער אלץ חבר כנסת, א זאך וואס כאטשיג 95% גדולי ישראל האבן געהאלטן איז קיין שום פראבלעם.

אלץ חבר כנסת ווייסט ער בעסער פון אונז אלע וואס איז גוט פאר חרד'ישע אידן און לויט דעם זעט באשליסט ער ווען יא אדער נישט צו שטיצן א געזעץ.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט מ' זאל אים נישט שיין אויפנעמען אין וויזניץ?

יהודי פשוט » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 1:06 am

· #386132
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
פארן בעל מוחה אני וואלט געפאסט מוחה צו זיין אנטקעגן פרוש

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 3:01 am

· #386135
היסטאריקער. איך גיי מיך נישט טעהנן מיט דיר ווייל כהאב געזאגט מיין מיינונג אויף ר׳ מאטלע בעיסט ווי אזוי איך קען אים. דו מעגסט האלטן אנדערש. חוץ דעם שרייבסטו אסססססאאאך ליגענט און אפענע שקרים.

אבער ווען דו שרייבסט אז רוב מענטשען האלטן אז ר׳ מאטעלע איז א היפאקריט. אלץ היסטאריקער וואלסטו געמעגט וויסן אז דיין רבי ר׳ יואליש האט נישט געהאט קיין איינער אזויווי ר׳ מאטעלע וואס איז געקומען פון אגודיסטשע בעיקראונד און געווארן זיין נאכפאלגער. גיט צו וויסן וואס דו זאגסט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט ווייל סמאכט אסאך סענס פארוואס דיין רבי די גרעסטע היפיקריט פון אלע רבנים וואס האבן געלעבט זייט ששת ימי בראשית וואס האט אטאקירט ״זיינע אייגענע רעטער״ א גאנץ לעבן און זיי קיינמאל נישט באדאנקט, און ביי די קריג האט ער געזאגט קיינער זאל נישט גיין מיט די ציונים בשעת ער מיט זיין גבאי האבן געטוהן פונקט פארקערט פון וואס ער האט געפרעדיגט! אלזא מאכט סענס אז איין היפיקריט זאל צוציען צו זיך נאך א היפיקריט...

דו ווייסט בכלל ווי נאנט ר׳ מאטלע איז געוועהן מיט רבינו יואל??? דו הייבסט נישט אן צו וויסן.
דיין רבי רבינו יואל האט נישט געכאפט אז ר׳ מאטלע איז א היפיקרט?

1)הגאון ר׳ משה ארי פריינד זצ״ל ירושלימער רב האט פארציילט. אז ער איז געזיצן מיט סאטמארער רב אין זיין סוכה אין די בראשית יאהרן. און זיי זענען געזיצן צוקוועטש און די אויבן אן איז געוועהן פול מיט רבנים מיט ווייסע בערד, און ר׳ מאטעלע אלץ יונגערמאן איז אריינגעקומען אין סוכה ער איז געוועהן די יונגסטע רב פון די גאנצע אויבן-אן, און דיין רבי ר׳ יואליש האט געהייסן מען זאל אים זיצן לעבן אים ביפאר אלע רבנים וואס זענען געוועהן אסאך עלטער פון אים...

2)ר׳ יוסל אשכנזי האט פארציילט אז איין יאהר פורים ווען ר׳ מאטעלע איז געקומען צו רביה״ק האט ער געבעטן ר׳ יוסל אשכנזי זאל אים שרייבן א קוויטל. און דיין גרויסע רבי האט געגעבן א קוויטל פאר דעם היפיקריט ר׳ מאטעלע וואס וואלט געקענט זיין-זיין זיידע לויט די עלטער.

אוי וויי דיין רבי האט געגעבן א קוויטל פאר א היפיקריט? אפשר נאר אין פורים אלץ ונהפכו?

3)איך גיי שרייבן די מעשה מיט נעמען פרעג דיך אליינס נאך צו סאיז אמת:

סאיז דא א וויזניצער איד אין וויליאמסבורג הרה״ח ר׳ בנצוין פיש (לרפ״ש) זוהן פון די באוויסטע חסיד ר׳ מרדכי שלמה פיש ז״ל. דער ר׳ בנצוין פיש איז געוועהן די בעסטע בחור אין מאנסי וויזניץ. ביי שידוכים האט מען אים אנגעטראגן א סאטמארער שידוך זיין שווער דאכצעך הייסט גליק (זיין שוואגער איז געלבשטיין פון די זילבער סטאר אויף ליע עווניא)

דער גליק איז אריין צו רבינו יואל און אים געזאגט אז מ׳שלאגט אים פאר א שידוך. די בחור איז א אויסערגעוונטליכע מציון אבער איין פראבלעם איז דא. ער איז נישט קיין היימישער. האט רבינו יואל געפרעגט ווי לערנט ער? האט ער געזאגט אין וויזניץ. האט רבינו יואל געפרעגט ביי ר׳ מוישלע אדער ביי ר׳ מאטעלע? האט ער גענטפערט ביי ר׳ מאטעלע.

האט סאטמארער רב זיך אנגערופן בזה״ל

ר׳ מאטלע איז נישט קיין פרעמדער!? ר׳ מאטלע איז אונזערס...! און אים געהייסן טוהן די שידוך.

אינטערסאנט ער האט נישט געוואסט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט? אפשר דעמאלטס איז ער נאך נישט געוועהן קיין היפיקריט נאר ער איז געווארן א היפיקריט נאר גלייך נאך ער האט מוחה געוועהן אויפן ׳ברך צוויבל׳?

4)ר׳ מאטעלע האט שוין אסאך מאל געזאגט- ביי א אינטערוויו מיט די איד איבער זיין שייכות צו רביה״ק מסאטמאר האט ער געזאגט.

ס׳כמעט נישטא קיין איין ענין אין יהדות וואס איך האב נישט דורך גערעדט מיט סאטמארער רב זצ״ל.

חוץ אויב ער איז א ליגענער אויך, פלאוס א היפיקריט. געדענקן נאך אלע עלטערע אידן זייער גוט. ווער ס׳זענענן געוועהן די נאנטע צו רביה״ק. נישט דער ברך נאר ר׳ מאטעלע פלעגט פארברענגן מיט אים שעות אויף שעות יעדע מוצ״ש כמעט ווען ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין ווימסב״ג. אלץ היסטאריקער וואלסטו דעס געמעגט וויסן. און גלייב מיר נישט אויפן ווארט נאר פרעג דיך אליינס נאך צי די אלע מעשיות וואס איך שרייב איז אמת.

גוט שבת. איך האב אנדערע דאגות. איך זאג דיר נאר מיין מיינונג.

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 11:47 am

· #386162
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
שושן פורים
היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טייטעל וואן שרייבט מען אינטער פונקט ווי סקול דיסטריקט אז מ׳ וועט נישט דערמאנען שם שמים, סא פארוואס דאס מעג יא "דער יורש פון די מארמאראשער עמי הארצים"

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

אבי געשאסן, טייטל וואן איז איין פראגראם אוועקגעשטעלט צו העלפן תלמידים וועלכע מוטשען זיך מיט אקעדעמישע לימודים, די געלטער טאר מען אפיציעל נישט נוצן פאר לימודי קודש אבער רעדט בכלל נישט אריין אין די איבעריג חלק טאג.

משא"כ די סקול דיסטריקט איז כל כולו סטעיט פאנדעד, אשר על כן טאר מען קיינמאל נישט פראקטיצירן רעליגיע.
אין מיין דיקשאנערי איז אויך דא די ווערטער "אבי געשאסן", טייטעל וואן אין אירע שעות טאר מען נישט פראקטעצירן רעליגיע, און דאס איז פאר נארמאלע קינדער וואס דארפן נאר אביסל הילף, סא איין שעה א טאג מעג מען?, די אלע וואס האבן מוחה געווען קעגן סקול דיסטריקט האבן אויך געאסערט טייטעל וואן (חוץ דער מאנסיער רבי)

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

diff » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 12:13 pm

· #386163
גראדע האבן זיי יא דרויסענדיגע היתרים פארען סקול דיסטריק

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 2:09 pm

· #386170
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
שבת אחים
היסטאריקער. איך גיי מיך נישט טעהנן מיט דיר ווייל כהאב געזאגט מיין מיינונג אויף ר׳ מאטלע בעיסט ווי אזוי איך קען אים. דו מעגסט האלטן אנדערש. חוץ דעם שרייבסטו אסססססאאאך ליגענט און אפענע שקרים.

אבער ווען דו שרייבסט אז רוב מענטשען האלטן אז ר׳ מאטעלע איז א היפאקריט. אלץ היסטאריקער וואלסטו געמעגט וויסן אז דיין רבי ר׳ יואליש האט נישט געהאט קיין איינער אזויווי ר׳ מאטעלע וואס איז געקומען פון אגודיסטשע בעיקראונד און געווארן זיין נאכפאלגער. גיט צו וויסן וואס דו זאגסט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט ווייל סמאכט אסאך סענס פארוואס דיין רבי די גרעסטע היפיקריט פון אלע רבנים וואס האבן געלעבט זייט ששת ימי בראשית וואס האט אטאקירט ״זיינע אייגענע רעטער״ א גאנץ לעבן און זיי קיינמאל נישט באדאנקט, און ביי די קריג האט ער געזאגט קיינער זאל נישט גיין מיט די ציונים בשעת ער מיט זיין גבאי האבן געטוהן פונקט פארקערט פון וואס ער האט געפרעדיגט! אלזא מאכט סענס אז איין היפיקריט זאל צוציען צו זיך נאך א היפיקריט...

דו ווייסט בכלל ווי נאנט ר׳ מאטלע איז געוועהן מיט רבינו יואל??? דו הייבסט נישט אן צו וויסן.
דיין רבי רבינו יואל האט נישט געכאפט אז ר׳ מאטלע איז א היפיקרט?

1)הגאון ר׳ משה ארי פריינד זצ״ל ירושלימער רב האט פארציילט. אז ער איז געזיצן מיט סאטמארער רב אין זיין סוכה אין די בראשית יאהרן. און זיי זענען געזיצן צוקוועטש און די אויבן אן איז געוועהן פול מיט רבנים מיט ווייסע בערד, און ר׳ מאטעלע אלץ יונגערמאן איז אריינגעקומען אין סוכה ער איז געוועהן די יונגסטע רב פון די גאנצע אויבן-אן, און דיין רבי ר׳ יואליש האט געהייסן מען זאל אים זיצן לעבן אים ביפאר אלע רבנים וואס זענען געוועהן אסאך עלטער פון אים...

2)ר׳ יוסל אשכנזי האט פארציילט אז איין יאהר פורים ווען ר׳ מאטעלע איז געקומען צו רביה״ק האט ער געבעטן ר׳ יוסל אשכנזי זאל אים שרייבן א קוויטל. און דיין גרויסע רבי האט געגעבן א קוויטל פאר דעם היפיקריט ר׳ מאטעלע וואס וואלט געקענט זיין-זיין זיידע לויט די עלטער.

אוי וויי דיין רבי האט געגעבן א קוויטל פאר א היפיקריט? אפשר נאר אין פורים אלץ ונהפכו?

3)איך גיי שרייבן די מעשה מיט נעמען פרעג דיך אליינס נאך צו סאיז אמת:

סאיז דא א וויזניצער איד אין וויליאמסבורג הרה״ח ר׳ בנצוין פיש (לרפ״ש) זוהן פון די באוויסטע חסיד ר׳ מרדכי שלמה פיש ז״ל. דער ר׳ בנצוין פיש איז געוועהן די בעסטע בחור אין מאנסי וויזניץ. ביי שידוכים האט מען אים אנגעטראגן א סאטמארער שידוך זיין שווער דאכצעך הייסט גליק (זיין שוואגער איז געלבשטיין פון די זילבער סטאר אויף ליע עווניא)

דער גליק איז אריין צו רבינו יואל און אים געזאגט אז מ׳שלאגט אים פאר א שידוך. די בחור איז א אויסערגעוונטליכע מציון אבער איין פראבלעם איז דא. ער איז נישט קיין היימישער. האט רבינו יואל געפרעגט ווי לערנט ער? האט ער געזאגט אין וויזניץ. האט רבינו יואל געפרעגט ביי ר׳ מוישלע אדער ביי ר׳ מאטעלע? האט ער גענטפערט ביי ר׳ מאטעלע.

האט סאטמארער רב זיך אנגערופן בזה״ל

ר׳ מאטלע איז נישט קיין פרעמדער!? ר׳ מאטלע איז אונזערס...! און אים געהייסן טוהן די שידוך.

אינטערסאנט ער האט נישט געוואסט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט? אפשר דעמאלטס איז ער נאך נישט געוועהן קיין היפיקריט נאר ער איז געווארן א היפיקריט נאר גלייך נאך ער האט מוחה געוועהן אויפן ׳ברך צוויבל׳?

4)ר׳ מאטעלע האט שוין אסאך מאל געזאגט- ביי א אינטערוויו מיט די איד איבער זיין שייכות צו רביה״ק מסאטמאר האט ער געזאגט.

ס׳כמעט נישטא קיין איין ענין אין יהדות וואס איך האב נישט דורך גערעדט מיט סאטמארער רב זצ״ל.

חוץ אויב ער איז א ליגענער אויך, פלאוס א היפיקריט. געדענקן נאך אלע עלטערע אידן זייער גוט. ווער ס׳זענענן געוועהן די נאנטע צו רביה״ק. נישט דער ברך נאר ר׳ מאטעלע פלעגט פארברענגן מיט אים שעות אויף שעות יעדע מוצ״ש כמעט ווען ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין ווימסב״ג. אלץ היסטאריקער וואלסטו דעס געמעגט וויסן. און גלייב מיר נישט אויפן ווארט נאר פרעג דיך אליינס נאך צי די אלע מעשיות וואס איך שרייב איז אמת.

גוט שבת. איך האב אנדערע דאגות. איך זאג דיר נאר מיין מיינונג.
נישט ווערט צו ענטפערן, שקר וכזב מתחילה עד סוף, איבערהויפט אז עס קומט פון א שונא מובהק פון רבותינו הקדושים, אין די תגובה אליין שרייבט ער עקעלהאפטיג קעגן זיי, שטעל דיך פאר איך זאל אזוי שרייבן אויף דיין געטשקע דער "שנאת ישראל" וואלסט מיך ווען דורס געווען,
דרך אגב, די איינציגסטע מאל וואס איך האב געזען די צוויי אינאיינעם (רביה"ק זי"ע מיט ר׳ מאטעלע) האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויסגלאפן אלס מחאה ווייל מ׳ האט גירעדט קעגן די אגודה.

אויך האט ער געזאגט ברבים אז די קו"ק וועגן שיטת ר"ת האט ר׳ יוסל אשכנזי אנגעדרייט כדי ער זאל מאכן געלט פון פארקויפן לוחות, what a joke
נאך א סטעיטמענט וואס פאסט נישט צו זאגן ברבים אפילו עס איז אמת מכש"כ אז עס איז שקר, אז רביה"ק האט געזאגט אויפ׳ן ב"מ אז ער האט זיך פארקויפט פאר געלט, שעים אן יו, די מערסטע פראפערטיס פון אלע רבי׳ס אויף זיין נאמען, און דער ב"מ האט זיך פארקויפט?

אין לדבר סוף, בל"נ איך וועל מער נישט ענטפערן דעם שבת אחים וואס גלייבט מער אינעם שנאת ישראל ווי אין באשעפער

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

diff » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 2:24 pm

· #386171
, אז רביה"ק האט געזאגט אויפ׳ן ב"מ אז ער האט זיך פארקויפט פאר געלט, שעים אן יו, Shame on who

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 2:30 pm

· #386172
די זעלבע גאנצע וועלט וואס האלט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט האלט אז דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן דער ״שנאת ישראל״...!

איך האב דיר געברענגט מעשיות מיט נעמען. וועלכע פון די מעשיות איז נישט אמת? ר׳ משה ארי פריינד איז א ליגענער? די מעשה מיט ר׳ בנצוין פיש איז א ליגענט?

פאר ווער ס׳וויל וויסן די אמת מיט די מעשה מיט די פראטעסט. איז אזוי. מאיז געקומען צו ר׳ מאטעלע בעטן ער זאל ערשיינען ביי די פראטעסט, האט ער זיי געזאגט ער קען ביישטיין ווילאנג מ׳רעדט נישט אויף אגודה נאר אויף די ציונים זעלבסט, פשוט ווייל זיין טאטע איז געוועהן די פירער פון אגודה אין יענע צייטן, האבן זיי אים פארשפראכן אז מגייט גארנישט רעדן אויף אגודה. למעשה האבן זיי נישט געהאלטן ווארט, האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען, זייער נארמאל! ער קען נישט זיצן אויף א פלאץ ווי מ׳רעדט אויף זיין טאטע.

וועגן ר׳ מאטעלעס געלט! ער איז א ריזיגער בעל חוב! אזוי ווי דו הערסט! און ער שטארבט א בלוטיגע ארימאן. ווען נישט זיינע רייכע חסידים איז ער מיט זיינע טויזנטער קינדער און אייניקלעך אויף געהאקטע צרות. די ברך האט איבערגעלאזט א שיינע פארמעגן. ר׳ מאטעלע שטארבט א בעל חוב דער איינציגסטער וויזניצער רבי אין היסטאריע וואס האט געהאט געלט און געשטארבן מיט מיליאנען אין שווייץ איז געוועהן ר׳ מוישלע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 2:35 pm

· #386173
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
איך האב הנאה צו זע׳ען ווי די גרים און בעלי תשובה פון סאטמאר גלויבען אז זייער רבי האט גע׳פסקנ׳ט׳ ווי ר"ת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 3:05 pm

· #386174
שבת אחים
די זעלבע גאנצע וועלט וואס האלט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט האלט אז דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן דער ״שנאת ישראל״...!

לאוו דווקא, אסאך (ואני בתוכם) האלטן אהבת ישראל און אויך היפאקריט

איך האב דיר געברענגט מעשיות מיט נעמען. וועלכע פון די מעשיות איז נישט אמת? ר׳ משה ארי פריינד איז א ליגענער? די מעשה מיט ר׳ בנצוין פיש איז א ליגענט?

נעמען? וועם זאל איך פרעגן ר' משה ארי' בעולם העליון?
ר׳ בנציון פיש לרפו"ש? בד"וו, אפשר
פרעגסטו ר' מרדכי חנא?

פאר ווער ס׳וויל וויסן די אמת מיט די מעשה מיט די פראטעסט. איז אזוי. מאיז געקומען צו ר׳ מאטעלע בעטן ער זאל ערשיינען ביי די פראטעסט, האט ער זיי געזאגט ער קען ביישטיין ווילאנג מ׳רעדט נישט אויף אגודה נאר אויף די ציונים זעלבסט, פשוט ווייל זיין טאטע איז געוועהן די פירער פון אגודה אין יענע צייטן, זיין טאטע האט שוין לאנג נישט געלעבט תשל"ט, און א עקסטרע פרשה ווי גיט ער האט געלעבט מיט זיין טאט'ן, חוץ מזה האלט ער דאך אז יעדער מעג מוחה זיין, פארוואס טאר ר"א זיך נישט אננעמען פאר זיין טאטן האבן זיי אים פארשפראכן אז מגייט גארנישט רעדן אויף אגודה. אפאר רבנים האבן דארט געזאגט ברבים אז עס איז שקר, קיינמאל נישט געווען אזא אפמאך למעשה האבן זיי נישט געהאלטן ווארט, האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען, זייער נארמאל! ער קען נישט זיצן אויף א פלאץ ווי מ׳רעדט אויף זיין טאטע.

וועגן ר׳ מאטעלעס געלט! ער איז א ריזיגער בעל חוב! אזוי ווי דו הערסט! און ער שטארבט א בלוטיגע ארימאן. האסט געזען זיין באנק אקאונט? קוק נאך אויף וועמענס נאמען אלע בנינים זענן ווען נישט זיינע רייכע חסידים איז ער מיט זיינע טויזנטער קינדער און אייניקלעך אויף געהאקטע צרות. די ברך האט איבערגעלאזט א שיינע פארמעגן. האסט געזען זיין באנק אקאונט? אדער גלייבסט וואס די ווילסט ר׳ מאטעלע שטארבט א בעל חוב דער איינציגסטער וויזניצער רבי אין היסטאריע וואס האט געהאט געלט און געשטארבן מיט מיליאנען אין שווייץ איז געוועהן ר׳ מוישלע.

אויך זיין טאטע, פרעג דיך נאך

גיט יו"ט אלע יודן

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 3:10 pm

· #386175
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב הנאה צו זע׳ען ווי די גרים און בעלי תשובה ???????????? פון סאטמאר גלויבען אז זייער רבי האט גע׳פסקנ׳ט׳ ווי ר"ת.

לוינט זיך אפילו צו ענטפערן אזא טפשות

ער האט נישט געאסערט די בחירות אויך נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יהודי פשוט » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 3:18 pm

· #386178
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
דער שבת איז נעבעך פארקויפט פאר ר' מאטעלע'ס עניות

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 3:25 pm

· #386180
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
יעדער וואס איז נישט קיין גר אדער א בעל תשובה, פארשטייט אז זיין ׳פסק׳ אין די זאכען איז אומוויכטיג.

ער האט געהייסען נישט גייען אין בחירות, יא. גע׳אסר׳ט האט ער נישט, ווייל ער קען נישט. ער קען אויפווייזען אז ס׳איז אסור, אבער ער האט עס נישט געטוהן. נאר געשריבען ויואל משה וואס ווייזט אויף אז ער וויל אז ס׳זאל זיין אסור, אבער קיין עמטליכע ראיה האט ער ביזדערווייל נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 6:09 pm

· #386208
יהודי פשוט
דער שבת איז נעבעך פארקויפט פאר ר' מאטעלע'ס עניות

איך בין נישט פארקויפט פאר גארנישט. כקען דיר זאגן פאר א פאקט אז ער האט ״גארנישט״. ווייל איך בין פערזענליך פארבינדן און גאר נאנט מיט אפאר פון זיינע אייניקלעך. למשל איך האב נעכטן גערעדט מיט איינע פון זיי פאר כמעט צוויי שעה אויפן טעלפאן, גארנישט וועגן זיין זיידע אדער די נושא, נאר וועגן גאנץ א אנדערע נושא, פערצופאל איז יענער אייניקל א געלונגענע ביזנעסמאן (פון די איין פראצענט פון זיינע אייניקלעך וואס האבן מצליח געוועהן) און מאכט זייער שיין פרנסה און איז זייער נאנט צוזיין זיידע און א פייערדיגע חסיד פון אים, איך רעדט מיט אים אסאך, ער איז מיין יונגט חבר, און פון אים ווייס איך פונקטליך ווי זיין זיידע האלט פינאציעל. אין מיין משפחה איז דא אפאר גאר נאנטע מענטשען צו ר׳ מאטעלע, איינע פון זיי איז די בעסטע חבר מיט ר׳ מאטעלע׳ס גרעסטע שטיצער היינטיגע צייטן (כקען נישט פורש בשמו זיין, אבער אסאך ווייסן ווער ער איז).

איך ווייס פירסט הענד אינפארמעישאן אז ער בארגט געלט טאג און נאכט צוקענען איבערלעבן ער מיט זיינע אייניקלעך מיט זיינע טויזנט אינגערלייט וואס זיצן אין זיין כולל אין מאנסי. ער האט געהאט געלט פאר 10-12 יאהר אין זיין לעבן און ער האט שוין לאנג אלעס צוטיילט צווישן הונדערטער פון זיינע אייניקלעך. יענע קוואל האט זיך שוין לאנג אויסגעטרוקענט. ער האט געדארפט יאהרן אויסהאלטן ממש ״א גאנצע שבט״. ער האט היינט צוטאגס גארנישט. ער דארף אויפקומען יעדע חודש פאר זיך און זיין משפחה צולעבן בדוחק מיט צוויי מיליאן דאללער! יעדע חודש! פאר זיין משפחה אליינס...! ווי איז זיין אינקאום? וואסערע ביזנעס האט ער חוץ נעמען קוויטלעך? וואס ווען וואו?

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 6:39 pm

· #386211
שבת אחים

ער דארף אויפקומען יעדע חודש פאר זיך און זיין משפחה צולעבן בדוחק מיט צוויי מיליאן דאללער!

ביסט זיס דו.

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 3, 2017 6:53 pm

· #386212
איך אויך
שבת אחים

ער דארף אויפקומען יעדע חודש פאר זיך און זיין משפחה צולעבן בדוחק מיט צוויי מיליאן דאללער!

ביסט זיס דו.

ער האט נישט געהאט איין קינד אזויווי די בעלזער. ער האט פערצן קינדער מיט הונדערטער אייניקלעלך. ער האט ניין הונדערט מאל די עול וואס דיין רבי האט. זאג מיר איין בילדונג וואס ר׳ מאטעלע פארמאגט היינטיגע צייטן. סאיז פובליק אינפארמאציע. גיי קוק.

שבת אחים » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 3:58 am

· #386237
היסטאריקער
שבת אחים
די זעלבע גאנצע וועלט וואס האלט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט האלט אז דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן דער ״שנאת ישראל״...!

לאוו דווקא, אסאך (ואני בתוכם) האלטן אהבת ישראל און אויך היפאקריט

איך האב דיר געברענגט מעשיות מיט נעמען. וועלכע פון די מעשיות איז נישט אמת? ר׳ משה ארי פריינד איז א ליגענער? די מעשה מיט ר׳ בנצוין פיש איז א ליגענט?

[color=#FF0000]נעמען? וועם זאל איך פרעגן ר' משה ארי' בעולם העליון?
ר׳ בנציון פיש לרפו"ש? בד"וו, אפשר
פרעגסטו ר' מרדכי חנא?

אויך זיין טאטע, פרעג דיך נאך

וועם זאל איך פרעגן מרדכי חנא? באבע יוטל? סענדער דייטש? יענקל ברוך טירנויער? משה גבאי? ר׳ יודל ראזנעבערג בעולם העליון?

זיין טאטע דער אמרי חיים זצוק״ל איז נאך געשטארבן אלץ די גרעסטע בעל חוב פון זיי אלע. ער האט ממש גארנישט געהאט נישט ווען ער האט געלעבט און זיכער נישט אויף די עלטער.
ער איז געוועהן א ריזיגע בעל צדקה וחסד וואס האט אוועקגעגעבן זיין לעצטע פיאסטער פאר א ארימע איד וואס ער האט ניטאמאל געקענט.

ווי אזוי מיינסטו האט ער זוכה געוועהן צו אזעליכע חסידים ווי די באוויסטע בעלי צדקה וחסד ווי הרה״ח הצדיק ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק און הרה״ח ר׳ מנחם מונדרור זצ״ל אב״ד קאסוב מירושלים. און נאך טויזנטער אידן יראים ושלמים בעלי צדקה וחסד וואס גייען אין זיין דרך און די דרך פון זיין טאטען די אהבת ישראל וואס איז געוועהן די גרעסטע אוהב ישראל זינט משה רבינו.

פרעג דיך נאך ביי, ר׳ שמעי גרינבוים, ר׳ יחזקאל שמש, יוסל וואלדמאן ר׳ יוסף חיים גרינוואלד, קאני ראטטענבערג, ר׳ ז״ל פילאפף ר׳ איצא גליק ר׳ מאיר בראנדסדורפער, ר׳ הלל וויינבערגער
און אז דו ווילסט נאך מקורות כהאב נאך

ווי למשל שלמה יענקל געלבמאן ליפא פרידמאן יוסי בראך יצחק ראזנבערג אלישע האראוויץ מאיר זעליג ריספלער אהרן וועלץ יחזקאל בראך מענדל שווימער אשר אלימלך מייזלעס בערל יאקאבאביטש משה שמואל זופניק אליעזר קעסטענבוים שלום דייטש משה שמואל פארקאש ארי לייב גלאנץ שמואל ווידער דוד עקשטיין ר׳ יואליש מארגענשטערן ר׳ נתן יוסף מייזלעס, ר׳ עזריאל גליק ר׳ טודרוס זילבער און ר׳ מענדל זילבער.

כהאב גאנצע זעק פון מקורות

#א היסטאריקער, אן קיין טראפ היסטאריע. רעדט ווי א שיכור, און האט שכל ווי א קוה.

ווייל אזוי » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 11:15 pm

· #387412
פראטעסטן איז ערווארטעט מארגן דינסטאג פארנט פון טאון אוו רעמעפא 12:45 וואו עס וועט פארקומען די משפט אויף די ריק'ם וועלכע האבן טערארזירט מאנסי פארלאפענע שבת שובה.

באסעס וועלן פארן פון מאנסי און פון מאנרא.

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:12 pm

· #387481
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ווייל אזוי
פראטעסטן איז ערווארטעט מארגן דינסטאג פארנט פון טאון אוו רעמעפא 12:45 וואו עס וועט פארקומען די משפט אויף די ריק'ם וועלכע האבן טערארזירט מאנסי פארלאפענע שבת שובה.

באסעס וועלן פארן פון מאנסי און פון מאנרא.

וואס איז די פסק?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 9:19 pm

· #387488
שבת אחים
די זעלבע גאנצע וועלט וואס האלט אז ר׳ מאטעלע איז א היפיקריט האלט אז דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן דער ״שנאת ישראל״...!

איך האב דיר געברענגט מעשיות מיט נעמען. וועלכע פון די מעשיות איז נישט אמת? ר׳ משה ארי פריינד איז א ליגענער? די מעשה מיט ר׳ בנצוין פיש איז א ליגענט?

פאר ווער ס׳וויל וויסן די אמת מיט די מעשה מיט די פראטעסט. איז אזוי. מאיז געקומען צו ר׳ מאטעלע בעטן ער זאל ערשיינען ביי די פראטעסט, האט ער זיי געזאגט ער קען ביישטיין ווילאנג מ׳רעדט נישט אויף אגודה נאר אויף די ציונים זעלבסט, פשוט ווייל זיין טאטע איז געוועהן די פירער פון אגודה אין יענע צייטן, האבן זיי אים פארשפראכן אז מגייט גארנישט רעדן אויף אגודה. למעשה האבן זיי נישט געהאלטן ווארט, האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען, זייער נארמאל! ער קען נישט זיצן אויף א פלאץ ווי מ׳רעדט אויף זיין טאטע.

וועגן ר׳ מאטעלעס געלט! ער איז א ריזיגער בעל חוב! אזוי ווי דו הערסט! און ער שטארבט א בלוטיגע ארימאן. ווען נישט זיינע רייכע חסידים איז ער מיט זיינע טויזנטער קינדער און אייניקלעך אויף געהאקטע צרות. די ברך האט איבערגעלאזט א שיינע פארמעגן. ר׳ מאטעלע שטארבט א בעל חוב דער איינציגסטער וויזניצער רבי אין היסטאריע וואס האט געהאט געלט און געשטארבן מיט מיליאנען אין שווייץ איז געוועהן ר׳ מוישלע.

שבת אחים: קארעקשן:הרב הצדיק הקדוש והטהור, קדוש יאמרו לא. ה"ה הצדיק הקדוש והנורא ר"ר מנדל'י שליט"א בנו בכורו של הישועות משה זצ"
ל... ער האט קורץ פאר ר' ישראל'טשע'ס צוריקקער קיין וויזניץ נאך בחייו פון זיין טאטן איינמאל א שיינעם טאג אריבערגעפיהרט אין די שווייץ א נישטיגן סכום פון 8 מעלאנעס...! חוץ ממה שג---!

ווייל אזוי » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 3:02 am

· #387509
גר ותושב
ווייל אזוי
פראטעסטן איז ערווארטעט מארגן דינסטאג פארנט פון טאון אוו רעמעפא 12:45 וואו עס וועט פארקומען די משפט אויף די ריק'ם וועלכע האבן טערארזירט מאנסי פארלאפענע שבת שובה.

באסעס וועלן פארן פון מאנסי און פון מאנרא.

וואס איז די פסק?

אויף "קול יראי השם" זאגט ער אז נאכן זעהן די מחאה וואס גייט זיין האט ווילעדזש אוו כתר אפגעשטופט די קארט דעיט.

שבת אחים » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:16 am

· #387510
ר׳ בערל. נישט ממש. יארן לאנג האט ר׳ מוישלעס רביצין לאה׳טשע געשיקט שווערע געלטער קיין אנטווערפן צו איינעם א וויזניצער חסיד וואס האט אויפגעפאסט אויף די געלטער און געלייגט די געלט אין שווייצער באנק אקאונטס. ר׳ מענדלע אליינס האט נישט געטראנספערט קיין געלטער, נאר זיין געטרייע מאמע האט געמאכט זיכער אז די מיליאנען זאלן אנקומען צו ר׳ מענדלע און נישט צו ר׳ ישראל, וכך הוה.

חוץ מזה פארוואס שרייבט ער אויף ר׳ מענדלע בנו בכורו? אלץ א וויץ? ער איז דאך יונגער פון אים מיט בערך 15 יאהר?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:43 pm

· #387536
שבת אחים: ייש"כ. כך שמעתי. אבער ס'איז נישט קיין הלכה למשה מסיני...!

אויף די 2'טע שאלה.: זיכער. ווייל ער (ר' מנדל'י) פיהרט זיך כאילו ער איז דער עלטערער ברודער...!

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:14 pm

· #387592
😂

newkave » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:25 pm

· #387598
ישראל גלויבער
אז מ'איז מתפלל פאר'ן רבי'ן, דארף מען כאטש מתפלל זיין אויף די געשלאגענע ראש השנה אויך.. ניין? מ'האט זיי מיאוס צעבליטיגט און ר' מאטעלע האט עס נישט פארדאמט

שמעתי אז ס'גייט זיין אויף מנשה 2

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:31 pm

· #387599
ישראל גלויבער: די געשלאגענע זענען גלייך צו השענות. ביי הושענות איז די הלכה אז מ'דארף קלאפן אזוי לאנג ווי ס'איז...נשרו רוב עליו... די מערסטע בלעטער זענען אראפגעפאללן. דאמאלס איז עס אן אפגעקלאפטע הושענא. און מ'האט יוצא געווען. איך האב זיכער געהאט אט די כוונות. אפשר די רבי אויך. ומי יבוא בסוד קדושים..אזויפיהל יא. אז די חברה וועללן שוין א צווייט מאל נישט גיין אין א ביהמ"ד אום ר"ה אדער א שבת און שטערן די מנוחה פון די מתפללים...!

ר' עמרם בלוי ז"ל ווען ער האט געכאפט קלעפ וועגן שמירת שבת און אנדערע עניינים פון אידישקייט איז ער געגאנגען אין א טעאטער. און דארט האט ער אריינגעשטעקט זיין קאפ. און געשטערט אז זיי זאללן פארקויפן טיקעטס אום שב"ק. אבער נישט, להבדיל אלף אלפי הבדלות אין א מקום קדוש. א ביהמ"ד וואו אידן קומען דאווענען אום ראש השנה...!

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:35 pm

· #387600
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:39 pm

· #387607
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ס׳איז זיין אייגענעם שול, און דעריבער האט ער פאר איין טאג געהאט דער רעכט דאס צו פארוואנדלען אין א טעאטער לצורך המחאה. אין יענעמ׳ס שול קען מען דאס נישט טוהן, אין אדם אוסר דבר שאינו שלו, ער קען נישט מיחל זיין קיין חלות אויף יענעמ׳ס בנין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:00 pm

· #387610
😂
בלאט: 1 2 3 4