☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

264 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11619
בלאט: 1 2 3 4 5 6

חקרן » מיטוואך יולי 5, 2017 5:32 pm

· #377979
די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
עס זענען געווען אסאך גוטע שטיקלעך אין די אסיפה, עס איז כדאי צו ברענגען די הויכפונטן פון די אסיפה. איך הויב אן, און ווער עס קען, זאל מוסיף זיין:

ר' אהרן - איך קען דעם איד (עמרם טייטלבוים שנכח במקום), קיין איין ווארט קענט איר נישט גלויבן וואס ער זאגט, איך גלייב אים נישט קיין איין ווארט.
א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען...
ר' אהרן - איך האב משפחה פארבינדונגען מיט רבנים אין ארץ-ישראל - איר ווייסט... איך קען אריבערפארן און רעדן מיט זיי...
פאפא רב - מען דארף זאגן דרשות פאר די ליטווישע בחורים און זיי אויפקלערן.
ר' אהרן - פאפא רב זאגט זייער קלוג... אויב עס וועט זיין א הזמנה פון פאנאוויטש אדער גור, וועט פאפא רב אהינגיין רעדן. איך קען פאפא רב און איך גלייב אז ער וועט זיין גרייט אריבערצוגיין רעדן דארט, אויב מען וועט אים רופן. נישט אזוי פאפא רב?
ר' אהרן - עס איז געווען א בריוו וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די רבי'ס אין ארץ-ישראל - ר' עמרם איר ווייסט אויך דערפון...
עמרם טייטלבוים - ניין איך ווייס נישט, איך ווייס נישט - אז מען רעדט אין מיין נאמען מוז איך זאגן אז איך ווייס נישט, איך מוז מוחה זיין.
ר' אהרן - איך וואלט ערוואטעט אז מען זאל אריבעררופן אהער איינע פון די אנדערע זייט, זאל זאגן זיין זייט.
אחד מעסקני ירושלים - עס איז דא עדות אז מען האט גערופן מאיר פרוש, נאר ער האט נישט געוואלט שטיין פנים אל פנים...
ר' אהרן - ר' עמרם, איר קענט ארויסלייגן פאשקאווילן אויף מיר וויפיל איר ווילט... איר הערט? - אז איך קום קיין ארץ-ישראל, גיב איך אייך רשות ארויסצולייגן וויפיל פאשקעווילן איר ווילט.

נאך איינער האט פנינים יקרים פון יענע אסיפה?

סמבטיון » מיטוואך יולי 5, 2017 5:36 pm

· #377980
די קליפס זענען דעלישעס איינס בעסער פון צווייטן, אוי איז דאס גוט

חקרן » מיטוואך יולי 5, 2017 5:44 pm

· #377982
ר' חיים לייביש ראטענבערג מפארשעי - ווען סאטמאר רב האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער גענומען הסכמות פון אגודיסט'שע רבנים? - ר' אהרן ענטפערט אים אז ניין.
ר' אהרן שרייט אויף איינעם "שווייג".

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 6:02 pm

· #377989
חקרן

קנאק-יענקל

לא דובים ולא יער.
נישטא קיין שווייג, און נישטא קיין כאב געזאגט שווייג.

נאכן הערן די גאנצע רעקארדירונג הערט מען גוט אז דאס איז פשוט ארויסגענומען א האלבן סענטענס.

ר' אהרן האלט אינמיטן בלעימען די וואס נעמען געלט פון די רעגירונג, וואס צוליב געלט חשבונות שווייגט מען.
זאגט ער דארט אזוי (העתק):
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען - - -
דא האקט דער פארשעי'ער רב אריין: "איך וויל זאגן א מעשה וואס כ'האב אליין - - -
זאגט אים ר' אהרן (גאנץ קלאסיש): "איין מינוט, אנטשולדיג מיר".
און איז ווייטער ממשיך מיט זיין טענה אויף די געלט נעמער, בזה"ל: "און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות".

יעצט שטעל צוזאם דעם גאנצן סענטענס, זאגט ער א התחלה מיט א סוף:
"דער אמת איז, אז ווייל זיי נעמען געלט, שווייגט מען, און מ'שווייגט, און מ'שווייגט, אזוי איז דאס מציאות"..

ער האט 'דא' נישט באוואשן קיינעם.
אויב איז דא איינער "נישט קלאסיש" (קרעדיט: קפה ננס), איז עס דער אריינהאקער (מגדולי ישראל החדשים לבית ראטענבערג).

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 6:02 pm

· #377990
אינטערסאנט צו מערקן וואס א באטייליגטער האט מיר פארציילט, אז מ'האט נישט אויסגעזאגט פאר די רבנים ווער ס'גייט רעדן (ס'הייסט אז עמרם טייטלבוים איז זיך געקומען פארשטעלן פאר ר' מלכיאל קאטלער אלס גרויסען עסקן אין ידען קעגן גיוס אין ר''מ האט ניטעמאל געוויסט ווער ער איז פין פריער) אין מהר''א האט ניטעמאל געוויסט אנפאנג אז דער וואס רעדט איז דער מלך הסוקרוקים, די רבנים האבען אויסגעהערט זיין דרשה אין ווען מהר''א האט אים געפרעגט מקורות אדער דעטאלען האט ער זיך ארויסגעדרייט אין געזאגט אז ער וועט שפעטער ענטפרן, אין מהר''א האט תיכף געזעהן אז ער רעדט שקרים מיט אגענדעס, אינצווישן האט מהר''א געכאפט אז ער איז דער ע''ט וואס האט געווארפען שטינק באמבעס אין פאשקעווילן אין טעראזירט די ראב''ד, דשינסקיא רבי, תו''א רבי, ר''נ קופשטיץ אא''וו האט ער געפילט פארשעמט אז פין אזא מענטשן האט מען דא גובה עדות געווען, אין נאך לענגערע צייט האט מהר''א אים אריינגעהאקט, אויפן וועג ארויס ווען עמרם טייטלבוים איז צוגעגאנען צו מהר''א אים פארצוהאלטן פארוואס מ'קען אים נישט גלייבן האט אים מהר''א געזאגט שטארק פארגעהאלטן פאר זיין חרבנות וואס ער זייעט אין מאכט חרוב אזויפיל הייליגע מערכות

סאדאם חוסעין » מיטוואך יולי 5, 2017 6:04 pm

· #377992
[ציטאט אראפגענומען]

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,
עס איז געווען אנגעפירט דורך די מארגני הכינוס און פינקטלעך אויסגערעכנט וועם יא צו רופען און וועם נישט צו רופען, נאר רבנים וואס זענען אדער צירוק געצויגן און איידל אדער וואס האלטען פונעם פל"ג ירושלמי. עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען, די ריפארטערס זענען געווען פאר א סיבה, די ריקארדונגס זענען געווען גוט געשטיקעלט אלעס קלאפט,
יא מהר"א האט נישט געאכפט אז מען נאערט אים דא אריין אין נעץ ער איז געווען געכאפט אין שאק,

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 6:21 pm

· #377997
סאדאם חוסעין
[ציטאט אראפגענומען]

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,

עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען,

בלאף
עמרם איז געקומען פאר גאר א אנדערע מישען, ער איז בסוד געקומען צו ערשיינען ביי א כינוס פון פרוש מיט די ליטווישע, פרוש האט געהויבן פוס נאכן הערן וועלכע חברה עס ווארטן אים אפ דארט,
מען האט אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עמרם קומט פאר א פארמעסט מיט מהר"א.

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 6:26 pm

· #377998
פאנטש פוינט, די 8 סיבות וואס מהר"א זאגט ביים כינוס
1
די חברי כנסת המינים זענען אין אלעמען שילדיג
2
שילדיג אין אלעם איז רבי שמואל אויערבאך ווייל ער לאזט נישט גיין פאר התייצבות ווען נישט אים וואלטען אלע דגל התורה/ש"ס/אגודת ישראל פארפירט קעגן די הארבקייט פון גיין אין מיליטער, א דאנק רבי שמואל פארשווייגט מען עס.
3
די רבי'ס ווייסן אלעס נאר זיי האלטן נישט ביים גארנישט זאגן.
4
אין אמעריקא קען מען גארנישט העלפן די ארץ ישראלדיגע
5
די ראשי ישיבות און רבי'ס אין ארץ ישראל דארף מען איבערצייגן די אמת
7
שיקן א קאמיטע צו מאכן א מהפיכה ביי די וואס האלטן נישט ביים זאגן וועגן גיוס
8
די אלע רבי'ס האבן שוין געשריבן א בריוו וווי זיי זענען מסכים צו תיקון חק הגיוס פון די פארטייען.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 5, 2017 6:37 pm

· #378001
"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100% גערעכט, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 6:41 pm

· #378002
ווען דו מיינסט אז דער נגיעה פון ר' מלכיאל איז צוליעב זיין ערשטע ווייב, ביסטו אין ארץ הדמיון. ער האט א היינטיגע פראקטישע נגיעה אין דער ענין, וואס האט גארנישט מיט זיין אשת נעורים. ער וויל איינמאל פאר אלעמאל זיך אפשאקעלען פון זיין מוזען זיין אונטערטעניגט אונטער בני ברק. יעדעס מאל מ'לויפט פון לעיקוואוד קיין בני ברק קעגען איהם, פארלירט ער. איין מאל פאר אלע מאל וויל ער זיך אפשאקעלען פון זיי. אז מ'זאגט איהם היינט 'הרב שטיינמן האט געזאגט', האט ער שוין דער תירוץ 'איך בין פון יענער זייט'. זאל גאנץ ארץ ישראל גייען אין מיליטער צוליעב זיין אומ'אחריות'דיגע שריטען, אבער ער האט זיך מציל געווען.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 6:43 pm

· #378003
דער שווייג ווידיאו און רעקארדינג איז קלאר פאלש, עס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי באזונדערע פעלער. ר' אהרן האט געענטפערט פאר איינעם שווייג. מען האט צוזאמגעשעלט א ווידיאו עס זאל אויסקוקן ווי ער זאגט אז די רבנים אין ארץ ישראל שווייגן. ער האט יא געזאגט פאר איינעם שווייג!!

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 6:49 pm

· #378005
איש את רעהו
2
שילדיג אין אלעם איז רבי שמואל אויערבאך ווייל ער לאזט נישט גיין פאר התייצבות ווען נישט אים וואלטען אלע דגל התורה/ש"ס/אגודת ישראל פארפירט קעגן די הארבקייט פון גיין אין מיליטער, א דאנק רבי שמואל פארשווייגט מען עס.

ווער זאגט דאס. דו

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 5, 2017 6:51 pm

· #378006
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
חקרן
ר' חיים לייביש ראטענבערג מפארשעי - ווען סאטמאר רב האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער גענומען הסכמות פון אגודיסט'שע רבנים? - ר' אהרן ענטפערט אים אז ניין.
ר' אהרן שרייט אויף איינעם "שווייג".

דאס איז נישט ר׳ חיים לייבוש ראטענבערג נאר זיין ברודער ר׳ מאיר יהוסף דער קאסאנ׳ער רבי פון בפ

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:01 pm

· #378007
אויבערלענדער חכם
"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100%, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

הער בעסער אויס, מהר''א זאגט נישט אז ס'נישטו קיין גזירה, ער זאגט נאר אז די וועג וויאזוי די ווילסט עס אפשטעלן גייסטו אן קין מהלך

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:11 pm

· #378010
איש את רעהו
סאדאם חוסעין
[ציטאט אראפגענומען]

די באנטש פוינט איז אז די נעץ איז געלונגען און זיי גייען עס טרייען נאכאמאל און נאכאמאל,

עמרם ט"ב איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל מיט א פונקטליכע פלאן און עס איז זיי געלונגען,

בלאף
עמרם איז געקומען פאר גאר א אנדערע מישען, ער איז בסוד געקומען צו ערשיינען ביי א כינוס פון פרוש מיט די ליטווישע, פרוש האט געהויבן פוס נאכן הערן וועלכע חברה עס ווארטן אים אפ דארט,
מען האט אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז עמרם קומט פאר א פארמעסט מיט מהר"א.

בלאף, פרוש האט נישט קיין פראבלעם מיט עמרם ט''ב מער ווי א צווייטן אנטי גיוס אנהענגער, עמרם'ס געווער איז נישט זיין צינגעל, זיין געווער איז שטינק באמבעס, פאשקעווילן, נאכשרייען אא''וו

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 5, 2017 7:17 pm

· #378011
signout
אויבערלענדער חכם
"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100%, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

הער בעסער אויס, מהר''א זאגט נישט אז ס'נישטו קיין גזירה, ער זאגט נאר אז די וועג וויאזוי די ווילסט עס אפשטעלן גייסטו אן קין מהלך

עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 5, 2017 7:22 pm

· #378013
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
אויבערלענדער חכם

עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 7:31 pm

· #378016
יהודי פשוט

יעדע מאל איינער ברענגט ארויס די הארבקייט פון די גזירה לייקענט ער עס אפ. ער שרייט אז גיוס איז אסור אבער מען צווינגט קיינעם נישט לע"ע, און קיין ציידים זענען אויך נישט דא. ער לייקנט די גזירה מיסודו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 7:33 pm

· #378017
[ציטאט אראפגענומען]

נישט יעדער וואס זאגט אז ס'איז דא א גזירה איז א סקריק, אבער דער איז יא, לפי דעתו. לויט וואס מ'זאגט אויף איהם איז ער נישט קיין פרישער אין דער ביזנעס. ער האט שוין געטוהן אין אנדערע מערכות. דער ליטווישער וואס רעדט דארט איז אויך אן אלטע ביזנעסמאן.

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:50 pm

· #378023
[ציטאט אראפגענומען]

די פרעגסט פארוואס ער ב'שגצ'ט אזוי עמרם ט''ב, פרעג דיך נאך אין א''י ווער ער איז נאכדעם קוק אפילו די פרייע פרעסע ווער ער איז וועסטו זעהן פארוואס ר' מלכיאל האט געדארפט רופן מהר''א זיך אנטשולדיגן פארן אים רופן, מהר''א שרייט אז ער איז א שקרן מיט דעם וואס ער זאגט אז די א''י ר''י האלטן שוין אז ס'דא א פראבלעם אויף דעם שרייט ער אז זיי שרייען אז אלעס איז בסדר גמור

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:51 pm

· #378024
איסר האטלקי
יהודי פשוט
אויבערלענדער חכם

עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳

יעדע מאל איינער ברענגט ארויס די הארבקייט פון די גזירה לייקענט ער עס אפ. ער שרייט אז גיוס איז אסור אבער מען צווינגט קיינעם נישט לע"ע, און קיין ציידים זענען אויך נישט דא. ער לייקנט די גזירה מיסודו.

קוק נישט נאר די געשטיקעלטע קליפס וואס דיין צד האט ארויסגעבן, פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט, הער אויס די גאנצע אסיפה, מ'קען נישט משקר זיין במילתא דעבודא לגלי'

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 7:52 pm

· #378025
פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.

signout » מיטוואך יולי 5, 2017 7:54 pm

· #378026
איסר האטלקי
פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.

אז ר''ש אויבערבאך רופט מהרז''ל צו אן אסיפת הרבנים אין ער שטעלט אויף צימערמאן אדער י' בראך רעדן האט ער געמאכט ליצנות פין אים? עמרם ט''ב איז אסאך ערגער ווי צימערמאן, ר' מלכיאל האט קלאר געזאגט פאר מהר''א אז ער האט נישט געוויסט זיין היסטארי

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 7:59 pm

· #378027
אזוי האט ווער באשלאסן? ווייל ער האלט פונקט ווי רוב רבנים ביים אסיפה?

ווייל ער ווייסט נישט פון קיין בריוו וואס אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן חוץ גור, וואס מהר"א האט אויסגעטראכט?

פארוואס איז יעדער ביים אסיפה געווען אויף עמרם'ס צד? שעכטער, קאטלער, פארשעי, קאסאן, ראטה, וואכטפויגל וכו'. בלויז פאפא רב האט געזאגט עפעס ווערטער וואס מהר"א האט אפיציעל פארשטאנען....

איך אויך » מיטוואך יולי 5, 2017 7:59 pm

· #378028
אויבערלענדער חכם
"
ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

ציטאט פונעם טאג.

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 5, 2017 8:11 pm

· #378030
מהר"א זאגט אז ס'איז דא א בריוו וואס אלע רבי'ס האבן אינטערגעשריבן.
עמרם: איך ווייס נישט דערפון
מר"א: די ווייסט יא
עמרם: וועלכע רבי האט אינטערגעשריבן?
מר"א: אלע
עמרם: ווער? זאג מיר איינער
מר"א: אלע, אלע, אז איך זאג ווייס איך וואס איך רעד

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 5, 2017 8:20 pm

· #378031
מר"א: אז ס'פעלט זיך אויס צו רעדן צו די א"י רבי'ס קען איך צוהעלפן. איך האב דארט א קירבת מישפחתית

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 8:31 pm

· #378032
דאס האט פאפא רבי געזאגט מיין איך

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יולי 5, 2017 8:33 pm

· #378033
עס איז א שטיק בלאף בלא בלא בלא

כלבאשבוע » מיטוואך יולי 5, 2017 8:40 pm

· #378034
שמעון וואלף
מהר"א זאגט אז ס'איז דא א בריוו וואס אלע רבי'ס האבן אינטערגעשריבן.
עמרם: איך ווייס נישט דערפון
מר"א: די ווייסט יא
עמרם: וועלכע רבי האט אינטערגעשריבן?
מר"א: אלע
עמרם: ווער? זאג מיר איינער
מר"א: אלע, אלע, אז איך זאג ווייס איך וואס איך רעד

דער בריוו ליגט ביי וויענער רב אין לעדל

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 8:55 pm

· #378036
מסתמא מיינט מען דאס
<a class="postlink" href="http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433">http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433</a>

Pdf

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 9:11 pm

· #378038
מהרא האט דאך פארלאנגט אן אסיפה פון אלעמען
הייסט נאר בעלז גיר וויזניץ מעג זיין
און עמרם ט"ב טאר נישט זאגן גארנישט ?

עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

diff » מיטוואך יולי 5, 2017 9:18 pm

· #378040
ווי בוסטי טאקע געווען. רהאט דאך דיך געמיינט
איז דער כינוס א מטרא פאר זיך

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 5, 2017 9:26 pm

· #378042
אויבערלענדער חכם
"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100% גערעכט, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

אויבערלענדער חכם: איך האב דיר כמעט געוואלט געבן א לייק. ווייל אין די ערשטע פאר שורות זאגסטו זייער שכל'דיגע זאכן. אבער ווען דו זאגסט אז ר' אהרן האט געהאנדלט וויאזוי ער האט געהאנדלט. וועגן שנאת אחים. איז מיין גאנצער לייק פאר דיר פארשוואונדן געווארן...! איי ר' מלכיאל קאטלער עקשנ'ט זיך אז ס'איז יא ד'א א גזירת גיוס. און ער איז אויף איין דיעה מיט הרב שמואל אויערבאך. ער איז דער שטערקסטער מענטש וואס איז נגוע. ער וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון באקס. אין די ליטווישע הרב שך מאלד וואס מ'האט איהם איינגעשטעלט וועט ער אייביג פארבלייבן...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 5, 2017 9:30 pm

· #378045
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
ס׳פעלט דער אינפארמאציא צו וואס אויבערלענדער חכם האט מרמז געווען. ר׳ מלכיאל איז נישט קיין פאנאוויעזער, און הרב שך וואלט זיך קיינמאל נישט אויפגעפיהרט ווי הרש"א. דאס איז בכלל נישט די נושא דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך יולי 5, 2017 10:04 pm

· #378052
איש את רעהו

עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

ב''ה טאקע אז מעשה שטן לא הצליח און די בארקלעיס צערעמאניע איז יא צושטאנד געקומען. און דער אויבערשטער האט טאקע מיט סיעתא דשמיא צוגעפירט אז דאנעלד טראמפ זאל שטארק איבערגענומען ווערן אויף אזוי שטארק אז ער זאל רופן די פרעמיער................

באמת גערעדט וואס האט די געוואלדיגע כינוס למעשה געטוישט אין די מציאות? וואס האט מען אויפגעטוהן? פארוואס איז אזא מזל אז ס'האט יא פאסירט?

אישתישבי » מיטוואך יולי 5, 2017 10:37 pm

· #378054
און עס זיצען רבנים און ראש ישיבות אין אמעריקא און זענען דן יא גיוס נישט גיוס, און קיינער גיבט נישט קיין דלת וואס זיי האלטען, נישט די ציונים און נישט די רבנים אין ארץ ישראל און נישט די בחורים וואס דארפען זיך שטעלען. סתם א ביטול זמן צו דער ביליגער ביבי פרעמיער וואלט געזאגט פאר טראמפ אז די ישיבות זענען פיל, צו ער וואלט געזאגט אז די ישיבות זענען ליידיג, צו ער וואלט געזאגט אז קושנער קען קומען ווערען ראש ישיבה פין אלע בחורים אין ישראל.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:14 pm

· #378069
א קליינע הערה, ר' מלכיאל האט נישט גערופן אלע רבנים, האדמו"ר מפארשעי האט גערופן.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:17 pm

· #378071
קורקלענד

באמת גערעדט וואס האט די געוואלדיגע כינוס למעשה געטוישט אין די מציאות? וואס האט מען אויפגעטוהן? פארוואס איז אזא מזל אז ס'האט יא פאסירט?

די אסיפה דעם זונטאג איז אדאנק דעם בארקלעיס, יעדע פעולה וואס ווערט געטון נגד גיוס איז בלויז צו פארדאנקן דאס וואס מען האט אויפגעשטורמט דעם עולם א' שלח אין בארקלעיס. זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוקומען בריש גלי און מודיע זיין קבל עולם ומלואו אז יש גזירה בישראל.

קורקלענד » מיטוואך יולי 5, 2017 11:25 pm

· #378072
איסר האטלקי

די אסיפה דעם זונטאג איז אדאנק דעם בארקלעיס, יעדע פעולה וואס ווערט געטון נגד גיוס איז בלויז צו פארדאנקן דאס וואס מען האט אויפגעשטורמט דעם עולם א' שלח אין בארקלעיס. זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוקומען בריש גלי און מודיע זיין קבל עולם ומלואו אז יש גזירה בישראל.

איך פרעג די זעלבע קשיא אויף די פעולה שיצא מפעולות בארקלעיס. ס'האט טאקע גארנישט אויפגעטאן.

ד''ה אז לעת עתה האט די בארקלעיס צערעמאניע נישט געטוישט גארנישט. וויפיל אסיפות און פעולות ס'זאל נאר ברענגן ווי גרויס זיי זאלן נאר זיין מאכט עס אזויפיל אויס ווי דער היציגע קיפקע פאר שחרית אין מקוה וואס איז דן צו טראמפ זאל יא אבער נישט באמבערדירן צפון קארעע.

גר ותושב » מיטוואך יולי 5, 2017 11:33 pm

· #378075
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
[ציטאט אראפגענומען]

איז אפשר איז טאקע צייט צו טוהן פעולות וואס העלפן יא און אויפהערן מיט די אנגערישע וויי געשריי וואס העלפט נישט?

קורקלענד » מיטוואך יולי 5, 2017 11:33 pm

· #378076
[ציטאט אראפגענומען]

איז דארף איך אנעמען אז אזא מהלך איז ריכטיג ווייל יענע רבי האט אזוי געזאגט? אדער ווייל ער איז געווען א גרויסע צדיק? ווייל ער האט געהאט א סיבה?

דיין תירוץ איז נישט פארשטענדליך. אויב קענסטו קלארער אריינקומען וועל איך אפשר בעסער פארשטיין.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:38 pm

· #378079
קורקלענד
איסר האטלקי

די אסיפה דעם זונטאג איז אדאנק דעם בארקלעיס, יעדע פעולה וואס ווערט געטון נגד גיוס איז בלויז צו פארדאנקן דאס וואס מען האט אויפגעשטורמט דעם עולם א' שלח אין בארקלעיס. זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוקומען בריש גלי און מודיע זיין קבל עולם ומלואו אז יש גזירה בישראל.

איך פרעג די זעלבע קשיא אויף די פעולה שיצא מפעולות בארקלעיס. ס'האט טאקע גארנישט אויפגעטאן.

ד''ה אז לעת עתה האט די בארקלעיס צערעמאניע נישט געטוישט גארנישט. וויפיל אסיפות און פעולות ס'זאל נאר ברענגן ווי גרויס זיי זאלן נאר זיין מאכט עס אזויפיל אויס ווי דער היציגע קיפקע פאר שחרית אין מקוה וואס איז דן צו טראמפ זאל יא אבער נישט באמבערדירן צפון קארעע.

אדרבה, עס הערשט א גזירה און מען פרובירט וויפיל עס ליגט אין אונזערע הענט צו טון. האסט עפעס א בעסערע פלאן? זאל מען בכלל נישט טון?

גענוג מאל האט שוין מערכה'ס אויפגעטון, דאסמאל איז נאכנישט געקומען די ישועה? ווארט מען צו אביסל. דו זאגסט יעדן טאג אני מאמין? האסט שוין געטון גענוג השתדלות פאר פרנסה? דארפסט קינדער, ביזט שוין געגאנגען צו בוני עולם? עס האט נאכנישט געהאלפן? ווארט צו אביסל. יעצט ווארט מען אויף א ישועה מן השמים און מען טוט ווייטער וואס מען קען.

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 11:42 pm

· #378081

ס'בכלל נישט אזוי ביטער
די מזימות רשע פון די מחוקקי החוק זענען פארלייגט שטארק אויף מאכן א מצב של הסתגלות
די לעצטערע חדשים צוווארפט זיי די קארטן.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 5, 2017 11:50 pm

· #378085
איש את רעהו

ס'בכלל נישט אזוי ביטער
די מזימות רשע פון די מחוקקי החוק זענען פארלייגט שטארק אויף מאכן א מצב של הסתגלות
די לעצטערע חדשים צוווארפט זיי די קארטן.

הסתגלות איז נאר א פרט, עס איז נישט די גאנצע גזירה. עס איז נאך דא א ווייטע וועג צו גיין, גענוג גזירות האבן נישט קיין הסתגלות.
וואס יא? א מצב קען אויפוועקן די ארטיגע רבנים און זיי צווינגען לוחם צו זיין.

איש את רעהו » מיטוואך יולי 5, 2017 11:53 pm

· #378087
איסר האטלקי
איש את רעהו

ס'בכלל נישט אזוי ביטער
די מזימות רשע פון די מחוקקי החוק זענען פארלייגט שטארק אויף מאכן א מצב של הסתגלות
די לעצטערע חדשים צוווארפט זיי די קארטן.

הסתגלות איז נאר א פרט, .

אין די פארום פון מפתה זיין בפה רך, איז הסתגלות כמעט די גאנצע צורת הגזירה, אויב די ציבור ווערט נישט איינגעוואוינט און די מלחמה שטייט אויף א הויכע שטאפעל
קענען זיי אוועקלייגן די געזעץ אין די פארשטויבטע קעלערן.

diff » דאנערשטאג יולי 6, 2017 1:59 am

· #378091
הסתגלות מיינט, צוגעוויינען דער מיליטער זיך צושטעלען צו פרומע. נישט להיפוך

ולשטתך. האבן די רבנים אינדערהיים געפועלט אז מזאל נישט אנקומען קיין אמעריקא

diff » דאנערשטאג יולי 6, 2017 2:19 am

· #378092
[ציטאט אראפגענומען]

פ"וו האט ער טאקע גארנישט געטוהן פאר גיוס

גאנצל » דאנערשטאג יולי 6, 2017 4:32 am

· #378096
איסר האטלקי
יהודי פשוט
אויבערלענדער חכם

עס איז מיר נישט אינטערסאנט אים גוט אויסצוהערען. די עיקר איז אז ער האט זיך אנגערופען אז די אנדערע זענען א באנדע בלאפערס.
דרך אגב, זיין satire וועגען די טלפון קאלל צווישען טרמפ און די ארץ ישראלדיגע פרימיער ווייזט קלאר אז ער האלט (אזוי ווי די אמת איז) אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום גזירה.

הדא הוא דכתיב אז פאר א נער ווייסט מען נישט קיין האלבע ארבעט, זעהט אויס די האסט נאר געקוקט דעם קליפ פון א מינוט מיט אפאר סעקונדעס, ר׳ אהרן ברענגט נישט ארויס אז ס׳איז נישט דא קיין גזירה, פארקערט ער ברענגט ארויס אז אפילו עס איז דא א גזירה אבער די רבנים אין ארץ ישראל ווילן עס נישט מודה זיין, מיט׳ן טענה אז אזויפיל בחורים זענען נאך יא לומדי תורה וכו׳

יעדע מאל איינער ברענגט ארויס די הארבקייט פון די גזירה לייקענט ער עס אפ. ער שרייט אז גיוס איז אסור אבער מען צווינגט קיינעם נישט לע"ע, און קיין ציידים זענען אויך נישט דא. ער לייקנט די גזירה מיסודו.

איז דען יא דא כפי' ?

גאנצל » דאנערשטאג יולי 6, 2017 4:35 am

· #378097
איש את רעהו
מהרא האט דאך פארלאנגט אן אסיפה פון אלעמען
הייסט נאר בעלז גיר וויזניץ מעג זיין
און עמרם ט"ב טאר נישט זאגן גארנישט ?

עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

און יעצט אז מ'האט יא געמאכט בארקלעיס זעיט מען ביי די אסיפה אז מ'האלט ביי אלף
בלאט: 1 2 3 4 5 6