☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר פרוש

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11887
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:02 pm

· #387611
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ניין, ס׳איז נאר געווען פאר איין טאג. ס׳איז ווי דער ר"י כהן צדק זאגט. ס׳איז אן ענין פון א קנין פירות, אדער א בחינה פון א פרחה לו איש ......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:07 pm

· #387613
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:11 pm

· #387614
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
האסט שנעל געטוישט נושאים.

אקעי, דער רבי איז שיער א סגי נהור, פון וואנעט זאל ער וויסען אז פרוש איז דארט?

אלא מאי? ער וואלט געדארפט מוחה זיין מספק, שמא פרוש געפונט זיך דארט, ווייל ער קען זאך נישט זע׳ען צו יא צו נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:55 pm

· #387666
איבעיא להו ישראל גלויבער ודיפף ואיש את רעהו ועוד כמה שמות נרדפים המה אותו בן אדם או לא איבעית אימא שכן שהן כותבים אותו שטויות ושיטות עקמומיות איבעית אימא שלא אפשר שבן אדם אחד יכתוב כ"כ הרבה שטויות? תיקו נחכה עד שהוא יכנס לפה עם שינוי שם ויפתח עוד אשכולות לשמחת כל ה.......
נ.ב. שכחתי ימים ידברו

ישראל גלויבער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:58 pm

· #387672
🙄 .

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:39 pm

· #387698
סקרן
איבעיא להו ישראל גלויבער ודיפף ואיש את רעהו ועוד כמה שמות נרדפים המה אותו בן אדם או לא איבעית אימא שכן שהן כותבים אותו שטויות ושיטות עקמומיות איבעית אימא שלא אפשר שבן אדם אחד יכתוב כ"כ הרבה שטויות? תיקו נחכה עד שהוא יכנס לפה עם שינוי שם ויפתח עוד אשכולות לשמחת כל ה.......
נ.ב. שכחתי ימים ידברו

סקרן: לאמיר געבן א שטיקל הסבר. איך האלט אויך ווי דער מאן דאמר פון איבעית אימא (דער תנא קמא). נאר ס'האט א מעלה. ווען איין ניק חזר'ט אן און מאכט נערוועז מענטשן, קען ער זיך אפרוען פאר א וויילע און נוצן זיינע אנדערע שמות הנרדפים און אויספגע'נען די מענטשן מיט דעם. נאכדעים גייט ער צו די אנדערע וחוזר חלילה...! טאקע פון דיףף האמיר שוין לאנג נישט געהערט. אדער איז ער געפארן אויף וואקאציע, אדער גאר ח"ו ארעסטירט געווארן אין א קאמוניסטישע מדינה. און ער האט נישט קיין צוטריט צו א אידישן קאמפיוטער. אבער דער עולם האט א ביסל מנוחה...!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:43 pm

· #387700
ביטע נישט פארדרייען די אשכול

חקרן » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:32 pm

· #387707
אוי ישראל גלויבער, ביסט דאך אזא קליינע קאפ, אבער אזא קליינע.

א חידוש פון א צמצום.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:13 am

· #387712
ישראל גלויבער
ביטע נישט פארדרייען די אשכול

ישראל גלויבער: ווער נאך אזוי ווי דו פארדרייט די אשכולות. מיט דיין אגענדא. און דיין פראוו צו זיין ..."קיוט"...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 10:02 am

· #387719
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
איך האב נעכטען נאכט געטראפען א וויזניצער חסיד אין לעיקוואד (וויזניץ לייט, נישט קיין פארקערטען ביבער הוט וכו׳, אבער א חסיד), און ער האט מיר געזאגט אז דער רבי האט עפעס געזאגט קעגען די פעטש וואס די מוחים האבען באקומען. כל הכבוד צו איהם. אויך האט ער געזאגט איז די טומול האט פאראורזאכט א פאניק ביי די ווייבער, וואס האבען נישט מיטגעהאלטען גענצליך, און א טייל זענען ארויס געלאפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יחי המלך » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 1:25 pm

· #387732
מיין סך הכול::: האבן די צוויי ""נישט ציוועלעזירטע פרענקען"" אזוי געריפענע ""פרומע עקסטרעמע בעלי תשובה"" וכו' [[וואס און גאנץ א"י--אויך אין אומן לייט מען זיך אן דאס גיהנם פון זיי ] אנגעמאכט א שיינע איבערדרייענישט אין מאנסי. די וויזניצער קהל האט ארויסגעשלט א זייער א קליגע אין א אמתדיגע גיטע צעטעל.!! ווי זיי לייגיין גיט אראפ די ""טראבל מעקערס"" "עס איז" פשוט דעם ריינעם אמת לאמתו !!!!!!!!!! ומהם ילמדו !!!!!

ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 1:55 pm

· #387734
😛

יחי המלך » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:13 pm

· #387738
מען פארציילט אז אין בעלזא ביים טיש איז אמאל געזיצען א רב פון די מזרחי אין דער בעלזא רב ז"ל האט נישט געוואלט אריין קוימען פירן טיש ביז דער מיזרחסט גייט נישט ארויס!! גראדע האט הרב הקדוש מוויזניצע רבי שליט"א אמאל ארויסגעטראגען פרייטיג צונאכטס פאר לכה דודי א איד וואס איז געווען א מסרף לדין תורה! אויך איינער וואס האט געהאט א אידישער האטעל אין די קאנטרי אן א כשרע מחיצה אין מען איז בא עם געשווימען בתעריבות ר"ל.... """"""אפי' זיי זענען געווען זיינע גרעסטע געלט שטיצער""""""""!!!!!!!!!!!!!!!!

ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:19 pm

· #387739
👍

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:35 pm

· #387740
ישראל גלויבער: איך גיי דיר ענטפערן. כאילו דו ווייסט נישט אליינס דעם תירוץ אויף דיין קשיא. מסרב זיין לדין איז אן איסור דאורייתא. און מכשיל זיין אידן מיט ראיות אסורות און אנדערע עבירות איז ער עובר אויף די תורה. און נישט אריינלאזן ר' מאיר פרוש אין ביהמ"ד איז פאליטיק. און די וויזניצע רבי שליט"א שפיעלט נישט קיין פאליטיק. אפילו ס'געפעלט דיר נישט...!

ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 2:49 pm

· #387741
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 3:10 pm

· #387742
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
איך זאל זיך נישטערען אין די בלאטע? יא? ניין?

שוין, נאר פאר א פאר מינוט.

מוחה זיין איז איין זאך, נישט לאזען דאווענען איז א צווייטע. ווען ער האלט אז שערי חמלה איז אן עוולה, מוז ער און מעג ער דאס אויסזאגען. דאס איז נישט לשה"ר און נישט מחלוקת, נאר אויסזאגען די תורה. אנרופען א מענטש נעמען פאר׳ן האבען אן אנדערען מיינונג ווי דיר, דאס איז אן עוולה.

ווען מ׳דארף עפעס אויפטוהן, דארף מען זע׳ען צו ס׳טוט אויף. ארויסווארפען א מסרב דין טוט אויף, נישט לאזען פרוש דאווענען ר"ה פאר׳ן זינד פון פאלגען אנדערע רבנים, טוט גארנישט אויף. דעריבער האט עס נישט קיין פשט ארויס צו ווארפען א איד פון ביהמ"ד. נאר אלו אשר אגרופיהם אלהיהם מיינען אז שלעגעריי איז די תשובה צו אלס.

איך ווייס נישט ווער איז דאס גריביץ, אבער לויט דיין שרייבען איז ער א רעגירונג׳ס מענטש וואס האט א איד געלייגט אין תפיסה. פאר דעם זאל ער איהם ארויס ווארפען? פארקערט! איהם דארף מען ערשט חנפנ׳ן!


-----------------

דאס איז אלס אפילו מ׳וועט נאכגעבען אז די מחאה האט עפעס אפשט. ווען מ׳רעדט פון נושאים וואס זיי קענען נישט און פארשטייען נישט, און וואס ער טוט טוט ער על פי גדולים וטובים ממנו ומהם, איז די גאנצע סבה נישט אין פלאץ. ער איז אן עסקן ווי יעדעם, קומט איהם נישט קיין כבוד און נישט קיין בזיונות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 3:11 pm

· #387743
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ישראל גלויבער
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נעכטען נאכט געטראפען א וויזניצער חסיד אין לעיקוואד (וויזניץ לייט, נישט קיין פארקערטען ביבער הוט וכו׳, אבער א חסיד), און ער האט מיר געזאגט אז דער רבי האט עפעס געזאגט קעגען די פעטש וואס די מוחים האבען באקומען. כל הכבוד צו איהם. אויך האט ער געזאגט איז די טומול האט פאראורזאכט א פאניק ביי די ווייבער, וואס האבען נישט מיטגעהאלטען גענצליך, און א טייל זענען ארויס געלאפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אבער מה לפרוש בבית הקברות.. ועוד, וועגן די ווייבער הייסט איז עס געווען א עוולה?
שפילסט? יא, וועגען די ווייבער, אידישע ווייבער, טאר מען קיין איבערקערעניש נישט מאכען. דו מיינסט אז מ׳מעג יא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 3:32 pm

· #387747

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:21 pm

· #387750
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
צו זיין אן אהרויני מוז מען זיין אזא פערד? אדער איז עס נאר א הילף?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:35 pm

· #387752
פיליס טעראר

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:36 pm

· #387754
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
איך הער די תשובה. תפוס לשון ראשון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 8:58 pm

· #387761
נו וואס האט די משפט סדום גע'פסק'ט

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:12 pm

· #387765
ישראל גלויבער: איך וויל נישט פאר'צימעס'ן דעם אשכול. און איך האב אויך נישט ליעב צו רעדן וועגן איינעם פערזענליך. אבער לויט ווי איך זעה גייסטו בהדרגה. דו האלטסט נישט פון ר' אהרן מ'מאנראו. אבער דו האלטסט נאך ווייניגער פון ר' מאטעלע מ'וויזשניץ...! אלעס ווייל מ'האט די טעראריסטן און סיקריקים נעבעך א ביסל באקלאפט...! דו וואלסט געוואלט אז א ציוניסטישער שליח (אויב ס'איז נאך פארהאן אזא מין בריאה) זאל זיך אויף שעטללן בעצם יום העצמאות ( אדער ווי עטץ רופטס עס יום העצמות) און מוחה זיין ווייל ר' מנשה פיליפ אדער ר' שמואל שלמה טעללער דאווענען אין ביהמ"ד. מ'וואלט דאך איהם צוריסן אויף שטיקער. און ער וואלט נישט ארויס מיט גאנצע ביינער...! הגע בעצמך...!

ישראל גלויבער » מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:17 pm

· #387766
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:36 pm

· #387769
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
א מיינונג איז לשה"ר? ער האט נישט אנגערופען דער משה ברך א ׳פראפעסיאנעלע געלט רייסער׳, ער האט געזאגט אז וואס ער טוט טויג נישט. אביי האט גערעדט לשההר מיט׳ן זאגען אז יאוש שלא מדעת לא הוי יאוש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:03 am

· #387784
berlbalaguleh
ישראל גלויבער: איך גיי דיר ענטפערן. כאילו דו ווייסט נישט אליינס דעם תירוץ אויף דיין קשיא. מסרב זיין לדין איז אן איסור דאורייתא. און מכשיל זיין אידן מיט ראיות אסורות און אנדערע עבירות איז ער עובר אויף די תורה. און נישט אריינלאזן ר' מאיר פרוש אין ביהמ"ד איז פאליטיק. און די וויזניצע רבי שליט"א שפיעלט נישט קיין פאליטיק. אפילו ס'געפעלט דיר נישט...!

נאך מער, נישטא קיין סיבה בעולם ארויסציווארפן א איד וואס טוט א הייליגע שליחות עפ"י דעת רוב גדולי ישראל, און דאס איז אפילו אין סאטמאר. ק"ו וב"ב של ק"ו וויזניץ וואס האט קיינמאל נישט אנגענומען סאטמארע שיטה.

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 29, 2017 7:06 am

· #387793
ישראל גלויבער
כ'וויל אז דער וואס שטעלט זיך ארויס ווי דער זקן האדמורים צו רשכבה''ג וכדומה וכדומה, זאל זאגן הויעך, איך האב געמאכט א טעות, איך האב מטמא געווען מיין מויל מיטן רעדן לשון הרע קעגן אנדערע קהילות בישראל, חטאתי, איך גיי מהיום והלאה '''אלץ וועג ווייזער''' זיין וואויל, און איך בעט איבער וועם כ'האב מצער געווען. דאס אלעס. און טאמער נישט, גייט ער מיט, מיטן זאק עבירות אין גרוב ואין פה זקן ואין פה צדיק אבל יש פה ... וכו'.


וועם האט ער מצער געוועהן?

האסט געשריבן אסאך שטותים ווי למשל ״ער האט זיך געשלאגן מיט די האלבע וועלט״ וכודומה. איך האב דיר נישט לכתחילה געוואלט ענטפערן.
אבער פטור בלי כלום אי אפשר.

לאמיר אריינטראכטן:

ער האט סה״כ מוחה געוועהן.

1)אויף זיין ברודער ווען ער האט אויפגענומען יצחק שמיר און אלע קינדער פון ת״ת מיט אלע כולל יונגעלייט זענען ארויס מיט בגדי שבת אים מקבל פנים זיין.- און איינמאל וועגן זיין ברודער האט אפגערעדט שידוכים פאר ר׳ ישראלטשע׳ס קינדער.

2)אויפן ברך משה וועגן פובליק סקול.

3)אויף סקווירא- ווען סאיז געוועהן טעלעוויזשן ביי א חתונה.

***

ער האט זיך איבערגעבעטן מיט סאטמאר למעשה

ער האט זיך איבערגעבעטן מיט זיין ברודער

ער האט זיך קיינמאל נישט געקריגט מיט סקווירא נאר געזאגט זיין מיינונג.

דעם הייסט געשלאגן מיט די גאנצע וועלט? מיט א האלבע וועלט???, פלוז???

כמעט יעדע גדול האט געהאט מערכות לש״ש נאך אזוי סאך ווי ר׳ מאטעלע.

ווי נעמסטו די חוצפה און עזות צו בארעדן א מענטש וואס די לעצטע נייציג יאר האט נישט הנאה געהאט קיין שמץ פון קיין גשמיות?

ווי נעמסטו די חוצפה און עזות צו בארעדן א גדול וואס לא פסיק פומיה מגירסא? ער האט שוין הוראה אויף ד׳ חלק שו״ע ווען ער איז געוועהן אינטער דרייסיג יאהר אלט (און פארגעס נישט סאיז געוועהן א צווייטע מלחמה אינדערמיט) -קיין איין היינטיגע רבי כמעט האט נישט קיין הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע, און ענדיגט נישט קיין ש״ס יעדעס יאר.

ווי נעמסטו די חוצפה צורעדן אויף א גדול בישראל א אויסערגעוונטליכע בעל צדקה וחסד וואס האט א גאנץ לעבן געטיילט שווערע מיליאנען פאר צדקה און געהאלפן הונדרעטער אידן חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע שטיבער.

ווי נעמסטו די חוצפה צו רעדן אויף א 96 יעריגע איד וואס האט נאך קיין שמץ פון ליגענט געזאגט אין זיין לעבן??? א מענטש וואס האלט זיך אן פעסט מיט זיינע זאכן פאר נייציג יאר?

מילא דו וואלסט גערעדט עפעס צום דבר. לויט דיין שרייבן ביסטו סתם א טראלל...

יחי המלך » זונטאג אקטאבער 29, 2017 4:59 pm

· #387818
סך הכול:1 איך זע דא פשוט א "ויקם דור חדש" די פרחי אהרונים אין די זקני ע"ה כל מה שמ' וכו' קענען נישט קיין היסטערי נישט פין סאטמאר אין פון גארנישט! דע עלטערע סאטמערע אין פאפא תלמידים געדענקען נאך הרהק' ר מאטעלע שליט"א פינדערהיים זיי געדענקען נאך ווי דער סאטמאר רבי זי"ע האט געהייסען געגעבן פאר עם א בילקע בא של"ש כדי ער זאל זיך קענען וואשען פאר די שקיעה ער איז שוין דעלמאץ געווען נתקדש בקדושה של מעלה והדבר מפרסום. ובפרט דא אין אמעריקה איז דאך ממש געוועהן ונפשו קשרה בנפשו דאס האט יעדער געזען!!! ווער ווייסט דען נישט די גדרים אין אידישקייט מיט וואס ער איז ממש א חדוש ווי ער האט געפייניקט זיין הייליגען גוף! ממש כחד חסידים העליונים וכו' .ער האט זיך אריינגעצוגען אין מאנסי ממש בארץ לא זרוע אפי' אן א מנין וועגען עניני קדושה במסירת נפש ממש אן קיין שום חשבון [ אקעגען דעם רצון פון זיין קהל אין אפי' קעגען זיין טאטען כמפורסם] די חוצפה פין פייפן מיטן פייפער נאך די וויזניצע זמן אין עם מבלבל זיין אין מיטן שמ"ע ער זאל צופלאצט ווערן איז א געמיינער עקעלהאפטיגער פארבערכען פאר זיך וד"ל ..2. אפי די גרעסטע קנאים בדוריני כמו רבינו מ'סאטמאר הרבי מתלדות אהרון ורבני הבד"ץ זי"ע. האבן געהאט א דרך אין הלכות קנאות וואס יא אין וואס נישט אין זייערע שולן האבן שטענדיגט געדאווענט פארשידענע מענשען אין סאטמאר א"י וכן בתו"א האבן געדאווענט די גרעסטע מיזרחיניקעס אין מען האט זיי קיין ווארט נישט געזאגט ועוד חזון למועד 3 אוי איך זע זיין הארץ גייט ממש אויס פאר שערי חמלה: לאמיר זיך דערמאנען ווער האט געמאכט שערי חמלה? אין ווער האט עס צוגערובט פין וועם ?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 29, 2017 8:35 pm

· #387839
יחי הלמך: איין זאך זעה איך. כאטש איך האב נישט געהאט קיין נערוון אדורך צו ליינען דיינע נארישע פאטשקערייען. אז דו ביסט א געשוואלענער עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן. דו קענסט נישט שרייבן לשון הקודש אדער אידיש. און דו האסט נאך א חוצפה אנצו רופן א צווייטן עם הארץ. דו ביסט נאך דער ערגסטער טראלל פון די גאנצע גרופ. דיין שנאה איז מבצבצת ויוצאת. עניוועי. איך מוז לויפן...!

יחי המלך » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 11:43 am

· #387901
ישר כח פאר די קאמפלימענט. איך ווייס אז דער ריינער אמת טיט זייער וויי!!! איך מיין נישט דיר ח"ו מצער זיין!!! לערן דיך פין ברך משה וואס האט שלום געמאכט אפי' מיט יוסל וואלדמאן אין ער פלעקט שנעל איבערמישען דאס בלעטל!!! אין אפי' שפאצירן אין ק"י מיט זיין פריינדלעכן שמייכל מיט יענקל ברוך טירנויער פון איין זייט אין יוסל וואלדמאן פין די צווייטע זייט!!! מי יותן לי ירחי קדם!!! יחי ברך יחי....

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:07 pm

· #387903
Re: פראטעסטן אין וויזניצער ביהמ''ד אום ראש השנה קעגן ר' מאיר
ליטוואק פון בודאפעסט
א מיינונג איז לשה"ר? ער האט נישט אנגערופען דער משה ברך א ׳פראפעסיאנעלע געלט רייסער׳, ער האט געזאגט אז וואס ער טוט טויג נישט. אביי האט גערעדט לשההר מיט׳ן זאגען אז יאוש שלא מדעת לא הוי יאוש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ער האט ברבים נאכגעזאגט פון א "רב" (ר׳ יאסעל אשכנזי) אז די רבי זי"ע האט אים געזאגט אז "סיגעטער רב האט זיך פארקויפט די נשמה פאר געלט"

נאך האט ער געזאגט ברבים אז "סאטמארער רב האט נישט געהאלטן פון שיטת ר"ת, נאר זיינע גבאים מיט פרייוואטע חשבונות האבן אים אנגעדרייט"

אויך נארמאל? איבערהויפט צו זאגן ברבים?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:07 pm

· #387904
berlbalaguleh
דו ביסט נאך דער ערגסטער טראלל פון די גאנצע גרופ.

😂

ישראל גלויבער » מאנטאג אקטאבער 30, 2017 1:18 pm

· #387910
איינער ווייסט די פסק וועגן די געשלאגענע?
בלאט: 1 2 3 4