☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

241 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11257
בלאט: 1 2 3 4 5

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:33 pm

· #365161
צו אלע בעלזע ניקים, כל אחד בשמו יבורך, איר קענט אלע אויפגעבן אייער האפענונג אז די סאטמורים זאלן איינזעהן דעם אמת! זיי זענען צושטארק One track minded מיטן רביזיכרונוליוורוכו. ׳דער איד׳׳ס פובליצירן די נערישע מוחאה מיינט שוין היינט גארניקס, מיט דרייסיג יאהר צוריק האט מען זיך צוקראצט מיט די נערישקייטן, היינט גייט קיינעם נישט אן וויפל קול קורא׳ס און מחאות איצא גליק לייגט אריין אין זייער טאבלויד, שלאפסט ראוהיג, די וועלט פארט ווייטער... עולם כמנהגו נוהג, די בעלזע גייען שרייען אין כאדונני, און די סאטמערע גייען שרייען מי כמושעני, און שבת אחים גייט שרייען אין כ׳אהבת ישראלנו. א גיטען פורים. זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, צום ווידערזעהן אין ירושלים עיה״ק ביים בעלזער רב׳ס טיש, היות כהאב געהערט (און געזעהן אויף בילדער) אז ער איז א ״גברא רבא״ פאק איך מיך פעק, און איך גרייט מיך צופארן הערן די מגילה ביי מיין נייעם רב זז״ג.
.
דרך אגב, מיט א שיינע פאר יאהר צוריק פאר מ׳האט צוריקגעברענגט ר׳ ישראלטשע קיין וויזניץ, האט איין פורים ר׳ מענדלע מחליט געוועהן אז דער טאטע איז שוין א בא בימים, סאיז העכסט צייט אז ער ״דער הייליגער רב״ זאל שוין ליינען די מגילה און ירשנן דעם טאטען בחייו און באפעסטיגן זיין באזע אלץ דעם טאטענס ריכטיגע ממלא-מקום, און מ׳האט טאקע ארויסגעשטעלט צעטליך אז דער רב וועט ליינען די מגילה דאס יאהר, מה עשה הקב״ה דער שוואגער דער הייליגער בעלזער איז דאך א גיטע חבר (לייען: חבר- אין חודש אדר) מיט זיין יונגערע שוואגער ר׳ מענדלע, און פארן מגילה ליינען רוקט זיך דער בעלזער רב אן פלוצלינג קיין בני ברק אומגעראכטן -ער וויל פשוט הערן די מגילה ליינען פון זיין שווער ווייל ער האט שוין נישט געהערט זיין מגילה ליינען 25 יאהר! און ער בענקט זיך זייער שטארק דערצי, נו נו מ׳האט שנעל געטוישט די פלענער אין וויזניץ, בעלזע ניקים די מעשה איז אמת?.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 11:00 pm

· #365168
שבת אחים
צו אלע בעלזע ניקים, כל אחד בשמו יבורך, איר קענט אלע אויפגעבן אייער האפענונג אז די סאטמורים זאלן איינזעהן דעם אמת!

׳דער איד׳׳ס פובליצירן די נערישע מוחאה מיינט שוין היינט גארניקס, מיט דרייסיג יאהר צוריק האט מען זיך צוקראצט מיט די נערישקייטן, היינט גייט קיינעם נישט אן וויפל קול קורא׳ס און מחאות


בעלזע לייגט נישט טעראר אויף חותמים ווען עס איז נאריש, האדמו"ר רבי ח"י האלבערשטאם האט נישט געוואלט פארזיכען פון די טעראר וואוינענדיג בשכינותם, האט ער זיך ארויסגעדרייט דערפון
נאך רבנים קריגן פון די בעלזא פרעשור
@שבת עס דערקענט זיך ביסט שוין לאנג נישט צווישן אידן, ביי אידן ווען ערנסטע רבנים געבן ארויס א צעטיל איז עס עושה רושם

..
פורימדיגע ארטיקל איבער די וויזיט אין א סאטמארע אויסגאבע📎 belz.jpg
📎 belz2.jpg

בן תימא » פרייטאג מערץ 10, 2017 12:23 am

· #365176
.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 10, 2017 12:42 am

· #365179
[ציטאט אראפגענומען]


.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 10, 2017 2:00 am

· #365187
תורה ומדע
יא איך מוז מסכים זיין מיט אייך. אין תורה איז ער אויך אפשר ברייט ער אבער אין עמקות און מחשבה און אין הנהגת הכלל מיט ארגינעלקייט קומט ער נישט צו לדעתי.
א חלק פונעם פראבלעם היינט איז אז מען מיינט אז א מנהיג דארף זיין מיסטער נייס גיי... אדרבה, ווער עס מאכט אביסעל ריסוירטש זעהט אז שארפקייט און לא תגורו וגו׳ במידה ובמשורה איז אן אינטעגרעל חלק פונעם פעקל פון הנהגת הכלל.

תורה ומדע: איך בין נישט מסכים מיט דיר. היינטיגע צייטן דארפן די רבי'ס יא זיין מר. נייס גאי. מ'רעדט דאך נישט פון די אמאליגע גרויסע אדמורי"ם לבית גור, וועלכע זענען געווען שארף. און דאס איז געווען זייער דרך. אבער אין די היינטיגע וועלט, ווען א רבי זאלל א יעדן אפענטפערן מיט שארפקייט און נעגאטיוויטעט וועט עס דער עולם נישט אננעמען. ודא רזא ד'מחלוקת סאטמאר-קלויזנבורג משנים קדמוניות. א טייל פון עולם האלט אז סאטמאר איז שולדיג אין דעם וואס די קלויזנבורגע קהילה וועלכע איז געווען דא פאר סאטמאר אין וויליאמסבורג, איז איינגעשרינקען. אבער דער אמת איז, אז דער גאון וצדיק קלויזנבורגער רב זצ"ל האט כמעט אייביג ארויסגעוויזן א פנים זועפות פאר רוב פון זיינע חסידים און מתפללים. מסתמא האט ער געהאט זיינע טעמים. אבער דער עולם איז נישט מיטגעשטאנען מיט דעם. לעומת זה, דער גאון וצדיק סאטמאר רב זצ"ל האט אייביג ארויסגעוויזן א פנים שוחקות פאר זיינע מתפללים און חסידים. יעצט איז דאך נאטירליך אז א מענטש וועט גיין דאווענען אין א ביהמ"ד וואו דער רב באגריסט איהם מיט א שמייכל. און נישט פארקערט...!

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 10, 2017 8:09 am

· #365203
[quote="בן תימא[/quote]

@בן ווען יעדער זאל אזוי אפען ארויסשרייבן זייער שנאה און העיט צו דעם אדם גדול, שטיי מיר אביסל בעסער
נאטורליך און אמת'דיג האט אריגינעלע ווערטער, און א קאנווערסעישאן ווערט שנעלער פארשטאנען
דא איז די פראבלעים אז אפאר חברה שפילן מה יפית, און פרובירן צו רעדן ארום און ארום און זאגן נישט ארויס קלאר זייער פוינט.

בן תימא » פרייטאג מערץ 10, 2017 9:23 am

· #365207
דער פראבלעם איז אז כ'בין א סאטמארע תלמיד,...

נאר דער עקלהאפטיגע סאטמערע סיסטעם האט מיר ארויף געפלאקערט, אין דאס איז...

דער חינוך וואס מען געט אין סאטמאר איז גאר עקלדיג אין דאס רעגט מיר אויף גאר שטארק

זייטס אלע געזונט אין שטארק, אין איך גיי יעצט צוריק שלאפן ביי ביי

סמבטיון » פרייטאג מערץ 10, 2017 11:21 am

· #365220
געוואגטע, פון ווי איז די זיכערקייט? יא איך ווייס אויך אז די רב איז געגאנגן הערן די מגילה אין וויזניץ, איך פרעג נאר פון ווי די נעמסט אז די ערשטע חלק וואס שבת האט פארציילט איז אמת?

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 10, 2017 3:35 pm

· #365244
בן תימא


כ'בין א סאטמארע תלמיד,...

די דברי חירוף וזלזול אינעם צדיק וגדול הרב מסאטמאר קוקט אויס ווי א בעלזע סטיל גערעדעכץ

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג מערץ 10, 2017 5:17 pm

· #365248
איש את רעהו
בן תימא


כ'בין א סאטמארע תלמיד,...

די דברי חירוף וזלזול אינעם צדיק וגדול הרב מסאטמאר קוקט אויס ווי א בעלזע סטיל גערעדעכץ


נישט געוויסט אז ווען מען זאגט אז מ'איז א סאטמערע תלמיד איז א דברי חירוף וזלזול אין דער רבי זי''ע ...

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 10, 2017 5:20 pm

· #365249
התם ומתמם עם תמימים
איש את רעהו
בן תימא

כ'בין א סאטמארע תלמיד,...

די דברי חירוף וזלזול אינעם צדיק וגדול הרב מסאטמאר קוקט אויס ווי א בעלזע סטיל גערעדעכץ

נישט געוויסט אז ווען מען זאגט


די הנהלה האט פארמעקט די שפאט רייד פון @בן

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 13, 2017 3:43 pm

· #365337
דער איד האט געלייגט די קול קורא אהן חתימת רבי משה גרין📎 דער איד.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:12 am

· #365414
כ'פארשטיי נישט: די חשוב'ע רבנים האבן אויסגעדרוקט זייער שטארקע בויך ווייטאג (ותרגז בטנם. אפשר איז די טשאלנט וואס די רביצן האט געקאכט אויכעט א ביסל שולדיג אין דעם.) איבער אן עוולה וואס איז לכאורה געשעהן אין די טמא'נע מדינה, דורך אן אדמו"ר וועם מ'האט באווארפן מיט אייער. און וועלכער ווערט פאררעכנט פאר א חלק פון די סיטרא אחרא, מיט וועלכן אונז ערליכע יודן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני האבן ב"ה נישט קיין שייכות. בשעת דא אין אונזער עיר הקדשה ווילי-פעסט זענען דא געניג און נאך עוולות און גראבע עבירות וועלכע ווערן אפגעטון לעיני השמש. ואין פוצה פה ומצפצף. ס'זעהט אויס אז אונזערע חשוב'ע רבנים זענען נאר אלערגיש צו געוויסע ..."עבירות"... און אנדערע עבירות וועלכע ווערן אפגעטון לעיני השמש אויף דעם זאגט נישט דער פסוק..."ותרגז בטנם"...!

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:25 am

· #365421
דער בעל עגלה מיטשעט צו פארשטיין
א אדמו"ר בלבוש החסידות נאכדערצו אין אזא גרויסע לבוש פארטרעט אסאך, און טראגט א שטארקע אחריות אויף זיינע מעשים.
די אדמו"ר זעלבסט האט מיט עטליכע יאר צוריק ערקלערט א חרטה מעמד בעיר סאטמאר, טראגענדיג אחריות אויף זיינע ווערטער פון 35 יאר צוריק.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:49 pm

· #365487
איש את רעהו: נו. איז דאך גוט. פארוואס איז דער איד און דער עולם (זאלונים) להשמיד ולהרוג אויף איהם נאך היינט...?! ס'קען דאך נישט זיין. מ'האט נאר א שייכות מיט איהם. און מ'רעכנט זיך מיט זיין מיינונג נאר להרע. און נישט להיטיב...! ניין איך בין נישט קיין בעלזא'ער חסיד...! איך וויל פשוט פארשטיין. ווען למשל, סאסוב'ער רבי (כ'ווייס נישט צו ס'עקזיסטירט נאך היינט אזא רבי.) זאלל ארויסווייזן התקרבות פאר'ן ציוניסטישן ראש ממשלת הכופרים און איהם אויפנעמען בדרך כבוד. פארשטיי איך די פליאה. און דאס פלאץ מוחה צו זיין בכל תוקף. אבער א רבי און א חסידות וואס מ'האט ארויסגעלייגט מחוץ למחנה היראים והשלמים. וועלכער נעמט געלט פון די טמא'נע מדינה פאר זיינע מוסדות. און ער שיקט פארשטייערס אין טמא'נעם כנסת המינים.וואס איז דען דער חידוש אז ער באגעגנט זיך מיט דעם ראש ממשלת הכופרים. ער איז דאך א חלק פון זיי...!

איך אויך » דינסטאג מערץ 14, 2017 6:17 pm

· #365501
זיכער, עס איז אפילו דא א 'קרית סאסוב'.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 10:46 pm

· #365548
berlbalaguleh


חידוש אז ער באגעגנט זיך מיט דעם ראש ממשלת הכופרים. ער איז דאך א חלק פון זיי...!


נו זאגסטעך שוין דעם תי'.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:16 am

· #365684
איש את רעהו: נו, דארף מען נישט האב קיין שייכות מיט איהם. דאמאלס וואס איז דער חידוש אז ער האט אויפגענומען דעם ראש ממשלת הכופרים ביבי נתן יהוא. ס'איז פונקט אזוי ווי שמואל שלמה טעללער אין בלאט איז אייביג ביזי וואספארא טיפש נתניהו איז.. ר'איז דאך דער ראש ממשלת הכופרים. וואספארא מחותן ביזטו מיט איהם. וואס איז דיר א נפקא מינה צו ער איז א טיפש אדער א חכם...! מילא ווען דו קומסט אויפווייזן וואספארא שייגעץ ער איז, פארשטיי מיר. דאס איז דאך דיין תפקיד...!

היסטאריקער » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:57 pm

· #365738
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
מיינע 2 צענט אלס סאטמארער חסיד.

באגעגענישן מיט ראשי המדינה זענען שוין געווען אסאך מאל, איך רעד שוין נישט פון ליבאוויטשער רבי ז"ל נאר אפילו יצחק שמיר איז געווארן אויפגענומען דורכ׳ן ׳שועת משה מוויזניץ ז"ל, ביבי איז שוין געווען ביי רב שטיינמאן, ביי ר"ח קניעבסקי און נאך, קיין איין מאל איז נישט געווען א ק"ק קעגן זיי, פארקערט דער ראש החותמים איז אפילו געגאגען באזוכן ר"ח נאכ׳ן וויזיט פון רה"מ.
דא רעדט מען אז ער איז געקומען מנחם אבל זיין, נאר געציילטע מענטשן וואלטן אים נישט אויפגענומען, פארוואס איז פונקט יעצט די קו"ק,
נאך מער, פארוואס זענן די אלע חותמים נישט מוחה אויף איינעם וואס ריפט זיך סאטמערער רבי, און ער פארט ארום גאנץ אמעריקע שנארן פאר חינוך עצמאי? דאס איז זיכער א הימעל שרייענדע פירצה וואס דארף אויפשוידערן יעדען סאטמארער חסיד, יעדער (כמעט) האט זיך אנגעפילט א מויל מיט וואסער אנשטאדט לויפט מען ביז בעלז?
אויך איז נישט צום פארשטיין, די הלכה איז אז מ׳ דערמאנט נישט א בעל תשובה עוונות הראשונים, אדמו"ר מבעלז האט געטון כדת וכהלכה, ארויף געשיקט א מנין צום ציון פון רביה"ק זי"ע מפייס זיין וואס אויף דעם איז געווען בעיסט די פריערדיגע קו"ק, וויאזוי ברענגט מען יעצט ארויף אלטע עבירות?
היפאקראסי בתפארתה

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

איש חזון » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 5:21 pm

· #365746
היסטאריקער
אויך איז נישט צום פארשטיין, די הלכה איז אז מ׳ דערמאנט נישט א בעל תשובה עוונות הראשונים, אדמו"ר מבעלז האט געטון כדת וכהלכה, ארויף געשיקט א מנין צום ציון פון רביה"ק זי"ע מפייס זיין וואס אויף דעם איז געווען בעיסט די פריערדיגע קו"ק, וויאזוי ברענגט מען יעצט ארויף אלטע עבירות?
היפאקראסי בתפארתה

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

זעהט זיך אויס אז די חכמים פארשטייען זייער פיין אז דער בעלזער רב האט נישט 'מפייס געווען' (עס זענען נישט דארט געווען קיין מייקס, ודעת לנבון נקל אז זיי האבן נישט געזאגט: רבן של ישראל ביטע זיי מוחל דעם בעלזער רב).
(און פארשטייט זיך אז זיי מיינען צו פליקען אדמו''ר מקרית יואל, צווישן אלע אנדערע חשבונות (לשם שמים כמובן) וואס זיי האבן.)

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 5:33 pm

· #365747
וועלכער אדמור מסטמר זאמעלט געלט פאר חינוך עצמאי?

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:55 pm

· #365762
היסטאריקער
מיינע 2 צענט אלס סאטמארער חסיד. חסיד מהר"א

באגעגענישן מיט ראשי המדינה זענען שוין געווען אסאך מאל, איך רעד שוין נישט פון ליבאוויטשער רבי ז"ל נאר אפילו יצחק שמיר איז געווארן אויפגענומען דורכ׳ן ׳שועת משה מוויזניץ ז"ל, ביבי איז שוין געווען ביי רב שטיינמאן, ביי ר"ח קניעבסקי און נאך, קיין איין מאל איז נישט געווען א ק"ק קעגן זיי
וועלכע פון זיי האבן געשמועסט מיט א ראה"מ איבער השכלה ביכער און חנופה לרשעים

אדמו"ר מבעלז האט געטון כדת וכהלכה
כך הוא דעת היסטאריקער, אנדערע זאגן אנדערש
רש"ש וואס איז פון אייער קהילה האט אויך בדרשתו ערווענט אז די איבערבעטונג איז חוזק.


berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:00 pm

· #365795
היסטאריקער: מיט איין זאך ביניך נישט מסכים צו דיר. דיין קריטיק אויף האדמו"ר ר'ז"ל בענין חינוך העצמאי. ס'קומט איהם א סאך קרעדיט פאר דעם. ווייל ער קוקט נישט אויף קיין שום פאליטישע מאטיוון. און ער מיינט נאר דעם תכלית פון די אידישע קינדער וועלכע קומען אן קיין ארץ ישראל אז זיי זאללן באקומען א אידישן חינוך. און נישט ח"ו אריינפאללן אין די הענט פון די ציונים/חילונים, וועלכע וועללן זיי ח"ו אפשמד'ן. כבימי קדם. און איך זאג דאס אלץ חסיד פון מהר"א שליט"א...!

היסטאריקער » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:08 pm

· #365892
berlbalaguleh
היסטאריקער: מיט איין זאך ביניך נישט מסכים צו דיר. דיין קריטיק אויף האדמו"ר ר'ז"ל בענין חינוך העצמאי. ס'קומט איהם א סאך קרעדיט פאר דעם. ווייל ער קוקט נישט אויף קיין שום פאליטישע מאטיוון. און ער מיינט נאר דעם תכלית פון די אידישע קינדער וועלכע קומען אן קיין ארץ ישראל אז זיי זאללן באקומען א אידישן חינוך. און נישט ח"ו אריינפאללן אין די הענט פון די ציונים/חילונים, וועלכע וועללן זיי ח"ו אפשמד'ן. כבימי קדם. און איך זאג דאס אלץ חסיד פון מהר"א שליט"א...!



אבער ע"פ שיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז עס נישט אוסגעהאלטן

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 5:56 pm

· #365915
היסטאריקער:ס'איז דא וואס צו ענטפערן. אבער איך לאז עס אזוי...!

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:38 pm

· #365934
היסטאריקער
berlbalaguleh




אבער ע"פ שיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז עס נישט אוסגעהאלטן

יש ויש

היסטאריקער » מאנטאג מערץ 20, 2017 2:27 pm

· #366159
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
יש וואס איז אויסגעהאלטן (מהרז"ל) יש וואס איז נישט אויסגעהאלטן (מהר"א)

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:27 pm

· #367328
אריינטראכטענדיג אביסל:
די זעלבע מענטשן וואס האבן גע׳חתמ׳עט און געמאכט פאשקעווילן קעגן הרב שטיינמאן אט די זעלבע מענטשן האבן יעצט געטוהן די זעלבע צום בעלזער. ווער עס וואלט נישט געוואלט זיין און איין שורה מיט די 2 גדולים זאל אויפהייבן א פינגער!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:38 pm

· #367335
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
[ציטאט אראפגענומען]

ווען איך שרייב עס פארלעץ איך א מאמר חז"ל, נאר דו מעגסט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:50 pm

· #367345
איך מיש גארנישט. אלץ זייטיגער צוקוקער קוק איך מיר צו אין זאג וואס איך זע!
חוץ פון דעם וואס איך קוק נישט אהן די בעלזער פאר א יורש פון א חסידות. די גאנצע קאמפעני האט ער געבויעט מיט די 2 הענט!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:11 pm

· #367361
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
הייסט׳ס מ׳האט איינגעזע׳ען אויף א יונגערמאן א וועלטס פארנעם, מ׳האט איהם פארהערט אומעטום, מ׳האט אויף איהם געזע׳ען דערהויבענע מדרגות און דערפאר מחליט געווען זיך צו באהעפטען צו זיין נר"ן אויף צו קענען זיין א חלק פון זיחן נשמה דאצילות?!

ערהאט געירשנ׳ט א פאסט׳ן און דאס אויפגעבויעט ווי ס׳האט איהם געשמעקט. ס׳האט נאך קיינער געהאט א הו"א אז דא רעדט זיך דער אויבישטער צו דער תורה, נאר כבוד בית בעלזא. דאס מיינט א יורש, און דאס איז דער חילוק צווישען איינער ווי איהם און די גדולי ישראל וואס מ׳האט אידענטיפירט אלס גדולים צוךיעב זייער אידישקייט מעלות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:28 pm

· #367371
סתם גערעדט.
דא האט איהר א פארטיעל ליסטע פון גדולי עולם וואס האבען ג׳ירש׳נט זייער משרה פון עלטערען און איך בין זיכער אז איהר זענט נישט מפקפק אין זייערע גדלות.
החת״ס ובנו הכס״ת
הבית הלוי ובנו הגר״ח ובניו הגר״מ ןהגרי״ז
הרי״ם בגור ונכדו השפ״א ובנו האמרי אמת
האבני נזר ובנו השם משמואל
הדברי חיים ובנו הגאון משינאווא
ר״נ מטשערנוביל ובנו ר מאטעלע
הרי״ד מבעלז ובנו הר״א
ועוד ועוד

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:07 pm

· #367378
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
איך ווייס נישט פונקט וואס דאס דארף ווייזען. פון דעם דארף איך זאגען אז הרב מלכיאל קוטלר איז שכינה מדברת מתוך גרונו?

א פאסטען פון רבנות, און מעגליך אפילו ראש ישיבה, קען מען ירשנ׳ן, נישט מער. די אוטאריטעט פון א גדול און מנהיג גייט נאר פון מעשיך יקרבוך וכו׳.

דער כת"ס האט נישט געהאט זיין טאטע׳ס מאכט, ובצדק, ווייל זיין חברים תלמידים פון זיין טאטע זענען געווען שוטה בשווה מיט איהם. דער חת"ס איז געווען רשכבה"ג בדורו, משכמו למעלה מכל בני דורו, און דער כת"ס איז געווען אחד מגדולי הדור. און זיין זוהן האט שוין נישט אזוי גלאט געירשנ׳ט זיין טאטען, וכידוע. יעדער אין זיין פלאץ. דאס אוטאמאטישע ירושה פון אלע כוחות און חשיבות׳ן פון טאטע איז א חרבן נורא, אבי אהות פון שכמעט אלע חרבנות דדורינו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:44 pm

· #367383
מסכים. אבער מיין נקודה איז אז דאס אז ער האט איבער גענומען א שררה נעמט נישט אוועק פון זיין גדלות.
אוודאי גיט דאס נישט קיין סאך צו, און סאיז פשוט אז ער ווערט נישט קיין קדוש מרחם איבער נאכט. האועבער, די עגמ״נ פון הנהגת הכלל און נסיונות פון כבוד המדומה און גאות וכדו׳ קענען אוודאי איהם דער הייבען ווען ער ארבעט זיך אויס דערין כידוע לכל בר דעת.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:49 pm

· #367385
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
און זיין אייגענע מאמע וועט דאס נישט זאגען אויפ׳ן בעלזער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:04 pm

· #367397
לויט ווי עס קומט מיר אויס איז דער בעלזער רבי אן עילוי נפלא, און ווען נישט אז ער וואלט געווען א יתום וואלט ער געקענט נאך אסאך גרעסער.
גיטס א קוק:
1. ער איז בטבע זייער א ווארימער מענש וואס איז א גיבור כארי אויב און ווען ווען מען דארף.
2.אויך איז ער זייער א ארגינעלקייט טראכטער מיט א געשוואונדער תפיסה.
3.ער האט דעם לא תגורו כמו שכתוב.
4.ער איז אן אוהב חכמה מיט רייכע ידיעות אין עניני דעלמא
5.א בעל תפילה, בעל קורא, און בעל דרשן נעים, ערשט קלאסיק.
6.די דברי תורה גידרוקט פון וואס ער האט מחדש געווען ע״ד החסידות נוסח אבותיו משנות התשנ- תשס זענען גאר שטארק למבינים
7.די אלטע משגעתן פון בעלזא האט ער ארויס גאווארפען פון פענסטער
8.ער האט געלערנט די קנאים און די עדה טאנצען, און זיי אויס גערופען אויף זייער בלאף נאך איידער עס איז געווען אין סטייל.
9.ער האט אנערקענט די גדלות פון די ליטווישער גדולים און אויס געלערענט די חסידישע וועלט דרך ארץ האבען פאר תורה
10. ער איז תמיד דער ערשטער צו אנער קענען שוואכקייטען אין אונזערע סיסטעם און פראבירט מתקן זיין עניני הכלל ווען די פראבלעמען זענען נאך קליין.

בן אדם » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:14 pm

· #367398
רבנות איז א פרנסה, און פארדעם גייט עס בירושה.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:05 am

· #367412
בן אדם
רבנות איז א פרנסה, און פארדעם גייט עס בירושה.


עשירות גייט נישט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 29, 2017 5:59 am

· #367420
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
מ׳דארף שוין אריבערגייען צו די אשכול ווי מ׳שמועסט אויס בעלזער רבי בפרטיות <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10046">viewtopic.php?t=10046</a><!-- l -->

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

newkave » מיטוואך מערץ 29, 2017 10:10 am

· #367433
ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳דארף שוין אריבערגייען צו די אשכול ווי מ׳שמועסט אויס בעלזער רבי בפרטיות <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10046">viewtopic.php?t=10046</a><!-- l -->

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אקעי

אייז קריעם » מאנטאג יוני 12, 2017 11:25 pm

· #374793
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=kBE11DL4SEM">https://m.youtube.com/watch?v=kBE11DL4SEM</a>

אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך...
בלאט: 1 2 3 4 5