☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11887
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:05 pm

· #385507
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ווען ויזתא איז א מזוזה, איז פרשנדתא אויך א מזוזה......

צו אין בעלזא זענען זיי חיות טרף צו נישט, מאכט עס נישט אויסגעהאלטען. מ׳דארף די שטערערס ארויס שלעפען, יא. אבער שלאגען איז נישט אין פלאץ. אוודאי וועט אייביג זיין א פאר היץ קעפ צווישען א גרויסע ציבור, ס׳מיינט גארנישט, מ׳קען זיי פארשטייען. אבער נישט מטעם הציבור און מ׳טאר עס נישט בארעכטיגען צו פארטיידיגען.

דא זעט אבער אויס אז ס׳איז גארנישט געשען בכלל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:53 am

· #385526
ימים ידברו
איך האב נישט קיין ספק, אז איינער גייט אריין שרייען אין וויזניצער בית המדרש, גלייבט אז ער גייט באקימען מכות ועל דעת כן הלך! איך וואלט נישט ח"ו געהויבען א האנט, אבער די צוויי אריינגייערס האבען גיט געוויסט וואס קומט זיך זיי! ווייטער די שלעגערס זענען פאלנע שלעגערס, וואס דאווענען שוין יארען נישט אין שול, נאר געווארט בכליון עינים מתי יבוא לידי ואקיימנה! וב"ה זיי האבען געהאט א עונג שבת ויום טוב, אין ראש השנה! דער קלעפ כאפער לעבט אויך פון דעם,

די איינציגסטע שאלה איז וואס איז גערעכט און וואס נישט, לאמיר אנאלזירען די זאך, די ערשטע פראגע איז, זאל וויזניץ נישט לאזען מ פרוש קימען, וועגען שרייערס אדער שלעגערס, די זאך איז אזוי, מצד א' איז דא א כלל מ'טאר נישט זיך לאזען פירען פון טעראריסטען, וויזניץ האט אייביג געהאלטען פון די שיטת האגודה, וויזניץ איז נישט סאטאמר, וויזניץ מעג האלטען אז ס'נישטא קיין גזירת גיוס, ווען זיי ווייסען אזוי פון די ערשטע האנט פון זייער פריינד מויזעס אליינ'ס,

ווייטער קנאים, האבען אייביג געשריגען און געשטערט אנדערע בתי מדרשים מיט רעכט אן רעכט, דאס איז א אלטע מעשה, קענסט זאגען משיגע, חוצפה, וואס איר ווילט דאס אייביג געווען און האפענטלוך אייביג זיין,
דאס איז גראדע יעדער און וויזניץ מסכים, אז יעדער רב רבי מעג מוחה זיין אקעגין א עוולה אין וויזניץ ביי זיך און שול, ווייל כך הי' נוהג אדמור מוויזניץ כל ימיו, למשל אז די פאפע רבי איז מחליט אויף א עוולה וואס גייט פאר אין וויזניץ, האט ער רעכט צו זאגען אז מ'דארף מוחה זיין אקעגין די עוולה מטאר נישט אזוי טוען, נאך מער ממעג צוזאמנעמען 5 קהלות און ארויסזאגען אין א זאל די עוולות פון וויזניץ, ווייל דאס אלעס איז נישט ח"ו טעראר כך הי' וויזניץ נוהג בשנות בתש"מ בתש"נ ובתש"ס וכו' ,

נאך אזאך האט וויזניצער רבי גראדע אייביג געהאלטען אז מ'טאר נישט ארייננברענגען און א מצב וואס איז גורם חילול ה' למשל וויזניצער רבי האט פארגעהאלטען מהרי"ד מבעלזא און שנת תש"ם הלמאי ער קומט קיין ווילאמסבורג און ער איז גורם מחלוקת וחילול ד', די זעלבע זאך האט ער אנגעזאגעט פאר יד קאלסבורגער רב און די נ' יארן היתכן ער גייט אריין און קרית יואל ס'קען ארויסקימען חילול ד' וכו' וכו',

פרעג איך א קשיא, ממילא ווען מנחם אליעזר מויזעס וויל קומען קיין וויזניץ הער איך, ער איז א וויזניצער חסיד, אפאר קנאים ווילן נישט, נו ממוז דאך נישט זיין אזא קנאי ווי זיי ווילען, זאל ער קימען איינשטיין ביי וועם סלאזט אים אריין ממילא, נו,

אבער פרוש?? וואס האט ער מיט וויזניץ? און זייט ווען? ער פרעגט אן ביים וויזניצער רבין חוות דעתו איידער ער שטימט אין כנסת, ממילא מויזעס פרעגט האחים מוויזניץ ארץ הקודש, און מאנסי מישט זיך נישט במקום הרב ואביו האמרי חיים זי"ע, אבער פרוש? וואס האסטו מיט וויזניץ? וואס האסטו מיט חסידים בכלל?, די רעכענסט דיך נישט מיט די מיינוג פון וויזניץ, אמת טוסט א טובה פאר א פערמענט דא דארט, דערפאר קומסטו זיך מקנח זיין דא ביי אינז? מאכסט צואה אין כנסת, ווישט זיך אינטער און מאנסי, און ווילסט דורך אונז בלייבען א שיינער איד, לדעתי עני' יעדער רעכט דענקער וויזניצער חסיד, דארף זאגען בפה מלא, בשום אופן, גייט אייך א היים, מאך נישט אן דא קיין פירוד לבבות, הינדרעטער וויזניצע אידען והאלטען עס נישט אויס, גייט אייך פון ווי איר קומט, שטערט נישט אינזער יום טוב, א ודאי איז נישט גערכט קנאים זאלן דא שרייען אבער לאו עכברא גנב רק החורי


איך וואלט דיר געגעבן א לייק און אפשר א קיש אויפ'ן פנים ווען נישט דיין לעצטע נארישע שטיקל.

מאיר פרוש איז א קלוג איד און ער וויל זיין מקושר מיט זקני הדור, און וויזניץ איז מען איהם מקרב ווייל ער איז א וואוילע מענטש א ארויפגעזענע מענטש און ער טוט טובות פאר אסאך יחודים, (איך האב א חבר וואס איז א וויזניצע און וואוינט אין ארץ ישראל, האט ער געהאט פראבלעמען ארויסצופארן פון לאנד און די וויזניצע עסקנים דארט האבן איהם געשיקט צו מאיר פרוש נישט צו מוזעס און ער האט עס מסדר געמאכט) לאזט מען איהם אריין און מ'איז איהם אפילו מכבד.

ער איז זיך אויך געגאנגען פראווענען ביי סקולענער רבי ווי מ'האט איהם זייער ווארעם אויפגענומען דאך ציך אויך ראחמיסטריווקא.

ווייל אפאר סיק'ריק'ם האבן א אנדערע שיטה (וואס איך גלייב אויך נישט אז סאטמארער רבי זי"ע איז איינשטימיג) איז נישט דא קיין שום סיבה אז מ'זאל טעראריזירן א מענטש און אין דעם פאל א קהילה...

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:11 am

· #385527
די חוצפה פון זיי איז אז זיי האבן ארויסגעגעבן א גאנצע פיר בלעטערדיגע פאשקעוויל ווי זיי שרייען קאזק הנגזל פול מיט גוזמאות און שקרים. זיי קלעימען גאר צו זיין די נרדפים, זיי זענען ממש וויקטאמייזט געווארן.

זיי האבן געמיינט אז גייען קומען שרייען און פארפירן און איבערדרייען יענעמס שוהל און מ׳גייט זיי נאך נאכטראגן מאטראצן, געפילטע קרויט און יוך?

זיי האבן זיך ממש נישט געראכטן אויף דעם. זיי האבן געמיינט אז זיי גייען שרייען און ר׳ מאטלע גייט זיי שיקן שיריים מיט זיין ריזינער בעכער?

ממש א רחמנות אויף די מוחים...

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:52 am

· #385530
זייט ווען פרעגט מען א ליטוואק

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:04 am

· #385539
איש את רעהו
ווען א אידישע נשמה ווערט מיט אכזריות אריינגעשליידערט צווישן די קאניבאלען די צה"ל הידוע, ווערן דיףף וחבורתו אויך אזוי צושוידערט אז מען האט אזאנס געטין צו א איד, אדער נאר אז מען בארירט כבודו הרמה פינעם המבשר דזשורנאל

ויד ה' היתה אל אליהו (קנא קנאתי) וישנס מתניו וירץ לפני אחאב עד באכה יזרעאלה , שחלק כבוד למלכות (מכילתא , ילקוט שמעוני רמז ריז)

#חוצפא יסגא

ימים ידברו » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:30 am

· #385552
נאך 24 שעה וואס יעדער האט געגבען זיינע 2 סענטס זעה איך אזוי די אננעמערס נעמן זיך אן און בארעכטונגען נישט וויזניץ, נאר שטיצען איינעם מאיר פרוש, ער מעג ער מוז ער איז, מאיר פרוש איז אזא וויזניצער חסיד ווי גאנצעל און דיפף, ער האט פארפאקט וויזניצער רבי און באיאנער רבי און די זעלבע באגאזש, צוזאמען מיט שמואל מרדכי מסקלוען,
ער קומט קיין וויזניץ וועגען וואוטס
ער העלפט וויזניץ וועגען וואיטס
ער קומט קיין סקלוען וועגען וואיטס
כל מה שעשעו, עשה עבור עצמו!
מילא ס'שטיל און די גאס מהיכי תיתי, ער לויפט פאר א פאסטען ער וויל אינטענשאן ער האט נישט און ארץ ישראל ווי צו גיין, נו א וודאי בכבוד גדול!
אבער ווען ארץ ישראל קאכט ווי א קעסעל הגרי"מ שעכטער מיט דער הייליגער ראב"ד שרייען חמס, דער מענטש האט פאר זיינע אינטערעסען געמאכט א געשעפט אויף צען טויזענעט בחורים און צה"ל, מויזעס זאגט זיינע אייניקלעך דינען און צה"ל יא! ער האט נישט אנגערופען שמואל מרדכי מיט שראליק אנפרעגען דעת תורתם ווייל ער ווייסט די ענטפער, ער טוט כל העולה על רוחו,
ס'קומט צו גיין ראש השנה דארף מען נאכאמאל מאכען א וואלען ראלי, ווי? אייכלער האט א שול מוזיעס האט א שיל גפני האט א קרייז מיט א שיל ווי דאווענט פרוש און מרכז האטעל? נא פראבלעם איינשטיין ביי ישראליק עסען מפתו ומביתו, זיך מקשר זיין צו די זקני צדיקי הדור די בית דין הגדול באמעירקע, סקלוען וויזניץ ראכמיסטריווקא וואס הייסט? איי די סיקריקים וועלען שרייען וועט יעדער זעהן די מסירת נפש פון די אלטע גרויסע צדיקים פאר דעם וועלטס עסקן! ער איז א עסקן אוודאי, אבער פארוואס וועגען וואס? ווייל זיין הארץ גייט אויס צו טוען פאר אידען, אדער פאר זיין דזשאב? פאר זיין בענקעל? ער האט נישט קיין קרייז און ארץ ישראל ער האט א שפיל וואס ער ברענגט פון זקני צדיקי הדור! ווער מאכט דאס ? ווער פיטערט אים?
לאמיר נאכאמאל אייך מודיע זיין כ"ק אדמו"ר הישיש מוויזניץ שליט"א האט אונז גלערינט אז מטאר נישט גורם זיין צו מאכען אט חילול ה' ער האט פארגעהאלטען מהרי"ד מבעלזא היתכן איר גייט אויף א ווילאמסבורג, הגם בעלזא האט געהאט א שיינע קהלה דארט האט ער געהאלטען אז סנישט תורה'דיג אריינצוגיין און אזא שטאט וואס וועט גורם זיין טעראריסטען זאלן מאכען סקאנדאלען, וויזניצער רבי האט ביי די פ"ס פרשה פארגעהאלטען קאלסבורגער רב פארן מאכען א מסיבה און קרית יואל, הגם ער האט געהאלטען אז קרית יואל זענען חיות שלעגערס רוצחים מ'טאר נישט גורם מאכען א חילול ה' דארף מהר"י רוטה זיצען אינדערהיים נישט מאכען קיין טיי אווענט און קר"י, ווייל דאסאיז זיין דעת תורה אז מטאר נישט אוריסברענגען א חילול ד',
יעצט די שרייערעס זענען מטורפים נישט גערכעט בכלל טעראריסטען , אבער לאו עכברי גנב אלא חורי על כל פנים לשיטת וויזניץ פון אלע יארן, מאיר פרוש דארף זיצען אינדערהיים און נישט וועערן קיין וויזניצער חסיד ווען ער איז סייווי נישט ער וועט טרעפען א אנדערע עצה פאר דיוואיטס און בזה סיימתי געניק קלאר פאר יעדען בר דעת

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:20 pm

· #385555
וואס איז דער חילול ה?

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:30 pm

· #385559
ביי די מערכה קעגין סקול דיסטריקט ווי וויזשניצער רבי איז געווען פון די גרעסטע לוחמים, האט אלטר משה ג"ב נאכגעשריגן רבינו הב"מ זצ"ל אויף די גאס אין קר"י, אפאר טאג דערנאך האט מען אנגעבראכען די ביינער אזוי ווי עס קומט זיך אים, האט ר׳ מאטעלע דעמאלס געזאגט אז עס איז זיך אים געקומען ווייל אריין גיין אין יענעמס טערעטאריע איז א חוצפה, איבערהויפט מבזה זיין א רבן של ישראל איז קיינמאל בארעכטיגט, איך מיין מ׳ קען ניצן די פסק דא אויך

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:35 pm

· #385560
פון וואו קומט די היתר? האט עס א מקור? כל המרים יד נקרא רשע גייט נישט אן אויב יענער קומט אריין צו דיר אין שטוב?

איך פרעג נאר.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:52 pm

· #385563
שעמקעדיג: גיי פארצייל עס פאר חסידים...! אורייתא קא מרתחא בהו...כבוד רבם...! ווען מ'ווערט אנגעהיצט קענען א טייל מענטשן פארלירן קאנטראל און יענעם גוט אנזעצן די ביינער. איך ברענג אייביג א משל פון וויזניץ בני ברק אדער בעלזא אין ירושלים. אויב דארט זאלל פארקומען אזא מעשה גייט דער בעל דבר נישט ארויס שטייענדיג. נאר ליגנדיג.

ביי אונז אין ביהמ"ד (כ'זאג נישט וואו. והיודע ידע.) איז פארגעקומען אן ענליכע מעשה. אמאל, דעם ערשטן טאג פסח, ווען ס'איז נישט געווען קיין כהן אין ביהמ"ד. אן מ'איז געגאנגען אויסבארגן א כהן פון א צווייטן ביהמ"ד שכולו כהנים. דער כהן איז אנגעקומען אין ביהמ"ד נאך פאר כתר. אבער מ'האט איהם ערשט באמערקט פאר ותחזינה. און אונזער רבי וועלכער איז אויכעט א מורה הוראה האט געהייסן פאר דעם כהן ארויפצוגיין דוכנ'ען. האטציך אנגערופן עפעס א שיינער איד (נישט קיין גוטער פריינט פאר'ן רבי'ן) אז דער רבי קען נישט קיין הלכה...(נו, ווער קען נישט קיין הלכה. א גראבער יונג, אן עם הארץ) צוליעב די הלכה פון.."לא עקר רגליו"... אז אויב דער כהן איז נאכנישט ארויס פון זיין פלאץ פאר ותחזינה, שוב לא יעלה. זאלל ער מער נישט ארויפגיין. אבער דא איז שוין דער כהן געווען אין ביהמ"ד נאך פאר כתר. און ס'זענען דארט געווען א סאך היציגע חסידים. ספעציעל בחורים וועלכע האבן דעם קריטיקירער געוואלט צורייסן. אבער מ'האט איהם גארנישט געטון. און ער איז ארויס בשלום. האביך געזאגט אז אין וויזניץ אדער בעלזא וואלט ער נישט אזוי ארויסגעגאנגען, ווען ער זאגט אויפ'ן רבי'ן אז ר'איז אן עם הארץ...!

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:53 pm

· #385564
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
שמעקעדיג
פון וואו קומט די היתר? האט עס א מקור? כל המרים יד נקרא רשע גייט נישט אן אויב יענער קומט אריין צו דיר אין שטוב?

איך פרעג נאר.
ווען ס'געקומען צו חצרות פון אדמורים אדער היינטיגע טעג אפילו ביי לטאים, האט מען עס מתיר געווען, משום עת לעשות לד' אדער הוראת שעה, אדער אנדערע ק"ן טעמים, אבער ביי סתם עמך אידן טאר מען טאקע נישט

און פארן פרעגן אליין קומט זיך דיר,,,,

איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:02 pm

· #385565
איך קען נישט פארשטיין רוב תגובות אין דעם אשכול.
עפעס פעלט מיר?

אייז קריעם » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:11 pm

· #385568
berlbalaguleh
שעמקעדיג: גיי פארצייל עס פאר חסידים...! אורייתא קא מרתחא בהו...כבוד רבם...! ווען מ'ווערט אנגעהיצט קענען א טייל מענטשן פארלירן קאנטראל און יענעם גוט אנזעצן די ביינער. איך ברענג אייביג א משל פון וויזניץ בני ברק אדער בעלזא אין ירושלים. אויב דארט זאלל פארקומען אזא מעשה גייט דער בעל דבר נישט ארויס שטייענדיג. נאר ליגנדיג.

ביי אונז אין ביהמ"ד (כ'זאג נישט וואו. והיודע ידע.) איז פארגעקומען אן ענליכע מעשה. אמאל, דעם ערשטן טאג פסח, ווען ס'איז נישט געווען קיין כהן אין ביהמ"ד. אן מ'איז געגאנגען אויסבארגן א כהן פון א צווייטן ביהמ"ד שכולו כהנים. דער כהן איז אנגעקומען אין ביהמ"ד נאך פאר כתר. אבער מ'האט איהם ערשט באמערקט פאר ותחזינה. און אונזער רבי וועלכער איז אויכעט א מורה הוראה האט געהייסן פאר דעם כהן ארויפצוגיין דוכנ'ען. האטציך אנגערופן עפעס א שיינער איד (נישט קיין גוטער פריינט פאר'ן רבי'ן) אז דער רבי קען נישט קיין הלכה...(נו, ווער קען נישט קיין הלכה. א גראבער יונג, אן עם הארץ) צוליעב די הלכה פון.."לא עקר רגליו"... אז אויב דער כהן איז נאכנישט ארויס פון זיין פלאץ פאר ותחזינה, שוב לא יעלה. זאלל ער מער נישט ארויפגיין. אבער דא איז שוין דער כהן געווען אין ביהמ"ד נאך פאר כתר. און ס'זענען דארט געווען א סאך היציגע חסידים. ספעציעל בחורים וועלכע האבן דעם קריטיקירער געוואלט צורייסן. אבער מ'האט איהם גארנישט געטון. און ער איז ארויס בשלום. האביך געזאגט אז אין וויזניץ אדער בעלזא וואלט ער נישט אזוי ארויסגעגאנגען, ווען ער זאגט אויפ'ן רבי'ן אז ר'איז אן עם הארץ...!

אינטערעסאנטער ביהמ"ד. עס איז דא א רבי וואס איז אויך א מורה הוראה, מיט א שיינער יוד, מיט ר'בערל בעל עגלה אבער א כהן דארף מען בארגן פון ערגעץ ווי.

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:22 pm

· #385572
שמעקעדיג
פון וואו קומט די היתר? האט עס א מקור? כל המרים יד נקרא רשע גייט נישט אן אויב יענער קומט אריין צו דיר אין שטוב?

איך פרעג נאר.


זייער גוט געפרעגט, מיר האט עס אויך געבאדערט אבער נאכן מאכן אביסל ריסיורטש האב איך באקומען אן אנדערע בילד, וואס שבת אחים האט אויך דא אביסל דערמאנט פריער.

צוויי אידן זענען אריינגעקומען אין וויזשניץ ביהמ''ד און זיך גענומען שרייען מיט פלאקאטן, האט מען זיי שיינערהייט אנגעפאנגען ארויסצוטראגן, איין בחור האט אביסל מיטגעארבעט אבער די אנדערע האט א גאנצן צייט פרובירט צוריק צו לויפן אין מיטן פון ביהמ''ד, אזוי אז מ'האט מיט געוואלד געמוזט שלעפן אויף די ערד (אזוי ווי די ציוניסטישע פאליס) ווייל א צווייטע וועג איז נישט געווען, דעמאלטס איז זיין קליידער אביסל צוריסן געווארן.

אנקומענדיג אין די זייטיגע צימער האט דער מאניאק ווייטער געוואלט צוריקלויפן אין ביהמ''ד האט מען איהם געקייטלט אבער דער sick ריק האט נישט געוואלט אויפגעבן און זיך פרובירט ארויסצורייסן פון די קייטן אזוי אז ער האט זיך וויי געטוהן.

זה היה המעשה הרציחה הנורא.

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:26 pm

· #385573
ימים ידברו
נאך 24 שעה וואס יעדער האט געגבען זיינע 2 סענטס זעה איך אזוי די אננעמערס נעמן זיך אן און בארעכטונגען נישט וויזניץ, נאר שטיצען איינעם מאיר פרוש, ער מעג ער מוז ער איז, מאיר פרוש איז אזא וויזניצער חסיד ווי גאנצעל און דיפף, ער האט פארפאקט וויזניצער רבי און באיאנער רבי און די זעלבע באגאזש, צוזאמען מיט שמואל מרדכי מסקלוען,
ער קומט קיין וויזניץ וועגען וואוטס
ער העלפט וויזניץ וועגען וואיטס
ער קומט קיין סקלוען וועגען וואיטס
כל מה שעשעו, עשה עבור עצמו!
מילא ס'שטיל און די גאס מהיכי תיתי, ער לויפט פאר א פאסטען ער וויל אינטענשאן ער האט נישט און ארץ ישראל ווי צו גיין, נו א וודאי בכבוד גדול!
אבער ווען ארץ ישראל קאכט ווי א קעסעל הגרי"מ שעכטער מיט דער הייליגער ראב"ד שרייען חמס, דער מענטש האט פאר זיינע אינטערעסען געמאכט א געשעפט אויף צען טויזענעט בחורים און צה"ל, מויזעס זאגט זיינע אייניקלעך דינען און צה"ל יא! ער האט נישט אנגערופען שמואל מרדכי מיט שראליק אנפרעגען דעת תורתם ווייל ער ווייסט די ענטפער, ער טוט כל העולה על רוחו,
ס'קומט צו גיין ראש השנה דארף מען נאכאמאל מאכען א וואלען ראלי, ווי? אייכלער האט א שול מוזיעס האט א שיל גפני האט א קרייז מיט א שיל ווי דאווענט פרוש און מרכז האטעל? נא פראבלעם איינשטיין ביי ישראליק עסען מפתו ומביתו, זיך מקשר זיין צו די זקני צדיקי הדור די בית דין הגדול באמעירקע, סקלוען וויזניץ ראכמיסטריווקא וואס הייסט? איי די סיקריקים וועלען שרייען וועט יעדער זעהן די מסירת נפש פון די אלטע גרויסע צדיקים פאר דעם וועלטס עסקן! ער איז א עסקן אוודאי, אבער פארוואס וועגען וואס? ווייל זיין הארץ גייט אויס צו טוען פאר אידען, אדער פאר זיין דזשאב? פאר זיין בענקעל? ער האט נישט קיין קרייז און ארץ ישראל ער האט א שפיל וואס ער ברענגט פון זקני צדיקי הדור! ווער מאכט דאס ? ווער פיטערט אים?
לאמיר נאכאמאל אייך מודיע זיין כ"ק אדמו"ר הישיש מוויזניץ שליט"א האט אונז גלערינט אז מטאר נישט גורם זיין צו מאכען אט חילול ה' ער האט פארגעהאלטען מהרי"ד מבעלזא היתכן איר גייט אויף א ווילאמסבורג, הגם בעלזא האט געהאט א שיינע קהלה דארט האט ער געהאלטען אז סנישט תורה'דיג אריינצוגיין און אזא שטאט וואס וועט גורם זיין טעראריסטען זאלן מאכען סקאנדאלען, וויזניצער רבי האט ביי די פ"ס פרשה פארגעהאלטען קאלסבורגער רב פארן מאכען א מסיבה און קרית יואל, הגם ער האט געהאלטען אז קרית יואל זענען חיות שלעגערס רוצחים מ'טאר נישט גורם מאכען א חילול ה' דארף מהר"י רוטה זיצען אינדערהיים נישט מאכען קיין טיי אווענט און קר"י, ווייל דאסאיז זיין דעת תורה אז מטאר נישט אוריסברענגען א חילול ד',
יעצט די שרייערעס זענען מטורפים נישט גערכעט בכלל טעראריסטען , אבער לאו עכברי גנב אלא חורי על כל פנים לשיטת וויזניץ פון אלע יארן, מאיר פרוש דארף זיצען אינדערהיים און נישט וועערן קיין וויזניצער חסיד ווען ער איז סייווי נישט ער וועט טרעפען א אנדערע עצה פאר דיוואיטס און בזה סיימתי געניק קלאר פאר יעדען בר דעת


שוידערליך....

מאיר פרוש האט נישט ווי צו דאווענען אין ארץ ישראל קיינער נעמט איהם נישט אריין דארט?

עגעין ס'מעג זיין צוויי שיטות.

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:39 pm

· #385574
וואס מיינט לנקוט פזרא ויתיב. איינער געדענקט פון חדר

סקרן » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:52 pm

· #385577
איסר האטלקי
איך קען נישט פארשטיין רוב תגובות אין דעם אשכול.
עפעס פעלט מיר?

איש את רעהו האט געמיינט אז מיט שינוי שם גייט מען אים נישט דערקענען און זיינע קרומע שיטות אדער האט ער א תלמיד וואס האלט ביים איבערשטייגן דעם רבי'ן מיט זיין גאר קלוגע שיטות
ויסעו מגיוס ויחנו בבראעל ויסעו מבראקעל ויחנו באינדיאנע שייטליך ויסעו מאידיאנע שייטליך ויחנו במאיר פרוש ויסעו משם ובשעת הנסיעות נהגו לפתוח אשכולות כמה שאפשר
איכא דאמרי משום פרסום ואיכא דאמרי משום שיעמום

גאנצל » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:56 pm

· #385579
ימים ידברו
נאך 24 שעה וואס יעדער האט געגבען זיינע 2 סענטס זעה איך אזוי די אננעמערס נעמן זיך אן און בארעכטונגען נישט וויזניץ, נאר שטיצען איינעם מאיר פרוש, ער מעג ער מוז ער איז, מאיר פרוש איז אזא וויזניצער חסיד ווי גאנצעל און דיפף, ער האט פארפאקט וויזניצער רבי און באיאנער רבי און די זעלבע באגאזש, צוזאמען מיט שמואל מרדכי מסקלוען,
ער קומט קיין וויזניץ וועגען וואוטס
ער העלפט וויזניץ וועגען וואיטס
ער קומט קיין סקלוען וועגען וואיטס
כל מה שעשעו, עשה עבור עצמו!
מילא ס'שטיל און די גאס מהיכי תיתי, ער לויפט פאר א פאסטען ער וויל אינטענשאן ער האט נישט און ארץ ישראל ווי צו גיין, נו א וודאי בכבוד גדול!
אבער ווען ארץ ישראל קאכט ווי א קעסעל הגרי"מ שעכטער מיט דער הייליגער ראב"ד שרייען חמס, דער מענטש האט פאר זיינע אינטערעסען געמאכט א געשעפט אויף צען טויזענעט בחורים און צה"ל, מויזעס זאגט זיינע אייניקלעך דינען און צה"ל יא! ער האט נישט אנגערופען שמואל מרדכי מיט שראליק אנפרעגען דעת תורתם ווייל ער ווייסט די ענטפער, ער טוט כל העולה על רוחו,
ס'קומט צו גיין ראש השנה דארף מען נאכאמאל מאכען א וואלען ראלי, ווי? אייכלער האט א שול מוזיעס האט א שיל גפני האט א קרייז מיט א שיל ווי דאווענט פרוש און מרכז האטעל? נא פראבלעם איינשטיין ביי ישראליק עסען מפתו ומביתו, זיך מקשר זיין צו די זקני צדיקי הדור די בית דין הגדול באמעירקע, סקלוען וויזניץ ראכמיסטריווקא וואס הייסט? איי די סיקריקים וועלען שרייען וועט יעדער זעהן די מסירת נפש פון די אלטע גרויסע צדיקים פאר דעם וועלטס עסקן! ער איז א עסקן אוודאי, אבער פארוואס וועגען וואס? ווייל זיין הארץ גייט אויס צו טוען פאר אידען, אדער פאר זיין דזשאב? פאר זיין בענקעל? ער האט נישט קיין קרייז און ארץ ישראל ער האט א שפיל וואס ער ברענגט פון זקני צדיקי הדור! ווער מאכט דאס ? ווער פיטערט אים?
לאמיר נאכאמאל אייך מודיע זיין כ"ק אדמו"ר הישיש מוויזניץ שליט"א האט אונז גלערינט אז מטאר נישט גורם זיין צו מאכען אט חילול ה' ער האט פארגעהאלטען מהרי"ד מבעלזא היתכן איר גייט אויף א ווילאמסבורג, הגם בעלזא האט געהאט א שיינע קהלה דארט האט ער געהאלטען אז סנישט תורה'דיג אריינצוגיין און אזא שטאט וואס וועט גורם זיין טעראריסטען זאלן מאכען סקאנדאלען, וויזניצער רבי האט ביי די פ"ס פרשה פארגעהאלטען קאלסבורגער רב פארן מאכען א מסיבה און קרית יואל, הגם ער האט געהאלטען אז קרית יואל זענען חיות שלעגערס רוצחים מ'טאר נישט גורם מאכען א חילול ה' דארף מהר"י רוטה זיצען אינדערהיים נישט מאכען קיין טיי אווענט און קר"י, ווייל דאסאיז זיין דעת תורה אז מטאר נישט אוריסברענגען א חילול ד',
יעצט די שרייערעס זענען מטורפים נישט גערכעט בכלל טעראריסטען , אבער לאו עכברי גנב אלא חורי על כל פנים לשיטת וויזניץ פון אלע יארן, מאיר פרוש דארף זיצען אינדערהיים און נישט וועערן קיין וויזניצער חסיד ווען ער איז סייווי נישט ער וועט טרעפען א אנדערע עצה פאר דיוואיטס און בזה סיימתי געניק קלאר פאר יעדען בר דעת


סאו דו זאגסט אז מאיר פרוש טאר ניט קומען אין וויזניץ

איך וויל אייך איין זאך מודיע זיין קיינער האט דיך ניט געפרעגט און ניט קיין איינע פון די איבערדרייערס אין וויזניצע ביהמ"ד איז וויזניץ בעה"ב

ווילסט זאגן אז וויזניצע רבי האלט ניט פון שלאגן און ארויסווארפן איבערדרייערס זייער פיין אסאך זענען מחולק מיט דיר און האלטן אז ווען איינער קומט אריין איינמאל און נאכאמאל פשוט איבערדרייען א ביהמ"ד און אנזייען כאאס מעג מען אים אכאפן און ארויסווארפן און מאכן זיכער אז ער זאל מער ניט ווייגן עס צו טון

וועלט׳ס פארזארגער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:07 pm

· #385580
שבת אחים
איך האלט אז מאנסי-וויזניץ איז אן עקסטרעימע חסידות. און איך גלייך עס נישט. אבער מיט דעם אלעמען זענען זיי נישט קיין שלעגער. עני אנדערע חסידות וואלט זיי צומאלן אויף שטיקער.

אין מאנסי-וויזניץ איז דא א איד ער הייסט ר׳ שלמה אליעזר סימקאוויטש ער איז א באוויסטע גיבור חיל א הויכע ברייטביינערדיגע איד וואס קען צוקוועטשען זעקס מענטשען אויף איינמאל בלי גוזמא. ער פלעגט זיין פון די שטוב מענטשען פון ר׳ מאטעלע. ער איז דארט געשטאנען א גאנצע צייט און געשריגן הויך ״קיינער זאל נישט הייבן קיין האנט-סאיז נישט דעם רבינס וועג צו שלאגן״.

סאיז זיכער דא גענוג מענטשען אין מאנסי וויזניץ וואס ווארטן בכליון עינים זיך צושלאגן, אזויווי ימים שרייבט, אבער זיי זענען א קליינע מיעוט פון ליידיגערס און פייערלעשערס. רוב אידן אין מאנסי-וויזניץ זענען געהויבנע אינגערלייט וואס הארוועווען אויף תורה, עבודה און גמ״ח. זיי זענען באמת אויסגעארבעטע אידן וואס זענען אויסגעטוהן פון דער גשמיותדיגער וועלט און ווייסן גארנישט וואס טוט זיך חוץ פון פיליס טערעס, עשעל לעין, ריטא, גמרא תוספות, חסידישע ספרים, דער אהבת ישראל דער אמרי חיים און ר׳ מאטלע. זיי הייבן נישט אן צופארשטיין צו קיין מחלוקות און טעראר. זיי לעבן אין העכערס. האלב פון מיין עידזש אין גיבערס זיצן נאכאלץ און לערנען אין כולל. סאיז שוין בערך 20 יאר נאך זייער חתונה, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי די אינדערסוינדיגע גאס זעהט אויס. איך טרעף אסאך מאל מיין געוועזענע קלעיסמעיטס, סכאפט מיר א פחד נורא, לאנגע גרעי-ווייסע בערד. מאכן שוין חתונה קינדער. געבן ארויס ספרים. אסאך פון זיי זענען גרויסע דיינים וואס פאסקענען שאלות. איך ווייס נישט צו קיין איין חסידות אויף
די וועלט האט פראצענטואל אזויפיל אידן וואס זענען ממש אויסגעטוהן פון די היינטיגע וועלט. לדעתי האט ר׳ מאטעלע הונדערטער חסידים, ערליכע אידן וואס קענען נעמען קוויטלעך. אזעליכע אידן ווי הרה״צ ר׳ זושע רוב און נאך אנדערע פאקן איין רוב היינטיגע רביס צוזאמען.


איך קען דער שלמה אליעזר סימקאוויטש, ווען ער וואלט זיי ווען טאקע געשלאגן וואלטן זיי נישט ארויסגעקומען לעבעדיג!

איך בין געווען איינמאל אין מאנסי ווען פינף הצלה מעמבער'ס האבן זיך געמוטשעט אראפ צוברענגען א פאציענט מיט א סטרעטשער אין זיי האבן זיך נישט געקענט אן עצה געבן ביז דער שלמה אליעזר סימקאוויטש איז אנגעקומען. ביז איין מיניט איז די פאציענט געווען אין אמבולאנס! ווען ער לייגט ווען אראפ איין האנט אויף זיי וואלטן זיי מער נישט געהאט קיין גאנצע ביין!

און אז מ'פרעגט מיר, איינער וואס קומט איבערדרייען ביי יענעם אין ביהמ"ד אינמיטן דאווענען וואלט נישט געדארפט ארויס גיין לעבעדיג.

און געב א קוק אויף די בילדער פון די "צומזיקטע", ס'קוקט נישט אויס בכלל ווי איינער האט זיי געשלאגן...

יהודי פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:47 pm

· #385584
א מודעה פון וויזשניץ

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:34 pm

· #385590
berlbalaguleh
שעמקעדיג: גיי פארצייל עס פאר חסידים...! אורייתא קא מרתחא בהו...כבוד רבם...! ווען מ'ווערט אנגעהיצט קענען א טייל מענטשן פארלירן קאנטראל און יענעם גוט אנזעצן די ביינער. איך ברענג אייביג א משל פון וויזניץ בני ברק אדער בעלזא אין ירושלים. אויב דארט זאלל פארקומען אזא מעשה גייט דער בעל דבר נישט ארויס שטייענדיג. נאר ליגנדיג


דער גאלדענער אדלער
ווען ס'געקומען צו חצרות פון אדמורים אדער היינטיגע טעג אפילו ביי לטאים, האט מען עס מתיר געווען, משום עת לעשות לד' אדער הוראת שעה, אדער אנדערע ק"ן טעמים, אבער ביי סתם עמך אידן טאר מען טאקע נישט

פארן פרעגן אליין קומט זיך דיר....



ווייל אזוי
זייער גוט געפרעגט, מיר האט עס אויך געבאדערט אבער נאכן מאכן אביסל ריסיורטש האב איך באקומען אן אנדערע בילד, וואס שבת אחים האט אויך דא אביסל דערמאנט פריער.

צוויי אידן זענען אריינגעקומען אין וויזשניץ ביהמ''ד און זיך גענומען שרייען מיט פלאקאטן, האט מען זיי שיינערהייט אנגעפאנגען ארויסצוטראגן, איין בחור האט אביסל מיטגעארבעט אבער די אנדערע האט א גאנצן צייט פרובירט צוריק צו לויפן אין מיטן פון ביהמ''ד, אזוי אז מ'האט מיט געוואלד געמוזט שלעפן אויף די ערד (אזוי ווי די ציוניסטישע פאליס) ווייל א צווייטע וועג איז נישט געווען, דעמאלטס איז זיין קליידער אביסל צוריסן געווארן.

אנקומענדיג אין די זייטיגע צימער האט דער מאניאק ווייטער געוואלט צוריקלויפן אין ביהמ''ד האט מען איהם געקייטלט אבער דער sick ריק האט נישט געוואלט אויפגעבן און זיך פרובירט ארויסצורייסן פון די קייטן אזוי אז ער האט זיך וויי געטוהן.


איך האב געהאט א כוונה ביים פרעגן מיין קלאץ קשיא.

איך פארשטיי דען נישט פארוואס מען האט זיי באקלאפט? עס איז געווען א צורך, און לצורך איז דאך הותרה הדבר, טראץ וואס געווענליך איז עס א איסור דאורייתא, און חז"ל רופן אן א שלעגער "רשע", און אין יוהכ"פ מכפר עד שירצה את חבירו, און נאך אסאך פסוקים און מאמרים וואס כ'וועל נישט מאריך זיין.

אויב אזוי, וויל איך פרעגן די אלע שלעגער און זייערע הייליגע רבי'ס, אפשר קען מען טרעפן א היתר לצורך אויך עפעס היתר אויף א סמארטפאון? פארוואס מאכט מען אוועק דעם לצורך פרנסה, אדער לצורך אנדערע סיבות? פאר ענקערע סיבות טרעפט מען היתרים פאר א בפירוש'ע איסור דאורייתא (און איך פארשטיי עס!), אבער פאר אנדערע מענטשן קען מען נישט טרעפן עפעס א לימוד זכות?

איך ווייס איך בין אביסל וואן-טרעק-מיינדעד מיט מיינע מחשבות, און איך וויל נישט פארדרייען דעם נושא האשכול, אבער די נקודה למחשבה האט מיר געעגבערט און איך האב געמוזט אויסגעבן מיין בויך וויי. 😛

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:59 pm

· #385593
לא בחינם הלך הזרזיר אצל העורב

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:00 pm

· #385594
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
שמעקעדיג פרעגט;

""אויב אזוי, וויל איך פרעגן די אלע שלעגער און זייערע הייליגע רבי'ס, אפשר קען מען טרעפן א היתר לצורך אויך עפעס היתר אויף א סמארטפאון? פארוואס מאכט מען אוועק דעם לצורך פרנסה, אדער לצורך אנדערע סיבות? פאר ענקערע סיבות טרעפט מען היתרים פאר א בפירוש'ע איסור דאורייתא (און איך פארשטיי עס!), אבער פאר אנדערע מענטשן קען מען נישט טרעפן עפעס א לימוד זכות?""

דער תירץ איז, אנכי ולא יהי' לך!!

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:23 pm

· #385596

diff » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:24 pm

· #385597
סניש מעגליך להתיר את המותר

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:26 pm

· #385598
איך האב געהערט אז ס'איז דא אן אבני נזר וועגען דעם. איך מוז עס אויפזוכען. ווען איינער גייט אריין ביי יענעם, און מ'קען נישט פטור ווערן פון איהם, איז עביד איניש דינא לנפשיה.

וועלט׳ס פארזארגער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:59 pm

· #385605
diff


איינער זעט דא עפעס מסירה אדער ערכאות?

איך זעה דא ווי די פאליס האט געגעבן טיקעט פאר איינעם פאר'ן מאכן א פראטעסט אן קיין פערמיט

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:36 pm

· #385606
און ווישניצע רבי האט גארנישט געזאגט?

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 7:31 pm

· #385607
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהערט אז ס'איז דא אן אבני נזר וועגען דעם. איך מוז עס אויפזוכען. ווען איינער גייט אריין ביי יענעם, און מ'קען נישט פטור ווערן פון איהם, איז עביד איניש דינא לנפשיה.

דאס מיינט אז מען קען טרעפן א היתר ווען מען דארף.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 7:50 pm

· #385609
ישראל גלויבער
און ווישניצע רבי האט גארנישט געזאגט?

וואס האט ער געזאלט זאגן. וואוילע שעפעלעך. ערליכע אידן מקנאי קנאת ה' צבקות...גיט'צ זיי א שטיקל פרישן פאטעיטא קוגל און א קאלט גלעזל ביר לכבוד היום. און באגלייטץ זיי ארויס בשירה ובזמרה. דעם 2'טן חלק מייניך האט מען מקיים געווען מיט אלע הידורים. אזוי אז זיי וועללן שוין טראכטן א צווייט מאל צו ס'לוינט זיך דאס געשעפט...! כה לחי. פאר די אריינפראקערס. חוצפה און עזות צו שטערן דאס דאווענען אין אזא הייליגן טאג....! אויך חוצפה אקעיגן דעם רבי'ן דעם מרא דאתרא...הגם לכבוש את המלכה עמי בבית...!!! פון מורא מקדש און הילכות בית הכנסת רעדט מען נישט. די הייליגע אידן מאכן זיך נישט וואוסנדיג. א ביהמ"ד איז נישט טיימס סקווער. להבדיל אלף אלפי הבדלות...!

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:33 pm

· #385618
אבער אפשר זענען זיי גערעכט, אויב ווישניצע רבי וואס האט נישט געוואלט אויפנעמען הגאון הצדיק ר' ישראל מאיר לאו, א יחסן מופלא און ספעציעל גרויסע קנעפל אין הייליג לאנד, און וויבאלד ס'שמעקט עהם נישט ר' מאטעלע אז ער איז געקומען קיין ניו יארק האט ער עהם מכח קנאות אפגעשלאגן. איז מאיר פרוש ערווארטעט צו ווערן פארטריבן דורכן ווישניצע רבי אליינס. און ער וואלט געדארפט זאגן שקויעך פאר די מוחים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:19 am

· #385635
ישראל גלויבער: איך קען כמעט נישט גלייבן אז דיין תגובה איז נישט געשריבן געווארן מיט א שמייכל אויף דיינע ליפן. אדער ..."טאנג אין טשיעק"... ווי מ'זאגט אין אמעריקע. אמת אז הרב ישראל מאיר לאו איז א גרויסער תלמיד חכם און אן ערליכער איד. און א ייחסן. אבער ער האט איין גרויסן פעלער (גם לשיטתך הקדושה) ער איז א פארברענטער ציוני. א מזרחי'סט. און די עבירה איז שקול כנגד כולם. אז מ'רעדט שוין. הרה"צ מוויזשניץ מאנסי שליט"א איז אמאל געווען שטארק מיט די אגודה. די אמעריקאנע אגודה. אבער אין די לעצטע פאר יאר האט ער געטרייט נתקרב צו ווערן צו סאטמאר. און מהאי טעמא האט ער מבטל געווען זיין אנטייל אין דעם יום תפילה וואס די אגודה האט ארגאניזירט אין מאנהעטן מיט א פאר יאר צוריק. וואס צוערשט האט געהייסן אז ער און זיין גאנצע ישיבה וועללן אנטייל נעמען דערין. נאר אין די לעצטע מינוט האט ער געטוישט זיין מיינונג.

אויך ביי דעם עסק פון דעם סקול דיסטריקט פון מאנרא האט ער געזאגט דיעות ווען ער וואלט זיך ווען נישט געטארט מישן. ווייל ער איז נישט גערעכט געווען מכח כמה טעמים. איבער די עצם זאך. פון לערנען מיט די אידישע קינדער וואס ווען נישט דער אידישער סקול דיסטריקט וואלטן זיי געגאנגען נעבעך אין פאבליק סקול צוזאמען מיט די גויים, רח"ל. אויך. זיינע אייגענע בני הקהילה האבן גענימען עטליכע פראגראמען וועלכע זענען נישט געווען אזוי שטארק (גאר שוואך) אויסגעהאלטן עפ"י תורה...! דאס אז ער האט נישט געוואוסט אז מ'נעמט פון די רעגירונג'ס פראגראמען איז נישט קיין גענוג א גוטער תירוץ. האט ער יא געזאלט וויסן איידער ער גייט קריטיקירן א צווייטן...במחכת"ה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:24 am

· #385639
וואס האט איינס מיט'ן צווייטען? ער וויל נישט מכבד זיין דער רב הראשי פון א"י, ממילא זאל ער אפזאגן א איד פון קומען דאווענען אין ביהמ"ד? מ'רעדט נישט פון מכבד זיין, נאר פשוט לאזען דאווענען. ווי איז געהערט געווארען אז מ'דארף איינעם נישט לאזען דאווענען.

ישראל גלויבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:53 pm

· #385668
ווי איז געהערט געווארן אז יודען שרייען אויס זייער ווייטאג קעגן דעם מדינה הטמאה, און מ'דערשטיקט זייער שטימע. מ'מעג שרייען, ר' מאטעלע וואלט געדארפט מוחא זיין דערויף אז מ'האט 'זיי' פארטריבן, און בחינם שפירט זיך נישט פרוש באקוועם אין ווישניץ, מ'מעלקט מסתמא פון פרוש'ן א שיינעם סומע איז אלעס מותר.

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:50 pm

· #385680
דוקא געגן די מדינה שלא טבלה אדער אלע ענינים

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:54 pm

· #385681
ישראל גלויבער: די אידן'ס ווייטאג אקעיגן די מדינה הטמאה וואלטן זיי געדארפט גיין אויס שרייען ווען בנימן נתניהוא קומט צו די יו.ען. אדער קיין וואשינגטאן. אין א ביהמ"ד להבדיל אלף אלפי הבדלות איז נישט דאס פלאץ צו מאכן א טומל און שטערן דאס דאווענען און די ארדענונג אין אזא הייליגן טאג. זאללן זיי גיין מוחה זיין אין זייער אייגן ביהמ"ד פון די בני יואל אין קר"י. און דארט אויסשרייען זייער ווייטאג. איך בין זיכער אז קיינער וואלט זיי נישט געשטערט. קומען צו יענעם אין ביהמ"ד און אנמאכן א טומל. דאס האט א פרייז. און זיי האבן ב"ה געצאלט א פרייז. אפשר נישט גענוג א הויעכן פרייז. אבער סוכ"ס זעמיר אונז נישט קיין מוסלמעינער. אדער קריסטליכע קרייץ ציגלער. א ביהמ"ד איז נישט קיין מאסק אדער א טשוירטש..!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:12 pm

· #385695
די ליצנות איז פיין! קיפ איט אפ!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:45 pm

· #385698
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

ס'נייע מנהג אין ווישניץ, מ'שלאגט מער נישט מיט עופות, נאר מיט בני יואל

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:20 pm

· #385701
וויפיל איז א כפרה

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:32 pm

· #385715
ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

ס'נייע מנהג אין ווישניץ, מ'שלאגט מער נישט מיט עופות, נאר מיט בני יואל

ישראל גלויבער: כמו שאמרתי. איך בין נישט קיין וויזשניצער. ווייס איך נישט וואס די מנהגים דארט זענען. אבער עכ"פ מיט די סיקריקים/בני יואל/קנאים/מוחים איז דער דזשאב גרינגער געווען ווייל א כפרה דארף מען אויפהייבן העכער דעם קאפ און דרייען. און דא האט מען זיי ב"ה גאנץ פיין אנגעריסן אן דארפן זיי אויפהייבן. אזוי ווי (להבדיל) די לויים אין ביהמ"ק. מיט א פאר דזשאכעס און א פאר געזונטע פעטש האט מען יוצא געווען די מצוות היום...!

בלויע רעקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:16 pm

· #385728
ישראל גלויבער
ווי איז געהערט געווארן אז יודען שרייען אויס זייער ווייטאג קעגן דעם מדינה הטמאה, און מ'דערשטיקט זייער שטימע. מ'מעג שרייען, ר' מאטעלע וואלט געדארפט מוחא זיין דערויף אז מ'האט 'זיי' פארטריבן, און בחינם שפירט זיך נישט פרוש באקוועם אין ווישניץ, מ'מעלקט מסתמא פון פרוש'ן א שיינעם סומע איז אלעס מותר.

וואס וואלט מען געטוען מיט איינעם וואס קומט כ״ו אב אין אוהל פון סאטמארע רבין בשעתן תהילים זאגן אין נעמט זיך שרייען בעד די וויליאמסבורגער עירוב?

ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:24 am

· #385735
בלויע רעקל
ישראל גלויבער
ווי איז געהערט געווארן אז יודען שרייען אויס זייער ווייטאג קעגן דעם מדינה הטמאה, און מ'דערשטיקט זייער שטימע. מ'מעג שרייען, ר' מאטעלע וואלט געדארפט מוחא זיין דערויף אז מ'האט 'זיי' פארטריבן, און בחינם שפירט זיך נישט פרוש באקוועם אין ווישניץ, מ'מעלקט מסתמא פון פרוש'ן א שיינעם סומע איז אלעס מותר.

וואס וואלט מען געטוען מיט איינעם וואס קומט כ״ו אב אין אוהל פון סאטמארע רבין בשעתן תהילים זאגן אין נעמט זיך שרייען בעד די וויליאמסבורגער עירוב?

מ'וואלט געשריגן ציוני ארויס.. אפילו ס'האט נישט קיין פשט

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:29 am

· #385736
בלויע רעקל
ישראל גלויבער
ווי איז געהערט געווארן אז יודען שרייען אויס זייער ווייטאג קעגן דעם מדינה הטמאה, און מ'דערשטיקט זייער שטימע. מ'מעג שרייען, ר' מאטעלע וואלט געדארפט מוחא זיין דערויף אז מ'האט 'זיי' פארטריבן, און בחינם שפירט זיך נישט פרוש באקוועם אין ווישניץ, מ'מעלקט מסתמא פון פרוש'ן א שיינעם סומע איז אלעס מותר.

וואס וואלט מען געטוען מיט איינעם וואס קומט כ״ו אב אין אוהל פון סאטמארע רבין בשעתן תהילים זאגן אין נעמט זיך שרייען בעד די וויליאמסבורגער עירוב?

בלויע רעקל: אדער, ער נעמט זיך זינגען ..."התקוה"...!....(OK. That's too much...)

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 2:44 am

· #385744
ימים? אזעליכע שטותים צאמצורעדן. וואס פארא וואוטס באקומט מאיר פרוש ווייל ער קומט דאווענען אין מאנסי וויזניץ? מאנסי וויזניץ אין ארץ ישראל איז בערך אזוי גרויס ווי צעהלים אין אמעריקא. לאמיר גיין מיט פאקטולע נומבערס. מאנסי וויזניץ האט דריי בתי מדרשים אין ארץ ישראל דריי כוללים און איין ת״ת אין בית שמש, ברייטערהייט 500 משפחות. רוב פון זיי גייען ניטאמאל צו די בחירות, ר׳ מאטלעס חסידים אין ארץ ישראל האבן אים געפרעגט צו זאלן גייען, מצד א׳ איז זיין טאטע געוועהן פון די אנפירערס פון אגודה, און מצד שני איז ער א שטארקע אנהענגער פונעם דברי יואל און באלאנגעט צו די קנאישע לאגער. זיין תירוץ איז געוועהן אז ער פסקנט נישט קיין שאלות און ער מישט זיך נישט אריין אין ארץ ישראלדיגע פאליטיק ווייל ער וואוינט נישט דארט, נאר ער האט געהייסן זיינע חסידים זאלן אנפרעגן דעם חות דעת פון הרב שמואל וואזנזער זצ״ל. וואס איז בעסקילי ניין... זיינע מוסדות אין בית שמש נעמט נישט קיין פיאסטער פון די מדינה.

ווען פרוש גייט קיין בני ברק וויזניץ קענסטו שרייען וואוטס, ווען ער גייט קיין גור, בעלזא, קלוזנבורג, באאין, באבוב. אבער מאנסי וויזניץ? וואס? ווען וואו?

פון 500 משפחות וואס נייציג פראצענט וועילן נישט?

פרוש האט איין זאך פון וויזניץ! ווייסט וואס? וויזניץ רופט אים פאר טובות, סקאסט אים נאר, עפעס אנדערש באקומט ער נישט דארט, ר׳ מאטלע איז זייער א שוואכע עטענטשין/כבוד טיילער. קוים וואס ער געט אביסל כבוד פאר זיינע נגידים און שטיצער. מיינסט ער קוקט בכלל אויף פרוש׳ס זייט? איך ווייס פאר א פאקט אז ער קוקט אים בכלל נישט אן- ווייל ער איז דאך ליידער א סגי נהור. 😢

וואלווי » מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:11 pm

· #385812
ישראל גלויבער
ס'נייע מנהג אין ווישניץ, מ'שלאגט מער נישט מיט עופות, נאר מיט בני יואל


גארנישט קיין נייע מנהג. גאנץ כלל ישראל האט זיך אייביג געפירט צו שלאגן כפרות מיט בעלי חיות וואס שיט'ן אן דאס פלאץ..

ימים ידברו » זונטאג אקטאבער 1, 2017 10:57 am

· #385865
שבת אחים הוא אשר דברנו ער דארף נישט וויזניצע מאנסי וואוטס ער דארף חסידישע וואיטס ער רעדט איין די חסידישע וועלט שלומי אמונים ער איז מקושר קיין מאנסי און ווען מ'נעמעט זיך אן פאר אים ווייזט וויזניץ איך בין פאניע בראט מיט אים! אמת קיינער אין וויזניץ האלט נישט ער האט די זעלבע דעה'ס ווי די רבי יעדער ווייסט די רביס מיינוג לגבי איזרעאל לגבי התנחלות לגבי ליבה לגבי מילטער נאר מאיר פרוש הרוצה לשקר ירחיק עדותו באיאן ערלוי סאדיגער גור בעלזא איז נישט אינטערסאנט, זיי האבען אים שוין פאטריבען, קומט ער קיין אמעירקע נו ווי כאטש מונסי וואס מקען מצער זיין די בית שמש עולם וואס עקלט אים, און איינרעדען די בהמה'ס אז ער האט א פלאטץ א חסידות ער פאטרעט שלומי אמונים ער איז אויסגשפילט נעמט ער עפעס פארדעם פארשטיי איך נישט הרב ישראל וואס דארפסטו די קאף ווייטאג?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 1, 2017 11:27 am

· #385871
נאך דיין כוואליע פון אותיות, קענסט ווייזען איינער פון זיין משלחים וואס זאגען היינט אז ער פארטרעט זיי נישט.
דער ראב"ד (איך ווייס נאך נישט פון וועלכע שטאט, אנטווערפען? ער איז אוועק. לונדון? איינער לויפט ארום זאגען אז ער איז ראב"ד אבער לונדון ווייסט נישט דערפון. ברלין? קען זיין) און הרב שכטר (און ווער פרעגט איהם?) מעגען שרייען חמס פון היינט ביז איבערמארגען. זיי האבען קיינמאל נישט גענומען קיין אחריות אויף די מיליטער, און נישט זיי האט מען 'געחמס'ט'.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:58 am

· #385973
לעצטע שבועות איז פרוש אויך געקומען קיין מאנסי. און זיי האבן געמאכט אפיעשאל פראטעסטן אין פראנט פון ר׳ מאטעלעס הויז. די ראש השנה זענען זיי געקומען. די ערשטע נאכט זענען זיי אריין אין ווייבער שול און געשריגן קולות די ווייבער האבן זיך דערשראקן זיי זענען ארויסגעלויפן, ס׳האט זיך געטוהן א בהלה און בטעות ארויסלויפענדיג האט איינע צוגעמאכט די לעקטער. סאיז געווארן נאך ערגער. אין מענער שול האט מען געמיינט אז סאיז א טעראר אטאקע. מהאט נישט געוואוסט וואס גייט פאר... די נעקסטע צוויי טעג האבן זיי ווייטער פרובירט איבערצודרייען דאס ביהמ״ד. כוויל וויסן וועלכע חסידות אויף דער וועלט וואלט געדולט אזעלכע זאכן. איך וויל זעהן א פראטעסט אקעגן איבער סקווירער רבי׳ס הויז, גורער רביס הויז, מוהר״א, בעלזא.

וויזניץ געט נאך ארויס א אפציעלע צעטל און שרייבט נאך אנטשולדיגט פארן זיי אפהאלטן און זיי איבערגעבן פאר די פאליציי. גאנץ שיין פון זיי.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:22 am

· #385974
ר' בערל, וואס הייסט אז ר' מאטעלע האט נישט געמעגט מוחה זיין אויף שערי חמלה? פארוואס נישט? אביי האט געמעגט זאגן אנדערש ווי רבא? הלל האט געמעגט זאגן אנדערש ווי שמאי? וע"כ סאטמארער רב האט געמעגט אריינרעדן אין יענעמ'ס מוסדות צי זיי זאלן נעמען געלט פון די מדינה צי נישט? ער איז געקומען קיין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ ווי ער האט געהאט דעמאלטס א קליינע צאל חסידים אנטקעגן וואס וויזניץ האט געהאט, און געשאטן פעך און שוועבל אויף אגודה...

קענסט זאגן אז ר' מאטעלע איז נישט געוועהן גערעכט מיט זיינע מחאות ווייל דעס און יענעץ- און אויף דעם דינג איך זיך נישט. אבער צי ער מעג אין זיין שול ביי שאלעשידעס זאגן אז דעס און יענץ איז לדעתו נישט אויסגעהאלטן טאר ער נישט? פארוואס?

רבי אהרן צי דער ברך וואלט זיך געדארפט אויפשטעלן און זאגן, אונז רעספעקטירן שטארק ר' מאטעלע מיט קאשויער רב'ס מיינונג אבער זיי זענען נישט גערעכט ווייל דאס און יענץ. אט דאס הייסט והייתם נקיים. אבער אנשטאט דעם האט רעב אהרן אנגעפאנגען א מלחמה מיט אים און אים פערזענליך באשמוצט און גערופן נעמען ווי "פראפעשאנעל בעל מוחה פון מאנסי" און אריינגעמישט אנדערע ענינים ווי "ער לערנט חורש"י מיט זיינע מיידלעך" און וע"כ ארויפגעלייגט א פייפער אנטקעגן איבער ר' מאטעלע'ס הויז און יעדע וואך דוקא געפיפן בערך 5 ביז צעהן מינוט בשעת ר' מאטעלע האט געדאווענט קבלת שבת. כ'געדענק נאך ווי ער פלעגט אינמיטן שמו"ע ארויפלייגן די הענט אויף זיין אויער ביז די פייפעריי האט זיך געענדיגט. די ראשי הקהלה זענען אריין צו ר' מאטעלע און אים געזאגט אז זיי קענען ערלעדיגן ביי די שטאטישע טאטעס מיט פראטעקציע פון "כתר ווילעדזש" אז סאטמאר זאל נישט האבן די נויטיגע פערמיטס פאר זייער פייפער. ר' מאטעלע האט זיי געזאגט דעס איז דאך "נקמה" (דאס איז דאך וואס זיי טוען).

דריי זאכן וועגן ר' מאטעלע, וואס איך טענה:

1) ער האט א רעכט ע"פ תורה וע"פ חוקי המדינה ביי זיך אין ביהמ"ד צו זאגן וואס ער וויל, ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן להלכה.

2) ער איז אן אמת'ער מענטש, ווען ער איז מוחה אויף איינעם, האט ער נישט קיין שום זייטיגע חשבונות חוץ כבוד שמים.

3) לדעתי איז ער א עקסטרעמיסט און ער ציעט איבער די שטריקל מיט זיינע מחאות און ס'קען זיין ער איז נישט גערעכט געוועהן מיט די פובליק סקול און מיט זיינע אנדערע מחאות. אבער ער מיינט עס אמת'דיג, און ס'קומט פון עקסטרעמיזם. אבער "רעכט" צו זאגן האט ער יא.

יהודי פשוט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:54 am

· #385975
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
שבת אחים


2)ער איז אמתע מענטש, ווען ער איז מוחה אויף איינעם, האט ער נישט קיין שום זייטיגע חשבונות חוץ כבוד שמים.


מען פארציילט אז ווען ר' מאטעלע איז געווען פארנומען דעמאלטס מיטן פובליק סקול איז ער ארום געפארן זאמלען חתימות ביי רבנים דערקעגן, איז ער געווען דעמאלטס אין מאנטרעאל אין ער איז צוגעפארן קיין טאהש, אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצע רבי פון מאנסי קומט האט מען אנגעגרייט כדרכם פון די רבי'שע באזוכן, א שיינעם בענקל מיט פירות ווי עס פאסט, ר' מאטעלע האט באלד ביים אריין קומען אנגעהויבן גלייך מיטן ענין אז עס קומט פאר א שרעקליכע עוולה אז מען מאכט א פובליק סקול און ס'איז ממש מינות וכפירה וכו' וכו', דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל הערט איהם אויס און דערנאך פרעגט ער איהם: ווער מאכט דאס? האט ער איהם גע'ענפערט אז דער סאטמארער רבי מאכט עס, פרעגט איהם טאהש'ער רבי: וואס זאגט מען? פארוואס זאל ער וועלן טוהן אזא זאך? ענטפערט ר' מאטעלע: מען זאגט אז ער גייט מאכן אסאך געלט דערפון, פרעגט דער טאהש'ער רבי: וויפיל שמועסט מען אז ער גייט פארדינען דערפון? ענטפערט ר' מאטעלע: מען שמועסט אז ער גייט מאכן 12 מיליאן דאללער, טאהש'ער רבי פארטראכט זיך אביסל נאכדעם זאגט ער פאר ר' מאטעלע: ווייסט איר וואס, 6 מיליאן נעם איך אויף מיר, די איבריגע זעקס זאל מען צוטיילן צווישן די אנדערע חותמים, און מען וועט געבן דאס געלט פארן סאטמארער רבי אזוי וועט ער שוין זיכער נישט מאכן דעם פובליק סקול... ר' מאטעלע האט זיך אויפגעהויבן און אפגעטראגן...
בלאט: 1 2 3 4