☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

241 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11257
בלאט: 1 2 3 4 5

תורה ומדע » פרייטאג מערץ 3, 2017 11:15 am

· #364425
קומען דען נישט קיין סאטמאר פארשידענע פאליטישענס און פארשוינען?

אהרן » פרייטאג מערץ 3, 2017 12:13 pm

· #364426
תורה ומדע
קומען דען נישט קיין סאטמאר פארשידענע פאליטישענס און פארשוינען?


קאווע טרינקער
פילאף: "עבירה גוררת עבירה... פון ספיקות אין י"ג עקרים... צו ציונות"....


ליתר ביאור עייין כאן

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 3, 2017 5:25 pm

· #364438
תורה ומדע
איך פארשטיי נישט, מאי כולי האי?
פארוואס פונקט יעצט האבען זיך די אונגערישע רבנים דערמאנט. ועוד אפילו אין בעלז קומען די שרי הממשלה כסדר צו די שמחות און צו חנוכה ליכט.

תורה ומדע
קומען דען נישט קיין סאטמאר פארשידענע פאליטישענס און פארשוינען?


עס האט נישט קיינער גע'חתמ'ט אויף די וויזיט פון פאליטישענס

אויב האסט געהערט דער באזיך ווי א מנהיג פון א גרויסע עדה אידן, א מנהיג וואס זאגט ער פארטרעט בעלזע, א מנהיג וואס גייט אין שיך און זאקן ווייזט דעם 'בן ארצי' פאר א כופר בתורת משה און טוט זיך אויף מיט זיינע ידיעות דערין, איז פארשטענדליך אויף וואס די רבנים טוען דערמאנען דעם ציבור דעם אלטן קו"ק

וואס דארפטו מער ווי דער @שבת דנן עמיצער וואס האט איבערגעלאזט דת ישראל שטייט און שימפט די רבנים פאר די אקט, זעהט אויס אז די וואס היטן נישט תורה ומצוות פארשטייען אז דעס איז נישט ריכטיג. שטימט עס דאך פון אלע צדדים.

תורה ומדע » מוצ"ש מערץ 4, 2017 10:43 pm

· #364451
דאס איז אלץ אבער נאר לשיטת סטמר וואס איז א דעת יחיד. וואס איז דער בעלזער רבי שולדיג אז ער איז נישט מסכים מיט דעם אפגעפרעגטען שיטה פונעם בעל דברי יואל. 99.9% פון מנהיגי ישראל, וואס זענען געווען פיל גרעסער פונעם סטמער רב אין אלע הינזיכטען, למשל דער רבי ר׳ אהרן מבעלז זצ״ל, טשעבינער רב זצ״ל, די גערער רביים, און צענדליגער אנדערע האבען נישט געהאלטען מיט דעם. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 4, 2017 11:23 pm

· #364455
תורה ומדע


. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.

בארא פארקע און מאנסי רבנים האבן געשריבן זייער נאמען דערויף

די אקטן פון בעלזע איז מעיד דער בארימטער פראפעסאר שפירא אז עס האט קיין שום שייכות צום פריערדיגע מנהיג אין בעלזא הרה"ק זצ"ל
פארקערט שפירא זאגט אז די בעלזע פון היינט איז אפען מיינדעד און טוט פארקערט פון וואס מען האט געטון אין בעלזא

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 4, 2017 11:29 pm

· #364457
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
תורה ומדע
דאס איז אלץ אבער נאר לשיטת סטמר וואס איז א דעת יחיד. וואס איז דער בעלזער רבי שולדיג אז ער איז נישט מסכים מיט דעם אפגעפרעגטען שיטה פונעם בעל דברי יואל. 99.9% פון מנהיגי ישראל, וואס זענען געווען פיל גרעסער פונעם סטמער רב אין אלע הינזיכטען, למשל דער רבי ר׳ אהרן מבעלז זצ״ל, טשעבינער רב זצ״ל, די גערער רביים, און צענדליגער אנדערע האבען נישט געהאלטען מיט דעם. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.

איין מינוט. דער בעלזער רעבע האט געמעגט אויפנעמען ביב׳ן און געמעגט שמועסען געמוטליך מיט איהם, דאס פארשטיי איך. אבער דאס ברענגען די אייניקלאך זאלען אזוי צוקוקען מיט אינטערעסע כאילו דא רעדט זיך א לשוב׳ער מענטש, דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך זאג נישט אז א צעטעל קומט זיך איהם דערפאר, אבער אז עפעס טויג נישט קען מען זע׳ען.
כ׳מיין מ׳האט קיין סאך נישט געהאפט פון איהם, און ווען נישט פאר פארטיי פראבלעמען פון ׳ציונות׳ וואלט׳ן די סאטמארער רבי׳ס אויך זיך נישט צוריק געהאלטען פון אזעלכע שריטען. און דעצאלס וואלט אויך נישט געווען אויסגעהאלטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 4, 2017 11:41 pm

· #364458
די צעטיל וואס מע האט געשריבן צו בעלזע קוקט נישט אויס צו זיין בעיסד אויף די אקט פון שעצן און חנפ'ן א שרצים פרעסער.
פאר 35 יאר צוריק איז ארויס א צעטיל פון רבנים וואס כמדומה זינט התייסדות החסידות האט נאך קיין רבי נישט אזוינס באקימען
מיט עטליכע יאר צוריק האט מען פון בעלזע שווער געארבעט אראפצונעמען יענע שאנדע, פון בעלזע האט מען דעמאלטס אראפגעשיקט קיין מאנרא
א מנין ת"ח ודיינים פון די קהילה און דער שמש פון די רבי האט איבערגעבעטן ביים ציון פון סאטמאר רבי זצוק"ל.
דער יעצטיגער צעטיל איז א ווייטערדיגע המשך פינעם אלטן צעטיל וואס טוט קלעריפייען אז דערווייל האט זיך נישט געטוישט ביי די חותמים די סטאטוס פון בעלזע.

תורה ומדע » זונטאג מערץ 5, 2017 12:14 am

· #364462
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע
דאס איז אלץ אבער נאר לשיטת סטמר וואס איז א דעת יחיד. וואס איז דער בעלזער רבי שולדיג אז ער איז נישט מסכים מיט דעם אפגעפרעגטען שיטה פונעם בעל דברי יואל. 99.9% פון מנהיגי ישראל, וואס זענען געווען פיל גרעסער פונעם סטמער רב אין אלע הינזיכטען, למשל דער רבי ר׳ אהרן מבעלז זצ״ל, טשעבינער רב זצ״ל, די גערער רביים, און צענדליגער אנדערע האבען נישט געהאלטען מיט דעם. דער פראבלעם איז אז אין וויליאמסבורג לעבר מען אין א וואקיום אין מען רעדו זיך איין אז די גאנצע ווועלט איז סטופיד.

איין מינוט. דער בעלזער רעבע האט געמעגט אויפנעמען ביב׳ן און געמעגט שמועסען געמוטליך מיט איהם, דאס פארשטיי איך. אבער דאס ברענגען די אייניקלאך זאלען אזוי צוקוקען מיט אינטערעסע כאילו דא רעדט זיך א לשוב׳ער מענטש, דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך זאג נישט אז א צעטעל קומט זיך איהם דערפאר, אבער אז עפעס טויג נישט קען מען זע׳ען.
כ׳מיין מ׳האט קיין סאך נישט געהאפט פון איהם, און ווען נישט פאר פארטיי פראבלעמען פון ׳ציונות׳ וואלט׳ן די סאטמארער רבי׳ס אויך זיך נישט צוריק געהאלטען פון אזעלכע שריטען. און דעצאלס וואלט אויך נישט געווען אויסגעהאלטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דו מיינסט טאקע אז דער בעלזער רבי האט שנעל געלאזט רופן די אייניקלעך זיינע צו קענען זיך באקענען מיטן ראה״מ? זייט נישט קיין קינד און קויפט נישט אלץ וואס דער אינטערנעט פארקויפט...
לגופו של ענין. דער בעלזער רבי איז א גברא רבה וואס לאזט זיך נישט פירען ביי די אזוי גערופענע קנא׳ישע מושחתים און פירט זיין עדה ע״ד של דודו ר״א מבעלז ואביו אבד בילגורייא וואס האבען נאך געקענט און פארשטאנען דעם דרך פון זייער גרויסען פאטער דער מהרי״ד אזוי גוט ווי דער דברי יואל. און ב״ה ער געפונט זיך אין גוטע קאמפעני ווי למשל הגראי״ל שטיינמן, מרן הגרי״ש זצ״ל, דער קלןיזענבורגער רבי זצ״ל וועם איך האב נאך פארפאסט, דער סטאלינער רבי, דער בעל נתיבות שלום, די לעלובער רביים, דער רחמיטריוועקר רביים, ועוד אשר אי אפשר לפורטם. וואס פעלט עם נאך אויס דער באבא יחזקאל מיט א פאהר מאדזארישע רבנים.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 12:44 am

· #364467
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע
דאס איזlk

דו מיינסט טאקע אז דער בעלזער רבי האט שנעל געלאזט רופן די אייניקלעך זיינע צו קענען זיך באקענען מיטן ראה״מ? זייט נישט קיין קינד און קויפט נישט אלץ וואס דער אינטערנעט פארקויפט...
לגופו של ענין. דער בעלזער רבי איז א גברא רבה פירט זיין עדה ע״ד של דודו ר״א מבעלז ואביו אבד בילגורייא וואס האבען נאך געקענט און פארשטאנען דעם דרך פון זייער גרויסען פאטער דער מהרי״ד



פארוואס תולה זיין בוקי וסרוקי בקדושי עליון ?


האדמו"ר שלף את ספרו של שמואל בן ארצי , חמיו של ראש הממשלה, שכתב על נובהרדוק.
ראש הממשלה התעניין האם הרבי קרא
והרבי השיב: "מה שצריך קראתי".📎 בן ארצי.jpg

סמבטיון » זונטאג מערץ 5, 2017 2:00 am

· #364473
דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא אנאנים האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 5, 2017 3:00 am

· #364477
איז די קול קורא געווען אין איד?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 4:05 am

· #364484
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
איך וואלט געוואלט וויסען א. דער פונקטליכע טייטש פון ׳גברא רבה׳, און ב. פארוואס דער בעלזער רעבע גייט דארט אריין.
איך וואלט אויך געוואלט וויסען צו די אלע אנדערע דערמאנטע גדולים האבען אזוי מכבד געווען א רשע, וואס זיין רשעות באשטייט נישט פון דאס זיין א ציוני, נאר פשוט דאס חתונה האבען מיט א שיקסע.

דער אלטע צעטעל קעגען בעלזא איז א פלעק פאר יהדות החסידית עד סוף כל הדורות, ווי א סאך פון די דעמאלסדיגע חותמים האבען שפעטער זיך אויסגעדרוקט. אז די היינטיגע חותמים ווילען ווייטער ציען דער גאלדענע קייט......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שושן פורים » זונטאג מערץ 5, 2017 5:06 am

· #364485
יואלי וואלפסאן
📎 IMG-20170302-WA0236.jpg

מיר קוקט די גאנצע קול קורא אויס פאלטש.

באטראכט די נוסח הקול קורא איז געדריקט מיט גאנץ קלארע אויתיות ווי איצטערט ארויס פון תנור ראשון, משא"כ די חתימות זענען פארווישט און קוקט אויס ווי ריסייקלד צום דריטן מאל.

קוקט אויס ווי דער בעל מחאה האט אפגעדריקט א נוסח און דערנאך קאפי פעיסטעט א בילד פון אנאנדער קול קורא

תורה ומדע » זונטאג מערץ 5, 2017 10:11 am

· #364511
[ציטאט אראפגענומען]

לית מאן דפליג אז דער בעל דברי יואל איז געווען א ת״ח און א גרויסער מענש פיל מיט אהבת ישראל און רעבישע מדרגות. אבער אין הבנה און אין לומדות האט ער נישט איבער געוואויגען דער חזו״א מיט דער טשעבינער רב און אפילו נישט דער בעל דברי יציב. קען ממען דען צושטעלען דער שו"ת דברי יואל צום קאליבער פונעם חזו״א, דובב מישרים, אגרת משה, דברי יציב, אדער משנת רבי אהרן? אמת, ער האט גיהאט כוחות אין דרוש און אין פלפול נוסח סיגוט אביסעל בעסער ווי דער דובב מישרים. אבער דאס איז דאס, הבנה און עמקות איז נישט געווען זיין שטארקפונקט.
און אין צדקות און רבישע מדרגות איז אויך געווען גרעסערע פון איהם, אדער לכה״פ אזוי גרויס, ווי למשל די צדיקי בית רוזין רמ״ש פון באאין, דער קאפישניצער, רי״י פון סקווער,ריי״ץ וחתנו רמ״מ מליובאוויטש, אזוי אויך דער בעל דברי יציב, און נאך פיל אנדערע.
דאס איז גענוג אז די יוצאי הונגריא ואינטערלאנד זאלען זיך שעמען צו באשמירען א מנהיג וואס זיין עבירה איז ער ער גייט אינעם דרך פון זיין טאטע און זיין געהויבענעם פעטער זצ״ל.
נאר וואס דען, אין וויליאמסבורג איז מען נאך זייער פרימיטיוו אין מען לעבט אין א וואקיום פון שלעכטע מידות אין עגואיזם באיצטלא דרבנן פון פרוםקייט און קנאות, ממילא איז גאר נישט שווער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 10:54 am

· #364515
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
איך האב הנאה פון דער נייעם טערמין; רעבישע מדרגות. וואס מיינט עס? וויאזוי מעסט מען עס? איך האב אויך רעבישע מדרגות? דער קאורט\ב"ד דארף פסקנ׳ן ווער ס׳האט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » זונטאג מערץ 5, 2017 11:02 am

· #364516
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב הנאה פון דער נייעם טערמין; רעבישע מדרגות. וואס מיינט עס? וויאזוי מעסט מען עס? איך האב אויך רעבישע מדרגות? דער קאורט\ב"ד דארף פסקנ׳ן ווער ס׳האט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס משיג צו זיין דארף האבען צוגערירט א חסידישע אדער רעבישע קלאמקע. און בודאפעסט איז עס נאר געווען עוועילעבל אין תש"ד...

תורה ומדע » זונטאג מערץ 5, 2017 12:09 pm

· #364524
[ציטאט אראפגענומען]

יעדער חסיד וועט דיר זאגען אז עקספוז'ר צו אמת'ע גדלות איז מער ווי דער טאטאל מעזשורעבל גדלות פונעם מענש. אפילו די חסידים פונעם בעל דברי יואל רעדען פון איהם, ובצדק, מיט לשונות פון אמונה און דביקות בצדיקים און לאו דוקא מיט אימפירישע עווידענס. און אזוי איז ביי רוב אידען אפילו ביי נישט חסיגים. ממילא איז כלל ישראל יא משיג מיינע ווערטער.
נאר וואס דען, עס זענען געווען אנדערע בעלי מדרגה ווי אויסגערעכנט פריער וואס האבען בכלל נישט אהנגענומען די דיעות פונעם בעל דברי יואל. לייק איט אר נאט..

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 1:20 pm

· #364539
די אלע סאטמורים למיניהם, זינט איך קען זיי, רעדן זיי זיך איין אז סאיז געוועהן נאר איין צדיק אויף דער וועלט, זייער רבי זיכרונוליווראכע וזהו, זיי זענען נעבעך ביטער געשלאגן מיט די זיכרונוליווראכע-סינדראם. אין מיינע אויגן איז דער רבינו יואל געוועהן א משה בער בעק אין א טייטלבוים, ער איז נישט אנגעקומען צו די שפיץ פינגער פון אזעליכע צדיקים ווי ר׳ אהרן מבעלזא זצ״ל און ר׳ ישראל׳טשע וויזניצער זצ״ל, און נאך, מיט זיין התנהגת, מידות, און מענטשליכקייט זיכער נישט.

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 1:29 pm

· #364542
די ריכטיגע ריפלעיקשאון פון ר׳ יואליש קען מען זעהן ביי זיינע עקסטרעמע חסידים ווי די נטורי קרתא און אזעלכע געשלאגענע ווי יואלי ציממערמאנ׳ס! אט דאס זענען די פירות פון ענקער גרויסען צדיק!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 2:29 pm

· #364551
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
די ריכטיגע רעפלעקשען פון ר׳ ישראלטשי וויזשניצער קען מען זע׳ען וואו? ביי די חסידים זיינער וואס האבען געזאגט "צוויי פערדען שלעפען בעסער ווי איינס"? אדער ביי די וואס האבען מפיץ געווען שמועות אז דער סיגעטער רבי האט צוגעזאגט אסאך רעגען די יאר, איהם צו קענען פארשעמען שפעטער. אדער ביי די וואס האבעם הבדלה געמאכט נאכ׳ן פרייטיג צונאכטס סעודות, צו קענען פארען מיט א פערד און וואגען צום רבינ׳ס טיש?
פליז, דער וואס וואוינט אין א גלאזענע הויז, זאל קיין שטיינער ניט ווארפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 2:33 pm

· #364552
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
די אלע צודרייטע קנאים, האט כמעט קיינער פון זיי דער רבי׳ן נישט געקענט. די שטוב מענטשען זענען נישט געווען אזוי, און כמעט קיינער פון זיין גאר נאנטער זענען נישט געווען עקסטרעם, אחוץ ר׳ נתן יוסף. צימערמאן מיט נטו"ק זענען גארנישט קיין סאטמארער. ר׳ משה בער איז א וויזשניצער און זיין מענטשען זענען נישט קיין סאטמארער תלמידים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 3:09 pm

· #364556
ליטפאק, זייער אסאך מאל שרייבסטו זאכן וואס איך בין נישט באקאנט אין די נושא, אבער ס׳קומט מיר פאר ווי דו רעדסט סתם אין די וועלט אריין און שיסט סטעיטמענס אן קיין טראפ בעקינג, יעצט אבער אז דו רעדסט אויף מיין הייליגען רבי׳ן דער אהבת ישראל זצ״ל און דו מאכסט אים אוועק, איז מיר טאקע קאנפארמירט געווארן אז דו רעדסט אריין אין זאכן וואס די הייבסט נישט אפילו אן צו וויסן וואס דו רעדסט, דו קענסט אפילו נישט באגרייפן די גרויסקייט פון אט דעם איד, דיין ליטווישע הארטנאקיקייט לאזט עס נישט צו, דו הייבסט נישט אן צוכאפן די גרויסקייט פונעם אהבת ישראל, סאיז נישט געוועהן קיין מענטש אויף דער וועלט וואס איז געקומען אין בארירונג פון דעם איד וואס איז נישט נתפעל געווארן פון זיין חכמה, זיינע גיטע שארפע ווערטלעך, זיינע מידות טובות, זיין אהבת ישראל, זיין געטריישאפט און ליבשאפט צו א יעדע איד, יעדער וואס האט אים געזעהן איז געבליבן זיין חסיד, אפגעזעהן זיין אפשטאם ליטוואק, חסיד, פוילישע, גאלאציאנער, פויערן, מארמארישע, קנאים. דער מנחת אלעזר זצ״ל האט געהאקט אויף יעדע רבי און דער איינציגסטער רבי אויף וועם ער האט געהאט רעספעקט און יראת הכבוד איז געוועהן דער אהבת ישראל כיודיע, ר׳ יואליש פון סאטמאר איז אפאר מאל געקומען צום אהבת ישראל מיט א קוויטל, און אויף א שבת, ווילסט נאך??? זאג מיר וועם דו ווילסט? איינער האט אמאל גערעדט אויפן אהבת ישראל??? א צדיק? א רבי? א מנהיג? א ראש ישיבה? זאג מיר ביטע ווער???? איך ווארט!

זיינע תלמידים זענען נישט נאר געוועהן מארמישע פויערן נאר איך קען דיר געבן א גאנצע ליסטע פון חשובע אידן מורי הוראות און רבנים בתוכם זיין אייניקל ר׳ יודלע זצ״ל וואס האבן נישט געשלעפט קיין פערדן...

פאר דו רעדסט מאך מעהר ריסערוטש, שיס נישט סתם קיין זאכן.

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 3:13 pm

· #364557
משה בער בעק פארופט זיך פאר א סאטמארער און איז אנטלויפן פון וויזניץ פאר מעהר ווי פופציג יאהר צוריק טאקע ווייל וויזניץ איז נישט געוועהן קנאיש געשטימט, זינט דאן האט ער זילטש מיט וויזניץ איינגעלייגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 4:10 pm

· #364561
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
פארוואס איז דער גאנצע סאטמארער רב אריין נאר אין די פאר צודרייטע וואס האבען איהם נישט געקענט, און דער וויזניצער רבי טראגט נישט קיין אחריות פאר די מאסען פויערען וואס פאררופען זיך על שם וויזניץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 4:39 pm

· #364565
סמבטיון
דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע

בעלזע האט שוין אסאך דרוק געלייגט אויף אנאנים אז מען זאל חוזר זיין פון די חתימה

קען זיין לבסוף וועט בעלזע עפעס ארויסשלעפן פון קארלסבורגע רב, אבער די מציאות פארבלייבט אז מען האט אין בעלזע ענטפאנגען א פורק עול, אוכל נמלים וחתולים, עמיצער וואס היט נישט קיין תורה און מצות, דער מציאות פארבלייבט אז מען האט מיט אים געצויגן א העפליכע שמועס וואס וואלט געפאסט צו רעדן מיט א צווייטען רב בישראל.

פארדרייען דעם שמועס צו ווער פון די גדולים נ"ע זענען געווען גרעסער וועט נישט טוישן די פאקט וואס איז פארגעקומען,
און כפי עדותו פון ד"ר מארק שפירא טוט דאס די בעלזע אויפן אייגענעם האנט אהן נאכגיין הוראות פון פריערדיגע רביים נ"ע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 4:56 pm

· #364567
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
אוכל נמלים וחתולים?! נישט מער און נישט ווייניגער?!

רבותי, מ׳דארף הילף!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 5:09 pm

· #364568
ליטוואק פון בודאפעסט
אוכל נמלים וחתולים?! נישט מער און נישט ווייניגער?!
רבותי, מ׳דארף הילף!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


געכאפט ביים אויסדרוק?
פון נמלים און חתולים עקלט זיך יעדער,
עס איז גארניט ווינציגער ווען ער שמירט זיין שטיקל נבילה מיט א שטיקל טשיז.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 5, 2017 5:10 pm

· #364569
נע ער קען נישט קיין לשה״ק

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 5:13 pm

· #364570
געוואלדיג


קען נישט
קיין לשה״ק


איז עס נישט דאס ?📎 חתול.jpg📎 נמל.jpg

גראף » זונטאג מערץ 5, 2017 5:21 pm

· #364571
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
@שבת אחים סתם א זייטיגע פראגע. וואס מיינט הייליגע רבי? דו גלייבסט אז ער'ז געווען הייליג דעמאלסט איז דאך יא דא א באשעפער? און אויב נישט פארוואס שרייבסטו הייליג? אדער האט הייליג מיט רעליגיע גארנישט איינגעלייגט.
נ.ב איך גלייבט אויך אז ער איז געווען א צדיק וקדוש.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 5, 2017 5:23 pm

· #364572
אויפגעוויזן קענסט יא...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 5:41 pm

· #364573
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
א. ווען חתולים מיינט קעץ, שטימט עס יא? דו דארפסט א דאקטאר פונקט ווען דו זאגסט חתולים אדער חיתולים. ער עסט נישט קיין מוריטשקעס, נישט קיין קעץ און נישט קיין דייפערס. ער עסט כשר פונקט ווי דו (אקעי, אפשר אביסל מער) און אלע צעטליך פון די וועלט טוישען נישט די מציאות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 6:00 pm

· #364574
ליטוואק פון בודאפעסט


ער עסט נישט קיין מוריטשקעס, נישט קיין קעץ און נישט קיין דייפערס. ער עסט כשר פונקט ווי דו


איי עם סארי
די ערשטע מאל איך הער א נישט אידישע מענטש וואס היט נישט תורה ומצוות איז מדקדק בכשרות.

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 5, 2017 6:11 pm

· #364577
ער האט געזאגט פאר'ן רב אז ער לערנט יעדע וואך די סדרה
און פון דארט נעמט ער זיין חיזוק אין זיין שטורעמיש לעבן
דאס וואס ער היט נישט קיין תורה ומצות דאס איז נישט ווייל ער איז א שגץ ער איז פשוט א תינוק שנשבה אזוי ווי די אלע נעבעך

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 5, 2017 6:14 pm

· #364578
אגב עס איז נישט אזא חידוש, ביבי האט א רעקארד פון באזיכן ביי חרדישע מגיהינים
וואס איך האב געזעהן האט ער באזיכט ביים ליובאוויטשער רבי'ן, ביי ר' עובדיה ז"ל, ביי מוהרא"ש ז"ל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 5, 2017 6:38 pm

· #364584
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט


ער עסט נישט קיין מוריטשקעס, נישט קיין קעץ און נישט קיין דייפערס. ער עסט כשר פונקט ווי דו


איי עם סארי
די ערשטע מאל איך הער א נישט אידישע מענטש וואס היט נישט תורה ומצוות איז מדקדק בכשרות.

דער בעלזער רבי איז נישט קיין איד? וואס רייכעסטו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 9:24 pm

· #364592
ענטשולדיגט
איר האט נישט פארשטאנען פון וועמען מען רעדט
לגבי אכילת מאכ"א האב איך זיך מייחס געווען צום ראה"מ

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 9:33 pm

· #364593
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס איז דער גאנצע סאטמארער רב אריין נאר אין די פאר צודרייטע וואס האבען איהם נישט געקענט, און דער וויזניצער רבי טראגט נישט קיין אחריות פאר די מאסען פויערען וואס פאררופען זיך על שם וויזניץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווער האט אים נישט געקענט? אלע קנאים האבן אים געקענט, און געלויפן צו אים, פארוואס מיינסטו איז דער עקסטרימיסט ר׳ מאטעלע געווארן זיין חסיד? זיין טאטע און זיין זיידע, זיינע פעטערס זענען געוועהן אגדיסטן, און ער איז געווארן א סאטמורי, ווען די וואלסט וועין געקענט גוט ר׳ מאטעלע וואלסטו זייער גיט פארשטאנען מיין סטעיטמענט, ווער האט אנגעפאנגען מיט די פראטעסטן אין מאנהעטן יהודי לא ציוני וואס די משה בער בעק׳ס פון די וועלט האלט נאך אן ביזן היינטיגען טאג? ווער האט אויסגעלערנט די מענטשען זיך אויפצופירן ווי חיות צו אנדערע מענשטענס מיינונגען אין אידישקייט? ווער האט חרוב געמאכט קלויזנבורגע שול אין וויליאמסבורג? ווער האט געטיילט פעטש? ווער האט גערופן די פייערלעשער ביי שאלישידיעס אויף יעדע רבי וואס האט נישט געדינט סאטמאר אין וויליאמסבורג??? הא??? זאג? דער יואלי ציממערמאן מיט זיינע חברים אין וועמענס ספרים קאכן זיי זיך? אין ויואל משה אדער אינעם אהבת ישראל? וועמעס חסידים פארופן זיי זיך?.

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 9:59 pm

· #364595
חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ,
ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקרב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.

וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 10:13 pm

· #364598
@שבת די נטו"ק זענען א חבורה פאר זיך וואס האבן נישט מיט סאטמאר קיין שייכות
נארוואס יעצט האט סאטמאר שוין צום ווילפסטע מאל געטיילט שטיצע פאר די מוסדות וואס נעמען נישט פינעם שלטון המדינה, די נטו"ק זענען ארויס דערקעגן זייער שטארק, עס זענען 2 באזינדערע פראקציעס
📎 נטורי קרתא.jpg

בן אדם » זונטאג מערץ 5, 2017 11:11 pm

· #364601
אויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.

ס'איז געווען דאהי נאך רבנים וויזניצער חסידים, (כמו ר' ישראל אברהם שטיין, ועוד).

שבת אחים » זונטאג מערץ 5, 2017 11:43 pm

· #364602
פאר ווער ס׳וויל וויסן אביסל מעהר וועגן דעם ״אהבת ישראל״, און וואס די גדולי ישראל האבן געזאגט אויף אים, זאל ליינען די ספר פון ר׳ נתן אלי ראטה ״קדוש ישראל״

<a class="postlink" href="http://download.hebrewbooks.org/downloadhandler.ashx?req=35548">http://download.hebrewbooks.org/downloa ... ?req=35548</a>

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 5, 2017 11:45 pm

· #364604
בן אדם
אויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.

תפארת אדם.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 5, 2017 11:51 pm

· #364605
סמבטיון
דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא אנאנים האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.

די מיינסט אוודאי די "צווייטע האלב" כולל, ווייל די ערשטע האלב איז שוין ארויס ביים טיילונג לבית ראטה/רוטה.
ליידער ליידער, וועט הגאון רבי יחזקאל ראטה - וואס זיין אמת'ע גרויסקייט וועט נאך איין טאג ארויסשיינען, און מ'וועט וויינען "וואו זענען אונז געווען?"- ענדיגען זיין מלוכה מיט גרויס בזיונות. ממש א ווייטאג, ספר תורה שרוי בצער - און ר' יצחק שטיין וועט נישט האבן וואס איבערצונעמען.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 5, 2017 11:55 pm

· #364606
די ערשטע חסידישע גיטע ישיבה בארה"ק האבן די ויזניצע געהאט

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 6, 2017 12:01 am

· #364607
שבת אחים
חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ,
ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקריב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.

וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.


זיי נישט בייז, אבער א שיינע טייל פון דיין ליסטע האבן נישט געקענט קיין צורת אות.... ווארימע דאווענען יא, אבער א שטיקל האיש מקדש, אדער אפילו ערבי פסחים? זערא.

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 6, 2017 12:53 am

· #364612
שבת, די ברענגסט שטארק ארויס די ווילדע שטיק וואס די סאטמערע טעראריסטן האבן אפגעטון קעגן די אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אבער כמדומה לי אז די וויזניצע זענען בכלל נישט אינטערשטעלונג. קוק וואס זיי האבן געמאכט פון זייער סרולטשע, אויסגעפייניגט און געטרינקן בלוט.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 2:48 am

· #364614
@שמעון וואלף, ביסט גערעכט אז מ׳האט געפייניקט ר׳ ישראלטשע, אבער נישט אין די צייטן פונעם אהבת ישראל, כבין טאקע בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ משהלע, ביי מיינע רביס ווי ר׳ חיים מאירל און ביי ר׳ ישראלטשע וואלט קיינמאל אזא זאך פאסירט.

@קאווע טרינקער, איך האב זיי נישט פארהערט, דו אויך נישט, איך גלייב שווער אז פון די ליסט איז געוועהן ממש עמי הארצים, נישט געקענט קיין צורת אות? אויב יא שיק מיר אין אישי וועם דו מיינסט, סקען גאנץ מעגליך זיין אז דו ביסט גערעכט אז א חלק פון די ליסט זענען נישט געוועהן קיין גרויסע תלמידי חכמים, ס'מאכט מיר גאנץ ווייניג אויס ווייל ס׳פרעגט נישט אפ וואס איך פראביר ארויס צוברענגען אז וויזניצע חסידים זענען נישט געוועהן קיין פויערן, ווער פון די ליסט איז געוועהן א פויער?, זיי זענען געוועהן דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן געלעבט אין העכערס, חסידישע אידן תלמידי בעש״ט האבן געדינט דעם אייבערשטען אויף זייער אייגענע וועג און סהאט נישט נאר געהאט צוטוהן מיט לימוד התורה. דרך אגב דער אהבת ישראל׳ס עלצטע זוהן הרה״צ ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם עצום, מ׳האט אים גערופן די ספרים שאפע, ער איז אויך געוועהן א מוראדיגע בעל כשרון און א געוואלדיגע בעל דרשן וואס האט צוגעצויגן און באצויבערט די צוהערער, ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה און אסאך תלמידי חכמים און מרביצי תורה האבן געלערנט אין זיין ישיבה, ר׳ יואליש האט אים גאר שטארק מחשיב געוועהן און זיך גערעכענט מיט אים, איינמאל ביי א אסיפת הרבנים אינדערהיים האט סאטמארער רב געהאלטן אנדערש ווי אים מיט א געוויסע זאך און ער האט צוריקגעצויגן לכבדו.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 4:17 am

· #364618
גראף
@שבת אחים סתם א זייטיגע פראגע. וואס מיינט הייליגע רבי? דו גלייבסט אז ער'ז געווען הייליג דעמאלסט איז דאך יא דא א באשעפער? און אויב נישט פארוואס שרייבסטו הייליג? אדער האט הייליג מיט רעליגיע גארנישט איינגעלייגט.
נ.ב איך גלייבט אויך אז ער איז געווען א צדיק וקדוש.


א הייליגע מענטש מיינט איינער וואס ליגט נישט אין קיין גשמיות און אין קיין תאוות, א מענטש וואס איז ריין, אמתדיג, לעבט און שטרעבט אין העכערס, נישט ווי סתם א בהמה וואס פרעסט און פאפט און איז נאר פארנומען מיט זיינע פערזענליכע באדערפענישן, ס׳מוז נישט דוקא האבן צוטוהן מיט א רעלגיע, אבער אזא מושג ווי הייליג, זיך אויסארבעטן די מידות און לעבן אין העכערס איז פארהאנען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 5:05 am

· #364619
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5