די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
264 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11619
גאנצלאיש את רעהוסמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
כ'האב אנגעהויבן שרייבן וועגן גאנצל'ס הערות
איז געקומען א אוהד לבית בעלז און אויסגעקלארט, אז יא בעלזא פארשטייט דאס אז דעס איז הייליג און טייער
נו, איז דאך שוין אלץ פארענטפערט, וואס דארף מען מער?
מער ווי זאגן אז ר' אהרן איז בעלזא קענט איר נישט
איז דען דא עפעס מער ?
קירוב משפחתית איז א גרויסע פאקטאר און דעטס איט.
יעויי' בספרו של בעל דבר"י פ' יתרו עמוד צ"ג
איש את רעהויעויי' בספרו של בעל דבר"י פ' יתרו עמוד צ"ג
און וואס געהאלטען בעל דבר"י וועגען גיוס. ווילאנג דארף נעמען צו ענטפערן
ער אידאך נישט געווען א קרוב
12 כאן מן הענין לציין שכן היה נהוג אצל אנ"ש במשך כל השנים ותלמידי רביה"ק גם בבני ברק וגם בירושלים התייצבו בלשכת הגיוס של הצבא, וכמו כן כל חברי הבד"ץ אשר נשמתם בגנז"מ ולהבחל"ח חיים אתנו עוד היום עשו כן להם ולבניהם אחריהם בכל דור ודור, וכמו כן הרבנים בארה"ב אשר התגוררו בארה"ק גם עשו או פטור או דיחוי, וכן הורה רביה"ק זי"ע במשך כל השנים, ונאמנים עלינו עדותו של הרה"ג רבי שלמה יודא הירש שליט"א מו"ץ בירושת"ו כפי שכותב בהקדמת ספרו 'מנחת שי' ששהה אצל רביה"ק ואמר לו שהוא צריך לחזור כבר לארה"ק, יען שיש לו 'דיחוי' והם נתנו לו אישור לצאת רק לג' חדשים, ורבינו ציוה לו לחזור, ואמר לו 'מ'טאר זיך נישט פארטשעפען מיט זיי'. וכן מספר הרה"ח רבי חיים ראטה שליט"א מחברי הנהלת העדה החרדית בירושת"ו שהוא נתלווה לרבו האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל כששהה אצל רביה"ק זי"ע בשנות הכ', ושאל חוות דעתו של רבינו הק' בענין ההתייצבות, ורבינו אמר לו שבשום אופן לא יתגרה בהם, ו שאין יכולים להלחם עם המדינה, אלא להינצל מידיהם האכזריות ע"י התייצבות. וכמו כן נתפרסם לאחרונה מכתב מקורי מיום א' חוקת שנת תשכ"ו לפ"ק מהרה"ח ר' מענדל הכהן גרינבערג שליט"א שכותב להרה"ח רבי ישעי' בלויא בנו של הצדיק רבי עמרם בלויא זצ"ל ובתוה"ד כותב לו: ...אח"כ נכנסתי באותה לילה בשעה 2 ושאלתי אם זה לא בגדר ייהרג ואל יעבור לעמוד לגיוס הציוני, ואדמו"ר שליט"א ענה, שזה הענין לא נמצא בספרו ויואל משה, אז דבק במחשבתו הק' בערך 10 רגעים, עד שענה על זה וזה לשון קדשו: "דער וויין וואס מען טרינקט דארט, און די ברויט וואס מען עסט דארט, און די וואסער פון די מקוה טהרה דארט, גייט אויך אריין אין דעם גדר פון יהרג ואל יעבור, רק שאין ברירה אחרת וזה מתוך אונס, ממילא אם עושים פעם אחת, זאת אומרת שמתייצבים לגיוס אז פוטרים קונטרס "תוכן אסיפת הרבנים" 29 תמוז תשע"ז לפ"ק אותם לעולם ועד, און מען ווערט באפרייט פון אלעמען..." וכן נעתיק כאן סיפור מה שנתפרסם בגליון בקודש חזיתיך (היו"ל ע"י מוסדות יטב לב בארה"ק - שבט תשע"ז) מה שסיפר הרה"ח רבי אליעזר ווייס שליט"א מקרית יואל: "בשנת תשכ"ה בין איך אָנגעקומען צום עלטער וואָס איך האָב מיך שוין געדאַרפט שטעלן צום מיליטער. אין יענע צייטן איז געווען עטליכע אופנים וויאַזוי א בחור האָט זיך געקענט אַרויסדרייען פון מיליטער. אדער דורך זיך איינגעגעבן אַלס "בן ישיבה" אַז מ'בלייבט ביים לערנען אין די ישיבה, אַזוי איז מען באַפרייט געוואָרן, אָבער דאס איז נישט געווען קיין גענצליכע פטור, נאר א דיחוי, דאָס הייסט מ'איז נאָר באַפרייט געוואָרן אויף ווילאַנג מ'בלייבט ביים לערנען. און אַזאַ איינער האָט נישט געקענט גיין אַרבעטן, און אויך נישט אַרויספאָרן פון לאַנד אָן קיין "היתר יציאה". אויך איז געווען אנדערע אופנים וואס מען האט געטון פארשידענע פעולות צו קענען באקומען א גענצליכע פּטור אַלס איינער וועלכער איז נישט פעאיג צו דינען אין מיליטער. אין אַלגעמיין האָבן די היימישע בחורים ארויסגענומען א געהעריגן פטור דורך זיך אנגעבן אלס אומפעאיג צו דינען אין מיליטער. איידער איך בין געגאַנגען מיך שטעלן, האָט מיין טאַטע מיר געהייסן אַז איך זאָל אָנפרעגן ביים רבי'ן זי"ע וועלכע אופן צו טון. ס'איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַזוי לייכט אָנצורופן קיין אויסלאַנד דורכ'ן טעלפאָן. האָב איך געשריבן א בריוו צו איינעם, וואָס יענער האָט מיר צוריקגעשיקט די תשובה פון רבי'ן זי"ע. דער רבי האָט געענטפערט: "ביי זיי (די ציונים) איז דען דאָ נאָך א גרעסערער נאַר ווי א בחור וואָס לערנט אין ישיבה?"... דער רבי האָט געוואונטשן הצלחה.
דער היתר פון "רק שאין ברירה אחרת וזה מתוך אונס" קען מען נוצען אפי אויב דארף מגיין אין מיליטער גופא
ממוז דאך נישט גיין און מקוה.אדער זיך אנעסען
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
און גייען אין בחירות אויך.
דאס איז פשוט פאר יעדער בעל דעת אז דער בעל ויואל משה האט אנגעהאלטען דער לאזונג פון סענדער דייטש "פאר בהמות גיבט מען שטרוי". ער האט געוואוסט אז אן בחירות וועט מען נישט קענען לעבען אלץ איד אין א"י, און די געלט פון חו"ל דעקט נישט איין טאג פון לערנען אין א"י, און נאר מיט אלטמאדישע השתדלות און גייען פועל׳ן ביי די ציונים, פשרות אויף מינדערוויכטיגע זאכען צו עררייכען די אמת׳ער וויכטיגקייטען ועוד, איז עס שייך עפעס אויפצוטוהן. נאר ער האט געהאלטען אז איינער דארף שרייען פונדערויסען. ווען נישט דאס, איז ער א גרעסערע מופרך ווי סיי וועמען. נאר די בהמות די שטרוי עסערס קייען ווידער די זעלבע שטרוי וואס מ׳האט זיי געגעבען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און די אימפעריע וואס מהאט געבויט אויף ציונים רוקען. יעדער דרשה האט געברענגט נאך א מנין. מענשען ליבען שמוץ
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
איך מוז מודה זיין אז מהר״א איז ארויס געקומען א געווינער פונעם אסיפת רבנים...ווייל יעצט איז שאולזאון אויף זיין זייט...
איש את רעהוגאנצלאיש את רעהוסמבטיוןאדערווייל האט קיינער נישט גענפערט אויף גאנצעל'ס פראגעס, ער האט דארט שטארקע נקודות. און אין מיין אפיניען איז ער הייליג גערעכט.
כ'האב אנגעהויבן שרייבן וועגן גאנצל'ס הערות
איז געקומען א אוהד לבית בעלז און אויסגעקלארט, אז יא בעלזא פארשטייט דאס אז דעס איז הייליג און טייער
נו, איז דאך שוין אלץ פארענטפערט, וואס דארף מען מער?
מער ווי זאגן אז ר' אהרן איז בעלזא קענט איר נישט
איז דען דא עפעס מער ?
קירוב משפחתית איז א גרויסע פאקטאר און דעטס איט.
יעויי' בספרו של בעל דבר"י פ' יתרו עמוד צ"ג
איך וויייס דען נישט אז עס איז נישטא מער...............
עס איז קיינמעאל געווען מער ..........
עשיו שומא לאהרן און דעטס איט
עשיו שומא לאהרן שטייט נישט אינעם דבר"י
דארט שטייט דברים יסודיים, לערן עס אפ.
טייערע פריינד מ'רעד שוין א וואך צייט פון א אסיפה אין מאנסי, צווישען רבנים, אדמורים, וראשי ישיבות, ועסקנים, וואס טוט זיך דא וואס איז געווען וואס איז ארויסגעקומען? איך וויל דא געבען א קורצע אנאליז ווי איך פארשטיי דאס, וכל אשר יכול להוסיף לברר הדברים תודה למפרע!
עס איז קלאר אז די מארגנים האבן געהאט א אגאנדע צו ארויסברענגען ווי שטארק און ווי ביטער די גזירה איז!
עס איז קלאר אז אלע המדברים חוץ פאפא וסאטמאר זענען מיטגשטאנען אז ס'איז א גזירה מ'מוז טוען פון אמעירקע ככל אשר ביכלתנו!
באבוב 45 און הרב קנריק פון פיקסקיל און הרב ליכטענשטיין נכד הג"ר יאשע בער און הרב יוסף רפול פון עטרת תורה האבען בכלל נישט גרעדט, ווייס איך נישט זייער דעה,
ווי אויך הרב חיים הערש מסאטמאר ירושלים וואס יעדער ווייסט זיין דעה איז נישט נוגע צום אנאליז,
וואס פאפא רבי האט געזאגט ווייס איך נאכנישט, אבער סאטמאר מהר"א איז געווען זייער פרייליך מיט זיין הערה... הנוגע להמציאות צו ס'דא אגזירה אדער נישט קען מען נישט ארויס האבען פון די קאמטארען פון פאפא רבי'ן,
אנאנים רב ובנו הרב הצעיר זענען געווען זייער שארף לענין הגיוס
הגר"א שכטער ר"י חיים בערלין זייער געקאכט, א גאנצע צייט ממש ווי א קנאי וואס האט געזאגט ממעג רעדן לשון הרע אויף זיי זיי נעמען געלט זענען זיי משוחד דברים נוראים וואס פאסט נישט פאר קיין חבר מעוצות גדולי תורה!
הגר"מ קוטלער שליט"א ר"י במ"ג לייקוואד פותח ויו"ר האסיפה, זאגט אז די גדולי הראשי ישיבות בארץ ישראל שרייען געוואלד ס'טויג נישט און די צווי ראשי ישיבות וואס האבען געשריבען די בריעף האבען חוזר געווען אחר המכתב מעו"ד, און ער ברענגט ראיות אז אלע מאל האט מען געשריגען פון אמעירקע אזוי האפט מען אויף ארץ ישראל וועט זיך אויפוועקען דברי קנאות בגדול!
מיט די זעלבע גייט מיט הגרא"ב וואכטפויגעל, ער דארף 100 חתימות פון אמעריקע וועט דאס אויפשטרועמן ארץ ישראל
הגר"ח פלאהר, זאגט ביי גיוס בנות נאר נאך די מחאות פון אמעירקע האט ארץ ישראל זיך אויפגעוועקט ס'נישט געניק א יום תפלה לויט די בקשה פון הגר"ד שוסטאל נאר מ'דארף אויכעט טוען בפועל שרייען פארפירען הישמע כזאת?
הגר"ד שוסטאל, איז למעשה די ווייכעסטע נאר א תפלה צום בוכ"ע מען זאל נישט שטערען פון ארץ ישראל וכו' עפעס א פחד פון וואס ווייסט ווער?
אדמורי קאסאן, האט אויפגעפלאקערט די קנאות פון קאסאן, און שרייען מ'דארף מוחה זיין, און פונקט ווי דער ויואל משה האט געשריבען אן זיך רעכנען מיט די דעה פון ארץ ישראל, דארף מען שרייען, יהרג ואל יעבור חזיר טרייף, ס'איז געניק אז די עדה החרדית אשכנזים והספרדים האבען זיך געוואנדען צו אונז מען דארף נישט מער! מדארף שרייען און זאגען, מדארף טוען אפי' ווען מאיז נישט זיכער מיט א אויפטהו!
ביז א הער איז שוין געניק א חידוש פון א מערכה די ליטאים וגדולי אגודה זענען אזוי שטארק און שארף,
די גרעסטע פלא פון די אסיפה איז נישט אנדערשט ווי דער באוויסטער זאגער און ברייטער רעדנער, וואס האט אטאקירט בימים ההם אין זיבעטען ריף עלטערע און גרעסערע, ער האט געהאט אמאל א ציירי און אמאל א סגל, און ווער עס פארשטייט פארשטייט! געזאגט פראזען אויף קרובי משפחה ווי פארפעשנאל מ.. אדער עפרא לפ.. אויף אמאל פאדערט ער צו שרייען נאר ווען מ'הערט... ער איז מענטשליך געווארען?
און אצינד האט ער קרובי משפחה וואס מ'קען זיי נישט ווי טוען נאר לכל היותר מ'קען נאר מאכן א אפוינטמענט און קריגען א אינוויטעשאן און דאן אראפפארען מסביר זיין מיט א גיטען הסבר די גרויסע פראבלעם אנדעם איז א שאד דאס איז די מציאות... זאלט איר אבער נישט מיינען איין מיניט אז דער רעדנער און זאגער זאגט נישט אריין פאר אזא שייגעץ ווי עמרם טייטלבוים א פסוק ברבים! דאנט ווארי, ער כאפט יא פיין אריין וועגען זאכען וואס איז קיינמאל נישט גובע עדות געווען אבער עמרם טייטלבוים היתר דמו ודם זרעותיו! פון ווי נעמט זיך דאם ווארט סיקריק? פון די כלי? אה די אלטע כלי וואס מ'קיקט נאך די וועטער אין אריזאנע? יא אז מ'רעדט שוין יא וועגען די ווייצלעך, וועגען וווייץ מעג מען זאגען אפי' קיינעם אינטערסירט דאס נישט ווי אויך די וואלווע קאוקא! אבער חס ושלום נישט וועגען גיוס ! וויילס איז א שאד צו רעדען א זאך וואס גער לאזט נישט אדער בעלזא דאס איז א מציאות !
סאטמאר פלעגט מאכען מחאות נאר וואס יעדר האט פארשטאנען זייער מחאה? וואס? סאטמאר קען נאר, ווען גער וויזניץ בעלזא שטייט מיט.. וואס?
ממעג אנשרייען און סקאנמאק סטריט פאר 50 בחורים פון שיעור ג' און אראפ רייסען הגאון רבי שמואל אוירבאך מיט אלע זלזולים והשמצות וואס איז זיינע עבירה אפשר קענט איר מיר זאגען? סך הכל ער הייסט זיך נישט שטעלען? דערפאר איז ער חייב וואס? מקען נישט און קרית יואל קויפען מער קיין לאקשען אלץ וועגען הרב אוירבאך האט זיך מגייר געווען? האט מען שוין גהערט אמאל אראפרייסען א ת"ח ווייל ער ווערט פרומער?
אפשר דאס איז די עבירה פון דעים הרב אוירבאך ער האט נישט געלאזט זיין טאטען הגרש"ז אוירבאך מתיר זיין די פאבליק סקול אין קרית יואל אה! דאס איז שוין א רויט ליין עים דארף מען געבען אין קאף אריין!
אבער גיוס חס ושלום מ'קען דיך נישט מבזה זיין רבנים ותלמידי חכמים, ווער נאך האט אזוי ליב תורה ווי די אהבת קדומים און תורתך שעשיעי ויסוד איתן וכו' ווער איז דער ערשטער וואס יעדער מאכט נאכ? און רבותי דא איז ער נאך די גאנצע אסיפה אויך דער ערשטער וואס שרייבט וואס קאסאן וועט הייסען אבער עמרם טייטלבוים מיט שמואל אוריבאך דארף מען געבען אין זיבטען ריף ובפניהם כדרך התורה נלך!
על כל פנים מכל הנ"ל איינער וואס איז נישט געווען צו קיין ליניע איז ער געווען פון א הכחשה אין די מציאות ביז א בריעף יהרג ואל יעבור.. ועוד חזון למועד
פארמעקט
פארמעקט
פארמעקט
ימים ידברו: איך גיי נישט מגיב זיין אויף דיין גאנצן מאמר. ווייל ס'זענען אלץ דברים ידועים. וואס מ'האט שוין איבערגעקייעט כמעט א מיליאן מאל. נאר אויף איין סענטענס וועל איך יא מגיב זיין. דו זאגסט בתוך הדברים..."וואס איז דען רב אויערבאך'ס חטא?! אז ער לאזט נישט די בחורים שטעללן זיך"...!
האלאו. דאס איז דאך די צענטראלע פראבלעים. דאס איז דאך גורם די גאנצע סומאטוכע. ער לאזט נישט די בחורים זיך שטעללן צום לשכת הגיוס. און נאכדעים גייט ער ארויס שרייען אין אלע גאסן...קוקטץ. מ'האטציך פארלייגט אויף די בחורים. מ'ארעסטירט זיי. אוי וויי. ס'דא א גזירת הגיוס. און ר' אהרן טייטלבוים שליט"א זאגט בבחינת ..."בראתי יצר הרע. בראתי טבלין כנגדו"......! ס'איז טאקע דא א גזירת גיוס. ס'איז אבער דא א נארמאלע וועג וויאזוי עס בייצוקומען.
..."מה תצעק אלי. דבר אל בני ישראל ויסעו"...! פסיק רישא ולא ימות...?!
נ.ב.: איך האב דא צוזאמגעברענגט פסוקים און מאמרי חז"ל. ס'וואלט געווען א גוטע פורים תורה... 😂
טייערע מגיב כבוד ר' בערל בעל עגלה שליט"א איך הער דיין פראגע און צו דיך מוז מען רעדען דברים כדברונות איינמאל פאר אלע מאל זאלסט פארשטיין די אנגענימנע דרכי מלחמה מימות חז"ל,
אין חז"ל שטייט ס'דא שלוש חמירות וואס איז יהרג ואל יעבור, אבער בשעת השמד דארף מען אפי' אויף א מנהג ישראל, פארוואס ווייל ווען עומדים עלינו לכלותינו די עצה פראקט'יש תורה'דיג איז יעצט מלחמה עד הסוף עד קצה האחרון אפי' אויף נאר א מנהג ישראל.
אזוי איז באוויסט די מיינוג פון גרויסען חפץ חיים ווען אין רוסלאנד האט זיך אויפגשטעלט באנדעס פון אפיקורסים אז מיט זיי דארף מען גיין אין א מלחמה כבידה, דער חפץ חיים האט געזאגט עטליכע וואלטן געשטראבען אבער מוואלט אבער געזיגט די מלחמה!
דאס איז געווען די וועג בשעת השמד!
אצינד הרב שמואל אורבאך שליט"א דארף נישט מיין הסכמה, איך האב אים קיינמאל נישט געזעהן, אבער זיין מיינוג איז ווי ער האט מקבל געווען פון הרב שך זצ"ל, אז אויף די ענין פון גיוס בני ישיבות דארף מען גיין עד הסוף, נו הרב שטיינמאן ודעימי' האלט נישט אזוי, זיי האלטען פון פשרות דאס איז א דעבאטע, אבער די דרכי מלחמה איז ווי הרב אורבאך ווי דערמאנט פריער!
יעצט איז אזוי! ס'איז באווויסט די משכילים אין בריסק האבען חוזק געמאכט פון א אידישע מלחמה ווי מ'זעהט רבי עקיבא אייגער מיט רבי יאשע בער מיט מקוה, און גארטעל, גיין אין מלחמה קעגין טאנקען מיט א מילטער יעדר ווייסט דער מעשה, און רבי חיים האט אויסגעפירט די צובראכנע אידלך האבען געווינען די קריג!
ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען גאנץ יהדות החרדיות שטעלט זיך נישט צום לשכת הגיוס, לאור די נייע געזעץ וואלט בטל געווארען די געזעץ! קומט אהער א סאטמאר רבי וואס ווייסט פונקטליך ווי אזוי מ'האט געטהון און ארישיעווע און קראלע און אזוי אויכעט און ברוקלין , אלעס ווייסט ער, און ער האט נישט קיין אנדערע מיסיע נאר אינטערראסען איינמאל און נאכאמאל דעם אורבאך פארן טהון לויט די מסורה וואס ער האט גהערט פון הרב שך און פון ראדין פון חז"ל, און שרייט ארויס מיט א באסיווע שטימע דאס איז דער פראבלעם! וואס איז דער פראבלעם פונקטליך!
ובנוגע דעת רבינו הדברי יואל מסאטמאר לגבי שטעלען האב איך געפרעגט עטליכע תלמידים דרי ארץ ישראל, די רבי האט נישט געוואלט ענטפרין בדווקא א דבר ברור, אבער זיכער האט ער נישט געהאלטען פון א דיחוי, ער האט אויב עפעס מסכים געווען צו נעמען א פטור, ווי אזוי האט זיך געפירט סאטמאר און ירושלים עד היום הזה, און בני ברק ביז מ'האט משנה געווען לעצטנעס להוראות המהר"א מסאטמאר ,
איז אזוי אז מאיז יעצט משנה פון פטור לדיחוי דאס מיינט אז מ'ווייסט נישט קיין דרכי מלחמה דאס מיינט מ'געט זיך אינטער למפשרים דאס איז נישט קיין דרך מלחמה, איז אויב קאליע געמאכט די מערכה האט מען דא ביי די סיקריקים און בני ברק וואס ווייסען גיט דרכי טעראר קעגין מענטשין, קעגין רבנים, קעגין אייגענע רבי'ס, אבער נישט קעגין הרב שטיינמאן נישט קעגין גער וויזנץ בעלזא, גראדע וויזניץ יא ווען הרח"צ מייזליש מאכט חתונה...
דערפאר נאכאמאל די אלע ארפגיין פון די אלטע וועג, נאך די אסיפה איז
א' מדארף יעצט מער לוחם זיין מיט די לשכת הגיוס על כל פנים נישט ווייניגער ד"מ בלייבען ביים פטור נישט גיין שוואכער און זאגען נעמען א דיחוי
ב' מדארף זיך נישט רעכנען מיט גדולי אגודה ובפרט א סאטמאר רב דארף זאגען זיין מיינוג נגד כל העולם ואפי' נגד המציאות ווייל מדארף טהון נישט אויפטהון
ג' מדארף שטיצען יעדע רעכטע וועג נישט אינטערראסען ובפרט הרב אורבאך שליט"א
ד' מדארף נישט מאכען א נייע מציאות אז די חברי כנסת זענען שילדג און נישט די גדולים ווען די ח"כ זאגען און די גדולים זאגען אז דאס איז איינס
וואס האט הרב שך געזאגט? ווען? צו וועמען?
איין מקור איז פארהאנען אז הרב שך האט געזאגט אז מ'דארף זיך שלאגען אז מענטשען וואס זענען נישט 'תורתם אומנותם' זאלען נישט גייען אין מיליטער?
עס איז דא א בריעף און מכתבים ומאמרים פון הרב שך זצ"ל, אז אויב ס'וועט זיין א געזעץ וועגען גיוס בני יישבות וועט מען דארפן אראפגיין פון ארץ ישראל, ווייל מיט די געזעץ קען מען נישט עקזעסטירען אין די מדינה, ד"מ מ'דארף זיך שלאגען און ס'דא דרשות ווי הרב שך פארפירט וועגען דעם הידוע לכל תלמידיו ומעריציו, איך וועל עס נאכקוקען בלי נדר און ברענגען די מראי מקומות אבער סאיז הינדרעט פראצענט דרכו של הרב שך און דעס וואס מחזרט איבער וועגען מי שאינו תורתו אמונתו איז א אויסגעבלאזנע שקר פון המבשר ועוד וואס די מציאות איז געווען אנדערשט וכ"ש די זמנים און די מעשה ואין להביא ראי' מזה בכלל
הייסט'ס אז הרב שך האט געהאלטען אז ווען ישיבה בחורים ווערען נישט פטור פון מיליטער, קען מען נישט לעבען אין מדינת ישראל. וואס האט דאס מיט די וואס זענען נישט קיין ישיבה בחורים? פארוואס דארף מען איבערחזר'ן די זעלבע טענות? אלץ איז שוין אויסגעשריבען אין הונדרעטער פלעצער.
קוק
דא פאר אלע דאקומענטען.
@ימים ידברו איז בעצם דא פאר חזרה אלע אלטע אויסגעדראשענע זאכן דא אין שטובל הייבט ער יעצט אן ווי פונדאסניי
אויב איך מעג א מינוט פארדרייען צו א זייטיגן נושא,
פאר מיר איז איינע פון די "פאנטש ליינ'ס" געווען, ווי מהר"א רעגט זיך ערגעץ אינמיטן די אסיפה אז די סיקריקים האבן אן אגענדע, און אויב טוט מען נישט פונקטליך ווי זיי ווילן, הייבט מען אן מיט טעראר, כדי מען זאל ברעכן די וואס שטעלן זיך נישט צו...
איז אזוי,
איך מיין אז די סיקריקים האבן זיך געהאט פון וואו צו לערנען, סאטמאר האט דאך אייביג גענוצט דעם דרך, ופוק חזי וואס טוט זיך היינט מיט די טעכנאלאגיע תקנות וואס ווערט הארבער און שטרענגער פון טאג צו טאג, און ווי מ'טעראריזירט ווער עס גייט נישט אין שפאן.
ד.ה. ווילאנג דו פייניגסט יענעם איז אלעס פיין און וואויל, דו מעגסט דאך, דו מיינסט דאך נאר "לשם שמים" (לשיטתך), משא"כ ווען דו ליידסט פון יענעם און מען גיבט דיר צו פארזוכן פון דיין אייגענעם מעדעצין (וואס איז לשיטתם אויכעט נאר לשם שמים) הייבסטו אן צו שרייען אז ס'ציפט.
אפשר מאכסטו דיר אליינס א מוסר השכל, און הער אויף מיט די מהלך!
עפעס דרייט זיך ארום א בריוו פון ח"כ מאיר פרוש איבער די אסיפה.
עס איז קיין ספק אז פרוש איז א שקרן, ס'איז נאר אינטרעסאנט צו זעהן וואס דער שקרן שרייבט.
בריוו פון מאיר פרוש
בריוו פון מאיר פרוש
📎 בריוו פון מאיר פרוש.pdf
Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
*קליפ של כל האסיפה במונסי*
לינק צו קלארערער רעזלוציע:
<a class="postlink" href="https://wetransfer.com/downloads/bc09144a532a7dbc9ed8de807b91714c20170705223801/c190964895819c8595134cc8505b5cf820170705223801/d1910e">https://wetransfer.com/downloads/bc0914 ... 801/d1910e</a>
זוכערעפעס דרייט זיך ארום א בריוו פון ח"כ מאיר פרוש איבער די אסיפה.
עס איז קיין ספק אז פרוש איז א שקרן, ס'איז נאר אינטרעסאנט צו זעהן וואס דער שקרן שרייבט.
אויב אזוי מוז זיין אז דו ביסט א שקרן
מיר איז געווען אינטערעסאנט ווי מר"א האט זיך געהאט אנגעגרייט א גוטע זשאוק וועגן פרעזידענט טראמפ ווי ער רופט די פרעמיער פון א"י. און איין וועגס האט ער שוין געוואלט חוזק מאכן פון די עצרת. דער חכם כאפט אבער נישט אז זיין משמרת חומותיך וואס ווערט געפירט דורך הירצקא צוויבל מיט לאוב און ש"ש טעלער זענען געווען די וואס האבן געהייסן שרייבן בריוון צו פרעזידענט טראמפ. דאס איז געהאנגן אין די ארונישע שולן און געווען אין זייער טעגליכע צעטל - גוט מארגן.
איך וויל בשו"א נישט מטריח זיין מיט חזרה נאר עטליכע ווערטער פאר דער וואס ווער עס ווייסט נישט,
הרב שך האט געזאגט קלאר אז סוועט זיין א געזעץ פון גיוס בני ישיבות ד"מ אזא געזעץ ווי חוק הגיוס המתוקן... וווייל בעפאר די תקופה איז קיינמאל נישט געווען אזא געזעץ וכו' אלע געזעצען ביז יעצט איז געווען קלאר אז בן ישיבה איז פריי דורך א דיחיו אדער א פטור אכ"ז האט סאטמאר תוד"א והקנאים גענימען נאר א פטור וכו' קיינמאל נישט קיין דיחיו און דער פשט איז א דיחיו זאגט בעצם גיי איך און מיליטער איך בין עס מדחה א פטור מיינט איך וויל נישט דינען און דאס איז געווען שיטת סאטמאר אז א איד טאר נישט דינען און מיליטער, און מיט דעם וואס סאטמאר נעמט א דיחיו איז א הודאה אז די מיליטער איז כשר נאר איך בין מדחה וכדי בזיון..
די אלע זאכן תורתו אמונתו איז נישט געווען רעלענוועט ווייל די מדינה האט נישט נאכגעקוקט אזוי ווי היינט און סאיז נעריש צו ברענגען א צעטל פון 40 יאר צוריק פון א אנדערע מציאות בכלל,
איך מיז נאך איין זאך מוסיף זיין די חטא פון ע"ט איז ער מאכט חרוב ירושלים מיט מעשים קעגין די הוראה פון דער ראבד שליט"א אדער וכדומה לכך תולדות אהרן, אבער ווער מאכט מער חרוב ווען בית דין זאגט א מוסד וואס נעמט געלט איז אסור און א מנהיג פון חו"ל וואס קען נישט די מציאות און ס'איז בכלל נישט זיין טעיסט שיקט טעלער מיט צוויבעל נישט צוויבעל דער יחסן פון בעלזא נאר צוויבעל פון די פארטאגס שעה'ן וכו' זיי זאלן מסביר זיין דער בית דין וואס זיצט און דן און האט א מהלך לגבי מוסדות וואס נעמן יא אדער נישט און זיי זאגען אז ממעג און ממוז שטיצען א קופמאן דאס צוברעכט נשיט די עדה און ירושלים
אדער מקלינגט אן דער ראבד נישט חתמנן צום כינוס רבבות דאס האלט צוזאם די עדה דאס איז בויען ירושלים ווער וויל נישט לאכען....
פון דער כוואליע פון אותיות זעי איך אז הרב שך האט גארנישט געזאגט לגבי די געזעץ פון נישט לאזען בחורים וואס זענען נישט אין ישיבה פריי פון מיליטער. ייש"כ.
אבער לשיטתם, וויאזוי ווערט א מסורה פון וואס ער האט נישט געזאגט?
ווי אויך וויל איך וויסען וואס האט ארויס פארען פון די מדינה מיט מאכען עצירות'ן? טאמער מ'וויל גייען מיט די פריש געבאקענע 'מסורת', זאלען זיי טאקע פראבירען ארויס צו פארען פון די מדינה ושלום על ישראל.
שיטת סאטמאר איז אז לערנען איז די לעצטע זאך. אדער פטור אדער שווארץ. אויב נישט איז גיי מיליטער און גיי ארבייט.
די היינטיגע האבען געטוישט
ע"ט איז א Nobody אפילו שונאים האט ער ניש
diffע"ט איז א Nobody אפילו שונאים האט ער ניש
כזעה אז בני יואל האט -לאור די אסיפה פאריגע וואך- אים גערופען היינט אויפטרעטען אין חרדים צו די "גרויסע עצרת" אין "ביהמ"ד הגדול" דקהל חרדים.
עפעס א דרשה איבער דעם פסלנות'ן פון פראטעסטן און מחאות דורך שקר.
חותמו של הקב"ה אמת - נישט דורך שקרטשעסטערdiffע"ט איז א Nobody אפילו שונאים האט ער ניש
כזעה אז בני יואל האט -לאור די אסיפה פאריגע וואך- אים גערופען היינט אויפטרעטען אין חרדים צו די "גרויסע עצרת" אין "ביהמ"ד הגדול" דקהל חרדים.
כבר הבאתי מאמר הייט"ל על עדת חנף גלמוד. זיי זענען ניש א קהילה נאר צוזאמגעשטעלטע יחידים
diffשיטת סאטמאר איז אז לערנען איז די לעצטע זאך. אדער פטור אדער שווארץ. אויב נישט איז גיי מיליטער און גיי ארבייט.
די היינטיגע האבען געטוישט
דאס איז לכאורה ווייל מען האט אמאהל נישט געניצט ביטוח לאומי האט מען געמוזט גיין גלייך ארבעטען נאך די חתונה.
סאטמאר האט נישט געהאלטן פון נאר לערנען אפי מיט פראגראמן
קונטרס ימינם ימין שקר נגד הסיקריקים
קונטרס ימינם ימין שקר
התחלת המערכה נגד הסיקריקיםקונטרס ימינם ימין שקר ?
געבענטשט איז דער טאג וואס מ'הייבט אן לוחם זיין קעגן דעם ארגסטן קופה של שרצים הנודע לשמצה די שרעקלכע כת חצופים עושים מעשה אלומים שכמוהם לפניו לא הי' כן ואחריו לא יהי' די סיקריקים הטמאים חוטאים בנפשותם
ברוך שעקר
די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה
גאנצלגעבענטשט איז דער טאג וואס מ'הייבט אן לוחם זיין קעגן דעם ארגסטן קופה של שרצים הנודע לשמצה די שרעקלכע כת חצופים עושים מעשה אלומים שכמוהם לפניו לא הי' כן ואחריו לא יהי' די סיקריקים הטמאים חוטאים בנפשותם
ברוך שעקר
מען הייבט נישט יעצט אן, די וואס דארפן מיט זיי לוחם זיין האבן שוין כמה פעמים לוחם געוועהן מיט זיי, בסך הכל יעצט האבן זיי זיך פאר׳טשעפעט מיט דיין רעבבע ממילא פרייסטו זיך זייער שטארק אז עס איז ארויס געקומען עפעס א נערישע קונטרס... איף דיס מעיקס יאא העפי....
יעצט ארויסגעקומען קעגן סאטמאר רב ???........ אביסל היסטאריע קענסטו שוין אויך נישט
זיי פראבירן אים שוין אפצושלאגן ווי לאנג סאטמאר רב לעבט שוין און עס האט זיי נאך נישט איינגעגעבן
די סיקריקים הטמאים טעראזירן שוין אין נאמען פון תורה יארן וועם זיי ווילן אמאל איז עס דער ברך משה אמאל רבי משה שטערנבוך יעדן צווייטן טאג אויף וועם זיי שמעקט אן דעם רייסן זיי אונטער אויפ'ן ערגסטן אופן
אלנפאלס א נארישע קונטרס איז אויך גענוג בלויז אויפצודעקן זייער טמאנע פרצוף
און אין הכי נמי מ'האף מיר עס וועט ארויסקומען קונטרס נאך קונטרס אויסצושפייען דעם כת פון כלל ישראל
@גאנצל ס'קוקט אויס ווי ביי מהרא איז א שווערע מצב יעצט, אזוי צולאזט און ווילד ווערן נאכן גילוי השיטה החדשה ?
מידעם דרייסדך ארויס פון ענטפערן 6 בלעטער טענות פון קונטרס
פון וועלכע קונטרס רעדט מען?
אלגעמייןקונטרס ימינם ימין שקר
התחלת המערכה נגד הסיקריקיםקונטרס ימינם ימין שקר
diffמידעם דרייסדך ארויס פון ענטפערן 6 בלעטער טענות פון קונטרס
ענטפערן?
מהרא איז געכאפט געווארן רויטהאנטיג, אלץ תשובה צו דעם ווערן זיי אין כעס אויף אנדערע
זאלן זיי פארענטפערן מהרא'ס גאנג.
וואס איז מיט גיין צו ציוניסטישע ערכאות. ניש מיטהאלטן און שטערן הפגנות בא"י וכו
diffוואס איז מיט גיין צו ציוניסטישע ערכאות. ניש מיטהאלטן הפגנות בא"י וכו
כמה וכמה קולמוסין נשתברו עלי' בצימעס
הנידון כאן אודות מי שנתפס רויטהאנטיג בנאמנות לחברי כנסת ולמנהיגיהם וכו'
אויף דעם האבן זיי שוין גענפערט. יעצט זאלט עץ ענפערן דאס. טאקע אפיציעל אזוווי זיי
diffאויף דעם האבן זיי שוין גענפערט.
דערווייל נישט בכתב, נישט בטעלעפאון הערט מען עפעס מסביר זיין וועגן וואס ס'דא די געטריישאפט און נאמנות צו וואס די חברי הכנסת האלטן/טוען
.
דא איז מען אלעס מסביר. קונטרס תוכן האסיפה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/378269">viewtopic.php?f=3&t=11619&p=378269#p378269</a><!-- l -->