[ציטאט אראפגענומען]
האסטו נישט געשריבען אזזלמן לייב האט געשיקט זיינע צוויי שלוחים זיין זון חיים הערש מיט ר' מלכיאל ?
דו שקרן וכזבן דו עמרם ט"ב
א ליגנער דארף האבן א גוטע זכרון
דאס האסטו געשריבען אפאר טאג צוריק
דורך עמעזאן » זונטאג יולי 02, 2017 11:08 pm
איסר האטלקי האט געשריבן:
לויט ווי אינערליכע קוועלער גיבן איבער איז האדמו"ר מהרז"ל געווען פארנומען זיך צוגרייטן די סוגיא שיעורים וואס ווערן פארגעלערנט דורכאויס די זומער וואכן אין מחנה דברי יואל.
זיי זאגן אז ער איז היבש פארנומען מיט די נסיעה קיין פאריז.
די רבי האט נישט קיין צייט צו שטיין צו לאנג אויף איין נושא, ער האט סוקסעספול אינטערגעצינדן די מערכה מיט גיוס,
יעצט איז גענוג ער שיקט 2 שליחים צום אסיפה ר' מלכיאל און סאטמר ירושלים'ר רב שליט''א בנוסף א עד הרב טייטלבוים.באניצער וועלכע האבן געלייקט עמעזאן פאר די הודעה (2 בסך הכל):
שמעון וואלף • קאסטנער
ראנג: 1.6%
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1417
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 864 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 788 מאל
הודעהדורך עמעזאן » זונטאג יולי 02, 2017 11:27 pm
איסר האטלקי האט געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
כ'מיין אז ס'נאך דא ווער ס'זאל לאכן.... האהאהאהאהאהאהאהא
דו ווייסט ווי ר' מלכיאל איז נכנע אונטער עם? נאו דשאוקס. עס איז דא א סאטמר רב וואס שרייט א וועלט. רעדט טאקע ווייניג אבער וואס ער טוט איז נישט צו באגרייפען.
זייט די הסתלקות פון סאטמר רב זצ''ל איז נאכנישט געווען איינער וואס זאל זיך ארויס שטעלן 'איינער אליין' קעגן די גאנצע חרדישע וועלט און זיין גרייט צו ליידן בזיונות אלעס למען כבוד יתברך שמו.
דו האסט אן אנונג וואסערע דרך ארץ די אלגעמיינע רבנים האבן פאר די רבי זאל געזונט זיין.
באניצער וועלכע האבן געלייקט עמעזאן פאר די הודעה (2 בסך הכל):
קאסטנער • יהודי פשוט
ראנג: 1.6%
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1417
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 864 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 788 מאל
יעצט איז גענוג ער שיקט 2 שליחים צום אסיפה ר' מלכיאל און סאטמר ירושלים'ר רב שליט''א בנוסף א עד הרב טייטלבוים. נאר צו ר' זלמן לייב האט ער געשיקט ר' אהרן שעכטער[/bווער האט געשיקו וועם
האיך יתקיימו שניהם
שנאה מקלקלת את השורה
די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
גאנצל: ביטע טוה מיר א פערזענליכע טובה און שרייב אפ איין תגובה ווי אזוי די וואלסט ווען געשריבן ווען די וואלסט געוועהן א זאלי... פאר איין מינוט ווער כאילו א זאלי און מיט דעם בליק זאלסטו איבער קוקן די אסיפה און די כינוס...!
[ציטאט אראפגענומען]
ס'האט זיכער אויפגעטון אז זלמן לייב האט באקומען קאנפידענט ניט צו לאדענען ר' מלכיאל צו די טריפ אויף פאריז...........
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
יעצט דארף מען נאר ווארטן צו זעהן ווען מהר״א גייט שוין ענדליך באקומען אביסל קאנפידענס
@אנאנים ווילסט הערן א גוטע זשאוק ?...........
פאפא..........
די געדאנק פון
@נח בער קומט יעצט אזוי שטארק ארויס
אזעלכע קינדערישע און ליגנערישע תגובות איינס נאכ'ן צווייטן
שאלות
ווער האט א תירוץ אויף די שאלות
1) טוט מען יעצט צווינגען אין א"י זיך שטעלן צום מיליטער יא אדער ניין ?
2) אם תמצי לומר אויב זאג איך אז נישט -דהיינו אז איינער רעגיסטרירט זיך ביים לשכת און ער באקומט א פטור/דיחו האט ער מער נישט קיין דאגה פונעם מיליטער- הייסט דאס פארלייקענט די גזירה ? אדער די גזירה האט נאך שטאפלען און מהלכים אויסער די כפי' ?
3) אויב דער מציאות איז אז עס איז נישטא קיין כפי' איז דא א האלבע פראצענט פון א סיבה פארוואס דער אגודאי מוז דיך אויסהערן ?
4) איז אבער דען נישט פריאריטי נומער 1 אז דער אגודאי זאל דיר יא וועלן אויסהערן כדאי זאלסט האבן א פאראייניגטע פראנט ווי ביי יעדע גזירה ? אדער דארף מען נאר רעדן פון זייטיגע זאכן און אזוי ארום זיכער מאכן אז דער אגודאי האט א קליינע פראבלעים דערמיט
5 ) אויב זעי איך אויף א מענטש אז ער איז א שקרן וכזבן און ער ענפערט נישט אויף זיינע ליגענטס דארף איך אים דולדן און באהאנדלען מיט זיידענע הענטשוך און אים לאזן אנקומען צו זיין אגענדע אדער מ'דארף אים אפשטעלן און נישט לאזן אוועק פירן ?
פון וויפיל מען ווייסט איז נישט דא יעצט קיין כפי' און דעס הייסט נישט פארלייקנט די גזירה ווי מאנכע ווילן דאס אראפשטעלן בשקר -דער פרא מדינה פאר זיין סיבה און דער אנטי ר' אהרן פאר זיין סיבה-
וויל ס'איז דא אנדערע שרעקליכע פרטים אין די גזירה ווי שווערע מאכן די -סטאטוס הדיחוי -קליינע ישיבות וכדומה וואס פון דעם רעדט מען זייער ווייניג און אוודאי די אגודאים ווילן זיך צומאכן די אויג פאר יעדע פרייז איבער דעם
עס איז יעצט די 'וויכטיגסטע זאך' צו זאגן דעם אמת אז עס איז נישט דא קיין כפי' פאר די וואס שטעלן זיך , ס'איז דא 40000 בחורים אין ישיבות , אבער אויפקלערן אז עס איז דא אנדערע פרטים און מאכן א פאראייניגטע פראנט
אויב קומט איינער מיט נגיעות דוקא אוועק צו דרייען די וויכטיגסטע חלק און דוקא איינרעדן אז ס'איז פארהאנען א כפי' און אזוי ארום אפהרגענען די צוזאם ארבעט דארף מען אים פארשווייגן
אלזא דאס וואס סאטמאר רב האט געטון ביי די אסיפה און ער האט דאס אויסגעפירט זעלטן סוקסעספול
📎 IMG-20170706-WA0254.jpg
אלץ פארשטיי איך פון ענקערע מסורה פון דער סארט שטיק. אבער ווער איז געווען דער וואס האט צוזאמגעשטעלט דער וועטער פון אויבען? איינער האט דעס דאך געמוזט טוהן, ניין?
[ציטאט אראפגענומען]
שקר, ר' מ''ק איז נישט מיטגעארפען קיין פראנקרייך נישט ווייל מהרז''ל האט אים נישט גערופן, ס'נאך געווען א אסיפה לעצטנס ביי ר' דוד פיינשטיין וואס מ'האט געארבעט אז די נשיאים פין די קרן זאלען קומען, נאר וויבאלד מהרז''ל האט זיי געזאגט אז פין די געלטער וואס ער שאפט יעצט וויל ער ס'זאל בלייבן אין פראנקרייך - אין נישט ווי ביז יעצט פאר די קרן וואס האט זיי אריינגעשטעלט אין די א''י מוסדות דורך חינוך עצמאי, האבען זיי נישט געוואלט קומען (פין א מקור נאמן),
קפ לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די אסיפת הרבנים נאכן הערן די גאנצע אודיאו.
קודם האט איבער א שעה דער פארשעי רבי אויס געפרעגט די צוויי עסקנים פון אר"י, איבער די גזירה.
בתוך די שעה האט אנאנים רב אויפגעברענגט אז מ'זאל ארויס געבן א פסק פון אין להתייצב בכלל (כדעת רב אויערבאך). שפעטער האט מהר"א ארויס געברענגט וואס די פראבלעם מיט אזא פסק איז, אז דאס פארדרייט די גאנצע מערכה פון גיוס, ס'איז זייער שווער מ'זאל מאכן אזא גזירה אויפן ציבור זיי זאלן דארפן זיין טמיר ונעלם וכו', און די פארשעי רבי האט געזאגט (שפעטער ווען מהר"א האט גערעדט דערפון נישט ווען אנאנים רב האט דאס געזאגט) אז מ'האט טאקע אפגעשומעס פאר די אסיפה אז מ'גייט נישט רעדן דא פון אין להתייצב.
נאכדעם האבן די רבנים אויס געשמועסט אלע חלקים, ראשית האט מהר"א מסאטמאר ארויס געברענגט, אז איינער פון די עסקנים וואס מ'האט דא גערופן רעדן פון די גזירה, איז פון די גרופע וואס מ'רופט סיקרוקים וואס זיי מאכן חרוב ירושלים זיי פירן אן מיט טעראר דארט, און ער גלייב נישט וואס דער איד זאגט, ס'איז ווייטאגליך אז מ'האט דא גערופן די אסיפה פאר א אזא האקעלע נושא דארף מען ווען רופן מער ערענסטע מענטשן, אויך דארף מען ווען רופן די אנדערע צייט וואס זאגן ס'איז בכלל נישט דא קיין גזירה. דער פארשעי רבי האט געזאגט מ'האט גערופן מאיר פרוש און ער האט נישט געוואלט קומען, האט מהר"א געזאגט נישט אים מיינט ער, דער איז א פאליטישן און א חלק פונעם גזירה נאר א רב אדער אן עסקן הערן פארוואס זיי זאגן אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם, אבער ער וואלט נישט געזיצן מיט קיין חבר הכנסת.
אויך האט ער געזאגט, אז אויב וויל מען באמת אויפטאן אין אר"י אז די וואס גייען ליידער יעצט אין צה"ל זאלן נישט גיין, מוז מען זעהן אז די אר"י ראשי ישיבות און גרויסע רביס זאלן אויך איינזען און זאגן אז ס'איז דא יעצט א פראבלעם פון גיוס, ווייל אויב נישט, אפי' אז די רבנים פון חוץ לארץ שרייען אז ס'איז דא א גזירה, אבער די רבנים און ראשי ישיבות פון א"י זאגן אז ס'איז נישט דא קיין גזירה, נאר פונקט פארקערט אלעס איז נאך בעסער פון אמאל, און דער רבי האט פארציילט אז ס'איז געווען א בריוו וואס אלע רביס אין אר"י האבן אינטער געשריבן, אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג און די חוץ לארץ רבנים זאלן זיך נישט אריין מישן, אבער דער גור'ר רבי האט עס נישט געוואלט אינטער שרייבן ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף ניטאמאל ענטפערן, און אויב זיי זאגן אזוי נעמט די וועלט אן וואס זיי זאגן, אפי' די חוץ לארץ רבנים זאגן פארקערט.
דער פארשעי רבי האט געזאגט אז מ'דארף אויף דעם שרייען, האט מהר"א געזאגט ער איז גערעכט און עס ארויסגעברענגט מיט א משל אז אויב טראמפ קאלט ווען אן דעם ראש הממשלה נאך דען גרויסן כינוס צוויי וואכן צוריק אים פארהאלטן אויך די גזירה, וואלט ער אים געענטפערט קום קוקט ס'איז דא אריבער פערציג טויזענט בחורים און אינגעלייט אין ישיבות וואס ווערן פטור פון מיליטער איך ווייס נישט וואס איר ווילט, און זאגט אים שיקט די אמבאסידער זאל רעדן מיט אלע רבנים און ראשי ישיבות און אלע וועלן זאגן ס'איז נישט דא קיין פראבלעם, האט מהר"א ארויס געברענגט דאס איז די גרעסטע פראבלעם וואס איז דא מיט די גזירה, אשר על כן דארף מען זעהן אז די אר"י רבנים און ראשי ישיבות זאלן ארויסקומען און זאגן אז ס'איז דא א גזירה.
אויף דעם האט ר' מלכיאל געזאגט אז אלע רבנים און ראשי ישיבות פון א"י אפי' די צוויי ר"י וואס האבן אינטערגעשריבן אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם, האלטן שוין כהיום יום אז עס איז יא דא א פראבלעם, האט מהר"א געזאגט אויב אזוי איז דאך גוט דארף מען זעהן אז זיי זאלן עס אלע זאגן ברבים.
מהר"א האט ארויס געברענגט אז דאס אליין וואס די רבנים און ראשי ישיבות פון א"י שווייגן און זאגן גארנישט איז זייער ווייטאגליך, און ס'קומט פון דעם וואס מ'נעמט געלט פון די מדינה מ'ווערט א חלק פון די מדינה, אזוי אויך האט עס הגאון ר' אהרן שעכטער געזאגט. און אויך אז דאס אז ס'ווערט פארמערט ליידער היימישע אידן אין צה"ל איז א תוצאה אז מ'גייט צו די בחירות, מ'ווערט א חלק פון די מדינה מ'שפירט זיך ווי א חלק פון זיי, וועגן דעם שפירט די בחור אז ער דארף אויך טון זיין חיוב פאר די מדינה פון גיין אין מיליטער, און אויך האט ער ארויס געברענגט אז חרידישע חברי הכנסת און זייערע משלחים זיי זענען שולדיג אין די גזירה.
אויך האט מען גערעדט אז מ'דארף מעורר זיין און האלטן דרשות אויפקלערן דעם ציבור אז א איד טאר נישט גיין אין צה"ל, אויף דעם האט פאפא רבי געזאגט אויב וויל מען באמת אז דאס זאל אויפטאן און אפהאלטן אידן פון אר"י צו גיין אין מיליטער, דארף מען זעהן אז די אר"י רבנים וראשי ישיבות זאלן עס זאגן, ווייל יעדער הערט און פאלגט וואס זיין רבי אדער ראשי ישיבה זאגט, און אויב די אר"י רבנים וועלן בעטן די רבנים פון חוץ לארץ צו האלטן ביי זיי דרשות וועט מען זיכער זיי העלפן.
מהר"א האט אנגעטראגן אז מ'זאל מאכן א קאמיטע פון רבנים וואס זאלן אראפ פארן אויף א"י און רעדן צו אלע רבי'ס און ראשי ישיבות איבער די גזירה און אז מ'זאל טון למעשה פעולות אויף דעם, היות עס איז לעת עתה נישט דא קיין גזירה בכפי', אבער ליידער פאלן אריין זייער אסאך שוואכערע אידן אין צה"ל, זאלן די אר"י רבי'ס און ראשי ישיבות מעורר זיין דעם ציבור, איבער די פראבלעם און דעם הארבן איסור פון גיין אין צה"ל. ער האט געזאגט אזוי ווי ער האט א קירוב משפחה מיט טייל פון די רביס אין א"י, אויב וועט מען האלטן אז ס'איז א תועלת קען ער רעדן מיט זיי. ס'איז געווען וואס האבן געטענה'ט אז מ'דארף זיי נישט האבן, אבער ער האט געזאגט אויב מ'וויל אז די אמעריקאנע אידן זאלן נישט גיין אין מיליטער דארף מען זיי טאקע נישט האבן, אבער אויב וויל מען אפהאלטן די אר"י אידן פון גיין אין צה"ל, דארפן עס די ארץ ישראל רבנים און ראשי ישיבות זאגן און שרייבן א קו"ק, און אונז קען מיר צו שרייבן גם אנו מצטרפים, ווי לאנג די אר"י רבנים זאגן ס'איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם, קענען די חוץ לארץ'דיגע רבנים נישט האבן קיין השפעה אויף די שוואכערע אידן.
מהר"א האט געזאגט אז ער האלט אז גיין אין מיליטער איז ביהרג ועל יעבור און שארף ארויס געברענגט דעם איסור, און אז ער האט דאס שוין געזאגט אין א דרשה פאר זיין ציבור אין אר"י. די רבנים כולם פה אחד האבן מסכים געווען דערצו. ער האט געזאגט אזוי דארף ווען זיין אז יעדע רבי און ראש ישיבה פון אר"י און פון חוץ לארץ דארף דאס ווען זאגן פאר זיין עדה, אבער אויב האלט מען אז ער קען אויפטון ווען ער זאל רעדן ערגעץ אנדערשט איז ער גרייט ווי אימער צו רעדן אויב מ'וועט אים רופן, אבער לדעתו דארפן עס די רבנים און ראשי ישיבות פון אר"י זאגן.
קאסיני רבי האט אויפגעברעגט אז אזוי ווי ווען דער רבי ז"ל האט געשריבן די ויואל משה האט ער דען גענומען די הסכמה פון די א"י רבנים אזוי דארף מען יעצט אויך נישט, אבער מהר"א האט אים געענטפערט נישט אז מ'דארף נישט זייער הסכמה און הלוואי מ'דארף בכלל נישט צו קומען צו זיי, אבער אויב וויל מען אויפטון די תכלית אז די אר"י אידן וואס ליידער גייען זיי אין צה"ל זאלן נישט אנקומען אין מיליטער, דארף מען האבן אלע רבנים און ראשי ישיבות פון אר"י, ווייל די אידן וואס קומען אן אין צה"ל זענען סרים למשמעתם פון די אר"י רבנים אסאך מער ווי פון די חוץ לארץ רבנים, פאר דעם איז וויכטיג אז מ'זאל זעהן אז זיי זאלן עס אויך זאגן, ער האט געזאגט ער גלייבט אז קיין איין רבי אין אר"י, נישט דער גור רבי, נישט דער בעלזא רבי, נישט דער וויזשניץ רבי, נישט קלוזנבורג רבי וכו', קיין שום איד פון אר"י וואס לייגט תפילין יעדן טאג האלט אז מ'מעג גיין אין צה"ל.
הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל האט געזאגט אז מ'דארף זעהן מ'זאל מאכן די קאמיטע און אויף צו וועקן די רבנים אין א"י, הגאון ר' חיים פלאר האט געזאגט אז ביי אמאל ביי די גזירות פון גיוס בנות און ניתוחי מתים וכו', האט מען אויך אין חוץ לארץ געפירט די מערכה און פון דעם האט די מדינה מורא, אפשר דארף מען נישט די אר"י רבנים, האט מהר"א געזאגט אמת אבער דעמאלט האבן די א"י אויך געפירט א מערכה און די חוץ לארץ'דיגע רבנים האבן זיי צוגעהאלפן, אבער אויב זיי פירן נישט קיין מערכה וועט דאס אליין נישט אויפטון, נאכדערצו יעצט ווען די גזירה איז נישט בכפי', און מ'דארף אויפטאן תכלית אפצוהאלטן די אידן פון גיין אין צה"ל.
הגאון ר' דוד שוסטל האט אויף געברענגט אז מ'זאל מאכן א יום תפלה, עס געווען א דין ודברים צו ס'זאל זיין א מחאה אדער נאר א תפלה, מהר"א געזאגט אז מ'דארף פרובירן מ'זאל עס מאכן אין די גאנצע וועלט אין אר"י אויך, און אז מ'זאל זעהן אז מ'זאל עס נישט שטערן פון אר"י אזוי ווי שוין געווען אמאל.
מען האט גערעדט אז מ'זאל מאכן ארגעניזאציעס וואס זאלן העלפן די וואס ווילן נעמען א דיחו און א פטור פון צה"ל, און אויך זיי זאלן מאכן א קאמפיין און אויס לערנען דעם ציבור ווי אזוי מ'זאל זיך נישט פאר פלאנטערן און קיין פראבלעמען. און מען זאל שיקן געלט פון דא פאר דעם, מהר"א געזאגט ס'איז זייער א וויכטיגע זאך, און ער האט טאקע פאריגע וואך געמאכט אן אסיפה איבער דעם מיט עסקנים פאר די ארגניזאציע עזרה ויעץ, און מ'דארף טאקע מאכן נאך אסאך אזאלכע ארגעניזאציעס און אפיסעס, און אויף ווארעמען דעם ציבור צו געבן געלט דערפאר.
מ'האט גערעדט אז מ'זאל מאכן א קו"ק אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער, (אפשר אויך אז מ'זאל געבן געלט), און אפשר וועט דאס לייגן פרעשור אויף די רבנים און ראשי ישיבות אין אר"י, און מ'האט אזוי באשלאסן, האט מהר"א געזאגט אז ער איז גרייט צו געבן אז בריוו איבער דעם, און שרייבן וואס די רבנים וועלן בעטן (כדרכו אז ער שרייבט נישט אינטער קיין קו"ק, נאר שרייבט אליין)
סך הכל,
1) מ'האט גערעדט אז גיין אין צה"ל איז אסור בתכלית יהרג ועל יעבור.
2) מ'דארף האלטן דרשות דורך די אר"י רבנים און אפשר דורך די חוץ לארץ'דיגע רבנים, מעורר זיין איבער נישט גיין אין צה"ל.
3) מ'זאל מאכן א יום עצרת ותפלה אין די גאנצע וועלט.
4) מ'זאל מאכן ארגעניזאציעס און אפיסעס וואס זאל ארויסהעלפן מיט אלע עניינים פון גיוס, און מעורר זיין מ'זאל געבן געלט דערפאר.
5) מ'זאל שרייבן א קו"ק און בריוון בחומר האיסור פון גיין אין צה"ל.
6) מען דארף רעדן צו די רבנים אין א"י אז זיי זאלן נישט שווייגן און מעורר זיין איבער גיוס און די איסור צו גיין אום צה"ל.
7) אנאנים רב געוואלט מ'זאל ארויס געבן א פסק פון אין להתייצב, און די רבנים האבן עס אפגעווארפן.
So ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ליפאSo ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ווען האט דער ירושלים סאטמארער רב ג'נפחט? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכטן.
סיריעסלי, גראו אפ, און גיי צוריק צו דיין אשכול ווי מ'איז דן ווער קען בעסער לערנען.
newkaveליפאSo ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ווען האט דער ירושלים סאטמארער רב ג'נפחט? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכטן.
סיריעסלי, גראו אפ, און גיי צוריק צו דיין אשכול ווי מ'איז דן ווער קען בעסער לערנען.
אה.. מ'רעדט דא פון די פאנטש ליינס פונעם אסיפה. קוקט אויס ווי דו ביזט אינעם ראנג אשכול...
ליפאnewkaveליפאSo ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ווען האט דער ירושלים סאטמארער רב ג'נפחט? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכטן.
סיריעסלי, גראו אפ, און גיי צוריק צו דיין אשכול ווי מ'איז דן ווער קען בעסער לערנען.
אה.. מ'רעדט דא פון די פאנטש ליינס פונעם אסיפה. קוקט אויס ווי דו ביזט אינעם ראנג אשכול...
די פאפא רבי חלק איז געווען סתם א הערה, משא''כ רח''צ'ס נפיחה האט פארטריבן הרה''ק מ'רויטה
גארנישט קיין הערה... ס'געווען די entertainment פונעם טאג נעכטן ביי גאנץ כלל ישראל אויף WhatsApp... אויב ביזטו אן ארוני זיי מיר מוחל... דו זעסט אויס שטארק בייז..
איך גיי נישט פארענטפערן די אלע קינדערישקייטן
אבער איך מיין אז די פאפא רב איז צוגעשטיקלט קען זיין אז נישט
signout
ער האט געזאגט ער גלייבט אז קיין איין רבי אין אר"י, נישט דער גור רבי, נישט דער בעלזא רבי, נישט דער וויזשניץ רבי, נישט קלוזנבורג רבי וכו', קיין שום איד פון אר"י וואס לייגט תפילין יעדן טאג האלט אז מ'מעג גיין אין צה"ל.
און איך האב געמיינט אז ער ווייסט יא אביסל וואס טוט זיך...
אסאך ערליכע אידן אין ארה"ק יריאים ושלימים האלטן אז ס'איז מצוה מן התורה צו גיין אין מיליטער!
גאנצלאיש את רעהומהרא האט דאך פארלאנגט אן אסיפה פון אלעמען
הייסט נאר בעלז גיר וויזניץ מעג זיין
און עמרם ט"ב טאר נישט זאגן גארנישט ?
עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם
און יעצט אז מ'האט יא געמאכט בארקלעיס זעיט מען ביי די אסיפה אז מ'האלט ביי אלף
ביי אלף?
ביסט נישט דאהי קוקט אויס, די קאך פון מהרא איז בארקליעס, גיי פרעג די אלע וואס זענען יעצט אינעם עסק פארמישט די ברען צו טון איז די שטורעמישע אסיפה, די בעפאר און דערנאך
📎 IMG-20170706-WA0410.jpg
ליפא📎 IMG-20170706-WA0410.jpg
📎 photo_2017-07-06_17-36-43.jpg
נאך א פאנטש פוינט
די נייע רעדאקציע אינעם בלאט האט אנגעהויבן א "הייליגע קאמף" קעגן רבי שמואל שליט"א
זיי ברענגן ארויס אז עס הערשט א סכנה אויפן יהדות החרדית המתבדלת מאגודת ישראל אז זיי וועלן פארוואנדעלט ווערן אין ציונים דורך די "נייע בריק" צום אגודת ישראל פארטיי הרב אוירבאך....
דער כותב המאמר זאגט צווישן די שורות אז מיר האבן נישט קיין ספעציעלע אגענדע קעגן איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבה
די פוינט זיינער איז מיסודו פאלש, ווער עס האט געהערט אלע לעצטערע מהרא דרשות און די אויפטריט ביים כינוס הרבנים נאך בארקליעס הערט זייער קלאר זיין פערסענעל מלחמה קעגן דעם ראש ישיבה רבי שמואל
און עס איז קיין סוד די שפראך וואס די בני ברק'ע מהרא חסידים האבן איבער רב שטיינמאן
גילוי דעת חסידי סאטמאר
📎 גילוי דעת חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר.png
כזע ווילסניש מזאל עס ליינען
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
איך האב נאך נישט געהערט דאס גאנצע, אבער ווי איך האלט האב איך אזא רושם.
א געפערליכע גזירה טוט זיך דא, יהרוג ואל יעבור, כלשון זקן ראשי ישיבה. און וואס איז דער לעזונג, מיט וואס גייט מען ארויס?
ארבעה דעות במטה:-
ערשטענס, דער פארשעי׳ער רב צוזאמען מיט דער מטה אהרן האבען פארגעשלאגען א הויפען גאונות, ממש א שטיק ראגאטשאווער מיט איינשטיין גם יחד. וואס איז עס? מ׳זאל, נישט מער און נישט ווייניגער, ארויס קומען מיט א קול קורא. יא יא, ווי דו הערסט. א קול קורא (ווייטער וועט מען עס אנרופען בר"ת א קו"קו) במלא תפארתה. דער קו"קו גייט הילכען אין קלאנגען, ס׳גייט באמבעדירען און שרייען, און נישט נאר דאס, ניין. דאס גייט זאגען נישט אנדערש ווי ׳יהרג ואל יעבור׳, אפילו גייען אין מיליטער פאר איין מינוט, יא יא, איין מינוט איז ביהרג ואל יעבור. דאס איז געווען א שארפען צושטעל פון א גמרא ערגעץ פארשטעקט אין דער ווייטער פסחים מסכת, ווי אויך אין סנהדרין און כתובות, און פאר דער אסיפה האט מען ניטאמאל געוואוסט פון אזא אפציע. און ווי יעדער ווייסט, זענען די קו"קו׳ס אייביג די בעסטע מיטעל צו ערקלערען און פאדערען פון מענטשען וואס צו טוהן. גלייך ביים זע׳ען דער קו"קו, וועט יענער אויסטוהן די מאנדירען און שטייען אין די גאטשעס, הרב שטיינמן אליינס וועט אויפהערען דינען אין מיליטער. פונקט ווי יעדער ווארפט ארויס די סמארטפאונ׳ס און די סט. מאריץ זייף.
שוין, ויפתח ה׳ את פי הקדושת דוד פון לעיקוואוד, און ער איז געקומען מיט נאך א גרעסערע אויפרייס. האהא, דו האסט געמיינט אז דער קו"קו עצה איז דער שפיץ? ניין ניין, ס׳קומט בעסערס. וואס איז עס טאקע? כובש זיין דער יצר הרע, אן קיין שהיות און צווייפלען. נאר דערדרוקען דער יצר פון קאפ ביז פיס. און וויאזוי פרעגסטו? לערנען מוסר, טובל׳ן אין מקוה, זאגען תהלים? ניין, די זיינען אלטמאדיש, נאך א בעסערען איינפאל האט ער. ס׳איז קענטיג אז ער פיהלט בעמקי נפשו דער געוויכט פון די פראבלעם, און ער ווייסט אז אויף זיין דינע פלייצעס הויערט דער צוקונפט פון דער גאנצע ישוב אין א"י. פון דער געפיהל פון אחריות האט ער געוואוסט אז נאר אן עצה וואס מוז געלונגען, נאר אן ערשטע קלאס עצה דארף מען זוכען. גענוג מיט די שטותים און לייכטקייטען, מ׳דארף עס זיגען איין מאל פאר אלע מאל. דאס איז דורך ׳מתפלל זיין׳. יא, אזוי זיגט מען דער יצה"ר, והגזירה חלפה הלכה לה.
נו נו, איז געקומען זיין שוואגער ר׳ אריה מלכיאל, דער וועלטס בארימטע ראש ישיבה, וואס נאך יארען פון זאגען שיעורים אויף נשים נזיקין האט געדרוקט ראשית ביכוריו אויף רמב"ם הלכות תשובה, און ער האט געהאט גאר אן אנדערען לעזונג. וואס זאגט ער? מ׳זאל מאכען א יום תפלה. דו האסט געמיינט אז מ׳קען נאר מאכען א גולם (און יעצט א גאנצע צימער פול)? ניין. מ׳קען גאר מאכען א יום אויך. אבער נישט סתם א יום, א יום תפלה. לכאורה פאר דער שרעק פון אזא ערשיינונג, דארף דער גזירה זיך שוין באהאלטען טיף אונטער׳ן טעפיך.
און נאך איין עצה איז דא, גאר א קלוגען עצה פון דער קלוגער רב. און וואס זאגט הרב קלוגער? מ׳זאל, כמיטב מסורת אונגארישע רבנים, האלטען דרשות, אויפטרעטען בלע"ז און מסביר זיין פאר די כוללים אין א"י וואס מ׳האלט ביים אסיפה אין מאנסי נ.י..
און מיט אזעלכע עצות, זענען מיר פארזיכערט מיט א כוח"ט בביאת גוא"צ.
און די זיינען נישט ווי די אנדערע קלים ורקים וואס נעמען אן דער גזירה גלייכגילטיג און פארשטייען נישט די הארבקייט. די זענען די בעלי דעת וואס זענען דן בכובד ראש, מיט די פארשטאנד פון וואס קען זיין און וואס מיינט מיליטער.
אלה אלהיך ישראל! מי כעמך ישראל!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די זאליס אין די ציונים זענען פאראייניקט אויף איין זאך: אז אהרן ט"ב איז א ציוני. זיי זענען ביידע די זעלבע גערעכט.
ליטוויקל איז אין זיין בעסטע עלעמענט.
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
במאמר המוסגר, זייט ווען איז דינען אין מיליטער געווארען א יהרג ואל יעבור? פון די קליפ זעהט אויס ווי כלם פה אחד זענען מסכים דערצו, ראטטענבערג, טייטלבוים און שעכטער.
ווער עס ווייסט האבן אסאך סאטמארע יודן געדינט אין מיליטער נאך אין די בראשית יארן ווען ס'געווען כפיה, און מ'האט זיך נישט געלאזט הרגנן דערפאר. ואפילו לפי שיטת הויואל משה האט מען אייביג געוויסט אז דייקא גיין אין בחירות איז יהרג ואל יעבור, ווייל דעמאלס האסט אליינס א חלק אין די ממשלה, אבער סתם דינען אין מיליטער, איז שוין א חידוש.
א חוץ אויב וועט מען זאגן אז ס'איז יא דא א גזירה פארשטיי איך, ווייל ס'איז בגדר שעת השמד..
גאלדשערי לצנות לא ננעלו
האסט מורא געהאט אז נאכ'ן צושפארען פון די אסיפה זונטאג נאכט, האט זיך גע'ענדיגט דער ליצנות עפאכע? ניין, ס'גייט נאך אן, עד ביאת גוא"צ וואס דער רבי וועט אונז מערצעשעם פיהרען אנטקעגען.
נעגעל וואסער
זייט ווען איז דינען אין מיליטער געווארען א יהרג ואל יעבור?
טוישן א שיך בענדל איז מער מסתבר אז ס'יהרג ואל יעבור?
אויב ווילן זיי טוישן אינזער מיינדסעט, איז עס לא גרע ווי טוישען אינזער שיך בענדל
אדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
און אז איך רעד שוין, וואלט איך געוואלט פארשטיין זייט ווען איז האדמור מפארשעי אדער מקאסען געווארן א דעה זאגער ביי כלל ישראל?
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ר' מלכיאל קאטלער שליט"א איז דער צוקונפטיגער מחותן פון מהרז"ל שליט"א. ס'העיסט פון זיין זון הרה"צ. דער עצי תמרים הצעיר שליט"א האט א טאכטער וואס האט יעצט געענדיגט די 12'טע קלאס אין בית רחל. און הרב מלכיאל קאטלער שליט"א האט א זוהן (מיט א קנייטש הוט) וואס איז פון די מצויינים אין במ"ג. נמנו וגמרו אז מ'מאכט דעם שידוך. ממילא קאן ער נישט האלטן ווי ר' אהרן. דער יונגערער ברודער פון מהרז"ל. (אזוי וואלט משה גבאי געוואלט. ס'איז דאך אבער (ב"ה) נישט אזוי...)...!
berlbalaguleh[ציטאט אראפגענומען]
איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ר' מלכיאל קאטלער שליט"א איז דער צוקונפטיגער מחותן פון מהרז"ל שליט"א. ס'העיסט פון זיין זון הרה"צ. דער עצי תמרים הצעיר שליט"א האט א טאכטער וואס האט יעצט געענדיגט די 12'טע קלאס אין בית רחל. און הרב מלכיאל קאטלער שליט"א האט א זוהן (מיט א קנייטש הוט) וואס איז פון די מצויינים אין במ"ג. נמנו וגמרו אז מ'מאכט דעם שידוך. ממילא קאן ער נישט האלטן ווי ר' אהרן. דער יונגערער ברודער פון מהרז"ל. (אזוי וואלט משה גבאי געוואלט. ס'איז דאך אבער (ב"ה) נישט אזוי...)...!
כ'מיין דו זאלסט זיין בדחן ביי דעי חתונה
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
גאר א פיינעם שידוך! די פראבלעם איז נאר אז ר׳ מלכיאל׳ס בן יחיד איז שוין אן איידעם ביי באדוש פון מעקסיקא. דאס איז אבער א שוואכער פראבלעם........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק: איט וואס דזשאסט עי געסס. איך קען נישט די משפחה פון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א...!
איך זעה אבער אז זיי זענען אזעלכע גוטע פריינט בליעה"ר...!
סמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
און אז איך רעד שוין, וואלט איך געוואלט פארשטיין זייט ווען איז האדמור מפארשעי אדער מקאסען געווארן א דעה זאגער ביי כלל ישראל?
די האלטן נישט ביים רעדן צו די זאך און פונעם אמת
ווייל אז יא איז דאך היינט אלעס פארטיג און די גאנצע הכתרה ווערט צובלאזן
בעלזא צופרידן בעד שעיפ פאפא אלעס נאר נישט פון וואס מ'פרעגט אים
גאנצלסמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
און אז איך רעד שוין, וואלט איך געוואלט פארשטיין זייט ווען איז האדמור מפארשעי אדער מקאסען געווארן א דעה זאגער ביי כלל ישראל?
די האלטן נישט ביים רעדן צו די זאך און פונעם אמת
ווייל אז יא איז דאך היינט אלעס פארטיג און די גאנצע הכתרה ווערט צובלאזן
סמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
כ'האב אנגעהויבן שרייבן וועגן גאנצל'ס הערות
איז געקומען א אוהד לבית בעלז און אויסגעקלארט, אז יא בעלזא פארשטייט דאס אז דעס איז הייליג און טייער
נו, איז דאך שוין אלץ פארענטפערט, וואס דארף מען מער?
אנאנים, צום וויפילטע מאל. וויזו ווייסטו דער סאטמאר מהלך לגבי גיוס
דער אלטער סאטמאר רב האט עס טאקע געלאזט פארן בעלזער
איש את רעהונעגעל וואסער
זייט ווען איז דינען אין מיליטער געווארען א יהרג ואל יעבור?
טוישן א שיך בענדל איז מער מסתבר אז ס'יהרג ואל יעבור?
אויב ווילן זיי טוישן אינזער מיינדסעט, איז עס לא גרע ווי טוישען אינזער שיך בענדל
טוישן אינזער מיינדסעט, אז מזאל אנהייבען ארבייטן ווייס. טאקע א עוולה
און ווי מעגסטי אריינטרעטען אין ק"ש
[ציטאט אראפגענומען]
בעלזא וויזניץ מהלך איז אויפצורודערן די חסידישע רבנים אין א"י ?
בעלזא וויזניץ מהלך איז אז גיין אין מיליטער איז יהרוג ואל יעבור ?
און סאטמארע מהלך איז צו ברענגן ראבי פון א"י רעדן עברית און זאגן ליגענט און פראדעצירן מעשהס וואס זאל שטימען לטובת א אגודיסט אויערבאך............
נישט דאס איז בעלזא וויזניץ און נישט דאס איז סאטמאר
און פארשטייט זיך איך ערווארט נישט קיין נארמאלע תירוץ...... ווייל עס איז דאך נישטא...... נאר
איך ערווארט יעצט א שיינע אפשאצונג אז זלמן לייב שאקלט יעצט די וועלט און תו"א בלוטיגט....... סקולען טראסקעט......... מלכיאל איז נכנע אונטער אים נאו זשאוקס........ און דערפאר האט זאלי אים געשיקט אלס זיין שליח צו די אסיפה....... אבער ר' מלכיאל האט זיך נישט געוואגט צו רופן זלמן לייבן צו די אסיפה נאר ער האט געשיקט הגאון הגדול (אויב ער איז נאך.....) ר' אהרן שעכטער
איש את רעהוסמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
כ'האב אנגעהויבן שרייבן וועגן גאנצל'ס הערות
איז געקומען א אוהד לבית בעלז און אויסגעקלארט, אז יא בעלזא פארשטייט דאס אז דעס איז הייליג און טייער
נו, איז דאך שוין אלץ פארענטפערט, וואס דארף מען מער?
מער ווי זאגן אז ר' אהרן איז בעלזא קענט איר נישט
ווי האט דער ערנפולע ניק
@גאלד געשריבען א גוט ווארט
די ציונים אגודאים און די זאליס זענען אויף איין מיסיע מאכן ר' אהרן פאר א ציוני אוי איז דאס אמת
קונטרס תוכן האסיפה
קונטרס תוכן האסיפה
📎 קונטרס תוכן האסיפה.pdf