☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שליט"א

"וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שליט"א

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11621
בלאט: 1 2

ארי נוהם » דאנערשטאג יולי 6, 2017 11:21 pm

· #378196
"וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שליט"א
בהתאסף ראשי עם

די וואך האט כלל ישראל זוכה געווען צו זען א פארזאמלונג פון ראשי אלפי ישראל, ראשי גולת אריאל, רשכבהג"י דורינו, די מלאכים ושרפים פון לעיקוואד, וויליאמסבורג, סאוט פאלסבורג, בארא פארק, פארשעי, קרית יואל, פלעטבוש, מאנסי, און ירושלים עיה"ק. עס האבן זיך דארט באטייליגט די מלאכי מעלה בדמות אדם, די אדמורי"ם לבית סאטמאר, פאפא, אנאנים, קאסאני, און פארשעי, און די ראשי ישיבות לבית חיים בערלין, לעיקוואד, סאוט פאולסבורג, און צולעצט - די סאמע שפיץ שרפים עומדים ממעל לו - די ירושלימ'ע עסקנים/רבנים.

בליץ שנעל האבן זיך אנגעהויבן די אטאקירונגען פון אלע ריכטונגען, ליעקס און פעיק ניוז למיניהם, אזש די טראמפ אדמיניסטראציע וואלט ווען באדארפט קומען קיין וויליאמפעסט אויף שימוש ביי די זאלוינים וויאזוי מ'קען ליעקן, ספינען, און אוודאי געוויס - פעיק ניוז'ן, אפילו עס איז נישט ערשינען קיין איין טוויט פונעם ווייסן הויז שבקרית יואל הבירה.

כלל ישראל האט זוכה געווען צו א ספעציעלע הצצה אל הקודש פנימה, זייענדיג מקבל חכמה עד אין סוף פון די גדולי ישראל וואס דאגה'ן פאר תושבי ארץ כנען, וואס האבן - ווי רבינו הקדוש בשעתו - "ווייטע אויגן" וואס קוקן ביזן ווייטן ארץ ישראל, און טאקע ווי ביים רבי'ן אליינס ווערט די בליק וואס אמאל ווייטער און ווייטער פונ'ם מציאות.


פארט אבער האבן מיר נישט געוואוסט וועלכע ווערסיע פון די אומצאליגע ספינערייען צו גלייבן. מיר האבן אפט גע'ספיקא'ט אויב ר' אהרן קרית יואל'ער איז טאקע אזא פערד ווי די זאלוינים טענה'ן, אדער גאר איז דער פארשעי'ער זעלבסט-געקרוינטער-קנאי-וצדיק-וחכם גאר דער נעסטי אטאקירער וואס זוכט אביסל צומי ווי הרב הקדוש מרן ראש הישיבה ראבי הי"ד שנשפך כמים לאחר שנתגלה קלונו ברבים.

אינצווישן האט זיך אפט גע'חקר'ט אויב דער קארלסבורגער איז פלוצים געווארן א פוסק הדור איבערן פארשטאנד פון די בחורי ארץ ישראל, אדער אויב ר' מלכיאל לעיקוואדער זוכט עטוואס מער ווי אן אייגענע אדמורו"ת נוסח ליטא. דאס זעלביגע האבן זיך ברעמענער געהויבן מיט וואונדערליכע מינעס, הערנדיג שארפע קנאות נוסח סאטמאר, יוצאים מפי הגבורה שבגבורה פון רבי חיים בערלינער ראש ישיבה, לעצטנס מער באקאנט אלץ "זקן ראשי הישיבות" אדאנק זיין זיך צושטעלן צו די רעטאריק פון די בראקעלי-און-פאטעיטע קעפ.

אנדערע האבן געהאט ערנסטע ספיקות אויב דער ירושלימער קנאי און סיקריק, בנו הגדול של ר' זלמן לייב'ן וויליאמסבורגער, האט געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן די אסיפה נכבדה, אנטלויפנדיג פון דארט ווי א קאץ געגראדזשעטן, אדער אויב דער "לא זו בלבד עשה לנו בן עמרם" - ה"ה הלוחם מלחמות הידוע בשמו הנכבד "טייטלבוים", איז גאר דער ווארטזאגער פאר יהדות הקנאית ולא רק יהדות הסיקריקית (הסבר לאינם מבחינים: סיקריקים קעגן קנאים, איז ווי אייסיס קעגן אל-קאידא).

צווישן די קטעי דברים וואס זענען ערשינען דורך ליעקערס למיניהם, האבן מיר געזען אז דער קרית יואל'ער ברייטער מויל ארבעט אווערטיים, און אז די ליטוואקען האבן נאך א שווערע דזשאב זיך צוצופאסן צום קנאישן ווינקל פון "דאס הייפעלע" ברכיים שכרעו לבעל ויוא"מ, וויבאלד ס'פעלט זיי זיבעציג יאר שימוש (דאס איז אזוי לאנג ווי גאנץ גלות בבל), מאז קום המדינה, וויאזוי צו סיקריקעווען/קנאעווען. אזוי אויך האבן מיר זוכה געווען צו זען א ברייטע שמייכל אויפן הייליגן געזיכט פון פאפער שרף, וואס געווענליך זענען אנדערע סארט מינעס אויסגעשפרייט אויף זיין לעכטיג צורה, מער פון די "פחד-ווארפענדע" סארט מינעס.

די פאר וואנאביס, המכונים בשם רב הצעיר דקארלסבורג, פארשעי'ע רבי (אוי! טשילס), והמסתעפים מהם, האבן זיך מער חרוב געמאכט ווי געבויט. אבער פון א צווייטע קוק-ווינקל, קען אזא לוזער זיך נאר בויען דערפון. בבחינת מרשעים יצא רשע ומטיפש יצא טפשות ומגס רוח יצא גסות אזש צום ברעכן.

*


אבער מה עשה הקב"ה? גאט האט אונז נישט צונאר געלייגט, תלוי בחסדי אחרים, תלויים ועומדים בין שמים וארץ ובין סיקריקים לקנאים, נאר ער האט אונז צוגעשיקט די שמועס מיטן טראנסקריפט, אז יעדער בר בי רב דחד יומא בבי מדרשא דסיקריקיא, וועט קענען מיטהאלטן דעם סוד שיח שרפי קודש המשלשלים בשלשול גדושה לגודש.

ווי נאר די נייעסער האבן זיך אנטפלעקט צו די אלצווייסער, בין איך געווארן ווי א זנב לאריות (פאן אינטענדעט אויף ביידע ווערטער), און מיינע אויערן האבן דערגרייכט די שמועה טובה ששמעו ישראל על הר סיני "לא תגנוב", והלך זה וגנב, ווי דער קאצקער האט געטייטשט אז מ'טאר זיך נישט זעלבסט בא'גנב'ענען און אויסנארן. און דא שטייען מיר פאר א באנדע כסילים, זה בכה וזה בכהכה [מיט א קמץ], וואס הוציאו את עצמם מן הכלל של עם נבון וחכם.

מיט א יגיעה רבה ועצומה, כיגיעתו של הסאטמארע רבי (ביידע) איבערן גזירת גיוס, בין איך אדורך זייער גאנצע שמועס, און טראצדעם וואס איך בין ווי א ננס נגדם, ומי אשר יתחצף ויאמר אני ירדתי לסוף דעתם, און כ"ש איך וואס קען ניטאמאל יורד זיין לתחילת דעתם, און כ"ש וכ"ש ווען איך זע נאכנישט קיין דעתם בכלל, פארט בין איך א ננס ע"ג ארי (פאן אינטענטעט), ולכן אזרתי אומץ וחגרתי חרב ושנסתי מתניים וקשרתי קשרי אותיות, צו פארשטיין דעם שיחתן של עבדי אבות, אדע לפחות די בהמתן של עבדי אבות.



וזה החלי בעזהש"י:
איך טו יעצט עפעס א זאך וואס איז פרעצעדענטלאז, און איך פארמעק די אויסצוגן פונעם שמועס וואס זענען דא ציטירט געווארן באריכות. איך האב ציטירט פון א טראנסקריפט וואס האט נאר געשריבן בערך די ווערטער און סדר הענינים, אבער נישט קיין הונדערט פראצענדיגע טראנסקריפט מלה במלה. אין צווייטן בלאט האט דיףף געברענגט א פונקטליכע טראנסקריפט פון די אסיפה, ולאור זה זה איך אז כ'האב נישט ציטירט יעדן פונקטליך, און געוויסע מיינונגען אויף געוויסע אידן טוישן זיך, הגם נאר קליינליך.

איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א לענגערע דין ודברים לאור די פונקטליכע טראנסקריפט פון 44 בלעטער, וואס איך האב אדורכגעליינט בעיון, דערפאר פארמעק איך דאס אלטע. פארט וועל איך באלד ארויפלייגן אין א באזונדערע תגובה א קורצע חוות דעת אויף די מעמד, לאור די נייע פונקטליכע טראנסקריפט.



סוף דבר הכל נשמע


טרם אסגור את פי האריה השואג, וויל איך איבערבעטן אלע רבנים וכו' וואס איך האב מזלזל געווען בכבודם מתוך ריתחא דשיחייתא, אבער אויב מ'לייגט א מענטש פאר א קובה של זונות, אדער לחלופין פאר א אסיפת רבנים וואס זענען נישט חייש לזילותא דבי דינא מיטן רעדן וואס זיי האבן צאמגערעדט, איז מה יעשה הבן שלא יחטא?

והוא רחום יכפר וכו'.

און גאט, אז איך דערמאן יא דיין הייליג נאמען, געב אונז א קוק אן און לייז אונז שוין אויס -





פון די סארט מנהיגים.

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 12:04 am

· #378202
מערקעוודיגער נפקא מינא צווישן ארי נוהם און עמעזאן

ארי נוהם באציט זיך צו די אסיפה און צו די ווערטער וואס זענען דארט געזאגט געווארן און די נושאים וואס זענען דארט אויסגעשמועסט געווארן מיט אלע סתירות און נארישקייטן ארום

עמעזאן פארט גלייך אוועק פון די אסיפה זוכט נישט צו רעדן פון די אסיפה פון די ווערטער פון די נושאים פון די סתירות

נאר רעדן גארביזש און לאזונגען היסטאריע סיבות פאר דעם און יענעם און אזוי ווייטער

וואלסט כאטשיג אזויפיל געדארפט טון ווי ארי נוהם און ארפברענגען לשונות מיט די צייט אזוי ווי ארי נוהם און אים אפווענדן און אופווייזן ווי ער זאגט נישט ריכטיג

יהושע חיים » פרייטאג יולי 7, 2017 12:15 am

· #378206
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
ארי טייערע אז די האסט די טרענסקריפטס אפשר וואלט כדאי געווען מען זאל עס דא ארויפלייגן דאס גאנצע אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן אז אידן וואס האבן נישט געהאט פון ווי צו הערן די דברי חכמה זאלן קענען לכה"פ ליינען

קפה נמס » פרייטאג יולי 7, 2017 12:21 am

· #378207
זייער שיין @ארי, כאטש כ'בין נישט מיט אלעם מסכים.

איינעם פארשטיי איך נישט פארוואס דו און @ליטוואק רייסן אראפ, ה"ה הגר"ד שוסטאל וועלכער האט לדעתי גערעדט די מערסטע צום זאך אז יעדער פאר זיך דארף מתפלל זיין קעגן די יצר הרע הבוער בקרבנו תמיד וואס ער איז שולדיג אין אלע צרות, ומי מעכב שאור שבעיסה..

דאס זענען די איינציגסטע זאכליכע רעלעוואנטע רייד, צווישן א מבול פון שטותים פון הסברות און קאמיטעען וכו' וכו'

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 7, 2017 12:32 am

· #378210
גאנצל: וואס דארפסטו מער. ארי נוהם קענמען נישט חושד זיין אין זיין א סאטמאר'ע חסיד אדער אן אנהענגער פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א. און זיין מסקנא (נישט אלס סאטמארער) איז אז מהר"א האט גערעדט די מערסטע צום זאך. און נישט גע-עקעצט און גע-בעקעצט, פוסח על שתי הסעיפים. אזוי ווי א סאך פון די שיינע אידן, זקני ראשי הישיבות, מרנן'ס און וואנאבי קנאים. מ'איז ארויסגעקומען מיט די זעלבע וואס מ'איז אריינגעגאנגען צום אסיפה. ר' אהרן מ'מאנרא שליט"א האט פון די ערשטע מינוט געשריגן אז די גאנצע אישו איז אן אויפגעבלאזענע אישו איבער א דזשוק וואס אן עלטערער איד האטציך אריינגענומען אין קאפ אריין וויאזוי גרויס צו ווערן (נאך גרעסער ווערן) לעת זקנתו. און די אלע זייטיגע מיטשפילערס און פאלטשע ברואים, ווי ע.ט. האבן מיטגעארבעט מיט דעם שקר און טיפשות. ביז ס'איז געווארן א גאנצער קוגל. און מ'האט געמאכט אסיפות אין בראקאלי (כדברי הארי). ביי מיר, און ביי יעדן נארמאלן מענטש וואס איז נישט נגוע האט די אסיפת בארקלעי פון די רבי רבבות עמך בית סאטמאר זאלונים געהאט די זעלבע ווערט ווי אויב קרויס שטריימלעך אדער דזשי ענד דזשי למשל וואלטן געמאכט אזא אסיפה וואו זיי ווילן דעמאנסטרירן זייער הערליכן, לייכטן שטריימל אדער זומער'דיגע לאנגע רעקל פאר די בני הישיבות וכוללים...!

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 7, 2017 1:00 am

· #378211
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האט בראקעלי מיט פאטעיטעס?

איסר האטלקי » פרייטאג יולי 7, 2017 1:26 am

· #378213
שמעקעדיג
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האט בראקעלי מיט פאטעיטעס?

דאס זעלבע וואס פארשעי האט מיט קנאות...

איסר האטלקי » פרייטאג יולי 7, 2017 1:29 am

· #378214
ר' אהרן מ'מאנרא שליט"א האט פון די ערשטע מינוט געשריגן אז די גאנצע אישו איז אן אויפגעבלאזענע אישו[/quote]
ווען האט ער אזוי געשריגן? כ"א כסליו אדער ל"ג בעומר?

תמים » פרייטאג יולי 7, 2017 3:07 am

· #378222
ארי נוהם, שווייג! שווייג! איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט!!

תמים » פרייטאג יולי 7, 2017 3:08 am

· #378223
ארי, א געוואלדיגע שריפט און א זעלטענע שפראך, אבער עס שפריצט א אנגעגעסנהייט.. איך האב נעכטן איינעם ערקלערט אז צווישן די טראמפ סעפארטערס איז די רובי דמינכרא טאקע קליינע מוחות אין געווענליך די זייער לוי עדיקעיטעד, אבער די ביסל בריייטע מענטשן וואס האבן אים יא געשטיצט, קומט עס מחמת אזא איינגעגעסענע שנאת הילערי אז ממש מקען נישט זעהן גראד..

וכן הוא בבן גילו מנהיג קר"י כאטש וואס יעדער נארמאלע מענטש וואס קוקט די אסיפה שרייט אז דער איז געהעריג צורידערט.. אין עס קוקט אויס ווי טראמפ ביי די רעפובליקאנע דיבאטעס.. דאך קענסטו טרעפן איטליכע קליגע וואס זייער שנאת הקנאים איז אזוי גרויס אז ער ווערט פארבלענדעט פון ר אהרןס זיך שטעלן אויף די לינקע זייט און ער קען גאר האלטן אז דער איז גאר נארמאל.. ארי נוהם איז דאך א קלוגער יוד אבער שנאת עמרם טייטעלבוים העבירו על דעתו..
בכלל געפעלט מיר ווי מען רעדט פון וואנע ביס, אין מען מאכט ליצנות פון זיי ווען זיי כאטשיג קומט זיך קרעדיט פארן זיין ווער זיי זענען, דער וואנע בי רשכבה"ג איז דאך ס"ה געלונגען צי ירשענען א חסידות אין געמענידשט צו פארלירן רוב דערפון.. וואט ע סוקסעס..

ארי, די גיסט א קיתון של שופכים מיט די ערגסטע לשונות אויף הרב מפארשעי אלץ ווייל סאיז משמע פון זיינע ווערטער ברמיזא א זלזול אין די גדולים פון ארץ אין אין די זעלבע ארטיקעל גיסטו גארבידזש מיט די ארגסטע גיפט און ליצנות אויף די אמעריקאנע ראשי ישובות.. א מין היפיקראסיע!

געפעלט מיר, אהרן טייטעלבוים איז ביי דיר א גאנצע הערא אין ער מעג פלוצלונג רעדן אין טוישן מיינונגען ווי זאקן, אבער דער פארשעיער טאר נישט נעמען קיין קנאותדיגע שטעלע ווייל ער איז קיינמאל נישט געווען קיין קנאי...

ממש סדערמאנט מיר פון די איצטיגע וואלן ווי ווער סהאט געזאגט א האלבע ווארט קעגן פירער איז ? יא.. דזשעלעסי.. וואנע בי..

ברענגסט נאך שטיקלעך פון פארשעיער רב וואס איז נארמאל אין רואיג אין דיינע מסקנות שפריצן נעבעך אזא מין בייעס און האס.. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס פארשעי איז א הדיוט דארט? ווען מען ענדיגט דיין ארטיקל זעהט מען דאך אז חוץ פין דיין נייעם חכם איז דארט געעווען א כנופיא משוגאים, נו פארוואס טאר ער נישט קופץ זיין?..

"א גרויל ווען א ליטאי מיט ביליגע אינטערעסן דערקלערט זיך א קנאי" אבער דער גרויל פון א קנאי, מיט ביליגע אינטערעסן, וואס דערקלערט זיך אלץ נארמאלע מענטש דאס זעהסטו נישט.. אין בכלל איז עס נישט צו מדמה זיין, וואס ר מלכיאלס אינטערעסן ווייס איך נאך נישט קראנט, וואס ר אהרן'ס אינטערסן איז דא, שרייט דאך פון יעדע ווארט, געטוישט מיינונגען אויף די יעצטיגע נושא שוין זיבן מאל, אין ווי נאריש און נאאיוו דארף מען זיין צו גלייבן אז ר אהרן איז א מענטש וואס מאכט נישט קיין ווילדע זאכן... קיין דעסיזשאנס פארן רעדן מיט די רבנים אינוואלוואד... אזוי ווי ער טוט אייביג... ווי למשל ווען ער האקט יעדע שני וחמישי אויף ר שמואל אויערבאך האט ער פארדעים געשיקט הערן זיין מיינונג.. אין די אלע שרייענדיגע אינטערעסן האסטו נישט באמערקט אין דיין גאנצע אנאליז.. נאר ר מלכיאל וואס וויל ווערן א מרן.. אין ר אהרן וואס וויל נישט ווערן.. אין וויל נאר הערן דעים אמת...

בכלל אפשר ביסטי מיר מסביר וואס ווילסטו פון הרב שוסטאלס לעבן? מדארף שרייען שווייג, אין רעדן די העכסטע צו רעדן גוט אין דיינע אויגן? לכאורה פלעגסטו האלטן נאך יעדע דיבאטע אז טראמפ האט געווינען.. אין די פעיק ניוז וויל עס נישט מעלדן..

בנוגע ר אהרן שכטר פרעגסט גוטע קשיות וואס איז מיט אים געשען ? דאס אז אפשר האט ער נקודה דאס איז בכלל נישט קיין אפשען?? פאלט דיר נישט ביי אז אנשטאט די קשיות אויף אים און הרב פעלדמאן, הרב קאטלער, הרב אויערבאך, נאווייאמסק ועוד קען גאר זיין אז עפעס גייט טאקע יא פאר? האק אראפ די הערנער אנשטאט שניידען אלע ביינער און הייב אהן קלערן אז אפשר איז יא גאר דא עפעס א שטיקל פראבלים דא? ( דיסקלעימער, איך גיי נישט ארייו דא אין די עצם נושא הגיוס, און איך נעם נישט קיין מיינונג אויף א נושא וואס איך האב נישט 100 פראצענט דורך געטוהן, איך רעד נאר כלפי דיין אבנארמאלע בלינדקייט וואס אלעס מוז זיך צושטעלן צו דיינע הנחות!)

יעצט צו דיין לעצטע מסקנא, אז יעדער האט זיך געבראכן צו זיין מיינונג, מהיכי תיתי? וואס פאלט דיר אפילו אזוי ביי? ווען די זיצט דארט און די האלטסט אז ר אהרן איז נישט גערעכט, וואלסטו אפילו ארויפגעברענגט דיין מיינונג? צו קענען ווערן איבערגעשריגן,אין הערן שווייג, צו אז מקען דיר נישט גילייבן?
אין פאקט ווייס איך ערשט האנטיג אז ר אלי בער וואכטפויגעל האט זיך אויסגעדריקט אז יעצט פארשטייט ער צום ערשטן מאל פארוואס די מערהייט סאטמאר האט זיך פון דעים מטורף אפגעשאקעלט.. אין אזוי אויך נאך רבנים וואס זענען דארט געווען האבן זיך אויסגעדריקט זייער מיאוס! אויף וועים פונקטלעך האט ער געווינען זיין מיינונג? אויף פאפע רבי, אין אויף ארי נוהם ועוד שונאי סאטמאר? כאפ עס שטארק אהן...

די אמת'ע מסקנא איז אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי געווינען ביי פרעמדע קרייזען! קיינער דארף דיך נישט מיילא, יעדער לעבט זיין לעבן אין ר ישראל וויזנצער צו מהרמ"ד מבאבוב וועט זערא פארדינען אז איך האלט אז זייער בר פלוגתא איז באמת א בר פלוגתא פאר דעים קרית יואלען מנהיג..

מהרז"ל האט שכל אין ער האט כאטש געווינען גאר שטארק זיין אייגענע באזע אין דאס איז ווי די "באק סטאפס.." ער האט ציזאמגענומען אלע פון זיינע פראקציעס, אין פארדינט זעלטענע רעספעקט ביי זיין גאנצע ציבור, אין ביי אלע סאטמאר געשטימטע רבנים אין עז ע סייד באנאס האט ער נאך הרב שכטר קוטלר פעלדמאן אויערבאך אין די זייט.. אין דאס איז וואט רילי מעטטערס..

דיין נייע חכם האט טאקע געטוהן א סערוויס פאר זיינע וואטס עפפ אין קאווע שטיבל יונגעלייט אין זיי באקומען א זעלטענע חיבוק הדוב פון אלע לינקע קרייזען..
אבער.. ער לאזט איבער זיין ערענסטע ציבור צופראסקעט אין צומישט! די מערכה האט שוין געקאסט א בלאט רעדאקטאר, און צענדליגע ארונים, ובתוכם חשובע רבנים וואס האבן זיך אויסגעפיפען אופן אין להשתתף צעטל.. אין מיין פילינג איז אז מאר טו קאם..

לסיום, איך האב געזעהן א שיין ווארט וואס איז זייער פאסיג אויף דיין אשכול, סשטייט מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה גם שניהם, סמאכט זיך אמאל א מענטש מיט זייער ליבאראלע מידות אין מיינונגען אין ער וועט פארענטפערן אפילו עושי רשע, ווי אויך איז דא גאר שארפע קנאים וואס דערהייבן נישט קיין אומרעכט אין זיי וועלן זיין מרשיע צדיק.. אבער תועבת ה' איז ווען סאיז גם שניהם! דעים רשע טרעפט מען 100 הסברים פארוואס ער איז בארעכטיגט, אין דעים ערליכען יוד טרעפט מען נאר סיבות אין הסברים אים מרשיע צו זיין..

איך בעהט דיר איבער אויב איך אטאקיר דיר פרעזענליך. והוא רחום יכפר עון..

תמים » פרייטאג יולי 7, 2017 3:10 am

· #378224
איך האב געשריבען א תגובה אין דערנאך האב איך מיך געכאפט אז פירן א געלונגענע דיאלאג האט א בעסערע מהלך, האב איך געשריבען מיין ערשטע תגובה... אבער כדי שלא ישאר הדרעפט מלא האב איך ארויפגעלייגט מיין ארגינעלע תגובה..

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 7, 2017 7:31 am

· #378226
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
איך הייב מיין היטל פאר׳ן לייב, המלך בחיות. מיר האט אויך געשטערט דער אסיפה, און איך האב אויך עטוואס געלצ׳ט, אבער וואס ער קען, קען איך נישט.
כה לחי!

איך האב מסיק געווען אז (ר׳) אהרן איז א פרא אדם, אפילו ווען ער איז גערעכט. א דאנק איהם פאר׳ן צושטערען דער מושב לצים, אבער מיט איהם וואלט איך קיינמאל נישט משדך געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 8:24 am

· #378228
ליטוואק פון בודאפעסט

מיר האט אויך געשטערט דער אסיפה, און איך האב אויך ..

א דאנק איהם פאר׳ן צושטערען דער מושב לצים,

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'פארשטענדליך ווען דיין מרן ליגט צווישן לעבעדיג און טויט, איז ווען א גיטע זאך אז די אסיפה ווערט אויס
די מציאות האט געברענגט קאפויער, מען האט ערנסט גענומען די הצעה פון שיקן אמעריקאנער צו די הייזער בארה"ק ביי די וואס האלטן די ציבור אין זייערע הענט, און פארהוילען פון זיי די פאקטן וואס גייען אהן,
עס איז צום פארדאנקען דעם וועמען די טוסט אויסרימען.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 7, 2017 8:31 am

· #378229
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
דיין טאלאנט פארלירסטו נישט! וואו! מאך עפעס דערפון, פאטשקע עס נישט אויף קאוועשטיבעל. זייער ווייניג מענטשען קענען אוועק פיהרען א נושא ווי דו. פון דעם דארפסטו קענען מאכען געלט, נישט סתם קאפדרייעניש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 8:35 am

· #378230
ליטוואק פון בודאפעסט
דיין טאלאנט פארלירסטו נישט! וואו! מאך עפעס דערפון,

פון דעם דארפסטו קענען מאכען געלט, נישט סתם קאפדרייעניש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון דעם מאך איך א געהאלט, די באשעפער זאל העלפן ווייטער
די האסט עפעס צו אפערן נאך ביזנעס ?

פיקאסא » פרייטאג יולי 7, 2017 8:42 am

· #378231
יי"כ@ארי נוהם פארן נעמען דאס פעדער אין הענט אריין. זייער הנאה געהאט פון דעם.

כ'האב געמאכט דערפון א שנעלע פי.די.עף כדאי מ'זאל דאס קענען ארויספרינטן אין ליינען אויף שבת.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 7, 2017 8:46 am

· #378232
למעשה קען איינער אנצייכענען וואו פונקטליך האט ר׳ רהרן געטוישט מיינונגען בנטגע גיוס?, איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין סאטמארער בכלל אבער אין די נושא רעדט ר׳ אהרן זייער צו דער זאך, טאקע מיט זיין באוואוסטע איינגעהאלטענע שפראך אבער אמת.

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 8:55 am

· #378234
געוואלדיג
למעשה קען איינער אנצייכענען וואו פונקטליך האט ר׳ אהרן געטוישט מיינונגען בנוגע גיוס?,


אנשטאט זיין יעצטיגע פלאן פון גיין בדרך מו"מ דורכשמועסן אין אר"י מיט די בעלזע /גערע וכו', פלעגט אמאל זיין מער דרשות אין א פארום פון א נעגעטיווע איבערפאל אויף די וואס זענען משתיק,
אנשטאטס, טוט מען איבערפאלן דעם גאון עולם ומקובל הרב שמואל שליט"א

ביסט גערעכט אז בנוגע די עצם דינען אין גיוס זאגט ער נאך אלץ דאס וואס ער האט די פארלאפענע 10-15 יאר געזאגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 7, 2017 9:04 am

· #378235
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
און יעצט האט דער זיך עטוואס צושטעלען, עכ"פ כפי דמיון המקבלים, צום קנאות מהלך פון די אומפאראנטווארטליכער, געהאלפען איהם צו באטיטלען אלץ ׳מקובל׳.

לץ איינער!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 9:08 am

· #378236
איז ער געווען מיט פלג. ווייל אסאך האבן צוריקגעצויגען. אפשר דו נעקסט

שמערל » פרייטאג יולי 7, 2017 11:52 am

· #378246
א גרויליקער אד האמינום ארטיקל, פעך.

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 12:46 pm

· #378252
איש את רעהו
געוואלדיג
למעשה קען איינער אנצייכענען וואו פונקטליך האט ר׳ אהרן געטוישט מיינונגען בנוגע גיוס?,


אנשטאט זיין יעצטיגע פלאן פון גיין בדרך מו"מ דורכשמועסן אין אר"י מיט די בעלזע /גערע וכו', פלעגט אמאל זיין מער דרשות אין א פארום פון א נעגעטיווע איבערפאל אויף די וואס זענען משתיק,
אנשטאטס, טוט מען איבערפאלן דעם גאון עולם ומקובל הרב שמואל שליט"א

ביסט גערעכט אז בנוגע די עצם דינען אין גיוס זאגט ער נאך אלץ דאס וואס ער האט די פארלאפענע 10-15 יאר געזאגט.


שקר גמור ער האט אלס געשריגען אויף ביידע און שרייט נאך אלס אויף ביידע ער האט אלס געשריגען איך נעם נישט קיין צד אין די פאליטיק און ער שרייט דאס ווייטער און ער האט ביי די אסיפה אויך דאס געשריגען

אוי פ"וו האב איך גענטפערט דער ליגנער וועט נאך דרייען מיט די צונג און זאגן אמת אבער א נטי' האט ער זיך געטוישט

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 12:48 pm

· #378253
א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 12:50 pm

· #378254
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס זאגסטו נישט אז דו ווייסט נישט וואס ר' אהרן האט פארגעשטעלט ביי די אסיפה

ר' אהרן האט געזאגט אז מ'דארף אויפרודערן די א"י רבנים ווייל פונקט ווי ביי יעדע מערכה' קעגן גזירות האבן אלע מיטגעארבעט דארף מען יעצט אויך האבן זייער מיטארבעט און מאכן א מערכה און אויסשרייען אז גיין אין מיליטער איז יהרג ואל יעבור

איך האב עס נאר געוואלט אויסקלארן אבער דו געב נישט אויף דו שריי ווייטער בעלזא ווייל עפעס אנדערש האסטו דאך נישט צו שרייען

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 12:54 pm

· #378255
[ציטאט אראפגענומען]


ווייל דער בריוו איז דא און אלע רבנים אין א"י כולל די ר"י שרייען טאקע אז עס איז נישטא קיין גזירה

ווי האט ר' אהרן געפרעגט פון פארשעי רבי איר האט גערעדט צום גערן רבי'ן
איר האט גערעדט צו וויזניץ רבי

און אויף אלע איז געקומען דער ענטפער ניין

פ"וו זאל מען גלייבן ר' מלכיאל ווען ער רעדט פון בידיעה און זאגט נישט קיין נעמען מער ווי עמרם ט"ב ר' מלכיאל קען נישט האבן קיין נגיעה נאר ר' אהרן ט"ב ????

דו האסט געהערט פון איינעם פון א"י אויסער ראבי און אויערבאך פאליטיקאנטן אז דא אי דא א גזירה אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל

ארי נוהם » פרייטאג יולי 7, 2017 1:26 pm

· #378257
קפה נמס
זייער שיין @ארי, כאטש כ'בין נישט מיט אלעם מסכים.

איינעם פארשטיי איך נישט פארוואס דו און @ליטוואק רייסן אראפ, ה"ה הגר"ד שוסטאל וועלכער האט לדעתי גערעדט די מערסטע צום זאך אז יעדער פאר זיך דארף מתפלל זיין קעגן די יצר הרע הבוער בקרבנו תמיד וואס ער איז שולדיג אין אלע צרות, ומי מעכב שאור שבעיסה..

דאס זענען די איינציגסטע זאכליכע רעלעוואנטע רייד, צווישן א מבול פון שטותים פון הסברות און קאמיטעען וכו' וכו'

גראדע האלט איך פערזענליך אז ער האט זיך אויפגעפירט די מערסטע נארמאל צווישן אלע אנדערע.
אויב ס'איז ארויסגעקומען שארף, איז עס געווען מצד די אנטריסטונג אז מ'מאכט אן אסיפה, און זיין גאנצע זאך צוצולייגן דערצו איז אז ס'איז אן עצת היצר וואס ברויך תפילה. איי מיען, קאממאן, מיט אזא צוגאנג וואס זוכסטו בכלל ביים אסיפה? מצד שני, אפשר טאקע האט ער געוואלט בארואיגן די מצב דארט, און עטוואס אראפשפילן די עצות טובות פון די קנאים.
כ'וויל אבער נישט מזלזל זיין בכבודו ח"ו, ותהא תגובתי כחזרה על דבריי וואס זעט אויס פערזענליך אראפגעריסן.

ככללא דמילתא, איך קען אויך האלטן פון הרב שעכטער אויף א פערזענליכן לעוועל, ליב האבן דעם פארשעי'ער אויף א פערזענליכן לעוועל, און אפילו מכבד זיין ר' מלכיאל אויף א פערזענליכע לעוועל. באופן כללי בין איך זיי מכבד און מעגליך אפילו מעריץ, און כ'בין נישט פון די וואס זוכן מזלזל צו זיין אין רבנים וגדו"י. דא אבער איז געווען אן אסיפה וואס יעדער האט געשריגן עפעס אנדערש, והצד השווה שבהם אז קיינער האט נישט גערעדט צום זאך, לענ"ד ודעת הכלל כולו וואס געהערט נישט צו קיין ספעציפישע לאגער, וע"ז יצא הקצף. אצינד בין איך ווייטער מכבד הרהגה"צ ראשי גולת אריאל כמדורת אש וכו', ווי בעפאר די אסיפה.


תמים, עמעזאן, און נאך, וועל איך נישט ענטפערן צוליב איין פשוט'ע סיבה. זיי זענען אלע זאלוינים וואס ענטפערן געטריבן פון אן אגענדע. נישט זיך מתייחס זיין צו די ווערטער, נאר צום געדאנק ראשי וואס זיי קלערן אויפן קרית יואל'ער רבי, איז טאקע אויך נישט ווערד א געגן התייחסות. והיינו טעמא דשמערל, וואס ס'קיין ספק אז געבוירן אין א נישט סאטמארע שטוב, וואלט ער געזען דעם ארטיקל מיט אן אנדערן בליק.

אגב, געוואלדיג און גאנצל פארענטפערן ענקערע א.ג. קשיות, אבער ס'מיר נישט קיין ספר אז ענק וועלן ניטאמאל פרובירן צו פארשטיין וואס זיי זאגן, ענק זוכן דעם אמת פונקט ווי ענקער רבי דאגה'ט פאר תושבי ארץ ישראל.


ליטוואק איז גערעכט, דער קרית יואל'ער איז דער זעלבער פארשוין ווי אמאל, און פערזענליך האב איך נישט קיין סאך גוטס צו זאגן אויף אים. פארט אבער צווישן די משתתפי האסיפה האט זיין מהלך ארויסגעשיינט די מערסטע נארמאל, הגם זיין שפראך איז די זעלבע אומציוויליזירט.


שמעקעדיג, דו פרעגסט גוט: וואס האט בראקעליס מיט פאטעיטעס.
איך פרעג דאס זעלביגע: וואס האבן די פאטעיטע קעפ מיט בארקלעיס?

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 1:33 pm

· #378259
diff
א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

מגייט דאך יעצט מברר זיין ביי די ר"י

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 1:38 pm

· #378262
[ציטאט אראפגענומען]


דו גייסט זייער כללויותדיג און פאר א סיבה

פ"וו זאלסטו עס שיין צו נעמען אזוי ווי ארי נוהם ?

און גיין מיט יעדע ווארט און נישט אפיר זוכן ווערטער וואס דיר געפעלט און אזוי פארטושן די מוחות

גאנצל » פרייטאג יולי 7, 2017 1:39 pm

· #378263
[ציטאט אראפגענומען]


און אפשר איז ר' מלכיאל א ליגנער

ר' אהרן זאגט דאך אויך קלאר אז ס'איז דא א בריוו פון צוויי ראשי ישיבות

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 1:45 pm

· #378265
מגייט דאך יעצט מברר זיין ביי די ר"י
כזע דאס איז ביי דיר זיכער ע"ט זאגט אמת

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 1:50 pm

· #378266
diff
מסתמא מיינט מען דאס
<a class="postlink" href="http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433">http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433</a>

Pdf

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 1:52 pm

· #378267
[ציטאט אראפגענומען]

און אנדערע ווערטער,וויזו מען זאל צוגיין דערצו

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 7, 2017 2:35 pm

· #378270
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
ס׳איז שוין דא אן אשכול אויף דער ווארט ׳גזירה׳, אבער לויט די צעטליך מיט די שרעקעדיגע רויט בלוטיגע אותיות אז 12000 האבען זיך פארמאכט די גמרות צו גייען אין מיליטער. שפעטער האבען די אויפריכטיגע אמת זאגערס געזאגט אז ס׳איז 12000 אויגען, נישט מענטשען. און דאס ווארט חרדי מיינט שוין כולל די פון מרכז הרב און הר המור, וואס גייען לכתחילה אין מיליטער.
דערנאך איז עס געווארען אז מענטשען גייען זוכען ארבעט דארט, ווייל מיליטער מיינט שוין נישט דינסט מיט א ביקס. דערנאך איז עס אז זיי גייען ברצון, וואס פאסט שוין נישט די ווארט ׳גזירה׳. און ווייטער הערט מען אז די ציפערען זענען גארנישט ניי, פערצענטווייז איז עס פונקט אזוי פיהל וויפאר צוואנציג און דרייסיג יאר צוריק. און ווייטער גייט עס אז פאר ישיבה לייט איז עס, אין אסאך פעלער, פיהל לייכטער געווארען.

הייסט׳ס מ׳מאכט א נייעם טייטש פון דער ווארט ׳גזירה׳, א נייעם טערמין פון ׳מיליטער׳, א נייעם פארשטאנד פון דאס ווארט ׳חרדים׳, נאך איבערטייטשונגען פון דער ווארט ׳גזירה׳ און פון אונטער דער בארג האט מען בדוחק ארויס געקוועטשט אן ענין אויף מוחה צו זיין.

אבער די ׳צוויי אידען׳ (קרעדיט: ארי נוהם בשם הראמ"ק) האבען חוזר געווען. ס׳איז קלאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 2:53 pm

· #378271
@ליטוואק
די סתירות צווישן אייערע גדעילים וואס זאגן אמאל ס'יא דא גרויסע צרות, א מינוט דערויף פארלייקענט מען אז עפעס זאל פארגיין, א מינוט שפעטער איז שוין היינט גאר גאר גוט, די סתירות האסטו שוין מיישב געווען?

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 3:01 pm

· #378272
גאנצל


אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.

I'm back » פרייטאג יולי 7, 2017 3:16 pm

· #378274
איש את רעהו
גאנצל


אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.


אמת אמת

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 3:47 pm

· #378276
בס"ד י"ג בסיון תשע ז"

אל מעלת כבוד האדמורים" שליט"א וראשי הישיבות
שליט א" ארה"ב
מאחר ובימים אלו נקראה אסיפה גדולה ומפגן מחאה
בארה"ב נגד רדיפת הדת בארץ הקודש, ולהזעיק שמים
וארץ על הסכנה הנוראה המרחפת על עולם התורה, וכל
זאת תוך הוספת תיאורים רבים והגזמות יתרות פורחות
באויר על, המצב ,באר"י שחלקם אינם נכונים וחלקם
אינם מדויקים .
הננו מבקשים להודיע, שלעת עתה בה" אין מרחפת שום
סכנה על כל אותם הנוהגים כהוראת מרנן ורבנן שליט א"
להתייצב בלשכות הגיוס. רק אותם שלא שמרו על
הכללים המתחייבים או אלו שאינם רוצים להתייצב
בלשכות הגיוס הם מושלכים לכלא .
אנו כמו"כ מבקשים להודיע על דעת מרנן ורבנן שליט , א"
שאסיפת מחאה זו יכולה להזיק לעולם התורה הפורח
בארץ הקודש .
מאחר שכאמור נמסרו לכבוד תורתו שליט א" הרבה
פרטים שאינם נכונים ואינם מדויקים אנו מבקשים שכבוד
האדמורים" שליט א" וראשי הישיבות שליט א" יבחרו
רבנים גדולי תורה ובעלי דעת ותבונה שיביאו בדברים
אתנו לברר כל הפרטים בענין .זה בכבוד ובהוקרה

ארי נוהם » פרייטאג יולי 7, 2017 4:11 pm

· #378277
ווי געשריבן אין ערשטן תגובה, האב איך צוריקגעצויגן פון די אויסצוגן פונעם שמועס, וואס זענען נישט פונקטליך, עיי"ש.

איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א לענגערע דין ודברים לאור די פונקטליכע טראנסקריפט פון 44 בלעטער, וואס איך האב אדורכגעליינט בעיון, דערפאר האב איך פארמעקט דאס אלטע. פארט וועל איך יעצט ארויפלייגן א באזונדערע קורצע חוות דעת אויף די מעמד, לאור די נייע פונקטליכע טראנסקריפט.




נאך אדורכליינען די גאנצע טראנסקריפט, 44 בלעטער, קומט מיר ארויס די פאלגענדע מסקנא. היבש פליאה'דיג, אבער פארט א פאקט פאר אלע וואס וועלן עס ליינען:


דער וואס האט גערעדט די מערסטע צום זאך, זיך געהאלטן די מערסטע צום פונקט, קיינמאל גערעדט חוצפה'דיג אדער ביליג, און האט למעשה באוויזן אז זיין מיינונג זאל בלייבן די אנגענומענע חוות דעת, איז גאר אדמו"ר מפאפא שליט"א. ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ס'איז תלוי בגדולי ישראל שבארץ ישראל, און ער האט געזאגט מיט וואונדער אז ס'קלעבט עפעס נישט אז מ'זאל אונז דארפן פון אמעריקע, צו קומען געבן דרשות אין ארץ ישראל (דער קרית יואלער האט נישט געכאפט פונקטליך זיין כוונה. און האט געמיינט אז פאפא רבי וויל טאקע דרש'נען אין ארץ ישראל).


די נעקסטע צוויי אויפן טאפ טשארט, זענען ר' דוד שוסטאל און דער קרית יואלער. ר' דוד זאגט מער קלאר ארויס זיין מיינונג, אז מ'טאר נישט גיין נגד הרבנים בארץ ישראל, און ווען דער קרית יואלער פירט אויס ביים סוף אסיפה אז מ'קען שיקן משלחת'ן כו' צו גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זאגט ער "אט אזוי", כלומר, אטע דאס איז וואס איך וויל די גאנצע צייט. ער וויל דייקא נישט קיין עמטליכע מערכה. הגם ווערטער וועגן יצר הרע און מתפלל זיין זענען אביסל קינדעריש גערעדט, זעט טאקע אויס אז ער וויל נישט מאכן קיין מהפכה, און אט דאס ברענגט ער ארויס מיט די ווערטער.


דער קרית יואלער רבי איז אויך זייער קלאר אין זיינע ווערטער און מיינונג, גאנצל דארף זיך נישט פארענטפערן און עמעזאן מעג זיך באגראבן. ער ברענגט ארויס זיין דעה אזוי קלאר און אמת'דיג, אז מ'קען עס שניידן מיט א מעסער. ער זאגט איבער עטליכע מאל, אז הגם בשיטה איז ער פונקט אזוי שארף ווי די אנדערע קנאים, זעט ער בכלל נישט וויאזוי זיין חתימה, קו"ק, עצרת, וועט טוישן מיינונג ביים המון עם אין ארץ ישראל. עס פעלט זיך אויס די אגודאים זאלן חתמ'נען, און דאס וועט טוישן די מצב ביי די א.ג. מתפתים. הגם זיין שפראך איז גראב, זיינע אטאקעס אומפאסיג פאר א רבי, און מ'זעט אז ער כאפט נישט קלאר וואס גייט פאר, האט ער אבער א קלארע מיינונג וואס טוישט זיך נישט קיין טראפ, און ער רעדט די מערסטע שכל'דיג.



אויף די איבעריגע האב איך נישט קיין מעלות צו זאגן. דער קארסלבורגער האט פראבלעמען מיט שמירת עיניים, און זיין זון ר' משה רעדט וועגן סאברעס, און ס'איז בושות וחרפות ותו לא.


ר' אל'ה בער זוכט א מלחמה און שרייבן שארף אפילו קעגן די רבנים אין ארץ ישראל. סארי, אמעריקע באלאנגט נישט פאר בריסק.


די אחים לבית ראטנבערג זענען נאך ערגער, און דער פארשעי'ער קומט ארויס מיט א באהאלטענע אגענדע, זוכנדיג א מערכה און שמוץ אויף רבני ארץ ישראל אפילו ווען מ'ווייזט אים דעם אמת אין פנים. זיין בייעס איז פחדים, און כמעט אלץ וואס כ'האב געהאט געשריבן מעיקרא איז פארט וואליד.


ר' מלכיאל קען איך בכלל נישט פארענטפערן. רעדן אז אלע רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה צו אים, איז א גראבע ליגנט (כאטש א ליגנט. ווידער א פארשעי'ע תמימישע מאסקע פון זאגן אז מ'האט באקומען בריוון פון ספרדים און אשכנזים אין ארץ ישראל, וואס ווייזט זיך ארויס צו זיין די צעטל פונעם עדה, איז ליגנט און טיפשות ביינאנזאם). ער זוכט אויך קלאר זיך אפצושאקלען פון גדולי ארץ ישראל, און דערפאר רוקט ער אריין דעם "זיידן" בעל משנת ר' אהרן (נישט געוואוסט אז דער ליטוואק רעדט שוין חסידישע סטיל "דער זיידע") וואס האט געהאט אייגענע דעות נגד דעת גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זיך מאכנדיג אומוויסנדיג פון קרית יואלער רבי'ס ענטפער דערויף, און בעיקר פונעם פאקט אז ר' אהרן קאטלער איז געווען גדול הדור בשעתו - א זאך וואס ר' מלכיאל איז ניששששששט!


ר' אהרן שעכטער כבודו במקומו עומד, אבער כ'האב נאך אזא נערוועזע מענטש ניט געזען אין מיין לעבן. כ'מיין, יעדע מינוט נערוועז און מיט טענות אויף א צווייטן. ס'זעט אויס ווי ער איז געקומען מיט א לשם יחוד פארדעם מקיים צו זיין קנאות כדבעי, נישט לאזנדיג מענטשן קומען צום ווארט (סאך ערגער ווי קרית יואלע רבי), און מיט א החלטה אז מ'מוז ארויסקומען פון די עצרת בחרב ובחנית, א זאך וואס איז אים נישט געלונגען.


די ערגסטע זענען די צוויי "בעלי אמת" עסקנים וואס דער פארשעי'ער האט אהערגעשלעפט, וואס האבן געזאגט גראבע ליגנטס און פרעכע העלמות פאדרייענדיג פאקטן אז ס'זאל שטימען מיט זייער אגענדע.



די איבעריגע ציטוטים און הגדרות פון מיין ערשטע מהדורה, זענען אפטמאל נישט געווען אין פלאץ, ווען זיי האבן נישט געזאגט פונקט די ווערטער וואס זענען ציטירט געווארן, על כן יהיו נא בעיניכם כאילו לא הייתי פורטם, וחוזרני בי ומודה ועוזב ירוחם. (ווען מ'צאלט מיר, וואלט איך איבערגעמאכט א מהדורה שניה פון פונקטליכע ציטירונגען און מיין חוו"ד, אבער כ'האב מער נישט קיין צייט עס צו טון בחינם...)



איך אפעליר פארט אז יעדער זאל איבערליינען די גאנצע טראנסקריפט וואס דיףף ברענגט פריער, וואס דארט קען זיך יעדער איבערצייגן אין אלץ וואס כ'האב דא געשריבן, און ס'לאזט נישט איבער קיין פלאץ פאר ספיקות.

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 4:23 pm

· #378278
נישט איך בין דער ר"י
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/378269">viewtopic.php?f=3&t=11619&p=378269#p378269</a><!-- l -->

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 4:55 pm

· #378280
סאטמאר רב זצ''ל האבן די לינקע קיינמאל חושד געווען אפי' בטעות אז ער איז אויף זיין
נישט אמת, האסטם געקענט

אישתישבי » פרייטאג יולי 7, 2017 4:56 pm

· #378281
די קאסאנער חברה זענען זייער צוקריגט מיט סאטמאר שוין צענליגע יאר, עפעס א מעשה מיט א שחיטה.

מאכט נישט אויס, עס איז געוועהן א נארישער אסיפה וואס ר' מלכיאל קאטלער האט צוזאמען געשלעפט מיט ריינע מחשבות פין דעקלערן אלעגענס מיט ר' שמואל אוירבאך, און איינער האט אויסגעניצט די געלעגענהייט און געברענגט א שונא מוחלט פין ר' אהרן, עמרם טייטלבוים, וואס ווי ר' אהרן אליין זאגט אים אז ער גיבט אים רשות צו ווארפען וועלכע פאשקעוויל ער וויל אויף אים זעלבסט, און געברענגט די קאסאנער חברה וואס זענען זיינע שונאים פין יארען, מיט אפאר ליטווישע גדולים וואס ר' אהרן פראבירט זיך מיט זיי צו האלטען גוט.

ר' מלכיאל האט זיכער נישט געהאט קיין איינונג וואס ער טרעט דא אריין, קען זיין ער פארשטייט נאך אלץ נישט. דער איינציגסטער צוויי חכמים וואס האבען פארשטאנען די מצב איז געוועהן רמ"ד מבאבוב 45 וואס האט געהאט שכל צו זיין שטיל און נישט רעדען קיין ווארט צווישען די הררים התלוים בטפשות, און ר' יחזקאל ראטה וואס האט תופס געוועהן און געמאכט פליטה.

די אנדערע ליטווישע ראש ישיבות קען מען נישט האבען קיין טענות, ווייל זיצנדיג דארט האבען זיי אפילו נישט געוויסט וואס געשעהט דא, נאר געמיינט אז דא איז טאקע דא א מחלוקת במציאות וואס גייט פאר אין ארץ ישראל און פראבירט צו מאכען קאפ און וויידעל פין דער מצב.

די קאסאנער זענען באמת נישט קיין מענטשען, דא איז דער פלאץ נו נעמען פליקען ר' אהרן? זייט ווען זענען די קאסאנער קנאים בכלל? און האסט טאקע געמיינט אז כלל ישראל פארלאזט זיך פלוצים אויף קאסאן? העללו קאסאנער, ביסט טאקע א וואוילע איד, מיט אפשר צוויי דריי הונדרעט חסידים ימים נוראים, אבער עס מיינט נישט אז די ברויך'סט אויסניצען דער געלעגענהייט פאר דער שנאה ישינה.

שוין פאפא רב, כבודו במקומו מונח, יא גרייט צו גיין קיין פאנאוויזש האלטען א רעדע צו נישט, איז גראדע אינטרעסאנט אז ער האט נישט אריין געטרויטען אין די צואה ברשות הרבים.

און אויף ר' אהרן קען מען זאגען, אז גארנישט איז נתחדש געווארען כלפי אים אין דער אסיפה, ער רעדט אייביג וואס ליגט אים אויף דער לונג, און ער איז א דאמאנירער.

אבער, די אמת איז, אז סאטמאר וואלט יא געברויכט מאכען א בירור וועגען דער גיוס מיט די פארשאלטענער ציונים, כ'ווייס אז עס זעהט אויס גוט אז ר' אהרן רעדט פלוצלינג ראציאנאל, און פארשידענע חכמי הקאווע קענען זיך איינרעדען אז משיח איז דא, פיינאלי רעדט א רבי קעגען די געוועהנליכע בולשיט וואס חריידיזים ברענגט אפיר, דא איז אבער דא א פראבלעם, ווייל איינמאל ז"ל האט עס קונה געוועהן, קען ער נישט זיין א קנאי בענין זה. אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.

diff » פרייטאג יולי 7, 2017 5:01 pm

· #378282
יהרג ואל יגיוס איז ראצינאל?

איש את רעהו » פרייטאג יולי 7, 2017 6:07 pm

· #378284
אישתישבי


אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.


וועלכע שרץ איז טהור געווארן ווען מהרא האט געטייטעלט צו פרוש אייכלער ליצמאן וכו' אז זיי זענען שולדיג אינעם צרה, און מען טאר מיט זיי נישט זיצען,
וועלכע קריכעדיגס איז ריין געווארן, ווען ער האט געזאגט אז ס'יהרג ואל יעבור, און אלע מגייסים האבן אויף זיך א הארבע זינד מיטן מחטיא זיין אידן.

....
..
@ארי נוהם לשטותך פארוואס נאר אין 12 גארפילד וועט מען די שבת אויפטרעטן פארן ליינען ? ?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 7, 2017 7:26 pm

· #378289
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך וועלל פארציילן א מעשה. א איד האט אמאל געוואלט נעמען אן איידעם איז ער געקומען אין א ישיבה פארהערן די בחורים. צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן א בחור א גרויסער מיוחס אבער א קנאפער מר בר רב אשי. דער ראש ישיבה איז געקומען צו דעם בחור און האט איהם מודיע געווען אז דער גרויסער גביר איז געקומען נעמען אן איידעם און ער וויל מיט איהם שמועסן אין לערנען. דער בחור האטציך ארומגעזעהן אז ס'איז צרות. האט איהם זיין חבר געגעבן א שנעלע עצה. וואס דיין צוקונפטיגער שווער וועט דיך פרעגן זאלסטו זאגן...אפשר פארקערט"... און געבן א דריי מיט'ן גראבן פינגער. סארי. די מעשה גייט נאך ווייטער. אבער איך קען נישט דעם אויספיהר. אבער לעניננו איז וויכטיג. .."אפשר פארקערט"... עטץ האטץ הנחות קדומות און עטץ זענטץ אנגעגעסן מיט האס און שנאה אויף ר' אהרן. און עטץ קענטץ נישט אדער ווילטץ נישט איינזעהן דעם פשוט'ן אמת...! שנאה מקלקלת את השורה...!

גר ותושב » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:40 pm

· #378320
Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי
איש את רעהו
גאנצל


אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?


יא אלע אינקלאדינג די ליטווישע ראשי הישיבות
📎 IMG_20170708_233914.jpg

גאנצל » זונטאג יולי 9, 2017 8:49 am

· #378339
איש את רעהו
גאנצל


אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.



און יעדער וואס זאגט דעם מציאות ווערט דאך א בעלזער..........

גאנצל » זונטאג יולי 9, 2017 8:55 am

· #378340
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר ברענגט איר צו די גזירה פון די לעצטע 70 יאר ווי די רבנים פון א"י זענען נישט מיטגעשטאנען ????

איך רעד נישט השקפה ווי נעמען געלט גיין צו בחירות וכדו'

איך רעד א גזירה ווי גיוס בנות חיטוטי שכבי וכדו'

אלע גזירות זענען זיי מיטגעשטאנען

וואס דיינע עלטערע זענען נאר נישט מודה........

גאנצל » זונטאג יולי 9, 2017 8:56 am

· #378341
איש את רעהו
אישתישבי


אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.


וועלכע שרץ איז טהור געווארן ווען מהרא האט געטייטעלט צו פרוש אייכלער ליצמאן וכו' אז זיי זענען שולדיג אינעם צרה, און מען טאר מיט זיי נישט זיצען,
וועלכע קריכעדיגס איז ריין געווארן, ווען ער האט געזאגט אז ס'יהרג ואל יעבור, און אלע מגייסים האבן אויף זיך א הארבע זינד מיטן מחטיא זיין אידן.

....
..
@ארי נוהם לשטותך פארוואס נאר אין 12 גארפילד וועט מען די שבת אויפטרעטן פארן ליינען ? ?


איך קען נישט ענדיגן לאכן ווי זוי די פארלוירענע נעמען א מודעה פאר זייער נצחון נאך פאר וואס ווען ווי

אישתישבי » זונטאג יולי 9, 2017 1:43 pm

· #378368
פאר די וואס פרעגען וועלכע שרץ אדער קריכידיגס ר' אהרן האט מתיר געווען.

דער סאטמארער שרץ וואס הייסט ציונות, וואס סאטמאר האקט שוין אויף ציונות פין געבורט, און קוקט נישט צו מען גייט אויפטוהן אדער נישט, דער ראציאנאל האט קיינמאל נישט עקזיסטירט, און יעצט מיטאמאל איז מען דן בכובד ראש צו יא צו ניין.

איך אויך » זונטאג יולי 9, 2017 1:47 pm

· #378370
אה.
בלאט: 1 2