☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

241 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11257
בלאט: 1 2 3 4 5

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 5:45 am

· #364621
ליטוואק פון בודאפעסט
שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך וואונדער מיך וויאזוי דו לערנסט אפ א שטיקל גמרא, ווייל לויט דיין שרייבן דא ביסטו נישט capable of critical thinking. ביי דיר צוויי פלאוס צוויי איקוואלס קמח ישן...

דער סאטמארער רב איז דער וואס האט אנגעהויבן די רעיון פון ארויסגיין פראטעסטן אויף די גאסן פון מאנהעטן, ער איז געוועהן א פרעדיגער קעגן ציונית און געהעצט קעגן זיי, ממילא איז ער ריספאונסיבאל פאר די דור וואס ער האט מחנך געוועהן, משא״כ דער אהבת ישראל האט נישט געפרעדיגט קיין פויערשאפט, ער האט זיי נאר מקרב געוועהן פונקט ווי די חבדסקר האט מקרב געוועהן אלע מיני אידן, ע״כ איז ער נישט ריספאונסיבאל פאר די פויער אין באקיווינע, פארקערט ער האט זיי געהאלטן ביי אידישקייט אויב עפעס.

וואס איז געוועהן די מחלוקות מיט סיגעט און מיטן נאסוידעד רב, וואס פארא שייכות האט עס געהאט מיטן אהבת ישראל?, אדרבה פארצייל די מעשה וועט יעדער זעהן ווי לעכעריג סאיז, און וויאזוי קענסטו עס בכלל פארגלייכן צו די צייטן פון ר׳ משהלע ווען מ׳האט געצאפט ר׳ ישראל׳טשע מיט זיינע קינדער די בלוט על לא דבר?.

תורה ומדע » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:58 am

· #364634
דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 10:14 am

· #364638
דאס האט גארנישט מיט צימערמאן און נישט מיט נטו"ק. יא, ער איז פאראנטווארטליך אויף דער איד און דער היינטיגע מחלוקת אין סאטמאר. אבער שבת האט געוואלט מאכען ר' משה בער אלס זיינס א תלמיד, וואס ער איז קלאר נישט געווען, און ער האט נאך געקעמפט די סארט חברה וואס האבען נישט די לאסט פון א קהלה אויף זיי

תורה ומדע » מאנטאג מערץ 6, 2017 11:14 am

· #364645
[ציטאט אראפגענומען]

דברים ידועים לכל.
מהר"א מבעלזא האט געדינט די עגל, דער בעלער רב האט געהייסען מ,זאל עם קומען מפייס זיין כידוע. חוזק מבעל אגר"מ, לובאוויטש, קלויזענבורג, וכל אחד שלא הלך בדרכו זרקו מוויליאמסבורג. ואכן כמעט כולם ברחו משם.

סמבטיון » מאנטאג מערץ 6, 2017 12:55 pm

· #364660
אנאנים , דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס לייקענט די שואה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 1:16 pm

· #364663
וחוזרין חלילה. מ'האט די אלע טעמעס ברייט אויסגעשמועסט עטליכע מאל אין שטיבעל דא.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 2:46 pm

· #364670
סאטמאר רב האט אסאך געלערנט וועגן די יסוד פון גיטע מדות צו די תלמידים, עי' בדבריו הק'
אויכעט האט מען קיינמאל נישט פארהוילען פון די תלמידים די הייליגע דיבורים מצדיקים הקודמים,
כגון
בעיקבתא דמשיחא אז רק היראים אשר יהיה להם אומץ דקדושה לא ישאו פני גדול,
ולא יגורו מפני איש אלא יעמדו בתוקף עוז על אמונתם עד ביאת הגואל

הבעל
שם טוב עבר פעם ליד אילן עמוס עלים ונענה: פאר משיח'ן וועלן זיין פאלשע רבי'ס אזויפיל וויפל בלעטלאך סאיז דא אויפן בוים


אומרים
בשם (הבעל שם טוב זי"ע) שאמר שקודם ביאת המשיח יהיה רבנים ואדמורי"ם שיהיו רשעים גמורים, ועל התמימים שלא יכרכו אחריהם חס ושלום, התפלל דוד המלך עליו השלום שומר נפשות חסידיו מיד רשעים יצילם

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 2:55 pm

· #364672
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
דריי דיר נישט אויס. ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?

און וויאזוי זאגסטו מיט די אנדערע זייט צונג (ליין: ניק) אז מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג מערץ 6, 2017 4:11 pm

· #364679
ווי איז די מקור אז דער בעל שם טוב עס געזאגט?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 4:49 pm

· #364684
בן אדם
ווי איז די מקור אז דער בעל שם טוב עס געזאגט?


עיין שם

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 4:59 pm

· #364686
תורה ומדע
דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 5:11 pm

· #364688
ליטוואק פון בודאפעסט


ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?



מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?


מען האט געלערנט מידות טובות עי' בדיבוריו להתלמידים

און נישט מורא געהאט איבערצוזאגן די מימרות, אז ווי די שוואמען וועלן מענטשן שאינן ראויין לרבנות זיך זעצן אויף אידישע קינדער כמב' ביחזקאל ל"ד
בֶּן-אָדָם, הִנָּבֵא עַל-רוֹעֵי יִשְׂרָאֵל; הִנָּבֵא וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם לָרֹעִים... הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. ג אֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. ד אֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה

ווער עס האט מורא צו לערנען זיינע תלמידים די ריכטיגע דיבורים, ברויך מען חייש זיין צו ער איז נישט פון די דאזיגע, אויב פארכט מען זיך איבערצוגעבן אמת'ע רייד צו תלמידים, הייסט עס די ווילסט מסתיר זיין די אמת פינעם קינד/תלמיד כדי ער זאל נישט אויפקומען אויף דיינע שפורען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 5:53 pm

· #364693
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
דו דרייסט זיך אויס. זאג א נאמען. נישט קיין קנאות. א נאמען.

(אגב, דער פסוק אין נביא שטייט אויף רועי ישראל, ניין? ומי לנו גדול פון דער דברי יואל זעלבסט?)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 6:27 pm

· #364698
איך דריי זיך נישט ארויס
די זעלבע נאמען וואס יחזקאל הנביא ניצט
"רועי ישראל" ,
מו"ר מ'סאקמיר האט נישט געזאגט בכלל קיינע נעמען
עס איז א 'חפצא' ניט גברא

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 8:23 pm

· #364705
איש את רעהו


עס איז א 'חפצא' ניט גברא


ממתיק צו זיין להבנת ה'כרס
עס איז ניט א 'דין' אין 'גברא' צו מתעסק זיין אינעם עצם גברא
עס איז א 'דין' אין עקבתא דמשיחא, דער חפצא פון אחרית הימים איז מצמיח אזעלכע שוועמלעך, און מען דארפן וויסן די זמן אין וואס מיר לעבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 8:44 pm

· #364708
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש. וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן, זאגסטו. אלזא, זיין מיינונג אויף בחירות איז שוין אן אוחסכעהאלטענע. איז וואס ווילסטו יעצט? אחוץ אז דו ווילסט מיר זאגען אז גערער רבי איז א פאלשע רבי.


נארמאלע מענטעשן האט מען מחנך געווען אז א חילוקי דעות מיינט נישט אז יענער איז א פאלשע מנהיג, און דער פסוק אין נביא פעלט נישט אויס לגבי א מחלוקת. די פאלשע מנהיגים זענען די וואס בצע כסף און מאכט זענען נר לרגלם, וואס פארדרייען הלכות און השקפות, נישט ווייל זיי האלטען אזוי, נאר ווייל דער ׳זאך׳ פאדערט עס. די חברה באקען חומרות און קולות נאר צוליעב אייגענע מאכט, און זיי שלעפען אריין אנדערע יחידים אין זייערע פרטישע אינטערעסען, לויפען ארום צווינגען חתימות פון אידען פון לונדון אנטווערפען נ.י. און בני ברק, ווייל אין ירושלים קענען צוויי יונגען נישט אויסקומען. די זענען די רועי ישראל, נישט ערליכע אידען וואס זע׳ען איין וואס דער תורה פאדערט אין די צייט, לויט זייער פארשטאנד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 8:48 pm

· #364709
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש.

וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן

atalk


וואס איז אהער נוגע צו גערער רבי איז פאלש אדער נישט

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 8:58 pm

· #364710
איר כאפט עס אן נישט געזונט

מען האט מיט תלמידים געלערנט אז אין פסוק שטייט והי' אם שמוע תשמעו וגו' און קומט דיר איינער פארדרייען א קאפ אז יענער כגובה ארזים וכו' זאגט דיר אז היינט איז די זאך נישט פונקט אזוי,
כאפט נישט קיין התפעלות, בזמנינו איז דאס דער געוויקס, שוואמען מיט גרויסע וואנצעס וועלן האבן מאכט און דורש זיין נגד התורה און מען האט נישט וואס צו קריגן א מורך בלב.


ליטוואק פון בודאפעסט
וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש.

וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן

atalk


וואס איז אהער נוגע צו גערער רבי איז פאלש אדער נישט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:12 pm

· #364711
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מעןת
דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען אין דער גאון דער טשעבינער רב, צו הרב משולם ראטה ועוד. זיי האבען געזאגט אז והיה אם שמע גילט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מנוחה ושלוה » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:13 pm

· #364712
הרב ש ש טעלר פון חסידי מהרא ט"ב וואס רעדט געווענליך אינעם אפיציעלן נאמען פון די קהילה האט אין א דרשה אויך געזאגט בערך די נוסח וואס מהריי גענויגטע רבנים האבן בכתב פארשריבן
ער האט זיך געאייסערט צו די רבי פון בעלזא קהילה אדער צווינגסטו אינז צו שלום, אדער לעב גיט מיט די ראש ממשלת מדנ'י

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:28 pm

· #364713
מנוחה ושלוה
הרב ש ש טעלר פון חסידי מהרא ט"ב וואס רעדט געווענליך אינעם אפיציעלן נאמען פון די קהילה האט אין א דרשה אויך געזאגט בערך די נוסח וואס מהריי גענויגטע רבנים האבן בכתב פארשריבן
ער האט זיך געאייסערט צו די רבי פון בעלזא קהילה אדער צווינגסטו אינז צו שלום, אדער לעב גיט מיט די ראש ממשלת מדנ'י

און וואס האט דער בעלזער געענטפערט?
פון וועמען וויל ער מאכן דא ליצנות דער טעלער?....

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:35 pm

· #364714
שבת אחים
@שמעון וואלף, ביסט גערעכט אז מ׳האט געפייניקט ר׳ ישראלטשע, אבער נישט אין די צייטן פונעם אהבת ישראל, כבין טאקע בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ משהלע, ביי מיינע רביס ווי ר׳ חיים מאירל און ביי ר׳ ישראלטשע וואלט קיינמאל אזא זאך פאסירט.

@קאווע טרינקער, איך האב זיי נישט פארהערט, דו אויך נישט, איך גלייב שווער אז פון די ליסט איז געוועהן ממש עמי הארצים, נישט געקענט קיין צורת אות? אויב יא שיק מיר אין אישי וועם דו מיינסט, סקען גאנץ מעגליך זיין אז דו ביסט גערעכט אז א חלק פון די ליסט זענען נישט געוועהן קיין גרויסע תלמידי חכמים, ס'מאכט מיר גאנץ ווייניג אויס ווייל ס׳פרעגט נישט אפ וואס איך פראביר ארויס צוברענגען אז וויזניצע חסידים זענען נישט געוועהן קיין פויערן, ווער פון די ליסט איז געוועהן א פויער?, זיי זענען געוועהן דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן געלעבט אין העכערס, חסידישע אידן תלמידי בעש״ט האבן געדינט דעם אייבערשטען אויף זייער אייגענע וועג און סהאט נישט נאר געהאט צוטוהן מיט לימוד התורה. דרך אגב דער אהבת ישראל׳ס עלצטע זוהן הרה״צ ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם עצום, מ׳האט אים גערופן די ספרים שאפע, ער איז אויך געוועהן א מוראדיגע בעל כשרון און א געוואלדיגע בעל דרשן וואס האט צוגעצויגן און באצויבערט די צוהערער, ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה און אסאך תלמידי חכמים און מרביצי תורה האבן געלערנט אין זיין ישיבה, ר׳ יואליש האט אים גאר שטארק מחשיב געוועהן און זיך גערעכענט מיט אים, איינמאל ביי א אסיפת הרבנים אינדערהיים האט סאטמארער רב געהאלטן אנדערש ווי אים מיט א געוויסע זאך און ער האט צוריקגעצויגן לכבדו.

שבת אחים: איכ'ל דיר זאגן וואס די פראבלעם איז. פארוואס די אדמורי"ם לבית וויזניץ זענען נישט געווען באוואוסט איבער די וועלט מיט זייער גדלות בתורה. ווייל די פראפאגאנדע מאשין האט נישט געארבעט אזוי ווי די סאטמאר'ע פרפאגאנדע מאשין. זיי האבן נישט געהאט קיין סענדער דער דייטש. און מנשה פיליפ און שמואל שלמה טעללער למיניהם...! נאר די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין ארבעט אזוי. אז איין חלק איז להגדיל ולהפריז ולהגזים את עצמם. אן די צווייטע חלק איז אראפ צו קלאפן און דערנידעריגן א צווייטן, וד"ל...!

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:45 pm

· #364715
ליטוואק פון בודאפעסט
דריי דיר נישט אויס. ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?

און וויאזוי זאגסטו מיט די אנדערע זייט צונג (ליין: ניק) אז מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויך א תגובה על דברי איש את רעהו...! ווער איז דער וואס איז מחליט וועלכע רבי איז אן אמת'ע און וועלכע רבי איז א פאלשע רבי וועם דער בעשטה"ק האט געמיינט...!

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 6, 2017 9:54 pm

· #364716
ליטוואק פון בודאפעסט

ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מען


פון וועמען די ווילסט מען זאל רעדן, זאג אז ס'מיינט יענעם,
ווען די תורה זאגט זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי וועסטו פארברענגען צו עס מיינט נובהרדקע מוסרניקעס אדער עס מיינט יושבים אין א חצר הקודש, וואס טראכסטו אזוי גראד??


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:


דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען
ווילסט מיר יעצט זיכן מיינע זינד אקעי איך שטעל דיר צו א לאנגע ליסטע,
וואס האט עס אהער,?

די פסוק, אז נדברו יראי ד' איש את רעהו.. איז עפעס א נידון ווער איש און ווער רעהו איז ?? זאג עס אויף וועם די ווילסט.

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:18 am

· #364744
שבת אחים
תורה ומדע
דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.


די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.

די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.

און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב

שבת אחים » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:45 am

· #364745
ר׳ יואליש האט טאקע די מערסטע געבאדערט אז די בעלזער רב ר׳ אהרן האט נישט אנגענומען זיין שיטה, ער האט זיך געהאלטן פאר א בעלזער חסיד, און טאקע פארדעם האט ער געזאגט אהרן מיטן עגל, סהאט אים ממש געקרענקט אז ער איז נישט אויף זיין זייט. בעלזא אינדערהיים האט אויסגעקוקוט ווי היינטיגע סאטמאר, וויזניץ אינדערהיים האט מעהר אויסגעקוקט ווי היינטיגע חב״ד לכאורה. די בעלזע זענען געוועהן די יושבים די פרומאקס און די קנאים, הגם די אויבערלענדער יעקערס זענען אויך געוועהן בעלזע חסידים פון זיי איז שוין יא געוועהן מאדערניזירטע אונגארישע אידן, אבער זיי זענען נישט געוועהן די אמתע ריפלעיקשאן פון אמאליגע בעזלזע חסידים, רוב היינטיגע (אמעריקאנע) בעלזע זענען טאקע אפשטאמיגע פון די אונגארישע בעלזע חסידים און נישט פון די ארגעניעלע גאליציאנע, כמעט אלע זייערע לעצטע נעמען זענען אונגארישע אויבערלענדישע פאפענע נעמען.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 7, 2017 9:07 am

· #364752
א גוט פורים!!!

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 9:41 am

· #364757
שמעון וואלף
שבת אחים
תורה ומדע
דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.


די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.

די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.

און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב


וואס איך שרייב איז נאך אסאך אינדפענדענט ריסירטש, בכלל נישט פון בעלזער פראפאגאנדע. האמת אגיד, איך ליין דעם בעלען ארגאן "אור הצפון" פון צייט צו צייט. אבער זהו, איך האב פארשידענע מקורות'דיגע קוועלער צו וואס איך שרייב. דער מונקאטשער רב איז געווען מפורסם אין זיין אויסשפרעכען קעגען גדולים וואס האבען נישט מיט איהם מסכים געווען, ער האט נישט מורא געהאט צו שעלטען קללות נמרצות ברבים אזעלכע גדולים ווי דער ח"ח אין נאך אזעלכע ריזען וואס זייערע חטאים זענען געווען דאס גרינדונג פון... אגודת ישראל ל"ע....
מיטן מהרי"ד מבעלז, האב איך נאך נישט געטראפען א מהלך וויאזוי איהם צו פארענטפערען, אדרבה, אפשר קענט איהר זיך נאכפרעגען ביי די חסידים וואס דו דערמאנסט וואס איז געווען די סיבה וואס האט איהם אזוי געקרענגט דער בעלזער רב מיט זיין משפחה, פליטי חרב פון גאליציע, בלייבען ביי זיינע חסידים אין מונקאטש.
לענין בעלזא און מחלוקת בכלל. 99% פון די מערכות אין גאליציע זענען געווען קעגען משכילים און אפיקורסות. אפילו צאנז מיט רוזין איז אויך געווען א מחלוקת בעניני דיעות וכדו'. די בעלזער רביים, אפילו דער מהר"ש, זענען געווען די וואס האבען זיך געזארגט קעגען די משכילי לעמבערג כידוע. און האבען דעוועלאפט א שארפקייט וואס קומט מיט דעם אומוועלענדיג. די סייד עפעקטס פון דעם איז געווען עטליכע. קודם כל, זענען געווען אזעלכע חסידים וואס האבען נישט פארשטאנען ווי איין און ווי אויס האבען געטשעפעט רבנים איון רבייס סתם כידוע. שנית, זענען די בעלזער געווארען צו עקסטרעם אין דיעות און אין "נישט משנה זיין"..
מה עשה הקב"ה, דער מהר"א מיט זיין ברודער דער מהר"ם זצ"ל ירדו לסוף דעתו של אביהם הגדול, ויותר ממהר"י ט"ב כמש"נת למעלה. און זיי האבען מגלה געווען אז דער מהרי"ד וואלט אויך מסכים געווען צום גערער רבי מיטן ח"ח און אין אר"י צום חזו"א אין אלע גדולים ווען די אומשטענדען רופען דערצו. דער פראבלעם איז אז דער מהרי טב איז געבליבען אינדרויסען..
לייק איט אר נאט איז דער היינטיגע בעלזער רבי איז א פיקח און גאלדענער איד וואס ליבו כלב הארי אין די ענינים מיט דעם וואס ער לאזט זיך נישט פארפירען פונעם אמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:01 am

· #364758
די סבה פארוואס דו פארשטייסט נישט דער מונקאטשער מחלוקת אויף בעלז איז ווייל דו ווייסט נישט וואס רבנות מיינט. היינט נעמט מען עפעס און מ'רופט עס אן א רב און מ'מיינט אז אט דאס איז עס. אמאליגע רבנות, אפילו נאכ'ן טיילונג אין אונגארען, האט געהייסען א שררה אויפ'ן ציבור און ווען א מאכט ווי בעלז קומט אן אין שטאט, אן די מידנעסטע הו"א פון זיך צושטעלען צו די ארטיגע רבנות, איז עס געווען א פראבלעם פאר'ן מונקאטשער רב. אדרבא, דאס איז פיהל מער פארשטענדליך ווי דער מחלוקת אויף דער אגודה, וואס ער האט געשימפט אויף מענטשען וואס ער האט אין זיין לעבען נישט געהאט א השגה פון זייער גרויסקייט. קוק פון דרכי תשובה און משנה ברורה וועסטו זע'ען למי החותמת ולמי.... נאר די מחלוקת אויף בעלזא איז נישט געפיהרט געווארען ווי עס דארף צו זיין, גאר שוואכע קעפ און גרויסע בעלי מחלוקת האבען עס אנגעפיהרט, און מ'האט גענוצט די טיפישע מיטלען פון 'נע'אלאג', 'כבוד בית בעלזא' און אלע אומוויכטיגע נאנסענס, און דעריבער איז עס געבליבען א געמיינע מחלוקת עד היום הזה.

דאס וואס דו זאגסט אז די בעלזער ברידער האבען 'בעסער' יורד געווען לסוף דעת אביהם, איז סתם דיין השערה. פארוואס זאל איך עס גלויבען? איך בין נישט קיין בעלזער, גייט מיר ווייניג אן דער מיינונג פון יענעמ'ס א טאטע, אבער מהיכי תיתי אז אזוי וואלט ער געהייסען? ער וואלט געוויזען דרך ארץ פאר דער חזון איש? איך זעי נישט קיין שום סבה צו גלויבען אז יא. קוק וואס איז געשען ביים סאטמארער רב און חזו"א....

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:15 am

· #364759
פשוט, א ווארט אדער א מנהג פון טאטען איז געווען קודש קדשים ביים בעלזער רב. און ער האט זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות אויף זיין טאטע. ער וואלט קיינמאהל נישט געטוהן אנדערש אויב ער וואלט אפילו גיהאט א ספק דערין. ער האט דאס אליינס געזאגט צום שאץ'ער רב פון לאנדאן אין נאך אנדערע וואס האבען ריהם אפיהר געהאלטען איבער דעם ענין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:27 am

· #364760
די שאלה איז נישט וואס ער האט געהאלטען זיין טאטע'ס מיינונג וואלט געווען, די שאלה איז צו ער איז גערעכט געווען. טאמער צוויי מענטשען טענה'ן אז ער וואלט עפעס געהאלטען, דארף מען קוקען ווער ס'איז דער גרעסטע מ"ד, און דאס איז נישט שייך צו מעסטען, ווייל מ'רעדט פון 'רעבישע מדרגות' א זאך וואס האט נישט קיין קנה מדה.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:28 am

· #364761
זאת ועוד, לויט מייו ריסוירטש איז דער דברי יואל נישט אפילו געווען אין בעלזא קיין סאך, אוודאי נישט געווען קיין יושב. דער דברי יציב איז לכאורה געווען מער אין בעלזא און זיך געווייקט ביי די יושבים. די הו"א און די חוצפה צו זאגען אז ער האט בעסער פארשטאנען דער מהריד ווי זיינע אייגענע קינדער איז פשוט מעורר גיחוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:33 am

· #364762
דער קליינקעפיגקייט איז וואס איז מעורר גיחוך. הרב אהרן פון בעלזא האט געהאט זיין נאטור און הרב ישכר דוב געהאט זיינס. הרב אהרן האט נישט געטוהן וואס זיין טאטע וואלט געטוהן און נישט וואס זיין זיידע'ס וואלטען געטוהן, ווייל ער איז געווען אן אייגענע מענטש מיט אן אייגענע נאטור און ער האט געטוהן ווי ער האט פארשטאנען. זיין טאטע'ס ווארט און מנהג קענען בלייבען 'קדש קדשים', זיין נאטור קען ער נישט טוישען.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:40 am

· #364763
זעהט אויס אז דו הייבסט נישט אהן משיג צו זיין דער מהר"א מבעלז.
אויב דו ווילסט בעסער פארשטיין ליין אבדשעקטיבלי די פאלגענדע ספרים:
הרה"ק מבעלזא , בצלאל לנדוי.
בקדושתן של אהרן, פרלאוו.
ספרי הרב ארטנר מלוד
בקדש פנימה, יצחק לנדוי.
ועוד

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 10:42 am

· #364764
ע"ז נאמר 'די קליינקעפיגקייט איז מעורר גיחוך'. ביכער פון גאר קליינקעפיגער מענטשען, מיט ליקוטים אן קיין שום סדר וואס און וויאזוי.

איך האב א חלק פון זיי געליינט און דאס האב איך געזען. אז ער האט געהאט אן אייגענע נאטור און זיין טאטע איז נישט פאראנטווארטליך אויף איהם און נישט ער אויף זיין טאטע.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 11:01 am

· #364765
אויב וואלט ביים מהרי"ד אגודה געווען א חפצא דאיסורא, נוסח סאטמער ומונקאטש ושאר ההונגרים, וואלט נאטור ניט פארנומען אן ארט בכלל. נאכמער, ווי פריער געזאגט האט דער ר"א מבעלז דאס קלאר געזאגט צום שאץ'ער רבי און דער מהר"ם מבילגורייא האט דאס געשריבען אין א לעטטער קיין נוא יארק צו זיין פלומעניק רי"י פון סקווער.

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 7, 2017 12:24 pm

· #364772
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מעןת
דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען אין דער גאון דער טשעבינער רב, צו הרב משולם ראטה ועוד. זיי האבען געזאגט אז והיה אם שמע גילט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווייז מיר "איינמאל" ווען דער איד האט געשריבען קעגן טשעבינער רב זצ"ל

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 12:40 pm

· #364774
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
תורה ומדע
אויב וואלט ביים מהרי"ד אגודה געווען א חפצא דאיסורא, נוסח סאטמער ומונקאטש ושאר ההונגרים, וואלט נאטור ניט פארנומען אן ארט בכלל. נאכמער, ווי פריער געזאגט האט דער ר"א מבעלז דאס קלאר געזאגט צום שאץ'ער רבי און דער מהר"ם מבילגורייא האט דאס געשריבען אין א לעטטער קיין נוא יארק צו זיין פלומעניק רי"י פון סקווער.

דאס איז אזט מין אונגארישע שפראך, אז מ׳רעדט פון חפצא דאיסורא וכדו׳, כאילו מ׳האט געשריבען א תשובה דערוועגען און אויפגעוויזען.

ס׳איז נישט קיין צופאל. דער מהרי"ד האט געטויגט צו פירערשאפט, האט ער געמאכט אייגענס און נישט צוגעשטעלט צום אגודה. ר׳ אהרן האט נישט געטויגט צו פירערשאפט, האט ער געלאזט דער זאך צו די גדולי הדור וטאס האבען יא פארשטאנען. שפעטער האט דער פאליטיק געפאדערט כאילו גייען אחן בחירות איז א ׳פסק׳ פון בעלזער רב. זיין פסק איז געווען לאז עס פאר די גדולים ןואס טוהן יא דערין. זיין ברודער׳ס מיינונג איז ביי קיינעם נישט וויכטיג, ממילא דארף מען עס נישט באהאנדלען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מילכיג » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:03 pm

· #364779
ענהאלטן פרישע קול קורא.
📎 Satmar.PNG

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:08 pm

· #364780
מילכיג: אויף א יעדע איינציגע שורה קענמען דרשנ'ען תילי תילים של דרשות. אלא מאי. די גאנצע קול קורא/מסירת מודעה איז געשריבן אין גייסט פון חודש אדר...!

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:17 pm

· #364781
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע
אויב וואלט ביים מהרי"ד אגודה געווען א חפצא דאיסורא, נוסח סאטמער ומונקאטש ושאר ההונגרים, וואלט נאטור ניט פארנומען אן ארט בכלל. נאכמער, ווי פריער געזאגט האט דער ר"א מבעלז דאס קלאר געזאגט צום שאץ'ער רבי און דער מהר"ם מבילגורייא האט דאס געשריבען אין א לעטטער קיין נוא יארק צו זיין פלומעניק רי"י פון סקווער.

דאס איז אזט מין אונגארישע שפראך, אז מ׳רעדט פון חפצא דאיסורא וכדו׳, כאילו מ׳האט געשריבען א תשובה דערוועגען און אויפגעוויזען.

ס׳איז נישט קיין צופאל. דער מהרי"ד האט געטויגט צו פירערשאפט, האט ער געמאכט אייגענס און נישט צוגעשטעלט צום אגודה. ר׳ אהרן האט נישט געטויגט צו פירערשאפט, האט ער געלאזט דער זאך צו די גדולי הדור וטאס האבען יא פארשטאנען. שפעטער האט דער פאליטיק געפאדערט כאילו גייען אחן בחירות איז א ׳פסק׳ פון בעלזער רב. זיין פסק איז געווען לאז עס פאר די גדולים ןואס טוהן יא דערין. זיין ברודער׳ס מיינונג איז ביי קיינעם נישט וויכטיג, ממילא דארף מען עס נישט באהאנדלען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטערשטער שורה ביזטו מסכיםאבער אז דער מהר"י טב קען זיך נישט פאררופען אויפען מהרי"ד מבעלזא, וועמען ער האט קוים געקעמט, צו אסרן די אגודה בכל אופן שהוא, ווען זיין אייגענעם זוהן וואס איז אליין פון די גדולי הדור זאגט אז דער טאטע זיינע וואלט היינט געגאנגען מיט די אגודה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 1:38 pm

· #364783
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
איך ווייס נישט וויאזוי דו האסט דאס געזען, אבער די נושא איז מיר באמת גאנץ א שוואכער. מהר"י ט"ב איז נישט דער בר פלוגתא געווען פון די וואס האבען יא געהייסען גייען אין בחירות, און ר׳ יששכר דוב איז נישט געווען קיין בר פלוגתא פון דער ח"ח אין צדקות און נישט פון ר׳ חיים עוזר אין הנהגה. אלזא, דער נושא איז גאנץ אומוויכטיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 2:03 pm

· #364784
די זאגסט אז דער איידיע אז א אגודה איז א חפצא דאיסורא איז אן אונארישער המצאה

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 7, 2017 2:35 pm

· #364785
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
דער גאנצע נושא איז קליינקעפיג. ס׳איז נישט דא קיין קלארער הלכות און אנווייזונגען אין הנהגה, ווען אומשטענדען האלטען אין איין טוישען.
למשל, ווען ענגלאנד פיהרט א מדינה, פארשטייען די אגודה אז מ׳שטייט אליינס, נישט מיט די רשעים. ווען די רשעים פחהרען די מדינה, הייסט שטייען אליינס צולאזען די רשעים ווייטיר טוהן רשעות. דער זעלבע חיוב מוחה צו זיין הייסט היינט גייען אין כנסת. נאר קליינקעפיגע מענטשען מאכען גזירה שוות אגודה אגודה און שטעלען צו פארקערט. דאס גרעסטע התחברות לרשעים איז צוקוקען שטילעהייט ביום שבות זרים חילינו. און הפגנות מיט צעטלעך הייסט שטילעהייט ווייל קיינער הערט זיי נישט. נאר די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, די וואס שטייען אויף די וואך פאר תורה אין ארץ ישראל, וואס גייען אריין און שלאגען זיך מיט די רשעי עם ישראל אז זיי זאלען נישט קענען אלס אונטערברענגען, זיי זענען די לוחמי מלחמות ה׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » דינסטאג מערץ 7, 2017 4:09 pm

· #364787
ליטפאקל, דיין טראציקייט און אומוויסנהייט פון היסטאריע איז שטוינענד יעדעס מאל פריש.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 7, 2017 5:35 pm

· #364792
תורה ומדע
זעהט אויס אז דו הייבסט נישט אהן משיג צו זיין דער מהר"א מבעלז.
אויב דו ווילסט בעסער פארשטיין ליין אבדשעקטיבלי די פאלגענדע ספרים:

ועוד


איר האט קיינמאל קיין מושג נישט געהאט אין די בעלזא רב זצ"ל
ער איז געווען א הייליג פייער, אבער מיט הנהגה אדרבה צייג אהן אסיפות און שמועסן ווי גדולי ישראל האבן מיט אים געהאט איבער הנהגת הכלל, ער איז געווען זייער א הייליגע מענטש
לדוגמא איר זאלט נעמען דעם איש קדוש הרה"ק רבי חיים זאנוויל מריבניץ זצ"ל, איר קענט עפעס מעסטן מיט א מעסטער צווישן די 2 מלאכי עליון? אבער אין הנהגת העולם צו פירן אידן אויפן דרך הישר קענט איר נישט אנווייזען ווי זיי האבן געהאט מיט אנדערע גדולים
לדוגמא פינעם הייליגן ריבניצער ווייסט מען אזויפיל אז מען האט אים געוואלט אין אר"י פארשלאגן געוויסע זאכן, מען האט געוואלט פארן שלטון הציוני א 2טען בעלזא רב אריינכאפן אבער ער האט געזאגט ער איז מבטל דעתו צום אדמו"ר מסאטמאר און ער האט אפגעטראגן פין יענע חברה,
קענסט אבער נישט צייגן אווי די הייליגע אידן זאלן האבן געפירט הנהגת הכלל אינאיינעם מיט אנדערע גדו"י.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 7, 2017 5:45 pm

· #364794
פריער אין דעם אשכול איז געווען צווישן ליטוואק און א בעלזע מעריץ א ויכוח צו מען איז יא ממשיך די גאנג פון מהרי"ד זצ"ל מבעלזא צו נישט

עס איז אינטערסאנט דא צו באמערקן א עובדא פון א 3 טאג צוריק אין קהילת בעלזע אשדוד ווי מען האט געהאט אורחי הכבוד פירער פון די פאלגענדע ארגענעזאציע:
סיירת מטכ"ל (בעבר: "יחידה 269" או "יחידה 262"[1]), יחידת קומנדו של מערך המבצעים המיוחדים תחת אגף המודיעין. ייעודה המרכזי הוא איסוף מודיעין מעבר לקווי האויב (ובכלל זה הטמנה של מכשירים לאיסוף מודיעין אותות),[2] אך היא מאומנת בכל סוגי הלוחמה היבשתית. במשך שנים שימשה כיחידת ההשתלטות הבכירה של ישראל, המגיבה לאירועי טרור ופיגועי מיקוח (וזכתה לתהילה בינלאומית בזכות פעולת החילוץ באנטבה), אך בעקבות כישלון החילוץ בפיגוע במעלות, עברה הבכורה בתפקיד זה לימ"מ, יחידת ההשתלטות המיוחדת של משטרת ישראל, שהוקמה ב-1974 במיוחד לתפקיד זה.[3] בסיס הקבע של הסיירת הוא מחנה סירקין בפתח תקווה.[4] מפקד סיירת מטכ"ל הוא אל"מ ח' שמונה לתפקיד במרץ 2016.
סיירת מטכ"ל הצמיחה כמה מהמפקדים והמנהיגים של ישראל, בהם שני ראשי ממשלה: אהוד ברק שהיה מפקד היחידה ובנימין נתניהו שהיה מפקד צוות.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס דער צדיק מהרי"ד זצ"ל מבעלזא וואלט געזאגט צו דעם.

א פיקטשער פון איינע פון די כבוד געסט א 3 טאג צוריק אין בעלזע📎 אורח הכבוד בבעלזא.jpg

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 6:13 pm

· #364802
איך בין מעריץ און פרוביר צו משיג זיין אללע גדולי ישראל

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 7, 2017 7:15 pm

· #364803
וואס איז דען אנדערש
📎 7_wa.jpg

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 7, 2017 7:47 pm

· #364805
נכדי מהרי"ד מבעלזא זצ"ל זאלן ברענגן כבוד געסט פירער פון א מיליטער אפטיילונג, איז ביי דיר ממש ווי דער בילד פון הרב אלישיב? קען זיין

אז איבערמארגן וועט עמיצער אין בעלזע ברענגן א מקור פון ר לאו פון רבנות צו מאכן א בעלזע שמחה בתערובות, וועט עס @תורה ומדע אויך פארשטיין.
בלאט: 1 2 3 4 5